כוואליעס נומער 5 — פסח תשפ"ה
יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ענגליש) קען עס זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער.
- א ווארט פון דער רעדאקציע
- וויאזוי צו זיין א טייל פון עם ישראל — דורך: שניאור ריבנר
- ישעיה'ס אוטאפיע
- ס'איז שווער צו זיין א גוי — דורך: הבל וריק
- חָכְמָה מֵאַיִן תִּמָּצֵא? — דורך: מיימון
- זמן חרותנו — דורך: פעדער
- ליפא'ס גאולה
- שמעלקע פארט קיין פלארידע — דורך: דער גאלדענער אדלער
- וכאן הבן שואל
- פרעג דעם רב
- יֶרַח הָאֲתוֹנוֹת — דורך: תוהו ובוהו
- פַחַת וָפָח — דורך: יונָה מָצְאָהׂ
- מיסטעריעזע קמיעות — דורך: הרב פנחס אליעזר הלוי דונר איבערגעזעצט אויף אידיש דורך: אפענער
זייט 1
טעקסט
כוואליעס
אריגינעלער אידישער אינהאלט
גליון ה' - פסח תשפ"ה
אינהאלט
א ווארט פון דער רעדאקציע
וויאזוי צו זיין א טייל פון עם ישראל
ישעיה'ס אוטאפיע
ס'איז שווער צו זיין א גוי
חָכְמָה מֵאַיִן תִּמָּצֵא?
זמן חרותנ ו
ליפא'ס גאולה
שמעלקע פארט קיין פלארידע
וכאן הבן שואל
פרעג דעם רב
יֶרַח הָאֲתֹונֹות
פַחַת וָפָח
מיסטעריעזע קמיעות
זייט 2
טעקסט
א ווארט פון דער רעדאקציע
די פינפטע "כוואליע" — שירה על הים!
עס קומט שוין דער ליבער פרייליכער פון אלע סארטן, אריגינעלע געדאנקען און יום טוב פסח. יעדער האט זיך זיסע זכרונות אויסדרוקן פונעם נפש. מיר האפן ווייטער פון דעם ספעציעלן יום טוב, די מצה, דער צו קענען זיין אייער פלאטפארמע, וואו מיר בארשט, דער מיט קארפן פיש, א צווייטער מיט פובליצירן אייערע ארטיקלען פאר אייער און פאלשע פיש, אנדערע מיט מצה קניידלעך און אייערע ליינער'ס הנאה. דא איז טאקע פאסיג צו כרעמזלעך, און ווידער אנדערע א הארציגן הלל ווידערהאלן אז די אויסגאבע שטייט אויף אייער אדער שיין שטיקל בני יששכר, א בלאט ערבי חומר, און צי די אויסגאבע זאל האבן א קיום פסחים אדער א מהר"ל, און נאך פיל מער זיסע ווענדט זיך אין אייך. נעמט א פעדער אין האנט דעטאלן פון זמן חירותינו צו וואס יעדעס אידיש און שרייבט כיד ה' הטובה עליכם.
הארץ בענקט א גאנץ יאר.
פסח איז דער יום טוב פון פרייהייט. פרייהייט מיר דא אין דער "כוואליעס" רעדאקציע פון גוף, פרייהייט פון נפש. רבן גמליאל זאגט ווילן אויך צושטעלן א חלק פון אייערע דאך אז מ'דארף ארויסזאגן קלאר די פסח, מצה, ספעציעלע פסח זכרונות - א "כוואליע" פון גאר און מרור. די עקספעריענסן וואס א מענטש שיינעם אריגינעלן אינהאלט ספעציעל לכבוד גייט דורך, די טאג טעגליכע געפילן, ווערן פסח, אויף צו ליינען און לערנען דורכאויס דעם באפרייט בזמן חירותינו דורך עס צולאזן צום לאנגן שבת הגדול אדער פסח אויפדערנאכט אויבערפלאך. ווען דער אינערליכער פסח, מצה, נאך שיר השירים, יום טוב נאכמיטאג בעפאר'ן מורר, די פארשידנארטיגע כוחות קומען ארויס דרימל אדער חול המועד ביים שפאצירן אין בכתב, גראד ארויס פון דעם שרייבער הארץ אן פארק.
קיין גרעניצן, האבן מיר דא אמת'ע פרייהייט. והלוחות מעשה אלקים המה, "כוואליעס" עס איז נישט צום גלייבן אז מיר האלטן שוין איז דער אפענער לוח ווי די זעל איז זוכה צו דא, די פינפטע "כוואליע", וואס קומט ארויס מיט אזא זעלטענעם קאליבער, ארטיקלען הרווחה. חרות על הלוחות, דער ארטיסטישער
זייט 3
טעקסט
מכתב וואס ברענגט ארויס דעם אינערליכן כח אן נדבות אנאנים, זע דעם לעצטן בלאט פאר פון דעם כותב, דאס איז דאס חירות פון פענע מער דעטאלן.
און בלאט. מיר קענען שוין היי יאר, מיט דער פאר שמועסן איבער ארטיקלען אין דער איצטיגער אויסגאבע פון "כוואליעס", זיין בני יעצטיגער אדער פריערדיגע אויסגאבעס חורין.
באזוכט די דעזיגינירטע "כוואליעס" אפטיילונג מיר האפן אז איר ליינט די שורות אין אויפ'ן "קרעמל" וועבזייטל:
דעם נייעם הערליך-קאלירטן ביכל וואס מיר /https://kraimel.community.forum האבן געמאכט אוועילעבעל אויף אמאזאן, און /search-forums/chvalyes מיר האפן אז פון יעצט און ווייטער וועלן די אויסגאבעס רעגלמעסיג זיין דארט אוועיליבעל.
די קומענדיגע אויסגאבע וועט אי"ה מיט'ן זיך איינשאפן די "כוואליע" אויף אמאזאן ערשיינען מאנטאג פרשת אמור, לכבוד טוט איר ארויסהעלפן דעקן די הוצאות וואס ספירה, פסח שני, און ל"ג בעומר. דער זענען פארבונדן מיט ארויסגעבן די "כוואליעס".
דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען איז ג' אייר, כדי צו קענען ארויסגעבן די "כוואליעס" אין דאנערשטאג פרשת תזריע-מצורע.
דעם שיינעם פארמאט וואס איר האלט יעצט אין האנט, מוזן מיר אויפטרייבן דעם מינימאלן ליינט מיט הנאה,
די רעדאקציע
סכום פון 500$ ּפער "כוואליע", וואס דאס גייט צו באצאלן די קאסטן פון אויסלייג און די אדמיניסטראטיווע הוצאות ארום. מיר נעמען
רעדאקציע אינפארמאציע
סקען דעם QR קאוד פאר אלע אויבנדערמאנטע לינקס:
צו באקומען די קומענדיגע אויסגאבעס אין אימעיל ביטע שרייבט אייך איין אויף דעם פאלגנדן לינק:
https://lp.constantcontactpages.com/sl/832nQLo איר קענט אונז נאכפאלגן אויף טעלעגראם און X מיט דעם הענטל @chvalyes זיך צו פארבינדן מיט דער רעדאקציע ביטע שיקט אן אימעיל צו m chvalyes1@gmail.co אדער שיקט א הודעה צו אונזער "כוואליעס" ניק אויף "קרעמל"
זייט 4
טעקסט
וויאזוי צו זיין א טייל פון עם ישראל
דורך: שניאור ריבנר
חָכָם, מָה הּוא אֹומֵר? - וואס דערצו קומט די תשובה: אֵין מַפְטִירִין ַאחַר הַפֶּסַח אֲפִיקֹומָן. פרעגט דער חכם? - מָה הָעֵדֹת וְהַחֻקִּים וְהַמִּשְׁפָּטִים אֲשֶׁר צִוָּה זענען אויבערפלעכליך ה' אֱֹלקֵינּו אֶתְכֶם. דא רעדט זיך די ווערטער גאר שווער צו וועגן דעם ליל הסדר, די נאכט פארשטיין. עמיצער קומט אן פון "ושננתם לבניך", דהיינו, ליל הסדר זוכן א פארשטאנד די נאכט פון ריטואליסטישע פארוואס די תורה ערלויבט פירונגען וואס אין דעם ליגן די אים נישט עסן חמץ די זיבן יסודות פון טראדיציע. דער טעג, און וואס זאגט מען אים? חכם, דער אויפגעקלערטער איד "אנטשולדיגט ר' איד, איר האט וואס וויל גרינטליך פארשטיין די א טעות געמאכט. ס'איז נישט וועלט און וועלכער ער געפינט בלויז חמץ, ס'זענען פארהאן נאך זיך, דער נייגעריגער מאן וואס הלכות פאר פסח." וואספארא וויל ארויסהאבן וויסנשאפט ענטפער איז דאס? די פראגע און פילאזאפיע, דער מענטש ווערט נאך שטערקער, צוליב וועלכער גלייבט אינעם "יש וואס דאס פאסירט דווקא ליל חכמה בגויים - תאמין", קומט הסדר. די טעמע פון ליל הסדר ליל הסדר זוכן אן ערקלערונג איז דאך עֲבָדִים הָיִינּו לְפַרְעֹה צו צווייטן טייל פונעם זאץ: "יש בְּמִצְרָיִם, וַּיֹוצִיאֵנּו ה' אֱֹלקֵינּו תורה בגויים - אל תאמין." וואס מִשָּׁם בְּיָד חֲזָקָה ּובִזְרֹעַ נְטּויָה. זענען די סודות און יסודות, דהיינו, אז די סיבה פארוואס וויל ער וויסן, וואס געפינען זיך מיר פירן זיך מיט אט די אלע נישט ערגעץ אנדערש, בלויז אין מצוות, איז יציאת מצרים, גענוי אונזערע מסורות?
ווי מען ענטפערט דעם תם און
שאינו יודע לשאול. נו, פרעגט זיך, אז דער חכם פאדערט א טיפערן פארשטאנד פון דעם תם און שאינו יודע לשאול, האט מען אים געזאלט געבן דעם זעלבן ענטפער, נאר אויף א טיפערן אופן. מען וואלט מיט אים אפשר גע'דרשנ'ט פסוקים און געקלערט חקירות. אבער פארוואס לייגט מען סתם צו צו זיין פראגע נאך חוקים ומשפטים?
איידער מיר וועלן קענען צוגעבן דא אן ערקלערונג, איז אונז נויטיג צו פארטיפערן אונזער פארשטאנד וועגן די רייד פונעם בעל ההגדה. פריער האב איך אנגעצייגט אז אין די מנהגים פון ליל הסדר זענען באהאלטן די סודות פון טראדיציע, צוליב דעם וואס עס איז די נאכט פון "ושננתם לבניך". אלזא, איז פארשטענדליך אז די פיר קשיות פון "מה נשתנה", טראץ דעם
זייט 5
טעקסט
וואס זיי זענען איינגעוויקלט אין שפראך פון פרטים פון דעם סדר נאכט, זענען נישט בלויז וועגן דעם סדר; די קשיות זענען גאר די קשיות איבער אידישקייט - צוליב וואס זאל מען פאלגן די הלכות התורה? פארוואס זאל א איד זיך פירן אנדערש פון דער וועלט; וואס עפעס לוינט זיך ער זאל זיין א טייל פונעם "עם לבדד ישכון"? און דערצו גיבט אונז דער בעל ההגדה דעם ענטפער פון עֲבָדִים הָיִינּו לְפַרְעֹה בְּמִצְרָיִם. * אין אלע חוקים ומשפטים וואס זענען פארהאן אין דער וועלט, אז א שופט גיבט ארויס אן אורטייל אדער א געזעץ גייט אריבער אין קאנגרעס, איז דא א געוויסע שייכות צווישן דעם געזעץ און זיין סיבה. מיר האבן א דינא דמלכותא, צום ביישפיל, אז א קאר מוז זיך אפשטעלן ביי א סטאפ סיין. איצט קען מען פרעגן צוויי קשיות. די ערשטע קשיא איז, צוליב וואס האבן מיר אזא געזעץ? און די צווייטע קשיא וואס איינער קען פרעגן איז, פארוואס זאל איך פאלגן דאס געזעץ?
מיט אייניגע יארן צוריק, ווען איך האב געלערנט אין בריסקער ישיבה, וואלט מען אויסגעדריקט דעם ענין אזוי: מען קען קלערן א חקירה, אז מען רעדט וועגן א טעם פון פאלגן א געזעץ, צי עס מעסט זיך אין דעם גברא
אדער דעם חפצא. כלומר, איז דער פשט אז די סיבה ווענדט זיך אין דעם חפצא, דהיינו אז די סיבה פארוואס דאס געזעץ איז אוועקגעשטעלט געווארן און די סיבה פארוואס דער מענטש דארף עס פאלגן זענען בבחינת שתיים שהן אחת. אדער איז דער פשט אז מען דארף צוויי באזונדערע סיבות - איין סיבה פארוואס א געזעץ איז אוועקגעשטעלט געווארן, און א צווייטע פארוואס דער מענטש זאל געפינען פאר נויטיג עס צו היטן. אז מען קומט צוריק צו אונזער ביישפיל פון א סטאפ סיין, זעט מען דעם חילוק גאנץ קלאר. דאס געזעץ איז אוועקגעשטעלט געווארן צוליב א געוויסער סיבה, אז מענטשן זאלן זיין פארזיכערט. יעצט די סיבה צו היטן דעם חוק קען ליגן אינעם חפצא, ווייל דער דרייווער זעלבסט וויל נישט ברענגען קיין סכנות, אדער קען עס ליגן אינעם גברא, וואס האט זיך זיינע אייגענע חשבונות פארוואס צו היטן דאס געזעץ, צום ביישפיל ווייל ער וויל נישט באקומען קיין טיקעט.
נו, אז מען קלערט בריסקער חקירות, דארף מען אויך אנאליזירן די סוגיא ווי א בריסקער. פרעגט זיך די פראגע, למאי נפקא מינה? סייווי דארף דאך דער מענטש היטן דאס געזעץ. אבער די נפקא מינה
זייט 6
טעקסט
שטעקט אין א סיטואציע וואו די פארבינדונג פון דער סיבה מיט'ן חוק איז צעבראכן געווארן. למשל, וואס וועט פאסירן אז איינער קומט אן צום סטאפ סיין, און ער זעט אין שפיגל אז אן אנדער קאר קומט צו פארן פון הינטן גאר שנעל. אין אזא מצב וואלט אויסגעזען אז די סיבה פונעם געזעץ וואלט געפאדערט אז ער זאל דווקא יא עובר זיין אויפ'ן חוק. דער חוק איז אוועקגעשטעלט געווארן כדי עס זאל נישט קומען צו קיין סכנה, און דא געפינט זיך דער מענטש אין א סיטואציע וואו היטן דעם חוק וועט גאר ברענגען די סכנה. ממילא, אויב די סיבה פון דעם חוק איז א חפצא'דיגע, וואלט מען געזאגט אז אין אזא פאל איז דער חוק בטל ומבוטל. אבער אויב להיפך, עס רעדט זיך וועגן א גברא'דיגע סיבה, דא וועט מען דארפן זען צי זיינע סיבות זענען נאך גילטיג, טראץ דעם וואס די סיבת החוק נישט.
דערמיט קומען מיר אן צו אן אלגעמיינער פראבלעם אין אידישער טעאלאגיע. דהיינו, צוליב וועלכער סיבה איז אונז נויטיג צו היטן די משפטי השם, און וואס טוט מען אין אזא סארט סיטואציע וואו היטן דעם חוק איז א סתירה צו דער אריגינעלער סיבת החוק?
שוין מיט צוויי טויזנט יאר
צוריק האבן די קריסטן געפרעגט פונקט די קשיא, ווי פאול האט געשריבן אין ברית החדשה: כִּי בְנֵי מַעֲשֵׂי הַתּוֹרָה עֲלֵיהֶם הַקְּלָלָה כִּי כָתוּב אָרוּר אֲשֶׁר לֹא־ יָקִים אֶת־כָּל־הַדְּבָרִים הַכְּתוּבִים בְּסֵפֶר הַתּוֹרָה לַעֲשׂוֹת אוֹתָם׃ וְגָלוּי וְיָדוּעַ שֶׁבַּתּוֹרָה לֹא־יִצְדַּק הָאָדָם לִפְנֵי הָאֱלֹקִים כִּי־צַדִּיק בֶּאֱמוּנָתוֹ יִחְיֶה׃ וְהַתּוֹרָה לֹא מִן־ הָאֱמוּנָה הִיא כִּי אִם־אֲשֶׁר־יַעֲשֶׂה אֹתָם הָאָדָם וָחַי בָּהֶם׃ הַמָּשִׁיח ַ פָּדָנוּ מִקִּלְלַת הַתּוֹרָה בִּהְיוֹתו ֹ לִקְלָלָה בַּעֲדֵנוּ כַּכָּתוּב קִלְלַת אֱלֹקִים תָּלוּי׃ לְמַעַן אֲשֶׁר תָּבֹא בִּרְכַּת אַבְרָהָם בַּמָּשִׁיחַ יֵשׁוּע ַ עַל־הַגּוֹיִם לְמַעַן אֲשֶׁר נִקַּח אֶת־ הַבְטָחַת הָרוּחַ עַל־יְדֵי הָאֱמוּנָה׃ )גאלאטער ג, י-יד( וואס זאגט ער? אז וְצַדִּיק בֶּאֱמּונָתֹו יִחְיֶה, און ושְׁמַרְתֶּם אֶת ּ חֻקֹּתַי וְאֶת מִשְׁפָּטַי אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה אֹתָם הָָאדָם וָחַי בָּהֶם, וואלטן אויסגעזען ווי א סתירה: צי לעבט מען דורך אמונה, אדער לעבט מען דורך "ושמרתם"? וואלט מען געקענט זאגן אז עס איז ביידע, דורכ'ן טון די מצוות קומט מען אן צו אמונה. אבער אויב אזוי, וואלטן די אידן, לדעתו, געזאלט מקבל זיין דאס משיחות פון ישו הנוצרי, דער סימבאל פון אמונה. דעריבער, אויב דער ציל פון משפטי השם איז אונז צו העלפן אנקומען צו אמונה, דאן האבן מיר א סתירה, א מצב וואו היטן די
מצוות דערווייטערט אידן פון אמונה, ממילא זאגט ער אז ביאת ישו הנוצרי איז מבטל די מצוות, און איצט איז שוין גענוג צו האבן אמונה אליין און דערמיט אנקומען צום ציל, אן די אמצעים. דא זעט מען קלאר די טענה: אויב די סיבה צו פאלגן איז געבונדן מיט'ן טעם פון דעם געזעץ אליין, דאן בשעת דער טעם טויגט נישט, איז נישט פארהאן די סיבה אז דער מענטש זאל עס פאלגן.
מיט צוויי טויזנט יאר שפעטער, האבן די מתנגדים, להבדיל, געבראכט אט די טענה אנטקעגן דער חסיד'ישער באוועגונג. ווי עס ווערט אויסגעדריקט אין נפש החיים פון ר' חיים וואלאזשינער, איז די טענה אזוי: אויב דער דרך התורה איז ווירקליך מכוון אז דער מענטש זאל אנקומען צו דבקות, און דבקות מעסט זיך בעיקר אין דער כוונה פון דעם מענטש בשעת מעשה, נישט אין דער מעשה אליין, קומט אויס אז אין א סארט סיטואציע וואו די מעשה שטערט דעם מענטש'ס כוונה, איז נישט פארהאן קיין סיבה ער זאל עס היטן. אז א מענטש שפירט מיד אינדערפרי און קען נישט האבן קיין כוונה ביים דאווענען, זאגן די חסידים אז ער זאל ענדערש דאווענען שפעטער מיט כוונה, ווי בזמנה אן כוונה. דער ליטוואק זאגט
זייט 7
טעקסט
אבער, ניין, דער געדאנק איז א קריסטליכער, דער איד האלט אז עס איז די פעולה וואס איז בעיקר וויכטיג. וואס מער כוונה דער מענטש קען האבן אלץ בעסער, אבער פארפאסן דעם זמן כדי צו האבן כוונה שפעטער איז יצא שכרו בהפסדו.
נאך איין דוגמא ונחזור לענייננו. אין שנת תשכ"ג, 1963, איז מארטין לוטער קינג איינגעשפארט געווארן אין תפיסה ווייל ער האט געפירט א פראטעסט אנטקעגן דער דיסקרימינאציע פון וואס די אפריקאנער-אמעריקאנער האבן געליטן. אז ער איז געווען אין תפיסה האט ער געשריבן דעם באקאנטן "בריוו פון בירמינגהאם טורמע", וואס דערין גיבט ער אן ערקלערונג פארוואס ער ערלויבט זיך צו פארלעצן דאס געזעץ. זאגט ער, אז אויב גלייבט מען אין וואס שטייט געשריבן אין דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע, אז יעדער מענטש באקומט די זכותים פון פרייהייט און גלייכבארעכטיגקייט דירעקט פון גאט, קומט אויס אז דער גאנצער ציל פון די אלע חוקים און משפטים איז כדי אוועקצושטעלן און פארזיכערן אט די געטליך-געגעבענע זכותים. דעריבער, א געזעץ וואס ארבעט צו פארזיכערן דאס פארקערטע, דאס הייסט,
צו פארזיכערן אז א געוויסע גרופע גרופע מענטשן זאלן נישט האבן אט די פרייהייט און גלייכבארעכטיגקייט, איז דאך בכלל קיין געזעץ נישט, און עס איז נישט פארהאן קיין מאראלישער פארלאנג דאס צו היטן.
איצט קענען מיר שוין גרינטליך פארשטיין אז דער ערשטער צד פון אונזער בריסקער חקירה, אז מען זאל היטן די משפטי התורה צוליב א געוויסן ציל, קען נישט זיין, ווייל דאן צעפאלט עס ווען די סיבה איז נישט גילטיג. איז וואס איז מיט'ן צווייטן צד, אז עס איז פארהאן א גברא'דיגע סיבה? דהיינו, אז עס לוינט פאר'ן מענטש צו היטן די מצוות ווייל ער האט עפעס צו פארדינען דערפון. דער צוגאנג האט אויך א לאנגע מסורה. דער רמב"ם אין מורה נבוכים, למשל, וויל טענה'ן אז מען דארף היטן די תורה כדי אוועקצושטעלן אין א מענטש דעם כוח צו קאנטראלירן זיינע רצונות, כדי ער זאל אזוי קענען לעבן אינגאנצן על פי שכל. ענליך דערצו האט ר' ישראל סאלאנטער געהאלטן, אז דער יצר הרע אין יצר הטוב זענען בעצם טיפע פסיכאלאגישע כוחות וועלכע באקעמפן איינעם דעם צווייטן בפנימיות האדם, און דער מענטש דארף היטן די תורה ווייל אזוי קען ער
זייט 8
טעקסט
לעבן באושר ובעושר, מיט יישוב הדעת. מען טרעפט נאך ענליכע מהלכים דערצו, אריינגערעכנט ביי ר' נחמן ברסלב'ער און ר' משה מענדלסאן.
דער מהלך גיבט אונז אבער נישט קיין באפרידיגונג, און דא קומען מיר אן צו וואס איז מסתמא די צווייט-העכסטע פראבלעם אין אידישער טעאלאגיע, און דאס איז די פראגע פון ברוך שפינאזא. אין דער הקדמה צו זיין "טעאלאגיש-פאליטישער טראקראט" האט שפינאזא איבערגעקערט דעם גאנצן נושא פון אידישער טעאלאגיע מיט דריי שורות. דער איד מוז היטן די תורה, באמערקט ער, און בלויז דער איד; די תורה פארלאנגט גארנישט פון דעם גוי. נו, פרעגט ער, וויאזוי קען דאס זיין? אויב די משפטי התורה זענען גוט און גערעכט, זאל די גאנצע וועלט זיי דארפן היטן, און אויב זענען זיי נישט גערעכט אדער נישט גוט, וואס עפעס זאל זיי דער איד היטן? די פראבלעם איז בעיקר שווער אויב וויל מען האלטן ווי דער רמב"ם וחבריו, אז די סיבה פארוואס דער איד זאל היטן די תורה איז ווייל עס לוינט אים, ווייל אויב לוינט עס דעם איד, פארוואס זאל דער גוי זיין אנדערש?
