כוואליעס נומער 2 — שובבי"ם תשפ"ה
יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ענגליש) קען עס זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער.
- א ווארט פון דער רעדאקציע
- מיין שובבי"ם איבערלעבעניש — דורך: חבקוק
- א מוסר-השכל פון "ריעל האוסווייפס" — דורך: הרב י.ג.
- וואס פארשטייט א גוי? — דורך: דער גאלדענער אדלער
- פרעג דעם רב
- צופרידנקייט און באדייט — דורך: אלפא
- שובבי"ם מחשבות — דורך: ערפל
- מיסטעריעזע קמיעות — דורך: הרב פנחס אליעזר הלוי דונר איבערגעזעצט אויף אידיש דורך: אפענער
זייט 1
טעקסט
כוואליעס
אריגינעלער אידישער אינהאלט
גליון ב' - שובבי"ם תשפ"ה
אינהאלט
א ווארט פון דער רעדאקציע
מיין שובבי"ם איבערלעבעניש 3
א מוסר-השכל פון "ריעל האוסווייפס"
וואס פארשטייט א גוי?
פרעג דעם רב
צופרידנקייט און באדייט
שובבי"ם מחשבות
מיסטעריעזע קמיעות
זייט 2
טעקסט
א ווארט פון דער רעדאקציע
על כל גל וגל נענה לו בשיר וקול תודה
מיר זענען גאר פרייליך פארצושטעלן פאר אייך, חשוב'ע אנגיין און פובליצירן תמידין כסדרן. מיר האפן טאקע זיך צו האלטן ליינער, די צווייטע "כוואליעס"! מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן צום פארמאט און סייז פון דער היינטיגער אויסגאבע.
פון דעם רייכן אויסוואל פון געלונגענע ארטיקלען.
מיר ווילן נאכאמאל באטאנען אז "כוואליעס" איז אן אויסגאבע די ערשטע "כוואליעס" האט ב"ה געהאט גאר א גוטן וואס ווערט געשריבן דורך אייך, חשוב'ע ליינער, און דעריבער אפקלאנג, ווי עס זאגן עדות די פיל גרוסן פון ליינער וואס האבן וועלן מיר נאר קענען אנגיין אזוי לאנג ווי עס קומט אריין א פלוס שטארק הנאה געהאט פון די הערליכע מאמרים. אזוי אויך האבן פון שיינע מאמרים אין סיי וועלכן תחום און זשאנער - היסטאריע, מיר צוריקגעהערט פון מערערע שרייבער וועלכע זוכן שוין לאנג וויסנשאפט, הומאר, פיקציע, פאעזיע, אא"וו. נעמט א פעדער אזא סארט פלאטפארמע ארויסצולייגן זייערע ווערק, און מיר האפן אין האנט און שרייבט אפ אייערע הגיגים און מיר וועלן מיר זען אייך צו קענען מהנה זיין בקרוב מאוצרם הטוב.
אז אייער ארטיקל זאל ווערן געדרוקט און פארשפרייט אין דעם הערליכן פארמאט וואס איר האלט יעצט אין האנט.
אזויווי איר זעט אליין, האבן מיר לכבוד דער צווייטער "כוואליעס" פילפאכיג פארשענערט דעם גראפיקס און דעזיין כדי מיר ווילן זיך גלייכצייטיג באדאנקען פאר דער פארוואלטונג פון דאס בלעטל זאל טאקע ווערד זיין דעם חומר וואס עס טראגט.
דעם "קרעמל" פארום פאר'ן מסדר זיין א דעזיגנירטע אפטיילונג די שיינע גראפיקס איז ערמעגליכט געווארן דורך א חשוב'ן נדבן צו דיסקוטירן און ארומשמועסן איבער ארטיקלען ערשינען אין הרוצה בעילום שמו, זאל גאט אים צוריקצאלן כפלי כפליים.
"כוואליעס". דארט וועט איר קענען שרייבן אייערע הערות והארות, קריטיק און פידבעק, ווי אויך וועלן מיר דארט כסדר אפדעיטן מיט דער פארשענערטער אויסשטעל איז ווי פארשטענדליך פיל געשמאקער צום ליינען, אבער איז אויך פארבונדן מיט מינימאלע אלעם אנבאלאנגט "כוואליעס":
הוצאות פאר יעדער אויסגאבע. אלזא האבן מיר אנגעשטעלט https://kraimel.community.forum/search-forums/chvalyes א סיסטעם אז ווארעמע נדבנים וואס זענען אינטערעסירט צו די קומענדיגע אויסגאבע וועט האפנטליך ערשיינען באשטייערן פאר דעם חשוב'ן צוועק וועלן קענען ספאנסארן דאנערשטאג פרשת בשלח, לכבוד שבת שירה און ט"ו בשבט. דער הנצחות און ערמעגליכן די צוקונפט פון דער אויסגאבע. פאר מער דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען איז מיטוואך פרשת בא.
דעטאלן זעט דעם לעצטן בלאט.
ליינט מיט הנאה,
די רעדאקציע
ווי שוין געשריבן אין דער ערשטער "כוואליעס", צילן מיר ארויסצוקומען מיט קלענערע אויסגאבעס כדי מיר זאלן קענען
רעדאקציע אינפארמאציע
סקען דעם QR קאוד פאר
צו באקומען די קומענדיגע אויסגאבעס אין אימעיל ביטע שרייבט אייך איין אויף דעם פאלגנדן לינק:
אלע אויבנדערמאנטע לינקס:
https://lp.constantcontactpages.com/sl/832nQLo
איר קענט אונז נאכפאלגן אויף טעלעגראם און X מיט דעם הענטל @chvalyes זיך צו פארבינדן מיט דער רעדאקציע ביטע שיקט אן אימעיל צו chvalyes1@gmail.com אדער שיקט א הודעה צו אונזער "כוואליעס" ניק אויף "קרעמל"
זייט 3
טעקסט
מיין שובבי"ם איבערלעבעניש
יסוד צדיק - א תיקון כללי
דורך: חבקוק
אט איז שובבי"ם, די קאלעמוטנע נעכטן, אבער היינט מיין איך עס אמת'דיג, איך זאג מיר צו.
טעג צווישן חנוכה אין פורים. עס הענגען שוין די פלאקאטן אין שול וועגן שובבי"ם א טבת'דיגער פרעסט גייט אויף דער טעיפס און תהילים מנינים. עס דערמאנען וועלט. דער ווינט שמייסט אין פנים, רייסט זיך מיר די אמאליגע הייליגע ווינטער נעכט אין די אויגן, עס טריפט אייז פון דער נאז אלס יונג בחור'ל. געווען בין איך דאן א און די פיס-פינגער זענען פארפרוירן. מיין יאר פופצן אדער זעכצן, עס איז ליל שישי, נשמה אבער איז ווארעם. איך דריק צו דעם תפילין בייטל צום הארץ און איך פירע פארטאגס, די וועלט שלאפט נאך, דערמאן מיך די הייליגע ווערטער פונם אני ישנה ולבי ער. ערשט אפאר שעה רבי'ן ר' אלימלך אין צעטיל קטן וואס איך צוריק בין איך נאכאמאל דורכגעפאלן, לערן יעדן טאג.
אבער יעצט איז א נייער טאג. מודה אני לפניך, חדשים לבקרים רבה אמונתך. איך "אֵלֶה הַדְבָרִים" - דאס זענען די זאכן ווייס איך האב שוין געזאגט די זעלבע זאך וואס א מענטש זאל טון יעדן טאג און ער
וועט לעבן מיט זיי. א בלופרינט פונעם רבי'ן אליין, א פינקטליכער פלאן מיך אפצוהיטן פון זינד און היילן מיין פארשמירטע נשמה. "בְּכָל עֵת וָרֶגַע שֶׁהּוא פָּנּוי מִן הַּתֹורָה" - צו יעדער צייט און סעקונדע וואס ער איז ליידיג פון תורה, און בפרט ווען ער זיצט אליין אדער ליגט אויף זיין בעט און קען נישט שלאפן, זאל ער טראכטן פון דער מצוה פון "וְנִקְדַשְׁתִּי בְּתֹוְך בְּנֵי יִשְׂרָאֵל". אבער נעכטן ביינאכט האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן און די שולד געפילן נאגן ביים הארצן. איך האב געליינט די קריאת שמע פונעם אריז"ל בקדושה
זייט 4
טעקסט
וטהרה, זיך אויסגעוויינט ביים סידור'ל: הֶרֶב כַּבְּסֵנִי מֵעֲוׂנִי ּומֵחַטָּאתִי טַהֲרֵנִי, הֵן, זיסער באשעפער, בְּעָוֹון חֹולָלְתִּי ּובְחֵטְא יֶחֱמַתְנִי אִמִּי, הַסְתֵּר פָּנֶיָך מֵחֲטָָאי, קוק מיר נישט נאך אזוי מיט א פארגרעסער-גלאז, וְכָל עֲוׂנֹתַי מְחֵה. איך האב געבעטן דעם באשעפער, בְּשָׁלֹום יַחְדָּו אֶשְׁכְּבָה וְאִישָׁן, היט מיך אפ פון זינד, לאז מיך זיך לייגן בשלום און אויפשטיין בשלום.
אבער אנשטאט דעם "אֵׁש גָדֹול וְנֹורָא בֹועֵר" וואס דער רבי ר' אלימלך האט ּ געהייסן זיך פארשטעלן, האט געברענט אן אש גדול ונורא פון תאוות רעות רח"ל. דער אש היצר, דער מקור התאווה. דער רבי זאגט "כְּשֶׁיָבֹא לֹו ח"ו מַחְשָׁבָה רָעָה מֵנִיאּוף" זאל מען זאגן אפאר מאל וְנִשְׁמַרְת ָּ מִכָּל דָבָר רָע, אבער איך האב דאס אלץ פארגעסן. פארגעסן אלע מיינע גוטע קבלות פון צופרי, פונעם ישמח ישראל, פונעם באר מים חיים, פון שובבי"ם, פונעם יסוד שביסוד, עס איז געווען מוחין דקטנות. ווילדע געדאנקען האבן מיך איבערגענומען ווי עפעס אן אומהייליגער דיבוק איז אריין אין מיר, זיך פוגם געווען אינעם אות ברית קודש, ַאווי די נאכט פארדעם און די נאכט פארדעם.
דער ווינט וואיעט און איך טראכט פון מיינע מוחין. דאס איז דער נייער טערמין וואס איז מסביר מיין ראלער קאסטער פון עליות וירידות. מוחין דגדלות און מוחין דקטנות, און ווידעראמאל מוחין דגדלות און ווידעראמאל מוחין דקטנות. אין וואספארא מוחין געפין איך מיך יעצט? איך פרוביר צו פארשטיין מיט ביטערניש הלמאי מיין קטנות איז אזוי קליין און מיין גדלות אזוי גרויס.
פָּתַח אֵלִיָּהּו וְָאמַר, קלינגט מיר אפ אין קאפ, רִּבון עָלְמִין, הער פון אלע וועלטן, דְַּאנְתְּ הּוא חָד וְלָא בְּחֻשְׁבָּן, וואס דו ביסט אזוי איינציג ביז גאר, העכער פון אלע הויכקייטן, פארבארגענער פון אלע פארבארגענישן. נישטא קיין מחשבה וואס פארשטייט דיר, און דו ביסט
דער וואס פון דיין איינציגקייט האסטו נָכֹון חַדֵּׁש בְּקִרְבִּי, גראד מיך אויס ווייל איך ארויסגעברענגט צען זאכן צו פירן די קען נישט אליין.
אפענע און פארבארגענע וועלטן, און מיט איך גיב א טבילה פאר'ן רבי'ן און נאך זיי פארבארגסטו זיך פון פון מענטשן:
איינס פאר'ן ריבניצער, זאלן זיי זיך מיען חֶסֶד - די רעכטע האנט, גְּבּורָה - די לינקע פאר מיר דארט אויבן. איך וויל בלייבן האנט, תִּפְאֶרֶת - דער גוף, נֶצַח וָהֹוד - די אונטערגעטונקען אין די הייליגע וואסער, צוויי פיס, יְסֹוד פארענדיגט דעם גוף - דער נאר מען דארף שוין באלד לויפן אין ישיבה. אֹות בְּרִית־קֹדֶש… איי איי איי, איי איי איך יאג מיך אריין אין היכל פאר אפאר איי, דער אֹות בְּרִית־קֹדֶש! און וויבאלד דו מינוט, נאכאמאל צו חזר'ן די הייליגע ביסט אין די אלע זאכן, איז יעדער מענטש ווערטער פונעם צעטיל קטן:
וואס טיילט אפ איינס פון די אנדערע צען "לְסַפֵּר בְּכָל פַּעַם לִפְנֵי הַמֹורֶה לֹו דֶרְֶך איז דאס אים גערעכנט ווי ער האט זיך הַשֵׁם… כָּל הַמַחְשָׁבֹות וְהִרְהּורִים רָעִים... אפגעשיידט פון דיר… איי איי איי, איי איי אֲשֶׁר הַיֵצֶר הָרָע מַעֲלָה אֹותָן עַל מֹוחֹו איי, "אִתְחַשִׁיב לֵיּה כְּאִּלּו ַאפְרִיׁש בְָּך!"
וְלִּבֹו… בְּשָׁכְבֹו עַל מִטָתֹו… וְֹלא יַעֲלִים אט קום איך שוין אן אין שול.
