כוואליעסאן אויסגאבע פון אריגינעלן אידישן אינהאלט · ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון

כוואליעס נומער 1 — חנוכה תשפ"ה

ערשטע "כוואליע" · 27טן דעצעמבער 2024 · 30 זייטן

⬇ PDF אראפלאדן (2.3 MB)

יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ענגליש) קען עס זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער.

אינהאלט
זייטן: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30

זייט 1

זייט 1
טעקסט

(קיין טעקסט אויף דעם זייט)

זייט 2

זייט 2
טעקסט

שלום עליכם, ליבע ליינער, צו " כוואליעס"!

מיר זענען פרייליך אייך פארצושטעלן די נייע אויסגאבע "כוואליעס" — א היימישער דיגיטאלער מאגאזין.

"כוואליעס" איז דא צו דינען אלס פלאטפארמע פאר היימישע אידן וואס ווילן ארויסגעבן זייער טאלאנט אין שרייבעריי, קונסט, פיקציע, מיינונגען און אפהאנדלונגען — ארטיקלען וואס ווערן בדרך כלל נישט געלופטערט ערגעץ אנדערש.

אין דער פארגאנגענהייט זענען שוין געווען מערערע ענליכע איניציאטיוון דורך אמביציעזע ענערגישע יונגעלייט, ווען טייל פון זיי האבן געהאט א שטארקן אפקלאנג און גרויס הצלחה, א שטייגער ווי דער לעגענדארער "וועקער" וואס האט פאר א שיינע פאר יאר געטריי געדינט דעם ציל פון אהערשטעלן טאלאנטפולן אומצענזורירטן חומר פאר'ן ברייטן ציבור.

אזוינע פראיעקטן נעמען אריין גאר אסאך ארבעט, געלט און קאפוויי שלא על מנת לקבל פרס, עפעס וואס פארלאנגט א געוואלדיגע מאס ענערגיע און אמביציע. מיט דער צייט האבן זיך די אויסגאבעס צוביסלעך פארמאכט, טאקע בעיקר צוליב די אומבאשרייבליכע כוחות וואס גייען אריין אין א זא פראיעקט.

זעענדיג אז דער חלל ווערט נישט ערפילט, האבן א גרופע היימישע יונגעלייט זיך צוזאמגענומען און פרובירט מטכס עצה זיין וויאזוי מ'קען ווייטער אהערשטעלן דעם וויכטיגן ציל אויף אן אופן וואס זאל נישט אויסברענען די געצוימטע צייט און ענערגיע פון די רעדאקציע מיטגלידער.

מיר גלייבן אז דער טאלאנט איז דא — שרייבער ווילן שרייבן, דיכטער ווילן דיכטן, און מיינונגען ווארטן צו ווערן געלופטערט. דער עיקר שטער איז די קאנסעקווענטע ארבעט וואס מוז אריינגעלייגט ווערן פאר יעדער אויסגאבע.

און דאס איז "כוואליעס" דא צו לייזן. אין דער היינטיגער דיגיטאלער וועלט פעלט נישט אויס די קאפוויי פון דרוקן, דיסטריביוטן און פארקויפן הארטע קאפיען — מ'קען היינט גיין דיגיטאל.

"כוואליעס" צילט ארויסצוקומען יעדע פאר וואכן אין פארעם פון א פי - די - עף פייל, אן קיין גראנדיעזע גראפיקס אדער איבריגע דראמא. מיר וועלן בעז"ה ארויפשטעלן די אויסגאבע אויף גוגעל דרייוו און עס אפשיקן גלייך צו אייער אימעיל אדרעס און איר וועט עס קענען ארויסדרוקן לוי ט אייער געשמאק.

למען האמת גייען מיר אריין צום דרוק צימער מיט די זעלבע ספקות וואס איר ליבע ליינער האבן ביים זען נאך א פרישע דיגיטאלע אויסגאבע, צי וועט עס מצליח זיין? איז אונזער ציל ווערד די כוחות? איז דא אן אוידיענץ דערפאר? איז דאס אונזער ערשטע און לעצטע אויסגאבע?

דער ענטפער צו די אלע פראגעס ליגט אין אייערע הענט… "כוואליעס" איז טאקע דא אייך צו סערווירן, אבער "כוואליעס" קען נאר ווערן סערווירט דורך אייך! די איינציגע זאך וואס וועט פארזיכערן דעם קיום פון דער אויסגאבע איז דער פלוס פון זאכליכע ארטיקלען און געלונגענעם חומר.

מיר זוכן נישט צו האלטן דעם ניווא צו הויך — מיר וועלן אננעמען ארטיקלען וואס זענען לייטיש געשריבן און מיר זעען זיי אלס אינטערעסאנט פאר די ליינער. אלזא, שארצט ארויף דעם ארבל, נעמט דעם פעדער אין האנט, און לאזט אים לויפן כיד ה' הטובה עליכם.

אויך איז ווערד צו באטאנען אז "כוואליעס" האט נישט קיין אגענדעס אדער שטעלונגען — אויסער דעם ווילן צוצושטעלן אן אומצענזורירטע פלאטפארמע פאר היימישע אידן ארויסצוגעבן זייערע טאלאנטן. מיר וועלן לופטערן ארטיקלען און מיינונגען וואס קומען אריין — און אדרבה, אויב זענט איר נישט איינשטימיג מיט עפעס, נעמט א פענע אין האנט, שרייבט אפ אייער פערספעקטיוו און מיר וועלן עס אריינלייגן אין דער קומענדיגער אויסגאבע.

צו ביישטייערן צו "כוואליעס" ביטע זיך פארבינדן מיט דער רעדאקציע דורכ'ן שיקן אן אימעיל צו Chvalyes1@gmail.com אדער קענט איר שיקן א מעסעדזש צום "כוואליעס" ניק אויפ'ן "קרעמל" פארום.

מיר האפן אז חפץ השם בידינו יצליח און מיר זאלן קענען צושטעלן אריגינעלן חומר פאר'ן היימישן עולם,

די רעדאקציע

זייט 3

זייט 3
טעקסט

מאי חנוכה?

דורך: פעדער

אנדערש ווי די געשיכטע פון פורים וועלכע ווערט געלערנט מיט יעדן חדר אינגל און האט די 'מגילה' וועלכע שילדערט די געשיכטע פון פורים מיט א כראנאלאגישן סדר, איין געשעעניש נאך דער צווייטער ביז דער פרייליכער ענדע, איז אבער די מעשה מיט חנוכה נישט אזוי.

די ערציילונג פון חנוכה האט נישט קיין קלארן אנהייב אדער סוף; אין וועלכן יאר און אין וועלכער צייט די געשיכטע פאנגט זיך אן צו וועבן, ווען עס נעמט א שארפן דריי, און ביי וועלכן פונקט די מעשה ווערט באצייכנט אלס פארטיג.

דאס איז נישט אומזיסט. עס קומט פון דעם וואס די ספרים וועלכע שילדערן די מעשיות אויף וועלכע דער יום טוב חנוכה איז באזירט, האבן נישט זוכה געווען צו ווערן א חלק פון די כ"ד ספרי קודש. און דאס האט נישט בלויז אן הלכה'דיגן באדייט, דאס מיינט אז די אלע געשיכטעס און שילדערונגען וועלכע ווערן דארטן באשריבן מיט אלע איינצלהייטן, זענען פארגעסן געווארן און געלייגט געווארן אין א זייט דורכאויס די יארן.

די ספרים וועלכע שילדערן די פאסירונגען אין יענער צייט זענען פיל, אבער אין שפיץ פון זיי שטייען צוויי ספרים באקאנט אלס "ספרי המקבים", אויפ'ן נאמען פון דעם פראטאגאניסט פון דער געשיכטע: יהודה, וועמען מען האט גערופן 'מקבי' )אדער מכבי(. זיי זענען אויך באקאנט אלס "ספרי החשמונאים".

דער ערשטער ספר פון די צוויי איז געשריבן געווארן אויף לשון הקודש, העכסט ווארשיינליך נישט צו לאנג

נאכדעם וואס די געשיכטעס זענען זיך פארלאפן, אבער די אריגינעלע לשון הקודש'דיגע ווערסיע דערפון איז גענצליך פארלוירן געווארן. מיר האבן בלויז די גריכישע איבערזעצונג דערפון וואס איז פארשפרייט געווארן נישט לאנג דערנאך. אין פארלויף פון די יארן האבן עטליכע צוריק איבערגעזעצט דאס בוך פון גריכיש אויף לשון הקודש.

דער אנדערער ספר, וועלכער שילדערט לאנג און ברייט די געשעענישן וועלכע האבן געפירט צום אויפשטאנד פון די חשמונאים, און די תקופה וועלכע האט נאכגעפאלגט, איז ווארשיינליך שוין געשריבן געווארן אריגינעל אין גריכיש, און איז געשריבן געווארן נאכ'ן צוזאמקלויבן עדות'שאפט און שריפטן פון יענער צייט.

עס זענען דא נאך צוויי ספרים, וואס צוזאמען שטעלן זיי צוזאם די פיר ספרי המקבים, און זיי באציען זיך צו ספעציפישע אנעקדאטן און עפיזאדן וועלכע האבן זיך אויסגעשפילט אין יענער תקופה אדער הארט בעפאר דעם.

אין צוגאב צו די ספרי המקבים, האבן מיר די עטוואס מער באקאנטע "מגילת אנטיוכוס", וועלכע שילדערט אין קורצן, אויף א תנ"כ'ישן שטייגער, די גאנצע געשיכטע, פרובירנדיג זיך צו האלטן צו איין ליניע דורכאויס דער שילדערונג. דאס איז, ווי עס שיינט, געשריבן געווארן הונדערטער יארן שפעטער. דערנאך האבן מיר אלע שילדערונגען וואס יוסף בן מתתיהו ברענגט אראפ אין זיין בוך "מלחמות היהודים", אין וועלכן ער שילדערט מיט א ברייטקייט אלץ וואס האט זיך אפגעטון אין יענער עפאכע.

זייט 4

זייט 4
טעקסט

עס קומט אויס, אז טראץ דעם וואס די עדות'שאפט און באשרייבונגען איבער דער עפאכע פון דעם חשמונאי'שן אויפשטאנד איז פ יל, ברייט און לאנג, איז עס פארט היבש אומבאקאנט און עס ציט ווייניג אינטערעס ביי דער אלגעמיינער באפעלקערונג.

עס איז פארט וויכטיג צו וויסן, אז כאטש וואס עס איז שטענדיג בעסער צו האבן מער פון בלויז איין קוואל פון אינפארמאציע, קען אבער די מערהייט פון קוועלער צומאל שאפן א שטיקל צעמישעניש, ווען צוויי קוועלער זאגן עפעס וואס גייט אין קעגנזאץ איינער פון צווייטן.

איז וואס האט טאקע פאסירט? וואס האט געפירט דערצו אז די חשמונאים אין שפיץ פון יהודה המקבי זאלן נעמען דעם קוראזש און מיט א הייפעלע גרופע אידן פרובירן גיין אנטקעגן די מעכטיגע געשולטע גריכישע ארמייען?

אלזא, דאס צו דערגיין איז נויטיג ערשט צו פארשטיין דעם פאליטישן צושטאנד אין יהודה און אירע באציאונגען מיט דער רעגירונג אין אנטוכיע אין יענער צייט.

די אידן זענען נאך דער ענדע פון גלות בבל פארבליבן הויפטזעכליך אין בבל און פרס. בלויז עטליכע גרופעס, וועלכע האבן צוזאמען געציילט ארום פופציג טויזנט לייט, האבן באוויזן ארויפצוקומען קיין ארץ ישראל און זיך דארט באזעצן, איבערלאזנדיג אלעס אין גלות.

נישט לאנג נאך וואס דער צווייטער בית המקדש איז באנייט געווארן, האט א נייער שטערן אויפגעשיינט. "אלכסנדר דער גרויסער," האט אין יונגן עלטער פון בלויז צוואנציג יאר איבערגענומען זיין טאטן און איז ארויס אויף א רייזע איבער דער גרויסער וועלט מיט'ן ציל איר איינצונעמען און בויען אן אימפעריע וואס די וועלט האט נאכנישט געזען.

אלכסנדר האט אין די קורצע יארן פון זיין קעניגרייך — קארגע דרייצן יאר — באוויזן איינצונעמען פיל לענדער און געוועלטיגן אויף א טעריטאריע וועלכע האט זיך געצויגן פון גריכנלאנד אין מערב ביז אינדיע אין מזרח, און אלעס אינדערצווישן.

גלייך נאך זיין פריצייטיגן טויט, האבן זיינע הויפט גענעראלן זיך אנגעהויבן ראנגלען איבער דער קאנטראל אויף דער אימפעריע, נאכדעם וואס אלכסנדר האט נישט איבערגעלאזט קיין לעבעדיג קינד נאך אים. נאך עטליכע יארן פון בלוטיגע קריגערייען זענען זיי געקומען צו אן אפמאך אין וועלכן די טעריטאריעס וועלן צעטיילט ווערן אין עטליכע חלקים.

תלמי, וועלכע איז געווען איינער פון אלכסנדר'ס בעסטע גענעראלן און א קלוגער געלונגענער מאן, האט באקומען מצרים אין די געגנטער ארום, און סעלעאוקוס, אן אנדער גענעראל אינערהאלב דער מעכטיגער ארמיי, האט באקומען סיריע און די געגנטער ארום. אזוי ארום האבן זיך פארמירט צוויי קעניגליכע דינאסטיעס נעבן ארץ ישראל — איינס אין צפון, די סעלעאוקישע דינאסטיע, און איינס אין דרום, די תלמי'אישע דינאסטיע. אין אנהייב האט עס געהייסן אז ארץ ישראל וועט אריינפאלן אין די הענט פון סעלעאוקוס, אבער תלמי האט באוויזן עס צו נעמען פאר זיך, עפעס וואס די סעלעאוקישע דינאסטיע האט נישט געהאלטן ביים פארשווייגן.

די תלמיים, אנגעהויבן פון תלמי דער ערשטער דער גרינדער פון דער דינאסטיע, האבן ארויסגעוויזן א פארהעלטניסמעסיגע טאלעראנץ צו אנדערע רעליגיעס און לעבנסשטייגערס. זיי האבן געהאט א נייגער צו וויסן און קענענלערנען אנדערע גלויבונגען, און דאס האט טאקע געפירט אז תלמי זאל אנפירן מיט דעם "תרגום השבעים", אין וועלכן די תורה איז איבערגעטייטשט געווארן אויף גריכיש צום באדויער פון די חכמים.

זייט 5

זייט 5
טעקסט

נאך אומגעפער הונדערט און צען יאר וואס די אידן זענען געווען אונטערגעווארפן אונטער דער תלמי'אישער רעגירונג, האט אנטיוכוס דער דריטער, וועלכער איז געווען דער קעניג אינעם סעלעאוקישן קעניגרייך, באוויזן צוריקצונעמען די געגנט פון ארץ ישראל נאך א שווערער קריג. דאס האט אריינגעלייגט די אידישע באפעלקערונג אין די הענט פון דער סעלעאוקישער רעגירונג, וואס איז געווען הויפטקווארטירט אין 'אנטוכיע' )דאס איז א שטאט אין היינטיגן טערקיי וואס הייסט היינט 'אנטאקיא'(.

אין יהודה איז דאן דער געזעלשאפטליכער צושטאנד נישט געווען אין בעסטער ארדענונג. צווישן די אידן האבן זיך פארמירט עטליכע גרופעס, מאנכע זענען געווען מער העלעניסטיש )גריכיש( געשטימט און אנדערע ווייניגער. אזוי אויך, נאכ'ן פאליטישן טויש פון תלמי צו אנטיוכוס, זענען אסאך געבליבן געטריי צו דער מצרי'שער הערשאפט וועלכע איז געווען מיט זיי פיל ווייכער.

