כוואליעס נומער 3 — ט"ו בשבט תשפ"ה
יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ענגליש) קען עס זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער.
- א ווארט פון דער רעדאקציע
- וצדיק באמונתו — דורך: הלל פערלמאן און מארלי
- זושא איז זושא — דורך: קדשים קלים
- הלל'ס טרוים — דורך: הבל וריק
- פרעג דעם רב
- געשאלטן און געשעצט — דורך: בן צרויה
- נביא לבב חכמה — דורך: וואלווי
- מיסטעריעזע קמיעות — דורך: הרב פנחס אליעזר הלוי דונר איבערגעזעצט אויף אידיש דורך: אפענער
זייט 1
טעקסט
כוואליעס
אריגינעלער אידישער אינהאלט
גליון ג' - ט"ו בשבט תשפ"ה
אינהאלט
א ווארט פון דער רעדאקציע 2
וצדיק באמונת ו
זושא איז זושא
הלל'ס טרוים
פרעג דעם רב
געשאלטן און געשעצט
נביא לבב חכמה
מיסטעריעזע קמיעות
זייט 2
טעקסט
א ווארט פון דער רעדאקציע
א דריטע "כוואליע" - חזקה!
מיט פרייד שטעלן מיר אייך פאר די דריטע "כוואליע", א חזקה, פארזיכערן דעם קיום פון "כוואליעס" אויפ'ן לענגערן טערמין, פאר וואס איז אונז סיי מחייב און סיי מחזק - מחייב אז מיר קענען אייער הנאה.
נישט אנטוישן אונזערע ליינער, און מחזק אז מיט דעם ריכטיגן רצון כדי צו קענען ארויסגעבן די "כוואליעס" אין דעם שיינעם קענען מיר טאקע ווייטער אנגיין בעז"ה.
פארמאט וואס איר האלט יעצט אין האנט, מוזן מיר אויפטרייבן ווי איר ווייסט, ווערן די "כוואליעס" פארשפרייט אומזיסט, און דעם מינימאלן סכום פון $500 פער "כוואליע", וואס דאס גייט צו אזוי אויך ווערט אלע ארבעט ארום דער אויסגאבע געטון פרייוויליג באצאלן די קאסטן פון אויסלייג און די אדמיניסטראטיווע הוצאות דורך וואלונטערן. די רעדאקציע, שרייבער און מגיהים מאכן טאקע ארום. מיר נעמען אן נדבות אנאנים, זע דעם לעצטן בלאט פאר נישט קיין געלט, זיי ווערן אבער באצאלט מיט אן אנדער סארט מער דעטאלן.
מטבע, און דאס איז "אנערקענונג" - עפעס וואס קומט פון גרייכן פאר שמועסן איבער ארטיקלען אין דער יעצטיגער און א גרויסן אודיענץ.
פריערדיגע אויסגאבעס באזוכט די דעזיגינירטע "כוואליעס" אלזא, אויב האט איר הנאה פון "כוואליעס" און איר ווילט אפטיילונג אויפ'ן "קרעמל" וועבזייטל:
צוריקצאלן פאר די געלונגענע שרייבער באיזה אופן, ביטע העלפט https://kraimel.community.forum/search-forums/chvalyes ארויס מיט דער הפצה פון דער אויסגאבע; טיילט מיט דעם PDF די קומענדיגע אויסגאבע וועט אי"ה ערשיינען דאנערשטאג פייל מיט קרובים, פריינט און אויף פובליק גרופעס וואו איר זענט פרשת תצוה, לכבוד שבת זכור און פורים. דער דעדליין אריינצושיקן באקוועם מיטצוטיילן דאס שיינע ווערק. העלפט פארשפרייטן די "כוואליעס" איבער דער גארער וועלט כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים.
ארטיקלען איז מאנטאג פרשת תרומה.
דאס גוטע געפיל פון א שיינעם גרוס וואס א שרייבער באקומט ליינט מיט הנאה,
די רעדאקציע
אין גאס אדער שול איז צומאל ווערד מער פון געלט, און דאס גיבט חשק ווייטער צו שרייבן און אייך מהנה זיין. אזוי אז דאס טוט
רעדאקציע אינפארמאציע
סקען דעם QR קאוד פאר
צו באקומען די קומענדיגע אויסגאבעס אין אימעיל ביטע שרייבט אייך איין אויף דעם פאלגנדן לינק:
אלע אויבנדערמאנטע לינקס:
https://lp.constantcontactpages.com/sl/832nQLo
איר קענט אונז נאכפאלגן אויף טעלעגראם און X מיט דעם הענטל @chvalyes זיך צו פארבינדן מיט דער רעדאקציע ביטע שיקט אן אימעיל צו chvalyes1@gmail.com אדער שיקט א הודעה צו אונזער "כוואליעס" ניק אויף "קרעמל"
זייט 3
טעקסט
וצדיק באמונתו
א געראנגל איבער דעם באדייט פון אמונה אין א מאדערנער וועלט
דורך: הלל פערלמאן און מארלי
הקדמה
אויף א ספעקטרום. יעדער דענקער ווערט באאיינפלוסט פון זיין צייט און אין דער זעלבער צייט באאיינפלוסט ער אויך
דורך: הלל פערלמאן
אנדערע. דער גרויסער דענקער פון זיין דור איז דער וואס נעמט אריין זיין צייטגייסט, צווישן היסטאריקער און פילאזאפן, אנטוויקלט דערויף זיינע אייגענע מחשבות, בפרט ביי היסטאריקער פון פילאזאפיע, און דערנאך באאיינפלוסט ער פיל אנדערע איז באקאנט די טיפע פונדאמענטאלע מיט זיינע אריגינעלע מסקנות.
פראגע איבער וויאזוי נייע געדאנקען למשל, דער רמב"ם איז זיכער און פילאזאפישע מיינונגען אנטוויקלען אנערקענט אלס איינער וועלכער האט זיך איבער צייט: צי איז דער פילאזאף געהאט אן אויסנאמליכע השפעה אויף א בלויזער פראדוקט פון זיין צייט, מחשבת ישראל. אבער עס וועט זיין נאאיוו געפארעמט פון זיין אינטעלעקטועלער צו זאגן אז ער האט געשריבן דעם "מורה און קולטורעלער סביבה, אדער אפשר נבוכים" אין א וואקום; זיין פילאזאפיע טוט ער, דורך דעם כוח פון זיינע אייגענע איז אן אריגינעלע פשרה צווישן דעם מחשבות, באאיינפלוסן זיין דור, און זיין אריסטאטעלישן געדאנקענגאנג, וויאזוי צייט איז גאר א פראדוקט פון אים?
ס'איז געלערנט געווארן אין זיין צייט, און צום ביישפיל, ווען ניטשע זאגט אז דער טראדיציאנעלער אידישער רעליגיע "גאט איז טויט" אדער ווען שפינאזא — געצילט צו אדרעסירן די פארלעגנהייטן קומט אויף מיט זיין פילאזאפיע און פון זיין דור.
געדאנקענגאנג איבער גאט און עטיקס, ענליך מיט רבי שמשון רפאל הירש, דער זענען זיי אליין אויפגעקומען מיט זייערע פאטער פון מאדערנער ארטאדאקסיע. ער פילאזאפישע געדאנקען און דערנאך איז אן קיין צווייפל געווען א חידוש אין באאיינפלוסט זייערע קאלעגעס און מחשבת ישראל, אבער יעדער וואס קען סביבה? אדער זענען זיי צוגעקומען דערצו זיין מהלך המחשבה און דעם צייטגייסט זייענדיג באאיינפלוסט פון דעם צייטגייסט פון זיין דור, וועט זען ביי אים דירעקטע אין וואס זיי זענען אויפגעוואקסן, און אפדרוקן סיי פון די דייטשע לערנונגען און אויב לעבן זיי ווען אין אן אנדער תקופה פילאזאפישע געדאנקען פון זיין צייט, און וואלטן זיי צוגעקומען צו גענצליך אנדערע סיי פון אט דער רעפארם באוועגונג וואס מסקנות?
ער האט אזוי פרובירט צו באקעמפן. און אני הקטן, אונטער'ן איינפלוס פון אין אונזער דור, פונקט ווי דער רמב"ם מיין אייגענעם צייטגייסט, וועל ענטפערן אז סאיז נישט שווארץ און ווייס — ס'איז אין זיין צייט מיט'ן "מורה נבוכים" און
רש"ר הירש אין זיין צייט מיט'ן "אגרת צפון", זענען אויך דא אידן תלמידי חכמים, דענקער און פילאזאפן, וועלכע פרובירן אוועקשטעלן מהלכים אז דער יונגערמאן פונעם 21'סטן יארהונדערט, וועלכער איז אנטבלויזט צו דער דרויסנדיגער וועלט און איז פארקלעמט פון דעם פלייץ פון צוטריטליכע מיינונגען, צווישן זיי אזעלכע וואס זענען אין דירעקטן קאנטראסט צו די השקפות מיט וועלכע ער איז נתחנך געווארן, זאל קענען בלייבן מיט זיין מהלך החיים אן דעם וואס דאס הארץ זאל ווערן צעדריקט פון צעמישעניש.
קיינער וועט אבער נישט לייקענען אז זייער אינספיראציע ציט זיך פון פריערדיגע אדער אפילו היינטיגע מושגים, ווי אויך אז זייערע שטעלונגען און מהלך המחשבה זענען א דירעקטע תוצאה פון די יונגע מענער און פרויען וואס קומען צו זיי מיט זייערע מוטשענישן אין אמונה, ספעציעל די פראבלעמען וואס מוטשען דעם היינטיגן אינטעלעקטועלן איד, א שטייגער ווי בייבל-קריטיק און עוואלוציע.
מיט דער הקדמה קענען מיר צוגיין צו אונזער באשרייבונג איבער א שטיקל קאנטראווערסיע וואס איז זיך פארלאפן מיט א שטיק צייט צוריק ביי די דתי-לאומי קרייזן אין מדינת ישראל, אבער מצידתה היתה פרוסה ביז די אמעריקאנער "מאדערן ארטאדאקס", אזש ביז וויכוחים ביי היימישע אינטעלעקטואלן אויף פארשידענע פלאטפארמעס.
זייט 4
טעקסט
שלום צדיק
דורך: מארלי
אין אקטאבער 2024, האט זיך אנטוויקלט א היציגע דעבאטע אינערהאלב די אינטעלעקטואלע דתי-לאומי קרייזן אין א"י. דער נושא פון דעם וויכוח איז געווען איבער דעם מהות פון אידישקייט, די עיקרי אמונה, דעם פלאץ פאר נבוכים אין דער געזעלשאפט, און איבער דער ריכטיגער השקפה פונעם רמב"ם בענייני דעות.
די דעבאטע דערמאנט אביסל פון דעם גרויסן "פולמוס הרמב"ם" אין דער "פראוואנס", דרייצנטן-יארהונדערט נאר דאסמאל ווערט עס געפירט איבער די נעצן פון סאושעל מידיע בפני קהל ועדה וועלכע זיצט אינדערהיים, קייט פאפקארן, און פאלגט נאך מיט נייגער די אינטערעסאנטע טעאלאגישע דעבאטע. אנגעהויבן האט זיך עס מיט עטליכע יאר צוריק, ווען הרב שמואל אריאל, א פראמינענטער מזרחי'סטישער רב, האט פלוצלינג רעזיגנירט פון זיין פאסטן אלס ר"מ אין דער דת"ל ישיבה "עתניאל". בשעתו האט הרב אריאל נישט אנגעגעבן קיין קלארע סיבה צו זיין רעזיגנאציע, אבער יודע דבר האבן גע'טענה'ט אז דאס איז צוליב א וויכוח מיט דער הנהלת הישיבה איבער אנגעבליכע כפירה מיינונגען וואס די הנהלה האט ערלויבט געלופטערט צו ווערן בין כותלי הישיבה. ספעציפיש האט זיך דאס באצויגן צו א קאנטראווערסיאלן מאמר וואס שלום צדיק, אן אנדער ר"מ אין עתניאל, האט געשריבן אין אן אינערליך ישיבה-בלעטל און די סעריע שיעורים וואס ער האט געגעבן ארום דעם.
צדיק איז א פראפעסאר אין מחשבת ישראל אין בן גוריון אוניווערסיטעט, א רעליגיעזער שומר תורה ומצוות, לויט זיין הגדרה. ער האט געשריבן עטליכע ביכער
איבער'ן רמב"ם און אידישער פילאזאפיע אין מיטל-אלטער, ער קען אסאך שפראכן, און אין אלגעמיין מאכט ער א רושם פון אן אריגינעלן גאונ'ישן כאראקטער.
לעצטנס האט צדיק ארויסגעגעבן א בוך גערופן "קריאה לתחייתה של הפילוסופיה הדתית", וואו ער פארברייטערט יענעם מאמר און די שיעורים ארום דעם, און לייגט פאר זיין טעזע באריכות. לכבוד דעם האט הרב אריאל געשריבן א פאוסט אויף פעיסבוק וואו ער איז מסביר זיינע
פראפעסאר שלום צדיק
פראבלעמען מיט צדיק'ס אידעאלאגיע, וואס דאס האט געברענגט ער זאל זיך אפזאגן פון דער ישיבה.
הרב אריאל באשולדיגט צדיק אין האלטן די פאלגנדע דעות )צווישן אנדערע(: • גאט מישט זיך נישט אריין אין מציאות, נישט פאר השגחה און נישט פאר שכר ועונש. ווען די תורה רעדט פון שכר ועונש איז עס א שקר געצילט אז די מאסן זאלן האבן מאטיוואציע מקיים צו זיין די מצוות.
זייט 5
טעקסט
• גאט מישט זיך אויך נישט אריין אין מציאות זיך צו באווייזן צו מענטשן; נביאים זענען פילאזאפן וועלכע פארשטייען וויאזוי עס איז כדאי זיך צו פירן.
• דאס איז אויך ריכטיג כלפי משה רבינו, וועלכער האט געשריבן די תורה מכוח זיין הבנה וויאזוי גאט וויל אז מען זאל זיך פירן. מעמד הר סיני איז די געשעעניש ווען משה האט פרעזענטירט זיין ספר צו כלל ישראל — נישט ווען גאט האט געשאנקען די תורה צו משה.
• א איד איז נישט "מחויב" צו גלייבן אין גארנישט, אויך נישט אין דער עקזיסטענץ פון גאט.
• דער עיקר פון אידישקייט איז קיום המצוות — אמונה איז נאר אן אמצעי דערצו.
• תפילה העלפט נישט במציאות, עס ווירקט בעיקר פסיכאלאגיש.
לויט הרב אריאל איז דאס אפענע כפירה, קעגן די יסודות פון אידישקייט, און ער האט נישט געקענט בלייבן אין אן ארט וואס לאזט צו אזעלכע מיינונגען.