שּום דָבָר מַחְמַת הַּבּושָׁה.ׁ"
דער עקזאסט פען בלאזט ארויס א ערשט די וואך האב איך בתמימות קלארינירטע ווארעמע לופט. די שול מקיים געווען די הייליגע עצה. בתמימות, איז כמעט ליידיג, דער בויטשיק לייגט טאטע, נאר בתמימות. אן קיין התחכמות. אראפ דאס פעקל שמחה צעטלען, אינעם דער משגיח האט זיך פאראינטערעסירט קארידאר דרייען זיך א צוויי-דריי בחורים, אין די פרטים און פרטי פרטים, ווי דער אנגעצויגן מיט צעקנייטשטע פנימ'ער. צי הייליגער רבי ר' אלימלך שרייבט, און איך ברויכן זיי אויך א מקוה ווי מיר? צי זענען זיי האב גארנישט באהאלטן - וְֹלא יַעֲלִים ׁשּום אויך אפגעשיידט פון זייער באשעפער? צי דָבָר מַחְמַת הַּבּושָׁה. אוי, די בושה… עס פרובירן זיי אויך אנצופאנגען פונדאסניי?
האט געפילט ווי די געדערים גייען מיר איין די הייליגע מקוה, לויטערע וואסער, בשעת דער משגיח האט מיך אויסגעהערט. מה מקוה מטהר את הטמאים. איך טובל איך האב מיך אויסגעוויינט און ער האט מיך פיר מאל ווי די אותיות פון שם הוי"ה, געלערנט מיט מיר די ווערטער פון דער יוד - הי - ויו - הי. ס'שטיקט ביים האלז, לֵב גמרא, פונעם זוהר, פונעם ראשית חכמה. טָהֹור בְּרָא־לִי אֱֹלהִים, איך בעט דיר טאטע "ווען דער יצר הרע קומט לויפט זיסער, טויש מיר, מאך מיך ווי ניי, וְרּוח ַ מען אוועק!" דערמאן איך מיך דעם משגיח'ס פייערדיגע ווערטער. "עס
" ווען דער יצר הרע קומט
איז א מלחמה; מ'לויפט צו
לויפט מען אוועק!" דערמאן
אן אנדער פלאץ און מען ארגאניזירט זיך פונדאסניי."
איך מיך דעם משגיח'ס
איך בין אבער געבליבן
פייערדיגע ווערטער. "עס
נעכטן אויף דעם זעלבן פלאץ. נישט מלחמה
איז א מלחמה; מ'לויפט צו
ניטאמאל געהאלטן,
אן אנדער פלאץ און מען
פרובירט אפילו.
די מאוימ'דיגע צורות
ארגאניזירט זיך פונדאסניי."
גע'הרג'טע מיינע פון קינדער שפרינגען מיר
זייט 5
טעקסט
יעצט פאר די אויגן ווי שדים. איך זע מער נישט דאס קונטרס'ל, דעם שול היכל - נאר קינדער. טויטע קינדער מיט'ן משגיח. יעדער שטרעקט אויס דעם באשולדיגונגס פינגער: דו! דו ביסט דאס דער הורג נפשות, סוחטי הילדים בנחלים. די קאווע איבלט און ס'וויל זיך אנטלויפן פונעם מציאות.
אבער קיין יאוש איז נישט פארהאן. ירידות און עליות, מוחין דקטנות און מוחין דגדלות, היינט וועט זיין נאר עליות. היינט וועל איך זיין אין מוחין דגדלות, דערציילן נאר גוטע בשורות פאר'ן משגיח, מיין רבי וואס ווייזט מיר דעם דרך השם.
דער משגיח, א גרויער, שוין א יאר זעכציג, אויף וועמענ'ס גרויסן בויך און איינגעבויגענעם רוקן זענען קענטיג די צענדליגער יארן עבודת הקודש הינטער אים. אן אמאליגער איד מיט א פארצייטישן קאך וואס יראתו קודמת לחכמתו. זיין אויסגעאקערט פנים איז תמיד ערנסט, אבלתו בפניו וצהלתו בלבו. אויגן וואס האבן געזען אויגן, א שאפראנער רב, א סקווירער רבי, א ר' יונתן שטייף, געהערט דעם רבינ'ס שובבי"ם תורות און אויך געזען דאס ערשטע פיצא געשעפט אין וויליאמסבורג. ער האט שוין געטאדלט בחורים ווען בחורים זענען נאך געווען בחורים, און ער האט געזען די ערשטע געבויגענע כובע היטלעך אין ישיבה - מיטגעהאלטן דאס ירידת הדורות גראד פארנט פון זיינע אויגן אן דער מעגליכקייט עפעס צו טון.
מיר קינדער - זיינע תלמידים הקרויים בנים - זענען אלעמאל געשטאנען אין זיין קעגנווארט מיט גרויס יראת הכבוד, מיט א רעספעקט וואס איז כמעט ווי פארלוירן געגאנגען ביי דעם היינטיגן אינגווארג. אלץ דארשטיג פאר א גוט ווארט און א הדרכה אין עבודת השם, האבן מיר אויסגעהערט דעם משגיח'ס ווערטער צו יעדער געלעגענהייט מיט באגייסטערונג. יעדעס ווארט זיינס ווי גינגאלד און ווי שטיקער
פערל. זיינס א מליצה'לע, א משל, א שטיקל חסידות, ווי אלע פאליטיק און הבלי עולם הזה זענען בטל ומבוטל קעגן א בלאט גמרא, קעגן איין התגברות אויפ'ן יצר, קעגן איין מינוט עבודת השם.
א לייכטער שוידער איז מיר דורכגעלאפן ווען ער האט מיר אנגעטאפט די אקסלען נאכ'ן מעביר סדרה זיין שפעטער אין ישיבה.
"נו, וויאזוי גייט עס?"
איך נעם אראפ דעם של ראש, זיינע אויגן שטעכן מיר דורך, זיי דרינגען אריין אין די טיפענישן פון מיין נשמה, און איך קוק אוועק פארשעמטערהייט.
"ברוך השם."
איך פיל זיך נאקעט, אומגעלומפערט, די בושה איז גרויס. צו וואס האט מיר דאס אויסגעפעלט בכלל? פארוואס בין איך געגאנגען רעדן צו אים?
דער משגיח שטייט, רירט זיך נישט
זייט 6
טעקסט
פון ארט, איך זע א זעלטענעם שמייכל אויף זיינע ליפן.
"וויאזוי גייט אונזער מלחמה?"
מיין דורכפאל שטייט מיר פאר די אויגן און איך שפיר ווי איך רויטל. איך וויל נאר צוריקגיין צום ישמח ישראל, צום סידורו של שבת, זיך גרייטן צום גרויסן שבת, פארגעסן פון אלעם - איך גיי נאר פאראויס צו מוחין דגדלות.
"ברוך השם, אסאך בעסער," זאג איך מיט א פארשעמטן שמייכל.
"ברוך השם, דער באשעפער זאל העלפן אויף ווייטער."
ער ווארט צו הערן אויב איך וויל נאך עפעס זאגן, אבער מיין מויל איז ווי פארהאקט.
"אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש," זאגט דער משגיח, קוקנדיג מיט הנאה אויפ'ן הייפל ספרים פארנט פון מיר, "תורה, תורה, נאר תורה!"
איך הער אים רעדן אבער איך זע שוין
גארנישט. א קנויל פארעמט זיך אין האלז און די טרערן ווילן שוין קומען.
"פארצייל אלעס, רעד דיך אויס צו מיר, דער באשעפער וועט העלפן, א מלחמה קען מען נישט פירן אליין."
איך ווייס נישט ווי לאנג ער איז נאך געשטאנען דארט. ווען איך פארענדיג צוזאמלייגן די תפילין איז דער היכל שוין כמעט ליידיג. איך מורמל זיך דעם יום ווי דער מנהג נאכ'ן מעביר סדרה זיין, ה' מָלְָך גֵּאּות לָבֵׁש… עֵדֹתֶיָך נֶאֶמְנּו מְאֹד, און איך וויל אנקומען צו זיי אלע, באשעפער, אפילו עס נעמט לאנגע טעג, איך וועל אנקומען צו זיי אלע.
* אתה בחרתנו, ווי נישט ווי זיך דורכגע'בחור'ט, והשיאנו, ווי נישט ווי חתונה געהאט, ותתן לנו, און דערצו באקומען א כַאליַאסטרע קינדער נאך אויך, אבער דאס בחור'ל איז אין מיר שטענדיג געבליבן. כי האדם עץ השדה, א מענטש איז ווי א צוויבל, א מַאטריָאשקא פון
שיכטן שיכטן; ס'קומען אלץ צו נייע אבער דאס אלטע בלייבט און ווערן באגראבן וואס אמאל טיפער. דאס קליינע אינגעלע איז ארומגענומען מיט א יונג פרום בחור'ל, וואס איז איינגעוויקלט אין אן עלטערן פארוואונדעטן חתן-בחור, וואס ער געפינט זיך אין דעם אומוויסנדן גליקליכן שנה ראשונ'יק, וואס אויף אים איז געוואקסן די טאטע'שאפט נאך איידער ער האט געוואוסט פון פארדינען א ּפעני. דארויף געפינט זיך דער יונגערמאנטשיק וואס ראנגלט זיך ארויסצוגיין פון כולל, וואס אויף דעם געפינען זיך שיכטן און שיכטן פון וואקסנדער טאטע'שאפט, דירות, אמביציעס, אנטוישונגען און סוקסעסן, א נייע וועלט פון אויבער'חכמ'שאפט און גלאט אפיקורסות. אויף די נייע אינגערע שיכטן איז טאקע נישטא מער דאס תמימות פון אמאל, נישטא מער די הכנעה, נישטא מער קיין מעביר סדרה זיין, אבער טיף טיף באהאלטן איז דאס יונגע צעבראכענע בחור'ל מיט'ן צעטיל קטן. *
זייט 7
טעקסט
עס איז ווידעראמאל שובבי"ם. ליל שישי, פירע פארטאגס, די וועלט שלאפט נאך, אני ישנה ולבי ער. איך פארמאך די אויגן און איך הער מיך צו שטילערהייט צו מיינע מחשבות. אלעס ווערט שטיל און א ניי מציאות אנטפלעקט זיך מיר. גארנישט עקזיסטירט, נאר מיין אנטבלויזטער וועזן וואס אויף אים געפינען זיך די אלע ענדלאזע שיכטן. איך זע ווי זיי זענען אלע בלויזע שאלעכץ, ווערטלאזע קליפות, פארוואקסן אויף דעם בלויזן "איך" וואס עקזיסטירט און אבזערווירט אלעמאל אינעם הינטערגרינט. קליפות וואס זענען אפגעשיידט פונעם רִּבון עָלְמִין, אבער דער "איך" וואס איז הינטער זיי אלע איז קיינמאל נישט געווען אפגעשיידט פון אים, ווייל דער "איך" און דער "אים" איז איינס און דער זעלבער, דער רִּבון עָלְמִין, דער ריינער לויטערער רִּבון עָלְמִין, אלוהי נשמה שנתתי בי טהורה היא, אז גאט איז ריין בין איך אויך ריין. די אלע קליפות, אנגסטן און שולד געפילן, זענען פרוכט פון דמיונות, אייגענע און יענעמ'ס, דמיונות פון לעבעדיגע און פון די וואס זענען שוין לאנג געשטארבן, פון די וואס האבן געדרוקט ספרים און פון די וואס האבן עס מוריש געווען אין מיינע גענעס דורך דער דורות'דיגער טראומע.
און זיי רוישן, די קליפות, ווי ווילדע כוואליעס. זיי רודערן ארום ווי צו פארשטילן דעם אֵל מִסְתַּתֵּר הינטער זיי. און גאט איז טאקע פארשטילט אבער נישט אויף אייביג. די קולות פון די קליפות זענען הויך, אבער גאט'ס קול דממה דקה איז פיל העכער און פיל שטערקער, מִקֹּלֹות מַיִם רַבִּים… ַאדִּיר בַּמָּרֹום ה', פון אן אנדער פריקווענסי אינגאנצן.
הַס כָּל בָּשָׂר מִפְּנֵי ה' כִּי נֵעֹור מִמְּעֹון קָדְׁשֹו, גאט האט זיך דערוועקט אין מיר און אלע גערודערס ווערן פארשטילט. איך כאפ מיך אז איך בין טאקע א חלק פון דעם חָד וְלָא בְּחֻשְׁבָּן, ּובְהֹון אִתְכַּסִּיַאת מִבְּנֵי נָשָׁא, ער האט זיך באהאלטן פון דער מענטשהייט טאקע אין דער מענטשהייט זעלבסט. יְסֹוד צַדִּיק בְּשִׁבְעָה נֶעְלָם, דער
צדיק אין מיר איז באהאלטן טיף טיף, פארהוילן אונטער זיבן זאכן, העכער פון אלע הויכקייטן, פארבארגענער פון אלע פארבארגענישן, באצייכנט בלויז מיט'ן אות ברית פונדרויסן, דער מקור פון אלע ברכות בין איך גאר, צַדִּיק יְסֹוד עֹולָם, צַדִּיק ַאנִי ה'.
פלוצים איז שמחת תורה. שמחת תורה אינמיטן שובבי"ם. איך טאנץ אין צענטער פון דער גרויסער שול באקליידעט מיט ווייסע תכריכים, דער ספר תורה צוגעדריקט צום הארץ. אויף די פארענטשעס ארום און ארום טאנצן פארלוירענע נשמות, צענדליגער טויזנטער נשמות, צעקאליעטשטע, צעבראכענע, צעגלידערטע, איינעם פעלט א האנט און א צווייטער באשטייט נאר פון א האנט. זיי קוקן אלע אויס פונקט ווי מיר, אזויווי שפיגלען, טויזנטער שפיגלען. איך זע דארט אויך מחלת און לילית, איך זע דארט דעם מלאך מיט די אויגן, און דעם אלטן משגיח אויך. אלע קלאטשען צום טאקט פונעם ניגון, ווייזן מיט די פינגער און זינגען ארום מיר, צדיק אתה, טאטע טאטע, צדיק אתה ה'!
