כוואליעסאן אויסגאבע פון אריגינעלן אידישן אינהאלט · ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון

כוואליעס נומער 4 — פורים תשפ"ה

פערטע "כוואליע" · 6טן מערץ 2025 · 30 זייטן

⬇ PDF אראפלאדן (8.8 MB)

יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ענגליש) קען עס זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער.

אינהאלט
זייטן: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30

זייט 1

זייט 1
טעקסט

כוואליעס

אריגינעלער אידישער אינהאלט

גליון ד' - פורים תשפ"ה

אינהאלט

א ווארט פון דער רעדאקציע 2 דאס ּפערסישע קעניגרייך עד דלא ידע פארוואס טאקע?

מיין קאווע גל החוזר פרעג דעם רב באגרינדונג, וואס איז דאס? 19 ממך אליך אברח מיסטעריעזע קמיעות

זייט 2

זייט 2
טעקסט

א ווארט פון דער רעדאקציע

בין מגילה למגילה

עס קומט שוין דער פרייליכער יום טוב פורים און מיר דא מיט'ן ארויסהעלפן מפיץ זיין די "כוואליעס" באצאלט איר אין דער "כוואליעס" רעדאקציע ווילן זיכער מאכן אז איר האט פאר די שרייבער מיט עפעס וואס גיבט זיי חשק ווייטער וואס צו לערנען און ליינען פורים ביינאכט בין מגילה דליליא ארויסצולייגן זייערע הערליכע ווערק.

למגילה דיומא. מיר ברענגען אייך א שיינע אפהאנדלונג פון צו קאמענטירן איבער די אינהאלטסרייכע ארטיקלען קומט @פעדער איבער די פארשוואונדענע יארן אין דער פרס'ישער אריין אין דער דעזיגנירטער אפטיילונג אין "קרעמל":

אימפעריע, אן ענטפער פון איזי פאזען צו @אלפא איבער דעם -https://kraimel.community.forum/search נושא פון פראגעס און ענטפערס, און א מחודש'דיגע תשובה פון /forums/chvalyes הרב יששכר כ"ץ.

אזוי אויך גרייטן מיר זיך פאר א פארגרעסערטער פסח שפעטער פארנאכטס נאך דער צווייטער סעודה קענט איר אויסגאבע וואס וועט אי"ה ערשיינען מאנטאג פרשת צו. דער ליינען חבקוק'ס חידושים ביי סעודת משתה היין, און שבת דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען איז דאנערשטאג פרשת פקודי. אינדערפרי נאכ'ן הענגאווער הרב דונר'ס פארזעצונג אויף רבי יונתן אייבשיץ. דערנאך קענט איר מאכן חזרה.

ליינט מיט הנאה,

די רעדאקציע

פארשטייט זיך פארגעסט נישט מיטצוטיילן די שיינע "כוואליע" מיט משפחה, גוטע פריינט, און סאציאלע גרופעס.

רעדאקציע אינפארמאציע

סקען דעם QR קאוד פאר

צו באקומען די קומענדיגע אויסגאבעס אין אימעיל ביטע שרייבט אייך איין אויף דעם פאלגנדן לינק:

אלע אויבנדערמאנטע לינקס:

https://lp.constantcontactpages.com/sl/832nQLo

איר קענט אונז נאכפאלגן אויף טעלעגראם און X מיט דעם הענטל @chvalyes זיך צו פארבינדן מיט דער רעדאקציע ביטע שיקט אן אימעיל צו chvalyes1@gmail.com אדער שיקט א הודעה צו אונזער "כוואליעס" ניק אויף "קרעמל"

זייט 3

זייט 3
טעקסט

דאס ּפערסישע קעניגרייך

אן איבערזיכט איבער די "פארלוירערנע

יארן" אין אידישן קאלענדאר

דורך: פעדער

דאס פערסישע קעניגרייך

גריכישער היסטאריקער מיט'ן נאמען קטעסיַאס, וועלכער האט געלעבט אין די פערסישע אימפעריע, וועלכע דער צייט פון ארתחשסתא דער דריטער. האט זיך גערופן "דאס אכעמענידישע ער האט געשריבן א רייע פון ביכער קעניגרייך" אויפ'ן נאמען פון איר אבער די מערהייט פון זיי האבן נישט אנגעבליכן אריגינעלן גרינדער אכעמענעס, איבערגעלעבט ביז היינט, זיי זענען בלויז איז געווען באזירט אין דעם היינטיגן איראן פארשפרייט אין אנדערע ביכער וועלכע און האט געוועלטיגט מיט א שטארקייט שרייבן נאך פון אים.

אויף א ריזיגער טעריטאריע וועלכע אויסער פון העראדאטאס, קטעסיאס, האט זיך געצויגן, אין איר הויכפונקט, פון און נאך עטליכע אנדערע וועלכע האבן אינדיע אין מזרח ביז אפריקע אין מערב, געלעבט שפעטער, ווייסן מיר איבער ארייננעמענדיג אין זיך דאס אלטע בבל'ישע דעם פערסישן קעניגרייך אויך פון אידישע קעניגרייך, וועלכע זי האט איבערגענומען.

מקורות, וועלכע שילדערן די אידישע געשיכטעס און איינוועגס שרייבן זיי די מערהייט פון וואס היסטאריקער איבער די אלגעמיינע קעניגן וועלכע האבן ווייסן איבער דער פערסישער אימפעריע, רעגירט אין זייער צייט.

קומט פון דעם גרויסן היסטאריקער, באוואוסט אלס דער פאטער פון ווען מען פרובירט אבער צו פארגלייכן 'היסטאריע' זעלבסט, הערָאדָאטָאס, און צוזאמצושטעלן די צוויי קוועלער, וועלכער האט געשריבן עטליכע ביכער צו שטויסט מען זיך אן אין א כראנאלאגישער פראבלעם.

פאראייביגן די געשיכטעס און געשעענישן פון זיין צייט און פון די צייטן בעפאר אים. העראדאטאס האט געלעבט, ווי עס

די ווערסיע אין תנ"ך

שיינט, אין דער תקופה פון אנהייב צווייטן בית המקדש און זיינע שריפטן באציען אריינקוקנדיג אין די לעצטע ספרים זיך הויפטזעכליך צו דער פערסישער און פון תנ"ך זעט זיך אן אז עס זענען געווען גריכישער היסטאריע.

כאטש פיר פערסישע קעניגן פון ווען דאס נאך איינער וועלכער האט געשריבן בבל'ישע קעניגרייך איז צעפאלן ביז אנהייב איבער דעם לעבן און די קאמפן פון די פון צווייטן בית המקדש. טראץ וואס די פערסישע קעניגן, איז געווען אן אנדער קעניגן ווערן נישט דארט געשילדערט

אין א כראנאלאגישן סדר, קען מען ארויסנעמען אט די נעמען:

דָּרְיָוֶׁש הַמָּדִי • • כֹּרֶׁש מֶלְֶך פָּרַס - ער האט געגעבן רשות ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל אין זיין ערשט יאר.

• אֲחַשְׁוֵרֹוׁש - ער האט געקעניגט ווייניגסטנס פערצן יאר.

• ארְתַּחְשַׁסְתְּא ַ- ער האט ערהאלטן בריוו אפצוהאלטן די באנייאונג פונעם בית המקדש.

• דָּרְיָוֶׁש הַפָּרְסִי - אין זיין צווייט יאר האט מען באנייט די ארבעט אויפ'ן בית המקדש און עס איז פארטיג געווארן אין זיין זעקסט יאר.

• ארְתַּחְשַׁסְתְּא ַ- אין זיין צייט זענען באנייט געווארן די מויערן פון ירושלים. ער האט געקעניגט ווייניגסטנס 33 יאר.

אין דניאל ווערט דערמאנט א קעניג מיט'ן נאמען דָרְיָוֶׁש מָדָָאה )דריוש המדי(, וואס אין זיין צייט איז די בבל'ישע אימפעריע געקומען צו אן ענדע און איבערגעגעבן געווארן אין די הענט פון די פערסער. אזוי אויך ווערט דארט דערמאנט אז דער דריוש המדי איז געווען א זון פון אחשורוש, דאס איז אבער נישט דער אחשורוש פון שפעטער.

זייט 4

זייט 4
טעקסט

נאך ווערט געברענגט אין דער נבואה פון דניאל, אז נאך פיר קעניגן וועלן אויפשטיין אויף פרס ביז יוון וועט איר איבערנעמען. די מפרשים מוטשען זיך ווער די פיר קעניגן זענען, ווייל עס איז שווער צו זאגן אז דריוש אליין ווערט אריינגערעכנט. רש"י ברענגט דארט נאך פון יוסיפון, אנדערש ווי סדר עולם, אז עס איז געווען א קעניג מיט'ן נאמען כמבישה )קַאמביסעס; דער גריכישער נאמען פון כנבוזי( צווישן כורש און אחשורוש.

אין ספר עזרא ווערט פארציילט איבער דער כורש דעקלאראציע, אין וועלכער כורש דער קעניג פון פרס גיבט

אן איינקריצונג פון כורש

רעכט, אין דעם ערשטן יאר פון זיין קעניגרייך, פאר די אידן ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל און בויען דעם בית המקדש. דאס האט געטריבן שֵׁשְּׁבַצַר אנצונעמען דעם אנבאט און ווירקליך ארויפפירן אידן קיין ארץ ישראל.

די בוי-ארבעט אויפ'ן בית המקדש איז אבער אפגעשטעלט געווארן דורך די קעניגן נאך אים, און איז בלויז ערגענצט געווארן ווען דער קעניג ארתחשסתא האט געגעבן ערלויבעניש ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל, פארזעצן די ארבעט אויפ'ן בית המקדש און באפעסטיגן ירושלים. און שפעטער, אין די צייטן פון דריוש, איז דער בית המקדש באנייט געווארן און די עבודה האט זיך ווידער אנגעהויבן.

אין עזרא פרק ד', וואו ער שילדערט איבער די פעלקער ארום ירושלים וועלכע האבן געשטערט די אידן באנייען די שטאט, ווערט געברענגט אז זיי האבן זיי געשטערט אלע יארן פון כורש ביז דריוש, און אין דער צייט פון אחשורוש, אין אנהייב פון זיין קעניגרייך, האבן זיי געשריבן האס-רייד אויף די איינוואוינער פון יהודה און ירושלים. און דאן שטייט ווייטער אז אין דער צייט פון ארתחשסתא האבן זיי

געשריבן העסליכע רייד צום קעניג.

געוויסע ווילן זאגן, און אזוי קוקט אויס פון די פסוקים, אז עזרא גיבט דא א כראנאלאגישן באריכט איבער די קעניגן פון פרס. לויט דעם קומט אויס אז מיר האבן כורש צום ערשט, דאן דריוש, און דערנאך אחשורוש און ארתחשסתא. און עס נישט קלאר פון די פסוקים צי עס איז געווען איין ארתחשסתא אדער צוויי.

די ווערסיע אין חז"ל

אין ספר סדר עולם, געשריבן דורך דער תנא רבי יוסי בן חלפתא וועלכער האט געלעבט איין דור פאר רבי יהודה הנשיא, ווערט פארגעלייגט א פינקטליכע כראנאלאגיע פון בריאת העולם ביז זיינע צייטן. דארט ווערט געברענגט אז די פערסישע אימפעריע איז געשטאנען פאר א קורצער צייט פון 52 יאר, 18 יאר איידער דעם צווייטן בית המקדש און נאך 34 יאר ווען דער בית המקדש איז שוין געשטאנען, ביז ווען די גריכן האבן איר איבערגענומען. די גמרא אין מגילה, אין א פרואוו

א שטיין אין וועלכן עס איז איינגעקריצט כורש'ס דעקלאראציע

זייט 5

זייט 5
טעקסט

אויסצוארבעטן דעם טעות פון אחשורוש אין זיין רעכענונג פון די זיבעציג יאר פון גלות בבל, ברענגט אז נבוכדנצר האט געקעניגט פאר 45 יאר: אינעם אכטן יאר פון זיין קעניגרייך איז געווען גלות יהויכין, אינעם ניינצנטן יאר האט ער פארניכטעט ירושלים, און נאכדעם האט ער געלעבט נאך 26 יאר. נאך אים האט זיין זון, אויל-מרודך, געקעניגט פאר 23 יאר, און דאן האט בלשצר געקעניגט פאר 3 יאר. נאך אים האבן דריוש און כורש, וועלכע האבן געקעניגט איינער נאכ'ן אנדערן, געקעניגט א סך-הכל פון 4 יאר. דאס מיינט, אז אין דעם דריטן יאר פון אחשורוש'ס קעניגרייך, וועלכע איז געקומען באלד דערנאך, איז שוין אריבער זיבעציג יאר זינט גלות יהויכין.

אזוי אויך זאגט דארט די גמרא, אז גלייך נאך דער רעגירונג פון אחשורוש, וועלכע איז געקומען צו אן ענדע הארט נאך דער מעשה פון פורים, האט זיך ווידער באנייט די בוי-ארבעט אין ירושלים אונטער זיין זון דריוש, וועמען די גמרא אידענטיפיצירט אלס ארתחשסתא - א צונאמען מיט וועלכע עטליכע פערסישע קעניגן פון יענער דינאסטיע האבן זיך באניצט.

לויט דער גמרא האבן מיר: דריוש - 2 יאר. כורש - 2 יאר. אחשורוש - 14 יאר. דריוש/ארתחשסתא - 34 יאר. אלעס צוזאמען איז צוויי און פופציג יאר.

די ווערסיע פון העראדאטאס

קטעסיאס און העראדאטאס שילדערן דאס לעבן און שאפן פון די פערסישע קעניגן. עס זענען פארהאן פיל סתירות צווישן זיי, אבער אז מען שטעלט זיי צוזאם, קוקט עס אויס אזוי )אנגעהויבן פון כורש דער צווייטער, וועלכער האט באזיגט און איבערגענומען די בבל'ישע אימפעריע(:

• כורש - 29 יאר.

• כנבוזי - 8 יאר )ער ווערט נישט דערמאנט אין תנ"ך אבער יא אין די ספרים פון יוסף בן מתתיהו(.

• דריוש )"דער גרויסער"( - 36 יאר. • חשיארש )"דער גרויסער"( - 20 יאר. • ארתחשסתא )לָאנגימַאנוס( - 40 יאר.

• חשיארש (ַארסעס( - בלויז 45 טעג. • סָאגדיַאנוס - אונטער א יאר.

• דריוש (ָאכוס( - 18 אדער 19 יאר. • ארתחשסתא (ַארסעס; מנעמָאן( - 46 אדער 47 יאר.

• ארתחשסתא (ָאכוס( - 20 יאר. • ארתחשסתא (ַארסעס( - 2 יאר. • דריוש )קָאדָאמַאנוס( - 6 יאר )אלכסנדר מוקדון האט אים באזיגט(. אלעס צוזאמען קומט דאס אויס צו א תקופה פון אומגעפער 225 יאר. דאס איז אויב מען רעכנט יעדן קעניג באזונדער, אבער אין פאקט איז - אין מערסטנס פעלער - דאס ערשטע יאר פון איין קעניג, אויך דאס לעצטע יאר פון זיין פארגייער.

די ווערסיע אין "דער קאנאן פון קעניגן"

אויסער העראדאטאס, קטעסיאס און אנדערע היסטאריקער, איז פארהאן נאך א שטארקער קוואל וועלכער העלפט היסטאריקער צו דערגיין די כראנאלאגיע פון היסטארישע געשעענישן. דאס איז "דער קאנאן פון קעניגן", וועלכער איז געווארן געהיטן דורך תלמי המלך אין מצרים. דאס איז געניצט געווארן דורך אסטראנאמען אין פארלויף פון א לענגערער צייט צו רעקארדירן אסטראנאמישע געשעענישן און אבזערוואציעס, ווי ליקויי חמה און לבנה. דאס אלעס איז רעקארדירט געווארן ניצנדיג דעם אלטן מצרי'שן קאלענדאר און די יארן פון די

קעניגן וועלכע האבן דאן געלעבט.

לויט דעם קאנאן, ווערן אויסגערעכנט צען פערסישע קעניגן, ווי פאלגנד:

• כורש - 9 יאר )דאס איז פון ווען ער האט איבערגענומען דעם בבל'ישן קעניג(.

• כנבוזי - 8 יאר.

• דריוש - 36 יאר.

• חשיארש - 21 יאר.

• ארתחשסתא דער ערשטער - 41 יאר.

• דריוש דער צווייטער - 19 יאר. • ארתחשסתא דער צווייטער - 46 יאר.

• ארתחשסתא דער דריטער - 21 יאר. • ארתחשסתא דער פערטער - 2 יאר. • דריוש דער דריטער - 4 יאר.

אלעס צוזאמען איז בערך 207 יאר. עס איז אוממעגליך צו פארקוקן אויף דער שטוינענדער ענליכקייט צווישן דער מצרי'שער כראנאלאגיע און דאס וואס העראדאטאס שילדערט. ביי היסטאריקער איז אנגענומען, אז א געשיכטע וועלכע ווערט פארציילט בלויז דורך איין קוואל, טראגט נישט אזויפיל געוויכט קעגן עפעס וואס מען טרעפט אין נאך אנדערע פלעצער, און ווי מער קוועלער ווייזן אן דערויף, אלץ שטערקער ווערט עס באשטעטיגט.