דער פאוסט האט אנגעדרייט א קאנטראווערסיע און אנגעצונדן א דעבאטע וואס האט זיך בעיקר אויסגעשפילט אין די מזרחי'סטישע קרייזן אבער האט אויך אריינגעדרונגען אין די קליינע אינזלען פון חכמה אין אונזער געזעלשאפט, ווי אין "בית מדרש עיון למחשבה" פון הרב יצחק לאווי און אויפ'ן "קרעמל" וועבזייטל. צדיק לייקנט נישט די באשולדיגונגען פון הרב אריאל. ער טענה'ט אין רעאקציע אז די דאזיגע דעות זענען נישט זיינע, נאר ער גייט אין די אויסגעטראטענע וועגן פון די ראדיקאלע מפרשי הרמב"ם וואס זענען געווען אין דעם הויפטשטראם פון אידישער מחשבה אינעם מיטל-אלטער, וואס צדיק וויל צוריק אויפלעבן היינטיגע טעג.
צדיק'ס טעזע
איידער מיר גייען צו צו צדיק'ס מיינוג אין שיטת הרמב"ם וויל איך אויסלייגן די הויפט טענות וואס ליגן אין הארץ פון צדיק'ס טעזע לויט מיין פארשטאנד: 1. די אידישע רעליגיע האט נישט קיין זעלבשטענדיגע סעריע פון דאגמעס אין וועלכער מען דארף גלייבן.
אויב קוקט מען אויף דער היסטאריע פון אידישער מחשבה, טענה'ט צדיק, וועט מען באמערקן אז עס איז קיינמאל נישט געווען קיין קאנצענזוס צווישן אידישע דענקער אין וואס פינקטליך מען דארף גלייבן. עס איז אייביג געווען טיפע און פונדאמענטאלע חילוקי דעות איבער די אמונות, און ווי מיר וועלן שפעטער זען, געפינט מען אויך אט די ראדיקאלע דעות וואס הרב אריאל האט דערקלערט אלס כפירה.
עס איז אמת אז ס'זענען פארהאן כל מיני "עיקרי אמונה" צו וואס מען דארף דערקלערן איבערצייגונג כדי זיך צו האלטן א חלק פון דער רעליגיע, ווי ביי יעדער אנדערער רעליגיע, אבער דאס זענען אינ'אמת'ן ליידיגע דעקלאראציעס אן קיין קלארער דעפיניציע; דער תוכן וואס פינקטליך די דעקלאראציעס מיינען זענען אפן צו באשטימט ווערן דורך פילאזאפישער חקירה, און זענען טאקע אפגעלערנט געווארן גאר אנדערש צווישן איין דענקער און אנדערן, אין איינקלאנג מיט זייערע פילאזאפישע שיטות און מסקנות.
צום ביישפיל: בעת וואס אלע "גלייבן אין גאט", איז אבער די דעפיניציע וואס דאס מיינט גאר אנדערש פון איינעם צום צווייטן. ביי איינעם איז דאס א פערזענליכער וועזן וואס געפינט זיך אין הימל, און ביים אנדערן איז עס אידענטיש מיט נאטור. ביידע "גלייבן אין גאט", נאר איר באדייט טוישט זיך לויט זייער פילאזאפישער מסקנא.
דערפאר קען מען זען, שרייבט צדיק, אז דענקער פון אנדערע רעליגיעס וואס זענען פונעם זעלבן פילאזאפישן חדר, וועלן אפטמאל האבן מער אין געמיינזאם איינער מיט'ן אנדערן ווי דענקער פון דער זעלבער רעליגיע פון אן אנדער פילאזאפישן חדר. צום ביישפיל: דעם רמב"מ'ס השקפה אין מעטאפיזישע אנגעלעגנהייטן, ווי דער מהות פון גאט, השגחה און נבואה, איז נענטער צו די השקפות פונעם מוסולמענער פילאזאף אל-פאראבי און דער קריסטליכער פילאזאף טאמאס עקווינאס ווי צו זיינע קאלעגע אידישע דענקער ווי רש"י און רמב"ן.
אין אנדערע ווערטער: עס איז נישט די רעליגיעזע יסודות וואס באשטימען וואס צו גלייבן, עס זענען די פילאזאפישע מסקנות — אין דעם פאל, די אריסטאטעלישע פילאזאפיע — וואס באשטימען עס. דעריבער דארף נישט זיין קיין סתירה צווישן פילאזאפיע און רעליגיע, ווייל די מסקנות פון די פילאזאפישע חקירות, זיי זענען די וואס זענען מגדיר די רעליגיעזע גלויבונגען.
2. אידישקייט איז בעיקר א סיסטעם פון געזעצן און פארפליכטונג צו איר הייליגע ביכער.
דער צד השוה צווישן דעם רמב"ם, רמב"ן און רש"י איז נישט זייערע אמונות, נאר די כתבי הקודש און דער סיסטעם פון געזעצן צו וואס זיי אלע האלטן זיך פארפליכטעט. דאס איז וואס זיי האבן אין געמיינזאם אלס 'אידן'. כלומר, דער עיקר מהות פון 'אידישקייט' איז נישט אירע אמונות ודעות, נאר אירע געזעצן און הלכות. און ממילא דארף מען לייגן דאס געוויכט צי ער איז געבונדן צו דער מסגרת ההלכה פון אידישקייט, און נישט אין וואס דער מענטש גלייבט. א מענטש קען זיין א מאטעריאליסט, א נאטוראליסט און אפילו אן אטעאיסט און דאך זיין א כשר'ער איד, א שומר תורה ומצוות.
זייט 6
טעקסט
3. רעליגיע האט א שטארקע תועלת פאר דער געזעלשאפט און פאר דעם מענטש.
אידישקייט האט א פאזיטיווע ווירקונג סיי אויף דעם לעבן פונעם פריוואטן מענטש און סיי אויף דער געזעלשאפט. אין א פרומער געזעלשאפט האט מען חתונה פרי, מען ברענגט מער קינדער, מען גט זיך ווייניגער, און מען געניסט פון א סטאביל משפחה-לעבן. אין צוגאב הערשט רעספעקט פאר עלטערע, מ'איז מער מאראליש, עס זענען פארהאן נארמעס פון ערבות און העלפן איינער דעם אנדערן. דאס זענען זאכן וואס זענען קריטיש פאר א סוקסעספולער געזעלשאפט, און דערפאר זענען רעליגיעזע מענטשן מער צופרידן און די פרומע געזעלשאפט מער סוקסעספול. דער מצב היינט צוטאגס פון ליבעראלע פרייע געזעלשאפטן — וואס זענען אין די אויגן פון צדיק נישט גוט — טוט לויט אים אויפווייזן זיין גערעכטיגקייט.
און אט דער סוקסעס איז בעצם די אריגינעלע מטרה פון קיום המצוות, און דאס איז די סיבה פארוואס עס לוינט זיך פאר א איד אנצוהאלטן א פרום לעבן און מקיים זיין מצוות אפילו אויב ער גלייבט נישט פינקטליך אין די טראדיציאנעלע אמונות.
.
דעת הרמב"ם
צדיק פאררופט זיך אויף דעת גדולים, דער רמב"ם און זיינע תלמידים. ער האלט אז דער רמב"ם האט אנגענומען זיינע פילאזאפישע מסקנות ביז'ן סוף ביי יעדער נקודה וואו עס איז דא א שפאנונג צווישן די טראדיציאנעלע גלויבונגען און פילאזאפיע, זאל עס זיין כלפי דער נאטור פון גאט, בריאת העולם, השגחה, התגלות, נבואה, שכר ועונש וכו'. דער רמב"ם שטופט אפ יעדן איבערנאטירליכן פענאמען און פרובירט איינטייטשן אז אלעס זאל שטימען אין א נאטירליכן און אפילו מאטעריאליסטישן וועג. ווי הרב אריאל לייגט עס אראפ אין זיין פאוסט:
גאט איז אן אומפערזענליכער סטאטישער וועזן וועלכער מישט זיך נישט אין הנהגת העולם; התגלות און נבואה איז אן אינטעלעקטועלע דערגרייכונג פון די נביאים; השגחה איז א נאטירליכער רעזולטאט פון דעם מענטש'ס אויפפירונג; שכר ועונש איז א פאליטישער אויסרייד פאר'ן המון עם, אא"וו.
דער סארט פירוש אין דעת הרמב"ם איז נישט ניי, אין אקאדעמיע רופט מען דאס "די ראדיקאלע אינטערפרעטאציע" פונעם רמב"ם. די סארט מפרשים לערנען אפ דעם רמב"ם אויף אן עזאטערישן וועג, כאילו דער רמב"ם האט באהאלטענערהייט, צווישן די שורות, געשריבן זיינע אמת'ע ראדיקאלע מיינונגען
סקולפטור פונעם רמב"ם
וועלכע ליגן באהאלטן אונטער שיכטן פון טראדיציאנעלע דעות געאייגנט פאר'ן המון עם. צדיק טענה'ט אז דאס איז געווען די מיינונג פון אבן כספי, נרבוני, יצחק פלקאר, לוי בן אברהם, ניסים ממארסיי און לפחות האלב פון דעם רמב"מ'ס תלמידים און מפרשים דורכאויס'ן מיטל-אלטער וועלכע האבן אזוי אפגעלערנט דעם רמב"ם. איי, וועט איר פרעגן, אויב איז פילאזאפיע וואס איז קובע די גלויבונגען, דעמאלט פארוואס משקיע זיין אזויפיל כוחות צו פרובירן אריינקוועטשן זיי זאלן שטימען מיט די כתבי הקודש? וואס פעלט בכלל אויס רעליגיע, און פארוואס זאל א "רעליגיעזער פילאזאף" ווי שלום צדיק ווייטער אפהיטן די תורה און אירע געזעצן אן דער מעטאפיזישער געשיכטע הינטער ָ איר וואס גיבט איר אויטאריטעט?
נאר ווי ערווענט אויבן, האלט צדיק אז רעליגיע האט אסאך בענעפיטן. דאס נעמט ער אויך פונעם רמב"ם, וועלכער האט געהאלטן אז רעליגיע האט בענעפיטן סיי אויפ'ן פערזענליכן שטאפל און סיי פאליטישן געזעלשאפטליכן, אויפ'ן שטאפל. דערפאר איז געווען וויכטיג פאר'ן רמב"ם צו "שפילן די שפיל" כאילו די כתבי הקודש שטימען מיט פילאזאפיע, כדי צו פארמיידן )אזוי גערופענע( כפירה וואס קען ברענגען מ'זאל זיך אינגאנצן אפלאזן פון אידישקייט.
די קאנסערוואטארן
די קאנסערוואטארן )שמרנים(, פון דער אנדערער זייט, די טראדיציאנעלע דענקער אין די ארטאדאקסישע און חרד"ל'ישע קרייזן וועם הרב אריאל פארטרעט אין דעם וויכוח, זיי טענה'ן אז עס איז פון אייביג אן געווען א קלארע פארזיגלטע ליסטע פון דאגמעס אין אידישקייט וואס איז געווען א קאנצענזוס ביי אלע גדולי ישראל, און אין וועלכער מען מוז גלייבן ווייל דאס איז דער עיקר און יסוד פון אידישקייט.
זייט 7
טעקסט
זיי לערנען אפ די ספרי קודש אויף א פשוט'ן בוכשטעבליכן וועג, וואס רעכנט אפטמאל אריין איבערנאטור, אבערגלויבנס, מיסטיציזם וכדומה — גלויבונגען וואס ווערן אנגערופן דורך צדיק "אמונות תפלות" און "פולחן עבודה זרה". די קאנסערוואטארן וועלן אויך אפלערנען דעם רמב"ם און זיינע נאכפאלגער אויף א טראדיציאנעלן וועג, און וועלן געווענליך פאכען מיט די "י"ג עיקרים" און לייקענען די ראדיקאלע רמזים אינעם מורה.
דערפאר וועלן זיי אפשטופן מענטשן וואס האבן ספקות און גלייבן מער נישט בתמימות אין די דאגמעס. זיי וועלן זיי באטיטלען אלס "כופרים" און למעשה זיי ארויסשטופן פון כלל ישראל. אסאך וואס וואקלען זיך און האבן ספקות ווייל עס איז זיי שווער אראפצושלינגען דעם אמאליגן פארשטאנד פון אידישקייט מיט דער היינטיגער מאדערנער וועלט, פאלן אזוי אוועק און לאזן גענצליך אלעס אפ און לעבן א פריי ליבעראל לעבן.
דאס איז וויבאלד מען האט זיי געגעבן א דיכָאטָאמישן בליק: אדער גלייבט מען אדער גארנישט. דאס איז א ביטערער טעות, לויט צדיק. די טעזע פון די קאנסערוואטארן איז א "מצג שווא"; עס איז נישט ריכטיג היסטאריש. מען מוז נישט גלייבן אין די טראדיציאנעלע דאגמעס כדי ווייטער מקיים צו זיין מצוות און הנאה האבן פון דעם גוטן, מאראלישן, געזונטן לעבנסשטייגער וואס אידישקייט ברענגט. ער קען מאקסימום אריינלערנען זיין פילאזאפישן פארשטאנד אין די כתבי הקודש און אין די אמונה דעקלאראציעס, אזויווי דער רמב"ם האט געטון.
דער מאדערנער סקעפטיקער אין 2025 האט זיך נישט וואס צו שרעקן, פארקערט, חוקר זיין און זיך באניצן מיט פילאזאפישע מיטלען קענען אים העלפן אפשיילן די ''קינדערישע אמונות'' פון די קאנסערוואטארן און צוקומען צו א מער ריכטיגן, ערוואקסענעם פארשטאנד פון דעם מציאות. ער דארף נאר האבן די באוואוסטזיניגקייט אז אנדערש ווי מען
האט אים מחנך געווען, קען ער ווייטער זיין אן ערליכער איד און היטן מצוות, אפגעזען זיין מיינונג איבער גאט אדער תחיית המתים. ער האט א פלאץ אין אידישקייט. אפילו ביי דער מזרח וואנט. ער גייט אין די פוסטריט פון די מיטל-אלטער לייבן — די ראדיקאלע אידישע פילאזאפן.
***
הרב יששכר כ"ץ
דורך: הלל פערלמאן
הרב יששכר כ"ץ איז א חשוב'ער תלמיד חכם און מרביץ תורה, אן אריגינעלער וויליאמסבורג געבוירענער. אנגעהויבן האט ער אין בארא פארק נאך דער חתונה געבנדיג א גאר פאפולערן שיעור פאר א תקופה פון אכט יאר, שפעטער איז ער דורכגעגאנגען געוויסע שינויים און ענדגילטיג געלאנדעט אין "אפען ארטאדאקס" וואו ער דינט היינט אלס "ראש מחלקת התלמוד" אין ישיבת חובבי תורה.