מֵעֵין הַבְּרָכָה צַדִּיק יְסֹוד עֹולָם צַדִּיק ַאתָּה ַאתָּה צַדִּיק ַאתָּה צַדִּיק ַאתָּה ה' און פלוצים בין איך אויך אויף די פארענטשעס. דאס זענען נישט קיין שפיגלען, דאס בין איך אליין. טאקע אין מחלת, אין לילית, און אינעם משגיח. און איך זינג מיט זיי צו מיין גאט אין מיר, צדיק אתה ה', ביסט א צדיק אינגאנצן. איך בין דיך מוחל, מוחל, מוחל, מחילה גמורה, מחילה בחסד וברחמים, נישט ווייל דו האסט תשובה געטון אויף עפעס שלעכטס נאר מעודך ביסטו געווען גוט. ווען דו האסט דיך געפייניגט אלס יונגער בחור פרובירנדיג צו דערשטיקן די ברענענדיגע הארמאנען, ווען דיינע מענטשליכע צרכים האבן גובר געווען, ווען דו האסט איינזאם
אליין דערנאך געוויינט אשמנו בגדנו, זאג איך דיר: לא אשמת, לא בגדת, לא עווית, ולא פשעת. אדם, א מענטש ביסטו. טאקע פארפאקט אין א פעקל עפר מן האדמה, טאקע א טיפה סרוחה, אבער דיין געטליכער וועזן איז דא, דו ביסט גאט און ווייטער קיינער נישט.
און אינעם בייכיגן משגיח מיט די ערנסטע טרויעריגע אויגן איז אויך פארפאקט דאס אייגענע אינגעלע. דאס זעלבע פרומע בחור'ל מיט זיין אייגן פעקל שולד געפילן, א יונגערמאן א בן תורה וואס גלייכט א פוטער-ברויט אבער וויל מואס זיין בחיי עולם הזה, א צעהאקטער שלום-בית, אנטוישונג אין די אייגענע קינדער, א פארזעעניש פון א קאריערע, ספקות און ודאיות, פאלשע הנחות און מערערע אמת'ן. גאט איז ביי אים פארשטילט דורך זיינע אייגענע רעש'יגע קליפות, זיינע קליפות וואס זעען נאר דעם בחורל'ס קליפות אבער נישט דעם חלק אלוק ממעל דארונטער. ער האט פרובירט אים צו העלפן מיט די כלים וואס ער האט באקומען אבער ער האט נאכנישט אנטדעקט זיין אייגענע נשמה.
ווען אנשטאט דיך בארואיגן האט ער נאר צוגעגאסן אויל צום פייער, לקיים מה שנאמר לאשמה בם, איז דאס אויך געווען די קליפות, זיינע אייגענע קליפות, איינער פון די פיל שיכטן וואס נעמען ארום דעם גאט אין אים - דער איין איינציגער גאט וואס געפינט זיך אין אונז אלע.
עס הייבט שוין אן טאגן אינדרויסן, מען דארף שוין באלד גיין דאווענען. איך טובל מיך אין מיר אליין, אין מיין לויטערן עצמיות, מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל. איך בלייב שוין אזוי אונטערגעטונקען, גע'טובל'ט אין געטליכקייט, מקוה ישראל ה'. די קליפות פארווארפן ווייט ווייט אוועק, אלע פגמים זענען מתוקן, זאל די טבילה זיין לעילו נשמתו הטהורה פונעם משגיח וואס דרייט זיך נאך ארום אין זיין אייגענעם עולם התוהו, זאל ער אויך טרעפן זיין אייגענע נשמה בקרוב ממש, אמן.
זייט 8
טעקסט
א מוסר-השכל פון
"ריעל האוסווייפס"
דורך: הרב י.ג.
אין אמעריקע איז ברייט באקאנט דער טעלעוויזיע פרענטשייס "ריעל האוסווייפס" )Real Housewives( פון דעם "בראווא" טשענעל. דאס איז א סעריע פון שויס וואס גיבן א מכלומר'שטן "עכטן" אריינבליק אין די לעבנס פון די פרויען פון א ספעציפישן רייכערן געגנט און געזעלשאפט און זייערע ארומיגע.
דער שוי איז א חלק פונעם "רעאליטי טעלעוויזיע" זשאנער, וואס האט נישט )אינגאנצן( קיין פאראויס-געשריבענעם סקריפט, און איז עכ"פ מער "עכט" ווי סתם א שוי. די פאפולאריטעט פון דעם פרענטשייס )עס האט אין אלגעמיין צווישן 1 און 3 מיליאן מענטשן וואס וואטשן דאס, בעיקר א פרויען דעמאגראפיק( איז אנגעבליך צוליב וואס מענטשן גלייכן מיטצוהאלטן די לעבנס פון דער עליטע און פון א העכערן ראנג אין געזעלשאפט.
אין סאציאלאגיע איז באקאנט אז די מידיא, אין יעדן פארמאט אירע, טוט סיי אפשפיגלען די געזעלשאפט וועם זי סערווירט און סיי איר אויספארעמען - זייערע נארמס, וועג פון טראכטן, פריאריטעטן אא"וו. דעריבער, ווי מער פאפולער און פארשפרייט א שוי איז, אלץ מער קען מען זען דערין א סאציאלאגישע אפשפיגלונג פון יענער געזעלשאפט, און פארשטייט זיך אז אלץ מער השפעה האט עס אויף איר.
אין אלגעמיין קען מען קלערן אז די היימישע געזעלשאפט ווערט סיי נישט אפגעשפיגלט און סיי נישט באאיינפלוסט פון דער סעקולערער מידיא בכלל און פון "רעאליטי טיווי" בפרט. אבער, ווי באקאנט,
אזוי ווי עס גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך; עס איז לא ימלט, אפילו פאר א שטארק אפגעזונדערטער געזעלשאפט ווי אונזערע, נישט צו ווערן עטוואס באאיינפלוסט פון דעם ארומיגן "צייטגייסט" אין וועלכן זי געפינט זיך.
דעריבער איז יא שייך צו טרעפן אפדרוקן אין דער מידיא פון ביידע חלקים: וויאזוי אונזער חרדי'שע געזעלשאפט פירט זיך און דער איינפלוס וואס עס האט איבער אונזער געזעלשאפט. ספעציעל ווען דער שוי שפיגלט דאך אביסל אפ אונזער געזעלשאפט, וואו די פרוי איז צום אלעמען ערשט א "האוסווייף"...
דורכאויס דעם שוי איז שטארק בולט דער שטארקער דגוש אויף אויבערפלעכליכקייט און מאטעריאליזם וואס די פרויען און זייערע ארומיגע לייגן אויף יעדער זאך, און דאס אויסערגעווענליכע חשיבות וואס זיי טוען שטעלן אויף סאציאלע פונקציעס )געבורטס-טאג פארטיס וכדו'(. אויך זעט מען ווי זייערע געפעכטן זענען דווקא אויף דברים של מה בכך, און הגם דאס איז פארשטייט זיך אונטערגעשטעלט למען הדראמא, ווערט דאס אבער דאך אנגעגעבן אלס אן אפשפיגלונג פון זייער "עכט" לעבן, וממילא איז דאס א "מייקראקאזם" אויף דער געזעלשאפט אין אלגעמיין.
איך האב אין דעם געזען אן אפשפיגלונג פון אונזער געזעלשאפט. קודם דער מאטעריאליסטישער חלק און דאס געיעג דערנאך איז נישט קיין סאך אנדערש פון אונזער געזעלשאפט, אזוי אויך די געפעכטן און סתם שמועסן איבער שטותים און
גאסיפ, איז ווייטער נישט צופיל אנדערש פון דאס וואס מ'הערט זיך צו אין די היימישע קאווע-שטיבלעך און מקוואות )מאנעפיסטירט אלס רבי'שע פאליטיק וכדו'(, און ווער רעדט נאך אנבאלאנגט די סאציאלע פונקציעס, ווי שמחות, מסיבות אא"וו, וואס אין דעם איז ממש נישטא קיין חילוק פון ווי אזוי אונזער געזעלשאפט גייט צו דערצו און וויאזוי די "האוסווייפס" און זייערע ארומיגע באטראכטן דאס.
איך גלייב אז פון א סאציאלן פערספעקטיוו וואלט עס לכאורה נישט קיין סאך אנדערש אויסגעזען ווען די פרענטשייס מאכט א "ריעל האוסווייפס פון בארא פארק", "ריעל האוסווייפס פון וויליאמסבורג", אדער "ריעל האוסווייפס פון מאנסי" )אויסער דער צוגעלייגטער דימענסיע אז גראדע פירן זיי זיך רעליגיעז(. דאס איז א גוטע דערמאנונג איבער דער מאטעריאליזם אין אונזער געזעלשאפט, וואס מיר שפירן זיך צומאל "בעסער" ווי אנדערע געזעלשאפטן און מיר זענען אנגעבליך פארנומען מיט העכערע און טיפערע מטרות...
דעם מוסר-השכל וואס איך האב ארויסגענומען דערפון איז אז סדנא דארעא חד היא: אלע געזעלשאפטן זענען אריגינעל אויסגעשטעלט אויף דעם זעלבן סארט אויבערפלעכליכקייט. א מענטש דארף ארבעטן אויף זיך אליין זיך צו דערהייבן און לעכצן נאך טיפערס, און נישט טראכטן אז דאס באלאנגען צו א ספעציפישער געזעלשאפט מאכט אים אויטאמאטיש בעסער פון איינעם פון אן אנדער געזעלשאפט.
זייט 9
טעקסט
וואס פארשטייט א גוי?
דורך: דער גאלדענער אדלער
שטייט שמעלקע דארט ביים איז אויך א שטארקער טראדיציאנאליסט, באלעמער איבערגעבויגן איבער'ן טעיפ-אבער מיט א טוויסט: אויפגעקלערטקייט! רעקארדער. יא, איר ליינט גוט, שמעלקע יעדע טראדיציע קומט מיט א פארוואס און פארמאגט נאך א טעיפ-רעקארדער. אבער מיט א דריי: נע! ס'מוז נישט זיין אזוי, ס'איז דאס ווערט נאר געניצט צו הערן דברי-נאר א טראדיציע. און אז מ'טוט עס נישט תורה, ווי למשל די באקאנטע בנש"ק האט מען דען עפעס עובר געווען?! "א תורות, און אויך יעצט די שובבי"ם תורות, טראדיציע איז עפעס א הלכה אין שו"ע?" פארשטייצעך.
שטעלט אייביג געציל זיין וואונדער. "ווען דער רבי זי"ע האט גע'אסר'ט גיין צום ס'איז ליל ששי און שמעלקע ווייסט כותל מיינט עס דען היינט צוטאגס?" נישט פון קיין חכמות. שובבי"ם געדענקט טענה'ט געציל מיט די סענס סטריט ער נאך פון זיינע יונגע יארן אין ישיבה וואו עלטערע תלמידים. "ווען דער רבי לעבט מ'האט אריינגעבאכעט שעות רצופות כדי ווען היינט, נישט נאר וואלט ער עס נישט מתקן צו זיין די חטאת נעורים. זייענדיג א ג'אסר'ט נאר ער וואלט ווען געשיקט זיינע שטארקער טראדיציאנאליסט וועלכער חסידים אום שובבי"ם זיך אויסוויינען ביים איז מקפיד זיך נישט אוועקצורוקן א זיז כל כותל..."
שהוא פון דער מסורה, וועט שמעלקע אויך נישט אויפגעבן דאס הערן די שובבי"ם געבראקס? גייט זיכער נישט אן טעיפס ח"ו.
היינצוטאגס מיט דער אויסגעבאקענער מצה וועלכע מיר פארמאגן. עסן פיש שמעלקע קוקט נישט ארויס פון די מיט דער האנט? סתם א חזיר'יי! שלאגן העתקות, קרעכצט ווען דער רבי זי"ע כפרות נישט מיט געלט איז סתם נישט קרעכצט, און מורמלט ווען דער עולם צו דער זאך און אפילו מיט געלט איז א מורמלט. פאר שעות לאנג שטייט שמעלקע גאנצע שאלה. קידוש מאכן צווישן זעקס ביי דער בימה, ווען יעדע פאר מינוט הערט און זיבן? אמאל פלאגט מען גלייבן אין די זיך ארויס פון אונטער זיין שפיציג שארף מיסטישע זאכן אבער היינט צוטאגס איז שטאפן היטל א כליפעץ, דערנאך עטליכע דאך אן אנדער וועלט. זיך מישן פסח? כליפעצלעך וועלכע נעמען זיך צוזאם און קטניות? - אלטע גלות פראבלעמען. "שוין פארעמען א ריזיגן כליפעץ...
צייט ארויסצוקריכן דערפון!" טענה'ט געציל כסדר אין שול ביי קידוש זיצנדיג מיט'ן טלית אויף דער פלייצע. מיט איין * האנט האלט ער דאס מער מאדערנע, דינע אייערקיכל אריינגראבנדיג אין דער געציל, שמעלקע'ס אינגערער ברודער, פושקע מאטיאש הערינג, און מיט דער
אנדערער האנט פאכעט ער אין דער לופט ווי אויפצואווייזן ווי לעכערליך די מנהגים זענען.
