כוואליעסאן אויסגאבע פון אריגינעלן אידישן אינהאלט · ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון

וועגן „כוואליעס“

„כוואליעס — אן אויסגאבע פון אריגינעלן אידישן אינהאלט“ איז א היימישער דיגיטאלער זשורנאל אויף אידיש. א גרופע היימישע יונגעלייט האט עס אנגעהויבן צו חנוכה תשפ״ה (דעצעמבער 2024), אלס א פלאטפארמע פאר שרייבער, דיכטער און דענקער: מאמרים, מחשבה, פיקציע, פאעזיע, הומאר און א „פרעג דעם רב“ שפאלט. זיי שרייבן אליין אז זיי גייען אין די טריט פונעם „וועקער“.

יעדער נומער איז ארויסגעקומען בחנם אלס PDF, אויף זייער לינקטרי און טעלעגראם קאנאל. ביז היינט: נומערן 1–8 (חנוכה תשפ״ה ביז חנוכה תשפ״ו) און אן אנטאלאגיע צו סוכות תשפ״ו. נומער 9 (תשרי תשפ״ז, סעפטעמבער 2026) איז ארויס נאר געדרוקט און אויף אמאזאן, און איז דעריבער נישט דא.

דאס איז אן ארכיוו קאפיע פון זייערע פרייע עפנטליכע נומערן, אז זיי זאלן בלייבן צו געפינען און מען זאל קענען זוכן אין זיי. די אריגינעלע זענען ביי זיי: linktr.ee/chvalyes · טעלעגראם: t.me/chvalyes.

די נעמען פון די שרייבער זענען אזוי ווי זיי זענען געדרוקט. אימעילס און טעלעפאן נומערן זענען אויסגענומען פונעם טעקסט (אחוץ דעם זשורנאל׳ס אייגענעם אימעיל); אין די בילדער פון די זייטן און אין די PDFs איז אלעס ווי אין אריגינעל.

דער טעקסט איז אויטאמאטיש ארויסגענומען פון די PDFs און א ביסל אויסגעפוצט (טאפלטע קעפלעך, צוזאמגעשטעלטע ווערטער). ביי קאמפליצירטע זייטן קען ער זיין צומישט; דאס בילד פונעם זייט איז דער ריכטיגער.