הרב כ"ץ באשיינט אויך אט די אויסגאבע מיט זיין רעגמעסיגער רובריק פון אריגינעלע שו"ת, אזוי אויך פארברענגט ער בעניני חכמה אויפ'ן "קרעמל" פארום וואו ער האט טאקע געשריבן עטליכע באלערנדע תגובות ארום דעם פאלעמיק. גלייך נאך דער ערשיינונג פון צדיק'ס בוך האט ר' יששכר ארויסגעשטעלט א שארפן פאוסט אויף פעיסבוק זאגנדיג אז ליינען דאס בוך האט אים ממש צעשטערט זיין שמחת יום טוב. איך וועל פרובירן ברענגען דא זיינע עיקר טענות אויף הרב צדיק, און דערנאך זיין אייגענעם מהלך וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די היינטיגע שוועריגקייטן אין אמונה, צוזאמגעשטעלט פון זיינע מאמרים אויף פארשידענע פלעצער:
1. לויט הרב צדיק איז דער איינציגער וועג פון "עכטער אידישקייט" א ראדיקאלער ראציאנאליזם פון דרייצנטן יארהונדערט פילאזאפיע. ער גייט אזוי ווייט ווי טענה'ן אז רוב כלל ישראל היינט צוטאגס )וואס נעמען אן קבלה( זענען עובדי עבודה זרה. דאס קען הרב כ"ץ נישט אראפשלינגען סיי צוליב פערזענליכע סיבות, ווייל דאס טשעפעט מיט אלע ארום וועם ער איז אויפגעוואקסן, און סיי צוליב וואס דאס איז אין קעגנזאץ צו דער מיינונג פון רוב אנגענומענע גדולים במהלך הדורות, איז ווי קען מען זאגן אז דאס איז אידישקייט?
2. איינער פון די אונטערליגנדע יסודות וואס לויפט דורך שלום צדיק'ס טעזע איז דאס אז אויב נעמט מען אן זיין מהלך וועט עס ברענגען מער פרייע אנצונעמען אידישקייט. ווייל בעצם האט דער ארטאדאקסישער איד א בעסער לעבן, נאר די פראבלעם איז אז זיי קענען זיך נישט ברענגען צו גלייבן אין וואס דער רעליגיעזער איד גלייבט.
אויף דעם קריגט אויך הרב כ"ץ זייער שטארק. ער טענה'ט אז ס'איז נאאיוו צו טראכטן אז דאס איז אמת. אויף וויפיל פרייע קען מען אנצייגן אז באמת ווילן זיי לעבן ווי א פרומער איד, אבער זיי קענען נישט צוליב וואס זיי גלייבן נישט דערין? רוב מענטשן קוקן אן דאס רעליגיעזע לעבן ווי א שווערערע לעבן, נישט קיין גרינגערע. און אפילו דאס וואס שלום צדיק קוקט אן פאר א מעלה באטראכטן אנדערע אלס א חסרון.
אויך טענה'ט ר' יששכר געוויסע פון די קשיות וואס הרב אריאל פרעגט שוין. צוליב דעם, כדי משלב צו זיין מיט'ן אידישקייט ארטאדאקסישע היינטיגן מציאות און געבן פאר דעם נבוך סיפוק החיים און באדייט אין לעבן, ניצט ר' יששכר כ"ץ אן אייגנארטיגן געמיש פון שארפן ּפָאסט-מאדערניזם צוזאמען מיט קלאסישע השקפות פון הלכה און חסידות. צום אלעם ערשט פרובירט ער מאכן
זייט 8
טעקסט
זיין מיינונג זייער קלאר, אז ס'איז דא א גרויסער חילוק צווישן גלייבן אז עפעס איז פאקטיש אדער היסטאריש אקוראט, און פשוט אננעמען עפעס אלס א "רעליגיעזע גלויבונג". ווי ער דריקט זיך אויס אין ענגליש: "Believing that something is true is different from accepting a belief system as your religious truth."
ס'איז אזא ּפָאסט-מאדערנער מהלך וואס זאגט אז בעצם ווען מ'רעדט אינדרויסן פון דעם רעליגיעזן סיסטעם איז אפשר שלום צדיק גערעכט, אבער מ'קען נאכאלץ אננעמען א געוויסע "גלויבונג" אלס עפעס וואס אינפארמירט און דיקטירט מיין פערזענליך לעבן.
דאס מיינט מ'קען אננעמען א נאראטיוו פון אינעווייניג וואס ווייזט מיר א וועג פון לעבן, און עס מוז נישט עכט האבן מיט'ן מציאות אינדרויסן. און איה"נ אז עס איז נישט מחייב קיינעם, אבער איינער וואס וועלט אויס דעם סארט אידיש לעבן איז דירעקט מחויב אנצונעמען די "קלאסישע דאקטרינען" אז ס'איז דא א גאט מיט א ווילן און רצון אא"וו, אזויווי רוב ראשונים, אחרונים, פוסקים, וחסידים דורכאויס די דורות האבן אנגענומען. )אויסער דעם רמב"ם און זיינע תלמידים, וואס לויט הרב כ"ץ זענען זיי א קליינע מינאריטעט.( און לויט הרב כ"ץ איז די הגדרה פאר קלאסישער אידישקייט: "סיי וואס עס איז געווארן אנגענומען ביסודו אינעם ארטאדאקסישן אידנטום דורכאויס די דורות". פארשטייט זיך אז אפילו לויט אים איז נאכאלץ דא גענוג פלאץ אין דעם סיסטעם פאר פארשידענע מהלכים, סיי און טעאלאגיע און סיי אין הלכה.
דער עיקר חילוק איז אז לויט הרב צדיק קען מען זאגן פון אינעווייניג אין דעם סיסטעם אז איך האב ליב דעם ארטאדאקסישן מהלך החיים אפילו איך גלייב נישט אין גארנישט. און ס'איז נאך די 'לכתחילה' גאר, לויט ווי ער לערנט אין רמב"ם. אבער לויט הרב כ"ץ איז דאס קעגן צאללאזע קלארע מאמרים, און אפילו
הרב יששכר כ"ץ
אפענע פסוקים, וואס זאגן קלאר אז גלייבן )אדער ווייניגסטנס דאס אננעמען אלס דיין נאראטיוו( איז א פונדאמענטאלער חלק פון געהערן צו ארטאדאקסיע.
אפילו כלפי מיסטיציזם און חסידות נעמט הרב כ"ץ אזא צוגאנג. ער טוט פונאנדערשיידן צווישן דעם חלק החסידות וקבלה וואס גיבט א באדייט און פארשטאנד איבער גאט און זיין וועלטל — און דעם חלק אין וועלכן וועלכע מ'קען באצווינגען גאט מיט יחודים און כוונות, אדער מ'דארף האבן א צדיק צו זיין מקושר צו גאט, וואס ער מאכט שטארק אוועק. )שלום צדיק מאכט איין קוגל פון אלע חלקים פון מיסטיציזם, און רופט אן יעדן וואס גלייבט דערין "עובדי עבודה זרה".(
לסיכום: שלום צדיק וויל אונז נעמען צו א טרוקענעם ראציאנאליזם און אנרופן יעדן וואס האלט נישט אזוי אן עובד עבודה זרה, בשעת הרב כ"ץ וויל אונז ברענגען נענטער צום באשעפער — ָאן אריינגיין אין גריכישע פלפולים איבער וואס פינקטליך דאס מיינט — דורכ'ן אננעמען א פערזענליכן נאראטיוו וואס ברענגט סיפוק און שלוות החיים און זאגט דיר וויאזוי צו פירן דיין לעבן.
מיין מוח זאגט מיר ווי צדיק
אבער מיין הארץ איז מיט הרב כ"ץ
איינס נאר צום שכל איז גענאדיג
די צווייטע פאר געפילן מאכט פלאץ
זייט 9
טעקסט
זושא איז זושא
דורך: קדשים קלים
זושא איז דאך פון אונזערע עובדים. ער איז גוט אויסגעקאכט אין דער סוגיא פון עליות וירידות. מקושר בחיי החיים און דוקא דאס הייסט געלעבט. והחיות רצוא ושוב, זאגט דער נביא.
זושא איז אויפגעשטאנען אין א בעד מוד? מ'האט שוין געהערט אזוינס, ס'שטייט דאך והחיות רצוא ושוב. זושא האט געהאט א גוטן טאג? געוואלדיג, והחיות רצוא ושוב. ער זעט נישט גאט? והחיות רצוא ושוב. ער זעט יא גאט? והחיות רצוא ושוב. דער עיר קאנדישאן צעבראכן אינמיטן זומער? והחיות רצוא ושוב. די מקוה גוט הייס אינמיטן ווינטער? אויך והחיות רצוא ושוב.
אבער החיות רצוא ושוב האט דאך אויך א שיעור, ס'גריצלט שוין ווי דער גריזשעדיגער וועקער זייגער מאנטאג פארטאגס. זושא'ס דינער שטריק ווערט מער און מער אויסגעצויגן, די ָאּפס ענד דאונס נעמען נישט קיין עק, און די והחיות וגו' קומען זיך שוין ווייטער מסביר'ן. מיט'ן לעצטן טראפ עזות מאנט זושא פון גאט, ווען הערן שוין די חיות אויף לויפן הין און צוריק? זאלן זיך רצוא ושוב גיין רייסן אינדרויסן. קום אריין קלאר דערבארעמדיגער, זאגט ער שטייף.
והחיות רצוא ושוב, ברימט צוריק דער געטליכער תירוץ.
יעצט, זושא איז נישט אזא תמים. אז ס'גייט נישט מיט תמימות וועט עס דארפן גיין בערמימות. ער איז שוין א מבין מיום עמדו על דעתו, ער האט ארויס זאכן, ווער
ווייסט דען בעסער פון אים וויאזוי גוט אביסעלע וויד. ער כאפט דעם עסק, ער אויסצושפילן דעם שטן? ער נעמט אפיר האט עס ארויס, דער והחיות פארלירט ר' צדוק, באהאלט זיך אונטער ר' נחמן, אביסל קראפט. און אז ס'שטייט ונתתי און ווארפט אריין אביסל סופיאיזם און עשב בשדך, ענדיגט זיך עס ואכלת ושבעת — וואו ס'איז דא גראז איז דא מָאנטש. בודהיזם פאר עקסטרע קרעדיט.
וואס דארף מען מער? ושלום על זושא. אבער דער ספיריטועלער קאקטעיל קומט נישט אריין קלאר, דער והחיות ווער רעדט נאך ווען מ'איז מצרף רצוא ושוב האלט שוין האסטעדזש די דעם עולם הנגינה. און מיין נישט די צוה-מחשבה אויך. צוביסלעך געפינט זושא צוה נגינה, דא רעדט מען פון קומזיצן אויס אז דער והחיות איז שולט אויף גאנץ עד אור הבוקר. מ'לייגט צו א שפאציר פרד"ס — קודם טאנצט ער פשוט פשט, ביים וואסער, א טיפע מעדיטאציע ביי מארגן ווערט ער א בעל דרוש, דערנאך א הויכגעשפיצטן ווארק-שאפ, און זושא האקט ער רמזים, און ווערט נעלם אין פארשטייט שוין צו זיינע דמיונות, ער האט סוד. זושא האט בלויז פארדינט אז זיבעציג עס אויסגעפיגערט.
פנימ'ער זענען זיך יעצט מנגח אין פשט פון מסודר? א נעכטיגן טאג. דער גנב איז והחיות רצוא ושוב.
אייביג א טריט פאראויס פון דער פאליציי. אויב אזוי דארף מען צוגיסן ספייסעס לפתח חטאת רובץ, ס'רצוא ושוב'ט זיך צום געקעכטס, דערמאנט זיך זושא. צייט כאילו ס'איז נישטא קיין מארגן. ווי קליגער צו גיין שניידן גראז. ער פרובירט שלעפן זושא ווערט, טאנץ דער והחיות מיט
זושא איז נישט אזא תמים. אז ס'גייט נישט מיט תמימות וועט עס דארפן גיין בערמימות. ער איז שוין א מבין מיום עמדו על דעתו, ער האט ארויס זאכן, ווער ווייסט דען בעסער פון אים וויאזוי גוט אויסצושפילן דעם שטן? ער נעמט אפיר ר' צדוק, באהאלט זיך אונטער ר' נחמן, און ווארפט אריין אביסל סופיאיזם און בודהיזם פאר עקסטרע קרעדיט.
זייט 10
טעקסט
ווילדער און ווילדער. ער לאזט נישט אפ. לאז דיך נישט זושא, זאגט זושא פאר זושא. דו ווייסט יא ווי שטארק דו ביסט זושא, שטארקט זיך זושא. אבער, איך פיל מיך זייער באקוועם דא ענטפערט והחיות צו זושא. א'ני ל'זושא ו'זושא ל'י, שמייכלט ער צוריק.
נישט צו בלייבן הינטערשטעליג, איז זושא מחליט אז אויב דאס ספיריטועלע געקעכטס איז נישט געווען גענוג געפעפערט ביז יעצט, דארף מען דא צוגיסן געווירצן מיט א ר' ישעי'לע מעסטער. פארוואס בלויזע גראזן? זאל שוין זיין א מסע המלכות אויף שוועמלעך אויך. און אז מ'דרייט זיך אין גוטע פלעצער קומט מען צום טעם, פון דא און דארט טרעפט ער זיך גאנץ שנעל אונטער מאמע אייאוואסקא'ס פארטוך.
איך בין שוין היינט נישט סתם א טריפער, באגליקט זיך זושא, איך בין שוין גרויס. ער ניצט הויכן וואקאבולאר ווי
פעין און טראומא, הילינג און דזשורניס,ּ און אוודאי אזעלכע הארציגע ווערטער ווי פיעס און לאוו.ּ פיעס און לאוו זאגסטע? זושא איז ּ גאר געווארן א הָאגער! ער ליבט אלעס, פון קוען ביז משולחים, זיין קאמפליצירטע פאמיליע און דעם רוישיגן עובד. דער אויפגעיורענער איגאו זיינער הייבט שוין נישט דעם קאפ מער, אלעס איז הארץ. דאס פילט אזוי מין גוט, אז זושא איז גאר געווארן אן אינספירעישאן. ער האט שוין פארגעסן פון ָאּפס ענד דאונס. א פראבלעם מיט והחיות רצוא ושוב? ער עקסעפט אלעס. ער נעמט אלעס מיט א שמייכל. שלי ושלך — שלך. ער דארף גארנישט פאר זיך, זושא בני די לו בקב חרובין. איז ער דען הונגעריג? וואס איז דאס כשם שמברך על הרעה בכלל? אין זושא'ס יוניווערס עקזיסטירט דאס נישט. דארף איך ענק דערציילן? פון תענית אסתר ביז פורים האט עס אנגעהאלטן.
ויהי היום, איין שיינעם טאג האט דאס אומגלויבליכע פאסירט. ווי פון דער זון-שיין האט זיך זושא פונעם חלום ערוועקט. איך זע קיינעם נישט דא, וואונדערט זיך זושא. נישטא רצוא, נישטא שוב, אלץ איז נאר והחיות און דער חיה בין איך. איך טו וואס איך וויל, און טאקע ווייל איך וויל וואס איך טו.
ווילסט מענטשליכע דראמע? גיי שטאפ דיך מיט גראז. ווילסט זען אשמדאי בהקיץ? טרינק דיך אן מיט טיי וויפיל ס'גייט.