געציל מיט שמעלקע זענען ווי אש און מים, א דבר והפכו. שמעלקע גלייכט און פארשטייט גוט צו א פיינעם גרילד שטיקל בשר, געציל, פון דער אנדערער זייט, איז גאנץ א קליינער עסער אבער א גרויסער מוילמאכער. דער צד השוה שבהם איז אז ביידע זענען זיי גאר שטארקע טראדיציאנאליסטן - שמעלקע מיט א תמימות און געציל מיט דריידלעך. אבער ווען ס'קומט למעשה וועט געציל טון יעדע טראדיציע מיט'ן גאנצן קנאק. קידוש מאכן דייקא נאך זיבענע, מיט דער רעזשוואלקע אנגעטון, אפילו שלום עליכם וועט ער נישט אנהייבן נאר נאך וואס דער זייגער קלאפט זיבענע. און פארשטייט זיך אריינגיסן א טראפל וואסער פונעם זילבערנעם בעכער אינעם וויין פלעשל אפצוראטעווען דעם קידוש וויין פון א פגימה.
בארכעס - דייקא שמאלע לאנגע. "בווין תתקטר," זאגט דאך דער אר"י הקדוש! פיש מיט הארטע קאטשאניע דייקא מיט די צען אצבעות. אפילו די זכר בונדלעך מיט'ן רעטעך פאר דער זופ וועט ער נישט אויסלאזן. ווער רעדט נאך פון די צימעס, די פערפל מיט די זיסע מייערן - ניטאמאל אינעם זעלבן טעלער פונעם פלייש נאר דייקא אין אן עקסטער טעלער, און אפילו אין שבת הגדול ערב
זייט 10
טעקסט
פסח. "מנהג ישראל תורה!" שרייט געציל מיט זיכערקייט. אפילו אויּפס נאך דער סעודה וועט ער בשום אופן נישט נאכלאזן, מ'דארף דאך משלים זיין די מאה ברכות! דעם "חי השם" פונעם הייליגן קאלובער וועט ער אוודאי קיינמאל נישט אויפטוישן מיט היינטיגע ניגונים.
געציל טרעט צו צום באלעמער וואו שמעלקע שטייט איבערגעבויגן, און הערט ווי שמעלקע זאגט זיך צו אז מהיום והלאה גייט ער מקפיד זיין אויף יעדן תיקון וואס העלפט אפמעקן די חטאת נעורים. אנגעהויבן פון דעם אויג פון דעם פיש פרייטאג צונאכטס, און דייקא מיט דער האנט; די בונדלעך מיט א שטיקל בארכע פאר דער זופ און אינזין האבן דעם שם יב"ק )יויך, בעבלעך, קויליטש(; פצעי מיט כפרה פיסלעך ווי ערליכע אידן האבן זיך געפירט; גאלע מיט געקנעטענעם קוגל באהאלטן צווישן דער הויט און פלייש ווי ס'ווערט געברענגט אין שו"ע, אא"וו.
שמעלקע זוימט נישט קיין רגע. ער קנייטשט איין דעם העתקות און לייגט עס אריין אין בוזעם טאש, דעם טעיפ-רעקארדער אריין אין רעקל טאש צוזאמען מיט'ן גארטל, און ער גייט מיט איילעניש צום בוטשער אויסוועלן דעם שענסטן ראוסט לכבוד שב"ק - כפרה פיסלעך, פיפיגלעך, לעבער, בהמה ביינער, טשיקן ביינער, מוח, מיט באקן פלייש. פון דארט גלייך צום פיש סטאר, א גאנץ פישל, מיט די אויגן. שמעלקע רעדט נישט אויס, ממש ווי שבועות ביינאכט, נאר ממש וואס ס'פעלט אויס. ער קומט אהיים נאכ'ן אויסגעבן פאר הוצאות שבת קרוב צו טויזנט טאלער, און שפאנט איין די גאנצע שטוב. ער טיילט איין ארבעט פאר יעדן, יאגט אונטער דעם עולם איש איש כפי עבודתו, און לאזט נישט רעדן קיין איבריגע שמועסן. די אטמאספער ביי שמעלקע אין שטוב אזא ליל ששי איז ווי אין מצה בעקעריי ערב פסח נאך חצות.
פרייטאג צונאכטס. שמעלקע קומט אהיים, נישט פאר זיבענע אויס מורא פון דעם רויטן שלעכטן מזל וועלכער קען זיך
נאך קאנעקטן אין דעם רויטן וויין. דאס הויז שמעקט אוועק פון אלע נארהאפטיגע מאכלים. זאל זיך נאר איינער דערוואגן איבערצולאזן א משהו אין טעלער. "ס'איז קודש קדשים," זאגט שמעלקע שטרענג פאר די בני בית, "כהנים אוכלים ובעלים מתכפרים! שב"ק זענען אידן אין א בחינה פון כהנים און אגאנצע וואך א בחינה פון בעלים." שמעלקע איז א בעל מחדש אויך, נישט בלויז איינער וואס פארשטייט גוט צו עסן.
שב"ק אינדערפרי אין דער הייסער מקווה טרעפן זיך די צוויי ברידער. שמעלקע איז גוט אויפגעלייגט נאכ'ן אפרעכטן אזא סעודת חקל תפוחין קדישין, און עס קומען ארויס הייליגע ווערטער פון זיין מויל: געציל, הער א חידוש וואס איז מיר בייגעפאלן היינט אינדערפרי ביים זאגן ברכת התורה "אשר בחר בנו מכל העמים". דער גוי, אן אנגעזינדיגטער, גייט צום גלח און איז זיך מודה ומתוודה. דער גלח קוקט אים אין די אויגן, קרייצט מיט זיין הענט אויפ'ן פנים, און זאגט אז יעזוס איז דאך געשטארבן פאר אונזערט וועגן, ער איז דאך א קרבן פאר אונזערע עבירות, "מחול!" זאגט דער גלח, "קענסט אהיימגיין רואיגערהייט און אנהייבן נאכאמאל."
מיר אידן, להבדיל אלף אלפי הבדלות פונעם גוי, מיר קומען אריין אין שול, טעיפס מיט העתקות ברוב עם, א שובבי"ם אקטיוויטי! ווער רעדט נאך אלס בחור, מען לאזט זיך ארויס מיט באסעס אין די גאר פריע פארטאגס שעה'ן, אין די פראסטיגע תקופת טבת נעכט, נאכ'ן לערנען שעות רצופות זופנדיג הייסע קאווע מיט לייכטן צובייס מיט אביסל הייסן קוגל. דערנאך רעכט מען אפ דריי זאפטיגע סעודות שבת מיט עטליכע טבילות אין א הייסער מקוה מיט נאך א פיינעם נאסן קידוש אין שול, אזוי אז אלע הייסע עבירות ווערן אויס און צעמאלן כעפרא דארעא. נו, מיט רעכט ווערן מיר אנגערופן דער עם הנבחר!
וואס פארשטייט דען א גוי צו תשובה?
זייט 11
טעקסט
כִּי שִׂפְתֵי כֹהֵן יִשְׁמְרוּ דַעַת וְתוֹרָה יְבַקְשׁוּ מִפִּיהו
פרעג דעם רב
א רעגולערע קאלום פון שו”ת בעניני הלכה מיט הרה”ג רּ’ יששכר כץ ראש מחלקת התלמוד בישיבת חובבי תורה
אבער לעניות דעתי איז דאס
שאלה:
נישט אזוי פשוט. אין 1614
לכבוד הרב כץ,
האט הגאון ר' יוסף בער
איך בין צוגעוואוינט ביים
איילענבערג זצ"ל געדרוקט
שיקן א וואונטש מעסעדזש צו פריינט אדער
א תשובה )באר שבע סימן
משפחה, צוצועדיגן מיט די צוזאמגעלייגטע
ע"ד( אין וועלכער ער שטעלט זיך שטארק אויף
הענט עמאדזשי אלס א צייכן פון תפילה.
דער זייט פון מתפלל זיין
לעצטנס האט מיר איינער מעורר געווען
מיט די הענט צאמגעקלאפט
אז דער מקור פון דעם עמאדזשי קומט פון
ווייזנדיג צום הימל. ער
עבודה-זרה, און אז עס איז אומריכטיג פאר אן
טענה'ט דארט אויך אז די
ערליכן איד דאס צו ניצן, וויל איך הערן אייער
אבות הקדושים האבן אזוי געדאוונט. )ער ברענגט
מיינונג איבער דעם באנוץ פון דעם עמאדזשי.
אן אינטערעסאנטן מדרש וואס זאגט אז רבקה האט געוואלט חתונה האבן מיט אפאר יאר צוריק האט
תשובה:
יצחק נאך וואס זי האט געזען אז ער איז הרב שלמה אבינר, מתפלל אויפ'ן ריכטיגן אופן, מיט די הענט א באקאנטער פוסק צום הימל, וואס דאס האט איר איבערצייגט אין די מזרחי-קרייזן אז יצחק איז "א גרויסער מענטש."( אין ישראל, טאקע שארף אפגעווארפן דעם באנוץ פון דעם תפילה-עמאדזשי.
הרב איילענבערג איז אזוי איבערצייגט אז ער האט דאן גע'טענה'ט אז "דער מקור דאס איז דער ריכטיגער וועג מתפלל צו דערפון איז אין אלטע עבודה-זרה'ס פון זיין, אז ער טענה'ט, קעגן דעם פשוט'ן די ווייטע מזרח-לענדער און אין משיחיות, פשט, אז אזוי האט דער אמורא רבא און דעריבער איז עס אסור."
געדאוונט )זע שבת דף י'(. און כאטש די
גמרא זאגט בלויז אז רבא'ס הענט זענען געווען איינע אין דער אנדערער, זענען זיי אויך געווען אויפגעהויבן צום הימל. און ער וואונדערט זיך דארט פארוואס מיר דאווענען נישט היינט אזוי.
כאטש ער פירט למעשה אויס - ווי הרב אבינר - אז דער מנהג איז בטל געווארן צוליב וואס ס'איז אדאפטירט געווארן דורך אנדערע רעליגיעזע גרופעס, זענען פיל פוסקים שטארק נישט מסכים מיט זיין סברא; זיי גיבן אן אנדערע סיבות פארוואס דאס האט זיך אויפגעהערט, און לויט זיי איז דאס טאקע דער בעסטער אופן מתפלל צו זיין.
דעריבער איז הרב אבינר'ס קריטיק קעגן דעם תפילה-עמאדזשי איבערגעטריבן און פלאך. אוודאי זענען דא עטליכע וואס פארבינדן די פּאזע מיט עבודה-זרה פראקטיק, אבער דאס איז א מיעוט אין אונזער הלכה'דיגער מסורה; רוב פוסקים נעמען אן אז דאס איז אייגנטליך דער בעסטער אופן מתפלל צו זיין.
דעריבער, ניצט דעם תפלה-עמאדזשי ווי פיל און אפט איר ווילט.
צו פרעגן א שאלה פון הרב כץ שיקט אן אימעיל צו: chvalyes1+asktherav@gmail.com
זייט 12
טעקסט
צופרידנקייט און באדייט
וויאזוי די צוויי זענען פארבונדן, און וואס דאס האט מיט פרעגן פראגעס
דורך: אלפא
אינעם פריערדיגן ארטיקל האבן מ'פרעגט איינעם צי ער איז צופרידן, גייט די תשובה זיך ווענדן אין אסאך ארומיגע מיר ארומגערעדט איבער פראגעס און פאקטארן: ווער פרעגט עס, וואס איז זיין ענטפערס; וואס אן ענטפער אויף א מטרה, אא"וו. על פי רוב האבן מענטשן פראגע באדייט, און די פארשידענע וועגן אויך א נטייה זיך אהערצושטעלן בעסער צו פארענטפערן א פראגע. מיר האבן געזען ווי זיי זענען באמת, און אסאך מאל אז אין א געוויסן זין באשטייט יעדע פראגע קענען זיי זיך אליין נישט אזוי גוט. דאס )וואס איז נישט נוגע פאר א פראקטישן אלעס לייגט צו צו דער שוועריגקייט צו צוועק( פון א פסיכאלאגישן דראנג און אבזערווירן, אנאליזירן, און צוזאמקלויבן נייגער, וועלכע מ'קען בעצם בארואיגן טרוקענע אינפארמאציע ארום דעם נושא דורך אנדערע וועגן און נישט דווקא פון "העפינעס".1 דורך ראציאנעלע תשובות. מיר האבן אויסגעשמועסט וויאזוי ביי דער ענדע לאמיר אבער נישט אריינקריכן אזוי קומט מען אייביג אן צו דעם אויספיר אז טיף, נאר באטראכטן די אויבנאויפיגע וועגן מיר ווייסן נישט - נאר עס איז אזוי "ווייל וויאזוי מיר קוקן אן "צופרידנקייט". דער אזוי", און דער בעסטער וועג איז צו שלום אמת איז אז יעדער מענטש קוקט עס אן מאכן מיט'ן געדאנק אז מיר פארשטייען אביסל אנדערש: ביי איינעם איז עס דאס נישט אלעס און אז אונזער לאגיק איז געפיל פון שפירן וויכטיג, ביי א צווייטן מצומצם. דא וועלן מיר ווייטער גיין אויף איז עס ווען ער עררייכט אדער ערפילט דעם גאנג. מיר וועלן אריינגיין אין דעם א געוויסע שאיפה, ביי א דריטן ווען ער נושא פון צופרידנקייט - "העפינעס," און האט התפשטות הגשמיות, ביי א פערטן באדייט פון לעבן - "מינינג אף לייף," און ווען ער איז פרייליך, און ביי א פיפטן ווען וויאזוי זיי זענען פארבונדן מיט'ן פריערדיגן אלעס גייט וויאזוי ער וויל. ס'איז באמת נושא פון פארענטפערן פראגעס.
שווער צו זאגן אויף איינס אדער אויף סיי וועלכן "כזה ראה וקדש", ווייל יעדער האט העפינעס איז א שווער ווארט צו זיך זיינע עקספעריענסן און עס איז נאך דעפינירן, און נאך שווערער צו עררייכן.