* יעדער וואס האט נאר אמאל געהאט די געלעגנהייט צו לערנען א בלאט גמרא, קען גלייך זען אז עס איז א מאדנער סארט טעקסט. ספעציעל זעט מען דאס ווען מען פרובירט מאכן סדר. די גמרא, בעיקר תלמוד בבלי, באשטייט פון צוויי טיילן: איין טייל איז הלכה, וואס איז בערך צוויי דריטל פון דעם טעקסט, און די איבריגע באשטייט פון אגדות. נאר דער טעקסט איז נישט ארגאניזירט אין א דיכטאמישן אויסלייג, פארקערט, די גמרא איז געשריבן אין א וועג אז ס'באשטייט בעיקר פון הלכה'דיגע עניינים, מיט אביסל אגדה אויסגעשפרייט אינצווישן, לכאורה אן קיין סדר. נו, פרעגט זיך, וואס האט געברענגט חז"ל, די רעדאקטארן רבינא און רב אשי, צו ארגאניזירן דעם טעקסט אין אזא סארט אופן? וואלט נישט בעסער געווען אפצוטיילן די צוויי, אזויווי מיר געפינען, למשל, ביים מדרש? אין די מדרשים זענען פארהאן געוויסע ספרים וועלכע רעדן הלכה'דיג, ווי דער מכילתא און ספרי, און אנדערע וועלכע רעדן אגדה'דיג, ווי מדרש רבה און מדרש תנחומא. איז פארוואס
זייט 9
טעקסט
איז די גמרא נישט געווארן אויסגעשטעלט מיט אזא סארט סדר?
די ארגאניזירונג האט אבער אפשר א ספעציעלן באדייט. אין זיין באוואוסטן מאמר "הלכה ואגדה", האט דער העברעאישער פאעט חיים נחמן ביאליק, געזוכט צו קריטיקירן די אידישע אין העברעאישע קינסטלער און שרייבער אויף וואס זיי האבן אפגעלאזט הלכה און זיי קאנצענטרירן זיך בלויז אויף אגדה. די קינסטלער, זאגט ער, גלייבן אז הלכה און אגדה שטייען איינע קעגן דער צווייטער. הלכה איז אין דעם געביט פון שטרענגקייט, פון מידת הדין. הלכה איז דאך א לאגישע וועלט, וואו מען קלערט חקירות און מען פרובירט צו פארשטיין, א וועלט וואו אונזערע הרגשים און עמאציעס באקומען נישט קיין אויסדרוק. און אגדה איז פארקערט, אינעם געביט פון מידת הרחמים, א וועלט פון הרגשים וואו מאראלישע און עמאציאנעלע חשבונות טויגן, א וועלט געמאכט געווארן אן שטרענגע דינים; א פלאץ וואו דער מענטש לעבט בכל חיותו. אבער דער אמת איז, זאגט ביאליק, אז דאס איז א טעות. ער ניצט דעם לשון חז"ל: "גדולה אגדה שמביאה לידי הלכה. וכל אגדה שאין עמה הלכה אוננית היא, וסופה היא עצמה בטלה."
כלומר, אגדה און הלכה באציען זיך איינע צו דער צווייטער ווי צורה באציט זיך צו חומר, אדער ווי א ווארט באציט זיך צום געדאנק. אגדה איז דאך דער חומר, דער לעבעדיגער גייסט פון אונזער קולטור, אונזער היסטאריע, אונזער לעבנסשטייגער, און הלכה איז דער אויסדרוק דערפון. אונזער סיסטעם פארפלאכטענע פון הלכות איז נישט בלויז א סיסטעם פון לעגאלע געזעצן - עס איז א בילד פון דעם אידישן גייסט אין פארלויף פון אונזער געשיכטע.
אז מען עפנט א גמרא שבת און מען לערנט "במה אשה", וואס זעט מען? די קינסטלער וועלכע לאזן אפ הלכה זעען בלויז א רשימה פון געזעצן וואס האבן שוין מער נישט קיין שייכות מיט אונזער לעבן. אבער וואס ליגט דארט באמת? א שמועס איבער וועלכע תכשיטים זענען פאסיג און געאייגנט פאר פרויען. אז מען לערנט וועגן ל"ט מלאכות, וואס זעען מיר? א בילד פון וויאזוי ארבעט האט דאן אויסגעזען. אז מען לערנט זרעים, זעען מיר א בילד פון די פעלדער - מען שפירט די לופט און מען שמעקט די גראז, מען זעט די ארעמעלייט ווי זיי ארבעטן, און מען פארגעסט א מינוט אז מיר זיצן אין בית המדרש. אז מען לערנט הלכות נדרים, שפירט מען די שוועריגקייטן
פון מענטשן וועלכע קעמפן מיט זייער יצר הרע און וויאזוי זיי זוכן א לעזונג דערצו. און אזוי ווייטער פאר אלע הלכות.
איצט איז שוין זעלבסט פארשטענדליך פארוואס די גמרא איז געשריבן געווארן אין אזא סארט אופן, מיט די אגדות אויסגעשפרייט צווישן הלכה'דיגע עניינים, ווייל עס איז באמת נישטא קיין קלארע צעשיידונג צווישן הלכה און אגדה! אין יעדער הלכה איז באהאלטן אן אגדה, און יעדע אגדה איז אויסגעדרוקט דורך הלכה. אז אין גמרא שטייט "מתקיף לה רב פלוני לפלוני" "תקיפה", מלשון )מתקיף אן אנגרייף(, קען מען זיך פארשטעלן ווי צוויי מענטשן קריגן זיך איינער מיט'ן צווייטן, און מען שפירט א טייל פון זייער התעוררות. אז עס שטייט "יתיב רב פלוני קמיה דרב פלוני, שפירט מען די רואיגקייט פון מענטשן וועלכע זיצן און רעדן. די גמרא, סיי הלכה און סיי אגדה, איז נישט קיין געזעץ בוך - עס איז א קינסטלעריש ווערק. און דערין ליגט א תירוץ צו דער קשיא פון ברוך שפינאזא אויך. די חוקים ומשפטים פון אונזער הלכה זענען נישט אלגעמיינע געזעצן וואס מיר דארפן היטן ווייל עס לוינט אונז. וואלט הלכה דאס געווען, וואלט ער געווען גערעכט;
זייט 10
טעקסט
אויב איז גוט אזוי זיך צו פירן און לעבן, האט עס געזאלט זיין גוט פאר אלעמען. אבער הלכה איז נישט קיין געזעץ בוך, עס איז דער אויסדרוק פון אונזער רוח האומה, דער אידישער גייסט. יעדעס פאלק האט איר אייגענעם גייסט, און דערפאר מוז יעדעס פאלק געפינען דעם אויסדרוק וואס געהערט צו זיי. סוף כל סוף קומען מיר צוריק צו דער שאלת החכם. מיר זוכן א פארשטאנד פארוואס דער חכם קריגט אזא מאדנע תשובה צו זיין קשיא, גאר אנדערש פון וואס מיר זאגן פאר'ן תם און שאינו יודע לשאול. אונזער קשיא איז אבער באזירט אויף א הנחה, אז די תשובה פון "עבדים היינו" איז די סיבה פארוואס מיר טוען די אלע זאכן. דאס הייסט אז "עבדים היינו" באציט זיך צו די חוקים ומשפטים פון דער תורה ווי א טעם באציט זיך צו א געזעץ: פארוואס דארף מען היטן די משפטי התורה? - ווייל עבדים היינו וכו'.
אבער לויט ביאליק'ס ערקלערונג פון הלכה, קען מען פארשטיין אז דער אמת איז פונקט פארקערט. א איד פאלגט נישט די תורה צוליב וואס עבדים היינו, נאר ער ווערט א טייל פון דעם פאלק וועלכע זענען געווען עבדים לפרעה במצרים, דורך דעם וואס ער היט די משפטי התורה.
עס איז נויטיג אכט צו געבן, אז דאס מיינט בשום אופן נישט צו זאגן אז איינער וואס היט נישט די תורה איז קיין איד נישט )און טאקע ביאליק אליין איז נישט געווען קיין שומר תורה ומצוות(. דער פשט איז נאר, אז דער אויסדרוק פון דעם איד'ס אנהענגערשאפט צום אידישן פאלק איז דורך הלכה; הלכה איז דער אויסדרוק פון דעם אידישן גייסט, און דער איד קען זיך וועלן צוצושטעלן און ווערן א חלק דערפון אדער נישט - סייווי א איד בלייבט ער.
דעריבער פארשטייען מיר פארוואס מען גיבט פאר'ן חכם אזא תשובה. אונז איז שווער געווען צו פארשטיין, וואספארא תשובה איז "אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן"? לכאורה קומט ער פרעגן "פארוואס", און מען זאגט אים בלויז "וואס". אבער יעצט קענען מיר פארשטיין, אז דער "וואס" און "פארוואס" זענען בבחינת שתיים שהן אחת. די אידישע מסורה איז נישט אינטערעסירט אין אויסערליכע טעמים, וועלכע ווערן בטל ומבוטל די רגע עס לוינט זיך מער נישט, נאר דער איד היט ווייל אזוי באלאנגט ער צו עם ישראל, ווייל אזוי שטעלט ער זיך צו צום גייסט פון דער אידישער געשיכטע, צום אידישן פאלק, און צו דער אידישער מסורה. און דאס ליגט אין אֵין
מַפְטִירִין ַאחַר הַפֶּסַח אֲפִיקֹומָן. ווייל א גאנצע נאכט רעדט מען נאר וועגן "עבדים היינו", וועגן גייסט, אבער ווי דערמאנט, "כל אגדה שאין עמה הלכה אוננית היא." דהיינו, כדי צו בלייבן מיט'ן גייסט וואס איז דא געשפירט געווארן א גאנצע נאכט, פאדערט זיך א הלכה, א פעולה כדי עס זאל נישט ווערן קיין אוננית.
איין לעצטע באמערקונג כדי צו באשטעטיגן דעם געדאנק. די פרשנים ראנגלען זיך שוין לאנג מיט דער פראגע אז די שאלת החכם און די שאלת הרשע זעען אויס ווי די זעלבע קשיא. אבער אין באצוג צום רשע וואס שטייט? לְפִי שֶׁהֹוצִיא אֶת עַצְמֹו מִן הַכְּלָל, כָּפַר בְּעִקָּר. וואס מאכט אים פאר א כופר? נישט אז ער גלייבט נישט אין תורת משה, דאס שטייט נישט, נאר "לפי שהוציא את עצמו מן הכלל". ווייל ער וויל נישט נעמען קיין טייל אין דעם אידישן גייסט. ממילא, איז עס טאקע ריכטיג, דער חכם און דער רשע פרעגן פונקט די זעלבע קשיא. דער איינציגער נפקא מינה איז, אז דער חכם וויל נעמען א חלק אין תורת משה, ער וויל זיך צושטעלן צום אידישן גייסט, ער וויל ווערן א טייל פון דעם אידישן פאלק, דער רשע אבער, ער וויל זיך בלויז אפשיידן דערפון.
א גוט יום טוב!
זייט 11
טעקסט
ישעיה'ס אוטאפיע
באגריפן פון גלות און גאולה אין די פסוקים פון ישעיה דורך: מר שושני
אריינפיר
עס איז מיר נישט פארהוילן דער פאקט אז רוב ליינער וואס וועלן ליינען דעם ארטיקל זענען
נישט אזוי באהאוונט מיט דעם היסטארישן קאנטעקסט פון די נביאים, און זיכער נישט מיט די
קאמפליצירטע טעאלאגישע חילוקים וואס הערשט צווישן זיי. צוליב דעם האב איך מיר געמאכט
אפאר כללים וואס איך וועל פרובירן נאכפאלגן, אז עס זאל זיין בא'טעמ'ט פאר'ן המון עם צו
ליינען.
● איך וועל נישט צוברענגען קיין מראי מקומות פאר יעדן פרט, כדי נישט צו צעמישן דעם
ליינער. מיין ציל איז נישט פארצושטעלן דא א טעזע פאר א דאקטאראט, נאר צו ברענגען
אביסל חומר למחשבה. אלעס איז געבויט אויף אנגענומענע מהלכים פון מערערע מפרשים,
ווי אויך עפעס אייגנס, וואס איך האב נישט געטראפן ביי אנדערע, אבער ס'קוקט מיר אויס צו
זיין דער ריכטיגער פשט.
● אין דעם דאזיגן ארטיקל וועל איך נישט עוסק זיין מיט'ן צוגלייכן אדער פונאנדערשיידן ישעיה
פון אנדערע נביאים פון זיין צייט אדער שפעטער, נאר זיך באציען אויף ישעיה הנביא אליין,
ארויסצוברענגען דאס בעסטע וואס מעגליך וואס די פסוקים ווילן אונז לערנען.
● ווי עס איז באקאנט, האבן שוין די פריערדיגע אנגעמערקט אז דער צווייטער חלק ישעיה איז
מן הסתם נישט פון ישעיה אליין, און די היינטיגע חוקרים נעמען אויך אזוי אן. צוליב דעם האב
איך געבויט דעם ארטיקל ניצנדיג נאר די ערשטע חלקים פון ישעיה, כדי יוצא צו זיין אלע
שיטות און פרובירן ווי מער צוצוטרעפן צום ריכטיגן פשט.
● פאר געוויסע ליינער וועט זיין שווער צו פארשטיין די פאעטישע פסוקים, דעריבער וועל איך
ברענגען, ווען מעגליך, מיין אייגענע איבערזעצונג אויף א היינטיגן היימישן אידיש, כדי דער
ליינער זאל קענען פארשטיין דעם תוכן אפילו אן זיין געוואוינט צו לשון הנביאים.
עס איז מיין האפענונג אז מיינע שורות וועלן אייך ברענגען אן עונג יום טוב,
מר שושני
זייט 12
טעקסט
חלק א:
ישעיה הנביא
נאך שטערקער, האבן זיי פרובירט צווינגען אחז חֲזוֹן יְשַֽׁעְיָהוּ בֶן־אָמוֹץ אֲשֶׁר חָזָה עַל־ מלך יהודה אריינצוגיין אין זייער בונד און זיי יְהוּדָה וִירוּשָׁלָם בִּימֵי עֻזִּיָּהוּ יוֹתָם אָחָז העלפן אקעגן אשור. אבער אזויווי יהודה האט יְחִזְקִיָּהוּ מַלְכֵי יְהוּדָה׃ נישט געהאלטן דערביי, וועלנדיג דעמאלט בלייבן דער נביא ישעיה האט נבואה געזאגט אין דעם אויף אשור'ס גוטער זייט, האבן זיי באלאגערט זעלבן צייט-אפשניט ווי עמוס און הושע, ביי דער יהודה און געוואלט אונטערווארפן אחז און ענדע פון בית ראשון, פון אביסל איידער דעם גלות אריינשטעלן איינעם וואס וועט יא מסכים זיין צו פון די עשרת השבטים ביז גלות בבל.
גיין מיט זיי קעגן אשור.
געלאזט הערן זיין נבואה האט ער פאר די מלכי אלס רעזולטאט איז יהודה געגאנגען און געבעטן יהודה, וואס דארט האט ער זיך געדרייט און געווען הילף פון אשור )קעגן דער ראט פונעם נביא( און א חלק פון דער אריסטאקראטישער עליטע.
געשיקט א שיינעם סכום שוחד דערפאר.
ער האט מיטגעהאלטן אין זיינע יארן די סכנה, און ווי דער פסוק זאגט:
דעם עווענטועלן אייננעם, פון די עשרת השבטים אין צפון ארץ-ישראל דורך אשור. אזוי אויך האט וַיִּקַּח אָחָז אֶת־הַכֶּסֶף וְאֶת־הַזָּהָב הַנִּמְצָא ער מייעץ געווען און נבואה געזאגט פאר די בֵּית השם וּבְאֹצְרוֹת בֵּית הַמֶּלֶךְ, וַיִּשְׁלַח מלכי יהודה אין צוויי באזונדערע מערקווירדיגע לְמֶלֶךְ־אַשׁוּר שֹׁחַד׃ קריזיסן: פאר אחז מלך יהודה )BCE 734(, )מלכים ב, טז ח( ווען מלך ארם צוזאמען מיט מלך ישראל זענען אדאנק דעם איז אשור געגאנגען אין מלחמה געגאנגען אין מלחמה מיט יהודה, און פאר חזקיהו מלך יהודה )BCE 701(, ווען אשור איז געקומען און איינגענומען ארם און דערנאך ישראל, און גע'הרג'ט דעם מלך ישראל פקח בן רמליהו. מלחמה האלטן און באלאגערט יהודה.
אזוי איז יהודה געווען אונטערגעווארפן אונטער עס איז כדאי צו געבן א קורצן איבערזיכט אויף אשור ביז דער זון פון אחז, חזקיהו המלך, האט אין דעם היסטארישן קאנטעקסט, וואס איז אונז 701 באשלאסן צו רעוואלטירן און אראפווארפן באקאנט סיי דורך די שריפטן פון אשור וואס איז אשור'ס יאך. דעמאלט איז דאס מיליטער פון היינט דא צו געפינען, און סיי דורך ארכעאלאגישע אשור, אונטער סנחריב'ס פירערשאפט, געקומען געפינסן אין ארץ ישראל וועלכע באשטעטיגן די און איינגענומען אסאך שטעטלעך ארום יהודה און מלחמות און פאסירונגען.
אין בערך 734 )BCE( למניינם האט זיך אשור, באלאגערט ירושלים.
צום סוף איז חזקיהו מלך יהודה אפגעקומען אונטער תגלת פלאסר, אויסגעשפרייט פון צפון מיט בלויז שוחד-געלט און סנחריב האט זיך מער און מער קיין דרום, און אזוי געדראעט איינצונעמען ארם און ישראל.
צוריקגעקערט אהיים אן אייננעמען ירושלים. אלס רעזולטאט האבן זיך די קעניגן פון ארם און דאס איז מער ווייניגער וואס האט זיך אפגעטון ישראל צוזאמגעשטעלט, זיך צו קענען צוזאמען אין דער צייט וואס דער נביא ישעיה האט געלאזט ספראווען מיט דער געפאר פון אשור. כדי צו זיין הערן זיינע נביאות.
זייט 13
טעקסט
חלק ב:
גאולה
וְיָצָא חֹטֶר מִגֵּזַע יִשָׁי, וְנֵצֶר מִשרָשָׁיוׇ ּׁ עסן שטרוי צוזאמען, און אזוי ווייטער.
יִפְרֶה׃ וְנָחָה עָלָיו רוּחַ השם, רוּחַ חכְמָהׇ אן אריינגיין אין א משא ומתן איבער די שאלות וּבִינָה, רוּחַ עֵצָה וּגְבוּרה, רוּחַ דַּעַת וְיִרְאַתָ֔ וואס קומען ארויף אויב לערנט מען אזוי, איז אבער דא א טיפערן פשט וואס ישעיה הנביא האט השם׃ וַהֲרִיחוֹ בְּיִרְאַת השם, וְלֹא־לְמַרְאֵה געוואלט ארויסברענגען מיט זיינע ווערטער. עֵינָיו יִשְׁפּוֹט, וְלֹא־לְמִשְׁמַע אזְנָיו יוֹכִיחַ׃ׇ דער וואלף, לייב, בער, און שלאנג, וואס וְשָׁפַט בְּצֶדֶק דַּלִּים, וְהוֹכִיחַ בְּמִישׁוֹר זענען טורפים, רעפרעזענטירן די עליטע און לְעַנְוֵי־אָרֶץ, וְהִֽכָּה־אֶרֶץ בְּשֵׁבֶט פִּיו, וּבְרוּח ַ אריסטאקראטן וועלכע זיצן ביים שיסל און מאכן שְׂפָתָיו יָמִית רָשָע׃ וְהָיָה צֶדֶק אֵזוֹר מערסטנס פון די באשלוסן וואס טוען דערנאך מתְנָיו, וְהָאֱמוּנָה אֵזוֹר חֲלָצָיו׃ וְגָר זְאֵבׇ אפעקטירן דעם המון עם. דער שעפס און רינד, ציג און קאלב, זענען אן אלעגאריע, א משל, צום עִם־כֶּבֶשׂ, וְנָמֵר עִם־גְּדִי יִרְבָּץ, וְעֵגֶל וּכְפִיר המון עם, דאס פאלק און קהילה וואס זענען מער וּמְרִיא יַחְדָּו, וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם׃ וּפָרָה ווייניגער אנגעוויזן אויפ'ן רחמנות פון די וואס וָדֹב תִּרְעֶינָה, יַחְדָּו יִרְבְּצוּ יַלְדֵיהֶן, וְאַרְיֵה פירן דעם וואגן, פונקט ווי די נעבעכדיגע ציג איז כַּבָּקָר יֹאכַל־תֶּבֶן׃ וְשִֽׁעֲשַׁע יוֹנֵק עַל־חֻר אנגעוויזן אויפ'ן רחמנות פון דעם פארצוקנדן פָּתֶן, וְעַל מְאוּרַת צִפְעוֹנִי גָּמוּל יָדוֹ הָדָה׃ לעמפערט.
לֹא־יָרֵעוּ וְלֹֽא־יַשְׁחִיתוּ בְּכל־הַר קׇדְשִׁיׇ, ישעיה האט פאראויסגעזאגט אן אוטאפיע - א גאולה, א צוקונפט, וואו די רייכע און עליטע וועלן כִּי־מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת־השם כַּמַּיִם לַיָּם זיך באגיין מיט יושר און צדק צו דער אלמנה און מְכַסִּים׃ וְהָיָה בַּיּוֹם הַהוּא שֹׁרֶשׁ יִשַׁי אֲשֶׁר יתום, וועלכע טוען רעפרעזענטירן די עלנדע און עֹמֵד לְנֵס עַמִּים, אֵלָיו גּוֹיִם יִדְרֹשׁוּ, וְהָיְתָה ארעמע, די ווייניגער גליקליכע צווישן דעם פאלק, מְנֻחָתוֹ כָּבוֹד׃ די וואס האבן נישט ווער ס'זאל זיך שלאגן פאר )ישעיה יא, א-י( זיי. ער האט געגארט און געהאפט אויף א טאג ווען זיין א פירער פון א פאלק אדער קהילה וועט מיינסטנס פון די מפרשים האבן אנגענומען די מיינען קעמפן פאר דעם ציבור'ס באדערפענישן אויבנדערמאנטע פסוקים אין פולן ליטעראטורישן מיט אן אמת'דיגקייט, און נישט בלויז צו אנהאלטן זין פון ווארט, דאס הייסט אז אין צייט פון דער קאנטראל אויף זיי.
צוקונפטיגער גאולה, ווען עס וועט מקויים ווערן דעם "און א שפראצונג וועט ארויסגיין פון דעם און דאס איז דער המשך צו די קומענדיגע שטאם פון ישי" און מלכות בית דוד וועט הערשן פסוקים, וואו ער שילדערט מיט א קלארקייט אז די שיינקייט פון בית דוד וועט זיין אז ער וועט זיך אין ירושלים, וועט דער וואלף באמת לעבן אויפפירן מיט יושר און גערעכטיגקייט.