דער כהן גדול אין יענער צייט איז געווען חוניו הכהן. ער האט געשטאמט פון דעם באקאנטן "בית צדוק", וועלכע האבן נאך געדינט אין ערשטן בית המקדש. ער איז געווען א צדיק און איז מיט ערליכקייט געבליבן געטריי דעם גאט פון זיינע עלטערן. ער האט זיך דאן פארהאנקערט מיט איינעם מיט'ן נאמען שמעון, וועלכער האט געוואלט ערהאלטן אן אמט אין בית המקדש וועלכער זאל אים געבן צוטריט צו די ריזיגע אוצרות וואס האבן זיך דארט געפונען. חוניו האט אים דאס נישט געוואלט שענקען, נאכדעם וואס ער האט אים נישט געטרויט דערמיט.

שמעון איז געפארן קיין אנטוכיע צו באאיינפלוסן דעם דעמאלטיגן קעניג, סעלעאוקוס דער פערטער, דער זון פון אנטיוכוס, אז ער זאל אים שענקען דעם אמט. ער האט דאן דערציילט דעם קעניג איבער די פיל אומשאצבארע אוצרות וועלכע ליגן אוועקגעלייגט אין די באהאלטענע קאמערן פון בית המקדש. סעלעאוקוס האט נישט צופיל

געדארפט טראכטן, ער האט אריבער געשיקט א שליח, העליאָדאָרוס, וואס זאל אים אריבערברענגען די אוצרות מיט געוואלד. דער שליח האט אבער נישט באוויזן צו לייגן א האנט אויף די אוצרות, עפעס וואס האט אנגעצונדן דעם צארן ביים קעניג, און ד י באציאונגען צווישן ירושלים און אנטוכיע זענען געווארן אנגעצויגן.

אין א פרואוו צו ברענגען א לייזונג צו דער אנגעצויגנקייט, איז חוניו אריבערגעפארן קיין אנטוכיע, אבער אנקומענדיג אהין איז ער באוואוסטזיניג געווארן צו דעם פאקט אז סעלעאוקוס איז געשטארבן און עס האט אים איבערגענומען זיין ברודער, אנטיוכוס דער פערטער, באקאנט אלס "אנטיוכוס עפּיפאַנעס", וועלכער איז געווען באוואוסט צו זיין א הארטנעקיגער מאן מיט וועמען עס איז שווער צו פארהאנדלען.

אבער אין דער צייט וואס חוניו האט פארלאזט ירושלים האבן זיך זאכן אנגעהויבן צו דערקייקלען בארג אראפ.

זיין ברודער, יאַסאָן, א שטארקע סימפאטיקער צו די סעלעאוקן, האט באשלאסן אפצוקויפן די כהונה גדולה מיט געלט, און אזוי ארום איז ער געווארן דער כהן גדול און דער דע-פאקטא פירער פונעם אידישן פאלק. סיי איבער אלע רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן און אזוי אויך איבער די אלגעמיינע געברויכן פון דער באפעלקערונג. חוניו האט שוין נישט געהאט פארוואס זיך צוריקצוקערן קיין ירושלים.

יאסאן האט פארגריכישט די שטאט ירושלים. די כהנים האבן זיך געפוילט צו טון די עבודה, און אנשטאט דעם זענען זיי פארנומען געווארן מיט שפילערייען און ספארטס, און אנטיילגענומען אין די אינטערנאציאנאלע פארמעסטן יעדעס שטיק צייט אין צידון. ער האט אויך

זייט 6

זייט 6
טעקסט

איינגעפירט פארשידענע רעפארמען און האט געטוישט דאס אויסזען פון ירושלים — די געטליכע שטאט.

האט זיך געמאכט אז יאסאן, וועלכער האט ערהאלטן זיין כהונה דורך די שטייערן וועלכע ער פלעגט פירן צום קעניג, האט אמאל געשיקט זיין שליח, מענעלאַאוס, צו אפטראגן דאס געלט. אבער מענעלאאוס, אנקומענדיג קיין אנטוכיע, האט באשלאסן צו דאפלען דאס געלט און אפקויפן די כהונה פאר זיך — א זאך וואס דער געלטגייציגער אנטיוכוס האט זייער געגליכן.

מענעלאאוס האט זיך צוריקגעקערט קיין ירושלים מיט א גרופע גריכישע מיליטערלייט און אוועק געשטויסן יאסאן פון דארט מיט שאנדע. ער האט אריינגעשטעלט די סעלעאוקישע סאלדאטן אין א פעסטונג קעגן איבער דעם בית המקדש צו באוואכן די שטאט, און דאן האט ער איינגעפירט אין בית המקדש נאך פיל גרעסערע פארשוועכונגען און האט אריינגעשטעלט דארט אומווערדיגע געשטאלטן.

אנטיוכוס האט אין יענער צייט געהאט צוטון מיט די רוימער, וועלכע האבן געזען מיט א שלעכט אויג זיין גרויסע אימפעריע. די רוימער האבן נישט לאנג פאר דעם באוויזן צו באפעסטיגן זייער אימפעריע, און זיי האבן זיך געוואנדן קיין מזרח וואו זיי האבן אונטערגענומען מיליטערישע קאמפן. דאס האט אפגעשוואכט אנטיוכוס און זיינע קאסעס, און דעריבער האט ער זיך גענויטיגט אין אסאך געלט. און דאס האט ער געדעקט דורך הייבן שטייערן און באראבעווען דאס פאלק.

ער איז דאן געפארן קיין מצרים זיך צו שלאגן מיט דער ארטיגער הערשאפט, א שלאכט פון וועלכער ער איז ארויס מיט שאנדע און מיאוס פארלוירן. אין יהודה האבן דאן אנגעהויבן קורסירן קלאנגען אז אנטיוכוס איז געפאלן אין שלאכט. יאסאן האט פרובירט אויסצוניצן די

געלעגנהייט און איז געפארן מיט א גרויסע גרופע אידן וועלכע האבן אים געשטיצט קיין ירושלים, און ער איז ארויס אין קריג קעגן מענעלאאוס.

ער האט באוויזן צו דערלאנגען שטאקע קלעפ פאר די לייט פון מענעלאאוס און פאר די סאלדאטן וועלכע אנטיוכוס האט געשיקט צו באוואכן די שטאט. אבער ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט, איז אנטיוכוס נישט געפאלן אין קריג, און ווי נאר ער האט געהערט אז עס האט זיך פארמירט א גרופע אידן וועלכע רעוואלטירן קעגן אים, האט ער אריבערגעשיקט זיין ארמיי צוריקצושטעלן ארדענונג אין שטאט. און אלס רעאקציע צו דעם דורכגעפאלענעם אויפשטאנד פרואוו, האט ער אוועקגעשטעלט ביטערע גזירות קעגן אידן און זייער רעליגיע און זיי אינפארסירט מיט דער גאנצער הארבקייט.

מענעלאאוס איז אזוי ארום געווארן דער פּאָפּעט פון דער סירישער רעגירונג און ערליך נאכגעפאלט אירע פארלאנגען. ערליכע אידן האבן זיך געמוזט אוועק ציען פון ירושלים און פון דער אומגעגנט, און האבן פראקטיצירט אידישקייט אויף וויפיל זיי האבן געקענט אין די טונקעלע היילן צווישן די שפאלטענעס אויף די בערג ארום ירושלים,, ווארטנדיג אויף א הימלישער רעטונג.

פאר א צייט אפשניט פון זיבן יאר זענען די שווערע גזירות פון אנטיוכוס אנגעגאנגען, ווערנדיג אלץ שווערער און שטרענגער אינפארסירט. די סעלעאוקן האבן נישט צוגעלאזט קיין שום אנדענק פון דעם אידישן גלויבן צו ווערן ארויסגעוויזן אדער אויסגעפירט.

די "חשמונאים" זענען געווען א משפחה פון כהנים, א טאטע מיט פינף זין, וועלכע איז אנטלאפן פון ירושלים און זיך געצויגן קיין מודיעין. פון דארט האבן זיי אנגעהויבן א העפטיגן ווידערשטאנד קעגן דער סירישער אונטערדריקונג, און נאך עטליכע שלאכטן האבן זיי

זייט 7

זייט 7
טעקסט

באוויזן איבערצוצייגן דאס פאלק אז

אֵש ת ָּמִיד

עס איז מעגליך בייצוקומען די סעלעאוקן, און אזוי ארום האבן זיך נאך און נאך אידן צוגעקלעבט צו זיי.

האט יהודה ווען איבערגענומען די פירערשאפט נאך זיין טאטנ'ס טויט, האט ער שוין געהאט מיט זיך אומגעפער זעקס טויזנט אידן וועלכע זענען געגאנגען אין קריג קעגן אן ארמיי פון סאלדאטן עטליכע מאל אזוי גרויס ווי זיי. די אידן זענען אבער געווען אנטשלאסן צו געווינען און האבן אייגנטליך גארנישט געהאט צו פארלירן.

דער הויפט ציל פון דעם געווען איז אויפשטאנד צוריקצונעמען קאנטראל איבער ירושלים און פארטרייבן די זייערע מיט סעלעאוקן סימפאטיקער פון דארט, און צוריקשטעלן דעם בית המקדש ווי פריער. דער ציל האבן זיי עררייכט נאך פיר ביטערע שלאכטן פון וועלכע זיי זענען ארויסגעקומען אלע קעגן זיגרייך פאראויסשאצונגען, פארטרייבנדיג דאס סעלעאוקישע מיליטער פון יהודה מיט שאנדע און באנייענדיג פון פריש דעם בית המקדש.

ת ו קַד

דורך: וואלווי

אוֹר לְחֹ ֶׁשךְ הַבְדָּלָה חֹ ֶׁשךְ לְלַיְלָה מְבִיאָה בּוֹרֵא אֵ ש מְאִירָה בְּיַד אָדָם הָרִא שוֹנָה

בְּעֶׁש ֶׁר נִסְיוֹנוֹת נִסָּה אָב רָם בְּנוֹ קִיחָה עֲרִיכָה כָּלִיל עֲקֵדָה תְּמוּרוֹ אַיִל אֵ ש אֹכְלָה

פִּסַּח בַּחֲצוֹת לַיְלָה דָּם צְלִי אֵ ש זְבִיחָה לֵיל יְצִיאָה לוֹ ְשמוּרָה עַמּוּד אֵ ש כַּיּוֹם הֵאִירָה

סִינַי עָ ַשן כְּאֵ ש כָּלָה אֵ ש דָּת עַם סְגוּלָה עָם רוֹאִים נִ ְשמָעָה לַהֲבוֹת אֵ ש חֲצוּבָה

מִ ָּשמַיִם אֵ ש יֹרְדָה זִבְחֵי עֲצֵי מַעֲרָכָה בְּש ָמֵי קְטֹרֶׁת עוֹלָה בִּידֵי פִּרְחֵי כְּהֻנָּה

אֲבָנִים וְעֵצִים ְשפִיכָה רֵיחַ נִיחוֹחַ אֵ ש נִטְּלָה ֻשלַּח גָלוּת בָּבֶׁלָה נִש ְרְפָה זְבוּל בָּרִא שוֹנָה

ָשבו ּבָּנִים אַרְצָה מְנוֹרָה ֶׁשמֶׁן מַדְלִיקָה שוּב ֵשנִית לַגּוֹלָה נִש ְרְפָה זְבוּל בִּ ְשנִיָּה

צַר וְאוֹיֵב בִּרְצִיחָה פִּנָּה כָּל בֵּית יְהוּדָה קָדָ ִשים עֲלֵי מוֹקְדָה אוּד מֵאֵ ש נִצָּלָה

בַּהֲגִיגַי אֵ ש בּוֹעֲרָה בְּרָצוֹא וָ שוֹב חַיָּה לְבָבֶׁךָ בִּ ְשנֵי יִצְּרָה מִי בָּאֵ ש מִי בַּאֲנָחָה

יֹ ֶׁשר חַיּוֹת אֵ ש מְלִיצָה יְ ַשלֵּם מַבְעִיר בְּעֵרָה חִצּוֹ כַּבָּרָק יֹצְאָה יוֹרֵד אֵ ש בֵּית חוֹמָה

זייט 8

זייט 8
טעקסט

מיין נבואה

אן אטעם-ארבעט איבערלעבעניש דורך: יוסף גאלד

עס איז שבת קודש באשמורת הבוקר, צווישן דעם חקל תפוחין קדישין און עתיקא קדישא. איך ליג מיר בניחותא אויף מיין געלעגער און איך קען נישט צוריק איינשלאפן. ס'איז שוין שעות נאך וואס כ'האב איינגענומען א פיינעם זיסן אינדיקא דזשעלי, איך שפיר ווי אלע סטרעס און שלעכטע ענערגיע לאזן זיך אויף. א שטילשווייגעניש הערשט אינעם הויז. דאס גאנצע געזינדל איז פארזונקען אין א טיפן פרימארגן שלאף, עס הערן זיך נאר די טיפע ריטעמישע אטעמס פון מיין בעסערן האלב געמישט מיט דעם גערודער פון די ווינטן פון צווישן די שפּאלטענעס פון דער טיר.

איך שפיר ווי מיין נפש רעדט צו מיר, האסט שוין לאנג נישט געמאכט קיין Breathwork session, איצטערט איז די ריכטיגע צייט. אום שבת קודש, ווען ס'הערשט אזא רואיגקייט, נישטא קיין בּילס, קיין באנק, קיין "דרייוו מיך דא, דרייוו מיך דארט", נאר רואיגקייט און סירעניטי — א פּערפעקט צייט אז די נבואה זאל חל זיין.

כ'סעט מיך אויף, כ'מאך א טעסט פּיילאט אויף מיינע חושים, אברים און גידים, כ'לייג מיך פרקדן, און כ'מאך זיכער אז כ'ליג באקוועם, מיט די אויגן צוגעמאכט, גרייט פאר א גוטער השראה; פאר א נבואה וואס זאל זיין א טופח ע"מ להטפיח, ס'זאל זיין עפּעס וואס זאל מיך און אנדער ע טראגן אויף א גוטן פּלאץ, א טריפּ פון וועלכן מ'זאל קענען רעדן און געדענקען פאר א לאנגער צייט.

אט נעם איך מיך צו דער עבודה. כ'הייב אן אריין אטעמען דורך מיינע נאז לעכער צוויי מאל נאכאנאנד, איינס

אריין אין דעם טשעסט און ס'אנדערע טיף אין דעם דייאפרעם, און כ'לאז עס רואיגערהייט ארויס דורך דער נאז. נאך צען אזעלכע אטעמס אריין און ארויס, צי איך אריין איינס דאס טיפסטע וואס איך קען און כ'לאז עס ליגן דארט פאר בערך זעקס און צוואנציג סעקונדעס, כמנין שם הוי"ה, און דערנאך לאז איך עס ארויס דורך מיין מויל. מיטאמאל הייב איך אן שפּירן מיינע הענט און פוס שלעפעדיג, מיינע געפילן זענען אין אן אנדער וועלט.