נישטא קיין גוד ענדינג זושא. זושא זאל נאר זיין זושא, שרייבט דער הייליגער תולדות. זושא דרימלט צוריק איין. על שלשה דברים זושא עומד, על זושא, זושא, און ווידעראמאל זושא, און דער חלום הייבט ערשט אן צו ווערן זיסער.
וְהִּנֵה קֹול רַעַׁש ּגָדֹול יֹוׁשֵב ּבַּׁשָמַיִם מְׂשַחֵק וְאֹומֵר וְהַחַּיֹות רָצֹוא וָׁשֹוב מֵעַּתָה וְעַד עֹולָם:
זייט 11
טעקסט
הלל'ס טרוים
דורך: הבל וריק
מיט ווייעדיגע גלידער זיצט הלל אויפ'ן בענקל און פרובירט צוזאמקלייבן זיינע געדאנקען.
עס איז האלב עלף אויפדערנאכט. דאס ווייב איז אויף נעטפליקס, די קינדער שלאפן געמיטליך, די וואקיום קלינער ליגט אויסגעשטרעקט אויף דער קיך פאדלאגע, און א האלבער באטל אראנדזש דזשוס רוט אויפ'ן טיש.
ווי מאכט מען א דאלאר? קלערט הילל. אדער "וויאזוי קריעיט מען וועליו?" ווי זיין חבר מנשה, דער ביזנעס מבין, רופט עס. צען יאר, נישט מער געדאכט, איז הלל שוין פארהייראט. דאס ערשטע יאר נאך דער חתונה האט ער פארברענגט אין א בעקיארד אויף ראס, וואו בחורים פלעגן
קומען רייכערן און שפייען. דאס צווייטע א געהעריגן פאך אין די פיס, אבער האט יאר האט ער אביסל געטון אין פוינטס, זיך געטראפן ארבעטן ביי זיין טאטן אין ס'טייטשט געעפנט דריי קארטלעך געשעפט - א פרינטינג ביזנעס.
אונטער זיין און זיין ווייב'ס נאמען און עס אלנפאלס, אין די איצטיגע טעג זיצט דערנאך פארמאכט.
הלל מיט א פלייס איבער זיין סמארטפאון דאס דריטע יאר האט הילל געקלערט און קוקט דורך די טרענדינג נייעס אויף וואס ער וויל טון דאס פערטע יאר. דערנאך עקס איבער דער פארע פון א הייסער האט ער פרובירט צו פארקויפן קיוטיּפס צופרי-קאווע. מיטאג פרובירט הלל צו אויף אמאזאן, וואס האט זיך געענדיגט פארלירן עפעס געלט אויפ'ן סטאק מיט'ן לאזן די באקסעס ליגן ביי זיין מאמען מארקעט, און ערשט אין די נאכט שטונדן אין קעלער. דאס פינפטע יאר האט הילל שטאטעט ער אפ א באזוך אין די יוטוב געלערנט מיט א בעל-הבתיש'ן יונגערמאן קארידארן, נישטערנדיג פאר קליפס. אין די צופרי שטונדן, און דערנאך געפארן טרעפט זיך הלל שוין די דריטע קוקן בילדינגס אין דער אומגעגנט.
נאכט ביים קיך טיש, אונטער'ן בלאסן דאס זעקסטע יאר האט הילל לעקטער פונעם פעטצאו טשילאר געקלערט פון גיין צו טורא קאלעדזש פאר מיט די פארהויכטע גלעזלעך, איבער א
טרעפט זיך הלל שוין די דריטע נאכט ביים קיך טיש, אונטער'ן בלאסן לעקטער פונעם פעטצאו טשילאר מיט די פארהויכטע גלעזלעך, איבער א טעצל טרויבן און שוואכע משלוח-מנות טשאקאלאד, קלערנדיג איבער זיין מצב. די עקאנאמיע הינקעט, די קינדער וואקסן באלד אונטער, ווי מאכט מען א דאלאר?
זייט 12
טעקסט
טעצל טרויבן און שוואכע משלוח-מנות טשאקאלאד, קלערנדיג איבער זיין מצב. די עקאנאמיע הינקעט, די קינדער וואקסן באלד אונטער, ווי מאכט מען א דאלאר?
בליציגע געדאנקען לויפן פארביי זיין מידן קערפער.
צוביסלעך ווערן די מחשבות א דמיון. הלל זעט זיך פלוצים אין א גאלדענעם דיינינגרום, מיט ברוינע מעבל און א לאנגן טיש, און ער שטייט אויפ'ן אויבנאן מיט א ריזיגער קרוין אויפ'ן שטריימל. ארום אים טאנצן צענדליגער בחורים מיט דאטשיקס און פארשידענע קליידונג, צו זיין זייט שטייען גבאים און וואכן דעם אומגעגנט, ער שרייט מיט א ווילדן געלעכטער און שרייבט טשעקס, און א פארשטעלטע טאכטער ברענגט קרויט צום טיש.
אין זיין דמיון זעט זיך הלל זיצן ביי בארד מיטינגס געבן א מיינונג, ביי רבנים
נאכזאגן א ווארט, ביים טיש הארט נעבן רבי'ן, און אין שול אויפרייסנדיג פעטע OJC ביכלעך.
הלל זעט זיך אריינשלייכן דאנערשטאג נאכט אינעם קאלאני - נאך א וואך פון פרעס און פארטי - מיט זיין מאיעסטעטישן BMW, באגריסנדיג זיין באשיידענע אשת חיל, די מאמע פון זיינע קינדער, וועלכע זיצט אין א רינג צווישן די חבר'טעס, קייענדיג גאם אויף דעם נאסן גראז. הלל זעט זיך טאנצן ביי זיין זונ'ס חתונה אין די זאלן פון קאנטינענטאל, ווען די ארומיגע צושויער קוקן זיך צו מיט נייגער ארום און ארום אין א רינג.
פון א געפאקטן זאל חלומ'ט הלל. פון א סטעידזש פול מיט מוזיקאנטן און א רייכן כאר. פון א טאנץ אינדערמיט - די קדשי קדשים פון לעבן, די אבן שתיה פון טרוימען - און די טוּפענדע פיס פון די צאללאזע קרובים וועלכע טאנצן פאר אים הין און צוריק.
הלל חלומ'ט פון נתקבל'ס, פון פאלגזאמע סטעף, פון לומד'ישע איידעמער, פון די "ריעל דיעל", פון די פלעּפלעריי אין קראלי, פון נזר אב השנה,ּ פון אן אדרעס אין וויליאמסבורג, א נאמען אויף דער גאס, א דענקמאל אין היסטאריע.
ערוועקט זיך הלל א נאסער, אויפ'ן שמוציגן גלאזערנעם טיש אין זיין קליין פארמארגעדזשט דירה'לע אין ניי וויליאמסבורג, אויפ'ן פערטן שטאק. הלל לעכצט. הלל איז א גארנישט - הלל וויל געלט, הלל וויל שעצונג.
הייבט זיך הלל פון בענקל מיט א קרעכץ, שאקלט אפ זיין פארוועלקטן שמוציגן טלית-קטןַ, שלינגט אראפ א גלעזל סעלצער, און גרעּפסט דערויף א פארמידעטער. "גיימער שלאפן?" פרעגט ער דאס פארטיפטע ווייב, און אויפ'ן געלעגער, מיט פארמאכטע אויגן, פרעגט הלל זיין זעל: "ווי מאכט מען א דאלאר?"
זייט 13
טעקסט
כִּי שִׂפְתֵי כֹהֵן יִשְׁמְרוּ דַעַת וְתוֹרָה יְבַקְשׁוּ מִפִּיהו
פרעג דעם רב
א רעגולערע קאלום פון שו”ת בעניני הלכה מיט הרה”ג רּ’ יששכר כ"ץ ראש מחלקת התלמוד בישיבת חובבי תורה
צו פרעגן א שאלה פון הרב כ"ץ שיקט אן אימעיל צו: chvalyes1+asktherav@gmail.com
שאלה:
לכבוד הרב כ"ץ, איך האב אן אינטערעסאנטע שאלה פאר אייך.
איך בין אויפגעוואקסן אין א ווארעמער היים מיט ליבע-פולע עלטערן, ספעציעל מײן טאטע. ער איז שטענדיג געווען זייער ברייטהארציג מיט א גלעט אויפ'ן רוקן, א קניפ אין בעקל וכדו'. זעלבסטפארשטענדליך אז דאס אויפוואקסן אין אזא היים האט געהאט אויף מיר א פאזיטיוון איינפלוס.
אבער, ווען איך בין געווען בערך ניין-צען יאר אלט, האב איך באמערקט עפעס אינטערעסאנט: אין שול האט זיך דאס אלעס אפגעשטעלט. צי ס'זאל האבן געווען א קורצע מנחה-מעריב, צי יום כיפור ווען מיר האבן פארברענגט אגאנצן טאג אין שול, דרכאויס דער גאנצער צייט איז ער געווען קאלט ווי אן אײזקאסטן, און אפילו נישט בטעות אויסגעדריקט א סימן כל שהוא פון ליבשאפט. אין אנהייב האט עס מיר זייער וויי געטון, אבער מיט די יארן האב איך משלים געווען מיט'ן מציאות.
הײנט, ב"ה, בין איך אליין א טאטע פון פינף לעכטיגע קינדער, און איך, ווי מײן טאטע, מאך זיכער צו פיזיש אוסדריקן מײן ליבשאפט צו זיי, מיט א גלעט, א קוש, אא"וו. אבער, איך וואלט נישט געוואלט נאכמאכן מײן טאטנ'ס מנהג פון דאס אפשטעלן אין שול. איז די שאלה: מוז מען זיך טאקע מונע זיין דערפון לויט דער הלכה, אדער איז מותר אויסצודריקן ליבשאפט אין שול?
טייערער שואל, יישר-ווי עס איז אנגעצייכנט אויפ'ן פלאץ, איז דער
תשובה:
כוח פאר דער שאלה.
מקור פונעם רמ"א אין שו"ת בנימין זאב סי' קצג. )רבי בנימין בן מתתיהו, באקאנט אלס רבי בנימין אויבנאויף איז דער זאב מארטה, 1475 — 1545.( אבער, ווען מ'קוקט ענטפער פשוט. דער אריין אינעווייניג, זעט מען אז ער ברענגט עס רמ"א פסק'נט קלאר אז ס'איז אסור. ער שרייבט נישט אלס זײן אייגענער חידוש, ער צייכנט )או"ח סי' צח סעיף א'(: "אסור לאדם לנשק בניו הקטנים בביה"כ, כדי לקבוע בלבו שאין אהבה צו צוויי שטארק מקורות צו דעם רעיון: ספר כאהבת המקום" — אין שול מעג מען נאר האגודה און ספר כל בו. אבער, ווי וואונדערליך אוסדריקן ליבשאפט פאר הקב"ה, נישט פאר עס הערט זיך, דער מקור עקזיסטירט נישט. איך קיין בשר ודם. לכאורה איז דאס א קלארער פסק האב מערערע מאל דורכגעליינט ביידע ספרים און ס'איז נישטא צופיל צוצולייגן.
און אין קול ואין עונה; דער רעיון געפינט זיך אבער... דער הינטערגרונט פון דער הלכה איז נישט אין קיין איינעם פון די צוויי ספרים. פשוט היפש קאמפליצירט.
לא היה ולא נברא.
זע שו"ת בית ישראל )אב"ד עדעלין( סי' ט'; שו"ת אורח משפט או"ח סי' כב; שו"ת יחוה דעת ח"ד סי' יב.
איבריג צו זאגן, איך בין געווען איבערראשט און אביסל שאקירט: איז מעגליך אז דער מחבר פון שו"ת בנימין זאב האט פראסט אויסגעטראכט די מקורות מדעתו?!
נאכ'ן זיך אריינטון איז מיר קלאר געווארן אז יא, עס איז מעגליך. בשעתו האבן עטליכע גדולים פון זיינער צייט אים קריטיקירט מיט זייער שארפע טענער. ראש המקטרגים איז געווען דער מהרש"ל, און ער באשולדיגט אים אפן אין פעלשן מקורות. ער שרייבט )ים של שלמה בבא קמא פרק ח' סי' עב(: "על כן אני אומר ומזהיר לרבים שלא ילך שום אדם אחר ספרו ... כי כל דבריו גנובים וארוכים בפלפול שאינו לצורך" — מ'זאל זיך נישט פארלאזן אויף דעם ספר ווייל זיינע ווערטער זענען גע'גנב'עט און פארדרייט. אלזא, וואס איז דער מצב למעשה? דער רמ"א פסק'נט טאקע אז ס'איז אסור, אבער ווי מיר זעען, דער אנגעבליכער מקור עקזיסטירט נישט.
נארמאל וואלט איך געזאגט אז אפילו אויב דער רמ"א איז געווען מוטעה, איז כדאי מחמיר צו זיין, מידי ספיקא לא נפקי, אבער דא איז לענ"ד אנדערש: נישט בלויז איז דער מקור נישט ריכטיג, נאר עס זענען דא שטארקע מקורות אין חז״ל און ראשונים1 וואס שטיצן דווקא יא פיזישע אויסדרוקן פון פאמיליע ליבשאפט אין א מקום קדוש. נישט בלויז איז עס מותר, ס'איז אפילו מכבד און מחזק דעם מקום קדוש. דעריבער האלט איך אז צניעות'דיגע אויסדרוקן פון חיבה צו קינדער אין שול איז מותר, און אפשר אפילו געוואונטשן.
ליתר עיון ראה ספר חסידים )מהדורת הרב מרגליות, אות רנ"ה(, ויש להאריך הרבה במעמדן ההלכתי של פסקי ר"י החסיד בספר חסידים, והדברים עתיקים וארוכים, ולכשאפנה אשנה.
זייט 14
טעקסט
געשאלטן און געשעצט
א רייזע אין דער קאמפליצירטער באציאונג פון חז"ל צו חכמת יוון
דורך: בן צרויה
טראץ דעם וואס חז"ל האבן זיך שטארק קעגנגעשטעלט חכמת יוון און שטרענג געווארנט )סוטה מט:( "ארור האיש שילמד לבנו חכמת יוונית", זעען מיר אבער דעם איינפלוס )אדער ווייניגסטנס די ענליכקייט( וואס די גריכישע חכמה האט געהאט אויף חז"ל.
די שעצונג פון חז"ל צו דער גריכישער קלוגשאפט איז אומבאגרעניצט. זיי זענען מסביר פארוואס ספרי תורה האט מען מתיר געווען צו שרייבן נאר אויף גריכיש, מיט'ן ארויסלערנען פונעם פסוק יַפְתְּ אֱֹלהִים לְיֶפֶת: "יפיותו של יפת יהא באהלי שם" )מגילה ט:( — די שיינקייט פון יפת זאל זיין אין די געצעלטן פון שם, וואס לויט די תולדות געשילדערט אין בראשית, שטאמט יוון פון אט דעם יפת.