דעריבער איז אנגענומען ביי היסטאריקער אז די פערסישע אימפעריע האט זיך געצויגן פאר א צייט אפשניט פון איבער צוויי הונדערט יאר, און אלס רעזולטאט מוז זיין אז דער צווייטער בית המקדש - וועלכער איז באנייט געווארן אין דער צייט פון דריוש דער צווייטער און פארברענט געווארן אין דער צייט פון טיטוס, 70 CE - איז געשטאנען פאר פינף הונדערט ניין און אכציג יאר.

זייט 6

זייט 6
טעקסט

די כראנאלאגישע פראבלעם

פון דער פערסישער היסטאריע קומט אויס, אז פון כורש - וועלכער איז געווען דער וואס האט באזיגט די בבליים - ביז דריוש - וואס אלכסנדר מוקדון האט אים באזיגט - איז געווען אומגעפער צוויי הונדערט יאר מיט אומווייניגסטנס צען קעניגן. אבער לויט'ן סדר עולם, און אזוי שיינט אויך פון די ספרים עזרא און נחמיה, זענען די אידן געווען אונטער די פרסיים פאר נישט מער ווי צוויי און פופציג יאר, פון כורש ביז דריוש.

אין אנדערע ווערטער, אויב כורש האט איבערגענומען די בבל'ישע אימפעריע און דריוש איז געווען אין דער צייט פון אלכסנדר מוקדון, מוז דאך זיין אז פון דער דעקלאראציע פון כורש און דעם אויפבוי פון דעם צווייטן בית המקדש, ביז אלכסנדר מוקדון, איז געווען כאטש צוויי הונדערט יאר, אבער אין פאקט ווייסן מיר פון בלויז צוויי און פופציג יאר פון כורש ביז דעם צוזאמענפאל פון דעם פערסישן קעניגרייך.

וועגן וויאזוי צו אנטשיידן די פראבלעם

אויף צו פארענטפערן אט די אומאיינשטימיגקייט, זענען אין פארלויף פון די יארן געווען פארשידענע געלערנטע וועלכע האבן פרובירט צו טרעפן א וועג וויאזוי דאס צו מאכן שטימען. געוויסע זענען אויפגעקומען מיט מער איינגעהאלטענע וועגן און אנדערע האבן זיך ערלויבט צו זיין מער שעפעריש. ר' עזריה מן האדומים, וועלכער האט געלעבט אין די צייטן פון דעם מהר"ל פון פראג, איז געווען א גרויסער פארשער און דענקער. ער האט שוין געשריבן אין זיין ספר, מאור עיניים, איבער דער פראבלעם וועלכע שאפט זיך דורכגייענדיג די כראנאלאגיע אין סדר עולם.

ער ברענגט פארשידענע ראיות אז

עס מוזן האבן דורכגעלאפן פיל מער פון בלויז צוויי און פופציג יאר פון כורש ביז אלכסנדר מוקדון. איינער פון זיינע אנגעבליכע באווייזן איז דער פאקט אז אין עזרא ווערט דערמאנט א ליסטע פון כהנים גדולים וועלכע האבן געדינט אנהייב צווייטן בית המקדש, און עס ווערן דארט אויסגערעכנט זעקס דורות פון כהנים. וויאזוי איז מעגליך, טענה'ט ער, אריינצושטופן זעקס דורות אין אזא קורצער צייט?

נאך א זאך וואס פרעגט זיך איז, אויב איז דער קעניג וועלכער האט געלעבט אין דער צייט פון נחמיה בן חכליה ווירקליך דער דריוש וועלכער איז באזיגט געווארן דורך אלכסנדר מוקדון, אזוי ווי חז"ל ווילן זאגן, דאן פארוואס זעט מען נישט אז ער זאל אויף סיי וועלכן וועג דערמאנען דעם קעניג, און נאך דערצו אז עס פארווירקליכט די נבואה פון דניאל איבער דעם גריכישן קעניג וואס וועט איבערנעמען די פרסיים? דעריבער קומט ר' עזריה צו דער מסקנא אז עס פעלן דא יארן, און אז די ציילונג פון די אלגעמיינע היסטאריקער איז ריכטיג. דאס מיינט, אז עס זענען געווען נאך פיל יארן צווישן עזרא און נחמיה ביז ווען די פערסישע אימפעריע איז צעפאלן, אין וועלכע דער צווייטער בית המקדש איז שוין לאנג געשטאנען.

רעליגיעזע היינטיגע, עטליכע ישראל'ישע פארשער פרובירן צו טענה'ן, אז אין פאקט מוז מען נישט זאגן אז דער כורש וואס מיר קענען פון עזרא אלס דער וואס האט געגעבן ערלויבעניש ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל, איז דער זעלבער "כורש דער גרויסער" וועלכע העראדאטאס און אנדערע דערמאנען. זיי ווילן זאגן אז אונזער כורש האט געלעבט פיל שפעטער און אז די מערהייט פון דער פערסישער אימעפריע און געווען נאך איידער גלות בבל. כאטש עס זענען פארהאן פארשידענע באווייזן וועלכע שטיצן די מיינונג, זענען מערערע פארשער סקעפטיש דערוועגן, און עס לאזט אויך איבער פיל אומפארענטפערטע פראגעס.

די ציילונג פון שטרות

עס איז פילייכט נויטיג צו פארשטיין, אז עס איז נישט אזא אויסערארדנטליכע ערשיינונג אז באזונדערע היסטארישע קוועלער זאלן זיך נישט קענען פארגלייכן און אז עס זאלן זיין אומאיינשטימיגקייטן צווישן זיי. דאס קומט צוליב עטליכע אורזאכן. איינס, אמאל איז נישט געווען א געמיינזאמער אנגענומענער וועג פון ציילן יארן; יעדעס פאלק האט געציילט די יארן לויט זיינע קעניגן אדער לויט זיין קאלענדאר. אזוי אויך איז נישט געווען איינגעפירט צו לערנען אלגעמיינע היסטאריע; יעדעס פאלק איז געווען בלויז אינטערעסירט אין זיינע אייגענע געשיכטעס און עס איז אים גאנץ ווייניג אנגעגאנגען וואס עס טוט זיך ביי יענעם. איינער פון די הויפט פאקטארן וועלכע זענען פאראנטווארטליך אויף דער אומאיינשטימיגקייט, איז די תקופה ווען נבוכדנצר האט געלעבט. לויט דער

אן איינקריצונג פון חשיארש וועמען אסאך ווילן אידענטיפיצירן אלס אחשורוש

זייט 7

זייט 7
טעקסט

אנגענומענער מיינונג, האט נבוכדנצר געקעניגט פאר דריי און פערציג יאר, צווישן די יארן 605 און 562 BCE, וואס דאס איז בערך פון ג'קנ"ה ביז ג'קצ"ח. אבער לויט דער אידישער מסורה קומט אויס אז ער האט געלעבט און רעגירט פיל שפעטער, ערשט צווישן די יארן ג'ש"כ און ג'שס"ה. די צייט ווילאנג ער האט געקעניגט שטימט גאנץ גוט מיט וואס איז אנגענומען, אבער די יארן זענען אוועקגערוקט מיט גאנצע 167 יאר. דאס מיינט אז אויב גייט מען אינגאנצן מיט דער אידישער רעכענונג, דאן ווערט גענצליך פארמאכט דער לאך וואס שאפט זיך דורך דער אלגעמיינער ציילונג.

די פראבלעם איז אבער אז פון נבוכדנצר און ווייטער ציט זיך א קייט פון קעניגן, איינער נאכ'ן צווייטן, ביז צו דעם דריוש וועמען אלכסנדר דער גרויסער האט באזיגט, און איבער דער תקופה ווען אלכסנדר מוקדון האט געקעניגט זענען נישט דא קיין גרויסע מיינונגס

אן איינקריצונג פון ארתחשסתא דער ערשטער

פארשידנהייטן: אלע זענען איינשטימיג אז ער האט רעגירט אין יאר 312 BCE, וואס דאס איז ג'תמ"ח, אדער ג'ת"ן לויט עטליכע אידישע מקורות, א חילוק פון א נישטיגע צוויי יאר, וואס דאס איז דאס ערשטע יאר צו דער ציילונג פון שטרות. אין חז"ל ווערט כמעט נישט דערמאנט די יארן פון בריאת העולם אזוי ווי מיר ציילן; זיי באניצן זיך בלויז מיט דער ציילונג פון "שטרות" - שנת כך וכך לשטרות. אזוי אויך מיט די ספרי המכבים און אנדערע ספרים פון יענער צייט, וואס זיי אלע ציילן לויט די שטרות און איינוועגס אויך לויט די קעניגן אדער געשעענישן וועלכע זיי באשרייבן. די ציילונג פון שטרות באדייט, "די יארן וואס איז אנגענומען צו שרייבן אויף שטרות". דאס הייסט אז עס איז געבויט אויף אן אלגעמיינעם קאנצענזוס פון וועלכן יאר אנצוהייבן צו ציילן.

און טאקע, פון ווען די וועלט איז אריבער צו דער ציילונג פון שטרות, א ציילונג וועלכע אידן האבן געניצט פאר זייער א לאנגער תקופה, ביז נאך תקופת הגאונים, איז די כראנאלאגיע פון היסטארישע געשעענישן פיל מער באשטעטיגט און פעסטגעשטעלט. איידער דער ציילונג, האט יעדעס פאלק געציילט די יארן פאר זיך און עס איז נישט געווען קיין מיטל וויאזוי צו ציען א פאראלעל צווישן צוויי באזונדערע געשיכטעס. דעריבער, ווען עס קומט צו רעכענען וועלכע געשיכטע האט געפעדערט און וועלכע איז געקומען שפעטער, שטויסן זיך די פארשער פיל מאל אן אין א קאמפליצירט רעטעניש.

ווער איז אחשורוש?

איינע פון די נאכווייען פון דעם כראנאלאגישן צעמישעניש, איז די שוועריגקייט צו אידענטיפיצירן דעם באקאנטן אחשורוש פון מגילת אסתר. פונעם ערשטן בליק לאזט זיך זאגן אז חשיארש דער ערשטער )אויף ענגליש: Xerxes I( איז אייגנטליך אונזער

אחשורוש. דאס איז צוליב די שטארקע ענליכקייט אין זייערע נעמען; אז מען לייגט צו אן א' צום אנהייב פון דעם נאמען, אן ערשיינונג וועלכע פאסירט דורכ'ן פאר'ארמ'ישן א פערסישן נאמען, איז דאס ממש דער זעלבער נאמען. און דאס שטימט לכאורה אויך מיט דעם וואס העראדאטאס לייגט אים אראפ אלס א פעשער מאן וועלכער גלייכט וויין און פרויען.

אבער עס איז נישט אזוי גלאט. צום ערשט שטימען נישט די יארן, אחשורוש פון דער מגילה דארף זיין נענטער צו די לעצטע קעניגן פון פרס, און צווייטנס, סיי אין די ספרים פון יוסף בן מתתיהו, סיי אין תרגום שבעים, און אזוי איז אויך משמע פון דער גמרא אין מגילה, האט דער קעניג אין פאקט געהייסן ארתחשסתא - אחשורוש איז נאר געווען א צונאמען מיט וועלכן ער אדער די אידן האבן אים גערופן. אזוי אויך אין די ביכער פון העראדאטאס, כאטש וואס ער שילדערט דאס קעניגרייך פון חשיארש מיט לעבעדיגע קאלירן, דערמאנט ער אינגאנצן נישט איבער א קעניגין וואס זאל האבן געהייסן ושתי אדער אסתר.

יוסף בן מתתיהו ברענגט טאקע קלאר אז די געשיכטע פון המן, וועלכע איז לויט אים פארגעקומען אין דער צייט פון ארתחשסתא, האט פאסירט ווען דער בית המקדש איז שוין געשטאנען. וואס דאס מיינט אז פילייכט זענען איינער פון די קעניגן מיט'ן נאמען ארתחשסתא פון וועלכע העראדאטאס רעדט, געווען דער אחשורוש פון דער מגילה. די פראגע איז נאר וועלכע פון זיי.

דעריבער זענען פארהאן אסאך וועלכע ווילן אידענטיפיצירן אחשורוש אלס ארתחשסתא דער ערשטער )לאנגימאנוס(. דאס שטימט זייער גוט מיט וואס עס קוקט אויס פון עזרא און נחמיה, און אזוי אויך מיט וואס חז"ל זאגן אז דריוש האט געקעניגט גלייך נאך אחשורוש.

זייט 8

זייט 8
טעקסט

עד דלא ידע

דורך: חבקוק

לחיים, לחיים! לחיים טובים ולשלום! שא, שא, שטיל א מינוט! מ'קען דאך נישט זאגן א אידיש ווארט דא! די נשים זאלן אויך זיין שטיל, בעט איך, די שוויגער מעג אויך הערן!

שמעו נא רבותים, הערט מיר אויס א מינוט א וואונדערליכן פשט אין דער גמרא "חייב אינש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי".

דער סאטמארער רבי זי"ע האט געזאגט א שיינעם פשט אויף דער גמרא אין איינעם פון די יארן. אפשר תשי"ט? געדענק איך שוין נישט. עס איז געדרוקט אין 'דברי יואל' אויף פורים, אופן ג'. זאגט ער, עס איז באקאנט וואס דער רמב"ם שרייבט "תכלית הידיעה שלא נדע", דאס הייסט ווען מען ווייסט אז מ'פארשטייט שוין גארנישט - אט דאס הייסט געוואוסט. ווילאנג מען רעדט זיך איין אז מ'פארשטייט, אז מען האט א ידיעה, איז מען טאקע נאכנישט אנגעקומען צום תכלית הידיעה.

זאגט דער רבי זי"ע לדרכו, אגאנץ יאר זעט מען א המן וואס איז כל כולו רע, און א מרדכי וואס איז כל כולו טוב. און מען מיינט אז דאס איז אלעס; מ'מיינט אז מ'האט ארויס דעם רע פון המן און דעם טוב פון מרדכי. אבער דער אמת איז, זאגט ער, אז דאס פאנגט זיך גארנישט אן. דער רע פון המן איז עמוק עמוק עד אין שיעור וערך, המן אליין כאפט נישט ווי שלעכט ער איז און ווי ווייט זיינע כוחות הטומאה גייען, און דער טוב פון מרדכי איז אויך למעלה

מהשגתנו, מרדכי אליין באגרייפט נישט ווי שטארק זיינע כוחות זענען און וויפיל קדושה ער איז משפיע אויף דער וועלט. קומט דאך אויס אז די ידיעה פון אגאנץ יאר איז הבל הבלים, עס איז גארנישט קיין ידיעה, גארנישט קיין תכלית. אבער אז עס קומט פורים זאגט די גמרא: טרינק דיך אן אזוי אז דו זאלסט אליין מודה זיין אז דו פארשטייסט גארנישט, און טאקע דאס אייגענע "לא ידע" איז גאר דער "תכלית הידיעה", ע"כ תוכן דבריו בערך.

נאר איך מיין אז דער רבי זי"ע אליין איז נאך גאנץ ניכטער געווען ביים תורה זאגן; ער אליין האט נאך ניטאמאל דעם שפיץ אנגעכאפט. "תכלית הידיעה שלא נדע" איז נאך פיל טיפער, און ממילא איז די בחינה פון "עד דלא ידע" אויך אסאך טיפער.

לאזט מיך נאר מקדים זיין: וואס איז דאס 'זמן'? זמן איז דאך א בלויזע בריאה וואס קען נאר עקזיסטירן דארט וואו 'מקום' עקזיסטירט. ווי איינשטיין האט אונז שוין געלערנט, איז אפילו דארט וואו מען קען פארן פון איין פלאץ צום צווייטן אין דער שנעלקייט פון ליכט, הערט זיך שוין אויף דער מושג פון צייט. לא כל שכן דארט וואו 'פלאץ' איז בכלל נישט פארהאן, איז דאך זיכער אז 'צייט' איז נישט פארהאן.

און וואס איז מיט ידיעה? דאס קען אויך נאר עקזיסטירן דארט וואו עס איז פארהאן פלאץ און צייט. דהיינו אז עס איז דא א יעצט, א נעכטן, און א מארגן, און דער מענטש פארמאגט א ידיעה - ער

ווייסט יעצט וואס גייט געשען מארגן אדער וואס איז געשען נעכטן, אדער ער פארשטייט עפעס וואס עקזיסטירט אין אן אנדער פלאץ, אינדרויסן פון אים. דעריבער קען ידיעה נאר עקזיסטירן אין אזוינע עולמות וואו עס איז דא די בריאה פון 'מקום' און דאדורך דעם 'זמן'. נאר דארט קען געמאלט זיין 'ידיעה'.

אבער דארט וואו עס איז נישטא קיין מקום און קיין זמן, נאר גענצליך אחדות הפשוט, יחיד ואין יחידות כמוהו, איז דאך נישט שייך קיין ידיעה. עס איז דאך נישטא קיין דא און קיין דארט, קיין נעכטן און קיין מארגן - וואס הייסט 'ער ווייסט'? עס איז! עס עקזיסטירט אן דעם פריער און אן דעם שפעטער, נאר גענצליכע אחדות - יחידות! און דאס איז דער תכלית הידיעה: צו פארשטיין און שפירן אז ידיעה עקזיסטירט נישט בכלל; אנצוקומען צו דער פולער הכרה אז 'ידיעה' איז אן איינרעדעניש אין אונזער וועלט וואו דער באשעפער האט באשאפן די אילוזיע פון צייט, אבער באמת ווען מען נעמט דאס אוועק פאלט אוועק דער מושג פון ידיעה.