איך שלאף נישט, איך בין וואך, אבער איך זע און שפיר וואס א וואכער מענטש זעט נישט און שפירט נישט. א רוח נבואה האט מיך באנומען. נישט אין חלום, נאר טאקע בהקיץ ממש, זע איך מיין טאטן און מאמע, ביידע שוין נישט אויף אונזער וועלטל, זיצן נעבן מיר. מיין טאטע איז אנגעטון אין א שיינעם גרעי געוואנט און מיין מאמע אין שיינע קליידער. מיין טאטע בעט מיין מאמע זאל מיך אביסל מאסאזשירן, ווי זי פלעגט טאקע טון ווען זי האט געלעבט, און ער הייבט אן רעדן צו מיר. והנה דבריו לאמר:

וויסן זאלסטו, כ'האב דיך טאקע אסאך געשלאגן און געשריגן אויף דיר אלס קינד און אלס בחור, אבער כ'האב עס עכט נישט געטון בכוונה — כ'האב פשוט נישט געוואוסט בעסערס. מיין טאטע האט מיט מיר געטון דאס זעלבע, האב איך עס ווייטער געטון מיט דיר. אבער באמת האב איך דיך פון אייביג אן שטארק ליב געהאט. און כ'גיי דיך אויסלערנען עפעס וואס דו זאלסט שטענדיג געדענקען: ווען דו האסט פלעזשור, ווען דו האסט הנאה און תענוג, האב איך און מאמי אויך הנאה; ווען דו האסט צער, האב איך און מאמי אויך צער. ווילסט אונז מהנה זיין? האב פלעזשור! האב תענוג! האב הנאה! געדענק אז דיינע געפילן זענען אונזערע. סוכ"ס ביסטו אונז. דיין קאפ, דיין מוח, דיינע הענט, פיס, לונגען, לעבער, נירן, אדערן, האר, הויט — דיין גאנצער פיזישער געבוי איז פון אונז. דו ביסט נישט נאר אן עקסטענשאן פון אונז, נאר אונז ממש. מיר זענען ווי איין מענטש.

זייט 9

זייט 9
טעקסט

און מיין נישט אז הנאה מיינט נאר פון זאכן וואס מיר וואספארא זאך וואס גיבט דיך פלעזשור און ס'שעדיגט נישט האבן דיך געלערנט, ווי כאילו נאר געוויסע זאכן קענען דיך אדער אנדערע, דאן טו עס און ענדזשוי עס!

ברענגען הנאה פאר'ן מענטש אבער אנדערע זאכן, וועלכע און ווארט נישט ביז לאחר מאה ועשרים צו שפירן דיינע מיר האבן דיך גע'מוסר'ט זאלסט נישט טון, יענע זאכן קינדער'ס הנאה… נאר שפיר עס שוין!

ברענגען נישט קיין הנאה. וויסן זאלסטו, אז הנאה איז הנאה נאכ'ן איבערגעבן דעם דבר חידוש האט מיר מיין טאטע נישט קיין נפק"מ וואס. אפילו ווען דו טוסט זאכן וואס דו אנגעזאגט דאס גוט און אייביג צו געדענקען, און ער איז עס שפירסט גוט דערמיט ווייל דורך דעם טוסטו פארקערט פון נאכאמאל איבערגעגאנגען בקיצור. דערנאך האט ער מיר וואס דו ביסט אזוי שטרענגערהייט אויפגעצויגן געווארן, דאס געזאגט אז זיי ברויכן שוין גיין, האב איך געבעטן מיין טאטן איז אויך הנאה.

אז זיי זאלן נאך דא בלייבן, ס'איז זייער געשמאק זיי צו האבן און ווען מיר וואלטן ווען געקענט טון די זעלבע זאכן נעבן מיר, האט מיין טאטע מיר געזאגט: "דאס וואס איך גיי אויף צו הנאה האבן, וואלטן מיר עס ווען אויך געטון. איי, מיר יעצט אין מיין וועג מיינט בכלל נישט אז כ'בין אוועק געגאנגען האבן עס נישט געטון? דאס איז פשוט ווייל מיר האבן געלעבט פון דיר, קיינמאל! איך בין מיט דיר, מיר זענען דיר! ווען אונטער געוויסער פרעשור און בלאקעדזשעס ווי צייט און עלטערן פארן אוועק קיין פלארידא און דאס קינד בלייבט אין ספּעיס, פּיער פרעשור, קולטורעלער און רעליגיעזער דרוק, ניו יארק, מיינט דאס דען אז די עלטערן זענען נישט מיט'ן צי סיי וועלכער דרויסנדיגער דרוק. אבער וויסן זאלסטו, אויב קינד?! קוק, דו קענסט דאך נישט אייביג פארבלייבן אינעם וואלטן מיר ווען געקענט דורכזען וואס דו קענסט דורכזען, Breathwork session — מ'ברויך אויפשטיין, מ'ברויך טון עטליכע מחיצות אפילו, וואלטן מיר עס ווען אויך געטון.

צו דער זאך, מ'ברויך פיזיש אנגיין, מ'ברויך הנאה האבן 'לאקי יו' אז דו פונעם לעבן."

יא קענסט קוים האב איך מיך דורכזען דעם

און ווארט נישט ביז לאחר מאה ועשרים צו שפירן

געזעגנט פון מיין טאטן און אמת און נישט

דיינע קינדער'ס הנאה… נאר שפיר עס שוין!

מאמען, כ'עפן מיר אויף מיינע לעבן אונטער אויגן, כ'הייב אן צו שאקלען דרויסנדיגע מיינע פינגער פון די פיס, פון די איינרעדענישן.

הענט, שוין טאג אינדרויסן. מיינע גלידער הייבן זיך אן און וויסן זאלסטו, אז ווען דו טוסט עפעס און דו האסט אויפצואוועקן, איך שוויץ, מיינע פידזשאמעס זענען נאס פון הנאה, טוען מיר אויך דאס זעלבע. ווייל דו ביסט אונז. נאר שווייס, אויף אזא הייליגן רוח הקודש האב איך מיך בכלל מיר טוען עס נישט אין דער זעלבער dimension ווי דיר. און נישט גערישט. איך קוק אויפ'ן זייגער און כ'טראכט צו מיר, מיר קענען עס נישט טון נאר דורך דיר; דו ביסט אונזער אן אנדערטהאלבן שעה טריפ! וואו! ס'האט ממש געשפירט פארשטייער אויף דער וועלט. מיר ווילן אויך הנאה האבן, ווי צען מינוט. א רואיגקייט איז אויסגעגאסן אויף מיין נאר מיר קענען נישט. נאר אויב דו טוסט עס, דאן האבן מיר קערפער, כ'שפיר דעם עתיקא קדישא אין אלע מיינע ביינער, הנאה. דערפאר בעט איך דיר: ביטע האב הנאה, וועסטו אונז כ'וויל נאר זינגען "והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אויך מהנה זיין. און ס'קען זיין סיי וואס, אויב האסטו הנאה אבותם" — מיר פארשטייען זיך שוין, מיר פארשטייען זיך פון לערנען א משנה, א בלאט גמרא, פון שרייבן א שיינעם אויפ'ן וואונק.

ארטיקל, פון עסן א געשמאק עסן, פון סאציאליזירן — פון סיי

זייט 10

זייט 10
טעקסט

חול המועד

דורך: קדשים קלים

קלערסט אז די גוים ווייסן נישט ווי אזוי צו מערבב זיין דעם שטן?

מוצאי טענקסגיווינג וויקענד, איז דער גלח שוין מעורר אז מ'טרעט אט אריין אין די הייליגע טעג, יעדע קני פאר'ן צלם איז מתקן דאס קניעריי פאר נשים אגאנץ יאר. ס'הערשט אן אנגעצויגנקייט צוזאמען מיט א העכערער יראת הרוממות אלס הכנה צו די פארכטיגע טעג.

אין שטוב זענען די נשים צדקניות פארנומען מיט לשנה טובה קארטלעך, און די גרויסע מיידלעך מיט אנגרייטן די מתנות אונטער'ן בוים. די יונגעלייט זיצן אין מיניווענס אויף פיפט עוועניו, פייפערדיגערהייט מיט קריכעדיגע קינדער, באמפער טו באמפער, אויפצופיקן די לעצטע פאר מתנות פון טיפעני'ס, פון דארט צו דאלאר דזשענעראל פאר נאך 'נוי בוים', דערנאך אהיים ווייל ס'ווערט שוין שפעט. ביזדערווייל, סטראשעט מען די קליינע קינדער אז זיי וועלן נישט קענען גיין אין שול כחצות הלילה.

איה הסופר צו באשרייבן דעם געדעכטן אנגעצויגענעם אויר כחצות הלילה אין

סמעדרש הגדול, קוקנדיג מיט דערהויבנקייט אין ריכטונג פונעם ערצבישאפ'ס טיר וואס גיבט זיך אזא פראלעווע אויף — תיכף ומיד רייסן זיך די למנצח'ס ארויס ווי א דינער, נאר זעענדיג די ריין גע'טובל'טע צורה.

וואלסטו געמיינט אז די חברה האבן שכל ארויסצוציען עפעס חציו לכם פון די הייליגע טעג — גארנישט. זיי ווייסן נישט פון קיין קומזיצן און שמחת בית השואבה'ס, ס'איז זיי קיינמאל נישט איינגעפאלן צו מקדיש זיין די נעכט צווישן די 25'טן און ניו-יער יעדע נאכט פאר א צווייטן פון די אפּאסעלס. נעווער מיינד פראווען אן אסרו חג ווייל פארוואס נישט.

איי, חכמה בגוים תאמין? נאך ווי! קודם דעם למספרם קאלענדער האבן זייערע זקנים גוט אראנזשירט. צום האלידעי סיזאן האבן זיי אויסגעשפרייט אזעלכע סניפים ווי איסטער סאנדעי און האלי טורסדעי, עש ווענזסדעי און גוד פריידעי — אז דער עולם האט נאכנישט געבאסט פון קדושה ביי נעילת החג, קען מען אלץ מתקן זיין שפעטער אין יאר.

און צווייטנס, זיי כאפן נישט קיין רעליגיעזע נייטמעירס מראש השנה לראש השנה. די אימת הדין קאכט נישט ביז זאת חנוכה און מ'הייבט נישט אן חמשה עשר באב. ס'איז עולם כמנהגו

נוהג, מיט איין הענגענדיגן צלם פון קאר שפיגל איז מען מער ווי הייליג.

איין זאך וואס אונזער אידישע רעליגיע האט זיך אזוי ארלעדיגט אן סעלף אין איז אויבערהאנט ריפראדאקשאן. אלעס וואס שטייט אין דער תורה קען מען אפלייען צו ווען און וואו מ'קען. נעווער אין א מיליאן יאר האט משה רבנו גע'חלומ'ט אז ס'וועט זיין חצרות וואו מ'עסט מצה פרשת כי תבא אלס ברוך טנאך ומשארתך.

דער זון פון מרים אבער, ער האט זיך נאך געלייגט שלאפן בחייו אן א מנין חסידים, האט נישט געהייערט קיין מארקעטינג, און זיין גאט האט אים נישט געוויזן דור דור ודורשיו. ער גיבט נישט קיין פעקל צי דו קומסט גראד ארויס פון דזשאקוזי שמעקנדיג פון שאמפעין כחצות הלילה, און דו שפאצירסט גלייך אריין אין היכל האנט אין האנט מיט בחירת לבך, ווארפנדיג די אויגן אויפ'ן שכנ'ס בחירת לבו.

אשרי העם יודעי תרועה? זאל מען גיין לערנען פייפן ווי די ערלים פייפן. צייט צו פרובירן מיט גוטן, צייט צו מחליף זיין ריתחא בניחותא. אפילו יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו קען זיין בניחותא.

זייט 11

זייט 11
טעקסט

ולמקומו לעול ם לא תגיע

איבער דער עטישקייט פון הפלה, אַבּאָרשאן, און דאס איז א שטארק קאנטראווערסאלער נושא אין פאליטיק, וועלכער ווערט צעטיילט מער - ווייניגער לויט פארטיי י.ג.

אליניעס — די רעכטע קאנסערוואטיוון וואס זענען דערקעגן און די לינקע ליבעראלן וואס זענען דערפאר.

ין דעם פעלד פון עפּיסטעמאלאגיע אינערהאלב פילאזאפיע, וואס איז די אין דעם נושא, טענה'ט1 דער פילאזאף דר. שטודיע פון וואס באשטייט "וויסן" און פיאוינא וואָלאַרד, אז דער גאנצער צוגאנג צו דער טעמע וויאזוי מען קומט אָן דערצו, איז דא א טראכטן און ווער עס האט בכלל א רעכט פאר א מיינונג, איז עקספערימענט וואס רופט זיך "מערי'ס צימער".

אומריכטיג. דאס איז צוליב וואס דער געדאנק פון שוואנגערונג ביי א פרוי איז אן "עפּיסטעמיקלי דער עקספערימענט זאגט אז מען זאל זיך מצייר טראנספאָרמאטיווע עקספּיריענס". מיינענדיג, אז כדי זיין אז עס איז דא א מיידל, מערי, וואס איז אין א פארמאכט ריכטיג ארויסצוהאבן די גדרים אויף וואס מען איז דן, ווי צימער זינט איר געבורט, וואס אלעס דארט איז בלויז אין צב״ש עיבור ירך אמו, צי ס׳איז א בריה פאר זיך, וואו דער שווארץ און ווייס – עס איז נישט דא קיין שום קאליר דערין.

מענטש וואס טראגט דאס ענדיגט זיך און דער עיבור הייבט מערי איז געבוירן אין דעם צימער, און איז געווען דערין איר זיך אָן, ווי ווייט גייט דאס התחייבות פונעם מעוברת צום גאנץ לעבן. זי איז גאר א קלוג מיידל און אינעם צימער עיבור' ספעציעל ווען זי וויל דאס נישט, אא"וו, פאר די האט זי גאר אסאך ביכער, וואס זי ליינט און זיי גיבן איר אלע דילעמעס דארף מען אליין האבן דורכגעגאנגען דעם עקספּעריענס פון

דער געדאנק דערפון איז לכאורה נאך שטערקער ווי די משנה "אל

פארשוואנגערונג, וואס איז עפעס וואס מ׳קען נישט

תדין את חבירך עד שתגיע למקומו" )אבות ב ד(. ווייל דארט איז

איבערגעבן געהעריג בלויז מיט

דער געדאנק אז מ'זאל נישט דן זיין א מענטש ביז מ'איז אין זיין

שפראך אליין.

מצב... משא"כ דא איז דער געדאנק אז אפילו אביעקטיוו ווייסטו

דעריבער, די וואס

באמת נישט די אינפארמאציע אין דעם!

באשטימען באמת דארפן מיינונגען אין דער דעבאטע, זענען דווקא פרויען וואס זענען אמאל געווען פארשוואנגערט. איר אלע סייענטיפישע סייענס און אינפארמאציע ווי אזוי און כאטש מ'קען טענה'ן אז פרויען טוען אנדערש אַפּטיקס ארבעטן, די ספּעקטרום פון קאלירן, אא"וו — עקספּעריענסן זייער שוואנגערונג איינע פון דער צווייטער, אלע אינפארמאציע וואס אנבאלאנגט דעם חוש הראייה איז אבער פארט דא א געמיינזאמקייט און אייניגקייט אין און קאלירן. שטעלט זיך די שאלה, צום סוף, ווען זי גייט דעם געדאנק פון שוואנגערונג אין אלגעמיין, וואס נאר זיי ארויסקומען און זען קאלירן צום ערשטן מאל אין קענען שפירן וממילא וויסן. דאס איז ענליך צו רעאליטעט, גייט זי געוואויר ווערן עפעס פרישע עלטערנשאפט: ווען איינער ווערט א טאטע פון א קינד איז אינפארמאציע וואס זי האט פון פריער נישט פארמאגט?

דאס גענצליך אנדערש ווי ווען איינער זאל בלויז דן זיין די שאלה האט קאנסעקווענצן אין פראקטיק דערויף אן עס איבערלעבן אין רעאליטעט.

אויך. צב"ש, אין אמעריקע איז באקאנט די דעבאטע

זייט 12

זייט 12
טעקסט

און צום עקספערימענט מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן, ווערט מערי יא געוואויר פרישע אינפארמאציע איבער קאליר, פשוט דורך דעם וואס זי עקספעריענסט עס יעצט אין רעאליטעט.