צוזאמען מיט'ן שעפס, דער לייב מיט'ן רינד וועלן
זייט 14
טעקסט
"און ער וועט משפט'ן ארעמעלייט מיט גערעכטיגקייט, און ער וועט אנטשיידן מיט גלייכקייט צו די לאנד'ס נידריגע, און ער וועט שלאגן דאס לאנד מיט דער רוט פון זיין מויל, און מיט דעם אטעם פון זיינע ליפן וועט ער טייטן די שלעכטע. און גערעכטיקייט וועט זיין דער גארטל אויף זיינע לענדן, און באגלייבטקייט דער גארטל אויף זיינע דיכטן."
און דאס איז פשט ווייטער אין דעם המשך, וואו ער זאגט אז נישט נאר אין ארץ ישראל וועט אזוי זיין, אז קיינער וועט נישט שלעכטס טון פאר קיינעם, נאר אלע פעלקער וועלן קומען זיך לערנען פון די אידן וויאזוי צו פירן א פאלק.
"און אין יענעם טאג וועט דאס ווארצל פון ישי זיין ווי א פאן פאר די פעלקער, פעלקער וועלן זיך צו אים ווענדן, און זיין רו וועט זיין א פראכט." און דאס איז דער עיקר באדייט פון "דעת ויראת השם" וואס לויפן דורך ישעיה'ס נבואות. קענען און מורא האבן פון השם מיינט האבן א מאראל וואס שטייט איבער אלעם, אן אויסגעצייכנטע וועלט וואו דער עיקר הערשער איז גערעכטיגקייט זעלבסט, און נישט אויסניצן מאכט פאר שלעכטס איז דער שפיץ עבודת השם.
ווי ער דריקט זיך אויס אזוי פאעטיש:
לֹא־יָרֵעוּ וְלֹֽא־יַשְׁחִיתוּ בְּכל־הַר קׇדְשִׁיׇ, כִּי־מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת־השם כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים׃ לויט דעם טראדיציאנעלן פשט מיינט עס אז די חיות וועלן זיך אויפפירן שיין און נישט שלעכטס טון ווייל זיי וועלן האבן רעספעקט פאר'ן איד וואס דינט גאט ערליך.
אבער דאס איז נישט מסביר פארוואס די חיות וועלן נישט פארצוקן די בהמות, וואס האט דער ערליכער איד איינגעלייגט מיט דעם אז דער לייב
עסט שטרוי?
אבער ווען מען לערנט אז ס'איז אלעס א משל צום הערשער און די מענטשן ביים רודער, שטימט עס הערליך. דער טורף, דאס הייסט דער וואס האט די מאכט צו טון וואס אימער אים שמעקט מיט זיינע שעפעלעך, וועט נישט שלעכטס טון, נאר זיין ארנטליך און אמת'דיג מיט זיינע מענטשן. פארוואס?
"ווייל דאס גאנצע לאנד וועט פיל ווערן מיט אנערקענונג אין גאט פונקט ווי וואסער טוט דעם ים צודעקן."
די וועלט וועט ענדליך פארשטיין וואס גאט וויל באמת פון זיין פאלק.
און דאס איז אין איינקלאנג מיט דער נבואה אין פרק ב' וואס לויפט זייער ענליך. דער דבר השם און גאט'ס לערע איז דאס משפט'ן מיט גערעכטיגקייט, און זיך אויפהערן קריגן איינער מיט'ן צווייטן. )דער חילוק איז אז דא רעדט מען פון די פירער פונעם פאלק, אז זיי וועלן זיך אויפפירן מיט גערעכטיגקייט צום פאלק, און דארט רעדט מען פון גערעכטיגקייט צווישן באזונדערע נאציאנאליטעטן.(
וְהָלְכוּ עַמִים רַבִּים וְאָמְרוּ לְכוּ וְנַעֲלֶה אֶל־הַר־השם אֶל־בֵּית אֱלֹקי יַעֲקֹב וְיֹרֵנו ּ מִדְרָכָיו וְנֵלְכָה בְּאֹרְחֹתָיו כִּי מִצִיוֹן תֵּצֵא תוֹרָה וּדְבַר־השם מִירוּשָׁלָם׃ וְשָׁפַט בֵּין הַגוֹיִם וְהוֹכִיחַ לְעַמִים רַבִּים וְכִתְּתו ּ חַרְבוֹתָם לְאִתִּים וַחֲנִיתוֹתֵיהֶם לְמַזְמֵרוֹת לֹא־יִשָּׂא גוֹי אֶל־גוֹי חֶרֶב וְלֹא־יִלְמְדוּ עוֹד מִלְחָמָה׃
)ישעיה ב, ג-ד(
זייט 15
טעקסט
חלק ג:
גלות
געדארפט ראט פון א נביא השם האט ער גערופן שִׁמְעוּ דְבַר־השם קְצִינֵי סְדֹם, הַאֲזִינו ּ ישעיה זיך שואל עצה צו זיין )עיין ישעיה ז(. ער תּוֹרַת אֱלֹקינוּ עַם עֲמֹרָה׃ לָמָה־לִי רֹב־ האט זיך געדרייט מיט די רייכע און וואלט פונקט זִבְחֵיכֶם יֹאמַר השם, שָׂבַעְתִּי עֹלוֹת אזוי געקענט זיי פארטיידיגן און זיין אנגענומען אֵילִים וְחֵלֶב מְרִיאִים, וְדַם פָּרִים וּכְבָשִׂים ביי זיי. אבער טאקע זייענדיג צווישן זיי האט ער וְעַתּוּדִים לֹא חָפָצְתִּי׃ כִּי תָבֹאוּ לֵרָאוֹת געזען דעם אמת'דיגן פרצוף פון די וואס פירן דאס פָּנָי, מִי־בִקֵשׁ זֹאת מִיֶדְכֶם רְמֹס חֲצֵרָי׃ לֹא לאנד און דאס אידישע פאלק.
תוֹסִיפוּ הָבִיא מִנְחַת־שָׁוְא קְטֹרֶת תּוֹעֵבָה היסטארישע און ארכעאלאגישע געפינסן פון הִיא לִי, חֹדֶשׁ וְשַׁבָּת קְרֹא מִקְרָא לֹא־אוּכַל פאר'ן חורבן בית ראשון צייגן א בילד פון א לאנד אָוֶן וַעֲצָרָה׃ חדְשֵׁיכֶם וּמוֹעֲדֵיכֶם שָׂנְאָהׇ וואו די רייכע האבן געוועלטיגט אויף אלץ מער און מער לאנד, און די ארעמע, נישט קענענדיג נַפְשִׁי, הָיוּ עָלַי לָטֹרַח, נִלְאֵיתִי נְשֹא׃ אויפהאלטן זייערע אייגענע פעלדער, האבן עס וּבְפָרִשְׂכֶם כַּפֵּיכֶם אַעְלִים עֵינַי מִכֶּם, גַם געמוזט פארקויפן צו די רייכע און צאלן שטייערן כִּי־תַרְבּוּ תְפִלָה אֵינֶנִי שֹׁמֵעַ, יְדֵיכֶם דָמִים צו קענען בלייבן מיט זייער שטיק פעלד.
מָלֵאוּ׃ רַחֲצוּ, הִזַכּוּ, הָסִירוּ רֹעַ מַעַלְלֵיכֶם די כהנים און רעליגיעזע פירער האבן נישט מִנֶגֶד עֵינָי, חִדְלוּ הָרֵעַ׃ לִמְדוּ הֵיטֵב, דִּרְשׁו ּ געוואוסט פון קיין צרות צו זאגן, און זיך ווייניג מִשְׁפָּט, אַשְׁרוּ חָמוֹץ, שִׁפְטוּ יָתוֹם, רִיבו ּ געקימערט מיט די פלאגענישן פון פאלק. זיי אַלְמָנָה׃ זענען געווען אין איין שיף מיט די מלכים ושרים. )ישעיה א, יא-יז( זיי האבן באקומען גענוג עסן פון די תרומות און מעשרות, און זענען געווען פארנומען זיכער צו ישעיה'ס קאנסעפציע פון גאולה איז אין דירעקטן מאכן אז אלע ריטואלען פון בית המקדש ווערן קעגנזאץ צו זיין קאנסעפציע פון דער סיבה פאר'ן אויסגעפירט אויף א פרעכטיגן פארנעם.
גלות.
דריי מאל א יאר איז יעדער געקומען פראווען ער זעט גאט'ס שטראף צו ברענגען אשור אויף אין ירושלים, און דער גערוך פון פארברענטע ישראל, און שפעטער בבל אויף יהודה, טאקע פליישן האט געשמעקט איבער גאנץ ציון. אבער דערפאר ווייל די רייכע, קעניגליכע, און רעליגיעזע ישעיה הנביא קומט אונז זאגן אז גאט האט זיך פירער )די כהנים( זענען געווען צו שטארק פשוט פארעקלט פון די אלע ריטואלן, ניטאמאל פארנומען מיט מאכן זיכער אז אלע הלכות און וויל ער אויסהערן זייערע אויבערפלעכליכע תקנות ווערן ערפולט. אבער פון דעם עיקר תורה, ברעטשערייען.
וואס אין ישעיה'ס וועלט-אנשויאונג מיינט דאס גאט דארף נישט די פעטע סעודות, גאט דארף זיין מאראליש און יושר'דיג און זיך אומקוקן אויף די שוואכע, האבן זיי ווי פארגעסן.
נישט דאס גרויסע יום-טוב'דיגע פראווענען, די ראש-חודש אפפערס.
ישעיה איז, ווי באקאנט, געווען א חלק פון דער אריסטאקראטיע )עיין מגילה י:(, און ווען אחז האט אויב נעמען די ריטואלן אוועק פון זיך אומקוקן
זייט 16
טעקסט
אנגעבליכער קבר פון ישעיה הנביא
מיקעלאנדזשעלא'ס מאלעריי פון ישעיה הנביא
אויף דאס פאלק'ס אמת'ע צרכים, זאגט גאט: "ווער האט אייך געבעטן צעטרעטן מיין הויף? ענקערע חודש'ליכע און ימים טובימ'דיגע אפפערס האט מיין זעל פארפיינטעט, ס'איז מיר שוין א טירחה, איך בין שוין מיד דערפון. און ווען איר ]די כהנים וואס זענען דעמאלט געווען די רעליגיעזע פירער, און געדינט ווי דער חיבור פון גאט צו זיין פאלק דורך זיי בענטשן און מקריב זיין זייערע אפפערס[ וועט אויפהייבן די הענט צו בענטשן דאס פאלק, וועל איך פארמאכן מיינע אויגן. אפילו ווען איר וועט פיל דאווענען וועל איך נישט צוהערן, ענקערע הענט זענען פול מיט בלוט. ]דאס קען זיין א מעטאפאר אז זיי זענען פארבלוטיגט פון זיך נישט אויפפירן ערליך מיט'ן פאלק, אדער פשוט אז ס'איז בלוטיג פון די קרבנות מיט וואס זיי זענען אזוי פארנומען, בשעת זיי מאכן זיך נישט וויסנדיג פון דער נויט פון כלל ישראל.["
און ער ענדיגט צו:
"לערנט צו טון גוטס, זוכט נאך גערעכטיקייט, גראדט אויס דעם רויב, משפט פאר'ן יתום, קעמפט פאר דער אלמנה."
זאל מיר שוין טאקע זוכה זיין צום:
וְאָשִׁיבָה שֹׁפְטַיִךְ כְּבָרִאשֹׁנָה וְיֹעֲצַיִך ְ כְּבַתְּחִלָּה אַחֲרֵי־כֵן יִקָּרֵא לָךְ עִיר הַצֶּדֶק קִרְיָה נֶאֱמָנָה׃ צִיּוֹן בְּמִשְׁפָּט תִּפָּדֶה וְשָׁבֶיהָ בִּצְדָקָה׃
)ישעיה א' כו-כז(
פאר א מער דעטאלירטער דיסקוסיע איבער די פארשידענע פשטים אין די פסוקים און איבער דעם היסטארישן קאנטעקסט, ווי אויך פאר סיי וועלכע קאמענטארן, זענט איר געלאדנט אריינצוקומען אין "קרעמל" פארום אין דעם ספעציעלן שנירל וואס וועט געעפנט ווערן פאר דעם ארטיקל.
זייט 17
טעקסט
ס'איז שווער צו זיין א גוי
דורך: הבל וריק
אין א מילד באלאכטענער הויטיגע מויד אין יאגא קליידונג הילצערנער קאמער - גענוג און אויסגעארבעטן קערפער, גרויס פאר שבת באווארפן, איז א שטארקע גלויבערין גענוג קליין פאר באבע'ס שבע אין "שוויצן", ספעציעל די ברכות - שטייען דריי שטאקיגע לעצטערע אומבאקוועמע פארענטשעס, פערמאנענטע מינוטן, וואס קען לעניות דעתה אויף אלע פיר זייטן, און אויפטון גרויסע זאכן - אויב טוט אינדערמיט א גרויסער מזבח, מען דאס מיט די ריכטיגע כוונות פון וואנעט עס גייט א פייער און קאנטראלירטע אטעמעריי. אפפער און טרוקענע היץ "לאזט אלעס הויך מיט אנצוהייצן די מאסן שוויץ.
דער שטימע ארויס!" שרייט ארום און ארום זיצן מענער, קיסַאנדזשרַא צו די פיר רוחות, פרויען, און אומבאשטעטיגטע נאכ'ן באפעלן צו האלטן דעם למיניהם; נאסע, הייסע, מיט אטעם אויף אייניגע סעקונדעס. די לאּפעס איינע אויף דער און אלע געבן א ברום צווייטער, און ברומען ַאההה, אינאיינעם "ַאההה".
אין א געמיינזאמער הימנע, דער הויכער גוי פון אלצדינג ארויסצובלאזן גרינפוינט, מיט א גרויסן הונט שלעכטס פונעם קערפער מיט אין שטוב, א סטודענט חוב אין אן אטעם.
עקאנאמיקס, און אן אנאליסט "אטעמט אריין," פירט זיי פאזיציע אין א לאקאלער די שוויץ שַאמַאן אריין צו די ארבעטסלאזע די באנק; ערשטע מינוטן פון דער שווייס מויד פון בושוויק, מיט אן סעסיע.
אינסטרומענט ביים געלעגער, די שַאמַאן, א צוויי-און-פורפל געפארבטע האר און פיס דרייסיג יעריגע, לייכט-טונקל נעגל, און א צייטווייליגע נאכט
שיפט אין א טונקל ברוקלינער ווערצהויז; און דאס קליינע פארהויכטע מיט אידעלע ברילן פון דרום וויליאמסבורג וואס זעט די דרויסנדיגע גאס פונדערנאנט צום ערשטן מאל. "רבותי," איז די שַאמַאנטע מעורר, "ס'איז שווער צו זיין א גוי. ס'איז איבערהויפט נישט גרינג."
"קוקט אייך אן. יעדער זאל טראכטן ביי זיך. וויפיל פון ענק האבן געמיינט צען יאר צוריק אז מ'גייט היינט אנדערש שטיין? טרעפן ליבע, טרעפן ציל, האבן א היים, א פרנסה, אדער כאטש טון וואס מ'האט ליב. גלייכן וואס מ'טוט. דאס לעבן קען זיין אן אנזעץ צומאל. דאס לעבן קען שטויסן וואו ס'טוט וויי. דאס לעבן קען זיין א קלאפטע." "אטעמט אריין יעדער." "טראכט אלע: ס'איז גענוג וואס מ'האט. מיר קאנטראלירן גארנישט."
זייט 18
טעקסט
"אטעמט ארויס."
"לאזט גיין פון אלע נעגאטיוויטעט. עפנט די קייטן." און אלע ברומען "ַאההה". דער טונקעלער בעל אגרוף פון קלינטאן הילס, די ווייסע מאמע פון דָאמּבא, און דער פון יונגערמאן פעשליכער אלט וויליאמסבורג מיט דער דורכזיכטיגער גאטשע אויף דער הוילער באנק.
"רבותי," איז זי ווייטער ממשיך, "וויפיל פון ענק האבן זיך צעטיילט היי יאר?"
א האלבער זאל הייבט הענט. "וויפיל פון ענק האבן זיך פארעלטערט אין די לעצטע צען יאר און שפירן מער נישט יונג און פריש - פילייכט זענען דא אינגערע, אומערפארענע,
אומערוואקסענע, וואס נעמען איבער ענקער רעלעוואנץ?" פופצן הייבן קווענקלדיג די הענט.
"וויפיל פון ענק זענען פארמישט אין קאמפליצירטע באציאונגען, וואס שפירן נישט גוט אבער מ'קען עס נישט איבערלאזן? וויפיל פון ענק ווילן פאראויסרוקן א פריינטשאפט, טרוימען פון א האלזונג און קוש, אבער האבן זארגן צי די געפילן זענען צוויי-זייטיג?"
צוועלף הייבן הענט.
"וויפיל פון ענק זענען געשטרויכלט געווארן מיט א שווערן ּפארטנער, גיפטיגע פערזאנען, שלעכטע איינפלוסן, וואס האבן פארביטערט דאס לעבן און פארדארבן די טעג?" צען הייבן הענט.
"אטעם אריין, טראכט: איך האב מיך ליב."
"אטעם ארויס - ארויס מיט אלעם שלעכטס. אויס מיט טונקלקייט."
און אלע ברומען "ַאההה". דער בערלינער אינזשעניר מיט גרויסע וואנצעס, קליינע זאקן, און א צימערל אין א אפארטמענט געמיינזאם וואו יעדער איז הויך אויף די וויקענדס; די סינגל קּוגער פון בעטסטיי, א מאראטאן לויפערין,ּ ביציקל קאמיוטער, ניו יארקער וועטעראן, און א בקי אין איר סאמע שטערקסטע שמחה ווינקלען פון וואנעט מ'האט איר שוין דורכאויס די יארן אומצאליגע מאל אהיימגעפירט אן איבערגעטרונקענע; און דער חסיד'ישער יונגערמאן פון
זייט 19
טעקסט
פינף-און-דרייסיג, מיט א דירה אין הארץ פון וויליאמסבורג, מיניווען, פארלעסליכער וואלענעם זומער רעקל, זעקס יוצאי חלצים, און א נייע פאר בחור'ישע תפילין אויפ'ן ּ דיינינגרום טיש.
די היץ פארשטערקערט זיך. די שַאמַאן שמייסט קינצליך שטיקיגע לופט מיט א האנטוך צו די האלצערנע בענק, אין אלע ריכטונגען, וואס זאפט איין די טייכן טרערן וואס רינען פון די רויטע, שמאלציגע גופים.
מאנכע קענען עס שוין נישט פארנעמען. דער בעל אגרוף גאר, שטעלט זיך שוין אויף, שפירט ווארשיינליך ווי ער פאלט אט אום, און איז אויפ'ן וועג צו דער קאמער טיר. א פעך רויטע פרוי שאקלט זיך ווילד, אין א פראבע צו זיין שטערקער ווי דאס געוויסן וואס פייניגט פאר פרישער לופט.
אבער די שאמאן גיסט נאך געווירצן, לייגט ציפיגע אייז בשם ומלכות, און שרייט "נאך אביסל".
"אטעמט אריין! - איר קענט עס טון, האלט אן!"
אלע אטעמען אריין.
"רבותי, וויפיל פון ענק זענען באזארגט איבער האבן קינדער? מ'האט געווארט צו לאנג, נישט געהאט מיט וועם, געמיינט אז מ'וויל נישט, אדער סתם ערשט
יעצט פרובירט און געזען אז ס'גייט נישט?"
צען הייבן הענט.
"וויפיל פון ענק שפירן אליין? אויס מיט דעם גערויש און געפילדער, אויס מיט א נייעם ליבלינג יעדעס יאר, אויס מיט די יוגנט פריינט וואס האבן זיך צעשפרייט אין אלע ווינקלען, און געבליבן איז מען אליין, מיט געציילטע נאנטע אויף וועמען מ'איז צופיל אנגעוואנדן?"
צוואנציג הייבן הענט.
"וויפיל פון ענק שפירן אז ס'איז צו ווייניג? דאס לעבן איז נישט וואס מ'פארקויפט עס צו זיין, די יארן לויפן דורך ווי מינוטן, די טעג לויפן אויס צו שנעל, און מ'האט גארנישט אנגעיאגט אין דעם איינעם לעבנסטעג?" דרייסיג הייבן הענט.
"וויפיל פון ענק שפירן אז מ'האט געמאכט שלעכטע באשלוסן? צופיל יאר פאר אוועקגעגעבן, שטודירונג צופיל צייט אין באציאונגען אינוועסטירט, צו ווייניג מיט פאמיליע פארברענגט, צופיל צייט פארשווענדט?"
פערציג הייבן הענט.
"וויפיל פון ענק שפירן ווי ענק האבן פארפאסט? נישט אויסגעניצט די יונגע יארן צו טון וואס מ'באגערט, נאכגיין די ליידנשאפט, ליבע, ערפארונגען, טרייבונגען, טרוימונגען,
גלוסטעניש, סּפָאנטַאניטעט, באגער, אויסדריקונג, אדער אפילו בלויז שטילקייט? וויפיל שפירן אז מ'האט קיינמאל קיין שאנס נישט געהאט?"
אויפן אויבערשטן ווינקל ביים עק, זעט מען איין פעשע, אשכנז'יש-בלאסע האנט, וואס פאכעט קוים מיט כח.
"אטעמט ארויס!"
"ַאההה." אלע ברומען אינאיינעם.
ליאן, דער הארלאזער קינצליך מיט ליבעראל, געשניטענע האר, איין אוירינגל, און צוויי ליבעס אינעם נייעם גלאזערנעם טורעם אויף קענט; דזשעני, די בלאנדינע מומחה אין נאטירליכער היילונג און אויסלענדישע מהומות, מיט א שלום צייכן אונטער דער האנטפלאך, האר אונטער די ארעמס, און אן א שיעור טענות. דער "יענקי", און ערשעפטער יונגערמאן, טאטע פון קינדער, מאן צו אן איינצלנער אייביגער ווייב, ּפָאסטן-האלטער אין א מינדערוויכטיגן דזשאב, פארזשאוועט און לויז מיט אן אומאויסגעארבעט לייב, וואס לויפט נאך די טעג, אין א שטענדיג געיעג, מיט זארג, הארעוואניע, און אן אלטן גייסט.
אבער ער איז אויך מסכים: ס'איז שווער צו זיין א גוי.
זייט 20
טעקסט
חָכְמָה מֵאַיִן תִּמָּצֵא?
דורך: מיימון
אמר המעתיק:
מִיהוּ הֶחָכָם וְאַיֵּה הַכְּסִיל // לְמִי הַחוֹתֶמֶת וּלְמִי הַפְּתִיל // חָכָם מַחֲרִישׁ יֵחָשֵׁב כֶּאֱוִיל // וְאֵיפֹה הָרִאשׁוֹן לִגְבֹל גְּבוּל
הֲרֵי כַּמָּה מַר שׁוֹשַׁנִּי אִיכָּא בְּשׁוּקָא, שֶׁאֲפִלּוּ כְּמַר שׁוֹשַׁנִּי לֹא מֻכָּרִים. וְאֵין לָהֶם אֲפִלּוּ תַּלְמִיד אֶחָד
לַעֲשׂוֹת לָהֶם יח"ץ. וְאָדָם לֹא זָכַר אֶת הֶחָכָם הַמִּסְכֵּן, אֲשֶׁר בְּחָכְמָתוֹ הִצִּיל אֶת הָעִיר.
וַהֲרֵי יֵשׁוּ הָיוּ לוֹ שְׁנֵים עָשָׂר תַּלְמִידִים, וּלְקָנִי אֵין אַף אֶחָד לַעֲשׂוֹת לוֹ שֵׁם. וְאִלּוּ הָיָה פָּאוּלוֹס שׁוֹמֵעַ מִן
הַקאָמאַרנער, הֲרֵי שֶׁהָיָה מְקַבְּלוֹ עָלָיו בֶּאֱלוֹהַּ. הֲלֹא אַף הוּא חָלַם שֶׁהָיָה בֶּן הָאֵל.