און מיט דעם פאלט אויך אוועק די סתירה פון ידיעה און בחירה: דארט וואו אלעס איז איינציג איז נישטא קיין ידיעה, קיין בחירה, און אוודאי און אוודאי נישט קיין סתירות.

אבער דאס אלעס איז א סוד. דער שווער הערט? א גרויסער סוד! א סוד וועלכער איז באהאלטן אין עולם האצילות אינדרויסן פון דער פראגראם אין וועלכער מיר לעבן. רזי דרזין, ליבא לפומא לא

זייט 9

זייט 9
טעקסט

גליא. אבער דא, אין עולם הבריאה, קען מען אגאנץ יאר נישט רעדן דערפון. דער ערשטער כלל דא אינעם פייט קלָאּב איז אז 'מען רעדט נישט פון דעם פייט קלָאּב!' זיי גיבן אכט, די אלע געיטקיּפערס, אז קיינער זאל נישט וויסן דערפון. די אילוזיע גייט אן, מען שפירט זיך אין קאנטראל - א סיבה צו לעבן, צו מלחמה האלטן, צו מסגף די חיה'שע אינסטינקטן און קרעכצן פון הנאות. מען האקט אויף דעם ּבַאקסינג בעג עד זוב דם, מען זעצט אויף דעם ּ טיילערן… ביז עס קומט פורים… נכנס יין יצא סוד. א וויי געשריי לאזט זיך הערן איבער די גאסן: העי, דזשואיש פיפל, יו גָאננע בי געיטקיפינג דיס סיקריט פָארעווער?!

אום פורים דארף מען טרינקען, זאגט די גמרא, אז דער מוח זאל זיך אויסלעשן אביסל. ביי א שיכור לעשט זיך אויס די בחינות פון מקום און זמן. ער לעבט אינעם הווה, ער ווייסט נישט פון קיין עבר אדער עתיד. די סתירות וואס קנאקן אין קאפ אגאנץ יאר - שא שטיל. נישטא מער

קיין סתירות. דער ארור המן מיט'ן ברוך מרדכי, דער רע און דעם טוב זענען אלץ איינס. עס איז נישט "רע כסא לטוב", עס איז טאקע דאס סאמע זעלביגע. דער סוד איז ארויס און אלעס שטימט. נישטא מער קיין ידיעה, תכלית הידיעה שלא נדע. איר הערט?! שוואגער זיסער, דו הערסט? עס איז בלאטע אלעס. בלאטע, זאג איך ענק! מיר שטופן דא דעם באס פון אינעווייניג - ס'פארט ממילא. אוי וויי וויי, באשעפער איינציגער, ס'פארט ממילא! רבי צבי מאיר איז זיך מסגף, ער שפירט אין קאנטראל, און דו קוקסט מיט התפעלות - און ענק ביידע זענען ּפָאּפעטס. און איך אויך. אוי וויי וויי, ּפָאּפעטס זענען מיר אלע! נישט איך זאג דאס - רבי נחמן זאגט דאס, שפינאזא זאגט דאס. נאר די געיטקיּפערס לאזן נישט לערנען רבי נחמן און שפינאזא אויך נישט.

אבער פורים קען מען זיך ערלויבן אביסל. ס'איז אין שמחה אלא בבשר ויין, מען גיבט אויף קאנטראל אויף בחירה און ידיעה און מ'געניסט פון דעם בלויזן גשם מיט א בהמ'ישן געשמאק. אן קיין 'אבער'ס'

אדער 'ווייל'ס', נאר טאקע סטעיק לשם סטעיק. אביסל עקזיסטענציעלער ניהיליזם. און דאס איז דייקא א גוטע זאך. א הויכע בחינה. גאר גאר א הויכע בחינה. מען אנערקענט אז מיר זענען קאנטראלירטע ּפָאּפעטס, ּפיקסלען אויפ'ן סקרין. נאר אגאנץ יאר גיבט מען נאך פאר'ן ביג ברָאדער, ביג ברָאדער וויל א בחירה שפיל? נאדיר א בחירה שפיל. על כל פנים, מיט דעם פארשטייט מען אויך פארוואס יום כיפור איז בלויז כפורים, נאר אזויווי פורים, אבער פורים איז גרעסער. ווייל יום כיפור טוט מען תשובה אויף עבירות. דער רע עקזיסטירט, און מען טוט תשובה דערויף. מ'רעדט זיך איין אז מ'האט בוחר געווען צו זינדיגן און יעצט איז מען בוחר תשובה צו טון. מ'רעדט זיך איין אז עס איז דא בחירה, עס איז דא ידיעה, און חס ושלום דאדורך דעם עקזיסטירט עפעס א סתירה.

אבער פורים עפענען זיך די אויגן צו א פיל טיפערער בחינה. די בחירה איז נישט קיין בחירה, די ידיעה איז נישט קיין ידיעה, בְּטֵלִין ּומְבֻטָּלִין, לָא שְׁרִירִין וְלָא קַיָּמִין. קושיא מעיקרא ליתא. נישטא קיין קושיא, נישטא קיין מעיקרא אפילו, ס'איז לגמרי ליתא - ס'איז גארנישט דא, נאר דאס גענצליכע אחדות פונעם באשעפער. און דאס מיינט די גמרא "המתפתה ביינו יש בו מדעת קונו", ווייל ער קומט אן צום ריכטיגן דעת, דער תכלית הידיעה שלא נדע.

זאל דער באשעפער טאקע העלפן עס זאל שוין זיין אגאנץ יאר פורים. מיר זאלן קענען לעבן און טאקע ארומהאלזן די סתירות. וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶׂש. א פיינעם סטעיק מיט א בלאט ראשית חכמה; א גרויסן טעלעפאן מיט א השומרים קארטל דארונטער; אביסל ניטשע און אביסל דברי יואל - אלו ואלו דברי אלוקים חיים! באשעפער זיסער, ווי דערלעבט מען שוין? לחיים, לחיים! לחיים טובים ולשלום!

זייט 10

זייט 10
טעקסט

פארוואס טאקע?

פארוואס איר זאלט יא פרעגן 'פארוואס? '

דורך: איזי פאזען

הקדמה

גייט די ערשטע תשובה: ווייל די וואלקענעס האבן איבריג וואסער אין אין דעם ארטיקל וויל איך מיך אפרופן זיך. נישט אזוי? קומט די קומענדיגע און באציען צו החכם אלפא'ס ארטיקל פראגע: פארוואס האט עס איבריגע המעורר מחשבה אין "כוואליעס" נומער וואסער? פון דעם אקעאן וואס 1 - "פארוואס?". און איינוועגס איז א איז געדַאמפט געווארן דורך דער גרינטליכער אנאליז אויף דעם נושא אויך זון. פארוואס טוען די זון שטראלן א געלעגנהייט זיך אביסל צו באקענען פארדאמפן וואסער? ווייל די וואסער מיט די יסודות'דיגע וויכוחים אין דער מאלעקולן ווערן אנגעהיצט פון דער פילאזאפיע פון דעם אנהייב פון דער ענערגיע פון די שטראלן, און זיי מאדערנער עפאכע, בנוגע דעם ציל און שפרייטן זיך אויס. פארוואס געשעט גרייך פון פארשטאנד.

דאס? אה, ווייל די חוקי הטבע אינעם דערמאנטן ארטיקל שרייבט )אדער פאר די לומדים: קוואנטום אלפא וזה לשונו:

מעכאניקס...( לויטערן אז אזוי זאל געשען... אבער פארוואס טאקע? איך ביסודו פון יעדן ענטפער וואס איינער מיין אז דא וועט שוין יעדער מודה זיין זאל נאר געבן ליגן למעשה די צוויי אז די תשובה איז "ווייל אזוי!"

ווערטער: "ווייל אזוי" ]...[ אין סיי וועלכן ענטפער ליגט בשורשו דער אלפא פירט אויס אז דערפאר דארף געדאנק אז "עס איז אזוי - ווייל מען אנקוקן 'פארוואס?' פראגעס, ווי זיי דינען א פסיכאלאגישן צוועק - נישט קיין עס איז אזוי". מיר פארצוקערן אים נאר; מיר פארשטעלן די עכטע פילאזאפישן. זיי העלפן אונז נאר צו שפירן נאקעטע תשובה מיט א געמיש פון גוט מיט זיך נאך וואס עס אונז "נולד סאפיסטיקירטע אנדערע ווערטער, דער דיסאנאנס ווען עפעס פירט זיך אויף וואס בדרך לא דרך שטעלן אונז אנדערש און פאלגט נישט דאס 'געזעץ' צופרידן ]...[ ווען מיר ווילן עפעס ]...[ איבער וויאזוי 'נארמאלע' זאכן פירן "פארשטיין לשם פארשטיין" ]...[ איז זיך אויף".

דער אולטימאטיווער ענטפער "ווייל לויט אלפא, גיבט אונז נישט דער אזוי", און קיין שום אינפארמאציע ענטפער צו א 'פארוואס שאלה' א גייט נישט בעסער פארענטפערן די נייע הבנה, עס פארשטילט נאר דעם אונטערליגנדע פראגע.

פסיכאלאגישן דיסאנאנס דורכ'ן צייגן דער שרייבער איז ממשיך מיט א אז דער נייער, אומבאקאנטער פענאמען ביישפיל:

שטימט אייגנטליך יא מיט אונזערע נעם די שאלה "פארוואס רעגנט?"

באקאנטע הנחות און געזעצן. עס ווייזט

אונז אז דאס אז דער עראפלאן פליט איז נישט אין קעגנזאץ צו אונזערע ערפארונגען און די יסודות פון פיזיק, נאר טאקע א רעזולטאט פון אט די זעלבע געזעצן. אבער דאס איז אלץ בלויז פסיכאלאגיע - נישט פילאזאפיע, נישט מעטאפיזיק, נישט קיין ענדגילטיגע אולטימאטיווע ענטפערס.

ברוך שכיוונת

עס איז כדאי צו באמערקן ווי נאנט אלפא'ס אבזערוואציעס און מסקנות זענען צו די פונעם בארימטן סקאטישן פילאזאף דעיוויד יּום, אינעם אכצנטן יאר-הונדערט. יום, פונקט ווי אלפא, טענה'ט אז מיר האבן נישט קיין אולטימאטיוון פארשטאנד אין די געזעצן פון נאטור און פארוואס די פונדאמענטאלע יסודות זענען וואס זיי זענען. דערפאר, טענה'ט ער, זענען אט די געזעצן נישט מער ווי עמפירישע אבזערוואציעס, רעקארדירטע רעגולערקייטן, אבער נישט קיין מעטאפיזישע הכרחים. סיי וועלכער אויסזען פון 'הכרח', פון א נויטווענדיגער פארבינדונג צווישן ערשיינונגען, פון מעטאפיזישע סיבה און מסובב, איז נאר פסיכאלאגיש, וויבאלד מיר זענען געוואוינט צו זען די ערשיינונגען אייביג פארבונדן אויף דעם אופן, און אז B פאלגט אייביג נאך A אא"וו.

עס איז נישט דא דאס ארט דורכצוגיין

זייט 11

זייט 11
טעקסט

אלע קאנסעקווענצן און שוועריגקייטן וואס די שיטה ברענגט מיט זיך, און פיל טינט האט זיך שוין - און ווערט נאך - פארגאסן איבער דער שאלה אין די פילאזאפישע פאקולטעטן אין אוניווערסיטעטן. )גם אני הקטן האב געשריבן עטליכע עסייען אין דעם נושא דורכאויס מיינע שטודיעס אין אוניווערסיטעט.( אבער איך וויל מיך יא באציען צו דעם באדייט פון 'הסבר' אין דער יומישער פילאזאפיע. אויב נעמען מיר אן ווי יום, אז פיזישע געזעצן און סיבות זענען נאר אבזערווירטע, עמפירישע רעגולערקייטן און נישט קיין מעטאפיזישע הכרחים, דאן וואס מיינט דאס צו "מסביר זיין" א פיזישע ערשיינונג? וואס מיינט דאס צו ערקלערן און פארענטפערן א 'פארוואס שאלה'? צי איז דאס טאקע בלויז פסיכאלאגיש, ווי אלפא טענה'ט? איך גיי טענה'ן ווי פאלגנד: איך בין

מסכים מיט אלפא אז פיל מאל איז דער באדייט פון מסביר זיין א פענאמען, A, פשוט צו ווייזן וויאזוי עס שטימט מיט א מער קענטליכן פענאמען B, דאך, טענה איך, איז דאס יא אן אויפריכטיגער הסבר וואס גיבט טאקע יא צו פילאזאפישן פארשטאנד און מעטאפיזיש-צופרידנשטעלנדע תשובות אויף 'פארוואס שאלות'. ווי איך גיי פארברייטערן, איז דער היקש צווישן A און B נישט סתם א מראה מקום, ווי איך זאל זאגן: "ווילסט פארשטיין A? קוק אויף B; פונקט ווי דו האסט ביז היינט )יא אדער נישט( פארשטאנען B, אט אזוי וועסטו אויך )יא אדער נישט( פארשטיין A". ניין, נאר פון דעם היקש ווערט נולד א נייע הבנה נישט נאר אויף A נאר אויך אויף B. און טאקע אט די נייע הבנה איז די אמת'ע תשובה אויף דער 'פארוואס?' שאלה.

א פרק אין היסטאריע פון וויסנשאפט:

עלעקטראָמאַגנעטיזם

לאמיר נעמען אלס ביישפיל די אנטוויקלונג פון דער טעאריע פון איך )וואס עלעקטראמאגנעטיזם האב באשריבן אין מיין ארטיקל פאר "מייסטערווערק" ע"ה(. אין אנפאנג פונעם ניינצנטן יאר-הונדערט האבן וויסנשאפטלער געוואוסט פון דריי ערשיינונגען וועלכע האבן אויסגעקוקט אינגאנצן אומאפהענגיג איינע פון דער אנדערער: עלעקטריע, מאגנעטיזם, און ליכט. אין יענער צייט האט מען אנגעהויבן שטודירן און פארשטיין די ערשיינונגען אלס באזונדערע פענאמענען; נאכנישט אלס טיילן און אויסדרוקן פונעם זעלבן כוח.

זייט 12

זייט 12
טעקסט

אין יענער צייט האט א פארשער געקענט באמערקן די ערשיינונג פון 'בליצן' און פרעגן "פארוואס?" די תשובה האט מען שוין דעמאלט אנגעהויבן צו פארשטיין, אז דאס איז אן עלעקטרישער שטראם דורך וועלכן די וואלקענעס לאדענען אפ אנגעזאמלטע עלעקטריע. אין דעם פאל האב איך אן ערשיינונג A )דער בליץ( און אן ערשיינונג B )עלעקטריע(, און איך בין מסביר A דורך B. יעצט פארשטייט זיך אז איך קען נאך ווייטער פרעגן, "אבער פארוואס האט עלעקטריע אן אפשטויסנדע קראפט וואס ברענגט צו דעם שטראם?" און אין יענער צייט וואלט איך נאכנישט געהאט קיין ענטפער אויף דעם.

אבער ביזדערווייל האב איך פארשטאנען א געוואלד איבער דער ערשיינונג פונעם בליץ דורכ'ן פארשטיין אז דאס איז אן עלעקטרישער פענאמען. און דורכדעם קען איך אנהייבן פארשטיין די אומשטענדן אונטער וועלכע בליצן שאפן זיך, און וויאזוי מען קען פארמיידן אדער רעדוצירן זייער שאדן )צום ביישפיל, דורך א בליץ-שלינגער וועלכער כאפט דעם שטראם צו זיך(. ווייטער, דורכ'ן פארשטיין בעסער די ערשיינונג פון עלעקטרישן שטראם, קען איך אנהייבן זען וואו נאך אין נאטור דאס טרעפט זיך, און איך וועל גלייך טרעפן אסאך ביישפילן וואו איך קען אנהייבן עקספערימענטירן, ווי באטעריעס, שטראם-קרייזן )circuits( אא"וו.

איידער מיר זענען ממשיך, וויל איך מיך ערשט באציען צו אלפא'ס ווערטער וואס ער וואלט אוודאי געניצט אלס אפענטפער צו מיין לעצטן פאראגראף:

און נאר קלאר צו מאכן, ווען מ'רעדט פון פראקטישע ידיעות, צו וויסן פארוואס א זאך טוט עפעס כדי אויסצוארבעטן וויאזוי צו האנדלען דערמיט, דאס גייט נישט אריין אין

דעם שמועס דא בכלל, ווייל דארט איז די נייע אינפארמאציע ווערטפול פאר זיך אליין. דא איז דער נושא ווען מיר ווילן עפעס "פארשטיין לשם פארשטיין" ]...[ דארט - טענה איך - איז דער אולטימאטיווער ענטפער "ווייל אזוי", און קיין שום אינפארמאציע גייט נישט בעסער פארענטפערן די אונטערליגנדע פראגע.

אלפא וואלט געטענה'ט אז פארשטיין אז דער בליץ איז אן עלעקטרישע ערשיינונג איז טאקע פראקטיש און אוטיליטאריש אויף צו קענען "אויסארבעטן וויאזוי צו האנדלען דערמיט", אבער אויף צו פארשטיין לשמה, פילאזאפיש, מעטאפיזיש, איז עס נישט.