אלעם זייער א סוביעקטיוו געפיל.
עס איז עפעס וואס יעדער וויל, אבער ווייניג מענטשן זענען דערביי. ווען איך מיין אבער אז העפינעס איז נישט
אזוי ווייט א געפיל אין דעם פאזיטיוון זין, ווי עס איז דער געדאנק פון נישט פילן קיין נעגאטיווע געפילן. מיר דרייען זיך ארום אגאנצן טאג מיט רצונות, צרכים, שאיפות, גלוסטענישן, און זאכן וואס מיר דארפן און ווילן עד אין שיעור - און פשוט אראפצונעמען דעם כאאס פון אונזער קאפ, אט דאס באדייט צופרידנקייט. מיין בעסטע אנאלאגיע וואלט לכאורה געווען גאר קליינע קינדער )די זעלבע וועלכע פרעגן נאכנישט קיין פראגעס...( ווי אויך בהמות. זיי זענען צופרידן מיט זיך כל זמן עס פעלט זיי נישט קיין פיזישן געברויך, וואס מיינט אז צופרידנקייט איז אין אנדערע ווערטער דאס געפיל פון "באפרידיגונג" - Contentness. טא, צי וואס א ניי ווארט אויב איז שוין דא איינס דערפאר? טאקע ווייל עס איז דא דעם חילוק אז קאנטענטנעס איז א ריינער שלילי פון סיי וועלכע געברויכן, עס איז דאס געפיל פון פשוט און פראסט "שפירן גוט – נישט שלעכט". משא"כ צופרידנקייט ווערט שוין באגלייט מיט א קאגניטיוון שיכט דערצו, ס'קומט שוין מיט א ראציאנעלן פארשטאנד וועלכע דארף מאכן סענס פון דער צופרידנקייט; ס'דארף עס באצוקערן מיט א הסבר. אין
1( למען האמת, עס איז דא א וועלטליכער "העפינעס אינדעקס", וואס זיי האבן זיך זייערע וועגן צו מעסטן צופרידנקייט. א טייל דערפון
איז שנוי במחלוקת צווישן פראפעסיאנאלן - צי מ'קוקט וואס דער מענטש זאגט, צי מ'אנאליזירט זיין כלליות'דיגן מהלך החיים, צי מ'קוקט
אויף לאנגע אדער קורצע טערמינען, און צי פראפעסיאנאלן האבן מעגליך א בעסערן פארשטאנד ווי דער מענטש אליין איבער זיך זעלבסט.
זייט 13
טעקסט
אנדערע ווערטער, ס'איז "אותה גברת בשינוי אדרת", ווי מ'זאגט אין עברית, דאס זעלבע געפיל פון זיך אנטבלויזן פון סיי וועלכע געברויכן און נעגאטיווע געפילן, אבער וויבאלד עס קומט נאכן זיין באוואוסטזיניג צו די נעגאטיווע מצבים, טראגט עס א געוויסע פרייליכקייט, "דזשוי", און "סאטיספעקשאן" דערצו. און דאס איז וואס מאכט עס אייגנארטיג. איך שטעל נישט דא אהער קיין אקאדעמישע טעזע, וממילא גיי איך עס נישט אונטערשטיצן מיט הויכגעשפריצטע ראיות והוכחות. איך זאג מיר מיינס, און ווער עס וויל קען זיך דינגען. איך וויל בעיקר גיין ווייטער און זען פארוואס טאקע מיר זענען נישט ווי קליינע קינדער; פארוואס און וואס איז דער שיכט וואס
מאסלאו'ס "היערארכיע פון געברויכן"
מאכט אונז שווערער אנצוקומען צו ריינער תמימות'דיגער צופרידנקייט.
* מאסלאו'ס פיראמיד איבער דער היערארכיע פון פסיכאלאגישע געברויכן איז ברייט באקאנט. דאס איז א גראף וועלכער שטעלט פאר, פון אונטן ארויף, די צרכים פונעם מענטש. גאנץ אונטן ליגן די מינימאלע פיזישע געברויכן, ווי עסן, קליידונג, און א וואוינארט. העכער דעם קומט זיכערהייט, ווי געזונט, פאמיליע, און ארבעט. נאך העכער איז ליבשאפט, וואס נעמט אריין האבן נענטערע חברים ומשפחה. דאן קומט זעלבסט-שאץ, ווי קאנפידענס און עררייכונגען. און דאס העכסטע פון אלע איז זעלבסט-פארווירקליכונג, דאס מיינט ארויסברענגען די אייגענע יכולת'ן און מאכן דאס מערסטע פון זיך, א שטייגער ווי אויסדריקן שעפערישקייט, טרעפן באדייט אין לעבן, זיין מאראליש אד"ג. אן אריינגיין אין דער גאנצער פסיכאלאגיע דערפון, איז איין זאך גאנץ קלאר: דער מערסט עלעמענטארער - אדער בהמ'ישער - שטאפל נעמט אריין נישט מער ווי עסן, טרונקען אא"וו. גאר גשמיות'דיגע געברויכן. דאס מער מענטש מ'איז, דאס מער מ'גייט ארויף דעם
לייטער - דארף מען עפעס טיפער, זוכט מען אנצופילן עפעס גרעסער.
ביים שפיץ פונעם פיראמיד געפינט זיך "Meaning", וואס דאס טראגט אונז אריין צום צווייטן טייל פון אונזער אנאליז וועלכער באציט זיך צו "באדייט אין לעבן" - וואס דאס איז, פארוואס דאס איז אונז וויכטיג, און וויאזוי דאס אפעקטירט אונזער צופרידנקייט.
* "מינינג אף לייף" איז א פראגע וואס באגלייט אונז פון גאנץ פרי אין לעבן. פארוואס זענען מיר דא? האט אונז איינער דא אראפגעשטעלט בכוונה אדער זענען מיר א בלויזער עקסידענט? אויב האט איינער אונז אראפגעשטעלט, וואס וויל ער פינקטליך, און אויב נישט, פארוואס פלאגן מיר זיך? די פראגע האט געבויט און צוזאמגעווארפן רעליגיעס, אימפעריעס, און ציוויליזאציעס, און עס איז נאך עד היום דער צענטער-פונקט פון אסאך קאנפליקטן, נאך וואס פארשידענע גרופעס און אידעאלאגיעס האבן גאר אנדערע וויזיעס איבער אט דער פראגע.
פון איין זייט זענען דא די וועלכע זענען איבערצייגט אז )עפעס א( גאט האט אונז דא אראפגעשטעלט, און האט אריינגעלייגט אין אונז דעם צורך צו וועלן טרעפן "באדייט" טאקע כדי מיר זאלן צוקומען צו דער מסקנא אז ער איז דא און דערגיין וואס ער וויל פון אונז. פון דער אנדערער זייט זענען דא די וועלכע זענען נישט איבערצייגט אז סיי וואס שטייט העכער ווי וואס מיר זעען און באגרייפן, ס"ה האט זיך אפגעשפילט א לאנגע קייט פון עוואלוציע וואס האט צוגעפירט אז מיר זענען אהערגעוואקסן. איי, פארוואס און וויאזוי זענען מיר סאפיסטיקירט? פארוואס קומען מיר מיט א פונקציע פון זוכן באדייט - אויב עקזיסטירט עס נישט באמת? דאס ווערט לויט זיי פארענטפערט דורך עוואלוציאנערישע סיבות; צי מען האט עס ארויס אדער נישט, האבן אונזערע סאפיסטיקאציעס געהאט מעלות דורכאויס דעם וועג וואס האבן אונז געגעבן די אויבערהאנט איבער אנדערע וועמען מיר האבן איבערגעשטיגן. ביידע פון זיי לייקענען אבער נישט אז א לעבן אן קיין באדייט איז קיין סאך
זייט 14
טעקסט
נישט ווערט, און אז מענטשן וואס טרעפן עס נישט זענען ממש גרייט צו שטארבן דערפאר, זיי טענה'ן זיך נאר ווי אביעקטיוו און ווי "אמת'דיג" עס איז. ביידע וועלן אויך מסכים זיין אז כדי דער באדייט זאל אונז אנפילן קען עס נישט זיין קיין געדאנק וואס מיר טשאלענדזשן א גאנצע צייט, נאר עס מוז זיין עפעס וואס מיר פלאצירן העכער אונזער טעגליכן הלוך-ילך.
פאר דעם רעליגיעזן מענטש איז עס גרינגער. ביי אים איז דא א גאט וואס מיר זענען נישט משיג, און פון דארט און ווייטער לעבט ער זיין לעבן פאר אים - אדער לויט'ן וועג וואס ער האט עס אויסגעשטעלט. פאר איינעם וואס איז נישט עכט איבערצייגט דערין איז עס לכאורה אסאך שווערער2, אבער פארט נישט אוממעגליך. ער קען אויך האבן א מיטאס אדער פיקציע וואס זאל אים געבן באדייט אין לעבן. ביי איינעם איז עס זיין נאציאנאליטעט, ביי א צווייטן זיינע קינדער און משפחה, ביי א דריטן זיין ארבעט, און ביי א פערטן זיינע אויפטוען פאר דער מענטשהייט. וואס יא, ער קען אויך נישט אריינגיין טיפער און טיפער אין דער פראגע פארוואס די אלע זאכן זענען באדייטפול, ווייל ער גייט גאנץ שנעל איינזען אז ס'זענען נישטא קיין גוטע ענטפערס דערויף, אויסער עס אננעמען גלאטערהייט, אריינלייגן אין אזא קעסטל, פארהייליגן, און נישט צופיל שפעקולירן ווייטער. מיט דעם שטייט ער נישט קיין סאך אנדערש פון דעם רעליגיעזן מאן וואס האט בסופו של דבר אויך אנגענומען א סעט פון הנחות און פארהייליגט אן קיין איבריגע פראגעס.
דאס יא, עס קען זיך הערן מאדנע דער געדאנק אז מ'קען אליין אויפקומען מיט באדייט; דער רעליגיעזער מענטש פארשטייט אז באדייט מוז קומען פון אן
אביעקטיוון העכערן מקור. אבער דער אומגלויביגער זעט דאך עס נישט אלס אביעקטיוו, און לויט אים איז נישט קיין חילוק צי מ'נעמט אן עפעס אלס אביעקטיוו ָאן עס פארשטיין, צי מ'איז מחליט צו גיין מיט עפעס סוביעקטיוו ָאן עס טשאלענדזשן.
*
באמת זענען מיר שוין דא אביסל צוריקגעקומען צום נושא פון דעם פריערדיגן ארטיקל. פון איין זייט זעט טאקע אויס אז "באדייט" האט אן ענטפער, עס האט אן אבסאלוטע לעזונג וואס מ'דארף נאר צוטרעפן, אבער פון דער אנדערער זייט קען מען אויך זען וויאזוי עס איז מעגליך נישט מער ווי א פסיכאלאגישע פונקציע וואס איז דא פאר פסיכאלאגישע סיבות, און מיט'ן עס בארואיגן אויפ'ן ריכטיגן אופן קען מען פונקט אזוי ווייט אנקומען. אין אנדערע ווערטער, מיר זוכן טאקע פאר אביעקטיוון באדייט, אבער וואס גיבט אונז די ענדגילטיגע באפרידיגונג איז נישט די אביעקטיוויטעט דערפון נאר זאגאר אונזער סוביעקטיווער וועג פון האנדלען דערמיט און ווערן בשלום מיט'ן מצב אן פרעגן קיין איבריגע פראגעס.
איינמאל מ'פארשטייט דאס מאכט שוין מער סענס פארוואס מיר זענען ווייניגער "צופרידן" ווי קינדער און בהמות. זיי זענען נאך אריגינעל, זיי האלטן נאך ביי דעם אלוקים עשה את האדם ישר'דיגן שטאפל, זיי האבן נאכנישט ערווארבן דעם דראנג צו זוכן פאר באדייט, די וועלט האט זיי נאכנישט מעורר געווען קיין פראגעס וועלכע האלטן זיי אפ פון מאכן פארשריט. דעריבער זענען זיי קאנטענט וויאזוי זיי זענען. עס איז אונז, ערוואקסענע מענטשן, וואס זענען אריבער דעם שטאפל פון וועלן
2( און איך גיי נישט אריין אין די אלע סטאטיסטיקס איבער דעם היינטיגן "באדייט קריזיס," וועלכע מאנכע שרייבן טאקע צו צום פאקט
אז רעליגיע איז געווארן ווייניגער פאפולער.
זייט 15
טעקסט
פארשטיין פארוואס מיר זענען דא; פון נישט קענען אננעמען א פלאכן "t’I don know" אלס אן ענטפער.
מיר קענען זיך נישט צופרידנשטעלן מיט סיי וואס. מיר דארפן קודם לייזן דאס רעטעניש פון אונזער עקזיסטענץ און באפרידיגן דעם פיפטן שטאפל אין דער היערארכיע, און נאר אזוי קענען מיר זיך ערלויבן צו שפירן די רואיגקייט וואס בהמות שפירן נאכ'ן ערשטן שטאפל. און דערפאר הייסט עס "צופרידנקייט" און נישט בלויז קאנטענטנעס, ווייל עס איז אריבער אפאר שטרויכלונגען אויפ'ן וועג. סתם זיין צופרידן איז מאדנע - עס קען נאר נאכפאלגן א געפיל פון זיך שפירן וויכטיג אויף דער וועלט, "מיר האבן עפעס עררייכט", וכדו', וואס דער צד השוה איז אז מ'האט שוין א "סיבה" צו מעגן שפירן צופרידן. דאס איז פארוואס צופרידנקייט איז אזוי קאמפליצירט און קומט טאקע באגלייט מיט א געוויסן Joy פון האבן איבערגעקומען די שוועריגקייטן אויפ'ן וועג.