די השפעה זעט זיך אן נישט בלויז אינעם מאטעמאטישן פעלד, וואו מיר זעען אן אנערקענונג צו די גריכישע דערגרייכונגען ווי מיר וועלן שפעטער זען, נאר אויך אין דער אזוי-באקאנטער לאגיק פון חז"ל שפיגלען זיך אפ גריכישע פינגער-אפדרוקן.
סאקראטעס, דער דעבאטירער
מיט זיין באוואוסטן "סאקראטישן מעטאד" )Socratic method(: ער האט גרויסער דער סָאקרַאטעס, גענומען דעם מענטש'ס ענטפער און אים גריכישער דענקער וואס האט געלעבט צעגלידערט אויף שטיקלעך ביז יענער האט פיר הונדערט יאר פאר'ן חורבן בית שני, אליין איינגעזען אז זיין ענטפער איז נישט האט אויסגעארבעט אן אריגינעלן וועג צו גענוג צופרידנשטעלנד.
דערגרייכן דעם "אמת". ער איז נישט געווען דער עיקר פון זיין שיטה איז געווען צופרידן מיט פשוט'ע ענטפערס; זיין מהלך אז ער האט קיינמאל נישט גלייך געזאגט איז געווען צו פרעגן א שאלה נאך א שאלה, אז דער צווייטער איז נישט גערעכט. ער און צו שטעלן פראגע-צייכנס אפילו אויף האט נאר געשטעלט די פראגעס, און זאכן וואס האבן אויסגעזען גאר פשוט.
געלאזט יענעם אליין קומען צום אויספיר ער פלעגט ארומגיין אין די גאסן פון אז ער דארף נאך טראכטן טיפער. ער האט אטען און שמועסן מיט מענטשן איבער געהאלטן אז די גרעסטע חכמה איז צו וויסן אז מען ווייסט נישט — "איך ווייס נאר איין זייערע מיינונגען. ווען איינער האט עפעס באהויפטעט, האט ער יענעם אויסגעפרעגט זאך, און דאס איז אז איך ווייס גארנישט."
סאָקראַטעס
זייט 15
טעקסט
דער גמרא מהלך
די טיפע סברות פון די תנאים און אמוראים, זייער וועג פון צענעמען א נושא אין קליינע חלקים, און דער אופן פון אויפבויען א מסקנא פון פריערדיגע הנחות, שפיגלען אפ סאקראטעס' סיסטעם פון "דיאלעקטיק" — דער מעטאד פון גרייכן וויסנשאפט דורך א דיאלאג צווישן צוויי קעגנגעזעצטע שטעלונגען.
דער דאזיגער איינפלוס זעט זיך שטארק אן אין דער שפראך פון דער גמרא זעלבסט. למשל, די אויסדרוקן "אם תמצא לומר", "אי הכי", "אילימא", "אי אמרת בשלמא" — אט די אלע זענען צוגאנגען וואס שטאמען דירעקט פון דעם גריכישן מעטאד פון דיאלאג און דעבאטע. סאקראטעס האט געפרעגט א שאלה, דער תלמיד האט געענטפערט, ער האט אים דאן אויסגעפרעגט און אויפגעוויזן די סתירות אין זיין ענטפער, און אזוי ווייטער ביז מען איז אנגעקומען צום אמת.
אפילו דער אויסדרוק "אדרבה", וואס ווערט אפט באניצט אין גמרא, טראגט דעם זעלבן געדאנק ווי דער גריכישער "טעזע און אנטי-טעזע," וואו מען דרייט איבער דעם פריערדיגן געדאנק און מען באטראכט אים פון דער אנדערער זייט.
ּפלאַטאָן
נישט זעלבסטפארשטענדליך
די מעטאדאלאגיע פון פרעגן אויף יעדער זאך קען מעגליך אויסזען זעלבסטפארשטענדליך פאר א יונגערמאן וואס האט אלע זיינע יארן געהארעוועט אין לערנען, אבער דער אמת איז אז ס'איז ממש נישט אזוי. אין רוב געזעלשאפטן און קולטורן איז געווען די נארמע אנצונעמען די איבערגעגעבענע חכמה פון די עלטערע דורות אן קיין פראגעס. די אלטע מצריים, די כינעזער, די פרסיים — זיי האבן אלע געלערנט אויפ'ן וועג פון "קבל מן הזקנים". די גריכן זענען געווען די ערשטע וואס האבן געבראכן דעם מהלך. זיי האבן גארנישט אנגענומען פאר זיכער, נאר געפרעגט אויף יעדן פרט — פארוואס איז דאס אזוי? פון וואנעט ווייסטו דאס? אפשר איז גאר פארקערט? אט דער צוגאנג איז נאך ביז היינט דער יסוד פון דעם וויסנשאפטליכן מעטאד.
און אין דער תורה'דיגער וועלט געפינען מיר אויך דער צוגאנג, אזויווי חז"ל זאגן אונז )עבודה זרה יט.( "כל הלומד תורה מרב אחד אינו רואה סימן ברכה"; מען טאר זיך נישט באגרעניצן צו איין צוגאנג, נאר מען דארף פרעגן, שטעלן קשיות, און זוכן דעם אמת פון פארשידענע ווינקלען.
א דירעקטער איינפלוס?
אין אמת'ן אריין דארפן מיר זיין פארזיכטיג מיט'ן זאגן אז חז"ל זענען געווען דירעקט באאיינפלוסט פון די גריכישע דענקער. אין די צייטן פון די תנאים און אמוראים האט מען נישט געלערנט קיין גריכישע ספרים, און אפילו די וואס האבן געקענט גריכיש האבן עס געניצט נאר פאר האנדל און וואנדל.
נאר וואס דען? דאס וואס מיר זעען אין דער גמרא קען אויך זיין א תוצאה פון דער אלגעמיינער אטמאספער וואס האט געהערשט אין יענע צייטן, ווען די גריכישע לאגיק און דענק-שטייגער האט זיך פארשפרייט איבער דער גאנצער וועלט, און ס'איז ווי נאטירליך אז אויך די אידישע חכמים זאלן באאיינפלוסט ווערן דערפון אין זייער דרך הלימוד.
די השפעה פון גריכישער פילאזאפיע ווערט אויך ארויסגעברענגט אין איינעם פון די בריוו פונעם רמב"ם, וואו ער שרייבט: "ודעו רבותי, כי לא נמנעו חכמים ז"ל מללמוד דבר מן הדברים האמתיים ולקחת החכמות האמיתיות ממי שידעם… ואדרבה, אנו מוצאים שהם למדו חכמת התכונה והגימטריאות מחכמי יוון, ולקחו כמה דברים מדברי הפילוסופים הקדמונים."
זייט 16
טעקסט
פון סאקראטעס צו אוקליד — די אנטוויקלונג פון טראכטן ראציאנעל
סאקראטעס האט טאקע אנגעהויבן א נייע תקופה אין דער געשיכטע פון מענטשליכן טראכטן, אבער זיין תלמיד פלַאטָאן ּ)Plato( האט ווייטער געפירט די שיטה און צוגעלייגט א וויכטיגן יסוד:
די אידעעס. אן אידעע איז עפעס וואס עקזיסטירט אדער איז אויסגעפארעמט אין מענטשליכן מוח; זאכן וואס מ'קען נישט פילן מיט איינעם פון די פינף חושים — אויסער טראכטן.
אין פלאטאנ'ס אקאדעמיע, וואס איז געווען די ערשטע הויכשולע אין אייראפע, איז געווען אויפגעשריבן אויפ'ן אריינגאנג:
"דער ווער עס קען נישט קיין געאמעטריע האט נישט קיין איינטריט". דאס איז נישט געווען סתם א פארלאנג צו קענען רעכענען. פאר פלאטאן איז געאמעטריע, און די מאטעמאטישע לאגישע פרינציפן וואס באגלייטן איר, געווען דער וועג וויאזוי דער מענטשליכער מוח קען דערגרייכן די ריכטיגע אידעעס, וואס זענען לויט אים די "אמת'ע" וועלט.
אוקליד )Euclid( האט געלעבט שוין נאך פלאטאן, אין אלעקסאנדריע, מצרים.
ער האט גענומען דעם סאקראטעס-פלאטאנישן וועג פון טראכטן און אים אריינגעגאסן אין א סיסטעמאטישער געביידע. זיין בוך, "די עלעמענטן", איז געווען דער ערשטער אויספירליכער פרואוו צו נעמען א פעלד פון וויסנשאפט און אים אויפבויען פון אונטן ביז ארויף מיט קלארע באווייזן.
מיר זעען דא אן אינטערעסאנטע עוואלוציע: פון סאקראטעס' מעטאד פון פרעגן שאלות, צו פלאטאנ'ס פארבינדונג פון פילאזאפיע צו מאטעמאטיק, ביז אוקליד'ס אויסארבעטונג פון א שטרענגן סיסטעם פון באווייזן און לאגיק.
אוקליד
"די עלעמענטן"
אוקליד'ס "עלעמענטן" איז געווען מער ווי בלויז א מאטעמאטיק בוך; דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס א מענטש האט גענומען א פעלד פון חכמה און עס אויסגעשטעלט אין א מסודר'דיגן סדר — פון די פשוט'סטע יסודות ביז צו די טיפסטע חידושים.
דאס בוך הייבט זיך אן מיט פשוט'ע הנחות )אקסיאמען( וואס יעדער קען פארשטיין, למשל, אז א גלייכע ליניע איז דער קירצסטער וועג צווישן צוויי פונקטן, און פון דארט בויט ער אויף שטיקל ביי שטיקל, ביז ער קומט אן צו די טיפסטע סודות פון געאמעטריע.
אין אונזער ספרים שאנק טרעפן מיר אז די גרעסטע ראשונים האבן געקענט און געשעצט דעם ספר. דער רמב"ם אין מורה נבוכים ברענגט אסאך פונעם ספר, אויף איין פלאץ )ח"א פרק עג( דערמאנט ער עס קלאר און שרייבט: "כבר התבארו המופתים על כל זה בספר העשירי של אוקלידס".
לויט'ן עדות פון ר' ברוך פון שקלאוו, וועלכער האט איבערגעזעצט דאס בוך אויף לשון קודש, האט דער גר"א שטארק געשטיצט דאס איבערזעצן די ספרים צו לשון קודש, עפעס וואס שטימט מיט דעם פאקט אז דעם גר"א'ס אייגענער ספר אויף געאמעטריע, "איל משולש", איז פעסט געבויט אויף "די עלעמענטן" פון אוקליד.
ענליך צו געטליכער נבואה
דאס בוך ווערט אויך דערמאנט אין כמעט אלע ספרים פון גדולי ישראל וואס האבן עוסק געווען אין די ענינים, ווי ר' חסדאי קרשקש אין אור ה' )מאמר ראשון כלל ראשון(, דער רלב"ג אין מלחמות השם, דער תשב"ץ )סי' קס"ה(, דער חוות יאיר )תשובות קע"ג -קע"ה( און נאך.
דער חובת הלבבות דריקט זיך אפילו אויס אינטערעסאנט ווען ער רעדט וועגן דעם בוך און געאמעטריע בכלל: ּבַּלִּמּוד
זייט 17
טעקסט
בַעַל חָכְמַת הַּׁשִעּור )געאמעטריע( … ּכַאֲׁשֶר ּ סִּדֵר אֹותָן ָאקְלִידֶס ּבְסִפְרֹו ׁשֶחִּבֵר ּבַּׁשִעּור )עלעמענטן( … וְיּוכַל לְהֹוצִיא מִּמֶּנּו צּורֹות מֻפְלָאֹות ּומְלָאכָה ּדַּקָה ּכִמְעַט ׁשֶּתִדְמֶה לִנְבּוָאה הַּבָָאה מֵאֵת הָאֱֹלקִים — אין פרייער איבערזעצונג זאגט ער אז די אמת'ן צו וואס מ'קומט צו מיט דעם סיסטעמאטישן צוגאנג זענען ווי א געטליכע נבואה פון גאט.
זינט דער ערפינדונג פון דעם דרוק, פארנעמט אוקליד'ס "עלעמענטן" אן אויסנאמליכן פלאץ: עס איז דאס מערסט געדרוקט און איבערגעזעצט בוך נאכ'ן תנ"ך. דער ספר איז אזוי פארשפרייט געווען, אז עס האט זיך געפונען אין כמעט יעדער וויסנשאפטליכער ביבליאטעק און לערן-אנשטאלט איבער דער וועלט און איז געווארן איבערגעזעצט אין כמעט אלע מאדערנע שפראכן.
פיטאגאראס — די רעליגיע פון מאטעמאטיק
אוקליד'ס וואס דעם טראץ "עלעמענטן" איז דער ערשטער סיסטעמאטישער ספר און דינט נאך ביז היינט געטריי אין שולעס און אוניווערסיטעטן, וואלט געווען א גרויסער טעות צו טראכטן אז גריכישע מאטעמאטיק הייבט זיך אן ביי אים.
פארקערט, זיין גרויסקייט באשטייט פון דעם אז ער האט גענומען הונדערטער יארן פון אומגעשריבענער חכמה — איבערגעגעבן פון מויל צו אויער — און איר פארמולירט אין א קלאר-געשריבענעם סדר.
איינער פון די גרעסטע פריערדיגע פיטַאגָארַאס ּ געווען איז חכמים .(Pythagoras) ער האט געגרינדעט א שולע אין דרום-איטאליע )דעמאלט "גרויס-גריכנלאנד"(, וואו ער האט געלערנט אז מאטעמאטיק איז נישט בלויז א מענטשליכע המצאה; ס'איז א געטליכע שפראך וואס פארצייכנט די טיפסטע געהיימניסן פון דער בריאה.
ּפיטאַגאָראַס
פיטאגאראס האט מחדש געווען אז יעדע זאך אין דער וועלט — פון מוזיק ביז די באוועגונגען פון די הימלישע אביעקטן — קען מען פארשטיין דורך נומערן. זיינע תלמידים האבן געשוואוירן אפצוהיטן די סודות פון זייער רבי'נס לערע, און דערפאר זענען אונז געבליבן בלויז שטיקלעך פון זיין חכמה וואס זענען שפעטער צוזאמגענומען געווארן דורך אוקליד.
אין אידישער ספרים שאנק ווערן זיי אפט באצייכנט אלס "סיעת פיתגורס" )מורה נבוכים ב, ח; ספר הכוזרי(, וואס האט אויך דער באדייט פון א 'קולט', ווייל מאטעמאטיק האט ביי זיי פארמאגט א העכערע קראפט. ווען פיטאגאראס האט אנטדעקט אז מוזיקאלישע טענער קענען ווערן אויסגעדריקט דורך פשוט'ע מאטעמאטישע גלייכונגען, איז דאס געווען פאר אים ווי א באווייז אז די גאנצע בריאה איז אויסגעשטעלט אויף א געטליכן מאטעמאטישן סדר.