וְהַיּוֹתֵר נִסְתָּר שֶׁבַּנִּסְתָּרִים אֲשֶׁר שִׁמְּעוֹ שָׁמַעְנוּ, וְהַמַּר שׁוֹשַׁנִּי שֶׁל הַמַּר שׁוֹשַׁנִּים - אֲבָל לְפָחוֹת שָׁמַעְת ָּ
עָלָיו, כְּדִבְרֵי גֶ'ק סְפַּארוֹ. וּמִי יוֹדֵעַ כַּמָּה נִסְתָּרִים לְגַמְרֵי, וּלְעוֹלָם לֹא נֵדַע מָה שֶׁלֹּא נֵדַע.
וַהֲרֵי קַאנְט מֵעוֹלָם לֹא עָזַב אֶת עִירוֹ. וּמָה אִם הָיוּ אֲלָפִים כָּמוֹהוּ, חַכְמֵי לֵב כְּמוּסִים בְּבָתֵּיהֶם, אֲשֶׁר
בִּרְבוֹת הַיָּמִים נִשְׁכְּחוּ? וְאֵין זִכְרוֹן לֶחָכָם עִם הַכְּסִיל.
וְאִם לֹא מָצְאוּ בְּמִקְרֶה אֶת אַיְנְשְׁטַיְן, הַאִם לֹא הָיָה חָכָם מֵהִוָּלְדוֹ? וְאִם לֹא הִגִּיעַ שְׁמוּאֵל הַנָּגִיד לַמֶּלֶך,ְ
הַאִם בֶּאֱמֶת לֹא הָיָה חָכָם? וְאִם עֵץ נוֹפֵל בַּיַּעַר הַאִם הִשְׁמִיעַ צְלִיל?
וַהֲרֵי חָכְמָה נִמְדֶּדֶת יַחֲסִית. וְאִם חָכָם גָּדַל בֵּין אַבִּירֵי הַדּוֹר, וְאִם נוֹלַד בִּזְמַן שֶׁהַמַּדָּע נְגִישָׁה, וְאִם כָּל
הַמְצָאוֹתָיו כְּבָר נֶאֶגְרוּ בְּגוּגֶל, הַאֵין לְחָכְמָתוֹ כָּל עֵרֶך?ְ
וְאִם חָכְמָתוֹ לֹא נֶחְשָׁב בַּמָּקוֹם הַהוּא, כִּי רוּחַ הַזְּמַן לֹא תְּכִילֶנּוּ, הַאִם לְעוֹלָם יִשָּׁכַח כִּי חֲשָׁבוּהו ּ
לִמְשֻׁגָּע? וַהֲרֵי כָּל הַחֲכָמִים אוֹמְרִים דְּבָרִים גְּבוּלִיִּים. וְזֶה שֶׁעָבַר אֶת הַגְּבוּל, בִּשְׁבִיל זֶה נַעֲשָׂה פָּחוֹת
חָכָם?
וְאִם הִצְלִיחַ לְהַסְתִּיר אֶת חָכְמָתוֹ יוֹתֵר, וְלֹא פָּגַע אֶת הַתַּלְמִיד שֶׁיַּעֲמֹל לְפַעֲנֵחַ רְמָזָיו, הַאִם מִקְרֵי הַזְּמַן
יְשַׁנּוּ אֶת מִדַּת בִּינָתוֹ? וְאוּלַי הַחְלָטוֹתָיו מַרְאִים שֶׁלֹּא הֵבִין אֵיךְ לִנְטֹעַ, וּלְפִי מִדַּת הַתַּלְמִיד הַמּוֹרֶה
זוֹרֵעַ סוֹדוֹתָיו.
*
זייט 21
טעקסט
וְכָל אֶחָד חוֹשֵׁב הֲרֵי אֲנִי כְּבֶן שִׁבְעִים שָׁנָה, וְלֹא זָכִיתִי שֶׁיִּתְקַבְּלוּ דְּבָרַי בָּעוֹלָם. וּבְמוֹתִי יִמְצְאוּ אֶת רְשִׁימוֹתַי הַמְּבֻזָּרוֹת, וְיַכִּירוּנִי לִגְדוֹל הַדּוֹר לְמַפְרֵעַ, וְשִׂפְתוֹתַי דּוֹבְבוֹת בַּקֶּבֶר.
וְאוּלַי אֲנִי בֶּאֱמֶת הֶחָכָם מִכָּל אָדָם, אֲבָל לֹא זָכָה הָעוֹלָם לְאוֹרִי עֲדַיִן, כִּי לֹא יָרְדוּ חֲבֵרַי לְסוֹף דַּעְתִּי, וְאֵין הַשֵּׂכֶל יָכוֹל לְהַשִּׂיג, אָז יַחְשְׁבוּנִי לְשׁוֹטֶה וּמִתְיַהֵר?
וְאוּלַי כֻּלָּנוּ חֲכָמִים וּנְבוֹנִים, כָּל אֶחָד בְּדַרְכּוֹ שֶׁלּוֹ. וְאֵין אֶחָד גָּדוֹל מֵחֲבֵרוֹ, וּמָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה, וְלֹא נֶחֱשָׁב חָכָם וָבַעַר.
וְאֵין אָדָם מֵבִין מָה שֶׁבְּלֵב חֲבֵרוֹ, וְאֵין פַּרְצוּפֵיהֶן וְדֵעוֹתֵיהֶן שָׁווֹת, וּמָה שֶׁאָמַר זֶה לֹא אָמַר זֶה, וְכָל אֶחָד בְּעִנְיָנוֹ מֵבִין, וְאֵין אָדָם אוֹמֵר קַבְּלוּ דַּעְתִּי.
וְאֵין אֱמֶת אַחַת, וְאֵין חָכְמָה אַחַת, וְאֵין מְצִיאוּת אַחַת, וְאֵין יָקוּם אֶחָד. וְכָל מָה שֶׁהַפֶּה יָכוֹל לְהַגִּיד וְהַשֵּׂכֶל לַהֲגוֹת, הַכֹּל דְּבָרִים שֶׁבַּלֵּב, וְחָכְמָה נִשְׁקֶלֶת לְפִי עֵרֶך.ְ
*
וּמִי מֵעִיד עַל חָכָם אִם לֹא חָכָם כְּמוֹתוֹ, הֲרֵי אֵיךְ יַגִּיד הַכְּסִיל עַל מָה שֶׁנִּשְׂגָּב מִמֶּנּוּ? וּמִי נָתַן לַחֲכָמִים הַכּוֹחַ לִשְׁפֹּט? וּמִי שׁוֹקֵל מָה לְמַעְלָה אוֹ לְמַטָּה מִן הַשֵּׂכֶל? וְעַרְבָיךְ עַרְבָא צָרִיך.ְ
וּמִי הֶחֱלִיט אֵיךְ מוֹדְדִין IQ? וְאֵיךְ יָעִיד הַשֵּׂכֶל עַל עַצְמוֹ? בָּא לְלַמֵּד וְנִמְצָא לָמֵד. מַעֲרָכָה עַל הַדָּרוּש.ׁ מִשְׁתַּמֵּשׁ בְּשִׂכְלוֹ לְהִתְפַּעֵל מֵחָכָם כָּמוּס, אוּלַי שְׁכֵנְךָ הַשּׁוֹטֶה חָכָם יוֹתֵר מִמִּדַּת יְכָלְתְּךָ לְהָבִין?
וְאֵיךְ מוֹדְדִים צִדְקוּת בִּכְלָל, אִם צֶדֶק אֵינוֹ מֻסְכָּם? וּמִיהוּ הַסְקוֹטְסְמֶן הָאֲמִתִּי לִשְׁפֹּט לְפִיו? וְאִם צַדִּיק הוּא מִי שֶׁעוֹשֶׂה מַעֲשִׂים צוֹדְקִים בְּעֵינֶיך ָ- Are we the bad guys? וְאֵיךְ יִשְׁפֹּט הַצֶּדֶק אֶת הֱיוֹתו ֹ צֶדֶק?
וּמִי יִשְׁפֹּט אֶת שׁוֹפְטֵי הָאָקָדֶמְיָה לְהָגֵן עַל הַתֵּזָה? וּמִי יְנַסֵּחַ מָה זֶה מַדָּע וּמָה פְּסֶבְדּוֹ? וְאִם אַתָּה צָרִיך ְ לוֹמַר: לֹא יַעֲלֶה עַל הַדַּעַת - הֲרֵי שֶׁכְּבָר עָלָה עַל דַּעַת אוֹמְרוֹ. וּמַאן חֲשִׁיב, מַאן סְפִין, מַאן רְקִיעַ? מִי שָׂמְךָ לְאִישׁ שַׂר וְשֹׁפֵט עָלֵינו?ּ
וּמִי מְמַנֶּה אֶת חַכְמֵי יִשְׂרָאֵל לִהְיוֹת גְּדוֹל הַדּוֹר? וּמִי יוֹדֵעַ אִם הַגָּדוֹל הָרִאשׁוֹן שֶׁעָלָיו נִסְמָכִים רָאוּי הָיָה לִשְׁמוֹ? וְהַכֹּל בַּסּוֹף תָּלוּי בְּהַסְכָּמָה שֶׁל רֹב מִנְיָן וּבִנְיָן. וּכְלַל יִשְׂרָאֵל שֶׁקִּבְּלוּ עֲלֵיהֶם אֶת הַתַּלְמוּד, מִי הָיוּ? וּמְנַסְּחֵי הַחֻקָּה הֶאָמֵרִיקָאִית, הֲרֵי לֹא נִבְחֲרוּ כַּחֹק.
וּבַסּוֹף הַכֹּל יַחֲסִי, וְהָעִתּוֹנִים עוֹשִׂים אֶת שֶׁלָּהֶם, וְהָעֲרָכִים מִתְחַלְּפִים לְפִי רוּחַ הָעֵת. וּמִי שֶׁהָיָה חָכָם אֶתְמוֹל, כְּסִיל יֵחָשֵׁב הַיּוֹם. וּמִי שֶׁהָיָה צַדִּיק מוֹשִׁיבִין אֶצְלוֹ רָשָׁע. וְאֵין אָדָם שַׁלִּיט בָּרוּחַ, וְאֵין שִׁלְטוֹן בְּיוֹם הַמָּוֶת.
*
זייט 22
טעקסט
וְאִם הַמְּכַשֵּׁפוֹת הָיוּ בֶּאֱמֶת מַדְּעָנִיּוֹת שֶׁהִקְדִּימוּ אֶת זְמַנָּם? וְהַמְּשֻׁגָּעִים הָיוּ חוֹזִים שֶׁהִתְנַבְּאוּ עַל רוּח ַ
הָאָדָם? וּנְבִיאֵי הַפּוּרְעָנוּת נִזְרְקוּ לַבּוֹר, וְסוֹקְרַטֶס שָׁתָה מִן הַכּוֹס, וּבְרוּנוֹ נִשְׂרַף עַל הַמַּעֲרָכָה, וְגַלִילֵאו ֹ
עָמַד לִפְנֵי הָאִינְקְוִיזִיצְיָה, וּמִתְנַגְּדֵי הַמִּשְׁטָר בְּרוּסְיָה הַסּוֹבְיֵטִית נִכְלְאוּ בְּבֵית הַמְּשֻׁגָּעִים.
וּמִי יוֹדֵעַ מִי הָיָה הַמְּשֻׁגָּע הָאֲמִתִּי וּמִי הַשָּׁפוּי? וְאִם כָּל הָעִיר שָׁתָה מִן הַמַּיִם הַמְּאָרְרִים, וְאוֹמְרִים
שֶׁהַסִּימָן עַל מִצְחֲךָ אוֹת שֶׁאַתָּה הוּא הַיּוֹצֵא מִן הַדַּעַת? וְאַחֲרֵי רַבִּים לְהַטּוֹת, Common sense, וְאִם
כֻּלָּם נֶגְדְּךָ הֲרֵי שֶׁאַתָּה לֹא צוֹדֵק.
וּכְמוֹ קַסַנְדְרָה שֶׁאַף אֶחָד לֹא הֶאֱמִין לָהּ, וְיִרְמְיָהוּ שֶׁצָּוַח בָּרְחוֹבוֹת, קוֹל קוֹרֵא בַּמִּדְבָּר, מְדַבֵּר אֶל
הָעֵצִים וְאֶל הָאֲבָנִים, הַשֹּׁמֵעַ יִשְׁמָע וְהֶחָדֵל יֶחְדָּל, וַאֲנִי אֶת נַפְשִׁי הִצַּלְתִּי.
וְיֵשׁוּ הָיָה עוֹמֵד לְבַדּוֹ אֶל מוּל מִמְסָד הַכֹּהֲנִים, כָּל הָעוֹלָם מֵעֵבֶר הַנָּהָר וְהוּא מֵעֵבֶר הַשֵּׁנִי, וּבְסוֹף כָּל
הָעוֹלָם קִבְּלוּ אֶת דָּתוֹ. וִיהוּדִי אֶחָד בַּכְּפָר חַי לוֹ לְבַדּוֹ בֶּאֱמוּנָתוֹ וְלוֹעֵג לָהֶם בְּלִבּוֹ, וְלֹא תִהְיֶה אַחֲרֵי
רַבִּים לְרָעֹת.
וְהַחֲרֵדִים עֲדַיִן חוֹשְׁבִים לִמְשֻׁגָּע מִי שֶׁיָּרַד מִן הַדֶּרֶךְ, וּבְנֵי אָדָם הַטּוֹבִים וְהַמְּיֻשָּׁבִים מִסְתַּכְּלִים עַל
הַהִיפִּיס כִּמְבַלֵּי עוֹלָם, עוֹשִׂים סַמִּים וְחוֹלְמִים חֲלוֹמוֹת, חוֹזִים חֶזְיוֹנוֹת וּמְנַבְּאִים חֻרְבָּן, וּבְיוֹם מִן
הַיָּמִים יִתְגַּלֶּה כִּי הֵם צָדְקוּ בְּכָל זֹאת.
וּבֶן זוֹמָא הֵצִיץ וְנִפְגַּע. אוּלַי נִכְנַס לְדִימַנְצִיָּה אַחֶרֶת, רָאָה מָה שֶׁרָאָה וְאָמַר מָה שֶׁאָמַר, וְכֻלָּם חָשְׁבו ּ
שֶׁהִשְׁתַּגֵּעַ? וְאוּלַי מְשֻׁגָּע תָּמִיד הָיָה מִי שֶׁאֵין דַּעְתּוֹ שָׁוָה עִם הַבְּרִיּוֹת? אֱוִיל הַנָּבִיא מְשֻׁגָּע אִישׁ הָרוּח,ַ
שֶׁאֵין הַדּוֹר רָאוּי לְכָךְ, וְאֵין הָעוֹלָם מֵבִין.
הַצַּדִּיק אָבָד וְאֵין אִישׁ שָׂם עַל לֵב. וַי לְהַאי שׁוּפְרָא דְּבָלֵי בְּאַרְעָא. Qualis artifex pereo. חֲבָל עַל
דְּאָבְדִין וְלָא מִשְׁתַּכְּחִין. עִמָּכֶם תָּמוּת חָכְמָה. אוֹי לוֹ לַדּוֹר שֶׁהָלְכוּ חֲכָמָיו וְלֹא יָדַע. וְאֵין בְּשַׂר הַמֵּת
מַרְגִּישׁ בָּאִזְמֵל.
*
וּבְיוֹם מִן הַיָּמִים יִתְפַּכְּחוּ מִן הַהִתְפַּכְּחוּת, וְיֵאוֹרוּ מִן הַנְּאוֹרוּת, כְּאִישׁ אֲשֶׁר יֵעוֹר מִשְּׁנָתוֹ, וְיִפְקְחו ּ
עֵינֵיהֶם וְיֵדְעוּ כִּי עֵירֻמִּם הֵם, וְיֹאמְרוּ מָה זֹאת הָיָה לָנוּ, אֵיךְ לֹא רָאִינוּ אֵת אֲשֶׁר לִפְנֵי עֵינֵינו?ּ
וְיִתְהַפְּכוּ הַיּוֹצְרוֹת, יִשְׁתַּנּוּ סִדְרֵי בְּרֵאשִׁית. הַשָּׁמַיִם לָאָרֶץ יִפְּלוּ וְהַכּוֹכָבִים לְמִרְמַס רָגֶל. עֶלְיוֹנִים לְמַטָּה
וְתַחְתּוֹנִים לְמַעְלָה. וְשֵׁם הַמְּשֻׁגָּעִים יִטָּהֵר, וְהַמַּשְׂכִּילִים יַזְהִירוּ, אָז יֵצֵא כָּאוֹר צִדְקִי וּמִשְׁפָּטִי כַּצָּהֳרַיִם.
וְהַמַּהְפְּכָנִים שֶׁל הַיּוֹם הֵם הַמִּמְסָד שֶׁל מָחָר. וּמוֹבִילֵי הַשִּׁיטָה כָּעֵת, יֵחָשְׁבוּ כְּרוֹדָנִים וְנוֹכְלִים כַּאֲשֶׁר
כּוֹחָם אָזַל. חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים, גַּלְגַּל הַחוֹזֵר בָּעוֹלָם.
אוֹי לוֹ לָאָדָם שֶׁנִּבְרָא בְּדוֹר שֶׁאֵינוֹ שֶׁלּוֹ. יֹאבַד יוֹם אִוָּלֶד בּוֹ. עָמַד וּפִזְּרָן בְּכָל דּוֹר וְדוֹר, וּבְכָל עֵת יֵש ׁ
נְשָׁמוֹת שֶׁשַּׁיָּכוֹת לְדוֹרוֹת אֲחֵרִים, וְזֶהוּ עוֹלָם הַתֹּהו.ּ
זייט 23
טעקסט
זמן חרותנו
ווען איז געווען יציאת מצרים?
דורך: פעדער
אלס דער פונדאמענט פון די געשיכטע זעלבסט פאנגט זיך אן מיט די דריי אבות, דער אידישער אידענטיטעט, פון וועלכער דער לעצטער ליגט, אן קיין צווייפל, יציאת פון זיי טרעפט זיך אין מצרים מצרים. די געשיכטע וויאזוי א נאכפאלגנדיג א שרעקליכן פאלק פארמירט זיך אינערהאלב הונגער. און דאן, ווען די אידישע מעכטיג מוטער-פאלק, א קינדער פארמערן זיך און און שטארק, וועלכע רעגירט פארמירן זיך אלס א פולשטענדיג העכער זיי מיט א שטייפקייט פאלק אין דעם לאנד גושן אין ביז זיי ווערן ארויסגעשלעפט מצרים, טוען די לאקאלע מצריים פון צווישן זיי, מיט פארכטיגע זיי פארשקלאפן, און זיי ווערן צייכנס און גרויסן וואונדער געפייניגט אונטער זייערע ארעם. - דינט ווי די באזע פון דער ביז ווען די געטליכע ּפָאר, משה אידישער רעליגיע, וויאזוי מיר און אהרן, ברענגען מיט זייער אידענטיפיצירן זיך און קוקן זיך וואונדערליכן שטעקן א כאאס אן.
און קאטאסטראפע, וואס ביים ווערט מצרים יציאת שפיץ דערפון שטארבט אפ דער יעדער אין באטאנט ערשט-געבוירענער אין יעדער באדייטפולער צייט. און מער פון פאמיליע. דאס פאלגט נאך מיט אלעם, דינט עס אלס א באווייז א גענצליכער אויסזידלונג פון די אידן, אינמיטן העלן טאג, דורך און צייכן צו דער גרויסקייט און די טויערן פון מצרים.
גרעניצלאזער קראפט פונעם באשעפער פון דער וועלט, און די היסטאריע פון אלט-זיין ליבשאפט צו אונז, וועמען מצרים איז פון די רייכסטע אויף ער האט אויסגעוועלט פון אלע דער וועלט. די מצריים האבן פעלקער.
פארשריבן און רעקארדירט
געשיכטעס און געשעענישן אויף פיל ערליי וועגן. דעריבער האבן דענקער, פארשער און וויסנשאפטלער אלץ געזוכט און גענישטערט צווישן די פארשטויבטע ארכיוון אין מצרים נאך שפירן איבער דער אנוועזנהייט פון די אידן אין מצרים, מיינסטנס אן צופיל ערפאלג.
די פרואוון צו דערשפירן די אידישע אנוועזנהייט אין מצרים זענען שוין זייער אלט און גייט צוריק זייער ווייט, אבער בעפאר מיר לאזן זיך אריין דערין מוזן מיט צום ערשט האבן א שטיקל איבערזיכט אויף דער היסטאריע פון אלט-מצרים.
דאס לאנד מצרים
מצרים איז א לאנד וועלכע זיצט ביים צפון-מערב שפיץ פונעם אפריקאנער קאנטינעט, לענגאויס די רייכע ברעגעס פון
זייט 24
טעקסט
דעם טייך נילוס, דער לענגסטער טייך אויף דער וועלט. דער נילוס איז געווען - און איז נאכאלץ - דער עקאנאמישער רוקנביין פון דער מצרי'שער געזעלשאפט. דער טייך פליסט ריינע זיסע וואסער אין א פלאץ וואס איז הייס און טרוקן, פארזארגנדיג די איינוואוינער מיט נארהאפטיגער ערד אויף וואס צו פלאנצן און איינזייען פעלדער.
אין פארלויף פון א צייט-אפשניט וועלכער האט זיך געצויגן פאר מער פון צוויי טויזנט יאר, האבן אין מצרים דרייסיג איבער געקעניגט דינאסטיעס. עטליכע פון זיי האבן זיך געהאלטן בלויז א קארגע פאר יאר, און אנדערע האבן זיך געהאלטן איבער גאר א לאנגער צייט.
מצרים איז צום ערשט געווען צעטיילט אין צוויי באזונדערע קעניגרייכן פאר א לענגערער צייט: איינס האט געהערשט אויף דעם דרום חלק פון מצרים, וועלכער האט זיך געגרעניצט מיט ארץ כוש. דער טייל ווערט אנגערופן "מצרים העליונה", צוליב דעם וואס זי זיצט אויבן פונעם טייך נילוס, וועלכער לויפט פון טיף אין אפריקע ביז עס גיסט זיך אויס אינעם מיטלענדישן ים. דאס אנדערע האט געהערשט אויף דעם צפון חלק, און דאס איז "מצרים התחתונה". דער נאמען
'מצרים' אין לשון הקודש איז טאקע א לשון פון צוויי, לויט געוויסע, צוליב דעם.
ווען עס קומט צו לייגן א דאטום אויף דער תקופה פון יציאת מצרים, זענען פארהאן עטליכע מיינונגען.
חז"ל און סדר עולם
סדר עולם, פארפאסט געווארן דורך דעם תנא ר' יוסי, דינט אלס דער פונדאמענט פון דער טראדיציאנעלער אידישער כראנאלאגיע. דער סדר עולם רעכנט אויס די יארן פון אדם ביז נח, פון נח ביז אברהם, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין דער תורה, דערנאך רעכנט ער אויס אלע יארן פון אברהם ביז יציאת מצרים אויסרעכענענדיג די יארן פון די אבות.
דאס איינציגע מאל אין נ"ך וואו א פאסירונג ווערט גערעכנט פון יציאת מצרים, איז ווען שלמה האט באנייט דעם בית המקדש. דארט שטייט אז דאס איז געווען אין דעם פיר הונדערט און אכציגסטן יאר נאכ'ן ארויסגיין פון מצרים. דאס מיינט, אז מען קען רעכענען פון דארט און ווייטער די יארן וואס אלע קעניגן האבן געקעניגט, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין נ"ך, און פון דאן, נאך זיבעציג יאר פון גלות בבל ביז ווען דער צווייטער בית המקדש איז געבויט געווארן,
און פון דארט איז דא א מסורה וואס זאגט אז דער צווייטער בית המקדש איז געשטאנען פיר הונדערט און צוואנציג יאר. קומט אויס אז פון אדם הראשון ביז'ן חורבן בית שני איז דא א פינקטליכע מסורה.