דער געדאנק דערפון איז לכאורה נאך שטערקער ווי די משנה "אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו" )אבות ב ד(. ווייל דארט איז דער געדאנק אז מ'זאל נישט דן זיין א מענטש ביז מ'איז אין זיין מצב, וואס מיינט ארויסצוברענגען אז 'ווער זאגט אז ווען דו זאלסט ווען זיין אין יענעמ'ס מצב, מיט אלע פאקטארן דערפון, וואלסטו זיך נישט אויפגעפירט פונקט אזוי?' אבער ס'איז יתכן אז יענער איז בעצם נישט גערעכט.

אין אנדערע ווערטער, דארט איז דער געדאנק אז אפילו ס'קען זיין אז דו ווייסט פונקט וואס ער ווייסט, און ער איז טאקע נישט גערעכט, אבער וויבאלד ער גייט למעשה דורך די פאקטארן איז סוביעקטיוו זיין עקספעריענס דערפון אנדערש און מ'קען אים נישט דן זיין. משא"כ דא איז דער געדאנק אז אפילו אביעקטיוו ווייסטו באמת נישט די אינפארמאציע אין דעם, ווייל דאס איז עפעס וואס מ'קען נאר ריכטיג פארשטיין און ארויסהאבן דעם אביעקטיוון אמת דערפון נאר ווען מ'גייט דאס ממש דורך.

דאס האט מיך געמאכט טראכטן איבער אקטיווע דילעמעס אין לעבן צו וואו מ'קען דאס צושטעלן. ביי מיר איז דאס געווען רעלעוואנט ווען א משפחה מיטגליד מיינער האט זיך ל"ע גע'גט נישט האבנדיג קיין קינדער, און ס'איז אויסגעקומען אז ער איז געווען אליין פאר א לענגערער צייט. ע ס האט זיך אויסגעשטעלט, אז ווי לענגער ער איז געווען אין דעם מצב אלץ שמעלער זענען געווארן זיינע שידוכים אויסוואלן, און ס'איז אנגעקומען דערצו אז מ'האט אים אנגעטראן נאר פרויען מיט קינדער.

זיינע עלטערן, זעענדיג זיין מצב, האבן אים פרובירט צו שטופן אז ער זאל דאס אויסהערן און ארויסגיין מיט זיי. ער איז אבער געווען זייער דערקעגן און נישט גרייט געווען פאר דעם אחריות אויף א קינד וואס איז נישט

ביאלאגיש זיינס און די שוועריגקייטן וואס קומען מיט'ן זיין א שטיף - טאטע ווען דער ביאלאגישער טאטע איז אין בילד, ובפרט אז קיין טאטע איז ער נאך בעפאר נישט געווען.

מ'האט מיך געפרעגט וואס איך האלט דערויף, אויף וואס מיין אנטווארט איז געווען אז אויסער דעם אויבנדערמאנטן "אל תדין" וכו', וואס באדייט פשוט אז מ'זאל נישט דזשאָדזשן א מענטש ביז מ'איז אין זיין פאזיציע אפילו ווען ער איז בעצם נישט גערעכט, איז דא אפשר דער געדאנק נאך טיפער ווי דערמאנט. מיינענדיג אז'ן זיין גע'גט אין אונזער געזעלשאפט אא"וו איז אפשר גאר אַן "עפיסטעמאלאגיש טראנספארמאטיווער עקספעריענס", און איינער וואס איז נאכנישט געווען אין דעם מצב איז בכלל נישט קוואליפיצירט צו האבן א מיינונג דערויף, אפילו פון אן אביעקטיוון שטאנדפונקט, איבער וואס איז ריכטיג אדער אומריכטיג צו טון אין אזא מצב.

דאס האט מיך אויך געמאכט טראכטן אז אפגעזען די פארצווייגטע הלכה'דיגע שאלה און דעבאטע צי פרויען מעגן זיין דיינוֹת, איז אין הלכות וואס זענען נוגע בלויז פאר פרויען צוליב זייער פיזיאלאגיע, איז לכאורה די סברא נוטה אז זיי האבן אין דעם א פארשטאנד וידיעה וואס קען אויסמאכן א חילוק לגבי הלכה, וואס מענער, זייענדיג אין אן אנדער פיזיאלאגישן מצב, קענען נישט האבן.

לסיכום, עס איז ראטזאם צו נעמען די פאראדיגמע אין באטראכט ווען מען האנדלט מיט נושאים וואו יענעמ'ס מצב איז מעגליך נוגע צו דעם עצם פארשטנד אין דעם נושא, וואס איז פיל טיפער ווי בלויז "אל תדין" וכו'.

זייט 13

זייט 13
טעקסט

פרעג דעם רב

דעריבער ווען א יחיד פון אזא משפחה באשליסט נאך, עטליכע נעכט צו צינדן אליין איז עס דאס ערשטע מאל אין, דעם יום טוב וואס ער " ט וט " די מצווה — ווען מ 'ט וט א מצווה כִּי שִׂפְתֵי כֹהֵן יִשְׁמְרוּ דַﬠַת וְתוֹרָה יְבַקְשׁוּ מִפִּיהוּ צום ערשטן מאל דארף מען מאכן א שהחיינו.

זה מה שנלענ " ד. א רעגולערע קאלום פון ש ו ת בעניני הלכה מיט הרה"ג ” ר' יששכר כץ ראש מחלקת התלמוד בישיבת חובבי

כאטש דער אויבן-דערמאנטער פּוסטולאַט וועגן דעם לומדות וויאזוי

תורה

הדלקת ראש המשפחה ארבעט איז נישט לפי כל הדעות איז עס זיכער א, גילטיגע שיטה לפי הרבה

לכבוד הרב כ" ץ, איך האב א שאלה:

מפרשים. א " גילטיגע און " " מעגליכע שיטה איז גענוג"

מײן משפחה איז חסיד 'י ש איך בין נישט אין מײן משפחה צינדן נאר די מענער חנוכה ליכט,.,

צו מחייב זיין א שהחיינו.

די נשים זענען יוצא מיט מײן טאטן דער ראש המשפחה. ער צינדט און איז מוציא די פרויען,.

שהחיינו איז א ברכה מיט א

איך האב פארבראכט די ערשטע צוויי נעכט פון חנוכה מיט מײן משפחה הײנט, די דריטע נאכט.

זעלטענער בויגזאמקייט.

חנוכה וועל איך זײן אין שטוב און צינדן אליין זעלבסטפארשטענדליך אז איך וועל מאכן ד י,.

אנדערש פון אנדערע ברכות וואס מען זאגט בלויז ווע ן

ערשטע צווי י ברכות להדליק און " שעשה אבער מיין שאלה איז איבער 'ן " שהחיינו זאל, " " ", ":

מען איז זיכער אז עס איז

איך זאגן די ברכה פון שהחיינו ווען איך צינד? עס איז טאקע נישט ד י ערשטע נאכט פון חנוכה,

נויטיג דארף די ברכה פון,

אבער פאר מיר איז עס די ערשטע; עס איז דאס ערשטע מאל וואס איך אליין צינד.

שהחיינו נישט אזא מדרגה פון זיכערקייט. ס'א יז גענוג

ילמדנו רבנו.

אז עס איז דא א שטארקע סיבה צו קלערן אז דער מאמענט פאדערט מעגל יך א שהחיינו כדי עס צו קענען זאגן,.

דעריבער ווײל מען קען מאכן א מסתבר דיגע טענה אין אונזער פאל אז, '

מײן אינסטינקטיווער ענטפער איז אז איר זאלט זאגן די ברכה

דאס איז דאס ערשטע מאל וואס דער מענטש ערפילט די מצווה פון הדלקת

פון שהחיינו אויף דער דריטער נאכט ווײל דאס איז דאס,

נר חנוכה קען זי — און מעגליך מוז זי —, זאגן די ברכה פון שהחיינו די דריטע נאכט חנוכה די פריערדיגע נעכט האט עמיצער אין איר היים.

ערשטע מאל וואס איר אליין צינדט.

געצונדן און איר "ג ע' פטר 'ט" פון דער מצווה — די דריטע נאכט ווען זי, צינדט אליין דעמאלט איז דאס ערשטע מאל וואס זי בפועל טוט די מצווה,.

ווען דער ראש המשפחה צינדט אויפ 'ן חשבון פון ד י

און דאס ערשטע מאל דארף א שהחיי נ ו.

מיטגלידער פון דער משפחה טוט ער נישט צינדן פאר, ד י מיטגלידער פון דער משפחה נאר אין ארט, פון זיי במקומם. (,

דאס איז מײן אינסטינקטיווער ענטפער ולכשאפנה אשנה פרק זה.,

לא בשבילם די אנדערע מיטגלידער פון דער משפחה דארפן.)

( ליתר עיון ראה: ב"ח א ו"ח סי' כ"ט; צל" ח ברכות ז, א; ב"ח א ו"ח תרע "ו;

נישט צינדן ווײל די משפחה-חוב (" נר איש וביתו ")

איז

מגן אברהם תרע "ו:ב; פרי חדש תרע "ו:א; אליהו רבה שם; שבט הלוי ח"ד

ערפילט געווארן דורך דעם ראש המשפחה היות בעיקרון איז,

סי' ס"ח; חזון עובדיה חנוכה " פ"ו הע' ו; רי ב"ש סי' ת ק"ה; ב"ח א ו"ח"

צינדן חנוכה ליכט א חובת בית ראה פני יהושע שבת כא, ב ). (

ת צ "ב.)

זייט 14

זייט 14
טעקסט

מיסטעריעזע קמיעות

דורך: הרב פנחס אליעזר הלוי דונר איבערגעזעצט אויף אידיש דורך: אפענער

די אטמאספער אין צימער איז געווען ערנסט און אנגעשטרענגט. דער עלטערער רב איז געלעגן אויף א וואקלדיגער בעט, ארומגענומען מיט משפחה און א האנטפול נאנטע פריינט — זיין אטעם שווער, זיין איינגעקנייטשט פנים איינגעפאלן און בלאס. דאס איז נישט געווען סתם אן עלטערער רב; דאס איז געווען איינער פון אייראפע'ס מערסט איינפלוסרייכע רבנים, רבי יעקב עמדין, און דאס זענען געווען זיינע לעצטע מאמענטן.

ביי אכט און אכציג יאר האט ער דערגרייכט א זעלטענעם עלטער. ער האט איבערגעלעבט צוויי פון זיינע דריי ווייבער, און די מערהייט פון זיינע צוואנציג קינדער. אמאל א רייכער און מוצלח'דיגער געשעפטסמאן, האבן זיינע גליקן זיך איבערגעדרייט און נאר א יאר פריער איז ער געצוואונגען געווארן צו זוכן הילף פון קהל'ס קאסע. זיין געזונט איז געווען אין א ירידה פאר א לאנגער צייט, און דער פארלוסט פון זיין זע קראפט האט אין ענדע אים געברענגט צו גאנצער בלינדקייט, וואס האט אים צוגענומען זיין איינציגע פארבליבענע הנאה: ליינען און לערנען די פיל ספרים אין זיין פריוואטער ביבליאטעק.

עס איז געווען ל' ניסן ה'תקל"ו ) 1776 ,19 April (. פאר מער ווי א פערטל יארהונדערט איז ר' יעקב עמדינ'ס ענערגיע געווען געווידמעט פאר איין זאך: זיכער מאכן אז יעדער גאט פארכטיגער איד ווייסט דעם פאקט אז דער הויפט רב פון האמבורג און געערטער רבני'שער פירער, רבי יונתן אייבשיץ, איז נישט דער פרומער איד וואס ער האט זיך ארויסגעגעבן צו זיין, נאר איז א געהיימער גלויבער אין דעם פאלשן משיח שבתי צבי, און אז ער האט כיטעריש

דעם אין כפירה שבתאות'דיגע אריינגעברענגט הויפטשטראם פון אידישקייט.

ר' יונתן אייבשיץ האט שוין נישט געלעבט פאר צוועלף יאר, אבער זיין פטירה האט נישט אפגעשטעלט ר' יעקב'ס קאמפיין. אין פאקט, עס האט אויסגעזען אז עס האט נאר פארגרעסערט זיין מערכה. ר' יעקב איז געווען פעסט אנטשלאסן אז דער מענטש וועם ער האט באטראכט אלס דער מוסטער פון שלעכטס זאל קיינמאל נישט ווערן פארהייליגט אדער ארויפגעקוקט. אפילו ווען ר' יונתן איז באערדיגט געווארן, צוועלף יאר פריער, האט ר' יעקב געגעבן א 'הספד' אין וועלכן ער האט אים באשולדיגט אין אפנויגן פון דער תורה און ערגערס, און האט ערשטוינט זיין עולם מיט דער שטארקייט פון זיינע פארדאמונגען.

אבער יעצט, ווען די קליינע גרופע קרובים און פריינט זענען געשטאנען שטיל, באטראכטנדיג דעם עלטערן רב ווי זיין לעבן איז אויסגעלאפן, איז די לעצטע זאך אויף זייערע מחשבות געווען ר' יונתן אייבשיץ. אלעס וואס זיי האבן זיך געקימערט איז געווען דער באלדיגער לעצטער אטעם פון דעם ריז פון אידישער פירערשאפט, וואס איז געווען אין צענטער פונעם אייראפעאישן אידישן לעבן פאר מער ווי פופציג יאר. די ביטערע מחלוקת צווישן אים און זיין ארכי-פיינט איז געווען זייער ווייט אין יענעם מאמענט, און אויב איינער אין צימער האט געגעבן א מחשבה דערויף, וואלט עס נאר געווען צו באטראכטן דעם פאקט אז דער קאנפליקט קומט ענדליך צו א סוף.

פלוצלינג, אומגעראכטן, האט ר' יעקב געעפנט זיינע בלינדע אויגן. ער האט געכאפט די האנט פון דעם מענטש וואס איז געווען נאנט צו אים, א מיטגליד פון דער חברא קדישא, און אנגעהויבן רעדן אין א נידריגער שטימע. עס האט אויסגעזען ווי ער גריסט איינעם; א לאנג פארלוירענעם קרוב אדער פריינט. זיין שטימע איז געווען כמעט נישט צו הערן, און דער מענטש וועמענ'ס האנט ער האט געכאפט האט זיך

זייט 15

זייט 15
טעקסט

צוגעבויגן צו אים פרובירנדיג צו פארשטיין וואס ער זאגט. ער מסורה – אויפגעהויבן דעם רב'ס שוואכן גוף פון בעט און האט געשטעלט זיין אויער נעבן ר' יעקב'ס מויל און געהערט געלייגט אויף דער ערד.

מיט אכטונג, דאן האט ער געכאפט א טיפן אטעם און געווארן בלאס.

ביי דער משפחה האט מען אנגעהויבן דיסקוטירן די לוויה און קבורה פלענער מיט "וואס זאגט ער? וואס זאגט די קהילה באאמטע. עס איז ער?"

געווען קלאר אז ר' יעקב וועט ווערן באערדיגט אין דעם דער יונגערמאן האט מערסט אנגעזעענעם טייל פון נישט געקענט ענטפערן. ער בית עולם, וואו נאר קהילה האט זיך ווידער צוגעבויגן און פירער און געערטע רבנים ווערן געהערט נאכאמאל, און דאן באערדיגט. נאך אלעם, חוץ פון האט ער געשאקלט זיין קאפ אין זיין איינער פון אייראפע'ס פארוואונדערונג.

הויפט רבנים, האט ער געוואוינט אין האמבורג די "דער רב זאגט איבער און מערהייט פון זיין לעבן, און זיין איבער, 'ברוך הבא, מיין טאטע; טאטע, חכם צבי אשכנזי, האט ברוך הבא, רבי יונתן'. דאס געדינט אלס הויפט רב. קיינער זאגט ער!" עס איז געווען א וואלט נישט געוואגט אים צו שארפער אטעם פון יעדן אין אפזאגן זיין רעכטפארטיגן דעם פולן צימער. וואס קען פלאץ אין בית עולם.