)במאמר המוסגר, מעדיטאציע איז
- צווישן אנדערע - אויך שטארק געבויט אויף דעם געדאנק אז צופרידנקייט קומט אין רעזולטאט פון נישט האבן קיין איבריגע געברויכן און גלוסטענישן. עס פארנעמט זיך מיט אויסליידיגן דעם קאפ פון סיי וואס עס האלט אפ פון זיך טרעפן אין דעם מצב, עס ברענגט דעם מענטש צו "לאזן גיין" און ענדערש אבזערווירן ווי א דרויסנדיגער די אייגענע מחשבות און געפילדער, אזוי אז דאס אלעס הערט אויף שטיין אין וועג און מ'ווערט פשוט "צופרידן".( * צום שלוס, מיר האבן געזען ביז אהער אז צופרידנקייט איז נישט מער ווי די באפרידיגונג, רואיגקייט, און זאטקייט וואס מ'פילט ווען די געברויכן זענען געדעקט, נאר וויבאלד מיר האבן א קאמפליצירטן ראציאנעלן געברויך פון "טרעפן באדייט" און דאס איז נישט אזוי גרינג צו זעטיגן, דערפאר איז דער וועג צו ענדגילטיגער צופרידנקייט היפש א לאנגער. דעריבער קומט עס למעשה אויך באגלייט מיט דעם פאזיטיוון גערוך פון האבן דורכגעשוויצט
דעם לאנגן וועג. אבער דאס בעסטע איז אויב מ'קען ווי פריער משלים זיין מיט'ן "ווייל אזוי", טרעפן אייגענעם באדייט אין סיי וואס אין לעבן, און שנעלער אנקומען צו ריכטיגער צופרידנקייט.
עס בלייבט אונז נאר יעצט איבער צו פארשטיין טיפער פארוואס טאקע מיר זענען פראגראמירט צו זוכן באדייט. איז דאס בלויז עוואלוציאנעריש, אדער שטייט איינער דערונטער? איז "t’I don know" א תשובה וואס מיר זענען באמת פעאיג אנצונעמען, אדער דארפן מיר יא האלטן פון עפעס טיפער אלס דער אולטימאטיווער ענטפער? האפנטליך וועלן מיר אינעם קומענדיגן ארטיקל אנרירן נאך אספעקטן אין דעם פעלד, אריינגיין מער אין דעם עפיסטעמאלאגישן געביט וויאזוי און וואס מיר נעמען אן אלס א ידיעה, און ווייטער גיין מיט'ן זוך פארוואס מיר זוכן צו גיין ווייטער...
האט מיר אלע און זייט מיר אלע... צופרידן.
זייט 16
טעקסט
שובבי"ם מחשבות
דורך: ערפל
אויף טונקעלע וועגן, אין רעגן, און שווערע שניי אנטשלאסענע טריט, ער גייט זיין גוט, פונדאסניי
א מקווה, מיא דנוקבא, מתקן זיין הרהורים זיך דערפרישן, אראפווישן, די חטאת נעורים
פון פארטאגס, העכער בוקס, איבערגעבויגן קיין איבריג מילה, די תפילה, זאל זיין כהוגן
די תאווה, פאר א קאווע, אביסל שאטן קיין כוס, ביז חצות, ווי יום כיפור קטן
יעדן דעטאל, בלי הרהור כלל, די תפילין פארבינדט ווארט ביי ווארט, אפשר פארט, רייניגן פון זינד
שטיקער לומדות, באוויר עומדות, איפכא מיסתברא פון אלע מינים, צוויי דינים, חפצא און גברא
אלע חנופות, שעות רצופות, תענית הראב"ד פיל מיטלען, אפילו צען קאפיטלען, אפגעפראוועט
טישן רוקן, א פרומער תיקון, זיך כאפן דאס הארץ א באנטש, ספאנדזש, ווייס און שווארץ
מיט גרויס פלאג, אריבער דעם טאג, אויפ'ן וועג אויסגעטרעטן מיין שטייפער גאט, אפשר דאך האט, זיך געלאזט איבערבעטן
זייט 17
טעקסט
צווייטער קאפיטל
מיסטעריעזע קמיעות
דורך: הרב פנחס אליעזר הלוי דונר איבערגעזעצט אויף אידיש דורך: אפענער
די געשיכטע ביז יעצט: אין יאר ה'תכ"ו משה חגיז. חכם צבי'ס שטארקער קאמפיין )1666( איז די משיח'ישע אוואנטורע פון האט סוף כל סוף מצליח געווען און חיון שבתי צבי געקומען צו א שנעלן סוף ווען איז קיינמאל נישט ערנסט גענומען געווארן דער פאלשער משיח האט זיך געטויפט צו נאכדעם, אבער אין דעם פארוויקלטן איסלאם. פאר דער מערהייט פון אידן האט פראצעדור איז חכם צבי און זיין משפחה זיין טויפן געמאכט אז ער זאל פארגעסן - אריינגערעכנט זיין עלטסטן זון יעקב, ווערן און דאס לעבן זאל צוריקגיין צו שפעטער "ר' יעקב עמדין" - געצוואונגען נארמאל, אבער פאר א קליינער אבער געווארן צו פארלאזן אמסטערדאם, צוליב וויכטיגער מינאריטעט איז די שבתי צבי דער פיינטשאפט וואס חיונ'ס שטיצער מיסיע קיינמאל נישט געענדיגט געווארן.
האבן געברענגט קעגן זיי.
פון געזעלשאפטן געהיימע חיון איז ווידער אויפגעקומען אין באהאלטענע שבתאים זענען געגרינדעט צענטראל אייראפע אין ה'תפ"ה )1725(, געווארן, און די פארקרומטע גרופעס האבן ווען חכם צבי האט שוין נישט געלעבט. ווייטער געגלייבט אין שבתי צבי אלס דאן איז חיון פארבאטן געווארן פון אלע משיח, און אין פארקרומטע פסעוודא-קהילות און איז צום סוף פארשוואונדן קבלה געדאנקען וואס זענען געווען דער געווארן - אבער נישט פאר עס איז רוקנביין פאר דעם גלויבן. אין די יארן אנטפלעקט געווארן אז ער האט לעצטנס נאך זיין טויט זענען געהיימע שבתאי'שע געהאט קאנטאקט מיט א יונגן רבני'שן אקטיוויסטן כסדר אויפגעדעקט געווארן שטערן פון פראג מיט'ן נאמען ר' יונתן דורך אויפמערקזאמע רבנים וואס אייבשיץ. ווי כאילו דאס איז נישט האבן פארשטאנען די גרויסע סכנה גענוג, איז ר' יונתן אויך אידענטיפיצירט וואס זיי ברענגען פאר אידישקייט אויב געווארן אלס דער מחבר פון אן אנאנימען זייערע געדאנקען קומען אריין אין דעם שבתאי'שן כתב יד מיט'ן נאמען "ואבוא הויפטשטראם פונעם אידישן לעבן.
היום אל העין". די ארענע איז געווען גרייט פאר א דראמאטישן קאנפליקט צווישן איינער פון די שווינדלער איז די קעמפער קעגן שבתאי'שער השפעה געווען נחמיה חייא חיון, וועלכער איז און איינעם פון אייראפע'ס מערסט אויפגעדעקט געווארן אין אמסטערדאם עלעקטריפיצירנדע יונגע רבנים, וועמענ'ס אין ה'תע"ג )1713( דורך חכם צבי אשכנזי צוקונפט אלס באדייטנדער פירער אין - א באוואוסטער רבני'שער געלערנטער דער אידישער וועלט האט אויסגעזען און קבלה'יסט - צוזאמען מיט זיין חבר ר' פארזיכערט.
די בעפארשטייענדע מערכה אין ה'תפ"ה )1725( וועט זיין פיל מער קאמפליצירט ווי דער קאמף קעגן חיון מיט איבער א יָארצענדלינג פריער. אין יענעם קאנפליקט איז דער שבתאי'שער קעגנער געווען א וואנדערדיגער דרשן, וואס, מיט אלע זיינע טאלאנטן, איז געווען א גרינגער קרבן. קיינער פון חיונ'ס אליאירטע זענען נישט געווען זיינע פריינט; זיי זענען געווען פרישע באקאנטע. אויך זענען געווען אזעלכע צווישן זיי וואס זייער שטיצע איז געווען באזירט אויף זייער אייגענע שבתאי'שע גלויבונגען, וואס פאר זיי איז חיון געווען בלויז נאך א מיטל צום ציל, און ווען דער קאמף איז געווען א פארלוירענער, האבן זיי אים שנעל פארלאזט צו זיין ביטערן גורל אן צוויי מאל טראכטן.
ר' יונתן איז אבער געווען גאר אנדערש. ער איז געווען דער אלטימאטיווער "אינסיידער" - יחוס, א געטרייע נישט-און נאכפאלגערשאפט, שבתאי'שע סטאטוס אלס א באוואוסטער רבני'שער געלערנטער און דרשן. אפילו די וואס זענען געווען גאנץ אויפגעהיצט אין דער אויפגאבע פון אויסרייסן שבתאי'שע השפעות האבן זיך אפגעהאלטן פון אן אפענער קריג מיט אזא איינעם ווי אים. די ריזיקעס זענען פשוט געווען צו הויך. אויב ר' יונתן אייבשיץ וואלט געווארן באצייכנט אלס א געפערליכער אפיקורס, וואס וואלט דאס געמיינט פאר יעדן אנדערן רב
זייט 18
טעקסט
פון זיין קאליבער? ווי אזוי וואלט מעגליך געווען פאר'ן אידישן קהילה-לעבן צו בלייבן סטאביל אויב יעדן באדייטנדן רב'ס קאריערע און רעפוטאציע קען צעשטערט ווערן אין א מערכה פון אנטי-שבתאי'שן קנאות?
און דאך, כאטש די באווייזן קעגן ר' יונתן זענען קיינמאל נישט געווען מער ווי אנעקדאטיש און אומשטענדליך, איז נאכאלץ שווער געווען צו איגנארירן דעם פאקט אז זיין נאמען איז כסדר שבתאי'שן אין אויפגעשוואומען קאנטעקסט. וואס איז נאך שווערער געווען צו איגנארירן איז געווען דאס אז ביידע, די שבתאים פאנגער און די שבתאים זעלבסט, זענען געווען איינשטימיג איבער ר' יונתן; אלע פון זיי האבן געקלערט אז ער איז א לאנגיעריגער געטרייער שבתאי.
לויט די טענות פון זיינע קעגנער, איז ר' יונתן באקאנט געווארן מיט די שבתאי'שע גלויבונגען דורך א מענטש מיט'ן נאמען לייבל פרָאסניץ, א געוועזענער פעדלער וואס איז געווארן א שבתאי'שער "נביא", מיט וועמען ער איז געקומען אין קאנטאקט בשעת ער האט געלערנט אין פראסניץ ביי ר' מאיר אייזנשטאט. צי לייבל פראסניץ האט באמת געגלייבט אין שבתי צבי'ס משיח'ישער אידענטיטעט איז שווער צו וויסן, אבער ער איז זיכער געווען א באגאבטער שווינדלער וועלכער האט געניצט מאגיע און "ניסים" איבערצוצייגן תמימות'דיגע מענטשן אז ער איז א הייליגער מאן מיט ספעציעלע כוחות. פראסניץ איז געווען פארמישט אין פארשידענע פרואוון צו פארשפרייטן שבתאות אין אידישן לעבן איבער די יארן, און אין ה'תס"ו )1706( האט ער אפילו אנאנסירט דעם באלדיגן צוריקקום פון שבתי צבי. ווען די "נבואה" איז נישט מקוים געווארן, האט ער אנגעהויבן וואנדערן פון קהילה צו קהילה, זיך פארבינדנדיג מיט באהאלטענע שבתאים וואו ער איז נאר געגאנגען.
בשעת דעם ה'תפ"ה )1725( קאמפיין לייבל פראסניץ איז "משיח בן יוסף" און ר' קעגן שבתאים, איז פראסניץ געווארן דער יונתן אייבשיץ איז "משיח בן דוד" - און אין אונטערזוכונגס-אביעקט פון די רבנים אנדערע ווערטער, א סארט גלגול פון שבתי אין מאנהיים. די אויספארשונג האט זיך צבי זעלבסט. די שאקירנדע אנטפלעקונג אנגעהויבן ווען ס'איז אנטדעקט געווארן איז געווארן נאך מער אלארמירנד ווען אז זיין איידעם וואוינט אין דער היים עס איז ארויסגעקומען אז פראסניץ האט פון א באקאנטן שבתאי, ישעיה חסיד, געארבעט מיט חסיד צו ניצן זיין השפעה וועלכער האט געוואוינט אין מאנהיים. אין צו פארזיכערן אז ר' יונתן זאל באקומען לויף פון דער אויספארשונג האט חסיד דאס רבנות אין מאנהיים. מיט דעם איז אויפגעדעקט אז שבתאים גלייבן איצט אז אויפגעדעקט געווארן אז די שבתאים
ר' יונתן אייבשיץ איז געווען איינער פון די מערסט באוואוסטע רבנים פון זיין תקופה. כאטש ער איז געווען פארמישט אין דעם שבתאי'שן מכשפה-יאגד פון 1725-6, זענען אלע באשולדיגונגען קעגן אים אפגעווארפן געווארן, און זיין רוים און פאפולאריטעט זענען ווייטער געוואקסן
זייט 19
טעקסט
האבן געזען ר' יונתן אלס זייער העכסטער איבערצייגט אז ר' יונתן איז א שבתאי און פירער און אן אינטעגראלער טייל פון א דער מחבר פון "ואבוא היום אל העין". ברייט פארשפרייטער קאנספיראציע אין קארעספאנדענצן מיט פיל רבני'שע אריינצוברענגען שבתאות אין די העכסטע חברים האט רב חגיז איבערגע'חזר'ט שטאפלען פון אידישן לעבן.