עס איז דא א תנא דבי אליהו וואס זאגט: ששת אלפים שנה הוי העולם - שני אלפים תוהו, שני אלפים תורה, שני אלפים ימות המשיח. בעוונותינו שרבו, יצאו מהן מה שיצאו מהן.
דער איינפלוס פון דער ברייתא אויפ'ן אידישן לעבן און גלויבונג איז זייער שטארק, און האט פילייכט נישט זיינס גלייכן. די גמרא )עבודה זרה ט.(, אין א פארזוך צו דערגיין וויאזוי היסטאריע איז אזוי שיין איינגעטיילט אין ּפָארן פון צוויי טויזנט, קומט צו א באשלוס אז אברהם איז געבוירן געווארן אין יאר א' תתקמ"ח, און זייענדיג אלט צוויי-און-פופציג יאר, ווען דער צווייטער טויזנטער איז געקומען צו אן ענדע, האט ער זיך ארויסגעלאזט קיין חרן צום ערשטן מאל, פארשפרייטנדיג תורה צו די מאסן.
לויט דעם קומט אויס אז יציאת מצרים איז געווען אין יאר ב' תמ"ח, וואס דאס איז 1312 BCE אין דער אלגעמיינער רעכענונג, די זעלבע צייט ווען רעמסס דער צווייטער איז געווען קעניג אין מצרים, ווי
זייט 25
טעקסט
ערווענט שפעטער.
מצרי'שע היסטאריע
ווען עס קומט צו רעכענען א פינקטליכע כראנאלאגיע פון אלע קעניגן אין מצרים, שטויסן זיך די פארשער אן אין נישט ווייניג פראבלעמען. קודם האבן די עגיפטער האבן נישט געהאט איין באשטימטן לח וועלכע זיי
האבן געניצט צו ציילן יארן, אזוי אויך זענען די פינקטליכע יארן וויפיל יעדער פרעה האט רעגירט, זייער נישט קלאר. דעריבער מוזן די פארשער זיך באניצן מיט אנדערע מיטלען, ווי ציען א פאראלעל צו אנדערע כראנאלאגיעס רעקארדירונגען ניצן און אסטראנאמישע פון אבזערוואציעס, וואס מען קען
דערגיין ווען זיי זענען געווען אפילו יארן שפעטער. דאס איז א זייער אפעקטיוו מיטל, צוליב דעם וואס עס זענען פארהאן א געוואלד מיט רעקארדירונגען איבער אזעלכע אבזערוואציעס.
די כיקסאס
צווישן דער פופצנטער און אכצנטער דינאסטיע, האבן
זייט 26
טעקסט
געהערשט אין מצרים א געמיש פון פרעמדער פעלקער, וועמען די מצריים האבן גערופן "די כיקסָאס". די מערהייט פון זיי האבן געשטאמט פון כנען און די לענדער ארום. זיי האבן גערעדט סעמיטישע שפראכן און האבן אריינגעברענגט אין מצרים זייער אסאך נייע איינפירונגען. זייער הערשאפט איז געקומען צו אן ענדע אין דער צייט פון יעכמעס דער ערשטער, דער גרינדער פון דער אכצנטער דינאסטיע, וועלכער האט זיי פארטריבן און צוריק גענומען דאס לאנד אונטער מצרי'שע הענט.
דער עגיפטישע שרייבער
האט וועלכער מַאנעטָאן, געלעבט אנפאנג פון דער העלעניסטישער עפאכע אין מצרים אנפאנג בית שני, האט געשריבן זייער אסאך איבער דער מצרי'שער היסטאריע. די מערהייט פון זיינע שריפטן האבן נישט איבערגעלעבט, און זיי זענען בלויז באקאנט פון ציטאטן פון אנדערע היסטאריקער. ער האט אנגעגעבן אז דער אפשטאם פון די אידן איז אין די כיקסאס. ער שרייבט אז די כיקסאס האבן אינוואדירט מצרים און איר איינגענומען, און נאך א לאנגער צייט האט פרעה יעכמעס זיי ארויסגעטריבן פון
דארט. זיי האבן פארלאזט דאס לאנד מיט אלע זייערע האב און גוטס, און האבן זיך באזעצט אין דעם לאנד וואס זיי רופן ארץ יהודה.
די ערשטע פראבלעם אין אידענטיפיצירן די אידן אין די כיקסאס איז די צייט. די כיקסאס האבן אנגעבליך פארלאזט מצרים אומגעפער דריי הונדערט יאר פאר דער אנגעבליכער צייט פון יציאת מצרים. געוויסע ווילן זאגן אז זיי זענען געווען די הערשער ווען די אידן האבן זיך באזעצט אין מצרים און האבן גענאסן פון זייער נאנטקייט.
אזוי אויך איז די געשיכטע
זייט 27
טעקסט
פון די כיקסאס איבערהויפט נישט ענליך צו דער אידישער געשיכטע פון יציאת מצרים. מאנעטאן שרייבט אויך זייער א העסליכע ווערסיע איבער די אידן, און זיינע ווערטער קענען נישט ווערן אנגענומען אלס היסטאריש.
אכענאטאן
דער קעניג ַאַכענַאטָאן איז געווען דער צענטער קעניג אין דער אכצנסטער דינאסטיע. פון צווישן די וואס ווילן זאגן אז די אידן האבן זיך באזעצט אין מצרים אונטער די כיקסאס, זענען דא וואס ווילן אנצייגן אויף דעם פרעה אלס דער פרעה פון יציאת מצרים. ער איז געווען זייער א רעוואלוציאנערישע פיגור; ער האט איינגעפירט אין מצרים שטארקע רעליגיעזע ענדערונגען, צווישן זיי א גענצליכער פארבאט אויף אור-אלטע מצרי'שע אפגעטער. ער האט זיך געהאלטן פאר דער איין איינציגער אונטער וועמען אלע זענען אונטערטעניגט.
געוויסע פארשער אין די לעצטערע יארן האבן אדאפטירט די השערה, און אנגענומען אז דער פרעה איז פארבונדן מיט דער געשיכטע פון יציאת מצרים אויף סיי וועלכן וועג.
אכענאטאן
רעמסס דער צווייטער
רעמסס דער צווייטער איז געווען א זון פון סעטי, וועלכער איז געווען דער צווייטער קעניג אין דער ניינצנסטער דינאסטיע אין מצרים. רעמסס, דער דריטער אין דער דינאסטיע, איז געווען א מעכטיגער, איינפלוסרייכער קעניג. ער האט געלעבט פאר זייער לאנג און איז געשטארבן ביי די ניינציג יאר, דאס איז געווען גאר אלט פאר יענער צייט.
רעמסס האט געבויט ריזיגע שטעט, איינס פון זיי האט ער א נאמען געגעבן רעמסס. די דעמאגראפיע אין מצרים איז זיך שטארק צעוואקסן אין זיין צייט. ער האט אויסגעברייטעט זיין קעניגרייך טיף אין דרום אפריקע און אזוי אויך אין צפון אין דעם "לעוואנט" ראיאן, וואס נעמט אריין ארץ ישראל און לבנון ביז טיף אין סיריע.
כאטש וואס עס זענען פארהאן געוויסע שטריכן אין זיין צייט וועלכע ענדלען צו וואס עס ווערט געשילדערט אין דער תורה, ווי דער אויפבוי פון די שטעט פיתום און רעמסס, איז אבער שווער צו זאגן אז דאס איז דער פרעה פון יציאת מצרים, צוליב דעם וואס ווען ער איז געשטארבן איז מצרים געשטאנען אין זייער א גוטן צושטאנד אין פיל הינזיכטן. דעריבער ווילן אים מאנכע
זייט 28
טעקסט
אידענטיפיצירן אלס דער פרעה אונטער וועמען די אידן זענען געווען קנעכט, און דער פרעה נאך אים, באקאנט אלס מערנעפטאך, ער איז גאר דער פרעה פון יציאת מצרים. דא אבער שטויסן מיר זיך אן אין אן אינטערעסאנטע ארכעאלאגישער אויפדעקונג, נעמליך, דער מערנעפטאך מאנומענט.
מצבת ישראל
אין יאר 1869 האבן עטליכע עגיפטאלאגן געפונען א גרויסע מצבה אין דער מצרי'שער אור-אלטער שטאט טעביי, אדער ווי עס ווערט אנגערופן אין תנ"ך נֹּא אמֹון. די מציבה, זייענדיג אין ָ א גאר גוטן צושטאנד, דינט ווי א קלארער פענסטער צום ווייטן אמאל. דאס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך דעם פרעה מערנעפטאך, און ער בארימט זיך דארט און דאנקט זיינע געטער אויף זיינע גרויסע געווינסן אין די קריגן אין וועלכע ער האט געפירט קעגן די וואס זיצן אין כנען. צווישן די שורות ווערט געברענגט די פאלגנדע: "ישראל איז פארוויסט געווארן, ער האט מער נישט קיין זאמען." דאס איז באשיינפערליך אן
איבערגעטריבענער באריכט איבער עפעס א קריג קעגן די אידן. אבער דא שטויסן מיר זיך ווידער אן אין א פראבלעם, נישט נאר איז זיין מלחמה מיט די אידן געווען אין כנען, נאר עס קוקט אויס ווי אין זיינער צייט זענען שוין די אידן געווען א קעניגרייך, אדער ווייניגסטנס א באזונדערער שבט.
געוויסע ווילן זאגן אז דאס איז נישט קיין ריכטיגע איבערטייטשונג, און עס באציט זיך צו אנדערע מענטשן וועלכע האבן געוואוינט אין כנען אין יענער צייט מיט אן ענליכן נאמען. מעגליך א פאלק וואס איז געזעסן אין עמק יזרעאל. * פינקטליך ווער עס איז געווען דער פרעה וועלכער האט פארשקלאפט די אידן, זיך געוואונדערט ווער דער אייבערשטער איז, און וועמען דער ים האט ענדגילטיג איינגעשלונגען, איז שווער צו וויסן און פילייכט אוממעגליך פעסטצושטעלן. מיר זענען אבער גליקליך אז מיר זענען פון אים באפרייט געווארן און באוויזן זיך צו טרעפן אויפ'ן אנדערן זייט ים, זינגענדיג שירה מתוך שמחה.
זייט 29
טעקסט
ליפא'ס גאולה
אלעזר ליפא'לע'ס אינערליכע רייזע
מעבדות לחירות דורך: הלל פערלמאן
תמחה את זכר עמלק אין יעדן דור שטייט אן אנדערער אין וועג מיר ווארטן שוין קוים אויף ביאת משיחא ווייל מיר האבן נישט קיין מנוחה אין יעדן דור א רשע וואס גיבט ארויס א פסק אמאל אין איראן און אמאל אין איראק זיי האבן קיינמאל איינגערוט פון עמלק נאך עס ציט ווי מען קען א איד אריינכאפן אין זאק עס וועט קומען א צייט פון רווח והצלה די רשעים וועלן האבן א מיאוס'ע מפלה קאזאקן, רוסן, קריסטן, אך און וויי דעם דייטש אראבער וועלן צאלן א פרייז אזוי טייער אין שפאניע די רשעים וועלן טאנצן אין פייער זיי וועלן זיך שלאגן מיט'ן אייגענעם בייטש הקב"ה העלפט אלעמאל א שארית הפליטה בלייבט פון כלל ישראל מען שטעלט אויף דורות מיט זיינע חסדים מצילנו מידם )ניגון 'והיא שעמדה' פון אלבום "שמע", תש"ס( ר' ליפא שמעלצער איז אויפ'ן וועג ארויף דעם בארג פון סוקסעס געווען פול מיט מאטיוואציע און אפטימיזם. אייביג פרובירט צו קומען מיט פרישע חידושים אין מוזיק, בעיקר ביי די אידישע לידער זיינע, וואו ער האט פולשטענדיג געקענט ארויסגעבן
זיין אינערליכע שעפערישקייט.
מ'טרעפט שוין גאנץ אנהייב אין זיין קאריערע א געוויסע אויטענטישקייט וואס מען טרעפט כמעט נישט ביי אנדערע זינגער זיינס גלייכן. א נייגונג צו זעלבסט רעפלעקציע און סאציאלער קריטיק וואס קומט צו אים נאטירליך.
בשעת אנדערע זינגער אין דער היימישער סיסטעם קענען נישט ארויסקריכן פונעם זעלבן שבת, אמונה, און דבקות ניגונים פאר קיין געלט אין דער וועלט, אפילו אויב אין אייגענעם מגושמ'דיגן לעבן קומען די דאזיגע הייליגע מושגים זיי ווייניג אויפ'ן געדאנק, זעט מען שוין ביי ליפא גאנץ אנהייב, נאך אלס סקווערער יונגערמאן, א שטארקע טענדענץ צו רעדן פון זיין אמת, היינטיג וועלטל, צי ס'איז דא א פרעצעדענט דערפאר צי נישט.
זייענדיג אויטענטיש פון נאטור אויס, האט ער אייביג פרובירט אריינצולייגן דעם ניגון - ווי הייליג ער זאל נאר זיין - אין היינטיגע מושגים, כדי ארויסצוברענגען ריכטיגע געפילן און נישט דארפן סתם נאכזינגען ווערטער לצורך פרנסה.
מען טרעפט ניגונים ווי 'געלט', און וויאזוי אלע לויפן איר נאך צום קבר; 'תשובה, תפילה און צדקה', רעדנדיג פון היינטיגע סגולות, מנינים, און ארגאניזאציעס; און 'נישט אום שבת גערעדט', באלויבנדיג א הערליכן "האָמאָר, ברענד ניו" וואס ווערט פארקויפט ביי שלש סעודות.
אבער איבער דעם נושא פון גלות און גאולה, האט ער
זייט 30
טעקסט
נישט געטראפן קיין היינטיגע אינטערפרעטאציע. ווען ר' ליפא פון סקווער האט געדארפט שרייבן איבער דער שוועריגקייט פון אונזער גלות, איז אלץ וואס איז אים געקומען אין געדאנק געווען זיינע עלטערנ'ס האלאקאסט טראמא. גארנישט מיט'ן היינטיגן מציאות צו טון; קיין זכר פון דער סיבה פארוואס עס וועט אים פערזענליך אויספעלן א גאולה.
גירוש שפאניע, קרייצציגלער, קאזאקן, קאמוניסטן און דייטשן - זענען וואס גלות האט פאר אים באדייט; די חורבנות דורך די רשעים פון זיין זיידנ'ס היסטאריע, דער שווערד און ביקס פון זיין מלמד'ס מעשה ביכל.
גאולה איז גאר ביי אים א געמיש פון אלע סארט נקמות וואס מ'קען זיך נאר ווינטשן, מחיית עמלק במלוא מובן המילה, גרויסע מפלות פאר די שלעכטע קעניגן, און פיינט וואס שפרינגען אין פייער.
עמלק איז דער שולדיגער אין אלעם, און אוי וועט ער כאפן פאר אלעם וואס ער האט אלץ אפגעטון פאר אונזערע זיידעס און באבעס דורכאויס די גלות יארן. *** איי, איך שריי, ווי לאנג נאך ווי עד מתי עוזך בשבי מיר זענען גאר פיל דורכגעגאנגען אין פינסטערניש געפאנגען געביסן דורך גיפטיגע שלאנגען אפגעבריט פון פייער צאנגען מען שפירט אן ענגעניש און אזא געדרענגעניש איך זאג אייך אן א קווענקלעניש עס הערשט אזא בענקעניש ווי איז דא פארשטענדעניש אויף דער פארשווענדעניש נישטא קיין ענדע נישט אין קיינער פון די לענדער נישט צי זעסטו נישט, צי הערסטו נישט צי ווילסטו נישט, צי קענסטו נישט
צי ווייסטו נישט, און בענקסטו נישט צי וויינסטו נישט, און גליסטו נישט ס׳פעלט ליידער נישט קיין מאנגל אין דאגה'ן וויפיל פעטש קען מען איינעם דערלאנגען ווען וועט מען שוין די גאולה אנטפאנגען דאן וועלן מיר זינגען מיט אלע מתענגין איי, איך שריי, ווי לאנג נאך ווי עד מתי עוזך בשבי )ניגון 'ווי לאנג נאך ווי' פון אלבום "Be Positive", תשע"ה( אין 2015 איז ליפא געווען ערגעץ צווישן קודש און חול. זיך געפירט ווי א רבי אין עירמאנט וואס טוט אין קירוב, בשעת'ן ווערן מער און מער דערווייטערט פון דער געזעלשאפט וואו ער איז אויפגעוואקסן.
געארבעט האט ער אויף א דעגרי אין קאלאמביע, געהאט האט ער ווייניגער און ווייניגער ט ו ג באצאלטע דזשאבס.
געטראכט איין מינוט
זייט 31
טעקסט
פון ווערן אן ארטיסט, די צווייטע מינוט פון ווערן א סאושעל ווארקער. דער פיזור הנפש איז געווען גרויס.
אינערליכע און פערזענליכע פראבלעמען האבן אים שטארק געפלאגט, אן צו האבן א קלארן מהלך זיך ארויסצוזען פונעם פלאנטער. ווי ער זאגט אין אינטערוויוס כסדר, האט ער דעמאלט געהאלטן אז זיין פלאץ איז פשוט אין מאדערן ארטאדאקס אבער האט זיך קיינמאל נישט עכט געפילט אין פלאץ. ערגעץ אינדערמיט פון אלע שטורעם ווינטן און ערדציטערנישן - אין זיין פערזענליך לעבן ווי אין זיין פראפעסיאנעלער קאריערע - האט ער זיך געזעצט שרייבן ווערטער פאר'ן ניגון 'ווי לאנג נאך ווי', וועלכן ער זינגט מיט דעם באקאנטן DJ מאט דאב.ּ די זיידעס' גלות איז שוין נישט אינטערעסאנט, אבער וואס יא ווייסט ער אויך נישט. וויאזוי דעפינירט מען א היינטיגן גלות אין דער צייט ווען מען קען זיך אליין נישט דעפינירן? ס'איז נישט קלאר וואס די פראבלעם איז, און וויאזוי זי וועט געלייזט ווערן. און פון דעם גלות פון צעמישעניש און קווענקלעניש קומט ארויס א געשריי פון "עד מתי, ווי לאנג נאך ווי?" ער ווייסט נישט, ער גליסט נישט, ער פילט נישט, ער זעט נישט. ער האט נישט קיין פארשטענדעניש צו דער גאנצער פארשווענדעניש. ער פילט זיך אין פינסטערניש, און זעט קיין ענדע נישט.
*** די פּעיר־פרעשור איז אזוי גרויס צי איז דאס נישט דעם יצר'ס גרעסטער שטויס א היכי־תמצא אז א הויז און קאר קען אנשטאט מנוחה זיין א גלות מר קלוגע יונגעלייט מיט פיל תורה און טאלאנט דער גלות לאזט זיי נישט דערגרייכן מזרח וואנט דער מח לויפט נאך געלט צו זיין דער שיינער איד די נשמה בענקט אהיים און דאס הארץ ווערט מיד וויפיל עלטערן ווילן זיין מער געקניפט משפחות שמייכלען ווען אינעווייניג ציפט אזויפיל ווילן באלאנגען פון וואו מ’שטאמט
און זען אז דער דרך פונעם אייבערשטער איז יא בא'טעמ'ט צופיל ארבעטן צו דעקן קוים דאס יאר האפן אויף מוסדות זאל זיין צום קינד א פּאָר יעדער וויל שוין זען די ליכטיגקייט סטאפ דעם גלות און זע מיר זענען גרייט )ניגון 'אוי להם' פון אלבום "אלעזר ליפא'לע", תשפ"ה( טרעפט זיך ליפא מיט זיין אייגענעם 'מיכקינד' אין 2025, נאך יארן פון הילינג און טעראפי. די שלוות הנפש איז אים אויסגעשפרייט אויפ'ן פנים, ער האט קיינמאל נישט געפילט מער זיכער מיט זיך.
דער יונגער דור באזינגט אים, דער אלטער דור בעט איהם איבער. די קאמיוניטי פון אינעווייניג עקסעפּט אים, דער מאדערענער פונדרויסן שעצט אים. ארומגענומען מיט חברים פון יונג און אלט, און צעבראכענע בחורים קומען גאר צו אים פאר הילף. זיינע ניגונים פון אמאל און היינט זענען באוואוסט און ווערן געזונגען דורך יעדן היימישן איד.
יעצט וואס קען גלות און גאולה מיינען? וויאזוי ברענגט מען עס אראפ צו אן אייגענער אינטערפרעטאציע?
פארגאנגען איז דעם טאטנ'ס טראמא, פארגאנגען איז דעם זיידנ'ס חורבן. דאס צעמישעניש פון אמאל איז פארשוואונדן, און דאס געפענגעניש פון יארן בעפאר איז נישטא. איז וואס קרענקט דעם איד? וואס באדערט דעם יונגערמאן?
אז מען איז נישט אין א מצב פון וויינען אויפ'ן אייגענעם חורבן, בלייבט נאר איבער צו וויינען אויפ'ן מצב פונעם כלל. און דאס איז אקוראט וואס קומט ארויס פון צווישן די שורות פון ליפא'ס הארציגן געזאנג.
אין די פריש באלויכטענע אויגן פונעם אינערליכן אלעזר ליפא'לע איז דא א גלות הדעת ביים המון עם מיט וועם ער האט זיך צוריק באזעצט, א גזירה וואס מען האט זיך אליין פארזיגלט.
פעיר פרעשור און נאכלויפן געלט, שטרעבן צו זיין דער שיינער איד אן וויסן פינקטליך פארוואס טאקע מ'וויל עס, אנשטעלן א שיינעם פנים פאר יענעם ווען
זייט 32
טעקסט
אינעווייניג גייט פאר א געראנגל. שידוכים פאר יענעם, פרנסה פאר יענעם, שלום בית פאר יענעם, אפי' קרענק, פיזיש צי גייסטיש, איז אייביג גוט צו באהאלטן פון יענעם.
ליפא וויינט אויף דעם פארלוסט פון אייגנארטיגקייט אין כאראקטער ביים ציבור. לויט ווי ער איז מסביר אויף אלי וועבער'ס פאדקעסט, איז דער באדייט פון די ווערטער "קלוגע יונגעלייט מיט פיל תורה און טאלאנט, דער גלות לאזט זיי נישט דערגרייכן מזרח וואנט", אז אפילו ווען ס'קומט צו תורה לערנען, האט דאס קינד פון א באלעבאטישער משפחה נישט קיין שאנס אויסצואוואקסן א גדול און אנקומען צו מזרח וואנט, ווייל דאס איז געווארן רעזערווירט פאר די קינדער פון דעם רבי'ן אדער ראש ישיבה. די סיסטעם איז היינט געווארן דאס פארקערטע פון 'מעריט בעיסד'; פון וועלכער משפחה מ'קומט האט מער געוויכט ווען ס'קומט צו סיי וואס, זאל עס זיין שידוכים, ישיבות און חדרים, און וואס נישט. אין ליפא'ס יעצטיגער וויזיע וועט גאולה זיין ווען דער עולם וועט אנהייבן לעבן פאר זיך, אן זיך קימערן אויף יעדן טריט און שריט וואס דער אדער יענער וועט זאגן.
ווער איז יענער, ביי פרויען מענער, וואס איז קובע אלץ וואס טוט זיך ביי מיר. יענעמ'ס דעה לאז גיין, פרעג דיך אליין, וואס קען איך, וואס טו איך, וואס וויל איך? ווער איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך.
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך, ווער בין איך, ווער בין איך... ווער בין איך!