דאס מיינען? ווי איז מעגליך אז

די מצבה פון ר' יונתן אייבשיץ אין האמבורג. ער איז געווען דער הויפּט

אין זיינע לעצטע מאמענטן האט קהילה די אבער

רב פון דער "טריפל-קהילה", האמבורג -אלטונא-וואנזבעק, פון תק"י

ר' יעקב דערמאנט זיין באליבטן רעפרעזענטאטן האבן זיך

ביז זיין פּטירה אין תקכ"ו

טאטן אין דעם זעלבן אטעם ווי געדרייט פון פוס צו פוס, קוקנדיג דעם נאמען פון זיין פארהאסטן פיינט? וואס האט ער געמיינט אראפ אויף דער ערד. עס איז געווען א פראבלעם. א גרויסע מיט "ברוך הבא" — אן אויסדרוק וואס ווערט געווענליך פראבלעם. ווער וועט ברענגען די נייעס צו דער משפחה? געניצט אלס א באגריסונג? די משפחה האט שטיל גערעדט דער איינציגער קבר פארהאן אין בית עולם איז געווען א פאר צווישן זיך, פרובירנדיג צו געפינען א הסבר פאר וואס איז פוס אוועק פון וואו ר' יונתן איז באערדיגט, און אויף דער יעצט פארגעגאנגען. איינער פון זיי האט פארגעשלאגן זיי זעלבער רייע. עס איז נישט געווען קיין שאנס אז די משפחה זאלן פרעגן ר' יעקב, אבער ער איז ווידער שטיל געווארן און וועט מסכים זיין אז ר' יעקב זאל דארט באערדיגט ווערן. אויך האט צוגעמאכט זיינע אויגן. זיין אטעם האט זיך אנגעהויבן צו די האמבורג קהילה פירערשאפט, וועמענ'ס געטריישאפט צו פארלאנגזאמען, און אין א פאר מינוטן איז ער אוועק. די ר' יונתן איז געווען אבסאלוט איבער די יארן, וועלן אוודאי חברא קדישא האט אויסגעליידיגט דאס צימער, און – ווי די נישט מסכים זיין צו זען דעם מענטש וואס האט זיי גורם געווען אזויפיל צרות באערדיגט נאנט צו דעם ציל פון זיין

זייט 16

זייט 16
טעקסט

אומבויגזאמער קהילה מלחמה. די פון איינער האט אויסגעהערט מיט ערנסטקייט ווי זיי האבן מסביר געווען רעפרעזענטאטן האט געבראכן די נייעס צו דער משפחה. עס די פראבלעם.

איז געווען טויט שטיל. מען האט געקענט הערן א נאדל פאלן.

דער הויפט פון דער חברא קדישא האט זיך אויפגעשטעלט, ער האט געטראכט פאר א מאמענט, און געפרעגט ווי ער האט געוואלט פארשלאגן א לעזונג.

אזוי ר' יעקב האט גערעדט וועגן ר' יונתן אין די לעצטע מאנאטן פון זיין לעבן: איז געווען אן ענדערונג אין זיין "איך הער אז ר' יחזקאל לאנדא, דער הויפט רב פון שטעלונג? האט ער אפגעווייכט דערפון? "נישט ממש," האט פראג, איז אין שטאט צו מיטגליד משפחה דער פסק'ענען א דין תורה, לאמיר געענטפערט, "זיין שארפע אים אנפרעגן זיין פסק צי ר' געווען איז קריטיק יעקב קען ווערן באערדיגט אומאויפהערליך. אויסער — נאנט צו ר' יונתן. ער ווייסט האט ער צוגעלייגט — אין די זייער גוט די געשיכטע צווישן מאמענטן גלייך פאר ער איז זיי. פאר מיין חלק, קען איך געשטארבן." און ער האט רעדן אין די קהילה'ס נאמען:

מאדנעם דעם דערציילט מיר וועלן פאלגן דעם רב פון אינצידענט וואס האט פאסירט פראג'ס אנווייזונגען — אזוי אייניגע מינוטן פאר ר' יעקב לאנג ווי די משפחה איז מסכים האט געצויגן זיין לעצטן אטעם. דערצו."

האט לאנדא רב די משפחה מיטגלידער געשמייכלט. "איך מיין מיר האבן זיך אנגעקוקט און געגעבן קענען מעלדן די לוויה," האט זייער הסכמה. וואספארא ער געזאגט, "און עס איז גאנץ ברירה האבן זיי געהאט? יעדע גוט אז ר' יעקב'ס לעצטער רו האבן זיי וואס מינוט פלאץ זאל זיין אזוי נאנט צו ר'

ר' יעקב עמדינ'ס מצבה אין האמבורגער בית עולם, ער איז אוועק

פארשפעטיגט די לוויה איז יונתן. ס'איז קלאר, אז ווען זיין

תקל"ו, צוועלף יאר נאך ר' יונתן אייבשיץ

געווען א חוסר כבוד פאר ר' נשמה איז ארויס פון דער וועלט, יעקב. א באגעגעניש איז געשווינד אראנזשירט געווארן מיט האט ר' יעקב ענדליך זיך פארגליכן מיט ר' יונתן, און קיינער הרב לאנדא. זיין באציאונג מיט ביידע, ר' יעקב און ר' יונתן, אנדערש ווי דער גרויסער חכם צבי איז געווען דארט עס צו איז געווען אנגעשטרענגט און שווער איבער די יארן, וואס זען. ברוך דיין האמת!"

האט לכל הפחות געמיינט אז ביידע זייטן וועלן באטראכטן זיין פסק אלס אביעקטיוו. אן עלטערער מיטגליד פון דער מיט דעם האט די ערגסטע רבני'שע מחלוקת אין עמדין משפחה און א רעפרעזענטאנט פון דער חברא קדישא מאדערנער אידישער געשיכטע אויסגעזען צו האבן זענען אריינגעפירט געווארן אין רב לאנדא'ס צימער, און ער דערגרייכט איר נאטירליכן אויספיר. א קאנפליקט וואס האט אריינגעצויגן מערערע קהילות, קאליע געמאכט קאריערעס,

זייט 17

זייט 17
טעקסט

צעשיידט משפחות, אריינגעצויגן די גוי'אישע אויטאריטעטן אבער קליגער. אבער עס איז געווען א באדייטנדע גרופע וואס פון מער ווי איין לאנד, און חרוב געמאכט לעבנס — האט האט זיך פשוט אפגעזאגט צו אננעמען אז זיין אפיקורסות ענדליך אויסגעזען צו קומען צו אן ענדע. מיט דעם טויט פון ווארפט אפ זיין משיח'ישע אידענטיטעט. זיי זענען געווען צו דעם צווייטן פון די צוויי הויפט פערזענליכקייטן וועמענ'ס עמאציאנעל און רעליגיעז אינוועסטירט אין שבתי צבי, און נעמען זענען געווען סינאנים מיט דעם לאנגן ק אמף, אויף זענען געבליבן שטארק געטריי צו אים. נתן "דער נביא" פון וואספארא מעגליכע יסודות וואלט עס ווייטער אנגעגאנגען?

עזה, שבתי צבי'ס הויפט פובליציסט, האט ארויסגעשלעפט פארדרייטע קבלה'דיגע באגריפן צו פארענטפערן זיין אבער אויב איינער האט צו און אקט, העלד'ס געכאפט א טיפן אטעם פון ראציאנאליזירן זיין דורכפאל דערלייכטערונג ווען מ'האט דאס פארווירקליכן צו באערדיגט ר' יעקב עמדין אין משיח'ישע שליחות.

יענעם פרילינג טאג אין האמבורג, האט ער געמאכט א אין ה'תל"ו )1676 ( איז טעות. דער שורש פון דער שבתי צבי געשטארבן אין א מחלוקת, די צוויי הויפט פארנעפלונג, נישט קיינמאל קעמפער, די השפעה פון דער האבנדיג צוריקגעצויגן. די מחלוקת אויפ'ן אידישן לעבן האבן זיינע נאכפאלגער און אויף דער אנטוויקלונג פון באטראכט אפילו זיין טויט אלס אידישקייט, האט פאסצינירט א צייטווייליגער צוריקשטויס, און צעטיילט געלערנטע און און עס זענען געווען אידן אין רבנים פון יעדן נאכפאלגנדן יעדער קהילה וואס האבן דור, ווי אויך ליבהאבער פון ווייטער אין געהיים געגלייבט אידישער געשיכטע — און עס אז ער איז דער אמת'ער משיח.

חכם צבי אשכנזי, דער געערטער פאטער פון ר' יעקב עמדין, וועלכער

האלט אן ביז היינט.

נאך מער, עס איז געווען זייער

איז געווען פארמישט אין א ביטערן קאמף קעגן דעם שבתאי נחמיה

אנטשלאסענע מיינונג אז זיי

חיון אין די יונגע יארן פון זיין זון

וויאזוי האט זיך אלעס אריינברענגען דארפן אנגעהויבן?

פארדרייטע קבלה'דיגע געדאנקען אין דעם הויפטשטראם פון אידישקייט, כדי דאס דורכגעפאלענע משיח'ישע שליחות אין ה'תכ"ו )1666 (, האט זיך דער פאלשער משיח, זאל קענען ווערן פארווירקליכט. ס'איז געווען א חידוש, אז שבתי צבי, געטויפט צו איסלאם. דאס איז געווען גענוג פאר כאט ש שבתאים – ווי זיי זענען געווארן באקאנט – זענען געווען דער מערהייט פון דער אידישער וועלט צו פארשטיין אז ער א מינאריטעט גרופע, האבן זייערע נומערן אריינגערעכנט איז געווען א שווינדלער; די גרויסע מערהייט פון די וואס פיל רבנים און אנגעזעענע פירער. און זיי זענען געווען כמעט האבן עפנטליך דערקלערט זייער געטריישאפט צו אים האבן אוממעגליך צו דערקענען, זיך אויפפירנדיג אין יעדן וועג ווי מיט בושה מודה געווען זייער נארישקייט און זיך פולשטענדיגע פרומע אידן. צייט נאך צייט, אין די צוריקגעקערט צו נארמאטיווער אידישקייט, פארוואונדעט יארצענדלינגען נאך שבתי צבי'ס טויט, זענען באהאלטענע

זייט 18

זייט 18
טעקסט

שבתאי'שע אקטיוויסטן אנטפלעקט און פארטריבן געווארן פון זייערע קהילות. פיל אידן זענען געפאלן אונטער דער השפעה פון שבתאי'שע פראפאגאנדיסטן וואס האבן פארשפרייט שבתאות אין דער צייט וואס אויסערליך האבן זיי זיך אויפגעפירט נארמאל.

איין באזונדער באקאנטער פראפאגאנדיסט איז געווען א ראפינירטער בוסניא-געבוירענער שווינדלער אנגערופן נחמיה חייא חיון, וואס האט געוואנדערט פון קהילה צו קהילה אין די פריע יארן פון דעם אכצנטן יארהונדערט. ער איז געווען א תלמיד חכם וואס איז אויך געווען א באגאבטער לערער און שרייבער. ער האט מחבר געווען א צאל ספרים וואס האבן געמישט שבתאי'שע כפירות מיט געווענליכע תורה פארטייטשונגען. אין ה'תע"א )1711 ( איז ער אנגעקומען קיין פראג, וואו ער האט זיך אריינגעדרייט אין דעם קרייז פון דעם לאקאלן קבלה'דיגן רב, ר' נפתלי כץ, דער געער טער מחבר פון "סמיכות חכמים", א ברייט אנערקענטער ספר אויף משניות. רב כץ איז געווען זייער באנומען פון חיון און האט מסכים געווען צו שרייבן א הסכמה בריוו פאר זיין נייעם ספר. אזוי האט אויך געטון דער לאקאלער הויפט רב, ר' דוד אופנהיים. אויך אין בערלין האט חיון באקומען די הסכמה פון דעם הויפט רב, ר' אהרן בנימין וואלף.

מיט די הסכמות אין האנט איז ער אנגעקומען קיין אמסטערדאם אין ה'תע"ג )1713 (, וואו ער האט געבעטן רשות פון די פירער פון דער אנגעזעענער ספרד'ישער קהילה צו פארקויפן זיינע ספרים. דער רב, ר' שלמה איילון, איז נישט געווען באטראכט אלס א וועלט'ס תלמיד חכם, אזוי אז די קהילה פירער האבן אריינגעגעבן חיונ'ס ספר צום רב פון דער דייטשישער קהילה, חכם צבי אשכנזי, וועלכער איז געווען ברייט אנערקענט און רעספעקטירט, און געבעטן פאר זיין מיינונג.

דאס שער בלאט פון "ספר הצד צבי" )אמסטערדאם, ה'תע"ד(, א ביטערע אטאקע קעגן חכם צבי אשכנזי דורך דעם שבתאי פובליציסט און שווינדלער, נחמיה חיון. די קאנטראווערסיע אנגעברעגנט דורך חיון האט איבערגעלאזט אַ שטארקן רושם אויף חכם צבי'ס עלטסטן זון, ר' יעקב עמדין. דעם ספר, און פיל אנדערע וואס האבן צו טון מיט דעם ענין, קען מען געפינען אין דער בוך -זאמלונג פון הרב דונער.

חכם צבי האט דורכגעקוקט דעם ספר מיט זיין פריינט און קאלעגע, ר' משה חגיז פון ירושלים, וועלכער האט אויך געוואוינט אין אמסטערדאם. זיי ביידע זענען שנעל געקומען צו דער קלארער מסקנא אז חיון איז א געהיימער שבתאי וואס גיבט זיך אן אלס א נארמאטיווער פרומער איד. חכם צבי

זייט 19

זייט 19
טעקסט

האט געמאלדן די אינפארמאציע פאר דער ספרד'ישער קאמיטע, און זיי געווארנט אז חיון שטעלט א גרויסע סכנה פאר דער אמסטערדאמער קהילה. פאר פארשידענע סיבות, בעיקר נישט פארבונדן צו חיון זעלבסט, האט זיך דער ענין פארוואנדלט אין א מיאוס'ן קהילות קאמף, מיט חכם צבי און רב חגיז אויף איין זייט און די ספרד'ישע קהילה אויף דער אנדערער. פויסט-קאמפן האבן אויסגעבראכן צווישן די שטיצער פון ביידע לאגערן, און חכם צבי איז צום סוף געלייגט געווארן אין הויז-ארעסט דורך די גוי'אישע אויטאריטעטן, מעגליך פאר זיין אייגענער שוץ. חיון, באמוטיגט פון דער שטיצע וואס ער האט באקומען פון רב איילון — וואס איז זעלבסט נחשד געווען אין שבתאות — האט ארויסגעגעבן א צאל ביטערע אטאקעס קעגן חכם צבי און רב חגיז, און אקטיוו אנגעברענגט פיינטשאפט קעגן זיינע קעגנער.

מיט'ן מצב ארויס פון קאנטראל, איז חכם צבי אנטלאפן פון האלאנד קיין ענגלאנד אין ה'תע"ד )1714 (, און קיינמאל אהין נישט צוריקגעקומען. אין ענגלאנד איז ער אנגעבאטן געווארן די פאזיציע פון הויפט רב פון לאנדאן, אבער ער האט עס אפגעזאגט, און איז צוריקגעקומען צו צענטראל אייראפע וואו ער איז אין ענדע אנגעבאטן געווארן דאס רבנות פון לעמבערג )לבוב( אין ה'תע"ז )1717 (. ער איז געשטארבן אין ה'תע"ח )1718 (, אין עלטער פון 58 יאר.