זיין מיינונג אומצאליגע מאל, און געזוכט שטיצע פאר א קאנפליקט מיט דעם יונגן די מיינונג וועגן ר' יונתן איז נישט רב. אבער דער קאנפליקט איז קיינמאל געווען אויסשליסליך צו חסיד און נישט געקומען. אום ערב יום כיפור ה'תפ"ו פראסניץ. ר' משה חגיז, וועלכער האט אן )16'טן סעפטעמבער 1725( האט ר' יונתן אויפהער געפירט די ה'תפ"ה )1725( אנטי-עפנטליך גענומען א שבועה אפצולייקענען שבתאי'שע מלחמה, איז אויך געווען גאנץ
דער הויפט רב פון פראג ר' דוד אופנהיים, וועמענ'ס פטירה אין ה'תצ"ו )1736( וואלט געקענט פירן צו ר' יונתן אייבשיצ'ס באשטימונג צו יענער שטעלע. יארן פון רייבערייען צווישן די צוויי האבן געברענגט זיין קאנדידאטור צו ווערן אפגעווארפן, און ר' יונתן איז געגאנגען קיין מעץ אין ה'תק"א )1741(
יעדע פארבינדונג מיט שבתאות, און באלד דערנאך אונטערגעשריבן א שארפן חרם קעגן שבתאים און שבתאות ארויסגעגעבן דורך אלע רבנים אין פראג.
זיינע שטיצער האבן אנגעוויזן אויף די טאטן אלס אומצוויידייטיגע באווייזן אז ער איז נישט קיין שבתאי. אפילו פיל פון די וואס האבן יא פארדעכטיגט אז ער איז א שבתאי, זענען געווען וויליג צו נעמען ר' יונתנ'ס גרייטקייט עפנטליך צו פארדאמען שבתאות אלס א סימן אז ער האט אדער תשובה געטון, אדער אז ער וועט קיינמאל מער נישט זיין אזוי אומפארזיכטיג צו האבן א שייכות מיט שבתאות, אפילו אין געהיים. נאך אלעם, פארוואס זאל א מענטש פון זיין קוואליטעט און טאלאנט אראפגיין אין דער פארדארבענער וועלט פון נידריגע באהאלטענע שבתאים ווי פראסניץ און חסיד און זייערס גלייכן?
שבתאי'שע כתבים און באשולדיגונגס בריוו צוגעשריבן צו ר' יונתן האבן ווייטער צירקולירט, אבער זענען אפגעווארפן אדער פעלשונגען אלס געווארן פאנטאזיעס. דאס בעסטע וואס רב חגיז האט געקענט טון איז פרובירן איבערצייגן זיינע חברים נישט צו שיקן תלמידים קיין פראג צו לערנען ביי ר' יונתן, אבער אפילו אין דעם האט ער נישט מצליח געווען. ר' יונתן איז געווען אומבארירליך. די מורמלען זענען ווייטער אנגעגאנגען, אבער זיין אונטערשריפט אויף דעם חרם צוזאמען מיט זיינע כסדר'דיגע אפלייקענונגען אויף יעדער פארבינדונג מיט שבתאות האבן פארמיטן זיינע קעגנער פון באקומען מאמענטום. דערווייל האט זיך דער אנטי-שבתאי'שער קאמף קאנצענטרירט אויף די וואס זייער פארבינדונג מיט שבתאות איז געווען זיכער, און וועמענ'ס נייטראליזירונג איז נישט געווען קאנטראווערסיאל. ביים סוף פון ה'תפ"ו )1726( איז דער קריזיס געווען פאריבער, און ר' יונתנ'ס פאפולאריטעט און רעפוטאציע זענען נאך שטערקער געוואקסן.
זייט 20
טעקסט
אין ה'תצ"ו )1736(, ווען דער הויפט רב פון פראג ר' דוד אופנהיים איז נפטר געווארן, האט ר' יונתן אויסגעזען ווי דער נאטירליכער אויסוואל פאר נאכפאלגער. עס איז אבער נישט געווען אזוי. די לאנגיעריגע פיינטשאפט צווישן ר' יונתן און רב אופנהיים האט געברענגט אז די קהילה פירערשאפט האט אים נישט געלאזט איבערנעמען די שטעלע פון דעם פארשטארבענעם רב, כאטש זיי האבן אים יא באשטימט אלס דער הויפט דיין אין פראגער בית דין. אבער א מענטש פון ר' יונתנ'ס קאליבער האט נישט פארנומען א "נאמבער צוויי" שטעלע פאר זייער לאנג. אין ה'תק"א )1741( איז אים אנגעבאטן געווארן דאס רבנות פון מעץ, אין פראנקרייך, ווען דער געוועזענער הויפט רב, ר' יעקב יהושע פאלק, שפעטער באוואוסט אלס מחבר פון "פני יהושע", האט פארלאזט די שטאט אנצונעמען דאס הויפט רבנות אין פראנקפורט. אזוי איז ר' יונתן אריבער קיין מעץ און האט געפירט די קהילה דארט ביז ה'תק"י )1750(, ווען ער איז אנגעבאטן געווארן דאס באגערטע רבנות פון דער טריפל-קהילה "אה"ו" - אלטאנא-האמבורג-וואנדסבעק - איינע פון די מערסט פרעסטיזשפולע אידישע קהילות אין אייראפע.
די טריפל-קהילה איז געווען בארימט מיט אירע גרויסע רבני'שע פערזענליכקייטן פון דעם פארגאנגענעם יארהונדערט, אריינגערעכנט חכם צבי אשכנזי, וועלכער האט געפירט די קהילה אין פארשידענע ראלעס פון ה'ת"נ )1690( ביז ה'ת"ע )1710(. עס איז אויך געווען דאס געבורטסארט פון חכם צבי'ס זון, ר' יעקב עמדין, און וואו ער האט געוואוינט אין יענער צייט. ר' יעקב איז דאן געווען א באדייטנדער לאקאלער רבני'שער פיגור, כאטש ער האט נישט געהאט קיין פארמאלע שטעלע אין דער קהילה. ר' יעקב'ס שטעלונג צו ר' יונתנ'ס באשטימונג, אפגעזען פון די באשולדיגונגען אין שבתאות, האט זיך ארויסגעשטעלט
אלס א קאנטראווערסיאלער ענין אין די יארן וואס זענען נאכגעקומען, אבער פאר מיר גייען אריין טיף אין דעם אנהייב פון דעם געפערליכן קאנפליקט וואס האט ארומגענומען די צוויי רבנים, לאמיר כאפן א בליק אויף וואס ר' יעקב האט געטון זינט זיין משפחה איז פארטריבן געווארן פון אמסטערדאם אין ה'תע"ד )1714(.
ר' יעקב עמדין האט נישט געהאט קיין גרינגע קינדהייט. זיין פאטער, חכם צבי אשכנזי, האט געפונען זייער שווער צו בלייבן אויף איין בלאט מיט די קהילה פירער, וועמענ'ס מתנות און טובות ער האט קיינמאל נישט אנגענומען, און וועמענ'ס כסדר'דיגע פאליטישע פעולות ער האט געהאסט. ער איז געווען בראוו אין זיין אפאזיציע צו אלע סארטן קהילה שטיק, און כאטש דאס האט אים געוואונען שעצונג און רעספעקט ביי זיינע חברים און פשוט'ע מענטשן וועמענ'ס הענט זענען נישט געווען אויף די לייצעס פון קהילה-מאכט, האט עס אים, און אויך זיין משפחה, אריינגעברענגט אין הייס וואסער אין פיל געלעגנהייטן. אלס רעזולטאט, האט ער נישט געקענט געבן זיינע קינדער א שטארקן חינוך, און זיי זענען אלע געווען היים-געלערנט, און ניטאמאל דורך פריוואטע לערער. ר' יעקב האט שפעטער געשריבן אז ער האט געלערנט פריוואט מיט זיין פאטער, אבער די לערן סעסיעס זענען כסדר געווארן אפגעהאקט צוליב דעם שטענדיגן דרוק און שוועריגקייטן אין זיין פאטער'ס לעבן.
ר' יעקב'ס שווערער הינטערגרונט מאכט נאך מער מערקווירדיג אז ער איז געווארן וואס ער איז געווארן. כאטש עס איז נישט קיין שאלה אז ער איז געווען אויסערגעווענליך קלוג ביז'ן זיין א גאון, איז זיין אינטעלעקט געווארן פילפאכיג פארגרעסערט דורך זיין אומגלויבליכער מאטיוואציע און זעלבסט-דיסציפלין. פון דער אינגסטער עלטער איז קיין ארבעט אים נישט געווען צו שווער און קיין
דעטאל צו קליין. ער האט זיך געלערנט ליינען און שרייבן העברעאיש און אראמיש צו פערפעקציע, און צום סוף איז ער געווארן א מייסטער אין די שפראכן, פארשטייענדיג יעדן ניואנס און זייענדיג באהאוונט אין דער היסטאריע און באנוץ פון יעדן ווארט. ער האט געענדיגט ש"ס נאך פאר די צוואנציג, און באהערשט יעדן אספעקט פון אידישן געזעץ. ער האט געפארשט די קאמפליצירטע וועלט פון אידישע מנהגים און טראדיציעס, וויסנשאפט וואס ער האט שפעטער מיט געטיילט אין זיין מאנומענטאל ווערק אויף אידישער תפילה. ער האט זיך געלערנט צו זיין א רעדנער, און איז געווארן באטראכט אלס מייסטער אראטאר. און זייענדיג זיין געשעצטן פאטער'ס עלטסטער זון, האט דאס געמיינט אז ער איז באהאנדלט געווארן מיט רעספעקט בלויז צוליב דעם אליין. בקיצור, ר' יעקב האט באזיצט די גענויע קוואליטעטן וואס וואלטן אים געפירט צו איינער פון די פירנדע רבני'שע שטעלעס אין אייראפע.
ר' יעקב האט אבער נישט געהאט דאס געדולד אדער אפילו פעאיגקייט צו ליידן נאראנים אדער שווינדלער. ער איז געווען אומבויגזאם, זיך נישט גערירט פון זיינע פרינציפן, און האט קיינמאל נישט גע'חנפ'ט קיינעם אויף דער וועלט. ער האט באטראכט אזא התנהגות אלס ביליג און אומפאסנד פאר א רעליגיעזער פירער. און אזוי, טראץ זיין יחוס און געלערנטקייט, האט זיין רעפוטאציע אלס א רב וואס זאגט עס וויאזוי ער זעט עס געברענגט אז ער האט באקומען בלויז איין קורצווייליגע רבנות שטעלע, נאכדעם האט ער קיינמאל מער נישט געפירט קיין קהילה. יענע שטעלע איז געווען אין א שטאט מיט וועלכער ר' יעקב איז שפעטער געווארן באקאנט: עמדין - א שטאט אין צפון-מערב דייטשלאנד וועלכע איז געווען די היים פאר א קליינער אידישער קהילה. זיין באשטימונג צום רבנות אין עמדין איז
זייט 21
טעקסט
געשען אומגעראכטן אין ה'תפ"ט )1729(, באהאנדלט געווארן דורך זיין ווייב'ס נאך איבער א יארצענדלינג פון בהלה און פאטער, וועלכער האט גענומען עטליכע פערזענליכע שוועריגקייטן.
פון דאס יונגע פארפאלק'ס חתונה-מתנות פאר זיך, און זיך אפגעזאגט פון ערפילן אין ה'תע"ה )1715( האט ר' יעקב חתונה זיינע פינאנציעלע פארפליכטונגען געמאכט געהאט מיט רחל, אן אייניקל פון ר' נפתלי איידער דער חתונה. דאס האט געפירט כ"ץ, אין א פארבינדונג פון צוויי רבני'שע צו ביטערע קריגערייען ביי דעם פרישן דינאסטיעס. זיין פארהייראט לעבן האט פארפאלק. פאר דריי יאר האט ר' יעקב זיך אבער אנגעהויבן שלעכט, מיט אים אויסגעהאלטן דעם אומגליקליכן מצב, זיך וואוינענדיג אין דער היים פון זיין שווער באגראבנדיג אין זיינע שטודיעס.
און שוויגער, א יונגטליכער ווייט אוועק פון זיין משפחה. צו דעם אלעם איז ער שלעכט דערנאך, אין ה'תפ"ח )1718(, זענען
א זיבעצנטן יארהונדערט מאפע פון די עמדין און אלדענבורג געגנטן, צפון פון דער האלאנדישער גרעניץ, אויפ'ן בארטן פונעם עמס טייך. ר' יעקב האט דארט פארברענגט דריי יאר איידער ער האט באשלאסן צו פארלאזן דאס פארמאלע רבנות אויף אייביג
חכם צבי און זיין ווייב געשטארבן איינער נאכ'ן אנדערן, איבערלאזנדיג ר' יעקב מיט דעם אחריות פון אויפפאסן אויף זיינע אומפארהייראטע געשוויסטער. פינאנציעלע פראבלעמען זענען אים נאכגעלאפן אויף יעדן טריט. מענטשן מיט חובות צו זיין פארשטארבענעם פאטער האבן זיך אפגעזאגט אדער נישט געקענט באצאלן, און ר' יעקב איז געפארן נאנט און ווייט אין א פרואוו צאמצוזאמלען די געלטער וואס האבן באלאנגט פאר
זייט 22
טעקסט
דער משפחה - אלץ אומזיסט. אויף פיל געלעגנהייטן איז ער אפילו געווארן בארויבט און באשווינדלט דורך אזעלכע וועלכע האבן זיך אהערגעשטעלט ווי זיי ווילן אים ארויסהעלפן. ער איז געווארן פיזיש קראנק, און איז דורכגעגאנגען עטליכע פאזעס פון דעפרעסיע, פון וועלכע ער האט רעקארדירט די דעטאלן מיט אן אומגלויבליכער אפנקייט אין זיין אויטאביאגראפיע "מגילת ספר" געשריבן פיל יארן שפעטער, וועלכע איז געדרוקט געווארן ערשט איבער א יארהונדערט נאך זיין טויט.