)ניגון 'יענער' פון אלבום "א פשוט'ער איד", תשס"ח(
זייט 33
טעקסט
שמעלקע פארט קיין פלארידע
דורך: דער גאלדענער אדלער
מען האט קוים געענדיגט צוזאמלייגן דעם טישטעך נאך שיתסר ושיבסר, און מען הייבט שוין אן פלאנירן דעם פסח. אט אט באגריסט מען שוין דעם חודש ניסן. הנם ימים המבורכים, באבם פורחים - דער הערליכער לאנג-ערווארטעטער פרילינג קומט שוין צו גיין ווי א חתן-כלה אין חתונה זאל, די מוזיק פון די פייגעלעך באגלייטן אריין די שיינע ביימער, אט אט טוען זיי זיך אן זייערע הערליכע גרינע בלעטלעך, עס איז אין דער לופט, מען קען עס נישט פארפאסן. די געשעפטן ווערן שוין באצירט מיט די ווייסע טישטעכער אויף די פאליצעס אויסגעלייגט מיט טייערע פסח פראדוקטן - די שטויביגע מייערן און מרור, פאר די וואס מיינען אז עס וואקסט נישט ארויס פון דער ערד נאר פון עפעס אן הגדה ארויס. אויך ביי שמעלקע'ן אינדערהיים קומען שוין פאר העפטיגע צוגרייטונגען. פון רוימען ביז פלאנירן די סעודות און וועלכע קינד קומט צו וועלכער סעודה. משי, דער צווייטער זון, גאנץ א קילער סארט, וואגט זיך אנצוטראגן א וואזשנעם פלאן:
"טאטי, אפשר מאכן מיר היי יאר פסח מיט א טוויסט; מיר פארן קיין פלארידע אויף פסח? ווי נישט ווי פארט א גרויסער עולם די לעצטע פאר יאר קיין פלארידע, מן הסתם איז יש דברים בגו."
די מאמע קלערט צו זיך, המממ, נישט קיין שלעכטער פלאן, "פסח אין פלארידע…"
שמעלקע אטעמט הויך, א גרימצארן קומט
ארויס פון זיין נאז, די שנויצן ווארפן זיך, און ער בורטשעט ארויס, "פסח אין פלארידע?! הא? וואו פינקטליך האסטו דאס געזען?! באבי? זיידי? וואו?" שיינדי, שמעלקע'ס לאנגיעריג ווייב, כאפט זיך צו צום פלאן, "שמעלקע, לאמיר זען, וואס איז שלעכט מיט דער איידיע? וועלכער חלק פינקטליך באדערט דיך אז דו רעגסט דיך אזוי?"
"ּביינונז האט מען זיך נישט אזוי געפירט!" ענטפערט שמעלקע. שיינדי איז שטיל געבליבן, אבער אויפגעגעבן האט זי נישט.
עס איז מיטוואך נאכמיטאג, שמעלקע קומט אהיים פון דער ארבעט און זעצט זיך אוועק גרייט צו ווערן סערווירט נאכטמאל מיט דער גאנצער פאמיליע. ביים טיש זיצט שוין דאס פרישע פארפאלק, שמעלקע'ס יוסי מיט'ן ווייב וואס האבן ּ נארוואס חתונה געהאט און זיצן אויף קעסט ביים רייכן פאטער און די צוויי צווילינג בחורים, שלומי מיט שרולי. מאמי קומט אויך צוגיין און עס הייבט זיך אן צו פארעמען א שמועס על דא ועל הא. אינמיטן האקט יוסי איבער: "נו, וואס טוט זיך מיט אונזער גלענצנדן פסח פלארידע פלאן?"
"שוין, כ'האב מיך קוים אוועקגעזעצט נאך א טאג ארבעט," בורטשעט שמעלקע.
שיינדי הייבט אן צו סערווירן, דאס גאנצע הויז שמעקט אוועק און שמעלקע ציט אריין מיט הנאה. "עפעס גאר גוט האסטו געמאכט היינט פאר
זייט 34
טעקסט
נאכטמאל, שיינדי, סתם פון זוּפ שמעקט נישט אזוי גוט - ס'מוז זיין עּפעס בראט זיך דארט." "ששש, ס'איז א סורפרייז." שמעלקע צעלאכט זיך, "דיינע סורּפרייזעס זענען שטענדיג גאר גוט."
שיינדי שּפירט ווי די ריכטיגע מינוט איז געקומען און הייבט נאכאמאל אן פון פריש.
"שמעלקע זיסער, כ'שפיר ווי זייטיגע זאכן שטערן דיך פון פארן לכבוד פסח קיין פלארידע, לאמיר עס אויסשמועסן. ס'קען גאר זיין אז מ'קען אלעס מסדר זיין און טאקע יא זיין פסח אין פלארידע מיט דער גאנצער פאמיליע. באכאשעם געלט פעלט נישט דא, מ'קען ארויסדינגען א ריזיגע ווילא מיט צוועלף שלאף צימערן, א ּפריוואטער סווימינג ּפול, דזשעקוזי, א געים רום פאר די קינדער, און חול המועד ארומפארן דארט צו שיינע פלעצער.ּ.."
"קוק," זאגט שמעלקע ווען די נאז לעכער עפענען אים זיך אויף אריינשמעקנדיג זיין באליּבטן טשאק-ּאיי ראוסט, "ערשטנס, מיין ברודער יוסל, דו ווייסט דאך ער איז אן עקסטרעמיסט, ער וועט מיך נישט מוחל זיין אז זיין ברודער האט אּפגעטראגן פסח קיין פלארידע. כ'הער אים שוין
זייט 35
טעקסט
שוימען: א מין הפקרות דאס, וואו האט ער דאס געזען? ביי זיינע עלטערן? ביי זיינע רבי'ס?"
נישט ווערט שיינדי פארלוירן, ווי געווענליך און ווי שטענדיג פרוּבירט זי קודם אים צו וואלידירן, און פרובירט אים מסביר זיין פארוואס יוסל'ס עקסטרעמיזם איז בכלל נישט זיין פראבלעם.
"יוסל האלט דיך אויס?" פרעגט זי אים ציניש, "אפילו ער וואלט ווען געווען דיין טאטע וואלט ער זיך נישט געטארט מישן אין דיינע געשעפטן. מיר האבן אונזער אייגענע משפחה וועם מיר ברויכן צופרידנשטעלן און מאכן העּפי."
גערעכט, אזוי "ביסט שיינדי," זאגט שמעלקע אזוי ליבליך ווען מיט איין האנט האלט ער אינמיטן שניידן דעם נארוואס ארויסגעקומענעם הייסן טשאק-איי ראוסט און מיט דער אנדערער שטעכט ער אריין דעם גאּפל.
"וואס נאך ּבאדערט דיך וועגן פסח אין פלארידע?" פרעגט זי אים אזוי רואיג און געמיטליך. "מאכן זיכער אז אלעס ווערט איינגעפאקט, גענוג קליידונג פאר א גאנץ יו"ט, מחזורים, ספרים, עסן, טרינקען, געשיר - מ'פארט דאך פאר קרוב צו צוויי וואכן!" "כ'הער," זאגט שיינדי, "איז אזוי. עסן און טרינקען מיט היימישע הכשרים קען מען קויפן
דארט אויך, דאס ברויך מען בכלל נישט מיטשלעּפן. געשיר קען מען קויפן די שיינע דיספאוזעּבעלס, א שאד צו שלעפן געשיר און ברויכן זיין פארנומען כסדר וואשן, די לעצטע פאר יאר ניצן מיר עס אויך דא סייווי. די איינציגע זאך איז טעפ מיט בעכערס מיט נאך עטליכע זילבערנע דישעס צו באשיינען דעם סדר טיש. איך ּ וועל אלעס אינזין האבן, כ'וועל מאכן א ליסטע און מ'וועט ארבעטן זייער ארגאניזירט, ס'וועט בכלל נישט זיין דיין עול." "פיין!" ענטפערט שמעלקע, "אבער וויאזוי קומט אלעס אן אהין?"
שלומי טאנצט אויף, צו שמידן דאס אייזן ווי לאנג עס איז הייס. "טאטי, שרולי מיט מיר קענען אלעס אהינטראגן עטליכע טעג פריער. מיר וועלן דינגען אן עסקעלעיד אדער א נעוויגעיטאר, און מיר וועלן זיכער מאכן אז ווען די פעמילי קומט אן דארט איז שוין אלעס אויסגעּפאקט און אפילו גע'כשר'ט!"
"אקעי," זאגט שמעלקע, "קוקט אויס ווי א פיינער פלאן, אבער, אוי! וואס וועט זיין מיט די ערב פסח מצות? דאס אידאך א חק ולא יעבור! דער גאנצער פלאן מאכט נישט קיין סענס אויב קען איך נישט האבן מיינע ערב פסח מצות!"
יוסי טאנצט אויף, "ס'איז מיר בייגעפאלן א מורא'דיגער
פלאן. דער זייגער איז שוין גערוקט אויף א שעה שפעטער, איך קען ווארטן ביז נאך חצות דא אין שטאט, אפבאקן א פינף פונט מצות תנור ראשון, און תיכף דערנאך יאגן צום עירפארט כאפן דעם נעקסטן פליגער."
נישט קיין שלעכטער פלאן, טראכט שמעלקע צו זיך. אקעי, אומר ועושה. גיימער אלעס צוגרייטן און טעלעפאנירן די מצה בעקעריי, א לימא אין ביידע עירפארטס, און אויך צושטעלן פאר יוסי און ס'ווייב פירסט קלעס טיקעטס."
אן עקסטאז הערשט אין הויז. די אויטא איז אנגעלאדנט מיט אלעס וואס מ'קען נישט באקומען אין פלארידע, און היידא, שלומי זעצט זיך צו צום רעדל. א טייערע לוקסוריעזע ווילא ווארט זיי שוין אפ. שרולי דרייווט אריין דעם שפאגל נייעם שווארצן עסקעלעיד אינעם גאראזש, שלומי מיט שרולי פאקן אויס אלעס ווי א טיעם, מען איז אלעס מסדר. מיט א ספעציעלע טיי קעסל כשר'ן זיי די סינקס, און זיי שטעלן אן דעם אויוון פאר א סעלפקליען. מען גרייט צו דעם סטאווטאּפ, מען מאכט זיכער אלעס איז ריין, דער פרידזשעראטאר איז פיין מסודר. זיבענע אוונט מוזן זיי זיין אין עירפארט אויפצוּפיקן די משפחה, און ווען שמעלקע שּפאצירט אריין מוז שוין אלעס זיין מסודר. קיין נאכטמאל ברויך מען נישט
זייט 36
טעקסט
קאכן ווייל מ'גייט ארויסגיין עסן אין א הערליכן רעסטוראנט וואס פעלט נישט אין פלארידע. איין זאך וואס שמעלקע האט זיך פארגעסן איז געווען דאס זיך שערן ביים מקוה איד. "יעצט גיי זוך א בארבער אין פלארידע, א מין פאני פלאץ דאס?" ּבייזערט זיך שמעלקע, "ס'קענישט זיין א מקוה דא מיט א מקוה איד ווי אין נארמאלע שטעט?! אקעי, שוין, כ'על מוזן גיין צום גוי'אישן בארּבער שאפ. אבער וואס ּ וועט זיין מיט'ן שיעור פאה? די גוי'אישע בארבערס קענען זיך דען אויס?!" שמעלקע איז זיך מיישב אז ער גייט צו א בארבער שאפ אין א אידישן געגנט, ווייל דארט לכאורה שערן זיך מער אידן.
ער שפאצירט אריין און די סעקרעטארי פרעגט אים, "וואטס יור נעים?"
"וואס איז איר א נפק"מ מיין נאמען? איך האב איר דען געפרעגט אירס?" וואונדערט זיך שמעלקע אונטער'ן נאז.
"וויי דו יו ניד מיי נעים?" "יו מעיד אן אּפוינטמענט?" "אּפוינטמענט שמאּפוינטמענט, איי קעים העיר טו שער מיט א טריפל זערא לייק אין מקוה און פערטיג."
די סעקרעטארי פרעגט אים צי ער וויל דייקא א מאן זאל אים שערן, ווייל היינט איז נאר אוועילעבעל א פרוי. שוין,
ס'מיר גוט. פארוואס האב איך מיך נישט געשוירן אין שטאט און געווארט ביז דער לעצטער מינוט? פארוואס בין איך בכלל געקומען דא קיין פלארידע אויף פסח? וואס האט מיר געפעלט אין שטאט? מיין ּברודער יוסל האט נישט די דאגה יעצט! "איף איט דאזענט מעטער, דען יו קען טעיק עי סיעט ענד נענסי וויל טעיק קער אוו יו." שוין ס'מיר גוט. "פליז גיוו מי עי מינוט," זאגט שמעלקע, "לעמי מעיק וואן פאון קאל." זיין טעלעפאנירט ער לאקאלן רב און מיט א תמימות לייגט ער אים פאר זיין דילעמע. דער רב וואונדערט זיך, "רעּב שמעלקע, פארוואס גיין זיך שערן ביים ערל'טע ווען דו קענסט דיך שערן ביים מקוה איד?" שמעלקע ברומט ארויס מיט ּבושה אז ער ּ איז געפארן קיין פלארידע פאר פסח און קיין מקוה מיט קיין שמש איז נישטא צו באקומען. "אה שמעלקע, ביסט מיר געווארן א יונגער טשילער? ביסט געפארן קיין פלארידע אויף פסח מיט די יונגעלייט? פשיהא!"
"אקעי, כ'קען נישט צופיל מאריך זיין דא, אויב ענטפער איך נישט צייטליך וועלן זיי נעמען א צווייטן אנשטאט," זאגט שמעלקע אן אויפגעּברויזטער. שמעלקע, רעּב "קוק, האסטעך נישט קיין אנדער ברירה. פארמאך דיר די אויגן
בשעת זי שערט דיך און רעד צו איר בקיצור נמרץ. און פארשטייט זיך אז זאלסט האלטן אין איין זאגן 'החיּתי האמורי והּפריזי והיבוסי והגרגשי לתת לזרעו', אויך זאלסטו געדענקען אז זי איז חמת מלא צואה, דאס וועט דיך העלפן ניצול ווערן פון הרהורים רעים רח"ל. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א שמחת יו"ט, דו און דיין משפחה. א גוט יו"ט!"
שמעלקע זעצט זיך אראּפ אויפ'ן בענקל און זי פרעגט אים וואספארא סטייל ער וויל. "סטייל?! ווי דער מקוה איד, טריּפל זערא, און גיּב אובאכט אויף מיינע פיאות, היט אויפ'ן שיעור."
"יע, שור איי נאו האו טו דו איט, איי דו איט אלל דע טיים פאר מיי דזשואיש קלייענטס." אויך מיר דזשואיש, טראכט שמעלקע צו זיך. קומען זיך שערן דא באנאגויטע, נעבעך זיי האבן נישט קיין מקוה איד… שמעלקע האלט איין דעם אטעם, אמער זי איז דאך א חמת מלא צואה, ווער וויל דען שמעקן צואה?
אין דער צייט וואס זי איז פארנומען שערן, פרובירט זי כאפן א שמועס מיט שמעלקע'ן. "וואטס יור נעים?"
"שמעלקע."
"אה, וואט עי ביוטיפול נעים. סוי טעל מי שמעלקע, וויי אר יו
זייט 37
טעקסט
העווינג לאנג קורלס, מיי אטער דזשואיש קלייענטס העוו ווערי ליטל אר נאן?"
"איטס עי טראדישאן," ענטפערט שמעלקע, און אינאיינוועגס ברומט ער שוין דעם החיּתי האמורי, ס'זאל פשוט נישט צוקומען צו הרהורים.
פון צייט צו צייט עפנט זיך שמעלקע אויף זיינע אויגן און כאּפט א בליק אין שפיגל צו אלעס איז אין ארדענונג, און אין איינוועגס קומט שוין אויס צו קוקן אויף איר אויך. שמעלקע טראכט צו זיך, כ'ווייס נישט וואס מיין רב זאגט וועגן חמת מלא צואה. איז ער פון זינען אראפ? אדער שמעקט א חמת מלא צואה זייער גוט אדער איז זי נישט קיין חמת מלא צואה. שוין, דער רב דרייט זיך נישט אינדרויסן פון זיינע ד' אמות, וואס פארשטייט ער דען. נישט שלעכט אמאל אמאל צו גיין צו א ּבארּבער זיך גאלן, פשוט צו שפירן וואס מען פארפאסט. זי גיבט אים א ביל, ער באדאנקט איר, און זי שטרעקט אים אויס די האנט. אבער שמעלקע, אלס א חסיד'ישער איד, האט נישט געוואוסט וויאזוי צו רעאגירן, מורמלט ער ארויס בשפה רפה, ווי אום ערב תשעה באב נאך חצות, "מיי הענדס אר נאט טו קליען." "סוי אר מיין! נאט עי
זייט 38
טעקסט
פראבלעם!" שוין, טראכט ער צו זיך, אפשר די אנדערע דזשואיש קליענטן רייכן יא די האנט, און אז ער וועט איר זאגן אז ביי אונז אידן גיבט מען נישט וועט זי נאך אראפקוקן די אנדערע. האט ער זיך מיישב געווען טאקע יא צו שעיקן די האנט, און איר נאך צוגעגעבן א גוטן טיּפ.
שמעלקע קומט אהיים פריש אפגעשוירן, רעדי אריינצורוקן א פיינעם פרישן נאכטמאל - פיינע פרישע גריוון, זויערער בארשט, קאלטע פרישע מאסט מיט פיינע געגרילטע פילעי מיניאן. ער פארציילט פאר זיין ווייב די גאנצע מעשה מיט'ן ּבארּבער, ווי ער האט נאר געקענט באקומען א פרוי זאל אים שערן און ווי ער האט גלייך טעלעפאנירט דעם רב. ווי ס'קוקט אויס ווייסט נישט דער רב צופיל וואס ער רעדט, אבער למעשה ברויך מען פאלגן א רב. נאכדעם דערציילט שמעלקע וואס ער האט געהאט מיט דעם הענד שעיק און ס'ווייב זיינער פלאצט אויס אין א געלעכטער, "כ'האף האסט צוריק געשעיקד איר האנט." "יא," ענטפערט ער, "אבער ממש געצוואונגענערהייט."
אינמיטן רעדן אזוי מיט שיינדי, שּפאצירט אריין זיין אינגסטע טאכטער, אסתי, און שיסט אויס אין געלעכטער, "טאטי, האט געמאכט א סקווער בעק! האהאהא, פשיהא, טאטי זעט אויס אסאך אינגער!"
"וואס?! וואס איז דאס א סקווער בעק?" פרעגט שמעלקע אזוי פארוואונדערט. ס'ווייב זיינער שמייכלט מיט און זאגט אים, "איי לאוו דיס סטייל! קעניינע הארע ווי גוט דו קוקסט אויס." שמעלקע דרייט אויס זיין קאפ צום שפיגל און שרייט אויס אן אויפגערעגטער, "איז זי משוגע?! א מין מכשפה דאס. כ'קוק דאך אויס ווי א קילער טשילער! ווי א מאדערנער מענטש! ווי דער קלינער אין ס'מעדריש! וויאזוי שפאציר איך אריין אין שול מארגן? וואס טו איך אויב איינער קען מיך דארט? איך גיי שוין צוריק אהין איר זאגן אז זי מוז צעשטערן דעם סטייל און עס מאכן פונקט ווי דער מקוה איד. א מין חוצפה דאס!"
שיינדי בעט זיך ביי אים ער זאל עס לאזן אזוי, עס שטייט אים גראדע זייער גוט.
"שוין, וואס טוט מען נישט פאר'ן ווייּב," ּברומט ער זיך אונטער.
אינדערפרי קומענדיגן טעלעפאנירט שמעלקע אריין יוסי, און זאגט אים אן צו כאפן א טבילה איידער ער גייט באקן די ערב פסח מצות.
"יוסי, זע דיר מסדר צו זיין א גוטן בלוטוט, און אויך א גוטע ווידעא קאמערע וואס דו זאלסט ארויפקליּפן ערגעצוואו אויף דיין שטריימל אדער קאּפל, כדי מיר זאלן אלע קענען מיטהאלטן דאס
מצות באקן און הלל זאגן." שוין כמעט חצות! שמעלקע שטורמט אריין אין זיין שּפאגל נייעם עסקעלעיד מיט זיינע זון מיטצוהאלטן דאס ערב פסח מצה באקן, נאכ'ן אּפמאכן אז דארט וועט זיין דער רואיגסטער פלאץ מיטצוהאלטן די גרויסע מצוה, מיט סקרינס פון אלע זייטן גענוג פאר יעדן צו וואטשען. "יוסי, ביסט דארט?"
"יא! אקעי, כ'האב פרובירט אנצוקניפן די ווידעא דאס בעסטע וואס כ'האב געקענט, כ'האף אז מיינע שכנים דא אין בעקעריי, און בעיקר דער דיין, וועט עס נישט באמערקן, ווייל טאמער יא איז אך און וויי." "נו, שיק ארויף די טייגלעך! א טייגל!"
יוסי'ס יונגער פנים פארמאגט קוים שּתי שערות, און דאס ביסל וואס יא איז גלאטערהייט מסודר געווארן ביים ּבארבער נעכטן נאכט, נאך וואס זיין אשת חיל האט אים פארבעטן עס שיין צו מאכן. דער דיין לויפט ארום באקוקן צי דער עולם מאכט א גוטע ארבעט.
"יוסי, א שיינעם שטריימל פארמאגסטו," זאגט דער דיין, "אבער שתי שערות זע איך נישט זאלסט פארמאגן."
"כככ," לאכט זיך יוסי אונטער. "דער דיין קען מיך נישט פון היינט, כ'האב דאך שוין חתונה געהאט אויך. דער דיין געדענקט
זייט 39
טעקסט
נישט מיין בר מצוה ווען כ'האב איבערגעזאגט ס'פשט'ל פאר'ן דיין?" וויצלט יוסי צוריק.
"הללויה, הללו עבדי ד', הללו את שם ד'..." שמעלקע זאגט מיט מילה במילה מיט יוסי'ן. "בצאת ישראל ממצרים, בית יעעעקב..." "יוסי, וואס כאפסטו אזוי? כ'קען נישט מיטהאלטן, די כיפערסט צו שנעל!"
די זין רייסן זיך פאר געלעכטער.
"ס'עפעס א דזשאוק דעס?" שרייט שמעלקע צו זיי, "דאס אידאך ערנסטע מאמענטן, איינער פון די העכסטע מאמענטן פונעם יאר!"
יוסי בייסט זיך די באקן נישט אויסצושיסן אין א געלעכטער, אויס מורא אז אנדערע בני החבורה וועלן דערגיין וואס דא גייט פאר, ער פארלירט אבער קאנטראל פונעם וועלגער האלץ. שמעלקע שרייט אים אריין אין טעלעפאן, "קוק דארט, ביי דעם צוויי אזייגער מארק, ווערט ס'טייגל שפיציג! מאך עס שיין רונדיג, אנישט וועט עס אויסקוקן ווי דער סטעטשו אוו ליבערטי היטל! לא לנו ד' לא לנו..."
"ניין טאטע, נישט פאר אונז!" גייט אריין שמעלקע אין אן עקסטאז. "מיר ברויכן דען ווארעמע פרישע מצה אזוי סתם אין א פרילינג טאג? נאר פאר דיר, טאטע! למה יאמרו הגוים... בהמות, די גוים! ווייסן זיי דען
זייט 40
טעקסט
וואס מיינט מצות באקן ערב פסח נאך א פיינער הייסער מקוה? תנור ראשון? וואס פארשטייט א גוי?" יוסי שפירט ווי זיינע כוחות לאזן אויס, אט אט שיסט ער אויס אין געלעכטער.