במשך דער גאנצער תקופה פון דער חיון מערכה, איז חכם צבי'ס משפחה, און בפרט זיין יונגער זון יעקב, געווען אין אויג פונעם שטורעם. יעקב איז געווען בלויז 15 יאר אלט אין יענער צייט, אן אבזערווירנדער יוגנטליכער, און דער מצב איז געווען אן אויג-עפענער פאר אים אויף מער ערע פראנטן. ער האט געזען ווי זיין אומשולדיגער און געערטער טאטע איז אריינגעצויגן געווארן אין א שמוציגער פאליטיק, און ווי ער איז געצילט געווארן פאר זיין אומבויגזאמער ערליכקייט. דערצו איז ער געווען אויסגעשטעלט צו דעם עקשנות פון שבתאי'שן אקטיוויזם און צו די ביטערע טאקטיקן וואס זיי זענען געווען גרייט צו ניצן צו באקומען א פוס אין אידישע

ענינים, וואס אין חכם צבי'ס פאל האט געברענגט צום פארלוסט פון זיין רבנות פאזיציע און נאך אומגלויבליכע פארפאלגונגען. עס איז געווען א לעקציע וואס דער יונגער יעקב האט קלאר קיינמאל נישט פארגעסן.

קורץ נאך חכם צבי'ס אנטלויפן פון אמסטערדאם, האבן די קהילה פירער געבעטן חיון צו פארלאזן די שטאט כדי די מחלוקת זאל זיך בארואיגן. ווען ער איז געפארן לענגאויס אייראפע, האט חיון אנטדעקט אז כאטש זיינע קעגנער האבן נישט געקענט איבערצייגן דעם רב און די פירערשאפט פון דער אמסטערדאמער קהילה, האט אבער זיין ברייט באקאנטע פארבינדונג מיט שבתאות געברענגט אן אלגעמיינע פאראכטונג צו אים. וואו ער איז נאר געגאנגען האט ער געפונען פארמאכטע טירן.

ער איז דאן געפארן קיין ארץ ישראל וועלכע איז געווען אונטער אטאמאנישער הערשאפט, און געעפנט א שבתאי'שע ישיבה אין צפת. ווען דער פרואוו איז דורכגעפאלן, איז ער געפארן קיין קאנסטאנטינאפאל וואו ער האט פארצווייפלט פרובירט זיך צוריקצושטעלן אויף די פיס. אין ה'תפ"ה ) 1725 ( איז ער ווידער ערשינען אין מערב אייראפע, טענה'נדיג אז די רבנים אין טערקיי האבן אים צוריק אריינגענומען אין דער קהילה, אבער וואו ער איז נאר געגאנגען האט מען אים אפגעזאגט. אפילו זיין פריערדיגער שטיצער אין אמסטערדאם, רב איילון, האט אים אפגעזאגט צו טרעפן. אין וויען איז ער געצוואונגען געווארן צו בלייבן אין א פארמאכטער געגנט רעזערווירט פאר טערקישע מוסולמענער. אין גלוגאו און בערלין האט ער אויך נישט געפונען קיין מקום מקלט, אזוי אז אנקומענדיג אין האנאווער האט ער פרובירט צו באהאלטן זיין אידענטיטעט, אבער ער איז שנעל דערקענט און פארטריבן געווארן. ער האט געמאכט זיין וועג קיין פראג, אבער אויך דארט האט מען אים נישט געלאזט אריינגיין אין שטאט. באלד דערנאך איז ער פארשוואונדן געווארן פון דער מאפע, און איז באריכטעט געווארן צו האבן געשטארבן אין ה'ת"צ )1730 (.

זייט 20

זייט 20
טעקסט

חיונ'ס לעצטער דורכגעפאלענער פרואוו צו באקומען בארימטקייט איז געווען זייער באדייטנד אין דעם עמדין-אייבשיץ קאמף 25 יאר שפעטער, ווייל נישט נאר איז עס געקומען מיט א נייעם מער-ביטערן קאמף קעגן די שבתאים ווי די פון ה'תע"ג-ע"ד )1713-14 (, נאר עס האט אויך אויפגעברענגט באווייז אויף א פארבינדונג צווישן אים און א בריליאנטן תלמוד'ישן געלערנטן און אויפשטייגנדן רבני'שן שטערן — א יונגערמאן וואס האט געוואוינט אין פראג מיט'ן נאמען יונתן אייבשיץ. לויט ר' משה חגיז, חכם צבי'ס פריערדיגער קאלעגע אין אמסטערדאם, האבן קהילה באאמטע אין האנאווער, קורץ פאר חיון איז ארויסגעווארפן געווארן פון דארט אין ה'תפ"ו )1726 (, געפונען צווישן זיינע חפצים קארעספאנדענץ וואס זענען געווען "שבתאי'ש אין נאטור, אריינגערעכנט בריוו פון יונתן אייבשיץ". ווען חיון איז אנגעקומען קיין פראג קורץ דערנאך, אויף דעם לעצטן שטאפל פון זיין אומבאקאנטער לעצטער נסיעה, איז קיין איד נישט געווען גרייט אים אריינצונעמען אדער שפייזן — אויסער דעם ווייב און טאכטער פון ר' יונתן, וואס האבן אים געברענגט עסן און אויפגעהאלטן ביז ער איז אוועק.

כדי צו פארשטיין די ווייטקייט פון דער אינטערעסאנטער פארבינדונג, איז נישט נאר וויכטיג צו וויסן אז נחמיה חיון איז געווען א פארדרייטער שווינדלער, עס איז אויך וויכטיג צו פארשטיין ווי אנגעזען און געערט ר' יונתן איז געווען. ער איז געווען דער זון פון דעם רב פון אייבשיץ )איוואנשיץ, מאראביע(, און ער איז געווען דער שטערן תלמיד פון ר' מאיר אייזנשטאט פון פראסניץ, מחבר פון "פנים מאירות", וואס איז געווען בלי ספק דער מערסט איינפלוסרייכער תלמוד'ישער לערער פון זיין דור. ר' יונתן האט איבערגעשטיגן אלע זיינע חברים, און אין ה'תע"ה ) 1715 (, אין עלטער פון 25 יאר, האט ער זיך געצויגן קיין פראג און שנעל באקומען בארימטקייט אלס אויסגערופענער רעדנער און ענערגעטישער קהילה אקטיוויסט. ער האט זיך פארנומען מיט לאקאלע קריסטליכע פירער, און במשך די

פיל אפוועזנהייטן פון פראג'ס הויפט רב, ר' דוד אופנהיים – וואס איז אפט אוועקגערופן געווארן צו זארגן פאר זיינע ריזיגע געשעפטן – האט אים ר' יונתן פארטראטן. עס איז געווען באדייטנע רייבונגען צווישן דעם עלטערן און אינגערן רב, אבער ר' יונתן האט געהאט א ציענדע פערזענליכקייט,, וואס האט אים געוואונען פיל אליאירטע און אים ערמעגליכט צו שטיין קעגן דעם עלטערן רב'ס פיינטשאפט.

ס'איז שווער איבערצושאצן ר' יונתנ'ס מעלות. זיין אינטעלעקט איז געווען אומפארגלייכבאר, ער איז געווען כאריזמאטיש, אויסערגעווענליך ווארעם, א באגאבטער רעדנער, באהאוונט אין יעדן אספעקט פון תורה און וויסנשאפט, אן אויסערגעווענליך גוטן אויסזען, און באזיצט ענדלאזע ענערגיע. אויסער ר' יעקב עמדין, וואלט קיינער קיינמאל נישט געקווענקלט אין זיינע רבני'שע מעלות אדער געשטעלט א ספק אויף זיינע קוואליפיקאציעס אלס פירער און געלערנטער. אויב עפעס, איז עס געווען אט די שטארקע אייגנשאפטן זיינע, וואס האבן ארויסגעברענגט ברייטע וואונדער ווען שמועות האבן אנגעהויבן ארויסקומען אין ה'תפ"ה )1725 ( – לאנג פאר דעם פולמוס מיט ר' יעקב עמדין – אז ר' יונתן איז א באהאלטענער פירנדער שבתאי, פארנומען מיט די מערסט פארדארבענע פרואוון אריינצוברענגען שבתאי'שע גלויבונגען אין דעם אידישן הויפטשטראם.

אין זומער פון ה'תפ"ה )1725 (, איז א וואנדערדיגער מגיד גערופן משה מאיר פון זאלקיעוו אנגעקומען אין פראנקפורט וואו ער איז געפאלן אונטער חשד צו זיין א באהאלטענער שבתאי. ווען ער האט גע'דרש'נט אין א לאקאלער שול, האבן א גרופע רבנים דורכגעפירט אן איבערפאל אויף זיין צימער און אנטדעקט א כתב יד אין זיין באגאזש וואס האט זיך אנגעהויבן מיט'ן פסוק פון בראשית )כד:מב(: "ואבוא היום אל העין." דער מאנוסקריפט האט אנטהאלטן א דעטאלירטע כפירה'דיגע קבלה'דיגע באשרייבונג אויף גאט, וואס האט סיי אפגעווארפן זיין

זייט 21

זייט 21
טעקסט

איינציגקייט און אויך אנגעגעבן אז זיין מאכט איז פארקלענערט געווארן. די רבנים אין פראנקפורט זענען געווען באזארגט, אזעלכע געדאנקען זענען געווען גענצליך אין קעגנזאץ צו אידישקייט. זיי האבן געפונען משה מאיר און אים שטארק אויסגעפרעגט צו דערגיין ווער ס'איז דער מחבר פון דעם פארקרומטן מאטעריאל. אונטער אויסנאמליכן דרוק האט ער ענדליך אנטפלעקט אז ער האט באקומען דעם כתב יד פון נישט קיין צווייטן ווי ר' יונתן אייבשיץ פון פראג וואס איז — לויט ווי ער האט גע'טענה'ט — אויך דער מחבר. די רבנים זענען געווען געפלעפט. יעדער האט געהערט פון ר' יונתן — ער איז געווען א באקאנטער פיגור, געשעצט ביי יעדן וואס האט אים אמאל באגעגנט. ווי איז עס מעגליך אז דער שיינענדיגער רבני'שער ליכט, דער אויפגייענדער שטערן פון דער אייראפעאישער רבני'שער געמיינדע, קע ן האבן געשריבן אדער אפילו זיין פארבונדן מיט אזא מיאוס'ן חיבור? עס איז געווען גענצליך אומפארשטענדליך. די רבנים פון פראנקפורט האבן געפילט אז דאס איז גרעסער פון וואס זיי קענען באהאנדלען, און האבן באשלאסן צו רופן די גרויסע קאנאנען. די נעקסטע פאזע פון דער מלחמה קעגן שבתי צבי'ס ירושה איז געווען אויפ'ן וועג.

אין דעם צווייטן טייל וועלן מיר שרייבן איבער דעם טומל וואס איז אנטשטאנען דורך דער אנטדעקונג פון דעם "ואבוא היום אל העין" כתב יד, און ווי דער אנטי-שבתאי'שער וועטעראן ר' משה חגיז האט געפירט דעם פרישן קאמף אויסצורייסן שבתאות, צילנדיג ר' יונתן אייבשיץ און צענדליגער אנדערע וועם ער האט באשולדיגט אין כפירה און אנדערע שרעקליכע אקטיוויטעטן.

מיר וועלן אויך זען וויאזוי ר' יונתן האט רעאגירט צו די באשולדיגונגען און רב חגיז'ס קאמפיין, און וויאזוי ער האט עווענטועל מצליח געווען זיך אפצושאקלען דערפון און ווערן אן עלטערער רבני'שער פיגור אין פראג, ביז ער איז שפעטער אויפגענומען געווארן אלס רב פון מעץ און

האמבורג — צוויי פון אייראפע'ס מערסט אנגעזעענע קהילות. אויך וועלן מיר זען וואו רבי יעקב עמדין איז דאן געווען און וויאזוי ער האט רעאגירט ווען זיין צוקונפטיגער פיינט האט זיך געפונען אין דעם צענטער פון דער ביטערער מלחמה קעגן באהאלטענע שבתאים.

1 הרב דונר תשע"ד ביי א פאליטישע צוזאמקום אין בעווערלי הילס

דע ר ארטיקל איז געשריבן געווארן ארגינעל אויף ענגליש דורך הרב פנחס אליעזר הלוי דונר און איז געווארן איבערגעזעצט אויף אידיש דורך "אפענער" אויף קרעמל.

הרב דונר איז דער רב אין קהל יונג איזראעל אין נארט בעווערלי הילס קאליפארניע, א גאר באקאנטע היסטאריקער און באגאבטער רעדנער.

הרב דונר 'ס וועבסייט: rabbidunner.com .www אזוי אויך קען מען אים נאכפאלגן אויף אלע סאציאלע מידיא מען קען זיך פארבינדן מיטן רב אויף די פאלגענדע אימעיל אדרעסס: [אימעיל]

זייט 22

זייט 22
טעקסט

פארוואס?

איבער פראגעס און ענטפערס, און איבער חנוכה דורך: אלפא

1. פראגעס

מיין פיר-יעריג טאכטערל פרעגט מיך איין גרינעם דינסטאג, "טאטי, פארוואס פליען עראפלאנען?"

איך האב אנגעהויבן טראכטן וויאזוי איר צו ענטפערן, און איך האב גראד באמערקט אז עס איז נישט אזוי פשוט. נישט ווייל פליגערס האבן א קאמפליצירטע אינזשעניריע אונטער זיך — דאס איז צופעליג אויך אמת — נאר ווייל "ענטפערן א פראגע" איז אסאך מער קאמפליצירט ווי עס שיינט.

יעדע "פארוואס" פראגע — האב איך באמערקט — קען האבן אפאר ענטפערס, און זיי זענען בעיקר צעטיילט אין דריי קאטעגאריעס.

און אויף דער פראגע פון "פארוואס פליען עראפלאנען?":

1. מ'קען מסביר זיין דעם וועג וויאזוי עס פליט

2. מ'קען ארויסברענגען די סיבה פארוואס מ'וויל עס זאל פליען; דער נוצן וואס עס ברענגט

3. מ'קען ענטפערן "ווייל אזוי!"

די ערשטע צוויי הערן זיך גוט. איינס גיבט זיך אפ מיט די טעכנישע סיבות וויאזוי עס פליט און פארוואס עס פאלט נישט אראפ, דער צווייטער איז איבער די סיבות פארוואס מיר ווילן עס זאל פליען און פארוואס עס איז אויסגעשטעלט צו טון וואס עס טוט. דער דריטער ענטפער

אבער, "ווייל אזוי," הערט זיך אבער אבסורד — עס ענטפערט דאך ווארשיינליך גארנישט.

דא איז אבער דער כאפ. ביסודו פון יעדן ענטפער וואס איינער זאל נאר גיבן ליגט למעשה די צוויי ווערטער: "ווייל אזוי." און נישט נאר ניצן מיר עס דירעקט ווען מיר ענטפערן "אזוי וויל דער באשעפער", וואס האט אין עסענץ נישט צוגעגעבן קיין שום אינפארמאציע צום שואל, נאר אויך אין סיי וועלכן אנדערן ענטפער ליגט בשורשו דער געדאנק אז "עס איז אזוי — ווייל עס איז אזוי". מיר פארצוקערן אים נאר; מיר פאַרשטעלן די עכטע נאקעטע תשובה מיט א געמיש פון סאפיסטיקירטע אנדערע ווערטער, וואס בדרך לא דרך שטעלט אונז צופרידן.

און נאר קלאר צו מאכן, ווען מ'רעדט פון פראקטישע ידיעות, צו וויסן פארוואס א זאך טוט עפעס כדי אויסצוארבעטן וויאזוי צו האנדלען דערמיט, דאס גייט נישט אריין אין דעם שמועס דא בכלל, ווייל דארט איז די נייע אינפארמאציע ווערטפול פאר זיך אליין. דא איז דער נושא ווען מיר ווילן עפעס "פארשטיין לשם פארשטיין", פונקט ווי דאס קינד וואס וויל פשוט פארשטיין די וועלט ארום אים/איר. דארט — טענה איך — איז דער אולטימאטיווער ענטפער "ווייל אזוי", און קיין שום אינפארמאציע גייט נישט בעסער פארענטפערן די אונטערליגנדע פראגע. אין דער נקודה וויל איך אריינגיין טיפער אין די קומענדיגע פאראגראפן.