איך גיי מיך אפגעבן דירעקט מיט דער טענה אביסל שפעטער, נאכ'ן קוקן אויף נאך ביישפילן, אבער אויף יעצט וויל איך פרעגן אלפא: אויב איז מיין הסבר טאקע נאר ריין פסיכאלאגיש און נישט מעטאפיזיש, דאן וויאזוי ברענגט ער א פראקטישע, ניצליכע תועלת? ווי אלפא האט דערמאנט, זענען דא אנדערע פסיכאלאגישע וועגן וויאזוי צו פארענטפערן און פארשטילן פראגעס, ווי צב"ש על פי קבלה. איך קען מסביר זיין אז דער בליץ האט אין זיך ניצוצות וכדו'. אבער אט די תשובות, הגם אז פאר געוויסע זענען זיי פונקט אזוי )און אפשר נאך מער( צופרידשטעלנד פסיכאלאגיש, וועלן זיי אבער מיר נישט געבן קיין פראקטישע הילף וויאזוי צו באהאנדלען און מאניפולירן דעם בליץ. דעריבער דארף אונז אלפא מסביר זיין וואס איז אזוי ספעציעל מיט די וויסנשאפטליכע "פסיכאלאגישע" ערקלערונגען, אז דווקא זיי גיבן מיר א סארט הבנה וואס ערלויבט מיך ריכטיג צו באהאנדלען די ערשיינונג.

פון עלעקטראמאגנעטיזם צו דער עלעקטרא-ָשוואכער טעאריע

איידער מיר קערן זיך צוריק צו דער פילאזאפישער דיסקוסיע, לאמיר פארזעצן די דערציילונג פון דער אנטדעקונג פון עלעקטראמאגנעטיזם. איך גיי דערציילן די געשיכטע אויף אזא אופן: מיר גייען זיך באקענען מיט אן ערשיינונג אויף וואס מיר גייען פרעגן 'פארוואס?' און דער 'פארוואס' גייט אונז פירן צו א תשובה אין וועלכן עס ליגט א טיפערן פארשטאנד איבער דער ערשיינונג. דאס וועט אונז דאן פירן צו ווידער פרעגן 'פארוואס?' וחוזר חלילה. אבער באמערקט אז אויף יעדן שטאפל וועט מיין נייער, טיפערער פארשטאנד אויך פירן צו פאראייניגן פארשידנארטיגע פענאמענען אונטער איין טעאריע, פענאמענען וואס ביז יענעם שטאפל האב איך געמיינט אז זיי האבן גארנישט איינער מיט'ן אנדערן, און דורכדעם צו נייע אנטדעקונגען.

מערקט אן אז די פרעזענטאציע און כראנאלאגיע איז נישט בלויז א פאבריקאציע כדי צו דערציילן א שיינע געשיכטע און ארויסברענגען דעם נויטיגן מוסר-השכל, נאר איז טאקע די היסטאריע - הגם פארקירצערט און פאר'פשוט'ערט - פון דער אנטדעקונג פון עלעקטראמאגנעטיזם.

שאלה: פארוואס געשעט א בליץ? תשובה: עס איז אן עלעקטרישער שטראם. אגב, דער זעלבער עלעקטרישער שטראם איז אויך מסביר פיל אנדערע ערשיינונגען באזירט אויף עלעקטריע, צב"ש שטראם-קרייזן אד"ג.

שטראמט פארוואס שאלה:

עלעקטריע?

תשובה: וויבאלד עס האט אין זיך צוציענדע און אפשטויסנדע קראפטן. אגב, דאס איז אויך מסביר סטַאטיק-

זייט 13

זייט 13
טעקסט

עלעקטריע, וואס הגם עס איז נישטא קיין שטראם זענען דא צוציענדע און אפשטויסנדע קראפטן.

שאלה: פארוואס האט עלעקטריע צוציענדע און אפשטויסנדע קראפטן? תשובה: וויבאלד עס זענען דא נעגאטיווע און פאזיטיווע לָאדונגען )charges(, און זיי שלעפן צו פארקערטע לאדונגען אבער שטויסן אפ אייניגע לאדונגען. אגב, אט אזוי האלטן זיך די נעגאטיווע עלעקטראנען אינעם אטאם ארום דעם פאזיטיוון נוקלעאוס, וואס דאס איז אויך מסביר וויאזוי כעמישע רעאקציעס ארבעטן.

שאלה: פארוואס האבן די לאדונגען צוציענדע און אפשטויסנדע קראפטן?

תשובה: לאדונגען שאפן ארום זיך עלעקטרָאמַאגנעטישע קראפט-פעלדער. אגב, דאס איז אויך מסביר פארוואס טוישונגען אין דער עלעקטרישער קראפט ברענגט אייביג צו א מאגנעטישער קראפט, און אז די צוויי קראפטן פון עלעקטריע און מאגנעטיזם זענען באמת ביסודם איינס. און דאס איז אויך מסביר ליכט, וואס איז בסך הכל א כוואליע אין אט דעם עלעקטראמאגנעטישן פעלד, וואס איז ווייטער מסביר פיל פון די אייגנשאפטן און אויפפירונגען פון ליכט.

שאלה: פארוואס שאפן זיך עלעקטראמאגנעטישע פעלדער? קוואנטום-אין תשובה:

מעכאניק זענען פארהאן אויסבייט-פַארטיקלען, וועלכע קאמוניקירן ּ קראפט צווישן שטָאף-פַארטיקלען.ּ אין עלעקטראמאגנעטיזם זענען דאס די W און Z בָאזָאנס. אגב, דאס איז אויך מסביר רַאדיָא-אקטיוויטעט, וויבאלד די קראפט וואס איז אחראי

פאר דעם )די שוואכע נוקלעארע קראפט( איז ביסודו אייניג מיט דער קראפט עלעקטראמאגנעטישער אין איין קראפט וואס הייסט די "עלעקטרא-שוואכע קראפט". אגב דאגב, קוואנטום-מעכאניק עפנט א וועלט פון אן א שיעור נייע טעאריעס און אנטדעקונגען.

שאלה: פארוואס זענען פארהאן אויסבייט-פארטיקלען?

דא האב איך שוין נישט קיין תשובה. און אויב איז יא דא א תשובה אויף דער שאלה, וועט נישט זיין קיין תשובה אויף דער נעקסטער. אלפא רייבט זיך יעצט אוודאי די הענט און רופט אויס טריאומפאל, "דער אולטימאטיווער ענטפער איז 'ווייל אזוי'," און די גאנצע הערליכע געשיכטע האט נישט פארענטפערט די "אונטערליגנדע פראגע". אבער אלפא פאלט אריין אין דער פאסטקע פון מיינען אז אויב איז עס נישט קיין "אולטימאטיווער" ענטפער, דאן איז עס נישט קיין תשובה בכלל - אויסער אינעם פסיכאלאגישן זין.

יעצט, עס איז אמת אז מיר קענען אייביג ממשיך זיין צו פרעגן 'פארוואס?' און אז סוף כל סוף וועט זיין א 'פארוואס?' אויף וועלכן מיר האבן נישט קיין תשובה. אבער דער 'פארוואס?' נאך יעדן שטאפל איז נישט דער זעלבער ווי דער פון דעם פריערדיגן שטאפל. אדרבה, די תשובה ביים ערשטן שטאפל האט מיך געברענגט צו פרעגן א פיל בעסערן 'פארוואס?' ביים צווייטן שטאפל, און דער 'פארוואס?' פונעם דריטן שטאפל וועט זיין נאך בעסער, אא"וו.

און ביזדערווייל לערן איך פון די תשובות מעטאפיזישע ידיעות איבער דער וועלט און מיין פארשטאנד

זייט 14

זייט 14
טעקסט

איבער איר וואקסט. ביים ערשטן שטאפל לערן איך איבער עלעקטרישן שטראם און שטראם-קרייזן, ביים צווייטן שטאפל איבער עלעקטראנען, אטאמען און כעמישע רעאקציעס. ביים דריטן איבער עלעקטראמאגנעטיזם און ליכט-כוואליעס, און אזוי ווייטער לערן איך ביי יעדן שטאפל נישט נאר "פראקטישע ידיעות" צו וויסן וויאזוי צו "באהאנדלען" זאכן אויף אן אוטיליטארישן אופן, נאר טאקע ריכטיגן מעטאפיזישן פארשטאנד איבער מציאות, איבער רעאליטעט. צו דער שאלה פארוואס עלעקטריע שטראמט, איז די תשובה וועגן נעגאטיווע און פאזיטיווע לאדונגען פילאזאפישע אויסגעהאלטענע, אן תשובה. איי, איך קען נאכאלץ פרעגן פארוואס? נו, צי דען וויבאלד איך פארשטיי נאכנישט אלעס, פארשטיי איך גארנישט?! ביזדערווייל האב איך געלערנט א וויכטיגע - מעטאפיזישע - איינצלהייט פון רעאליטעט וועלכע פארברייטערט מיין פארשטאנד אינעם מציאות אויף א שטארקן פארנעם. נישט נאר אויף צו פארשטיין אנדערע ערשיינונגען בעסער, נאר טאקע אויף צו קענען יעצט פרעגן נאך בעסערע 'פארוואס שאלות'.

עמּפיריציזם

במה דברים אמורים ביז אהער, ביי עמּפירישע, סייענטיפישע שאלות, וואו די שאלות פירן צו תשובות און טעאריעס וואס קענען ווערן עקזאמענירט דורך עמפיריש געפרואווט און עקספערימענטן. אט די עקספערימענטן צייגן אז די טעאריעס און הסברים זענען טאקע קולע אל המטרה אלס אקוראטע באשרייבונגען פון רעאליטעט.

אלפא איז אבער יא גערעכט, ווי יום האט שוין טאקע מעורר געווען, אז דאס איז נישט גילטיג ביי אבסטראקט-מעטאפיזישע שפעקולאציעס און חקירות

וואס קענען נישט ווערן אויסגעשטעלט צו עמפירישע עקספערימענטן. אין די ספערעס זענען תשובות אויף 'פארוואס?' שאלות פילאזאפיש נוצלאז און פוסט; וויבאלד זיי זענען נישט קיין אולטימאטיווע תשובות )און אזעלכע, טענה'ן זיי, זענען בכלל נישט בנמצא(, פארענטפערן זיי נישט באמת די שאלה. און פון דער אנדערער זייט, וויבאלד מיר קענען נישט עמפיריש עקזאמענירן די תשובות און זייערע קאנסעקווענצן, קענען מיר נישט וויסן צי זיי ברענגען אונז בכלל נענטער צו אן ענדגילטיגער תשובה, צי זיי באשרייבן ריכטיג דאס מציאות, און צי זיי העלפן אונז בכלל פרעגן בעסערע 'פארוואס שאלות'. נעמט למשל די פאלגנדע קייט פון שאלות:

שאלה: פארוואס עקזיסטירט די וועלט?

תשובה: ווייל עס איז דא א באשעפער און ער האט איר באשאפן.

שאלה: פארוואס עקזיסטירט א באשעפער?

תשובה: דער באשעפער האט אייביג עקזיסטירט.

שאלה: פארוואס?

נישט קיין חילוק וועלכע תשובה מען וועט דא געבן וועט מען אייביג קענען פרעגן נאך א 'פארוואס?' אבער דא איז די פראבלעם אז מיר האבן נישט קיין שום וועג צו וויסן צי אונזערע ענטפערס זענען ריכטיג, אדער ברענגען אונז בכלל נענטער צו אן ענטפער.

אויספיר

דער בארימטער דייטשער פילאזאף פונעם ניינצטן יאר-הונדערט, העיגל, האט אנטוויקלט דעם איינפלוסרייכן

'דיאלעקטיק מעטאד'. לויט דער טעאריע, פאנגען מיר שטענדיג אן א מהלך המחשבה מיט א נאאיווער, נאכנישט-עקזאמענירטער טעאריע וועלכע מיר זענען יורש פון אונזער חינוך אדער סביבה. דאס איז די 'טעזע'. מיר שטעלן איר דאן אויס צו א גרינטליכן אנאליז און חקירה און זעען איין ווי פעלערהאפטיג און לעכערליך זי איז, וואס דורכדעם ציען מיר א ראדיקאל-פארקערטע מסקנא. דאס איז די 'אנטי-טעזע'. נאך אביסל מער מחשבה און ערפארונג זעען מיר אבער אז עס איז דא א סיבה פארוואס מען האט אונז אויסגעלערנט די נאאיווע טעזע, און אז עפעס אן אמת און תועלת ליגט פארט אין איר. מיר קוקן דאן צוריק אויף דער טעזע אין ליכט פון דער אנטי-טעזע, מיר פארגלייכן זיי און קומען אויף מיט א נייעם שילוב פון ביידע, כבורר אוכל מתוך פסולת, און דאס איז די 'סינטעזע'.

אלפא, מיט זיין פארשטאנד און זיין לעכצונג נאכ'ן אמת, האט באמערקט אז עפעס קלאפט נישט מיט'ן מושג פון 'הסבר', און אז תשובות אויף 'פארוואס שאלות' פירן אונז שטענדיג אין אן ענדלאזער קייט פון שאלות און תשובות אן קיין סוף. דערפאר איז ער צוגעקומען צן אן אנטי-טעזע אז הסברים אויף אזעלכע שאלות זענען באדייטלאז און נישט מער ווי פסיכאלאגישע קונצן. אבער אט האבן מיר דא ווידער חוקר געווען אט די באגריפן אין זייערע פרינציפן און מיר זענען צוגעקומען צו א סינטעזע: אלפא איז גערעכט ווען עס האנדלט זיך מיט אבסטראקט-מעטאפיזישע חקירות, אבער ווען מען רעדט פון עמפיריש-סייענטיפישע שאלות, גיבן אונז די חקירות דווקא יא גילטיגע תשובות און הסברים, אזוי לאנג ווי זיי ווערן געפרואווט מיט עמפירישע עקספערימענטן.

יהי רצון שירבו כמו אלפא בישראל ושנזכה לחקור ולהבין במעשה יצירה.

זייט 15

זייט 15
טעקסט

מיין קאווע

דורך: גבריאל

פארהאן צוויי סארטן מענטשן: די וואס שטייען אויף אינדערפרי און זענען גלייך באוואוסטזיניג, און די וואס מוזן קודם אריינשליידערן א שטארק גלעזל קאווע.

איך געהער, פארשטייט זיך, צו דער צווייטער קאטעגאריע. א טאג אן א קאווע איז ביי מיר ווי א שבת אן טשאלנט - טעכניש מעגליך, אבער גארנישט ווערד. די ערשטע זאך אינדערפרי לויף איך צו צום קעסל ווי א יונג בחור'ל צו דער מקווה, און מיט רעכט: די קאווע איז מיר א רוחניות'דיגע פראצעדור, אזא סארט טהרה פאר דער נשמה.

יעצט איך בין נישט דער גרויסער מבין. איך דארף נישט קיין מאשין וואס זעט אויס ווי א ראקעט מאטאר וואס זאל מיר אויסשפייען מי-יודע'דיגע קאווע. איך דארף א פשוט גלעזל טעיסטער'ס טשויס - הייס, שטארק, און גענוג אויף אויפצואוועקן מיין טויטן קערפער.

ביי דעם שטאפל בין איך נישט קיין מענטש, קוים א שאטן. א פארנעפלטער זכר צו וואס איז אמאל געווען א פונקציאנירדן אינדיווידואל. קענסטו מיך רופן ביים נאמען, שמייכלען, זאגן א גוט מארגן - איך וועל מאקסימום אינסטינקטיוו שאקלען מיט'ן קאפ ווי א שלעכט-פארבינדעטער ראבאט.

אבער ווי נאר דער ערשטער שלוק פליסט אריין, הייבט זיך אן די התחלה פון צוריקקומען צום לעבן. עס איז נישט גלייך א פולשטענדיגער תחיית המתים, אבער

כ א ט ש אזא תחיית העי-איך-ווייס-ווער-איך-בין. איך בין נאך האלב טויט, אבער לכל הפחות באוואוסטזיניג דערצו.

גלעזל צווייטן נאכ'ן הייב איך שוין אן טראכטן. נישט קיין טיפע מחשבות, בלויז די שטייגערליכע פרימיטיווע געדאנקען: וואו זענען מיינע שליסלען? פארוואס זענען מיינע שיך אין פרידזשידער? און פארוואס ביך איך אויף א גרופ וואס האט 258 אומגעליינטע מעסעדזשעס ביים באגינען?

ביים דריטן גלעזל קען איך שוין רעדן מיט מענטשן, אפשר אפילו זאגן עפעס קלוג. פריער בין איך נישט געווען קיין שואל, קיין משיב - כענין אדער כהלכה זענען ניטאמאל געקומען אין באטראכט, אבער יעצט קען איך שוין זיצן אויפ'ן קאוטש, סקראולן מעסעדזשעס, און אנהייבן אדרעסירן די אנדערע צרכים פונעם קערפער. איך בין נישט דער גרויסער צדיק, אבער איך קען שוין באשיינפערליך שפירן ווי כ'האב א נשמה. ווען ס'קומט צום פערטן גלעזל בין איך שוין אין א גאר הויכן מצב. איך הייב אן מאכן פלענער פאר'ן טאג, איך מאך ליסטעס פון זאכן וואס כ'וועל מסתמא נישט טון, און איך שפיר ווי כ'קען אייננעמען די וועלט.