אבן עזרא אין פוסטריט פון פיטאגאראס
אין פירוש אבן עזרא אויף שמות, אויפ'ן פסוק וואו גאט אנטפלעקט זיין נאמען פאר משה )שמות ג, טו(, ווייזט זיך ארויס די שטארקע השפעה פון פיטאגאראס' צוגאנג צו נומערן אויף אידישער מחשבה. דער אבן עזרא שרייבט דארט אז די נומערן איינס )א(, פינף )ה(, זעקס )ו(, און צען )י( אין גאט'ס נעמען פארמאגן א באזונדערע קראפט, און ער ניצט מאטעמאטישע טערמינען צו ערקלערן די גייסטיגע געהויבנקייט פון דעם נאמען.
דורכאויס דעם גאנצן שטיקל וואס הייבט זיך אן מיט "ודע כי האחד סוד כל המספר ויסודו, ושנים תחלת מספר הזוגות, ושלשה תחלת מספר הנפרדים", שפיגלט זיך אפ די השקפה אז נומערן זענען נישט בלויז מיטלען צו רעכענען, נאר זיי טראגן אין זיך טיפע רוחניות'דיגע באדייטן.
זייט 18
טעקסט
און דאס צייגט די השפעה וואס דער מהלך האט געהאט אויף מחשבת ישראל, איבערהויפט אין תקופת הראשונים.
דער פיטאגאראס פרינציפ — א מאטעמאטישער דורכברוך
דער באקאנטסטער חידוש פון פיטאגאראס איז דער געאמעטרישער פרינציפ וואס טראגט נאך ביז היינט זיין נאמען .(Pythagorean theorem) לויט דעם פרינציפ, ביי א רעכט-ווינקלדיגן דרייעק, איז די סומע פון די קוואדראטן )סקווערס; אויב זאל מען זיך אויס'משל'ען ווי יעדע ליניע אינעם דרייעק איז איין זייט פון א סקווער( פון די צוויי קורצע זייטן גלייך צום קוואדראט פון דער לענגסטער זייט )דער דיאגאנאל(. און אין מאטעמאטישער שפראך: ²c = ²b + ²a. אייקליד ברענגט אין זיין ערשט בוך פון "עלעמענטן", ביים 47'סטן זאץ, א פולשטענדיגע הוכחה צו דעם פרינציפ. במשך די דורות האבן פיל געלערנטע צוגעלייגט זייערע אייגענע באווייזן צו דעם פרינציפ.
דער געאמעטרישער פרינציפ איז העכסט נוצבאר אין טאג-טעגליכן לעבן, ספעציעל אויסצורעכענען דאס פארהעלטעניש )ratio( צווישן דעם אלכסון און די אנדערע זייטן. די גמרא האט אויך אן ענליכן כלל ספעציעל פאר א גלייכזייטיגן רעכט-ווינקלדיגן דרייעק: "כל אמתא בריבועא אמתא ותרי חומשא באלכסונא" — יעדער קוואדראט אמה )בריבועא( האט אן אלכסון פון איין אמה מיט צוויי פיפטלעך פון אן אמה )ותרי חומשא(. דאס הייסט, אויב די זייטן פון א קוואדראט זענען 1, איז דער אלכסון 1.4 — דאס איז א פראקטישע נאנטקייט צו דער גענויער פארמולע פון פיטאגאראס וואס וואלט געגעבן א רעזולטאט פון בערך 1.414 )דער סקווער-רוט פון 2(.
א גלייכזייטיגער רעכט-ווינקלדיגער דרייעק
אן אומגלייכזייטיגער רעכט-ווינקלדיגער דרייעק
דער כלל קען אבער נישט העלפן לייזן געוויסע פראבלעמען וואס האבן צוטון מיט אן אומגלייכזייטיגער רעכט-ווינקלדיגן דרייעק )א דרייעק וואס אלע זיינע זייטן זענען אנדערע מאסן(, ווי צום ביישפיל אין דער סוגיא אין עירובין )עח:( וואו די גמרא רעדט וועגן א וואנט פון צען טפחים הויך וואס מ'וויל אויף איר אנלאנען א לייטער וואס זיינע פיס זאלן זיין פיר טפחים אפגערוקט פון דער וואנט. געאמעטריש גערעדט: א דרייעק מיט איין זייט פון צען און די אנדערע פון פיר, וויפיל איז דער
אלכסון?
רש"י האט דארט א טעות אין חשבון, ווי תוספות צייגט אן אויפ'ן פלאץ, און די גאנצע שקלא וטריא וואלט געקענט פארמיטן ווערן דורכ'ן ניצן דעם פיטאגאראס פרינציפ. די ראשונים וועלכע האבן געוואוסט פון דעם פרינציפ האבן טאקע א קלארקייט אין דער סוגיא און נאך ענליכע סוגיות, אדאנק די גריכישע דערגרייכונגען.
די ווייטגרייכנדע השפעה
דאס אלעס איז בלויז אנגערירט אויפ'ן שפיץ גאפל די גריכישע השפעה אויף אידישע געלערנטע, און מ'קען נאך אסאך רעדן איבער די פעלדער וואו די גריכן האבן באאיינפלוסט די אידישע מחשבה, בפרט אין תקופת הראשונים. צי איז דאס אין דאקטעריי וואו גאלען האט געברענגט א מהפכה, ווי דער רמב"ם רופט אים אין שמונה פרקים "גדול הרופאים" )דער גרעסטער דאקטער(, צי איז דאס אין פיזיק וואו אריסטא'ס טעאריעס האבן געמאכט א וויכטיגן דורכברוך, כאטש זיי זענען געווען היפש פרימיטיוו ווי מ'האט אנטדעקט מיט די יארן.
אריסטא האט אויך אריינגעברענגט דעם באגריף פון די פיר יסודות — אש, רוח, מים, עפר — אלס ריין פיזיקאלישע באגריפן, און האט מיט די מיטלען געפרואווט ערקלערן אלע נאטירליכע יסודות. ערשט שפעטער האבן די באגריפן באקומען ספיריטועלע באדייטן וואס האבן זיך אריינגעוועבט אין דער אידישער מחשבה ביז היינט.
מיר וועלן צוענדיגן מיט א לשון פון רמב"ם וואס שרייבט צו חכמי מארשילייא איבער דער מיטאס פון אסטראלאגיע, טענה'נדיג אז "קיינער פון די גריכישע חכמים — וואס זיי זענען אמת'ע חכמים — האט זיך ניטאמאל געספראוועט דערמיט אדער געשריבן א בוך דערוועגן".
זייט 19
טעקסט
נביא לבב חכמה
דורך: וואלווי
זִבְחֵי אֱֹלקיִם רּוחַ נִשְׁבָּרָה לֵב נִשְׁבָּר וְנִדְכֶּה אֱֹלקיִם ֹלא תִבְזֶה׃
מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען אז מ'איז צעבראכן, א צעבראכן הארץ איז א ריין הארץ.
מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען אז מ'שפירט עלנד, אן עלנד הארץ איז א בענקעדיג הארץ.
מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען אז מ'זוכט אנערקענונג, א זוכעדיג הארץ איז א ליבליך הארץ.
מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען אז מ'טוט גלוסטן, א גלוסטיג הארץ איז א ווארעם הארץ.
מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען אז מ'איז שטורעמיש, א שטורעמיש הארץ איז א געפיליש הארץ.
מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען זיך ערלויבן צו וויינען, א וויינעדיג הארץ איז א ווייך הארץ.
מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען אז מ'איז אומרואיג, אן אומרואיג הארץ איז א לעבעדיג הארץ.
מ'דארף זיך קיינמאל נישט שעמען פון דאס אז מ'שעמט זיך, א שעמעדיג הארץ איז אן איידל הארץ.
וְנָתַתִּי לָכֶם לֵב חָדָׁש וְרּוחַ חֲדָשָׁה אֶתֵּן בְּקִרְבְּכֶם וַהֲסִרֹתִי אֶת לֵב הָאֶבֶן מִבְּשַׂרְכֶם וְנָתַתִּי לָכֶם לֵב בָּשָׂר׃
זייט 20
טעקסט
דריטער קאפיטל
מיסטעריעזע קמיעות
דורך: הרב פנחס אליעזר הלוי דונר איבערגעזעצט אויף אידיש דורך: אפענער
די געשיכטע ביז יעצט: טראץ דעם וואס דער פאלשער משיח שבתי צבי האט זיך געטויפט צו איסלאם אין ה'תכ"ו
)1666( און איז געשטארבן אין ה'תל"ו )1676(, האבן געהיימע געזעלשאפטן פון שבתאים וועלכע האבן נאכאלץ געגלייבט
אין זיין משיח'יש שליחות געבליט אין קהילות לענגאויס אייראפע. זיי זענען געבליבן אקטיוו ביז טיף אריין אין דעם אכצנטן
יארהונדערט. אויפמערקזאמע רבנים האבן שווער געארבעט זיי אויפצודעקן, אין פחד אז זייערע פארקרומטע געדאנקען זאלן
נישט אריינקומען אין דעם אידישן הויפטשטראם.
אין ה'תפ"ה-ו )1725-6( האט א געניטע אפעראציע אויסצורייסן שבתאות אנטדעקט א פארבינדונג צווישן שבתאים
און אן אויפשטייגנדער רבני'שער פערזענליכקייט, ר' יונתן אייבשיץ פון פראג. ר' יונתן האט קאטעגאריש אפגעווארפן
די פארבינדונגען צווישן אים און שבתאות, און באלד אונטערגעשריבן א שארפן פארבאט קעגן דער באוועגונג און אירע
נאכפאלגער. די מערהייט מענטשן האבן געגלייבט אז ער איז געפאלן א קרבן פון א גרייזיגן פארדאכט, און זיין גלאנץ איז
ווייטער געשטיגן. ער איז געווארן דער ראש בית דין אין פראג, און אין ה'תק"א )1741( איז ער געגאנגען קיין מעץ וואו ער
האט אנגענומען די שטעלע פון הויפט-רב.
אין ה'תק"ט )1749( איז ר' יחזקאל קאצענעלנבויגן, דער לאנג-יעריגער הויפט-רב פון דער חשוב'ער "טריפל-קהילה"
פון אלטאנא-האמבורג-וואנדסבעק, קראנק געווארן. עס איז געווען קלאר אז ער וועט זיך נישט ערהוילן. שפעקולאציעס
איבער ווער עס וועט אים איבערנעמען זענען געווען אין פולער שוואונג, מיט אסאך האפנונג אז די קהילה פירערשאפט וועט
איינלאדענען ר' יונתן אייבשיץ צו נעמען די שטעלע.
צווישן די אנדערע מעגליכע קאנדידאטן איז געווען ר' יעקב עמדין, דער זון פון דעם פריערדיגן טריפל-קהילה הויפט-רב,
חכם צבי אשכנזי. ער איז געווען אביסל אינגער ווי ר' יונתן, און ער איז אויך געווען א באקאנטע רבני'שע פערזענליכקייט
וועלכער האט שוין געוואוינט אין אלטאנא, וואו ער האט באקומען ערלויבעניש פון דער קהילה פירערשאפט צו פירן זיין
אייגענע פריוואטע שול. ר' יעקב'ס ערפארונג אין דעם פראפעסיאנעלן רבנות איז געווען באגרעניצט צו א דריי-יאר שטעלע
אין דער קליינער קהילה "עמדין", ער איז אבער געווען העכסט אנערקענט אלס א מענטש פון ערליכקייט און טיפע
געלערנטקייט, און אלס איינער וואס האט נישט מורא צו שטיין קעגן פארברעכער — נישט קיין חילוק וועלכן סאציאלן
סטאטוס זיי פארמאגן.
מיטוואך, כ"ג תמוז ה'תק"ט פארשטארבענער הויפט-רב האט )July 9, 1749(, איז ר' יחזקאל געבעטן אז די קהילה זאל באשטימען קאצענעלנבויגן נפטר געווארן און איז זיין זון, ר' דוד, אלס זיין נאכפאלגער. באערדיגט געווארן אין אפאר שעה.
אנדערע נעמען האבן אנגעהויבן עס איז שנעל ארויסגעקומען אז דער ארויסקומען אלס קאנדידאטן פאר
דער חשוב'ער שטעלע, צווישן זיי ר' שמואל הילמאן — וועלכער האט שפעטער איבערגענומען די ליידיגע שטעלע פון ר' יונתן אין מעץ, ר' אריה לייב פון אמסטערדאם — וועלכער
זייט 21
טעקסט
איז געווען פארהייראט צו ר' יעקב עמדינ'ס שוועסטער, ר' יונתן אייבשיץ, און אוודאי ר' יעקב.
ר' יונתן איז זיכער געווען דער מערסטער באקאנט פון אלע קאנדידאטן. כמעט זעכציג יאר אלט, מיט אן אומגלויבליכער רעפוטאציע אלס א גרויסער געלערנטער און געלונגענער רעדנער, האט ער געהאט אסאך מעריצים אין דער טריפל-קהילה נאך וואס ער האט געוואוינט אין אלטאנא מיט זיין ווייב'ס משפחה פאר צוויי יאר, צווישן ה'תע"ג )1713( און ה'תע"ה )1715(. שמועות וועגן זיינע אזוי-גערופענע שבתאי'שע נייגונגען זענען אפגעווארפן געווארן אלס לשון הרע געטריבן דורך קנאה אדער אלס טאקטישע פעולות פון די שטיצער פון אנדערע קאנדידאטן.
עס איז אבער געווען א קליינע אבער שטארקע גרופע אינערהאלב דער טריפל-קהילה וואס האט געהאלטן אז עס איז סיי פאסיג און סיי נויטיג צו באשטימען ר' יעקב אלס דער נייער הויפט-רב. צו אלעמען ערשט האבן זיי געהאלטן אז עס איז ווי אן אומבאצאלטער "חוב" פאר חכם צבי, וועלכער איז געצוואונגען געווארן צו טיילן די רבנות שטעלע מיט אן אנדער רב צוליב קהילה פאליטיק ביי דער צייט פון זיין באשטימונג. דער טאפלטער הויפט רב געדאנק האט זיך ארויסגעשטעלט אלס אומדערטרעגליך, און איז געווען דער הויפט פאקטאר וואס האט געברענגט צו חכם צבי'ס רעזיגנאציע און זיין פארן קיין אמסטערדאם. די גרופע האט דעריבער געהאלטן אז עס איז בלויז ריכטיג פאר חכם צבי'ס עלטסטן זון צוריקצוקריגן די שטעלע וואס זיין
ר' יעקב עמדינ'ס הויז אויף 155 Breitestrasse אין אלטאנא, וואס ער האט געקויפט און איבערגעמאכט אין ה'תצ"ח )1738(. חוץ פון פאמיליע צימערן האט עס אנטהאלטן א פריוואטע שול און א דרוקעריי. דאס בילד איז ערשינען אין א דייטשן אידישן מאגאזין אין ה'תרפ"ח )1928(, דאס הויז איז זינט דאן פארניכטעט געווארן און אויף זיין פלאץ שטייט היינט אן אפארטמענט געביידע
זייט 22
טעקסט
פאטער וואלט אים איבערגעלאזט אויב וואלט ער געבליבן אויף דער שטעלע ביז זיין טויט.