2.

פארוואס פרעגן מיר פראגעס?

דער פשוט'ער וועג צו אילוסטרירן מיין נקודה, איז מיט'ן פארלייגן סיי וועלכע פראגע. נעם די שאלה "פארוואס רעגנט?" גייט די ערשטע תשובה: ווייל די וואלקענעס האבן איבריגע וואסער אין זיך. נישט אזוי? קומט די קומענדיגע

זייט 23

זייט 23
טעקסט

פראגע: פארוואס האט עס איבריגע וואסער? פון דעם אקעאן וואס איז געדאַמפט געווארן דורך דער זון. פארוואס טוען די זון שטראלן פארדאמפן וואסער? ווייל די וואסער מאלעקולן ווערן אנגעהיצט פון דער ענערגיע פון די שטראלן, און זיי שפרייטן זיך אויס. פארוואס געשעט דאס? אה, ווייל די חוקי הטבע )אדער פאר די לומדים: קוואנטום מעכאניקס...( לויטערן אז אזוי זאל געשען…

אבער פארוואס טאקע?

איך מיין אז דא וועט שוין יעדער מודה זיין אז די תשובה איז "ווייל אזוי!"

און פאר דעם וואס וויל דוקא אריינברענגען גאט אין בילד, גייט עס סה"כ מיט איין טרעפל ווייטער — ווייל גאט האט עס אזוי אויסגעשטעלט! פארוואס האט ער עס בכלל געמאכט? ווייל "דרך הטוב להטיב", אא"וו מיט טעאלאגישע סברות און הסברים, ביז מיר קומען צו דער ענדע צו אז אזוי איז עס און פארטיג; מיר קענען אים/עס ממילא נישט פארשטיין.

עס איז נישט שווער צו זען פון דא וויאזוי יעדע פראגע האקט ביי דער ענדע פונעם טונעל אריין אין דער זעלבער וואנט, וואס יא, געווענליך שטעלן מיר זיך אפ אסאך פריער; מיר ווערן צופרידנגעשטעלט מיט איינעם פון די ענטפערס אויפ'ן וועג און מיר הערן אויף מיט דער ענדלאזער פראגע קייט.

פארוואס איז דאס אבער אזוי? פארוואס פרעגן מיר פראגעס אויב ביי דער ענדע ווערט מען נישט קיין סאך

https://www.youtube.com/watch?v=w8R-2aKUhm4 1 אין דעם שיעור ברענגט הגאון יצחק לאווי ארויס אז דער מושג "אמת", איז ווען עפעס איז מער כלליות'דיג, און דאס מער כלליות'דיג אן ענטפער איז, אלץ מער "אמת" טראגט עס. לויט דעם ווילן מיר אייבי ג

קליגער איבער דעם אולטימאטיוון ענטפער? 1 און וואס באדערט אונז בכלל ווען מיר 'פרעגן א פראגע'?

יעצט, איך גיי נישט איבערשפילן די גאנצע שפיל מיט אט די פראגעס און אויסלאזן מיט'ן באקאנטן "ווייל אזוי", ווייל פארדעם דארף איך דאך נישט דאס פאפיר ווייטער… איך וויל אבער יא ווייזן דעם לאנגן וועג וואס מיר נעמען כדי אויסצומיידן דעם אומבאקוועמען ענטפער, און איך וויל אריינקריכן טיפער אין דער פסיכאלאגיע פון וואס שטעלט אונז צופרידן ווען מיר זוכן "ענטפערס".

*

לאמיר צוריקגיין נאכאמאל צו דער פראגע פארוואס מיר פרעגן פראגעס. אזויווי כ'האב שוין פריער אויפגעמערקט, איז דא אסאך מאל וואס עס איז פאר ריין פראקטישע סיבות, ווען מיר דארפן זיך אן עצה געבן אין א געוויסער סיטואציע און די אינפארמאציע וואס מיר זוכן איז גארנישט מע ר ווי פראקטישע לייזונגען צו א פראבלעם.

עס ווערט אביסל שווערער ווען מ'האנדלט פון ידיעה לשם ידיעה, ווען מיר האבן א קשיא וואס באדערט אונז אן קיין ספעציפישן פראקטישן רעזולטאט וואס מיר זוכן.

לדוגמא, ווען מיין טאכטער האט געפרעגט פארוואס א פליגער פליט, האב איך אויפגעכאפט אז מיין בעבי )וואס רעדט שוין( פרעגט נישט די שאלה. הגם ער האט געזען אקוראט דעם זעלבן פליגער אריבערפליען זיין קאפ ווי מיין טאכטער, דאך האט דאס ביי אים נישט ערוועקט קיין פראגעס. עס קען זיך הערן מאדנע עס בכלל צו ערווארטן פון אים, אבער ווילאנג מ'פארשטייט נישט פארוואס מיין

צוקומען צו די מער כלליות'דיגע חוקי הטבע וכדו', ווייל יענע אינפארמאציע דערציילט אונז מער "אמת", ודוק. הגם עס איז נישט קלאר צי מיר האבן בכלל צוטריט צו דעם מושג אמת אליין, און דאס איז א נקודה וואס וועט ווערן דורכגעטון שפעטער אין דער סעריע.

זייט 24

זייט 24
טעקסט

טאכטער פרעגט יא די פראגע איז גארנישט מער מאדנע צו וועלן דערגיין פארוואס א בעבי פרעגט דאס נישט...

און די תשובה דערויף איז, אז ווילאנג מיר זענען א זייטיגער צושויער וואס באטראכט א נייע זאך, ברענגט דאס בכלל נישט ארויף קיין פראגעס. פונקט ווי פאר דעם בעבי ווערן נישט נולד קיין קשיות. עס איז נאר איינמאל מיר האבן שוין הנחות איבער דער וועלט, און הנחות איבער וויאזוי "נארמאלע" זאכן פירן זיך אויף, דאן ווערט נולד דער דיסאנאנס ווען עפעס פירט זיך אויף אנדערש און פאלגט נישט דאס "געזעץ".

עס איז נישט דער פאקט אז דער פליגער פליט וואס באדערט מיין טאכטער — עס איז דער דיסאנאנס אין קאפ צווישן דעם פאקט מיט אירע פריערדיגע הנחות. אין דעם פאל, ווייסט שוין מיין טאכטער אז זאכן פאלן נארמאל צו דער ערד און שוועבן נישט סתם אזוי ארום, און דער פליגער העכער איר קאפ שטעלט זיך נישט צו צו די כללים. דעריבער ווערט עס איר "שווער".

און דיסאנאנס איז דאס שליסל ווארט. יעדע פראגע ברענגט ארויס א געוויסן דיסאנאנס וואס האט זיך געשאפן אין אונזער מח, וועלכער קוועטשט און באדערט אונז ביז מיר זעטיגן עס נישט מיט נייע אינפארמאציע אדער מיט סיי וועלכן ענטפער.

דער דיסאנאנס איז אבער לכאורה מער א פסיכאלאגישער פענאמען ווי איידער א ריין קאגניטיווער. מיר זעען אז ס'זענען דא געוויסע פראגעס וואס ווערן אונז נולד נאר אונטער ספעציפישע סאציאלע און פסיכאלאגישע אומשטענדן, א שטייגער ווי ווען מ'טוט דורך א נושא צוזאמען מיט אנדערע. אויך זעט מען אז עס פארלאנגט זיך אן עמאציאנעלע פארבינדונג מיט א נושא כדי עס זאל "באדערן".

פאר א ראבאט "באדערט" נישט קיין פראגעס. פאר אן אקאונטענט באדערט נישט צו פארשטיין וואס טונקעלע-ענערגיע איז, פונקט ווי פאר'ן סייענטיסט באדערט נישט פארוואס דער פויקער איז נישט אנגעקומען צום קאנצערט אין צייט. עפעס א פארבינדונג מוז געשען אויף א פסיכאלאגישן לעווע ל כדי עס זאל ווערן "שווער" — עס איז דאך א "געפיל" פון שוועריגקייט בסופו של דבר.

פארענטפערן אט די שוועריגקייט גייט אין דעם זין אויך מוזן פארמאגן א פסיכאלאגישן ענטפער באיזה אופן. און דאס איז אן אינטערעסאנטע נקודה. ווייל למשל מיט מיין טאכטער איז מיר נישט אזוי שווער צו דערלאנגען א צוקערל אנשטאט אן ענטפער, אדער גאר דערציילן א שפאנענדע מעשה, און איר גאנצע שוועריגקייט וואלט ארויס פון פענסטער…

און דאס וואלט נישט געווען בלויז אן אילוזיע האבנדיג מאמענטאל פארגעסן פון דער פראגע, עס וואלט איר זאגאר באמת בארואיגט. איי, וואס וועט זיין מיט'ן פליגער? דאס זעלבע וואס איז געווארן מיט אלע הונדערטער פראגעס וואס מיר האבן געהאט אלס קינד — פארוואס גראז איז גרין, פארוואס מען האט נאר איין מויל, פארוואס פייער איז הייס, אדער פארוואס טשיינע הייסט טשיינע...

צו נעמען דעם מהלך ווייטער, וואלט מען לכאורה געקענט פארענטפערן סיי וועלכע פראגע מיט א לייכטער דאזע מאראוואנא אדער אלקאהאל, וואס אנשטאט אדרעסירן דעם קאגניטיוון חלק פון דער פראגע, קען עס דירעקט בארואיגן דאס עמאציאנעלע געוויכט דערפון, וואס ווי געזאגט — אן דעם געפילישן חלק איז קיין שווערע פראגע נישט פארהאן.

אבער דא קומט אריין דער געדאנק אז נאך אלעם האבן מיר א ראציאנעלן חלק אין אונזער מח, און מיר דארפן מאכן סענס פון זאכן אויף א קאגניטיוון וועג, נישט ווייניגער ווי אויף אן עמאציאנעלן אופן.

זייט 25

זייט 25
טעקסט

מיר וועלן אנאליזירן טיפער די נקודה אינעם קומענדיגן ארטיקל, וואו מיר וועלן כאפן א בליק אויף דעם נושא פון "צופרידנקייט און באדייט" )Happiness & Meaning ( און וויאזוי מיר זוכן און טרעפן זיי. אבער אויף דערווייל, א קליין ווארט אויף חנוכה לאור וואס מיר האבן געשמועסט דא.

3.

אוי חנוכה, אוי חנוכה

חנוכה איז א יו"ט וואס מען אטעמט איין קשיא פון ווען עס קומט אריין ביז עס גייט ארויס: דעם בית יוספ'ס קשיא. עס איז זאגאר דער סענטערפיעס פון דעם יו"ט, וואס ווערט צעדראשן ביי יעדער מסיבה און ביי יעדן שיעור דורכאויס חנוכה — אן קיין ענדגילטיגע רעזולטאטן. און אנשטאט צו האבן דעם ענטפער איינמאל פאר אלעמאל, שיינט עס ווי די נקודה איז צו בלייבן שטעקן מיט דער קשיא און זיך ווייקן דערין.

פארוואס?

נאר לויט ווי מיר ברענגען דא ארויס, האט דאך יעדע קשיא א פסיכאלאגישן אספעקט דערצו. מ'קען איינשטילן א פראגע מיט'ן בארואיגן דאס געפיל, מיט'ן שלום מאכן מיט'ן מצב — נישט ווייניגער ווי מיט'ן פארענטפערן די פראגע גופא. און אין א וועג איז דאס דאך דער תכלית הידיעה: נישט צוצוקומען צו קיין תשובות.

דער תכלית הידיעה איז צו קענען לעבן און שלום מאכן מיט פראגעס ווי דער קליינע בעבי וואס האט בכלל נישט קיין פראגעס. דאס מציאות איז אים באקוועם וויאזוי ס'איז און פראגעס באדערן אים נישט. אונזער ציל איז זיך צו מאכן צופרידן פונקט אזוי, און פארשטיין אז דער אולטימאטיווער ענטפער גייט אייביג לאזן די פראגע הענגען;

דער אמת'ער ענטפער ליגט נאר אין זיך באקוועם מאכן מיט'ן מצב און פארשטיין אז עס איז נישטא וואס צו פארשטיין!

"תכלית הידיעה שלא נדע" מיינט נישט אז מ'דארף פארשטיין אז מ'פארשטייט נישט — - ס'מיינט פראסט אז מ'פארשטייט נישט, און אז עס 'אקעי' אזוי!

חנוכה איז ווען די העלעניסטישע קולטור האט פרובירט אריינצודרינגען בתוכינו און באדראעט אונזער ריינקייט מיט א פראפאזיציע אז מיר קענען יא פארשטיין. די חשמונאים האבן אבער געוואונען און מיר זענען געבליבן מיט אונזער שטארקייט אז וויאזוי ס'איז איז גוט; "ווייל אזוי." דאס ווערט רעפלעקטירט אין דער בית יוספ'ס קשיא וואס דארף נישט קיין תירוץ — מיר קענען לעבן מיט דער פראגע און נאך מאכן א גאנצן יו"ט ארום איר!

"בני בינה ימי שמונה קבעו שיר ורננים." חכמה איז כידוע די אינפארמאציע און געדאנקען וואס מיר זענען קונה, און בינה איז די מוחין דאימא וואס זיצט און באארבעט די געדאנקען און מאכט זיך באקוועם מיט זיי.

דער אויל, וואס איז מרמז אויף חכמה, איז נישט געווען גענוג — עס האט נישט געקלעקט פאר אכט טעג. די אינפארמאציע וואס מיר האבן דעקט נישט די פראגעס וואס באדערן אונז… עס דארפן קומען די "בני בינה", די וועלכע קענען זיצן מיט'ן פראבלעם, און מתקן זיין אכט טעג חנוכה — נאר אזוי ארבעט חנוכה.

פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל אזוי…

א פרייליכן חנוכה!

זייט 26

זייט 26
טעקסט

רבי'שע תאוות

אביגדור אונגאר

איין מאל א וואך פלעגט דער רבי ר' סנדר זיך אויסטון דעם רבי'שן קאלפיק, די ברייטע בעקישע און דעם גראבן גארטל. ער האט אראפגעלייגט די לולקע און די טאבאק-פושקע, פארמאכט דעם תיקוני זהר און צוגעשפארט די פּראווען הייליגן זיין שטוב.

אויסגעמאגערטן קערפער האט ער איינגעוויקלט אין א - פויערישן רוי פעלץ מאנטל און אנבאשוכט מיט דיקן שטיוול, גענומען א פשוט'ן שטעקן פון בוים, און זיך גענומען דרייען צווישן דעם עולם צו הערן וואס דריקט זיי, צו וואס שטרעבן זיי.

טאג און נאכט פלעגט ער הערן אידישע צרות.

דאס וויינעריי פון פשוט'ע פארלעך וואס קרעכצן וועגן זייער פערד'ס מחלות, דעם שוואכן וואוקס פון קארטאפל אין גארטן, און קינדער וואס ווילן נישט גיין אין חדר. אין יעדן קוויטל האט איינער געמוטשעט וועגן זיין געלט צושטאנד; פון יעדער בקשה האט ער געהערט א מין אומצופרידנקייט וואס ער האט עפעס קיינמאל נישט געקענט דערהערן. וואס ווילן זיי? וואס וויינט מען אזוי וועגן געלט? דער רבי האט אין זיין לעבן קיין האנדלונג

נישט געמאכט, קיין פריץ נישט אפגענארט, קיין פערד נישט געמעקלט, און ער איז געווען העכסט צופרידן פון זיין לעבן. טא וואס לויפן זיי נאך דאס געלט אזוי? וואס קאסט שוין אזויפיל? זיין קאפ וואס האט אלץ געשוועבט אין העכערס, אלץ געקלערט פון געטליכקייט און זעלבסט פארבעסערונג, האט קיין אנונג נישט געהאט אין די ענינים.