וואלט א י ך י ע צ ט געדארפט ליינען די מגילה וואלט איך דעם גאנצן עסק בנשימה אחת אפגעזאגט.

ביים פינפטן בין איך שוין מסוכן. איך בין מער נישט קיין איינפאכער קאווע-טרינקער, איך בין א פייערדיגן חסיד פונעם טשאקאווע רבי'ן. איך רעד שנעלער ווי חיימאו, שנעלער ווי דער בעל תפילה ביי מנחה יום הקדוש, איך קען דעמאלט אפזאגן א בוך אין פינף סעקונדעס - פאר עכט. ביי דער פאזע טייפ איך אויפ'ן טעלעפאן אזוי געשווינד אז איך קען דעם אייגענעם טעקסט מיינעם נישט נאכיאגן.

ביים זעקסטן הייבט זיך דער חשבון הנפש אן. איז דאס נישט צופיל? פילייכט דארף איך תשובה טון - אבער ווי קען מען זיך רייניגן מיט א קאווע בידו? איך בין דאך גענצליך א קאפעאין-באזירט באשעפעניש. איך גיס מיר באלד אן א זיבעט גלעזל, איך נעם א טיפן אטעם, און איך פארשטיי קריסטאל-קלאר: ווי א חסיד קען נישט פונקציאנירן אן א רבי'ן, קען איך נישט פונקציאנירן אן א קאווע. און א פרישער טאג הייבט זיך אן. לחיים!

זייט 16

זייט 16
טעקסט

גל החוזר

ליינער רעאגירן צו "כוואליעס" ארטיקלען

ווען מיין שוועגערין האט זיך אנגעטון דער קאנפליקט בעיקר אין שפראך. נישט א שייטל וואס איז אנגעקומען עטוואס ווייל זייער שפראך צעמישט זיי - נאר ווייל אונטער אירע אקסלען, האט מיין מאמע, זיי האבן אנדערע שיטות וויאזוי צו ניצן א וואוילע אידענע פון וויליאמסבורג, איר שפראך כדי צו צעמישן דעם המון עם… אנגעקוקט "ממש ווי א שיקסע". זי האט מען וואלט געמיינט אז הרב יששכר נישט פארשטאנען אז איר אייגן קורץ כ"ץ - א חכם און פילאזאף אין פארק שייטל קען אויך אויסקוקן ווי א "שיקסע"

סלאופ, פאר וועמען איך האב געוואלדיגן אין די אויגן פון אן אנדער וויליאמסבורגער רעספעקט - פארמאגט די פרייהייט פרוי.

אויסצודריקן זיין מיינונג אן באגרעניצונגען. יעדער האט זיך זיינע שיקסעס. אפילו אבער עס שטעלט זיך ארויס אז אפילו א מיין שוועגערין.

רבי פאר אן אויפגעקלערטער - אבער עם-הארצ'ישער - אוידיטאריע מוז זיך אויך דאס איז די פשוט'ע נאטור פון באהאלטן. ער קען אויך נישט זאגן אלעס וויאזוי מענטשן טראכטן, אבער ווען עס קלאר.

קומט צו דענקער אין בית מדרש, ווערט ערווארטעט מער.

הרב כ"ץ שרייבט:

* "פרוביר מיך נישט איינרעדן אז דאס האט סיי וואספארא שייכות מיט די דעבאטע צווישן שלום צדיק און קלאסישער אידישקייט … לשיטתי הרב יששכר כ"ץ - וועלכע איז געווארן איז א ראדיקאלע אינטערפעטאציע באשריבן אין דער לעצטער "כוואליעס"

אין רמב"ם - אפיקורסות לפי די דורך מארלי און הלל פערלמאן - איז א קלאסישע יסודי אמונה."

דיסקוסיע וועגן פילאזאפיע, אבער ווי לודוויג וויטגענשטיין וואלט געזאגט, איז דאס הייסט: ווען הרב כ"ץ טרעפט זיך

וצדיק באמונתו — כוואליעס 3

דורך: איצטרוביל

מיט דעות וואס זענען נישט פאסיג פאר זיינע פארק סלאופ אידן, רופט ער עס אפיקורסות. אבער אין וויליאמסבורג איז זיין דעה גאר אפיקורסות. יעדער מיט זיין שיקסע.

הרב כ"ץ איז טיף באהאוונט אין פילאזאפיע און ער ווייסט וויאזוי צו פארשלייערן חכמה אונטער מיסטיק. אים באדערט דער רמב"ם - ספעציעל די באגראבענע שטיקלעך וואס שלום צדיק דעקט אויף און איז מגלה זייערע סודות פאר די פשוטי עם. עס קוקט אויס ווי הרב כ"ץ האלט אז אויב דער המון עם וועלן ווערן פילאזאפן, וועלן די בתי מדרשים ליידיג ווערן. דאס איז זיין פחד.

און איך בין מסכים צו אים: חכמה דארף מען פיטערן שטאפלווייז. אבער הרב כ"צ'ס שטאפלווייזער צוגאנג מאכט א חילוק צווישן "believe" - דאס הייסט טראכטן-גלייבן, און "belief" - דאס הייסט זאגן-גלייבן.

*

זייט 17

זייט 17
טעקסט

דער חילוק צווישן די צוויי איז נישט זיין חידוש. דער מהר"י מארסיי, אין זיין ראדיקאלן ספר מעשה ניסים, האט שוין אזוי מדייק געווען אין דעם לשון פון חז"ל: "האומר אין תחיית המתים מן התורה אין לו חלק לעולם הבא."

דער געדאנק? מ'מעג טראכטן-גלייבן אין זאכן, אבער נישט זאגן-גלייבן. מ'מוז זיך אויסדריקן מיט א מהלך וואס פאסט פאר'ן המון עם.

הרב כ"צ'ס מהלך קוקט אויס אזוי: • יעדער אינטעלעקטואל קען טראכטן וואס ער וויל, אבער ער טאר נישט רעדן קלאר.

• דער חכם דארף פארבלייבן אין זיין פילאזאפיע-ביכער שאפע.

• דער המון עם מוז הערן "כשר'ע" ווערטער.

די פראבלעם? דער המון עם פילט ווען מען gaslight אים. אינערליכער קאנפליקט און Cognitive Dissonance קומט ווען א מענטש הייבט אן טראכטן מער ווי ער מעג זאגן.

* סיי ווער ס'איז אויפגעוואקסן מיט א חרדי'שן חינוך האט זיך שוין געטראפן אין דעם קאנפליקט - דער שרעקליכער צער פון Cognitive Dissonance ווען ער הייבט אן טראכטן.

די חרדי'שע וועלט לערנט נישט

אויס דואליטעט אין שפראך. דערפאר, איינציגער וועג וויאזוי ארטאדאקסיע האט ווען א יונגערמאן הייבט זיך אן אריינלייגן איבערגעלעבט, אבער שלום צדיק האלט אין די ענינים, טרעפט ער זיך אין א טיף אז עס איז צייט צו זיין קלארער.

צעמישעניש, אפטמאל פאר יארן. ער * מיינט אז ער ווערט משוגע.

די עיקר נקודה איז: נישט יעדער דארף און דערפאר איז שלום צדיק נויטיג.

ווערן א פילאזאף, אבער ווער עס קען, מוז ער איז דער וואס רייסט אראפ אט די באקומען צוטריט צום אמת. און אמת באנדאזש-שפראך און רופט אויס די זאכן דארף נישט זיין ווי א הייסער קארטאפל. הויך און קלאר, מיט לייטס און סיירענס.

ער איז דער הצלה-מאן פאר דעם וואס פילאזאפיע און חכמה איז מער נישט הייבט אן זיך אומקערן אינעווייניג.

בלויז פאר אפאר חכמים אין פארק סלאופ. * דער רמב"ם האט אויך באגרעניצט זיין אין דער פילאזאפישער דעבאטע פון לשון, אבער ער האט געהאט תלמידים דעם דרייצנטן יארהונדערט איז געווען וואס האבן פארשטאנען דעם רמז. היינט קלאר אז "The masses are asses". אין דארף מען העלפן מענטשן צוקומען צום 2025, ווען יעדער האט צוטריט צו אמת, אמת, נישט זיי האלטן אין דער פינסטער. איז צייט צו הייבן די סטאנדארטן פאר עפעס צו קוואליפיצירן אלס "סוד".

די תורה, אמת, און וויקיפעדיע - צייט דער געדאנק פון "זאגן-גלייבן"

זיי צו פאראייניגן!

און "טראכטן-גלייבן" איז טאקע דער

ענטפער פון הרב יששכר כ"ץ:

ראשית כל איז עס מיר א כבוד אז מ'פילעוועט אזוי אין מיינע ווערק, אבער ס'קוקט מיר אויס ווי איר האט נישט ריכטיג פארשטאנען מיין מהלך.

וואס איך זאג האט גארנישט מיט זאגן אנדערש ווי מ'גלייבט נאר ליבערשט מיט'ן אננעמען - פאר זיך אליין - א סעט פון גלויבונגען וואס דיקטירן דעם מענטש'ס פערזענליכן לעבן, והדברים עתיקים ומבוארים.

כ'קען מסכים זיין מיט וואס שטייט אינעם ארטיקל אבער דאס האט גארנישט מיט מיין צוגאנג דערצו.

זייט 18

זייט 18
טעקסט

כִּי שִׂפְתֵי כֹהֵן יִשְׁמְרוּ דַעַת וְתוֹרָה יְבַקְשׁוּ מִפִּיהו

פרעג דעם רב

א רעגולערע קאלום פון שו”ת בעניני הלכה מיט הרה”ג רּ’ יששכר כ"ץ ראש מחלקת התלמוד בישיבת חובבי תורה

צו פרעגן א שאלה פון הרב כ"ץ שיקט אן אימעיל צו: chvalyes1+asktherav@gmail.com

איך טראכט ערנסט פון מחדש זיין א מעגליך צו טענה'ן אז דער הלכה'דיגער מושג פון "חרש", אלס איינער וואס קען נייעם הלכה'דיגן באגריף: רואה כעונה.

נישט הערן און רעדן און איז דעריבער כלומר?

פטור מן המצוות, איז עבר ובטל מן מיר זענען אלע באקאנט מיט'ן העולם?

באוואוסטן הלכה'דיגן באגריף פון שומע מיר דאכט זיך אז דער תירוץ איז כעונה, וואס מיינט אז אין די אויגן פון לחיובא: בזמן הזה עקזיסטירט טאקע הלכה איז "הערן" אזוי ווי "רעדן". אויב מער נישט דער באגריף פון "חרש איינער הערט איינע פון די זאכן וואס עס שאינו שומע ואינו מדבר". דער טויב־ איז א חיוב צו זאגן )קריאת שמע, ברכת שטומער מענטש רעדט אין א שפראך המזון וכדומה( איז מען יוצא מיט'ן הערן וואס הייסט "צייכן־שפראך", און מאי און עס ווערט גערעכנט כאילו מ'האט עס שנא, פארוואס זאל צייכן־שפראך נישט געזאגט.

האבן דעם סטאטוס פון א שפראך? א לענ"ד דאכט זיך אז ס'איז מעגליך צו שפראך איז א מעטאד וואס מענטשן ניצן טענה'ן אז הוא הדין רואה כעונה - זען איז צו קאמוניקירן איינער מיט'ן אנדערן, ווי רעדן, און לאזט מיך מסביר זיין.

און וואס איז א חילוק אויב די שפראך אין די לעצטע חדשים האב איך איז ענגליש, פראנצוזיש, אדער צייכן־ מיך שטארק מעמיק געווען אין דעם שפראך?

הלכה'דיגן סטאטוס פון א "חרש", א איך שיהיה, אפילו אויב איר זענט מיינסטנס מענטש.

טויב־שטומער נישט מסכים מיט מיר אויף דעם, ערלויבט האב איך מעיין געווען אין דער פראגע מיך אויסצופארשן א היפאטעטישע ווי אזוי הלכה דארף רעאגירן צו דעם סיטואציע.

פאקט אז למעשה איז בימינו דער אויב בין איך גערעכט און צייכן־ טויב־שטומער מענטש מער נישט טויב שפראך האט טאקע דעם סטאטוס פון א און שטום אין דעם זעלבן זין ווי אין די "ריכטיגער" שפראך, וואלט דאס לכאורה פריערדיגע דורות; וויסנשאפט האט זיי געמיינט אז א מגילה וואס דערציילט די ערמעגליכט איבערצוקומען יעדן שטער פורים־געשיכטע אין צייכן־שפראך וואלט צו הערן אדער רעדן - אין דעם זין פון געווען כשר )די הלכה איז אז די מגילה באקומען און איבערגעבן אינפארמאציע קען ווערן געשריבן אין יעדער שפראך(, - דורך דעם באנוץ פון הער־אפאראטן, און איינער וואס קען צייכן־שפראך קאכלעאר־אימפלאנטן, ליפן־ליינען און וואלט געקענט יוצא זיין די מצווה פון בעיקר, צייכן־שפראך )sign language(.

קריאת מגילה דורכ'ן פארליינען די מגילה לפי זה פרעגט זיך די שאלה: איז פיזיש; מאכן די צייכנס מיט די הענט.

דער טייל איז פשוט און קלאר. דא איז די שאלה אבער: קען ער אויך מוציא זיין אנדערע? וואלט איינער וואס פארשטייט צייכן-שפראך און זעט דעם צייכענער דערציילן די מגילה דורך די באוועגונגען פון זיינע הענט געקענט יוצא זיין דורכ'ן ניצן דעם באגריף פון רואה כעונה - זען איז ווי רעדן?

איך מיין אז די עיקר־אידעע הינטער שומע כעונה איז אז מ'קען מקיים זיין א מצווה דורכ'ן ניצן א מיטל פון קאמוניקאציע אנדערש פון רעדן. איז פארוואס זאל דאס נישט אויך זיין אמת פאר "זען"? איך זע נישט קיין חילוק צווישן די צוויי חושים; אויב הערן קען ארבעטן אנשטאט רעדן )שומע כעונה(, דארף זען דאס אויך קענען עררייכן )רואה כעונה(.

וואס מיינט איר?

אט דער נייער הלכה־באגריף איז אין דעם גייסט פון דעם מדרש אויפ'ן פסוק אין ישעיהו )נא:ד( "תוֹרָה מֵאִתִּי תֵצֵא" - א תורה וועט ארויסגיין פון מיר - וואו ר' אבין בר כהנא זאגט, "אמר הקב"ה… חידוש תורה מאיתי תצא"; א חידוש אין דער תורה וואס האט ביז יעצט נישט עקזיסטירט, אט דאס איז די נייע תורה וואס וועט קומען פון גאט. אדער אין די קורצע ווערטער פון הרב קוק: הישן יתחדש והחדש יתקדש - דאס אלטע וועט ווערן ניי און דאס נייע וועט ווערן הייליג.

זייט 19

זייט 19
טעקסט

באגרינדונג, וואס איז דאס?

דורך: אלפא

אריינפיר

אין די פריערדיגע ארטיקלען האבן מיר אנגערירט די נושאים פון פראגעס און באדייט. לגבי פראגעס האבן מיר אויסגעשמועסט אינעם ערשטן ארטיקל וויאזוי עס קומט מעגליך פון א פסיכאלאגישן קוועטש, און וויאזוי שלום מאכן מיט'ן מצב איז א מהלך צו "פארענטפערן" די פראגעס. לגבי באדייט האבן מיר אויך אויסגעשמועסט אז דאס קען מען טרעפן אין איינס פון צוויי וועגן: אדער זיך פארלאזן אויף א העכערן כוח ווי גאט, אדער אויפקומען מיט אן אייגענעם באדייט וואס מ'לאזט לויפן און מ'פרעגט נישט קיין שאלות דערויף.

אין דעם ארטיקל וועלן מיר ווייטער גיין מיט דעם הינטערגרונט פון די צוויי מהלכים. מיר וועלן עס ארייננעמען אין דעם עפיסטעמאלאגישן ראלם, וואו איין זייט טענה'ט אז מ'קען צוקומען צו זיכערע פונדאמענטן ווען הינטער אלעם ליגט אונזער אינטואיציע וואס בארעכטיגט אונזער פאזיציעס, און די צווייטע זייט וועלכע טענה'ט אז געוויסע זאכן קענען מיר קיינמאל נישט זיין זיכער; "איך ווייס נישט" איז לויט זיי די מער סאלידע שטעלונג צו נעמען, און וואס מיר ווייסן יא איז נישט מער ווי פסיכאלאגישע אנשויאונגען.

מיר וועלן אויך אריינגיין אין א טיפערן מעטא-אנאליז איבער וויאזוי באגרינדונג )justification( ארבעט און צי עס איז בכלל עפעס וואס קען ווערן עררייכט.

די פראבלעם פון באגרינדונג

א ריכטיגער כלי אפצולערנען רעאליטעט, וויבאלד אלץ וואס מיר האבן זענען

אין עפיסטעמאלאגיע

אונזערע חושים, און אונזער שכל וואס צענעמט און אנאליזירט זייער דאטא, עפיסטעמאלאגיע איז די אפטיילונג און מיר דארפן קענען באגרינדן אונזער אין פילאזאפיע וואס גיבט זיך אפ מיט שכל דורך אונזער שכל אליין - א שטיקל פארשטיין וויאזוי מיר ווייסן זאכן און פאראדאקס.