"מה אשיב לד' כל תגמולוהי עלי... אוי, טאטע!" צעוויינט זיך שמעלקע. "מה אשיב לד'? אזא פיינע פסח וואקאציע דא אין דער ווארעמער פלארידע נאנט צום ים, אזא פיינער באקוועמער שפאגל נייער עסקעלעיד, א הערליכע ווילא מיט א הייסן דזשעקוזי און א קאלטן סווימינג פול, מיט א היטער נאכדערצו - און די פיינע ווארעמע פרישע מצות וואס יוסי גייט באלד מיטברענגען מיט זיך! אה, לא לנו ד', לא לנו, כי לשמך - אלעס נאר פאר דיר טאטע!"
"אקעי טאטי, פליז סטאּפ! איך קען נישט אזוי וועלגערן די טייגלעך!"
"נו אוודאי קענסטו נישט, ביסט קוים ארויס פון די אייער שאלעכץ," זאגט שמעלקע אן אויפגערעגטער. "איך אין דיינע יארן האב געמאכט הערליכע רונדיגע מצות!"
און אינמיטן דעם הייסן וויכוח צווישן שמעלקע און יוסי, איז דער ווידעא קליפ
אראפגעפאלן און געהאנגען ווי אן אבר המדולדל. יוס'ס שכנים האבן עס גלייך באמערקט, "פשיהא קוק אויף דעם טוטער, דער כאפט אפ דעם מצות באקן." דער דיין באמערקט עפעס א געטומל, קומט ער גלייך צו לויפן זען אויב אלעס איז מסודר. ער באמערקט דעם ווייער אראפהענגען, "נו, יוסי! ס'ּפאסט נישט פאר שמעלקע'נס א זון צו טון אזא זאך!
"יוסי," בייזערט זיך שמעלקע פון דעם אנדערן זייט טרייבל, "נעם דיינע מצות און יאג אפ פון דארט ווי שנעלער. גיי צום גבאי'ן דארט, בעט דיינע פינף פונט מצות, כ'האב טייער באצאלט דערפאר, דיין ווייב איז שוין אינעם לימא און ווארט דיך אפ אינדרויסן. טאנץ אריין אין קאר און יאג דיך צום עירפארט." עס איז זעקס אזייגער און דער פליגער לאנדעט. שלומי מיט שרולי ווארטן שוין אפ דאס פארפאלק מיט די פיינע פרישע קריספי ווארעמע מצות אויף וואס שמעלקע גייט מאכן דעם זכר למקדש כהלל.
"העי, שלום עליכם יוסי מיט'ן ווייב!" שרייט שמעלקע א גוט אויפגעלייגטער מיט א שמייכל איבער'ן געזיכט. "נו,
וויאזוי איז געווען דער וועג? פארפאלן יוסי, אויף דיר קען מען זיך פארלאזן. קומטס אריין, מאכטס ענק היימיש, זעצטס ענק אראפ, עסטס עפעס."
פאר שמעלקע איז יעצט הויכע מאמענטן. דער טיש הערליך צוגעגרייט, די היסב בעט, די הערליכע ווילא אויסגעצירט ווי א אידיש הויז ברויך אויסזען, די קיך שיין צוזאמגענומען, די טשאק איי ראוסט אין אויוון שמעקט אן ס'גאנצע הויז, אלע קינדער שיין אנגעטון אין נייע הערליכע קליידער, די נשים צדקניות מיט פיינע שמעקעדיגע פערפיום, שמעלקע מיט זיין ּ נייעם הויכן שטריימל, פיינע פרישע ערב פסח מצות, פון תנור ראשון נאכדערצו - ממש אלעס וואס אן ערליכער איד קען נאר פאנטאזירן. "וואט עי גרעיט מאמענט, קעניינעהארע! ּפוי ּפוי פוי!ּ"
"גוט יום טוב, גוט יום טוב!" די ליכט ברענען, א רואיגע אטמאספער נעמט ארום די גאנצע שטוב, שמעלקע גיבט א שלעפ ארויס א פעקל קאפיס פון בוזעם און זעצט זיך אוועק לערנען מיט די קינדער דעם ּבריוו פון רבי שמשון אסטראּפאליער.
זייט 41
טעקסט
וכאן הבן שואל
דער באדייט פון סקעפטיציזם דורך: אינטעליגענט
רענע דיקארט, דער פראנצויזישער פילאזאף וועלכער איז אפט קלאסיפיצירט אלס דער טאטע פון מאדערנער עפיסטעמאלאגיע, האט געזאגט: "כדי צו באשליסן אויב ס'איז פארהאן עפעס וואס מיר קענען וויסן מיט א זיכערקייט, דארפן מיר קודם צווייפלען אין אלעם וואס מיר ווייסן."
יעצט אין די פסח טעג פון "כאן הבן שואל", ווען ס'איז א זמן פון פרעגן און פארשן, איז פאסיג זיך אריינצוטון אין פארשונג זעלבסט - דאס וואס מאכט אונז באשליסן צי דער תירוץ איז א גוטער אדער נישט, אזוי אז ווען מען פרעגט און מען ענטפערט קען מען טאקע פעסטשטעלן צו דער תירוץ פון "עבדים היינו" שטימט, אדער צי דער טעם פארוואס מיר עסן ארעמע מצות איז טאקע א גוטער, אא"וו.
אינטערעסאנט איז, אז פסח אויפדערנאכט איז דער איינציגער זמן ווען מען מעג פרעגן שאלות. אלע אנדערע טעג און נעכט בימי חג טוט מען נאר; מ'פרעגט נישט. אבער הלילה הזה נעמט אלעס גאר לאנג ביז מען קען זיך נעמען צום עסן, אלעס ווייל מען איז פארנומען פילעווען און זיך ארוממוטשען
מיט גלות און גאולה. פארוואס אהער, און פארוואס אהין. מען רייצט נאך אויף די קינדער מיט מאדנער קליידונג, מאכלים, און באהעלטענישן, אלעס כדי זיי זאלן קרומען מיט די נעזער מיט חשד: המממ, איך מיין טאטי שפילט עס...
דאס איז סקעפטיציזם.
דעפיניציע פון סקעפטיציזם
סקעפטיציזם איז א פילאזאפישער צוגאנג וואס חקרנ'ט און פארשט די זיכערקייט פון ידיעה און די גילטיגקייט )validity( פון גלויבונגען. סקעפטיציזם איז דער צוגאנג, דער מעכאניזם צו פארשטיין, געוואויר ווערן און אפשאצן באהויפטונגען )claims( און וויסנשאפט, אנשטאט זיי אננעמען אויבנאויפיג. סקעפטיקער זוכן געווענליך באווייז און שכל'דיגע סברות בעפאר זיי וועלן פארמירן מסקנות )conclusions( צו סיי וועלכער זאך.
סקעפטיקער טוען אנערקענען די באגרעניצונג פון זייער וויסנשאפט, און זענען באוואוסטזיניג אז זייער הבנה קען זיך אנטוויקלען מיט דער צייט, ווי נאר נייע אינפארמאציע קומט אפיר.
זייט 42
טעקסט
וואס סקעפטיציזם איז נישט
דא איז וויכטיג צו באטאנען נישט צו פארמישן סקעפטיציזם מיט ציניזם, וועלכער נעמט אריין א כלליות'דיגן אומצוטרוי צו מענטשן אדער גלויבונגען. ציניקער טראכטן אז מענטשן זענען פון נאטור אויס סעלף-סערווינג, בשעת וואס דער סקעפטישער מהלך מוטיגט און שטיצט טראכטן קריטיש און זוכן באווייזן צוצוקומען צו מסקנות. נאך אן ערנסטער חילוק איז אז סקעפטיקער זענען אפענע קעפ וואס זענען גרייט צו טוישן מיינונג אין ליכט פון פרישע עמפירישע אנטדעקונגען.
ווידער ביי קאנספיראציע טעאריקער, געפינען מיר פארשידענע נגיעות )cognitive biases(. דאס מערסטע טרעפליך איז קאנפירמעישאן בייעס, וואס מיינט בעפארצוגן אינפארמאציע וואס שטימט מיט זייערע שוין עקזיסטירנדע הנחות. צום ביישפיל, אויב הייבט מען אן מיט דער הנחה אז די רעגירונג איז געמיין און קארופטירט, אן קיין באווייז דערפאר, איז שייך אז מען וועט אלס טרעפן נאך און נאך דוגמאות וואס זענען נישט בארעכטיגט, און נאר די וואס ווילן שטארק גלייבן דערין וועלן עס מקבל זיין.
א דוגמא איז ווען ראנאלד רעיגען האט
אויפגעבלאזן די מעשה אז א וועלפעיר רויבערקע, לינדע טעילאר, האט גערויבט $000,150 און געניצט 80 נעמען, 30 אדרעסן, און 15 נומערן. אין פאקט האט זי נאר גערויבט $000,8, אבער די מעשה האט זיך זייער גוט פארקויפט. פארוואס? ווייל דאס איז דער כח פון קאנפירמעישאן בייעס. ס'איז באקוועם פאר ווייסע, רייכע וואשינגטאן אריסטאקראטן צו הערן אז דער נעבעכדיגער טונקל-הויטיגער ארעמאן איז דער רויבער און זיי זענען די גוטע און גלייכע בירגער. אפילו אויב רוב מענטשן אויף וועלפעיר זענען למעשה ווייסע.
איז לאמיר טאקע דורכלויפן דא עטליכע סימפטאמען וואס קענען זיך טרעפן ביי קאנספיראציע טעאריקער, וואס טוט אילוסטרירן די חילוקים פון די צוויי אנדערע פילאזאפיעס: • איבערטרייבן פאקטן און גענעראליזירונג. עס טרעפט זיך ביי קאנספיראציע טעאריקער אז זיי טוען איבערטרייבן און גענעראליזירן ספעציפישע ביישפילן - "אויב איז טאקע אזוי געווען דארט און דארט, איז מסתמא אלעמאל אזוי."
• אומצוטרוי אין אויטאריטעט. בשעת סקעפטיציזם קען אויך פירן צו געזונטן
זייט 43
טעקסט
אומצוטרוי אדער צווייפל אין אויטאריטעט, איז קאנספיראציע טעאריע א שטענדיגע, טאטאלע אומגלויבונג אין מומחים וואס האבן געשפענדט אסאך צייט דורכצוטון דעם ספעציפישן נושא אין וואס מען איז עוסק. • סימפליסטישע קאנספיראציע הסברים.
טעאריקער האבן א נייגונג צו געבן גאר פשוט'ע הסברים אויף קאמפליצירטע עניינים, רעדוצירנדיג מערערע שיכטן פון קאמפליצירטקייט צו אן איינציגן נאראטיוו פון א בייזוויליגן אקטיאר.
• טשערי פיקינג באווייזן. זיך וועלן די אינפארמאציע אדער סברות וואס שטיצן אונטער זייער טעאריע, בשעת'ן איגנארירן דאטא וואס איז זיך סותר דערמיט.
• אומבארעכטיגטע זעלבסטזיכערקייט אין פארשטאנד. פארמאגן אומבאגרינדעטע זעלבסטזיכערקייט אין הבנה פון קאמפליצירטע עניינים, אן דער נויטיגער מומחיות'דיגער עקספערטיז וואס פארלאנגט זיך.
צום שלוס
פיל מענטשן מיינען אז סקעפטיציזם איז פשוט: מען גלייבט אין גארנישט. עפעס אזויווי ניהיליזם און ציניזם; אלעס איז אפגעפרעגט, תיקו, נעגאטיוו, פעסימיסטיש, פארנעפלט, נישט קיין אונטערשיד וואספארא סארט טענה מען זאל נאר פארלייגן פאר'ן סקעפטיקער. דער סאמער היפוך פון דאגמאטיזם, וואס גלייבט אין אלעס ווי א חק, אזוי איז ווייל אזוי שטייט און אזוי שטייט ווייל אזוי איז, און ס'רירט זיך נישט פון פלאץ.
דער אפטייטש איז אפשר ריכטיג לויט'ן טרוקענעם באדייט פון דעם ווארט סקעפטיציזם וואס טייטשט "דער שטאנדפונקט אדער שטעלונג פון צולייגן צווייפל צו אינפארמאציע", אבער באמת
האט עס נישט אזוי ווייט צוטון מיט ספקות ווי מיט דער פראצעדור פון צושטעלן שכל און לאגיק כדי צו קענען באשליסן אויב אן אנגעבליכע סברא אדער טעזע איז גילטיג צי נישט.
אין אנדערע ווערטער, "סקעפטיציזם" איז דער מעטאדישער צוגאנג צו פרעגן און וועלן פארשטיין אינפארמאציע כדי צוצוקומען צו א באגרינדעטער מסקנא. קוק עס אן ווי א לאנגער קארידאר וואס פירט צום אמת. פשוט און גראד פסח א גאנץ יאר; וואו מען קען פרעגט מען קשיות, און נישט אייביג איז דא דערויף א תירוץ. אבער גארנישט נעמט מען נישט אן בלויז ווייל איינער האט דיר אזוי געזאגט, ווייל "יעדער" האלט אזוי, אדער פשוט ווייל דו האסט עס געליינט אין א בוך.
מ'לאזט זיך נישט איבעררעדן, מען פרעגט און מען נישטערט ביז מען דערגרייכט דעם אמת. און אז עס בלייבט א פראגע צייכן איז עס בסדר; נישט וויסן אלעס איז קליגער ווי האבן אבסורדאלע תירוצים און הסברים אויף זאכן. קאנספיראציעס, ווידעראום, פירן אפט צו גרייזיגע מסקנות און זיך באזירן אויף אומבאגרינדעטע באהויפטונגען. און אנערקענען די דיפערענצן צווישן די צוויי קענען אונז העלפן האבן בעסערע אפעקטיווע שמועסן אפילו אין קאנטראווערסיעלע פעלער.
האפנטליך וועט זיך די שאינו יודע לשאול היי יאר זאגן מיט אן אנדער טאן, און די תירוצים וואס מ'האט אנגענומען ביז היינט וועלן ווערן געשטעלט אונטער א קריסטאל-קלאר אומפארשטויבט פארגרעסערונגס גלאז. און אז מען ווייסט שוין יא וואס צו פרעגן, זאל דאס פרעגן זיין די שאיפה, נישט אז מען דארף דעם תירוץ דייקא. דאס אז מען קען פרעגן, אפפרעגן אדער נישט אקצעפטירן ווייל מען ווייסט פשוט וויאזוי צו טראכטן ווי א סקעפטיקער, דאס איז שוין א האלבער תירוץ.
נו חזקי, ברענג אריין די זופ צו שולחן עורך. פארגעס נישט די חגיגה!
זייט 44
טעקסט
כִּי שִׂפְתֵי כֹהֵן יִשְׁמְרוּ דַעַת וְתוֹרָה יְבַקְשׁוּ מִפִּיהו
פרעג דעם רב
א רעגולערע קאלום פון שו”ת בעניני הלכה מיט הרה”ג רּ’ יששכר כ"ץ ראש מחלקת התלמוד בישיבת חובבי תורה
צו פרעגן א שאלה פון הרב כ"ץ שיקט אן אימעיל צו: chvalyes1+asktherav@gmail.com
ברעכן תענית בכורים דורך א
זידיטשוב. אלס א דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים, האט ער זיך שטארק אפגעגעבן מיט
ווירטועלן סיום מסכת
מפרסם זיין זיין רבי'נס תורה אין געדרוקט צוויי שאלה: ר' יששכר, איך בין א בכור און ספרים פון ר' אייזיקל'ס חידושי תורה.
זעלבסטפארשטענליך וועל איך פאסטן איינער פון זיי האט ער א נאמען געגעבן "פאר קומענדיגן דאנערשטאג ביז איך וועל מיך יצחק". אין דעם ספר ברענגט בראווער א משתתף זיין אין א סיום מסכתא. אבער דאס וואזשנעם חידוש בשם זיין רבי'ן בנוגע דעם יאר האט זיך מיר געשאפן א קליינע פראבלעם. תענית בכורים ערב פסח.
ל"ע, אפאר טעג צוריק האב איך מיך צעבראכן א ער פארציילט אז איין יאר האט ער באמערקט פוס און ס'איז מיר אוממעגליך ארויסצוגיין פון אז זיין רבי האט בכלל נישט געפאסט ערב שטוב. מיין שאלה דעריבער איז, אויב איך קען פסח, הגם ער איז געווען א בכור. ווען בראווער ברעכן דעם תענית דורכ'ן זיך באטייליגן אין א האט אים געפרעגט, היתכן? האט דער רבי ווירטועלן סיום, דהיינו, איך וועל מיך משתתף געענטפערט, אז דער מנהג פון תענית בכורים זיין אין מיין שול'ס סיום אויף זום?
איז געבויט אויף א טעות אין א יסודות'דיגן מקור.
תשובה: יא, לכאורה קען מען מקיל זיין ביי תענית בכורים ווערט צום ערשטן מאל תענית בכורים.
דערמאנט אין מסכת סופרים )כא, ג( וז"ל "הבכורות שמתענין בערב הפסח" - די בכורים ווי בין איך אנגעקומען צו דער מסקנא?
מיכאל הכהן בראווער )1862–1949( איז געווען פאסטן ערב פסח. דאס שליסל-ווארט דא איז א קאלירפולע פערזענליכקייט. ער איז געווען א 'מתענין'. אבער מסכת סופרים גיבט נישט ברענעדיגער חסיד, אבער אויך אויפגעקלערט אן קיין סיבה פאר דעם תענית. און אין אמת'ן און א שטארקער ציוניסט. )אין זיינע שפעטערע איז דאס א מיסטעריע: אויב הקב"ה האט יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין ארץ געראטעוועט די אידישע בכורים ביי מכות ישראל און איז געווארן איינער פון די ערשטע בכורות, פארוואס זאלן זיי דאן פאסטן? לכאורה אידישע געלערנטע וואס האבן שטודירט די איפכא מסתברא, לכבוד דעם גרויסן נס זאלן זיי טאָפּאָגראַפיע פונעם הר הבית.( ער איז געווען פראווען א סעודה בשבח והודיה צום רבונו של א זידיטשובער חסיד און האט געהאט זייער א עולם?
נאנטן קשר מיט זיין רבי'ן, ר' יצחק אייזיק פון נאר וואס דען, האט דער רבי אויסגעפירט, אין
זייט 45
טעקסט
מנוס פון דער מסקנא אז אונזער גירסא פונעם צדקת הצדיק )דף נח( עיי"ש.
מסכת סופרים איז גרייזיג און דער מנהג איז וואו איז דער ענין ווייטער געגאנגען?
בטעות יסודו, געבויט אויף דעם חיסרון פון איין פאר א לאנגער צייט איז ר' אייזיקל'ס חידוש אות. אנשטאט הבכורות מתענין )פאסטן( איז פארגעסן אדער איגנארירט געווארן, ביז אין די אריגינעלע גירסא געווען הבכורות מתענגין תשי"ז.
)לאזן זיך וואויל גיין(. און אין הכי נמי, די כוונה אין יענעם יאר האט דער פוסק רבי יצחק יעקב פונעם מסכת סופרים איז אז ערב פסח איז א יום ווייס, מחבר פון 'מנחת יצחק' און הויפט-רב פון משתה ושמחה פאר בכורים.
דער עדה החרדית אין ירושלים, דערמאנט ר' לויט בראווער, איז די ראדיקאלע הצעה נישט אייזיקל'ס חידוש און דן געווען דערין )זע שו"ת געווען בלויז א טעאריע, נאר אויך דעם רבי'נס מנחת יצחק ג, צג(. כאטש ער נעמט עס נישט פאקטישע הנהגה: ער האט מער נישט געפאסט אן להלכה, האט ער אבער געהאלטן אז עס קען ערב פסח, ווייל ער האט געגלייבט אז דאס איז דינען ווי א צד נוטה צו זיין לקולא אין געוויסע א צייט פון שמחה פאר די בכורים וואס הקב"ה פעלער.
האט זיי געראטעוועט פון טויט בשעת מכת לענייננו: אין ליכט פון רב ווייס' צוגאנג מקיל צו בכורות.
זיין ביי תענית בכורים, דאכט זיך מיר אז יש מקום דער חידוש איז געדרוקט געווארן אין 'פאר להקל זיך צו פארלאזן אויף א ווירטועלן סיום צו יצחק' )ירושלים, 1912(, אבער אין מונקאטש מבטל זיין דעם תענית, אפילו אויב דאס וואלט האט מען דאס נישט דורכגעלאזט שטיל… נישט גענוג געווען אין נארמאלע אומשטענדן. דער מונקאטשער רב, ר' חיים אלעזר שפירא פאר דעם וואס וויל זיך נישט פארלאזן אויף דעם זצ"ל )1868–1937(, האט רעאגירט דערויף מיט היתר איז פארהאן א צווייטע עצה: "פדיון הבן א שארפער מחאה. אין זיין ספר דברי תורה )ה, לערב פסח", ווי דער דרכי משה )תע, ב( ברענגט פונעם כל בו, און לויט ווי די אחרונים לערנען עס ט( שרייבט ער:
"א איד פון מזרח ]ארץ ישראל[ האט אפ, קען מען פטור ווערן פון פאסטן דורכ'ן געבן א געדרוקט א ספר וואס צילט חוזק צו מאכן באדייטנדיגן סכום פאר צדקה.
פון אונז … דאס ברעכט אונז דאס הארץ צו פארענדיגן דאס בילד:
. 1 רב עובדיה יוסף )יביע אומר ד, מב( האט און פארבלענדט אונזערע אויגן. אין צוגאב צו אלע זיינע ליגנס און גוזמאות … מאכט שארף אפגעווארפן דעם זידיטשובער ער ליצנות פון געוויסע הלכות, און טענה'ט רבי'נס טעאריע.
. 2 ר' אלעזר פלעקלש )1754–1826(, א תלמיד אינעם נאמען פון ר' אייזיקל זידיטשובער אז בכורים מעגן עסן ערב פסח - גאט זאל אונז מובהק פון נודע ביהודה, איז אויך געווען א פארהיטן פון אזעלכע מחברים. אויב מיר בכור, און האט געפרעגט זיין רבי'ן צי ער מעג הייבן אן צו מגיה זיין קלאסישע טעקסטן, ברעכן דעם תענית בכורים דורך א סיום. זיין קענען מיר חלילה אויסרייסן די גאנצע תורה.
רבי האט אים געזאגט, ניין! ער האט געוואלט ס'איז נישט קיין שום ספק אז זיין הצעה איז אז דאס זאל ווערן קלאר פאר אלע: א סיום א שטות גמור."