מיט זיין משפחה וואקסנדיג, האט די דרינגליכע נויט פאר פינאנציעלער זיכערקייט אים געצוואונגען צו זוכן א קביעות'דיגע ארבעט, טראץ זיין סקעפטיציזם וועגן ארבעטן פאר א קהילה. אזוי אז ווען אן אנבאט איז אנגעקומען אין ה'תפ"ט )1729( איבערצונעמען די ליידיגע רבנות שטעלע אין עמדין, האט ער עס גלייך אנגענומען און זיך באזעצט דארט מיט זיין משפחה. אבער זיין אינסטינקטיווער ווידערווילן צו ווערן א קהילה רב האט זיך ארויסגעשטעלט אלס ריכטיג, און די פאזיציע איז געווען א חורבן פון אנהייב. ר' יעקב האט נישט געקענט האנדלען מיט דער שטייפקייט פון דער קהילה פירערשאפט, און אויך נישט געקענט דערליידן דאס געפיל פון פריווילעגיע וואס די רייכע מיטגלידער אין דער קהילה האבן געהאט. ער האט אויך פאר'מיאוס'ט די וועלטליכע אויפגאבעס וואס זענען געווען ערווארטעט פון א קהילה רב, אריינגערעכנט דאס איבערגעבן רעגולערע דרשות. ר' יעקב האט געגלייבט אז די אויפגאבעס זענען א דיסטרעקציע פון וואס א רב דארף טאקע טון: לערנען גמרא און הלכה, שרייבן און ארויסגעבן נוצליכע ספרים, און פירן די קהילה דורכ'ן זיין א ביישפיל.
אין ה'תצ"ב )1732(, נאך בלויז דריי יאר אויף דער שטעלע, האט ער שוין
געהאט גענוג. דער לעצטער שטרוי איז געקומען ראש השנה, ווען דער פרעזידענט פון דער קהילה האט פארלאנגט אז זיין גלאט-געשוירענער אומפארהייראטער זון זאל בלאזן שופר פאר דער קהילה, און ר' יעקב האט נישט מסכים געווען. פון דער מינדערוויכטיגקייט פון דעם ענין און דעם אויפרייס וואס עס האט געברענגט האט ר' יעקב פארשטאנען אז ער איז פשוט נישט פאסיג צו זיין א קהילה רב. ער האט רעזיגנירט און פארלאזט עמדין, און קיינמאל נישט צוריקגעקומען. טראץ זיינע מיינונגס פארשידנהייטן מיט'ן פרעזידענט, האט ר' יעקב נישט בלויז זיכער געמאכט זיך צו פארגלייכן מיט אים, נאר האט זיך אפילו באטייליגט אין דעם לאקאלן געריכט אים צו פארטיידיגן קעגן באשולדיגונגען וואס וואלטן אים געקענט ברענגען שווערע פינאנציעלע פארלוסטן.
די פריע ענדע פון דער רבנות ערפארונג איז געווען א ווענדפונקט אין ר' יעקב'ס לעבן. ער האט קיינמאל מער נישט געארבעט פאר א אידישער קהילה אויף קיין שום פארמאלן אופן, און אויך, פאר דער רעשט פון זיין לעבן, האט ער קיינמאל מער זיך נישט פארלאזט אויף די קאפריזן פון רייכע שטיצער. מיט זיין כאראקטעריסטישן הומאר, האט ער שפעטער געשריבן אז ווען ער האט געזאגט די טעגליכע ברכה "שלא עשני עבד", דאנקענדיג גאט אז ער איז נישט קיין קנעכט, האט ער עס אויסגעשפראכן שלא עשני "אב"ד" – א ווערטער-שפיל וואס מאכט דאס ווארט קלינגען ווי די ראשי תיבות פאר 'אב בית דין', דער פארמאלער טיטל פון א קהילה רב.
און נאכאלץ, כאטש ער איז געווען צופרידן אז ער איז נישט מער קיין רב וואס ארבעט פאר א קהילה, איז ער געווען און איז אייביג פארבליבן שטארק באוואוסטזיניג צו זיין שטאנד רבני'שע אויסערגעווענליכע אלס פערזענליכקייט מיט זעלטענעם שלמות
און אויסגעצייכנטן ייחוס. אזוי אויך איז ער געווען עקסטרעם באוואוסטזיניג איבער די חסרונות און שוואכקייטן פון אנדערע רבנים, פון וועלכע די ערגערע ביישפילן ער האט געהאסט מיט'ן גאנצן הארץ.
נאכ'ן פארלאזן עמדין, האט ר' יעקב באשלאסן זיך צו באזעצן מיט זיין משפחה אין אלטאנא, די שטאט פון זיין געבורט, וואס איז אין יענער צייט געווען דער צענטער פון אידישן לעבן אין דער טריפל-קהילה. די שטארק באוואוסטע טריפל-קהילה איז באשטאנען פון זעקס אשכנז'ישע שולן פארשפרייט לענגאויס אלטאנא, האמבורג און וואנדסבעק, אלע אונטער דער פירערשאפט פון איין הויפט-רב און א נישט-רבני'שן קאמיטעט. דער הויפט רב איז געווען ר' יחזקאל קאצענעלנבויגן, א ליטווישער געבוירענער
דער שער בלאט פון "כנסת יחזקאל", דאס הלכה ווערק פון דעם הויפט רב פון דער טריפל-קהילה, ר' יחזקאל קאצענעלנבויגן. ר' יעקב עמדין האט נישט געהאלטן ר' יחזקאל הויכגעשעצט, און ווען ר' יעקב האט זיך באזעצט אין אלטאנא האט ער פרובירט זיך ארויסצולאזן פון קהילה ענינים
זייט 23
טעקסט
געלערנטער וועלכער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין ה'תע"ד )1714(. ר' יחזקאל איז דאן געברענגט געווארן דורך א רייכן פילאנטראפ וועלכער האט געוואלט פארזיכערן ר' יחזקאל'ס פריערדיגע רבנות שטעלע אין קיידאן, ליטע, פאר זיין אייגענעם איידעם.
ר' יעקב, טענה'נדיג אז א קראנקייט האלט אים אפ פון גיין צו דער נענטסטער שול, האט געזוכט און באקומען ערלויבעניש פון דער טריפל-קהילה פירערשאפט צו עפענען זיין אייגענע פריוואטע שול אין זיין געדונגענער היים. כאטש עס איז געווען אמת אז ער האט געליטן פון כסדר'דיגע געזונט פראבלעמען נאך ווען ער איז געווען אין עמדין, און אפילו פיל יארן פריער, איז עס אויך געווען מסתמא באוואויגן דורך א ווילן פאר פריוואטקייט און צו שטעלן א דיסטאנץ מיט עלעמענטן פון דער קהילה און קהילה ענינים מיט וועמען ער האט נישט געוואלט האבן קיין קאנטאקט. בפרט האט ר' יעקב געהאט א זייער שלעכטע מיינונג אויף דעם הויפט רב, וועמענ'ס געלערנטקייט און אלגעמיינע אויפפירונג האט נישט באגנוגנט זיינע אויסערגעווענליך הויכע סטאנדארטן.
אין זיינע ערשטע יארן אין אלטאנא האט ר' יעקב מצליח געווען פינאנציעל, און אין ה'תצ"ג )1733( האט ער פערזענליך באצאלט דאס ארויסגעבן זיין ערשטן ספר, לחם שמים, א געלערנטע ארבעט אויף משניות. אין ה'תצ"ח )1738( האט ער געקויפט א הויז און עס איבערגעבויט מיט גרויסע הוצאות. די פריע תקופה
אין אלטאנא האט אבער באצייכנט א הויכפונקט; באלד דערנאך האבן זאכן אנגעהויבן פאלן.
אין ה'תצ"ט )1739( איז ר' יעקב'ס ווייב רחל געשטארבן קורץ נאכ'ן געבורט פון א טאכטער, וועלכע איז זעלבסט געשטארבן נאך עטליכע חדשים. אכט חדשים נאך רחל'ס טויט האט ר' יעקב געהייראט שרה, די טאכטער פון א באדייטנדער קהילה פערזענליכקייט אין האלבערשטאט. אבער אין ה'תק"ג )1743( איז זי קראנק געווארן און געשטארבן קורץ דערנאך. אפאר חדשים שפעטער האט ר' יעקב ווידער געהייראט, דאס מאל צו זיין פלימעניצע בתיה צפיה, די טאכטער פון זיין אינגערן ברודער ר' אפרים, דער רב אין לעמבערג. אבער דער שידוך האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער שווער, בעיקר ווייל בתיה צפיה איז זיך נישט אויסגעקומען מיט ר' יעקב'ס טעכטער פון זיין ערשט ווייב.
זיין פינאנציעלע סיטואציע האט אויך גענומען א שלעכטע ווענדונג. זיינע געשעפטן זענען געגאנגען בארג אראפ, און אומארנטליכע ביזנעס פארבינדעטע האבן אויסגעניצט ר' יעקב'ס צוטרויליכע נאטור און זיין שוואכן פארשטאנד אין געשעפטן. אין דער זעלבער צייט איז ר' יעקב'ס אונטערשעצונג פאר ר' יחזקאל קאצענעלנבויגן ארויסגעקומען אין דער עפנטליכקייט, ווען דער הויפט רב האט אים אנגעפרעגט וועגן א קאנטראווערסיאלן הלכה'דיגן באשלוס וואס ער האט געמאכט וואס האט געברויכט די שטיצע פון אנערקענטע געלערנטע ווי ר' יעקב. נישט בלויז האט ר' יעקב נישט מסכים געווען
מיט'ן באשלוס, נאר ער האט פרובירט ארויסצוגעבן זיין פארקערטע מיינונג, ברענגענדיג א שטורעם אין דער קהילה. די קהילה פירערשאפט האבן געשטיצט ר' יחזקאל, אבער עס איז געווען קלאר אז ר' יעקב איז א שטארקער כוח מיט וועם מ'מוז זיך רעכענען.
ווען ר' יחזקאל איז קראנק געווארן מיט זיין לעצטער קראנקייט אין ה'תק"ט )1749(, איז די שטאט געווען פול מיט שמועות אז ר' יעקב וועט איבערנעמען זיין פלאץ נאך זיין פטירה. נאך אלעם איז זיין פארשטארבענער פאטער - חכם צבי - געווען דער הויפט רב, ער האט שוין געוואוינט אין דער שטאט, און ער איז געווען העכסט רעספעקטירט און גענוג קוואליפיצירט פאר דער שטעלע. די ארענע איז ווידער געווען גרייט פאר א דראמא וואס וועט פארפאלגן די טריפל-קהילה פאר א יארצענדלינג.
אין קומענדיגן קאפיטל: די פטירה פון ר' יחזקאל קאצענעלנבויגן איז נאכגעפאלגט געווארן מיט חדשים פון שפעקולאציעס איבער ווער ס'וועט זיין נאכפאלגער און הויפט רב פון דער טריפל-קהילה. ווען ר' יונתן אייבשיץ איז באשטימט געווארן איבערצונעמען, און נישט ר' יעקב עמדין, זענען די אויבנדערמאנטע חשדות איבער ר' יונתנ'ס שבתאיזם ווידער אויפגעשוואומען מיט שווערע קאנסעקווענצן. וואס איז נאכגעקומען איז געווען איינער פון די ביטערסטע רבני'שע קאמפן אין דער מאדערנער אידישער געשיכטע.
דער ארטיקל איז געשריבן געווארן אריגינעל אין ענגליש דורך הרב פנחס אליעזר הלוי דונר און איז געווארן איבערגעזעצט אויף אידיש דורך "אפענער" אויף "קרעמל".
הרב דונר איז דער רב אין קהל יאנג איזראעל אין נארט בעווערלי הילס קאליפארניע, און איז א באקאנטער היסטאריקער און באגאבטער רעדנער.
הרב דונר'ס וועבסייט: https://rabbidunner.com
מען קען זיך פארבינדן מיט'ן רב אויף דעם פאלגנדן אימעיל אדרעס: [אימעיל] אויך קען מען אים נאכפאלגן אויף אלע סאציאלע מידיא.
זייט 24
טעקסט
די שובבי"ם אויסגאבע איז נתנדב געווארן דורך א חשוב'ן נדבן הרוצה בעילום שמו אין ערע פון דעם "קרעמל" וועבזייטל און אירע געשמאקע קרעמלער
פאר שמועסן ארום די "כוואליעס" ארטיקלען אדער סתם אזוי פאר א געשמאקן ווירטואלן פארברענג קומט אריין צו "קרעמל":
https://kraimel.community.forum פאלגט נאך "קרעמל" אויף X פאר טעגליכע אפדעיטס https://x.com/kraimelforum
כדי צו ספאנסארן א "כוואליע" ביטע פארבינדט זיך מיט אונזער "כוואליעס" ניק אויף "קרעמל" אדער שיקט אונז אן אימעיל צו chvalyes1+sponsorship@gmail.com מיר נעמען אן נדבות אנאנים
כוואליעס
אריגינעלער אידישער אינהאלט