וויאזוי מיר נעמען אן אז אונזער מהלך פון וויסן איז בארעכטיגט. די פראבלעם הייבט איך גיי נישט דא אויסלייגן די באקאנטע זיך אן ווען מיר פרובירן צו באגרינדן די סקעפטישע ארגומענטן אז אפשר חלומ'ען הנחה אז אונזער שכל און לאגיק איז בכלל מיר, אדער אפשר איז אלעס אן אילוזיע

זייט 20

זייט 20
טעקסט

וכדו', אבער די פראבלעמען זענען באמת נישט גרינג אוועקצומאכן און מ'דארף זיך היפש קראצן דעם קאפ קלארצושטעלן וויאזוי מ'גייט ווייטער אויף אן אוועקגעשטעלטער, באגרינדעטער באזע. אליבא דאמת זענען טאקע דא די פולקאמע סקעפטיקער, וואס נעמען אן רעאליטעט אלס איין גרויסער ספק; גארנישט איז ביי זיי פארזיכערט, פון אביעקטיווע סייענס ביז סוביעקטיווע געפילן. איך גלייב נאר אז רוב מענטשן זענען נישט ביי דער מיינונג, ממילא איז אינטערעסאנט צו צענעמען די צוויי הויפט שטעלונגען וואס פרובירן צו אדרעסירן די דערמאנטע פראבלעם - אן דארפן שטעלן עקזיסטענץ אונטער א פערמאנענטן פראגע-צייכן.

צוויי קעגנזייטיגע פילאזאפישע שטעלונגען

פון איין זייט שטייען די וועלכע זעען אין אונזער אינטואיציע דער אולטימאטיווער באזיס פאר וויסנשאפט, און מיט אינטואיציע מיינען זיי דעם 'מושכל ראשון' מיט וואס אלע מענטשן ווערן געבוירן. לויט זיי איז אלעס - פון לאגיק ביז סייענס - באזירט בלויז אויף אינטואיטיווע הנחות, און מיר קענען זיך פארלאזן דערויף צו בויען אונזער וויסנשאפט ארסענאל, אן קיין דרויסנדיגע באגרינדונגען. דער ארגומענט גייט אז וואס אימער מיר גייען זאגן אדער טראכן איז אויטאמאטיש געבויט אויף אינטואיציע, און דערפאר מאכט נישט קיין סענס צו פרעגן וויאזוי עס איז בארעכטיגט. און

הגם עס איז אזא קיילעכיגע באגרינדונג )circular justification( - אינטואיציע פארשטייט אז אינטואיציע איז גערעכט - זענען מיר אבער אלע סטאק אין דעם סיסטעם ממילא, און צי מיר ווילן צי נישט, שפירן מיר אדער אז עס דארף נישט קיין באגרינדונג, אדער אז עס איז זעלבסט באגרינדעט.1 פון דער אנדערער זייט שטייען די וועלכע האלטן אז קיילעכיגע באגרינדונג מאכט נישט קיין סענס. לויט זיי איז דער גאנצער דראנג צו פארלאנגען באגרינדונגען צו אונזערע הנחות און מסקנות עפעס וואס האט זיך אנטוויקלט מיט צייט; האט פסיכאלאגיע עוואלוציאנערע אנטוויקלט אונזער סיסטעם פון לאגיק צו זיין קאנסעקווענט, עלימינירן וואס מער סתירות, און פרובירן טרעפן באגרינדונגען

פארוואס אינטואיציע זאל בכלל זיין א פארלעסליכער רעפרעזענטאט פון רעאליטעט איז א נושא פאר זיך, דארט קומען אריין

די באגריפן פון גאט און רעליגיע אביסל שטערקער. זיי טענה'ן אז גאט האט אויסגעשטעלט אינטואיציע צו זיין ריכטיג - און מיר ווייסן

פון גאט טאקע דורך אונזער אינטואיציע. דאס איז אוודאי אויך א קיילעכיגער ארגומענט, אבער ווי געזאגט איז לויט זיי קיילעכיגע לאגיק

נישט קיין פראבלעם אויף א פונדאמענטאלן שטאפל.

זייט 21

זייט 21
טעקסט

וואו מיר קענען - אבער באמת ליגט דא גארנישט טיפער ווי פסיכאלאגיע.

מיר שפירן זיך חוזק ווען מיר קענען זיך נישט בארעכטיגן, אבער איינמאל יעדנ'ס אינטואיציע איז אויפ'ן זעלבן בלאט, איז שוין באגרינדונג אומוויכטיג און נישט רעלעוואנט. אינטואיציע איז נישט מער ווי די "shared reality" איבער וועלכן מיר קאמוניקירן עפעקטיוו; עס איז אזא געפיל וואס עוואלוציע האט אונז געשאנקען דורכאויס מיליאנען יארן, א מהלך וואס רעפרעזענטירט רעאליטעט אויף וויפיל מיר דארפן פארשטיין אנצוגיין דערין. אבער עס טראגט נישט צופיל געוויכט אויף צו דערציילן איבער זאכן וואס מיר האבן נישט קיין עקספיריענסעס )אריינגערעכנט אט די לאגישע פראגע צי אינטואיציע דערציילט אונז דעם "עכטן אמת"(. און דארט קען מען לויט זיי נאר זאגן איין זאך מיט א זיכערקייט: "איך ווייס נישט."

וויאזוי די זייטן קוקן זיך אן איינע די אנדערע

די ערשטע זייט קריטיקירט די צווייטע פאזיציע זייער שטארק. זיי טענה'ן אז עס איז נישט אמת אז זיי זעען נישט אין אינטואיציע די אולטימאטיווע אויטאריטעט, וויבאלד אלע זייערע הנחות זענען דאך בהחלט אויך געבויט אויף אינטואיציע, און חוץ אויב זיי זענען גרייט צו זיין פולקאמע סקעפטיקער מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז "זייער אינטואיציע )איבער פסיכאלאגיע( מאכט זיי גלייבן אז אינטואיציע איז נישט גערעכט". זיי פארשטייען אז צד ב' שפילט נאר ארום מיט ווערטער, נעמליך, עכט גלייבן זיי יא אין אינטואיציע, נאר זיי שטעלן זיך אהער כאילו זיי גלייבן נישט דערין דורכ'ן ניצן

ווערטער פון פסיכאלאגיע אדער מיט'ן זאגן "t know'I don".

צו דער זעלבער צייט האלט צד ב' ענליך איבער צד א'. זיי האלטן אז אננעמען מיט א שטארקייט אז אינטואיציע איז יא גערעכט, איז אויך נאר א שפיל מיט ווערטער, וויבאלד מ'קען דאך באמת נישט זיין זיכער אז עס דערציילט אונז עפעס מער ווי דער סוביעקטיווער הסכם צווישן מענטשן, און ווען צד א' שטעלט זיך אהער ווי זיי "האלטן זיכער" אז עס איז אמת, איז דאס אויך נישט מער ווי ניצן ווערטער אויף א זייער ספעציפישן, מאניפולירנדיגן וועג.

אין אנדערע ווערטער, די וואס גלייבן אין אינטואיציע זענען איבערצייגט אז יעדער גלייבט באמת דערין, ווייל עס קען נישט געמאלט זיין נישט צו גלייבן דערין נאך וואס מיר זענען פארכאפט אונטער אירע לאפעס, און די וועלכע האלטן אז דער גאנצער באגריף פון אינטואיציע איז נאר פסיכאלאגיש - זענען אויך איבערצייגט אז די אנדערע ניצן פשוט ווערטער עס צו מאכן אויסזען זיכערער ווי עס איז.

די עכטע נ"מ צווישן די צוויי שטעלונגען איז צי טיף אינעווייניג נעמען מיר אן אז אלעס איז אביעקטיוו "אמת", אדער איז אביעקטיוויטעט נישט מער ווי א פונקציע פון אונזער קאלעקטיווער פסיכאלאגיע, וואס ווילאנג מיר קענען ניצן אביעקטיווע טערמינאלאגיע מאכט נישט אויס אז באמת איז עס בלויז סוביעקטיוו.2

די מעטא-פראבלעם מיט באגרינדונג

מ'קען דא אריינגיין פיל טיפער, אין די ארגומענטן און קאנטער-ארגומענטן פון ביידע זייטן, אין די פילצאליגע קאנסעקווענצן וואס זיי האבן, אין די

פילאזאפישע פאזיציעס אין וועלכע זיי פאסן אריין )רעאליזם און אנטי-רעאליזם, לדוגמא(, און יתכן מ'וועט דאס אויסברייטערן אין א קומענדיגן ארטיקל. עס איז אבער אינטערעסאנט זיך צו פארלייגן אויף איין געוויסן פונקט ביז אהער, און דאס איז וויאזוי ביידע זייטן קוקן אן די פונקציע פון באגרינדונג.

די אינטואיציע גלויביגער נעמען אן מיט א שטארקייט אלעס וואס אינטואיציע דיקטירט. אין דעם איז אריינגערעכנט דאס אז, לאגיש גערעדט, דארף אלעס האבן א באגרינדונג, און אז סתירות און קיילעכיגע לאגיק זענען נישט ערלויבט אויב מ'וויל זיין ראציאנאל. דער איינציגער יוצא מן הכלל איז אינטואיציע זעלבסט, איבער וועלכער זיי קענען נישט טרעפן קיין ראציאנעלע באגרינדונג, אבער זיי גיבן צו פארשטיין אז דארט פעלט עס נישט אויס.

אנדערש איז אבער די צווייטע שטעלונג, וואס זיי נעמען אן אז דאס גאנצע ווילן צו זיין ראציאנאל, צו זיין קאנסעקווענט, צו זוכן באגרידונגען, קומט נאר פון א פסיכאלאגישן דראנג - לכאורה אן עוואלוציאנערע נייגונג צו ראציאנאליזירן יעדע זאך. און לויט דעם מהלך איז נישט שווער וויאזוי מיר בארעכטיגן אונזער שטאנד, וויבאלד סיי וועלכער מהלך וואס טוט עלימינירן דעם פסיכאלאגישן דרוק איז גוט; זיין אומקאנסעקווענט איז נישט אזוי שלעכט, און זאגן "איך ווייס נישט" איז אפטמאל דער געראטענער ענטפער. ברייטער גערעדט, שטעלט זיך דא ארויס אן אינטערעסאנטע נקודה לגבי קריטיקירן און באשיצן אדאפטירטע שטעלונגען. דאס איז דאך פשוט אז מ'קען נישט נארמאל קריטיקירן קיין שטעלונג מיט 'דרויסנדיגע' הנחות. צ"ב, מ'קען נישט קריטיקירן אטעאיזם מיט דעם פאקט אז די תורה קאנפירמירט א גאט, פונקט ווי מ'קען נישט קריטיקירן טעאיזם מיט דער

דער חילוק צווישן זיי און דעם פולקאמען סקעפטיקער איז אויך בעיקר א סעמאנטישער: דער סקעפטיקער זאגט אז ער ווייסט

"גארנישט", און זיי זאגן אז זיי ווייסן יא רוב זאכן וואס זענען נוגע צום טאג טעגליכן לעבן… אבער זיי זענען אויך באקוועם צו ניצן דאס "איך

ווייס נישט" קארטל דארט וואו אונזער לאגיק און עקספיריענסעס זענען געצוימט.

זייט 22

זייט 22
טעקסט

טענה אז גאט'ס אקטן מאכן נישט קיין סענס צו אונז - וויבאלד זיי שלאגן אפ די עצם הנחות אז די תורה איז אמת, אדער אז מיר דארפן קענען פארשטיין גאט. דעריבער קען מען נאר קריטיקירן א פאזיציע מיט הנחות וואס אט די פאזיציע נעמט אן, דאס רופט זיך אינטערנאל קריטיק - קריטיק מתוכו.

אין אונזער פאל שטעלט זיך אבער ארויס אן אינטרעסאנטע זאך, און דאס איז אז איינמאל מ'נעמט אן די הנחות פון סיי וועלכער פון די צוויי זייטן בלייבט נישט איבער אויף וואס צו קריטיקירן. אויב נעמט מען אן אז אינטואיציע איז צוטרויליך, איז דאך שוין נישט שייך צו פרעגן פון וואו מ'ווייסט עס ווייל אינטואיציע דיקטירט דאך אזוי, און אויב וויל מען גיין מיט דער הנחה אז אינטואיציע איז נאר א פסיכאלאגישע פונקציע, איז יעדע פראגע פון דארט אין ווייטער נאר סעמאנטיש: וויאזוי מ'פארמירט די ווערטער אויף א וועג וואס זאל יא אדער נישט פסיכאלאגישע ארויפברענגען רעאקציעס.

טרעפן מיר זיך אין אן אינטערעסאנטן פלאץ: מ'קען נישט באגרינדן אדער אפפרעגן קיין איינע פון די צוויי פאזיציעס פונדרויסן, און איינמאל מ'איז אינעווייניג איז מען דאך אינערווייניג, טא, וואס מאכט אז איינער זאלן אדאפטירן אדער אפלאזן די פאזיציעס וואס ער נעמט פאר זיך?

איך וואלט דא פאראפראזירט אז עס איז - ווידער - א פראגע פון פסיכאלאגיע. נעמליך, דארט וואו דער מענטש געפינט זיך פסיכאלאגיש, דאס איז וואו

ער טרעפט זיך לגבי די צוויי פאזיציעס. אויב קוקט ער אויף זיך און אויף דער וועלט אלס מער שטייפע, ראציאנאלע וועזנס וועט ער לכאורה צוציען מער צו דער ערשטער פאזיציע, וואו אלעס איז פונדאמענטירט און זיכער, און אויב איז ער מער פון די נואנסד סטיל מענטשן, ער זעט מער גרוי אין דער וועלט, אזא איינער וועט מן הסתם ציען צו דער צווייטער שטעלונג און אננעמען אז אומקאנסעקווענטן און אומבאגרינדעטע פאזיציעס זענען בסדר - נאך אלעם ווייסן מיר נישט אלעס, נישט אלעס מאכט סענס, און פון א קשיא שטארבט מען נישט…

אויספיר

דא קומען מיר צוריק צו די נושאים פון די פריערדיגע צוויי ארטיקלען. פון איין זייט לויטערן די ראציאנאליסטן אז יעדע זאך האט א באגרינדונג, יעדע פראגע האט א תשובה וואס מ'דארף דערגיין, און 'באדייט' האט אן אולטימאטיוון שורש צו וואו עס ציט. בעת אויף דער אנדערער זייט שטייען די וועלכע טענה'ן אז פארלאנגען תשובות אויף יעדער זאך קומט נאר פון פסיכאלאגישע נייגונגען, פרובירן צו טרעפן באגרינדונגען און זיין פארפליכטעט צו ראציאנאליטעט קומט נאר פון עוואלוציאנערן דרוק, און באדייט מיט אן אנגעבליכן שורש איז גארנישט מער ווי באדייט וואס איגנארירט פשוט די "אבער פארוואס?" פראגע.

אויף וועלכער זייט שטייט איר?

זייט 23

זייט 23
טעקסט

מִּמְָך אֵלֶיָך אֶבְרָח

דורך: זבולון

געטשאלענדזשט, געשאקלט, און צעבראכן, לְֶך לְָך מִּמֹולַדְתְָּך — ווייט אנטלאפן, מיט'ן חרב המתהפכת אלעס צעשטאכן, ניטאמאל צוריקגעקוקט צו לאזן האפן, אראפגעווארפן אלע יאכן, א פתח כחודו של מחט נישט געלאזט אפן, געפראוועט שבת ווי אינדערוואכן.

— ווען פלוצלינג דא דיך אנגעטראפן.

דיין שטימע מער נישט געוואלט הערן, פון דיר אנטלאפן מיט א שטורעם, דיינע געדאנקען נישט געוואלט קלערן, אוועקגעשטויסן אלע שקרים, האסט צוגעקוקט ווי איך וויל אנדערש ווערן, אריינגעפלויגן אריין אין דיין ארעם, מיינע פלענער האסטו נישט געוואלט צעשטערן.

אריינגעדרונגען אין אלע איברים.

עָרּו עָרּו עַד הַיְסֹוד — אויסגעריסן, ווען איך בין מיט דיר צעמישט, פון גארנישט מער געוואלט וויסן, זע איך וואס דו ביסט נישט, ניטאמאל פון די גוטע חלקים געניסן, דאס האט זיך קיינער גערישט, דאס וואסער מיט'ן בעיבי אויסגיסן.

אזוי צו פאלן אין דיין ארעם צעקושט.

זייט 24

זייט 24
טעקסט

פערטער קאפיטל

מיסטעריעזע קמיעות

דורך: הרב פנחס אליעזר הלוי דונר איבערגעזעצט אויף אידיש דורך: אפענער

די געשיכטע ביז יעצט: טראץ דעם וואס דער פאלשער משיח שבתי צבי האט זיך געטויפט צו איסלאם אין 1666 און

איז געשטארבן אין 1676, האבן געהיימע געזעלשאפטן פון שבתאים וועלכע האבן נאך געגלייבט אין זיין משיח'ישער מיסיע

געבליט אין קהילות לענגאויס אייראפע. זיי זענען געבליבן אקטיוו ביז טיף אין דעם אכצנטן יארהונדערט, און רבנים האבן

כסדר געזוכט זיי אויפצודעקן און אויסרייניגן.