נאך וויכטיגער, האבן זיי געזען ר' יעקב אלס דער סארט רב וואס וועט אויפהייבן די אידישקייט סטאנדארטן אין דער טריפל-קהילה. אין זייער מיינונג, איז ר' יחזקאל געווען צו ווייך, טאלערירט לייכטזיניגקייט, און פארמאכט אן אויג צו די עוולות פון די רייכע. אויב ר' יעקב וואלט באשטימט געווארן, וואלט ער געווען א גאנץ אנדער סארט הויפט רב — איינער וואס וואלט פארזיכערט אז יעדע טרעטונג אויף הלכה ווערט באלד באהאנדלט, נישט קיין חילוק ווער יענער איז.
אבער די פירערשאפט פון דער קהילה איז נישט גרייט געווען צו באשטימען ר' יעקב. אין דער צייט וואס זיי האבן געהאט רעספעקט פאר זיין געלערנטקייט און זענען געווען באוואוסטזיניג צו זיין טענה אויף דער שטעלע, האבן זיי געהאלטן אז זיין אונטערשעצונג פאר'ן נפטר ר' יחזקאל — עפעס וואס האט עטליכע מאל אויסגעבראכן אין דער עפנטליכקייט – מאכט ר' יעקב אומפאסיג אלס נאכפאלגער; אים צו באשטימען וואלט געוויזן א חסרון פון רעספעקט פאר'ן רב וואס האט געפירט די קהילה פאר כמעט זעקס און דרייסיג יאר.
נאך מער, די קהילה פירערשאפט האט געזען ר' יעקב אלס א היציגער קאפ אן קיין פאליטישער קלוגשאפט, וואלט פירערשאפט וועמענ'ס געברענגט צו אסאך קאנפליקטן און פראבלעמען. אין אמת'ן איז ר' יעקב אליין נישט געווען איבריג
ענטוזיאסטיש אנצונעמען די הויפט-רב שטעלע טראץ דעם דרוק פון זיינע באקאנטע, דאך האט ער געהאלטן אז יעדער אנדערער קאנדידאט וואס וועט נעמען די שטעלע וויסנדיג אז עס קומט זיך אים, וועט זיין שולדיג א גרויסע באליידיגונג און אומגערעכטיגקייט קעגן אים און זיין פארשטארבענעם געערטן פאטער.
נאך כמעט א יאר אן קיין באשלוס, ווען פארשידענע גרופעס אין דער קהילה קעמפן פאר און פארשפרייטן זייערע בעפארצוגטע קאנדידאטן, האט זיך ענדליך, אום ח' אייר ה'תק"י )מאי 14, 1750(, די רבני'שע אויסוואל קאמיטע געזעצט מאכן דעם גורל'דיגן באשלוס. מ'האט געמאכט וואלן און דער געווינער איז באשטימט געווארן: דער נייער הויפט-רב פון דער טריפל-קהילה וועט זיין ר' יונתן אייבשיץ. אן אפיציעלער בריוו איז געשיקט געווארן צו ר' יונתן, און ער האט צוריקגעשיקט זיין אנטווארט אז ער איז צופרידן אנצונעמען די שטעלע און ער ערווארט אנצוקומען אין דער קהילה פאר ראש השנה. ער האט פארלאזט מעץ ווי שנעל ער האט נאר געקענט, און האט לאנגזאם געמאכט זיין וועג, שטאט נאך שטאט, צו זיין נייער היים. איינע פון די שטעט איז געווען פראנקפורט דמיין, וואו ער איז געבליבן פאר אפאר וואכן. אין דער צייט איידער ער איז אנגעקומען דארט, זענען עטליכע פרויען געשטארבן אדער האבן פארלוירן זייערע קינדער אין געבורט, אדער ביידע. פאר עטליכע יאר איז ר' יונתן געווען באקאנט פאר זיין עקספערטיז אלס א שרייבער פון "קמיעות", וואס מען האט געגלייבט אז זיי העלפן מענטשן אין אזעלכע
סיטואציעס. בשעת ער איז געווען אין פראנקפורט, האט ער באקומען עטליכע ביטעס פאר אזעלכע קמיעות פאר פרויען וואס זענען געווען אין געבורט. אין דער עפאכע בעפאר פארלעסליכע מעדיצינישע באהאנדלונגען, זענען אזעלכע בקשות אויסערגעווענליך; געווען נישט מענטשן האבן אפט געזוכט קמיעות פון א רב מומחה אלס א שוץ קעגן סכנות.
אבער דער באנוץ פון קמיעות איז נישט געווען א פראקטיק וואס איז געווען אנגענומען ביי אלע. איינע פון די הויפט קאנסעקווענצן פון דער שבתי צבי קאטאסטראפע איז געווען אז יעדע פארעם פון קבלה'דיגע "האקוס-פאקוס" איז אויטאמאטיש ּ אנגענומען געווארן מיט פארדאכט. בלויז רבנים פונעם העכסטן קאליבער האבן געוואגט זיך צו פארנעמען מיט פראקטישע קבלה מיטלען, ווייל יעדער קלענערער רב איז געשטאנען אין א סכנה צו ווערן באשולדיגט אין שבתאות.
דער פאקט אז ר' יונתן איז גרייט געווען צו שרייבן און פארשפרייטן קמיעות האט געמיינט אז ער האט געגלייבט אז ער איז א רב וועמענ'ס רעפוטאציע איז אזוי שטארק אז קיינער וועט אים קיינמאל נישט חושד זיין אין שבתאות, טראץ – אדער אפשר צוליב – זיין ה'תפ"ה )1725( אינצידענט מיט די אנטי-שבתאי'שע פארפאלגער. ער איז שוין דאן געווען ברייט אנערקענט אלס א "גדול הדור", און דערפאר האט ער אנגענומען אז זיינע קמיעות וועלן קיינמאל נישט זיין אונטער פראגע צייכן. ער האט זיך אבער מיאוס טועה געווען.
זייט 23
טעקסט
איינע פון ר' יונתן אייבשיצ'ס קמיעות, ווי עס איז שפעטער איבערגעשריבן געווארן דורך ר' יעקב עמדין אין איינעם פון זיינע פיל ספרים אויף דער קאנטראווערסיע. פאר פיל יארן האט ר' יונתן פארשפרייט קמיעות פאר פרויען אין געבורט און אנדערע וועלכע האבן געזוכט מיסטישע שוץ. ווען ער איז אנגעקומען אין דער טריפל-קהילה האט די פראקטיק אנגעברענגט א שטארקע פאלעמיק
נאך איידער ר' יונתן האט פארלאזט אין האמבורג און אלטאנא זיי צו ווארענען אז זייער נייער הויפט-רב איז פראנקפורט זענען עטליכע פון זיינע נישט וואס ער שיינט צו זיין; כאטש קמיעות געעפנט און איבערגעקוקט ער פירט א גענצליך נארמאטיווע געווארן דורך לאקאלע רבנים. זייער אידישקייט, איז ער א באהאלטענער מסקנא איז געווען אז די קמיעות שבתאי וואס פארשפרייט שעדליכע אנטהאלטן שבתאי'שע כפירות, און קמיעות צו אומוויסנדע מענטשן וואס רעפערענצן צו שבתי צבי דורכ'ן זוכן זיין הילף אין שווערע סיטואציעס. באנוץ פון סודות'דיגע קבלה רמזים.
אבער אנשטאט צו קאנפראנטירן ר' אין דעם שטאפל איז ר' יונתן יונתן אין פראנקפורט, האבן די רבנים געווען אומבאוואוסטזיניג צו די נייע אפגעשיקט א בריוו צו זייערע פריינט באשולדיגונגען, און סוף זומער האט ער
פארלאזט פראנקפורט צו דער טריפל-קהילה. די פיל רבני'שע תלמידים וואס האבן אים באגלייט פון מעץ זענען געפארן פאראויס כדי זיי זאלן זיין דארט אים צו באגריסן ווען ער קומט אן. זיין אנקומען אין האמבורג אין אלול ה'תק"י איז געווען אויסערגעווענליך דראמאטיש. א ריזיגער עולם האט זיך צוזאמענגענומען ביי די טויערן פון דער שטאט צו באגריסן זיין וואגן. ווען ער איז נאנט געקומען, האבן זיינע תלמידים געמאכט א כבוד-פאראד. ווען די פענסטער פון דעם וואגן האבן זיך געעפנט און זיין פנים איז געזען געווארן, האט א הילכיג געשריי אפגעדונערט, בשעת די קהילה, פון וועלכער א מערהייט האט קיינמאל נישט געזען ר' יונתן בעפאר, האט געכאפט א בליק אויף זייער נייעם הויפט-רב — דער ערשטער נייער הויפט-רב אין דער קהילה פאר איבער זעקס און דרייסיג יאר.
אפאר טעג שפעטער האט ר' יונתן געגעבן זיין ערשטע דרשה אין דער הויפט שול אין אלטאנא. די שול איז געווען פול ביז'ן דאך, און מענטשן האבן זיך געשטופט אין די גאסן צו קענען זיין ביי דער היסטארישער געשעעניש. אין זיין הקדמה צו זיין אראטארישער דרשה האט ר' יונתן געגעבן כבוד צו פיל קהילה באקאנטע, אריינגערעכנט ר' יעקב עמדין. אבער ר' יעקב איז נישט דארט געווען. ער האט געהאלטן אז אלס דער איינציגער קאנדידאט אין דעם אויסוואל פראצעדור וועלכער האט געוואוינט לאקאל, וועט זיין אנטיילנעמען זיין א שטער און פארקירעווען די אויפמערקזאמקייט, און דעריבער איז ער געבליבן אין שטוב.
זייט 24
טעקסט
ווען ר' יונתן האט געענדיגט זיין דרשה, האט די גאנצע קהילה געטאנצט מיט אים איבער די גאסן אויפ'ן וועג צו זיין נייער היים. ווען ער איז אריין אין דער טיר, האט ער געקושט די מזוזה און ציטירט דעם פסוק פון תהילים )קלב:יד(: זֹאת מְנּוחָתִי עֲדֵי עַד פֹּה אֵשֵׁב כִּי אִוִּתִיה ָ— דאס זאל זיין מיין רו-פלאץ פאר אייביג; איך וועל דא וואוינען, ווייל דאס האב איך געוואלט. עס איז געווען א רירנדער מאמענט, און פיל פון די וואס האבן עס מיטגעהאלטן האבן אפן געוויינט.
אבער אפילו ווען די קהילה האט זיך געפרייט מיט ר' יונתנ'ס אנקום, האבן זיך ארומגעדרייט שמועות אז ער איז א שבתאי, און עס זענען זאגאר געווען פאראויסזאגונגען אז ר' יעקב עמדין וועט אים אויפדעקן. לאקאלע אלצווייסער האבן ציטירט ר' יעקב'ס ווייב, בתיה צביה, ווי זי זאל האבן דערקלערט איידער ר' יונתנ'ס אנקום פון פראנקפורט: "לאזט דעם נייעם הויפט רב קומען – מיין מאן האט שוין געשארפט דעם מעסער אפצושניידן זיין האלז."
עס איז אומווארשיינליך אז זי האט טאקע געזאגט דעם אויסדרוק, אבער דער פאקט אז זי איז געווארן ציטירט דערויף האט קלאר געוויזן אז ר' יונתנ'ס "הָאני-מון" איז שוין געווען פאריבער נאך איידער עס האט זיך אנגעהויבן. גרויזאמע מעשיות וועגן זיין נאנטשאפט מיט שבתאים זענען געווארן די הויפט טעמע ארום יעדן שבת טיש אין דער קהילה, אבער ר' יונתן אליין האט זיך אויסגעוויזן גאנץ רואיג, אפלאכנדיג פון די שמועות אלס א "ריסייקלינג" פון די באשולדיגונגען קעגן אים א פערטל יארהונדערט פריער. ער האט אפילו
ווייטער געשריבן קמיעות פאר די וואס אוועקגעמאכט ווערן אלס א טייל האבן געבעטן, און האט געמיינט אז פון א שעדליכער קאנספיראציע צו שטארקע אפלייקענונגען וועלן זיין באשמוצן אן אויפשטייגנדן שטערן אין גענוג אוועקצומאכן די שמועות איבער דער רבנות וועלט, אדער אנצוזייען זיין מכלומר'שטער כפירה — נאך צעמישעניש אין דער צענטראלער אלעם האט עס געארבעט מיט פינף אידישער וועלט. וואס דער אמת און צוואנציג יאר פריער.
איז נאר געווען, האט ר' משה חגיז קיינמאל נישט געקענט אויפווייזן אבער דאס מאל וועט עס נישט עפעס קעגן ר' יונתן, און דער חסרון זיין אזוי פשוט. דורכאויס דעם אנטי-פון הארטע באווייזן צוזאמען מיט ר'
זייערע באשולדיגונגען וועגן ר' יונתנ'ס שבתאיזם האט גרינג געקענט אוועקגעמאכט ווערן אלס א טייל פון א שעדליכער קאנספיראציע צו באשמוצן אן אויפשטייגנדן שטערן אין דער רבנות וועלט, אדער אנצוזייען צעמישעניש אין דער צענטראלער אידישער וועלט
יונתנ'ס נאכאנאנדע אפלייקענונגען שבתאי'שן קאמפיין אין ה'תפ"ה האט געברענגט צו זיין פולשטענדיגער )1725( האט קיינער נישט געקענט ריינוואשונג.
טרעפן אומצוויידייטיגע באווייזן צו פאזיטיוו אידענטיפיצירן ר' יונתן אלס דאס איז אבער געווען גאר א שבתאי. כאטש פיל שבתאים זענען אנדערש פינף און צוואנציג יאר געווען גרייט צו נעמען א שבועה צו שפעטער. דאס מאל זענען געווען באשטעטיגן ר' יונתנ'ס פארפליכטונג פיזישע באווייזן – די קמיעות. ר' יונתן צו זייערע צילן, און אז ער איז דער האט געשריבן און פארשפרייט קמיעות מחבר פון דעם כפירה'דיגן ספר "ואבוא פאר יארן איידער ער איז געקומען צו היום אל העין", איז עס געווען גאנץ דער טריפל-קהילה, און יעצט, ווען די מעגליך אז זיי האבן פאנטאזירט א פרישע באשולדיגונגען האבן אנגעהויבן סצענע אין וועלכער אן אומשולדיגער ארויסקומען, האבן זיינע קעגנער רב איז זייער פירער.