זיין פלאנטער האט אים גענאגט און געצופט. ווי קען ער דען זיין דער מליץ פאר'ן אייבערשטנ'ס פאלק ווען ער ווייסט ניטאמאל וואס טוט זיך ביי זיי? ביז ער האט מחליט געווען אז ער גייט איינמאל פאר אלעמאל דערגיין דעם סוד. ער וועט נאך אמאל פארשטיין וואס זיי ווילן פון אים און וואס זיי האבן דערפון. פאר דעם האט ער קיינעם געטרויעט — ער האט געמוזט גיין אליין און ארבעטן אליין; ער האט געמוזט פילן אויף דעם אייגענעם לייב וואס דאס מיינט עוה"ז, וואס מ'זוכט ווען מ'לויפט נאך די פארכמארעטע וועלט — די וועלט וואס האט קיין גלאנץ פאר ר' סנדר קיינמאל נישט געוויזן דורכאויס זיין לעבן.

*

מיט זיין קאפ פארטיפט אין הימל-באדעקטע וועלדער צווישן פארבארגענע באשעפענישן און דערהויבענע געדאנקען, האבן זיינע פיס אים גענומען צו דער שענק, די קרעטשמע, דער מארק אין שטאט, דער

זייט 27

זייט 27
טעקסט

פאליש אין ביהמ"ד, אדער גלאט אזוי צו גאסן פול מיט פאריאגטע מענער, פארסאפעטע ווייבער, פאר'חלומ'טע שמייכלדיגע יונגעלייט און לאכעדיגע קינדער. ער פלעגט באקוקן די פנימ'ער, באטראכטן די גרימאסן און אפלערנען די פונקען אין די אויגן פון די פארבייגייער — אט די גרימאס איז א האפנונג צו שליסן א בעסערן אפמאך קומענדיגע מאל מ'האנדלט מיט א פויער אין מארק, דער פונק אין די אויגן איז פון יאוש אז קיין האפנונג איז שוין מער נישט דא. דער ווינקט אין א וועג וואס יעדער קען דערקענען אז ער גייט יעצט אפטון א שפיצל, און אן אנדערער האט זיינע בייזוויליגע מחשבות ברייט אויסגעצויגן איבער זיין רויט פליישיג געזיכט.

ער הערט אונטער א שמועס נאכ'ן דאווענען — איבער א טיי מיט א קאצקע צוקער וואס האט זיך באקוועם געמאכט צווישן דעם רעדנער'ס ציינער און משום מה נישט געשטערט די כוואליע פון ווערטער פון זיין מויל — וואו יענער קלערט וואס דער רבי האט געמיינט מיט זיין לעצטער גזירה; ער לייגט צו אן אויער אין מקוה, ווען נאקעטע לייבן שטעלן אוועק יסודות אין אלץ און יעדן, און טריבע וואסער מישט זיך אויס מיט טיפזיניגע לעזונגען פאר יעדן וועלט'ס פראבלעם. דארט וויל מען וויסן הלמאי דער רבי לאזט זיך אזוי פון דעם ווייב זיינעם, דער איינדרוק פון די וואס פוסטעווען אין שענק איז אז דער רבי קען קיין גרייז נישט מאכן, און ביי די ווייבער אין מארק איז אנגענומען אז דער רבי מיט גאט זענען גאר איינס און דאס זעלבע; ער איז קוואליפיצירט צו שעלטן, בענטשן, צוזאגן און צונעמען — אלץ פאר דעם ריכטיגן פרייז.

דאס איז אבער נישט גענוג. אן צו ריכטיג פארשטיין פון וואס זיי רעדן און קווענקלען, איז אלעס נאר ווערטער, א מין רמז'ל וואס הינטער דעם ליגן געשמאקן און געפילן, בארירונגען און ערוועקונגען. ס'איז ווי די קבלה ווערטער אין די ספרים וואס זיין זיידע האט געטראפן אין א גרוב טיף

אין וואלד — אויף וואס זיין רבי'סטעווע איז באזירט. די זאכן כאפן זיך נישט אן אין קיין מציאות נישט, זיי פליען צווישן הימל און לופט אן קיין לאנדונגס פלאץ אויף דער ערד. אז ער האט געוואלט פארשטיין וואס טוט זיך, האט ער געמוזט טועם זיין פון דער וועלט, ווי פאסקודנע עס וועט נאר זיין.

דער גראבן וואורשט אין שענק האט אים געמאכט גרעפסן, הוסן און שטינקען פון אלע עקן פון זיין גוף, א בליק אין פנים פון איינעם פון די אנדערע פראסטע פרעסער האט אים פארדרייט דאס געוויסן מער ווי ער האט געקענט דערהייבן, ווען ער האט נאר פרובירט צו שמועסן אין מקוה מיט די ארומיגע, האט ער גלייך געכאפט אז ער האט דאך ניטאמאל וואס זיי צו זאגן.

*

וואך איין וואך אויס האט ער זיך פארשטעלט און זיך ארומגעדרייט. אמאל האט ער זיך זאגאר פארשטעלט ווי אן אלטע מארק פרוי מיט א שאל אויפ'ן געזיכט, אמאל האט ער אריבערשפאצירט צום דערנעבנדיגן שטעטל, זיך אנגעטון רייכע באלעבאטישע קליידער, זיך געזעצט אויף מזרח, געקויפט עליות, געפאדערט דאס ברעטל און זיך געפירט מעשה-פריץ אויף יעדן. אלץ האט ער דערלעבט — לפחות דורך די אויגן. טועם געווען האט ער קיינמאל נישט געקענט, זיין ערציאונג האט פון אים דעם גאנצן ענין פארהוילט.

ער פלעגט צוריקקומען צו זיין רבי'שער שטול, זיך אנגעטון דאס רבי'שע געצייג, א שמעק טון פון דער טאבאק - פושקע, און זיך ווידער אריינלאזן אין דער אייביגקייט פון אין-סוף. זיין באליבטער פרי עץ חיים און דער גוט אויסגעניצטער תהלים, זיין מקוה געגייעכץ מיט זיין קוויטל פראווען — צו די זאכן האט ער פארשטאנען,

זייט 28

זייט 28
טעקסט

אין די זאכן האט ער געזען א טעם. אבער אין דער לופט פון דער גאס? — וואס זוכן זיי דארט? וואס האבן זיי דערפון? פארוואס בלייבן זיי דארט? דאס האט אים געעגבערט ביז גאר, ער האט קיין לייזונג נישט געקענט טרעפן. ביים ארויפשלעפן די זיידענע הויזן זיינע נאך אזא שפאציר, האט ער געשפירט ווי ער ווערט צוריק א לייט. ער טוט זיך אן א מענטשליך געשטעל און זאכן שטימען נאכאמאל.

ביים לחיים געבן ביי א געפאקטן שבת שקלים טיש, פלעגט זיך אריינכאפן א מחשבה'לע ביי אים: וואס פארע איך מיך מיט די אלע אקסן, מיט באשעפענישן וואס ווייסן נישט וואס זיי זוכן אין לעבן? ער האט געקלערט אז די גאנצע זאך איז גאר א בלאף, ער ווייסט נישט וואס זיי טוען און זיי ווייסן נישט וואס ער טוט. ער האט ווייטער לחיימ'ט און געשאקלט מיט די הענט, ווייטער געקוקט יעדן אין די אויגן רינגס ארום דעם גרויסן טיש, אבער זיין קאפ איז געווען ערגעץ אנדערש. ווי איז מען פון דער וועלט טועם? ווי אזוי שיידט מען דעם רעטעניש?

איינמאל ביים זיך דרייען אין מארק, האט ער געהערט ווי מענטשן סודות'ן און שושקען זיך. יעדער זאגט זיין שכן עפעס אין אויער מיט א האלבן שמייכל, און מ'ווערט נאר מער און מער אנטציקט. דער רבי ר' סנדר זעט אז ער מוז זיך דערוויסן פון וואס ס'האנדלט זיך דא. ער גייט צו צו די שמועסער און לייגט צו אן אויער. ער

הערט עפעס וואס מאכט זיין בלוט קאלט און הייס אויפאמאל, זיינע אדערן פארגליווערט און זיין אטעם זיך אפשטעלן: זיין ברודער, ר' ליפא'לע, קומט באזוכן אין שטאט.

ביים רבי׳ן איז שוין געווארן גאר אן אנדער זארג. א סעקונדע צוריק האט ער זיך נאך מתבונן געווען אינעם אונטערשייד צווישן דעם מעון הימל און דעם היכל הימל, ער האט, אין זיינע געדאנקען, געפירט מלאכים פון חג"ת אויף נה"י און גע'מקיפ׳ט און גע'ניקפ׳ט פון אלע זייטן — און יעצט קומט ר' ליפא'לע צו פארן.

*

ר׳ ליפא׳לע איז גאר געווען דער אינגערער ברודער פאר ר׳ סנדר, אבער ער איז געגאנגען אויף אן אנדער וועג. ער האט זיך אין פארטיפט גראבע נגלה טאג און נאכט, געשריבן תשובות און זיך געדרייט אין רבנ'ישע קרייזן. ער האט געהאט א יד אין פיל נושאים, און אלטע חסידים האבן זיך בארימט אז ער איז דעם רבי'ן ז"ל'ס א זון. זיין גלאנץ אלס דעם אלטן רבינ'ס זון צוזאמען מיט זיין קענטעניס אין פסק הלכה איז זיי געווען א געשמאקער שילוב, און ער איז געווען א שטאלץ אין דער גזע.

נו, אז ר׳ ליפא׳לע קומט אין שטאט, דארף מען דאך אפריכטן א קבלת פנים. די ברידער וואס לעבן אזוי לאנג בשלום ובשלווה האבן גע'שמ׳ט אין דער גאנצער

זייט 29

זייט 29
טעקסט

אומגעגנט, און ר׳ סנדר האט זיך מיט דעם זכות השלום פיל באניצט ביים איינרייסן ביים אי ן-סוף פאר איינעם פון זיין סטאדע וואס האט דרינגענד געדארפט א ישועה.

צעטלען, שילדן און טאראראם האבן געבוזשעוועט אין שטאט. א קלייניגקייט? נאך אזא לאנגער צייט קומט ר' ליפא'לע באזוכן. מ'האט זיך געגרייט אויף א גרויסער סעודה צו מקבל - פנים זיין דעם גרויסן גאסט לתפארת בית אבותם.

*

די צוויי ברידער האבן זיך פריינטליך געקושט, ליבליך שפאצירט צוזאמען, און זיך איידל אראפגעזעצט צו דער גרויסארטיגער סעודת קבלת פנים. זיצן זיי דארט מיט די מוחות פארכאפט אין עליונות, ר' ליפא'לע באטראכט א שווערן רמב"ם און ר' סנדר קלערט איבער דעם אמת'ן מיין אין א שטיקל ברית ומנוחה וואס איז עפעס יעצט פארהוילן געווארן פון אים, ווען פלוצלונג הערט זיך א טומל ביי דער טיר. א פרוי רייסט זיך אריינצוקומען אין צימער, "איך מוז גיין צום רבי'ן!" שרייט זי מיט אלע כוחות. די צוויי ברידער קוקן אן איינער דעם אנדערן, און בבת אחת שאקלען זיי ביידע מיט'ן קאפ, ווי צו זאגן 'נו, זאל מען איר אריינלאזן'.

זי איז צוגעלאפן צו די אחים הקדושים, זיי געשטערט פון זייער וויכטיגער עבודה עליונה, און אויסגעשטרעקט א האנט מיט א קוויטל. "העלפט מיין טאכטער, א מקשה לילד! זיבן קינדערלעך און איין מאן זענען אנגעוויזן אין איר, זי מוז געהאלפן ווערן!"

צוויי הענט האבן זיך ארויסגעשטעקט צו כאפן דאס קוויטל. צוויי צדיקים האבן זיך געוואלט מוסר נפש זיין צו העלפן א אידישע פרוי אין אן עת - צרה, צוויי צדיקים האבן געוואלט איינשטעלן זייער גוטן נאמען אויף א הצלחה אין

דעם קוויטל. ר' סנדר האט באמערקט ר' ליפא'לע'ס האנט אין דער זעלבער סעקונדע וואס יענער האט באמערקט זיין האנט. זיי האבן געבליקט איינער אויפ'ן צווייטן, ווארטנדיג אז דער אנדערער זאל צוריקציען זיין האנט.

*

יאסל דער בעל עגלה שטייט צווישן דעם ציבור ביים קבלת פנים. ער פריידט זיך צו זען די צוויי ברידער, קינדער פון דעם רבי'ן ז"ל, אינאיינעם. ער שפירט ביי זיך דאס גליק פון א חסיד פון א רואיגן הויף; א פרייליכע סטאדע פון חסידים וואס דארפן נישט זארגן וועגן דעם פעטער צי יענעם ברודער. ער דארף זיך נישט שעמען ווי די וואס זייער הויף איז פארוויקלט געווארן אין מחלוקת, דין תורה'ס, געריכטן, שלעגעריי, גנב'עריי, קונטרס שרייבעריי און פאשקעוויל ווארפעריי — "ביי אונז איז ריין און איידל," פלעגט ער זיך אויפטון צו די פאסאזשירן אויף זיין פור.

זעענדיג די צוויי הענט אויסגעשטרעקט, אויסשרייענדיג פאר יעדן צוקוקער וואס טוט זיך ביי זיי אין געדאנק, איז אים דער קאפ געווארן צעמישט אין פארדרייט.

וואס ווילן זיי? וואס מוטשעט מען אזוי וועגן רבי'סטעווע? יאסל האט אין זיין לעבן קיין קוויטל נישט געליינט, קיין שיריים נישט פארטיילט, קיין עמוד נישט געבירגערט, און ער איז געווען העכסט צופרידן פון זיין לעבן. טא וואס לויפן זיי נאך די מאכט אזוי? וואס האט מען דערפון? זיין קאפ וואס האט אלץ געשוועבט איבער וועגן אין שטעגן, בערג און טאלן, אלץ געקלערט פון ציען א חיונה, העלפן אנדערע און ערציען זיין משפחה, האט קיין אנונג נישט געהאט אין די ענינים.

זייט 30

זייט 30
טעקסט

אזויווי עס איז אריינגעקומען מער ארטיקלע ן ווי געראכטן או ן מיר האבן נישט געוויסט וואס צו שניידן ערשט אלזא האט די רעדאקציע באשלאס ן ארויסצולייגן א פארגרעסערטע בלעטל לכבוד שבת חנוכה און צו פייערן דאס ארויסקום פון אונזער ערשטע בלעטל. די קומענדיגע בלעטלעך האפן מיר צו האלטן אי ן א קלענערע פארמאט כדי עס זאל זיין גרינגער ארויסצוגעבן תמידין כסדרן.

די קומענדיגע בלעטל איז געפלאנט אויף פרשת בא שבת מברכים שבט לכבוד שובבים און חמשה עשר בשבט.

די דעדליין אריינצוגעבן ארטיקלען פאר די קומענדיגע אויסגאבע איז דאנערשטאג וארא יאנואר 23 למספרם.

מיר קענען נאר אננעמען ארטיקלען וואס זענען גרייט צו דרוקן.

די אימעיל אריינצוגעבן ארטיקלען אדער הערות איז chvalyes1@gmail.com אדער שיקט א מעסעדזש צו ״כוואליעס״ אויף ״קרעמל״.