איין בארימטער רב וועלכער איז געפאלן אונטער חשד פרי אין זיין קאריערע איז געווען ר' יונתן אייבשיץ, וועמענ'ס

נאמען איז ארויפגעשוואומען בשעת א קאמפיין אויסצורייניגן שבתאים אין 1725. ר' יונתן האט דעמאלט סוקסעספול

אפגעווארפן די באשולדיגונגען און האט אונטערגעשריבן א שארפן חרם קעגן שבתאות און אירע אנהענגער. אבער ווען ער

איז באשטימט געווארן אלס הויפט רב פון דער בארימטער "טריפל-קהילה" אלטאנא-האמבורג-וואנדסבעק מיט צוואנציג יאר

שפעטער, זענען די באשולדיגונגען ווידער אויפגעקומען.

קבלה קמיעות וועלכע ער האט געגעבן פאר שוואנגערדיגע פרויען זענען געעפנט געווארן, און איינע פון זיי איז געברענגט

געווארן דורך א באזארגטער גרופע פון לאקאלע קהילה מיטגלידער צו ר' יעקב עמדין פאר אן אפשאצונג. צום ערשט האט ר'

יעקב זיך אפגעזאגט פון קוקן דערויף, אבער נאכדעם וואס מען האט אים פארזיכערט אז זיין נאמען וועט נישט דערמאנט

ווערן, האט ער ענדליך מסכים געווען אונטערצוזוכן די קמיע. ער האט שנעל באמערקט א באהאלטענעם רמז צו שבתי

צבי און האט עס געוויזן פאר זיינע באזוכער. די סצענע איז געווען גרייט פאר א שטורמישער קאנפראנטאציע צווישן דעם

הויפט-רב און זיינע קעגנער.

טראץ ר' יעקב'ס בקשה אז זיין נאמען עס איז נאר געווען א פראגע פון צייט זאל געהאלטן ווערן ארויס פון דעם ענין, ביז ר' יונתן אליין איז אינפארמירט געווארן איז זיין אריינמישונג שנעל געווארן אן וועגן די שמועות, און נאך א דיסקוסיע אפענער סוד. עס האט אויסגעזען ווי מיט זיינע נענטסטע ראטגעבער, האט ער יעדער אין דער קהילה האט ערווארטעט באשלאסן צו שיקן א שליח צו ר' יעקב זיין נעגאטיוון פסק אויף דער קמיע. און אין א פארזוך צו באהאנדלען דעם ענין טראץ זיין קעגנערשאפט צו ווערן פארבונדן איידער עס גייט ארויס פון קאנטראל. מיט דער אונטערזוכונג, בעיקר ווייל ער דער שליח איז אנגעקומען צו ר' יעקב'ס האט געשפירט אז זיין מיינונג וועט באלד הויז מיט א פריינטליכן בריוו וואס בעט ר' ווערן אפגעווארפן אלס פארטייאיש, איז די יעקב צו אנטפלעקן זיינע מיינונגען וועגן רייד אין דער קהילה געווען אז ר' יעקב האט דער קמיע, כדי ר' יונתן זאל קענען געבן אויפגעדעקט ר' יונתנ'ס פינסטערן סוד און אן ערקלערונג. א צעמישטער ר' יעקב איז גרייט ארויסצוקומען עפנטליך מיט האט געזאגט פאר'ן שליח אז ער איז נישט וואס ער ווייסט.

זיכער פארוואס דער הויפט-רב ווענדט זיך צו אים, ווייל ער האט קיינמאל נישט ארויסגעזאגט קיין מיינונג איבער ווער עס האט געשריבן די קמיע; ער האט בלויז געזאגט זיין מיינונג אז די פארמולירונג פון דער קמיע איז שבתאי'ש אין אפשטאם, און דער וואס האט דאס געשריבן איז א געפערליכער אפיקורס.

ווען דאס שליחות איז צוריקגעקומען צו ר' יונתן האט ער באלד פאררופן א זיצונג אין זיין הויז מיט די וויכטיגסטע קהילה פירער און זיי אינפארמירט וועגן דעם הינטער-די-קוליסן דיאלאג מיט ר' יעקב,

זייט 25

זייט 25
טעקסט

און זיין שטעלונג אז די קמיע אנטהאלט שבתאי'ש אפיקורסות. די פארזאמלטע פערזענליכקייטן האבן צוגעהערט ווי ר' יונתן פארציילט ווי ער האט געקעמפט קעגן אזוינע באשולדיגונגען אין דער פארגאנגענהייט, און קיינער האט קיינמאל נישט פארגעלייגט סיי וועלכן באווייז קעגן אים. ר' יונתנ'ס שטימע האט געציטערט ווען ער האט פעסט געלייקנט אז זיינע קמיעות זענען שבתאי'ש אדער אפיקורס'יש אין סיי וועלכן וועג, און ער האט געבעטן דעם קהל'ישן קאמיטעט זיך אריינצומישן כדי צו פארמיידן זיין אויטאריטעט פון ווערן געשעדיגט דורך ר' יעקב און אנדערע וועלכע פארשפרייטן די שמועות.

דעם קומענדיגן אינדערפרי האט זיך געהערט א קלאפ אויף ר' יעקב'ס טיר. עס איז געווען דינסטאג, פעברואר דעם צווייטן, 1751. ווען ר' יעקב איז געקומען צו דער טיר איז ער געווען שאקירט צו טרעפן א גרייטע קארעטע שטיין אויף דער גאס אינדרויסן פון זיין הויז. דער מאן ביי דער טיר האט אים אינפארמירט אז ער ארבעט פאר דער אידישער קהילה, און איז דא צו ברענגען ר' יעקב צו די קהילה'ס הויפטקווארטיר פאר א דרינגליכער זיצונג. ר' יעקב איז געווען ערשטוינט. דאס איז נישט געווען קיין טיפישער איינלאדונג, און ער האט פארשטאנען אז דאס וועט נישט זיין קיין געווענליך באגעגעניש. ער האט געפרעגט דעם שליח אויב דער הויפט-רב וועט דארט זיין, אבער יענער האט אים געזאגט אז נאר דער עקזעקוטיווער קאמיטעט פון דער קהילה פירערשאפט וועט זיין אנוועזנד.

ר' יעקב איז אנגעקומען צו דעם באגעגעניש מיט זארג פאר דאס ערגסטע, אבער זיין שרעק איז שנעל פארשוואונדן געווארן. די דריי מיטגלידער פון דעם עקזעקוטיוון קאמיטעט - אלע פערזענליכע פריינט פאר פילע יארן – זענען געווען זייער רעספעקטפול, און די

א כתב-יד וועלכער אנטהאלט ר' יונתן אייבשיצ'ס תורה ווי פארשריבן דורך א געטרייען תלמיד אין מעץ. ר' יונתנ'ס תלמידים האבן שטארק פארטיידיגט זייער באליבטן רבי'ן ווען מען האט אים באשולדיגט אין שבתאי'ש אפיקורסות.

אטמאספער איז געווען פריינטליך און עס נישט קיין יעדן-טאגיגע ערשיינונג אז דער הויפט-רב ווערט באשולדיגט אין זיין גוטמוטיג. ער האט זיך געזעצט ביים שפיץ א שרעקליכן אפיקורס דורך אן אנדער פון טיש און זיי האבן זיך אנטשולדיגט וויכטיגן רב אין דער קהילה. זיי האבן אלע אז די אומשטענדן האבן זיי געצוואונגען הארציג געלאכט, אבער ר' יעקב האט צו האנדלען אויף אזא פלוצלינגדיגן אופן, ניטאמאל געשמייכלט.

צוליב דער סענסיטיוויטעט פון דער זאך.

נאך אלעם, האט איינער געזאגט, איז "לאזט מיך איין זאך קלאר מאכן,"

זייט 26

זייט 26
טעקסט

האט ער אנגעהויבן, "איך האב קיינמאל נישט געמאכט קיין עפנטליכע דערקלערונג אז ר' יונתן אייבשיץ איז אן אפיקורס, און איך וויל דאס אויך נישט טון. פארקערט, איך האב קלאר געמאכט פאר די מענטשן מיט וועמען איך האב גערעדט אז איך וויל אינגאנצן ארויסבלייבן פון דער זאך, און נישט זיין פארמישט דערין אויף קיין שום אופן. פשוט גערעדט: איך האב נישט קיין אינטערעס זיך אריינצולאזן אין א קריג מיט'ן הויפט-רב און זיינע שטיצער, און איך וויל מיך אויך נישט מישן אין שמוציגער קהילה-פאליטיק. ווי איר ווייסט גוט, האב איך דאס זייער פיינט. אלזא, סיידן איר קענט מיר געבן א גוטע סיבה צו זיין דא, וואלט איך געוואלט באלד אוועקגיין." די אטמאספער אין צימער האט זיך געביטן, פלוצלינג האט קיינער מער נישט געשמייכלט. ר' יעקב האט געקוקט אויף יעדן פון זיי באזונדער ווארטנדיג אויף א רעאקציע, אבער אלע זענען געווען שטיל. ר' יעקב האט גענומען זיין הוט און מאנטל און אנגעהויבן גיין.

"ווארט, ווארט!" דאס איז געווען דער פרעזידענט פון דער קהילה. "ר' יעקב, ווארט. איך בעט אייך, ביטע גייט נישט אוועק. מיר זענען אין א קריזיס, און איר זענט א טייל פון דעם קריזיס, צי איר ווילט צי נישט." ר' יעקב האט אים שארף אנגעקוקט. דער פרעזידענט האט פארשלונגען אן אטעם און ווייטער געזאגט: "דער הויפט-רב לייקנט גענצליך די באשולדיגונגען אין שבתאות, און דאך האבן מיר געהערט פון עטליכע מענטשן אז איר גלייבט אז דער מחבר פון דער קמיע – אנגעגעבן צו זיין ר' יונתן – איז אן אפיקורס וועלכער איז פארכאפט אין שבתאיזם.

"די גאנצע קהילה איז אין א טאטאלער צעטומלעניש, און איר קענט נישט איינפאך אוועקגיין דערפון! מיר דארפן וויסן פארוואס איר האט געזאגט אז די קמיע איז אפיקורס'יש, און אויב איר גלייבט אז דאס איז א שבתאי’שע קמיע, דארפט איר

ערקלערן פארוואס מיר זאלן זיין באזארגט. אויב מיר ווייסן נישט די ענטפערס צו די פראגעס, ווי ערווארט איר אז מיר זאלן זיך קענען ספראווען מיט דעם נושא ריכטיג? מיר דארפן אייער הילף ווי אזוי צו באהאנדלען די דרינגליכע סיטואציע, נאך אלעם, איז דאס אייער קהילה פונקט ווי אונזערע. צו וועמען אויסער אייך קענען מיר זיך ווענדן? איר ווילט זיכער נישט זען אונזער קהילה צעשטערט."

ר' יעקב האט זיך פאמעליך צוריק אראפגעזעצט. דעם פרעזידענט'ס בקשה האט געהאט א שטארקע ווירקונג. פלוצלינג האט ר' יעקב באגריפן אז ער איז שוין צו טיף אריין צו קענען אוועקגיין. אבער אין דער זעלבער צייט האט ער פארשטאנען אז וואס ער זאל נאר זאגן וועט האבן שרעקליכע קאנסעקווענצן פאר אים. אויב וועט ער אפשוואכן די שבתאי’שע נאטור פון דער קמיע, און דערנאך וועט זיך ר' יונתן ארויסשטעלן אלס א געפערליכער שבתאי’שער אקטיוויסט מיט א מיסיע צו אינפילטרירן אידישע טעאלאגיע, ווי אזוי וועט ער קענען לעבן מיט דעם? ווי אזוי וועט ער זיך קענען מוחל זיין פאר'ן פארפאסן די געלעגנהייט אים אפצושטעלן? די אלטערנאטיוו איז געווען נישט ווייניגער שרעקעדיג. יעדער האט געוואוסט אז ר' יונתן האט אומצאליגע פארטיידיגער וועלכע וועלן קיינמאל נישט גלייבן עפעס שלעכטס אויף זייער העלד. פאר זיי איז ר' יונתן געווען דער מוסטער-רב: געלערנט, פרום, און כאריזמאטיש; א בריליאנטער לערער, א באגאבטער רעדנער, א געערטער פוסק, און א מקור פון חכמה און עצות. אויב וועט ר' יעקב עפנטליך ארויסקומען מיט אן אטאקע אויף ר' יונתנ'ס גלויבווירדיגקייט, וועט די וועלט איבערגעקערט ווערן. ר' יעקב האט געמאכט איין לעצטן פרואוו אויסצומיידן דעם אומפארמיידליכן שטורעם. "מיינע הערן," האט ער געזאגט, "איר מאכט א גרויסן טעות. איך בין נישט דער פאסיגער פערזאן צו געבן הדרכה; די

פראבלעם דארף געברענגט ווערן צו דער אויפמערקזאמקייט פון די גרעסטע רבנים פון אונזער דור. ווייזט זיי די קמיעות, און לאזט זיי באשליסן וואס צו טון. איר קענט מיך - איך וויל פירן א פריוואט, אומגעשטערט לעבן, און דערפאר האב איך אויסגעקליבן צו פארלאזן דאס רבנות. ביטע לאזט מיך ארויס פון דעם."

דער פרעזידענט פון דער קהילה האט געקוקט אויף זיינע קאלעגעס, און דערנאך צוריק אויף ר' יעקב. "רבי, הלוואי וואלט עס געווען אזוי פשוט. ליידער איז אייער נאמען שוין פארבונדן מיט דער אויפדעקונג פון דער קמיע. איר קענט נישט אויסמיידן די ווירקליכקייט, און איר קענט נישט איגנארירן אונזער בקשה פאר הילף. מיר דארפן דרינגענד פארשטיין פארוואס איר גלייבט אז די קמיע איז שבתאי'ש כדי מיר זאלן זיך קענען ריכטיג באגיין מיט דער אנגעלעגנהייט."

ר' יעקב האט זיי אנגעקוקט, געזיפצט, און אריינגעשטעקט די האנט אין קעשענע. ער האט ארויסגענומען דעם בריוו וואס ער האט באקומען פון ר' יונתן מיט בלויז עטליכע טעג בעפאר, און עס איבערגעגעבן פאר'ן פרעזידענט וועלכער האט עס באלד אנגעהויבן ליינען. דערנאך האט ר' יעקב ארויסגענומען די קמיע און עס געוויזן פאר די אנוועזנדע. די קמיע - יעצט באדעקט מיט ר' יעקב'ס האנטגעשריבענע באמערקונגען - איז ארומגעגאנגען אין פולשטענדיגער שטילקייט. נאך עטליכע מינוט האט ר' יעקב שטיל גערעדט צו די דריי קהילה-פירער.

"מיינע פריינט. איך וואלט געוואלט עס זאל נישט זיין אמת, אבער ווי איר קענט זען פון מיינע באמערקונגען, די קמיע איז א קראנקער, פארדרייטער ביישפיל פון שבתאי’ש אפיקורסות. איידער איך האב באקומען דעם בריוו פונעם הויפט-רב האב איך קיינמאל נישט געזאגט אז די קמיע איז זיינע, נאר אז זי איז שבתאי'ש. טא, פארוואס האט ער מיר געשריבן? וואס איז

זייט 27

זייט 27
טעקסט

ווען דאס מחלוקת האט זיך פארשטארקט, האט די אלגעמיינע באפעלקערונג אנגעהויבן צו ווערן פאראינטערעסירט, ספעציעל ווייל די קריג האט זיך געדרייט ארום קבלה קמיעות. אין דער דאזיגער דייטשער פובליקאציע פון יענער צייט האבן זיי זאגאר אריינגעשטעלט אן אילוסטראציע ווי רבנים שלאגן זיך איבער קמיעות.

ער אזוי נערוועז דערוועגן? ציט אייערע אייגענע מסקנות, אבער איין זאך קען איך אייך זאגן מיט זיכערקייט: דער מחבר פון דער קמיע, און סיי וועלכע ענליכע קמיעות, איז א העכסט געפערליכער מענטש - אן אפיקורס פון דעם ערגסטן סארט. אויב איז דאס ר' יונתן, דאן שטעלט זיין געוואלדיגער איינפלוס אויף אזויפיל מענטשן איבער דער אידישער וועלט - נישט בלויז אין אונזער קהילה - די גרעסטע געפאר פאר אונזער אמונה זינט שבתי צבי אליין, און אפשר נאך ערגער. "אבער," האט ר' יעקב אויסגעפירט, "איך ערווארט נישט איר זאלט מיך גלייבן... גייט צו אנדערע מומחים, און פארשט עס אליין אויס. איר מוזט דאס טון, כדי די קאנטראווערסיע זאל נישט ווערן אפגעלערנט ווי א פערזענליכע קריג צווישן מיר און אים."

דער פרעזידענט איז אויפגעשטאנען, געדריקט ר' יעקב'ס האנט, און אים באדאנקט פאר'ן קומען. "אפשר קענען מיר זיך טרעפן נאכאמאל דעם דאנערשטאג, נאכדעם וואס מיר וועלן דאס דורכרעדן מיט דעם גאנצן קהילה-קאמיטעט." ר' יעקב האט געשמייכלט און געשאקלט מיטן קאפ. דאס באגעגעניש איז געווען פארענדיגט.