אנגעהויבן זיי נאכצוגיין און שטודירן. זיי האבן גלייך געזען אז די קמיעות אין אנדערע ווערטער, זייערע זענען נישט צום פארשטיין אויב מען באשולדיגונגען וועגן ר' יונתנ'ס איז נישט קיין מומחה אין קבלה, און שבתאיזם האט גרינג געקענט
זייט 25
טעקסט
דער אריינגאנג צו דער שול אין אלטאנא וואו ר' יונתן אייבשיץ האט געגעבן זיין ערשטע דרשה אין אלול ה'תק"י. ר' יעקב עמדין איז נישט געווען דארט, כאטש אין יענער צייט איז נאכנישט געווען קיין היסטאריע פון פיינטשאפט צווישן זיי, און אויך נישט קיין רמז פון דעם קאנפליקט וואס וועט באלד אויסברעכן. די שול איז פארניכטעט געווארן דורך די נאציס אין נאוועמבער 1938
דער לאקאלער מומחה אויף קבלה איז געווען נישט קיין אנדערער ווי ר' יעקב עמדין. דעריבער, ערגעץ אין ווינטער פון ה'תק"י )1750(, האט א גרופע פון באזארגטע קהילה מיטגלידער געברענגט איינע פון די קמיעות צו ר' יעקב פאר אן אפשאצונג.
עס איז געווען אט די גורל'דיגע באגעגעניש וואס וועט זיין דער אנהייב פון דער שפאנענדער מחלוקת וואס האט צום סוף פארכאפט די גאנצע אידישע וועלט, כאטש אין יענער צייט האט קיינער נישט גע'חלומ'ט אז ר' יעקב וועט זיך ארויסשטעלן אלס ר' יונתנ'ס הויפט קריטיקער. אין פאקט, כאטש ר' יעקב איז שפעטער געווארן דער מענטש וואס איז מערסט אידענטיפיצירט מיט דעם אנטי-ר' יונתן קאמפיין, איז ער אין די פריע שטאפלען פון דער קאנטראווערסיע נישט געווען קיין הויפט שפילער. און כאטש ער האט געהאט א רעפוטאציע אלס א שטרענגער, שטייפער רב, האט ר' יעקב נישט געהאט קיין היסטאריע פון קעמפן קעגן די מיט וועמען ער האט נישט מסכים געווען. ער האט אויך קיינמאל בעפאר נישט געשפילט קיין ראלע אין אן אנטי-שבתאי'שן קרייצצוג אדער זיך פארפלאנטערט עפנטליך אדער פריוואט מיט ר' יונתן אייבשיץ.
אין דעם גורל'דיגן ווינטער טאג איז די קליינע גרופע אנגעקומען צו ר' יעקב'ס הויז און איז גלייך צוגעוויזן געווארן צו זיין שטוב. די שטימונג איז געווען ערנסט און פארטראכט. איינער פון דער גרופע האט דערקלערט דעם ציל פון זייער באזוך, און איבערגעגעבן פאר ר' יעקב א קליינע האנט-געשריבענע קמיע. ר' יעקב האט א
זייט 26
טעקסט
שאקל געטאן מיט'ן קאפ און עס באלד ערליכקייט זענען נישט געווען קיין צוריקגעגעבן. זיי האבן אלע געקוקט ספיקות. "געליבטער רב," האט ער אויף אים, פארוואונדערט.
אנגעהויבן, "כאטש איך פארשטיי גאנץ גוט דיין שטעלונג, לאז מיך ביטע ער האט געקרעכצט. "מיינע פארשטעלן אן אנדער קוקווינקל דאס טייערע פריינט, איך האב אבסאלוט צו באטראכטן. אויב עס איז אמת – ווי נישט קיין ווילן זיך אריינצומישן אין פיל מענטשן זאגן – אז ר' יונתן איז א דעם מצב. איר זעט, אויב איך וועל שבתאי, ווי קענען מיר אים לאזן פירן נישט אינגאנצן ריינוואשן ר' יונתן וועל אונזער וואונדערבארע קהילה אויף איך ווערן באשולדיגט דורך יעדן אלס דעם פאלשן וועג? ר' יחזקאל, זאל ער אנגעווייטאגט. זיי וועלן אפווארפן מיין רוען אין פרידן, קען זיין ער איז נישט מיינונג און טענה'ן אז איך האס ר' יונתן געווען דער בעסטער רב אין יעדער פאר'ן אננעמען די הויפט-רב שטעלע הינזיכט, אבער ער איז נישט געווען וואס איך גלייב וואלט געדארפט זיין קיין אפיקורס… מיינע – כאטש מיר אלע ווייסן אז איך האב נישט קיין אינטערעס אין דער "מיר אלע ווייסן אז שבתאות שטעלע, און וויל נישט די ארבעט איז א פארשאלטן אפיקורסות און אונטער קיין שום אומשטענדן. איך איז א גרויסע סכנה פאר אמת'דיגער אנטשולדיג מיך אייך צו אנטוישן, אידישקייט, און דו מוזט זיכער מסכים אבער איך קען אייך פשוט נישט זיין אז אלס פאראנטווארטליכע אנבאטן מיין הילף."
מיטגלידער פון אונזער טייערער קהילה, זענען מיר געצוואונגען אדער נאך א וויילע האט דער פירער פון אויפצודעקן ר' יונתנ'ס שבתאיזם דער גרופע, יוסף פראגער, אנגעהויבן אדער צו באשטעטיגן זיינע טענות פון רעדן שטיל אבער פעסט. פראגער איז געווען א לאנגיעריגער פריינט אומשולד. און, געליבטער רב, דו ביסט פון ר' יעקב; אן ארויפגעקוקטער דער איינציגער אין שטאט וואס האט מענטש אויף וועמענ'ס פרומקייט און דאס קענטעניש און באהאוונטקייט
מיר אלע ווייסן אז שבתאות איז א פארשאלטן אפיקורסות און איז א גרויסע סכנה פאר אמת'דיגער אידישקייט, און דו מוזט זיכער מסכים זיין אז אלס פאראנטווארטליכע מיטגלידער פון אונזער טייערער קהילה, זענען מיר געצוואונגען אדער אויפצודעקן ר' יונתנ'ס שבתאיזם אדער צו באשטעטיגן זיינע טענות פון אומשולד
אונז צו פירן אין דעם ענין. אזוי אז מיר האבן נישט קיין ברירה נאר דיר אנצופרעגן, און — מיט רעספעקט — דו האסט אויך נישט קיין ברירה נאר אנצונעמען אונזער פארלאנג פאר הדרכה."
ר' יעקב איז געווען שטיל ווען ער האט איבערגעטראכט וואס פראגער האט יעצט געזאגט. נאך אפאר מינוט האט ער שטאטליך געשאקלט מיט'ן קאפ און אויסגעשטערקט זיין האנט פאר דער קמיע – און זיך אפגעשטעלט. "איך האב איין תנאי," האט ער געזאגט, "אויב איך אנטדעק אז די קמיע אנטהאלט אפיקורסות, אויף קיין פאל קענט איר נישט דערמאנען אז איך בין דער מיט וועם איר האט זיך דורכגערעדט. איך וועל אייך ווייזן וואס איך זע און וויאזוי איך זע עס, און דעמאלט וועט עס זיין אויף אייך צו נעמען די זאכן ווייטער, אן קיינמאל דערמאנען מיין נאמען, האבן מיר א הסכם?"
זיי האבן אלע געשאקלט דעם קאפ מיט צושטימונג.
ר' יעקב האט גענומען די קמיע און פארזיכטיג געעפנט. עס האט אנטהאלטן א רויע צייכענונג פון א "מגן דוד", מיט לשון קודש אותיות אינעווייניג און ארום. די אותיות האבן אויסגעזען אן קיין סדר, פארמענדיג אומפארשטענדליכע ווערטער וואס זענען נאר געווען פארשטענדליך פאר איינעם וואס איז באקאנט מיט דער קונסט פון שרייבן קבלה'דיגע פארמולעס. דער רב איז געווען שטיל ווען ער האט געדרייט די קמיע אהין און אהער. ער האט עס געהאלטן ביים פענסטער עס אויסצופארשן אין דער
זייט 27
טעקסט
ליכטיגקייט. פלוצלינג האט זיין פנים זיך ווייטאגליך געקרימט, און ער האט שטארק געקוקט אויף איינעם פון די ווערטער אין דער קמיע.
ער האט ארויפגעקוקט. "זענט איר זיכער אז דאס איז געשריבן געווארן דורך ר' יונתן?" האט ער געפרעגט. "מיר זענען זיכער," האט פראגער געענטפערט, "עס איז באקומען געווארן גלייך פון די פרויען פאר וועמען ער האט עס געגעבן."
"דאס איז נישט גוט. בכלל נישט גוט. קומט אהער און לאמיר אייך ווייזן." די גרופע האט זיך צוגעשטופט צום פענסטער וואו ר' יעקב האט געהאלטן די קמיע צו דער ליכטיגקייט צייגנדיג אויפ'ן האנט-געשריבענעם ווארט וואס ער האט יעצט אויסגעפארשט. ער האט געקוקט אויף זיי, אבער זיי אלע האבן געצויגן מיט די פלייצעס — זיי האבן נישט געהאט קיין אנונג וואס דאס ווארט מיינט. ר' יעקב'ס קול האט געציטערט. "דאס ווארט איז געמאכט פון רמזים, ניצנדיג א באהאלטענעם קָאד באקאנט אלס 'א"ת ב"ש’, וואו אן אלף איז א תיו, א בית איז א שין, א גימל איז א ריש, און אזוי ווייטער. וואס דאס ווארט אייגנטליך מיינט איז 'מלך משיח שבתי צבי'."
אלע האבן געאטעמט אין שאק ווען זיי האבן פארשטאנען די גרויסקייט פון וואס ר' יעקב האט זיי יעצט געזאגט. דאס איז געווען דער "סמאקינג גאן"
וואס ר' משה חגיז האט קיינמאל נישט געקענט טרעפן. דאס איז געווען פאקטישער באווייז אז ר' יונתן אייבשיץ, איינער פון די גרעסטע און מערסט באקאנטע רבנים אין אייראפע, איז אין אמת'ן א געהיימער גלייביגער אין דער משיח'ישער מיסיע פון דעם משיח שקר שבתי צבי. ר' יעקב האט אויסגעזען פארלוירן אין זיינע געדאנקען, און זיינע באזוכער האבן געווארט ער זאל עפעס זאגן. ווען ער האט ענדליך גערעדט, זענען זיינע ווערטער געווען לאנגזאם און אויסגערעכנט.
"די קמיע איז געפערליך, ערגער ווי אלעס וואס די פארשאלטענע מינים חיון, פראסניץ, און חסיד האבן אמאל פראדוצירט. איך בעט אייך, ביטע הערט גוט צו צו וואס איך זאג אייך: ווער עס האט געשריבן די קמיע איז א שעדליכער שבתאי. איך האב נישט קיין אנונג ווער עס האט עס געשריבן; עס איז נישט אז איך גלייב אייך נישט, אבער ענקער באהויפטונג אז ר' יונתן האט דאס געשריבן איז בלויז א א שמועה. מיין עצה צו אייך איז צו האלטן די אנטדעקונג שטיל, און דורכאויס די קומענדיגע וואכן זאמלט צוזאם וויפיל קמיעות איר קענט נאר. מאכט זיכער זיי צו האלטן פארמאכט און פארשפארט. אין א געוויסן שטאפל וועלן זיי דארפן ווערן געעפנט אין פארנט פון עדים און מומחים, אזוי אז קיינער זאל נישט קענען טענה'ן אז זיי זענען געפעלטשט געווארן. איר דארפט פארשטיין עפעס
זייער וויכטיג: דער איינציגער וועג איבערצוצייגן אז ר' יונתן איז א שבתאי איז דורך באווייזן. הארטע באווייזן וואס לאזן אים נישט קיין פלאץ צו לייקענען. מיינע פריינט, איר האט א זייער שווערע אויפגאבע, זאל גאט זיין מיט אייך." ר' יעקב האט ערנסט געדריקט די הענט פון זיינע באזוכער און זיי ארויסבאגלייט, נישט וויסנדיג אז ער האט יעצט אנגעהויבן א מערכה וואס וועט באהערשן די רעשט פון זיין לעבן. אין קומענדיגן קאפיטל: טראץ ר' יעקב עמדינ'ס פארזיכטיגע אנווייזונגען, זענען זיינע מיינונגען וועגן דער קמיע און אנדערע ענליכע קמיעות שנעל באקאנט געווארן. ר' יונתן האט שטארק פרובירט אויפצואווייזן זיין אומשולד פאר ר' יעקב, אבער איז עס געווען אומזיסט. אין עטליכע טעג האט די קהילה פירערשאפט זיך איינגעמישט - נישט צו פסק'ענען צווישן די רבנים, נאר צו פארמיידן א קאנטראווערסיע איידער עס הייבט זיך אן. זייער סטראטעגיע איז געווען שטיל צו מאכן ר' יעקב און זיינע שטיצער, אפילו ווען נאך באווייזן זענען ארויסגעקומען וועלכע האבן באשטעטיגט די מיינונג אז ר' יונתן איז א שבתאי. די ארענע איז געווען גרייט פאר א פאלעמיק אין וועלכער קיינער פון די זייטן קען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן. די פראגע איז געווען: ווער וועט קודם ציען דעם טריגער?
דער ארטיקל איז געשריבן געווארן אריגינעל אין ענגליש דורך הרב פנחס אליעזר הלוי דונר און איז געווארן איבערגעזעצט אויף אידיש דורך "אפענער" אויף "קרעמל".
הרב דונר איז דער רב אין קהל יאנג איזראעל אין נארט בעווערלי הילס קאליפארניע, און איז א באקאנטער היסטאריקער און באגאבטער רעדנער.
הרב דונר'ס וועבסייט: https://rabbidunner.com
מען קען זיך פארבינדן מיט'ן רב אויף דעם פאלגנדן אימעיל אדרעס: [אימעיל] אויך קען מען אים נאכפאלגן אויף אלע סאציאלע מידיא.
זייט 28
טעקסט
די דריטע "כוואליע" איז געספאנסארט געווארן דורך @חדשים אויף "קרעמל":
"לכבוד א שמחה אין דער משפחה און אין ערע פון דער 'כוואליעס' רעדאקציע וועלכע פארשפרייטן דעם אויטענטישן דבר השם."
ת ש ו א ו ת ח ן ח ן ל ו
מען קען קויפן הנצחות,
אויב איר ווילט בלייבן אנאנים ביים
הנצחה פרייזן:
אדווערטייזמענטס,
שענקען א נדבה, ביטע ניצט די קרעדיט
גאנצע אויסגאבע מיט פולן הנצחה בלאט: 500$
קארד אפציע און לייגט אריין אן אנאנימען
און באשטייערן קלענערע נדבות אויף
נאמען און אימעיל אדרעס )אויב ניצט איר
האלבע אויסגאבע מיט האלבן הנצחה בלאט: 250$ דעם פאלגנדן לינק:
די PayPal אפציע וועלן מיר קענען זען דעם
פערטל אויסגאבע מיט פערטל הנצחה בלאט: 125$ https://ko-fi.com/chvalyes
נאמען פון דעם PayPal אקאונט(.
כוואליעס
אריגינעלער אידישער אינהאלט
סקען דעם QR קאוד פאר אלע



