דעם קומענדיגן אינדערפרי האבן די דריי מיטגלידער פון דעם עקזעקוטיוון קאמיטעט צוזאמגערופן דעם רעשט פון דער קהילה פירערשאפט פאר א דרינגליכער זיצונג. אן קיין גוזמאות האבן זיי איבערגע'חזר'ט וואס זיי האבן געהערט פון ר' יעקב און ארומגעשיקט די קמיע און ר' יונתנ'ס בריוו. א דיסקוסיע האט זיך אנגעהויבן, אבער ס'איז נישט געווען קיין איינשטימיגקייט.

עטליכע מיטגלידער פון דער פירערשאפט האבן פשוט אוועקגעמאכט ר' יעקב אלס א צרות-מאכער; ער איז מקנא ר' יונתן פאר'ן באקומען די רבנות-שטעלע וואס ער האט געפילט אז

זייט 28

זייט 28
טעקסט

ס'באלאנגט צו אים, אנדערע זענען געווען אין כעס אז עמיצער באשולדיגט זייער רב אין זיין אן אפיקורס, און דערנאך זענען געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז דער בלויזער חשד קעגן דעם הויפט-רב איז א שאנדע פאר דער קהילה, און דער הויפט-רב וועט מוזן גיין. די זיצונג איז פארוואנדלט געווארן אין א שלאכטפעלד, און טראץ שעות פון הייסע דעבאטעס איז גארנישט באשלאסן געווארן.

אינצווישן איז ר' יונתן אינפארמירט געווארן וועגן דעם געהיימען באגעגעניש צווישן ר' יעקב און דעם עקזעקוטיוון קאמיטעט און די פירערשאפט זיצונג. אנדערע האבן אים געשושקעט אז מען פלאנירט אים אראפצוזעצן פון זיין פאסטן. אין פאניק האט ער פאררופן א וויכטיג באגעגעניש פון זיינע נענטסטע שטיצער, צו פארמירן א סטראטעגיע זיך צו פארטיידיגן קעגן דעם אנקומענדיגן שטורעם.

זיינע שטיצער האבן אים צוגעזאגט א שטאפלווייזע סטראטעגיע צו באהאנדלען די סכנה. צוערשט וועלן זיי זיך נעמען צו ר' יעקב, ער וועט מוזן נייטראליזירט ווערן. דערנאך וועלן זיי זיך נעמען צו דעם עקזעקוטיוון קאמיטעט און דער קהילה פירערשאפט. עס וועט נישט זיין גרינג, אבער ער האט זיך נישט וואס צו זארגן. דאס באגעגעניש האט זיך געענדיגט מיט דעם וואס יעדער פון ר' יונתנ'ס אליאירטע האבן צוגעזאגט זייער פולע, שטייפע שטיצע, און א פארזיכערונג אז זיי וועלן ארבעטן אומערמידליך צו פארזיכערן אז זיין נאמען זאל נישט פארפלעקט ווערן דורך דעם מכשפה-געיעג.

יענעם אוונט, ווי נאר מ'האט זיך געשטעלט דאווענען מעריב אין ר' יעקב'ס פריוואטער שול, איז שמואל העקשיר, א לאנגיעריגער פריינט פון ר' יעקב, אריינגעלאפן אטעמלאז און בלאס. ער איז צוגעלאפן צום רב. "עס איז איבער דער גאנצער שטאט," האט ער געסאפעט, "זיי פלאנירן דיך צו קומען הרג'ענען."

ר' יעקב האט אים ארויסגעשלעפט וועט מיך, און אונז אלע, היטן פון די וואס אינדרויסן. "שמואל, וואס רעדסטו? וואס ווילן אונז שעדיגן."

גייט פאר?"

יענע נאכט האט ר' יעקב נישט געקענט "עס איז אמת, אינגאנצן אמת. ר' יונתנ'ס שלאפן, זיין מוח האט פיבערהאפטיג שטיצער האבן געלאזט וויסן אז דו ביסט א געארבעט אפצואוועגן זיינע אפציעס. ער 'רודף' וואס וויל צעשטערן דעם הויפט-רב'ס האט נאך געהאט די געפלאנירטע זיצונג מיט רעפוטאציע דורכ'ן פארשפרייטן בייזוויליגע דעם עקזעקוטיוון קאמיטעט דעם קומענדיגן שמועות. עס איז א זינד וואס מען קען טאג. אפשר וועלן זיי אים באשיצן, טראץ באשטראפן מיט טויט, זאגן זיי, און דעריבער וואס ר' יונתנ'ס שטיצער שיינען צו האבן די איז זיי ערלויבט דיך צו הרג'ענען."

אויבערהאנט? אפשר קען ער אויסארבעטן

"עס איז אמת, אינגאנצן אמת. ר' יונתנ'ס שטיצער האבן געלאזט וויסן אז דו ביסט א 'רודף' וואס וויל צעשטערן דעם הויפט-רב'ס רעפוטאציע דורכ'ן פארשפרייטן בייזוויליגע שמועות. עס איז א זינד וואס מען קען באשטראפן מיט טויט, זאגן זיי, און דעריבער איז זיי ערלויבט דיך צו הרג'ענען."

א פשרה לעזונג מיט זיי? עס מוז זיין א וועג יעצט איז געקומען ר' יעקב'ס רייע צו צו פארמיידן א פולשטענדיגע קהל'ישע קריג ווערן בלאס. העקשיר האט ווייטער גערעדט, - איבערהויפט ווען זיין לעבן איז אין געפאר. די ווערטער ארויספליסנדיג ווי פון א קוואל.

"די מענטשן זענען זייער שטארק, זיי האבן אבער מיטאמאל האט זיך ר' יעקב פריינט צווישן די גוים. דו וועסט ערמארדעט אויפגעזעצט גלייך אין זיין בעט. וואס ווערן, געלט וועט בייטן הענט, און קיינער שפעקולירט ער דא? דאס איז נישט וועגן וועט נישט ארעסטירט ווערן." טרערן זענען אים! וואס איז זיין אייגן ארעם לעבן ווערד געפלאסן אויף זיינע באקן. "רבי, איך בעט אין פארגלייך צו די טויזנטער גייסטיגע דיר, אנטלויף ווען דו קענסט נאך. דער מצב לעבנס וואס וועלן פארלאשן ווערן צוליב איז גענצליך אינדרויסן פון קאנטראל."

א שענדליכער פשרה? עס איז פארהאן א שבתאי'שער אפיקורס אין דער קהילה! א גרופע מענטשן האט זיך פארזאמלט יעצט איז נישט קיין צייט זיך צו זארגן וועגן ביי דער טיר פון שול. ר' יעקב האט גערעדט, זיך. די דיסקוסיע דארף זיך צוריקקערן צו זיין שטימע ציטערדיג אבער אנטשלאסן:

דער קמיע, און די געפארן וואס איר מחבר "איך לויף נישט אין ערגעץ. איך בין דא שטעלט פאר - א געפאר וואס איז אומענדליך געבוירן געווארן, איך האב דא געלעבט די גרעסער אויב דער מחבר איז טאקע דער לעצטע אכצן יאר. מיין היים איז דא, מיין הויפט-רב. האט נישט זיין אייגענער טאטע, משפחה איז דא, מיינע פריינט זענען דא, מיין דער חכם צבי, אלץ אויפגעגעבן אין דער ביבליאטעק איז דא - מיין לעבן איז דא. איך מלחמה מיט נחמיה חיון? יעצט איז זיין רייע האב גארנישט שלעכטס געטון, און יעדער צו טון דאס זעלבע. ער וועט זיי אלע ווייזן ווייסט אז איך בין א מענטש פון ערליכקייט."

אז ער איז זיין טאטנ'ס ריכטיגער זון - גרייט ער האט זיך געוואנדן צו שמואל העקשיר און צו ריזיקירן אלעס אויפצודעקן א שבתאי'שן געלייגט א האנט אויף זיין אקסל. "א דאנק אינפילטראטאר.

דיר, שמואל, פאר דיין זארג. אבער זארג דיך נישט, איך בין רואיג. דער אייבערשטער ביי שחרית דעם קומענדיגן אינדערפרי,

זייט 29

זייט 29
טעקסט

איז ר' יעקב'ס פריוואטע שול געווען פול מיט מענטשן. יעדער האט געהערט וועגן דעם אינצידענט דעם פריערדיגן אוונט, און מענטשן זענען געקומען פון איבער דער גאנצער קהילה צו ווייזן זייער שטיצע און הערן וואס ר' יעקב פלאנירט צו טון. עס זענען אויך געווען שטיצער פון ר' יונתן דארט, אריינגערעכנט דעם שליח וואס האט נאר לעצטנס איבערגעגעבן דעם הויפט-רב'ס בריוו. דאס דאווענען האט זיך געענדיגט און ר' יעקב איז ארויף אויף דער בימה. ער האט געוויזן מיט דער האנט אז יעדער זאל זיין שטיל, און די פארזאמלטע האבן אנגעשפיצט די אויערן. געווענליך וואלט ר' יעקב מיטגעטיילט זיינע חידושי תורה, אבער נישט היינט.

"נעכטן ביינאכט," האט ער אנגעהויבן, "האט מען מיר געלאזט וויסן אז מיין לעבן איז אין געפאר. אבער אנשטאט אנטלויפן, ווי מען האט מיר געראטן צו טון, האב איך באשלאסן אייך צו לאזן וויסן וואס איז פארגעקומען הינטער פארמאכטע טירן די לעצטע עטליכע וואכן. עס איז נישט געווען מיין כוונה דאס צו טון, אבער איך פיל אז מען האט מיר נישט איבערגעלאזט קיין אנדער ברירה.

"מיט א צייט צוריק האט זיך א גרופע מענטשן געוואנדן צו מיר און געבעטן איך זאל אונטערזוכן א קמיע און געבן מיין אפשאצונג אויף איר אינהאלט. נאכ'ן איר שטודירן פארזיכטיג האב איך באשטעטיגט אז די קמיע אנטהאלט שבתאי'ש אפיקורסות. אבער, נישט דעמאלט און נישט שפעטער, האב איך גע'טענה'ט אז דער מחבר פון דער קמיע איז אונזער קהילה'ס הויפט-רב, ר' יונתן אייבשיץ. איך וויל קלאר מאכן: איך בין נישט אין קיין קריג מיט ר' יונתן, און איך האב

קיינמאל נישט געהאט קיין קריג מיט אים. דער מענטש מיט וועמען איך האב א קריג איז דער מחבר פון דער קמיע - ווער אימער ער זאל נאר נישט זיין.

"און לאזט מיר קלארשטעלן אז קיינער זאל נישט האבן קיין ספק: די קמיע וואס מען האט מיר געוויזן איז אינגאנצן אפיקורס'יש, און דער מענטש וואס האט דאס געשריבן און ארויסגעגעבן פאר רפואה צוועקן איז אן קיין צווייפל אן אפיקורס. יא, איר האט ריכטיג געהערט, און איך וועל דאס נאכאמאל זאגן. עס איז נישטא ביי מיר קיין שום ספק אז דער מענטש וואס האט געשריבן די קמיע איז אן אפיקורס, און האט נישט קיין חלק אין עולם הבא. און אדרבא, זאל דער שרייבער אדער סיי ווער מיר אויפווייזן אז איך בין נישט גערעכט.

"איך האב נאך איין זאך צו זאגן, און דאס איז זייער וויכטיג. כאטש איך האב נישט קיין אנונג צי ר' יונתן האט געשריבן די קמיע, גלייבן אסאך מענטשן אז ער איז געווען דער וואס האט דאס געשריבן. אויב אזוי, מיין איך אז ער איז מחויב זיך צו פארענטפערן און זיך ראטעווען פון חשד. ער האט מיין ווארט אז אויב ער וועט זיך ריכטיג ערקלערן, וועל איך פערזענליך ווערן זיין גרעסטער פארטיידיגער. איך וועל קעמפן אומאויפהערליך קעגן די פאלשע שמועות, און איך וועל פארשטאפן די מיילער פון די וואס אטאקירן אים. נאך מער, איך וועל גיין אין דער גרויסער שול און - אין פארנט פון דער גאנצער קהילה - עפנטליך בעטן זיין מחילה, כאטש איך האב קיינמאל נישט געמיינט קיין שלעכטס. "באמת וואלט איך געוואלט אז זאכן זאלן זיין אנדערש; איך וואלט געוואלט אז ר' יונתן זאל באלד און עפנטליך ערקלערן דעם אינהאלט פון זיינע קמיעות ווען די פרשה

האט זיך אנגעהויבן. אבער דאס איז שוין אין דער פארגאנגענהייט. די פאקטן זענען וואס זיי זענען, און מיר האלטן וואו מיר האלטן. וואס איז יעצט וויכטיג איז אז איך בין גרייט, מיט'ן גאנצן הארץ, צו לייגן די פרשה הינטער אונז - אויב זאל נאר אויפגעוויזן ווערן אז איך האב געמאכט א טעות. אבער פאר דעם דארף ר' יונתן טון וואס ער האט צו טון." מיט דעם איז ר' יעקב אראפ פון דער בימה און פארשוואונדן געווארן אין זיין הויז. די שול איז געווען שטיל פאר א מאמענט און באלד אויסגעבראכן אין הייסע דיסקוסיעס ווען דאס געוויכט פון וואס האט זיך אקארשט אפגעשפילט איז באגריפן געווארן. אן עס קלאר ארויסזאגן, האט ר' יעקב עמדין באשולדיגט דעם הויפט-רב אין זיין א שבתאי'שער אפיקורס. דער שד איז ארויס פון פלאש, און וואס איז ביז דאן געווען אן אומאפיציעלע שמועה האט יעצט געהאט די שטיצע פון נישט קיין צווייטן ווי דער געשעצטער ר' יעקב עמדין.

אין קומענדיגן קאפיטל: ר' יעקב עמדינ'ס עפנטליכע דערקלערונג האט געמיינט אז די קהילה פירער האבן געמוזט רעאגירן. אבער ווי אזוי וועלן זיי רעאגירן? וועלן זיי שטיין אויף ר' יעקב'ס זייט און פאדערן פון דעם הויפט-רב צו זיין אפן, אדער וועלן זיי שטיין מיט ר' יונתן, וועמענ'ס כבוד איז אויף דער וואגשאל, און אפווארפן ר' יעקב'ס באשולדיגונג אינגאנצן? די עמדין-אייבשיץ קאנטראווערסיע האט זיך געגרייט אריינצוגיין אין איר מערסט אנגעצויגענעם שטאפל, און דאס לעבן פון ביידע הויפט-שפילער האט געהאלטן הארט פאר'ן ווערן אריינגעווארפן אין פולשטענדיגן כאאס.

דער ארטיקל איז געשריבן געווארן אריגינעל אין ענגליש דורך הרב פנחס אליעזר הלוי דונר און איז געווארן איבערגעזעצט אויף אידיש דורך "אפענער" אויף "קרעמל".

הרב דונר איז דער רב אין קהל יאנג איזראעל אין נארט בעווערלי הילס קאליפארניע, און איז א באקאנטער היסטאריקער און באגאבטער רעדנער.

הרב דונר'ס וועבסייט: https://rabbidunner.com

מען קען זיך פארבינדן מיט'ן רב אויף דעם פאלגנדן אימעיל אדרעס: [אימעיל] אויך קען מען אים נאכפאלגן אויף אלע סאציאלע מידיא.

זייט 30

זייט 30
טעקסט

געספאנסערט דורך:

די פורים "כוואליע" איז נתנדב געווארן דורך

יענקעלע קונה ספרים

@יש עתיד

יציב פתגם לאת ולדגם

אין ערע פון דער "קרעמל" וועבזייטל

כוואליעס מאכט א שטורעם

אדמיניסטראציע וואס גיבט אוועק אסאך צייט

בלעטלעך ווי די מן

אז היימישע אידן זאלן פארמאגן א געשמאק,

ס׳פליט ארום אין די מרחקים

רואיג ווינקל אויפ'ן רוישיגן געוועב

פובליצירט אלע מאנאטן

מענדעלע פארקויפט לאקשן דא לדא נקשן

אייער הנצחה

יענקעלע קויפט עס אפ שיקט עס פאר זיין גרופ

קען זיין דא

יעדער קלאטשט הויך

פאר 125$

יונה מצאה מנוח

שיקט אריין אייער ווארעמע נדבה אויף די צונגען ארבעטן אויף רעדער https://ko-fi.com/chvalyes די קישקעס מיט די בלעדער

מען קען קויפן הנצחות,

אויב איר ווילט בלייבן אנאנים ביים

הנצחה פרייזן:

אדווערטייזמענטס,

שענקען א נדבה, ביטע ניצט די קרעדיט

גאנצע אויסגאבע מיט פולן הנצחה בלאט: 500$

קארד אפציע און לייגט אריין אן אנאנימען

און באשטייערן קלענערע נדבות אויף

נאמען און אימעיל אדרעס )אויב ניצט איר

האלבע אויסגאבע מיט האלבן הנצחה בלאט: 250$ דעם פאלגנדן לינק:

די PayPal אפציע וועלן מיר קענען זען דעם

פערטל אויסגאבע מיט פערטל הנצחה בלאט: 125$ https://ko-fi.com/chvalyes

נאמען פון דעם PayPal אקאונט(.

כוואליעס

אריגינעלער אידישער אינהאלט

סקען דעם QR קאוד פאר אלע