העלפט בלויז פאר דעם וואס האט זעלבסט מסיים געווען, נישט פאר די "משתתפים". בראווער האט נישט געשוויגן, און ער האט אפגעענטפערט דעם מנחת אלעזר אין זיין ספר
זייט 46
טעקסט
יֶרַח הָאֲתוֹנוֹת
דורך: תוהו ובוהו
זְכוּרָנִי יָמַי הַנִּשְׁכָּחִים אָז בִּימֵי הַמְּלָכִים כְּשֶׁבָּעֲיָרוֹת וּבַכְּרָכִים עוֹד חָגַגְנוּ הַפְּסָחִים
שִׁירוֹת וּשְׁבָחִים שׁוֹשַׁנִּים וּפְרָחִים הַלֵּל וּנְסָכִים פְּסָחִים וּזְבָחִים * וְאָז אַחֲרֵי הַמִּלְחָמָה בַּחֲלַל מִדְבַּר שְׁמָמָה רוּחַ שִׁגָּעוֹן קָמָה כְּהִתְבַּהֲמוּת דָּמָה
קִטְנִיּוֹת אָז וְשָׁמָּה אֲהוּבָה הָיְתָה כְּבָמָה הַיּוֹם נִקַּח נֶחָמָה שֶׁהִתִּירוּ תַּפּוּחֵי אֲדָמָה *
הַנְהָגוֹת מוּזָרוֹת עֲבוֹדוֹת זָרוֹת רִבּוּי שְׁטָרוֹת וּמַיִם מִמְּעָרוֹת
נִקּוּי עֲטָרוֹת הַגְעָלַת קְעָרוֹת סְבָרוֹת וְהַשְׁעָרוֹת שַׁיָּרוֹת שַׁיָּרוֹת * עוֹבֶדֶת כִּמְטֹרֶפֶת כְּשִׁפְחָה נֶחֱרֶפֶת מֵעָלֶיהָ מְרַחֶפֶת טֵלֵפוֹן כְּמִצְנֶפֶת
בַּעֲלָהּ בָּרֶפֶת בְּחֵמָר וְזֶפֶת בַּסּוֹף יִשָּׁאֵר אֶפֶס בְּתוֹךְ הַכַּסֶּפֶת *
קְרֵקֵרִים בְּלִי דַּם רַשִׁ"י וְרַבֵּנוּ תַּם עֲבוֹדַת יָדַיִם גַּם בְּנֵי תּוֹרָה וַהֲמוֹן עַם
לָכֵן הַמְּחִיר יַם כַּמּוּבָן בְּלִי מע"ם לֹא יַעֲזֹר זַעַם כָּמוּס וְנָמֵס הַטַּעַם * תְּפִלָּה בַּכְּנִיסָה עַל נַפְשֵׁנוּ חוּסָה לֹא יִמָּצֵא בָּעִסָּה אֲפִלּוּ חִטָּה גְּרוּסָה
וּכְשֶׁהַיֶּלֶד נִסָּה לְהַגְנִיב לְעִיסָה חָטַף תְּבוּסָה נוּ, כְּבוֹעֵל אֲרוּסָה *
זייט 47
טעקסט
מְבָרֵךְ לַשָּׁמַיִם פּוֹעֵר עֵינַיִם נוֹפֵל אַפַּיִם וּמוֹתֵחַ אֲחוֹרַיִם
שָׁוֶה כָּל הַחַיִּים הַחִיּוּךְ עַל הַשְּׂפָתַיִם כְּשֶׁמּוֹצֵא שִׁירַיִם מֵאֲחוֹרֵי הַכִּירַיִם *
כְּבָר לֹא רוֹאִים אֶת הֶחָג מֵרֹב עֵצִים וְהָרֵיחַ הֶאָיוֹם אֵינוֹ פָּג מֵרֹב בֵּיצִים
יוֹשֵׁב הַנִּמּוֹל מוֹדֵד כְּבָחוֹל מֵסֵב לַשְּׂמֹאל וְלוֹעֵס בְּקוֹל
מִסְתַּכֵּל בָּעֹל עַל שְׁעוֹן הַחוֹל לֹא יִבָּלַע הַכֹּל סוֹפוֹ לִשְׁאֹל *
וּכְבָר כַּמָּה פְּעָמִים שְׁכֵנִי שׁוֹאֵל בְּתָמִים מָה קָרָה בְּאֵלּוּ הַיָּמִים אֵיזֶה אֲסוֹן עוֹלָמִים
אֵיזֶה מֶרְחַץ דָּמִים בִּידֵי צוֹרְרִים נִזְעָמִים שֶׁאַתֶּם מִתְעַנִּים וְצָמִים כִּבְתִשְׁעַת הַיָּמִים *
בּוֹאוּ וְנַעֲשֶׂה סְיָג אִם בַּחַיִּים אָנוּ חֲפֵצִים כִּי הַמָּחוֹג עֲדַיִן עָג ע"י כַּמָּה לֵצִים
זייט 48
טעקסט
דער גרינער יֵצֶר־טוב - 4#
פַחַת וָפָח
דורך: יונָה מָצְאָהׂ
שמואל דוד הוידעט זיך אין סערטראַלינער שול מיט מילדע בל־תשקצו טענץ און סערווירט נפתּלי שרגא'ן מיט א פּריוואַטער בִּרְכוֹת־הַשַׁחַר רוטין:
"כיוואָריכשמוי …"
— "הַמֵּכִין מִצְעֲדֵי גָבֶר …"
די אַלטע סערטראַלינער פּאָדלאָגע קרעכצט שוין פון מצעדי גבר זינט דער לוויה פון ערשטער רביצין, נאָר דווקא צו די נענועים פונעם גרויסן צעגאָסענעם גוף סקריפּעט זי אָפּ בניחותא — א שטיקל האָלץ זוכט אויך נישט אויפצורייצן דעם בער באַלד ווען דער מוֹדֶה־אֲנִי זיינער איז נאָך הייס און איינגעהילט אין א פּאַרע. די פאָרכטיגע רויטע באָרד בלעזלט נאָך מיט מקווה־וואַסער און שלאָגט א שאַרפן כלאָר ווייט א פּרסא אַנדערהאַלבן; די פּאה־געהענגלעך גלאַנצן נאָך אַרויס פון באָרד מיטן גאַנצן גרינעם געבאַקן־ נאָך־פּסח, באַשפּרענקלט מיט אַביסל קמח־ישן, און פאַרקעמט טיף אין די שוואַרצאַפּלען אַריין וועלכע פלאַקערן אויפן באַשאַף ווי מוֹצאי טוץ יאָרן אין מערה — ס'פעלט די פּאוֹת בלויז א האָר גראָד פאַרברענט צו ווערן.
מיילעך שיע צוקט מיט זויערע גרימאַסן באַלד דערנעבן — אָנגעדרודלט, לאַנגווייליג,
JonahMatz@:
און אומגעדולדיג. ער בלאָזט אָן א באַק אין מויל און פּאַטשט אַרויס די לופט מיט א פויסט פון אינדרויסן, ביסלעכווייז, אין געהאַקטע תּקיעוֹת. ער מורמלט אונטער מיטן פּאַטאָס פונעם מלאך־ רע צו יעדן הילכיגן אָמֵן וואָס דונערט אַרויס ביי שמואל דוד'ן; אפשר אַזוי, קלערט ער, וועט ער געווינען חן ביים רצועה־עקספּערט וועלכער צעגערט אַרום מיטן פאַרריכטן די תּפילין־ קשרים — לפּחוֹת וועלן די שגגוֹת זיינע נישט פאַרוואַנדלט ווערן אין זדוֹנוֹת.
"כיוואָריכשמוי …"
— "אוֹזֵר יִשְׂרָאֵל בִּגְבוּרָה ..."
"מיינט מען דאָך אוודאי תּפילין של יד," פייפן נאָך די אויסגעדראָשענע בר־מצווה תּוֹרוֹת אין מיילעך שיע'ס אויערן, שווערע באָמבעס פון אַלע פיר דיוויזיעס אינעם פּרד"ס — "און עוֹטֵר יִשְׂרָאֵל בְּתִפְאָרָה," קען ווייטער אפילו אַן עם־הארץ שוין דרינגען — "מיינט מען דאָך אוודאי תּפילין של ראש …"
"טענענבוים," קניפּט אים שמואל דוד אין באַק מיט א קריספּי ווינטער־צעפּאַדערטער האַנט פריש איבערגעוואַרעמט אויפן גראָבן זייט־זשע־ מוֹחל — "וואָס עקעצטו און בעקעצטו מיר דאָ, האַ? יאָגסטיך צו כאַפּן א טרעין?" פאָכעט
זייט 49
טעקסט
ער אין דער הייך א לוסטיגן שלוֹם־עליכם צו א פאַרצייטישער קוטשמע מיט אויער־לעפּלען וואָס פּראַלט אַריין ביים אַנדערן עק היכל — פישל שטערנפעלד, א וועטעראַן פּילגרים, אָקאָרשט זיך אומגעקערט פון קברי־צדיקים מיט א געדיכט פּעקל ישוּעוֹת אין רעכטער האַנט און א טרייסלדיג גלעזל קאַווע אין לינקער האַנט.
"לאָז נאָר ר' נפתּלי שרגא'ן אָפּזאָגן הַגוֹמֵל חֲסָדִים טוֹבִים," שיקאַנירט ער אופסניי די צעקניפּטע באַק פונעם בחור — א פליישיגער רשות־הרבים וואו ס'פּאָסמאַקעווען זיך טעגליך כלערליי האַפּטישע אימפּולסן פון מחנכים און סתם אידן צוואָנציג יאָר און העכער — "כ'זאָג דיך צו כ'לויף נישט אַוועק." "און א חסידישער בחור מיט א האַנט אין
הויזן־טאַש?" צימבלט ער ווייטער מיילעך שיע'ן, נאָר דער אמת'ער דיאַלאָג פירט ער מיט פישל'ען, פונדערווייטנס; בליקן, גרימאַסן, און האַנט־באַוועגונגען קאָנספּירירן הין־און־צוריק — כּלוֹמר: זאָל דער קליינער ראָצער וואַרטן נאָך א האַלבע שעה; ער וועט אונז נישט דאָ אָפּהאַלטן פון שמועסן און פאַרברענגען — "פעך! ווי פּאַסט דען אַזוינס פאַר ר' אהרן שלמה'ס א זון, האַ? ערשט גיי גיס דיך אָפּ די הענט," שטופּט ער דאָס אויער צוריק צום טלית פון נפתּלי שרגא'ן אַריין … ער האַלט שוין ביי וְתִגְמְלֵנוּ … "און ווען דו ביסט צוריק, העמיר אי"ה אַלץ מסדר זיין אויפן שענסטן און בעסטן."
"עה, טענענבוים!" שרייט ער נאָך מיילעך שיע'ן — "דעם תּפילין־בייטל קענסטו דערווייל אַראָפּלייגן אויפן טיש. מ'גנב'ט נישט דא.ָ"
דער שפּאָגל־נייער תּפילין־ בייטל שוויצט מיילעך שיע'ן צווישן די הענט — א טונקל־ בלויער סאַמעט פאַרזיפּערט אין א האַרטן פּלאַסטיק. ער לייגט געוויכט אים צו האַלטן אויסגעדרייט אויף פאַרקערט, טאַקטיק די אינקאָגניטאָ.
העלפט קנאַפּ וואָס באַהאַלטן פון עוֹלם אַן אידענטיטעט וואָס גאָט האָט שוין סיי ווי אָנגעשטעמפּלט אויף דער נאָז. ער דרייט אָבער אויס דעם בייטל מחמת וואָס ער שעמט זיך פונעם אויסגעהאָפטענעם קונסטווערק.
אָפיציעל האָט אהרן שלמה באַפולמאַכטיגט מיילעך שיע'ן דעם אויסצוקלייבן אַליין מוסטער אויפן תּפילין־בייטל
זייט 50
טעקסט
— "היוֹת דו ווערסטאָך שוין א בר־דעת און כ'קען דיך שוין טראָסטן." נאָר דער צינישער "גִּיגִית סטאַנדאַרט" איז ביי ערליכע אידן די קווינטעסענץ פון סיי וועלכער פרייער בחירה. א מערהייט קאַנדידאַטן האָט ער גראָד גע'פּסל'ט אַלס צו מאָדערן, מעשׂה אַיאַטאָלאַ. די "פרייע בחירה" איז אַקטיוויזירט געוואָרן מיט פּאָמפּע בלויז איינמאָל די אויסוואַל־ליסטע האָט זיך שוין פאַרשמעלערט צו די פאַרבעטענע שְּׂרִידִים פון באַשעפער.
שיינדל חוה האָט פונדעסטוועגן זיך נישט צוריקגעהאַלטן פון אָנמערקן וויאַזוי זי וואָלט געשטימט אינעם כּשר'ן פאַרמעסט, היפּאָטעטיש, אינעם אַלטערנאַטיוון אוניווערס וואו זי הייסט מיילעך שיע: זילבערנע הדסים מיט פילפאַרביגע ראָזשינקעס וועלכע בוקן זיך צו א פּלאַטשיגער רבישע־חתונה קרוין אין צענטער — "פּשש," האָט אהרן שלמה באַלד געגעבן זיין הסכּמה, "טאַקע א הערליכער דיזיין."
נאָר די פולע אינדאָרסירונג זיינע האָט ער פאָרט געזשאַלעוועט. ער האָט נאַס געמאַכט דעם רעכטן אינדעקס־פינגער אין מויל, איבערגעמישט ס'בלעטל אינעם גלאַנציגן קאַטאַלאָג, און פרום אַריינגעטייטלט צו אַן אַנדער מוסטער וואָס אַפּעלירט גיכער צו זיין נשמה: א וְהִנֵּה־פָּרַח פון קופּערנע בלומען, קנאָספּן, און מאַנדלען וואָס שמעקט אַריין צו א שלוֹש־סעוּדוֹת'דיגן כּוֹסִי־רְוָיָה — "המממם," האָט שיינדל חוה אָפּגעקרימט מיט אַנטוישונג.
"גראַדע גאַנץ שיין," האָט זי זיך באַלד דערויף באַרעכנט — "הערליך, הערליך!" האָט איר ענטוזיאַזם צום פּאַטריאַרכאַלישן דעת־תּוֹרה אָנגעהויבן וואַקסן עקספּאָנענציעל: "די מער מ'קוקט דערויף זעט מען ווי נשמה'דיג טיף און … עפּעס איז דאָ אַזאַ משל, כ'מיין פון ר' עקיבא, ניין טאַטי? ווען דער רוימישער קייזער האָט געפרעגט וויאַזוי ס'קען זיין אַז א טאָפּ מיט זאַמד אונטער דער לבנה ווע … כ'האָב שוין יעצט אַן אידעע פאַר
נוי־סוכּה …"
שטילערהייט פּרעגלט זיך אהרן שלמה אין א פּראָוואָקאַטיוון תּענוג ווען ס'גרימאַסירן נשים קעגן זיין אָפּגעשטאַנענעם "טעיסט" צו מאַטעריאַליזם — א פעטיש שטאַרק פּאָפּולער צווישן אידן מיט אַסקעטישע שטרעבונגען. ס'איז אים גאָרנישט קיין מינערוויכטיגע דערגרייכונג ווען זיין דערווידער צו עוֹלם־הזה קומט אַפיר פּריקרע אפילו פאַר דער יאָנטשי שיינדל חוה'ן … שוין באַלד א יוֹבל יאָרן, און דער טאַלאַנט צו איבערראַשן פּולסירט נאָך מיט לוסט … פאָרט הייבט ער אַרויס די נייגעריגע אויגן פון די ברילן־ שייבלעך, ממש נאָר א משהו, אָפּצוכאַפּן ווען שייך די רעאַקציעס אויך פון אַנדערע נשים.
ער קוועלט פאַר נחת ווען צאַרטע ווייבלעך ווייכן אָפּ פון זיין נעבעכדיג ענגליש מיט פאַרקלעמטע שמייכלעך און נאָז־כיכענישן; ווען אויגן קוילערן זיך און ברעמען אַנטלויפן אין שטערן אַריין פון זיין פאַראַכטליכן צוגאַנג צו יעדן באַשעפעניש אָדער אָביעקט מיט א גערוך מער אָנגענעם פון א פאַרכמורעט איי צו דער סעודה המפסקת. אַמאָל וועט ער באַגיין מיטן דיבור דווקא'דיגע טעותים אָדער אַרומגלעטן די קאָלטענעוואַטע באָרד מיט שאלוֹת איבער וויאַזוי מ'מעשׂר'ט זאַלץ אין סדוֹם — ספּעציעל אויב די קאָנסטערנאַציעס פון ווייבער־שול קומען אַריין שוואַכער ווי דערוואַרט.
דייטליך אָבער האָבן טאַטע־מאַמע קלאָרגעשטעלט מיילעך שיע'ן אַז די "פרייע בחירה" וויגט זיך ווייטער אויסדריקליך אין זיין האַנט — די לעצטע פּרעפערענצן זייערע זענען בלויז "רעקאָמענדאַציעס," ס'טייטשט, סתם גוטע עצוֹת פון דערוואַקסענע מיט א מער ניכטערן פאַרשטאַנד, בתוֹרת רשות.
מיילעך שיע האָט באַלד אָנגעקלאַפּט אין געוויסן מיט א רעטעניש: בלויז
זייט 51
טעקסט
רעקאָמענדאַציעס? פון די עלטערן? וואָס אפילו באַדייט אַזוינס? א "רשות" ווי ס'דאַווענען מעריב? אָדער אפשר רעדט מען יאָ פון א פּאָלנער הפקר־ וועלט אין וועלכער דער מענטש באַשטעטיגט בכתב, טראָץ שטאַרקע רעקאָמענדאַציעס דערקעגן, אַז ער וויל דווקא פליען קיין אויסלאַנד אָן דעם אַרומנעמיגן טראַוול־אינשורענס פון דער לייטזעליגער לופטליניע; ער וויל דווקא צאָלן דעם טייערן מאָנאַטליכן סובסקריבשאָן ווי איידער דעם ביליגערן יערליכן פּרייז; און ער וויל דווקא נישט צולייגן פּאָפּקאָרן צום אייזקרעם און צוויי סייד־דישעס מיט א טשערי־סאָדאַ צום בריסקעט — אַלץ בלויז פאַר נאָך א נישטיגן צוצאָל.
אָפט וואַקסן רעקאָמענדאַציעס אַפיר אין פאָרעם פון רויטע קעסטלעך וועלכע לאָזן בשום אוֹפן נישט פאָרזעצן מיטן נייעם פּאַסוואָרד, סיידן
ער באַשטייט פון א זעכצן־כאַראַקטער מינימום געמישט צווישן אשורית, רש"י־אוֹתיוֹת, נומערן, און קאַפּריזישע פּונקטיר־צייכנס: מֻנח זַרְקָאַּ֣ און֮ מֻנח אֶתְנַחְתַּ֣א, א שטייגער, ווערן אַקצעפּטירטָּ֑; מֻנח סֶגוֹלַּ֣, מֻנ֒ח רְבַּ֣יעַ, און אפילו סתם מֻנִ֗חַּ֣ — נישט. יתּכן אַז מ'רעדט פּשוט פון אַזוינע דריבנע רעקאָמענדאַציעס ווי טוֹב לוֹמר, יש ליזהר, נא להקפּיד, נכוֹן לעשׂוֹת, כּדאי להימנע, מעלה גדוֹלה, מן הראוי, מנהג יפה, אשרי אנוֹש, מידת חסידות, המהדרין, קדש עצמך במותּר לך, כּל המוֹסיף מוֹסיפין לוֹ, און המחמיר תבוֹא עליו ברכה.
אפשר גאָר רעקאָמענדאַציעס ווי אִגֶרֶת הָרַמְבַּ"ן, קאָוויד בוסטער־שאָטס, הוֹשענוֹת עקס־ על, אַלומיניום־בעקעלעך מיט א הכשר, בלאַסע העמדער צו הכנסת ספר־תּוֹרה, איינפאַסטן אויף טרויבן, אויספאַסטן אויף שליוואָוויץ, שפּילצייג פאַר א יאָרגאַנג דריי־ביז־ אַכט, חידוֹת פאַר א יאָרגאַנג כּשר־זאַלץ זעקס־ביז־עלף, פאַר פענצי נבלה־רעצעפּטן, עקסטראַקוריקולאַרע לערנען־ פּראָגראַמען, מולטי־פאַקטאָר אויטענטיקאַציעס, קאַרטאָפל אינעם טשולענט, שטיין ביי קדיש, באָקסער חמשה־עשׂר בשבט, און טבילוֹת פאַר תּקיעוֹת, פאַר חנוּכּה־ליכט, נאָכן תּיקון, ובין קוֹדש לקוֹדש.
"מ'דאַרף טון," האָט דער יצר־ טוֹב זיך געפעדערט צו אַדרעסירן מיילעך שיע'ס באַדרענגענישן — "מ'דאַרף נישט אויפטון!" "מ'דאַרף טון וואָס און וויאַזוי?" האָט מיילעך שיע זיך געעגבערט איבער די קריפּטישע און פּאָעטישע טענדענצן פונעם יצר־טוֹב — "מ'דאַרף טון ווי די
זייט 52
טעקסט
עצוֹת פון די עלטערן אָדער טון ווי מ'פאַרשטייט?"
"קעש איין יעדן לעבן־צייכן פון דער צעקאַליעטשטער בחירה," האָט דער יצר־ הרע באַלד אָפּגעהילכט מיט זיין קלאַסישער עלאָקווענץ: "אָן קיין עקספּערימענטן וועסטו זיך צום אמת קיינמאָל נישט דערגרונטעווען — מ'דאַרף טון, נישט אויפטון."
מיילעך שיע האָט אפילו נישט געוואַרט אויפן אַנטוואָרט פונעם יצר־טוֹב — ער האָט צעשטויסן די רעקאָמענדאַציעס פון טאַטע־מאַמע מיטן אימפּעט פון גוי נאָכן אָפּגעפריצעוועט ווערן מיט א לֵישֵׁב בַּסֻּכָּה, תּקופת־תּמוז סטיל.
די ערשטע דריי אויסוואַלן זיינע האָבן זיך אומגעקערט מיט א ליידנשאַפטליכער "אַוט־אָף־ סטאַק" אַנטשולדיגונג … נאָו קידינג … למעשׂה האָט ער זיך געלאָזט איבעררעדן פון עפּעס א זילבערנעם טויער א שמויגער. נאָר פון די הערנער און הינקעדיגע זיילן האָט ער זיך דערוואוסט ערשט ווען דאָס זעקל איז שוין געווען אינדרויסן פון זאַק. צעשמיסענע פירהאַנגען אָנגע'חזיר'ט מיט ציצית באָמבלען טיף אין טויער'ס ברוסטקאַסטן אַריין — "אלימלך יהוֹשע הלוי טענענבוים," פּראָקלאַמירן אומגעלומפּערטע גאָלדענע אוֹתיוֹת וועלכע זענען געצוואונגען זיך אַרומצובייגן פון אינדרויסן.
בְּזֶה הַשַׁעַר לֹא יָבוֹא צַעַר — א דערשלאָגענער טויער וואָס האָט אַוועקגעוואָרפן א זיס לעבן אַלס א מנוֹרה, נאָכן היפּנאָטיזירט ווערן פון פּוסטע מאָטיוויר־לעקציעס איבער באַהאַלטענע פּאָטענציאַלן אויסצואוואַקסן א קינסטלעריש שער־בלעטל אין אַן אַנטיק־ספר. בראָכוואַרג פון אַוועקגערויבטע פּאָטענציאַלן האָט זיך פּאָיאַוועט צו דער אויבערפלאַך דורכאויס אַן אינהאַלטרייכן "הילינג דזשורני" — א טראַנסצענדענטאַלע צפְנַת־פַּעְנֵחַ עקספּעדיציע אויסצוגראָבן פוןׇ פאַרבאָרגעניש דעם אֲנִי־וְאַפְסִי־עוֹד און זיך
דעטאָקסיפיצירן פון נעגאַטיווע ניצוֹצוֹת — באַגלייט מיט אָטעם־אַרבעט, פּאָזיטיווער ענערגיע, און א פילפאַרביגן סמאָרגאַסבאָרד פון ריטואַלן אינעם בִּשְׁבִילִי־נִבְרָא־הָעוֹלָם זשאַנער.
מיילעך שיע'ס גוֹרל מיטן יְפֵה־טויער איז איצט שוין פאַרזיגלט ביזן טויש צום טלית־בייטל וואָס קומט אַפיר צו דער חתונה. ער וועט זיך טרעפן, פאַרברענגען, און אפילו קושן מיט אָט דער אומגעלומפּערטער יצירה יעדן איינציגן וואָכנטאָג — "דו פאַרשטייסט דאָך אייביג בעסער פון דיינע עלטערן," האָבן טאַטע־מאַמע, מיט האַרמאָנישער שאָדנפרייד, אָפּגעפייערט דעם אויסגאַנג פון דער ווידערשפּעניגער בחירה — "ווען? האַ? ווען וועסטו זיך שוין אויסלערנען נישט צו זיין קליגער פון טאַטע־מאַמע?"
מיילעך שיע האָט זיך שוין געוואַשן די הענט. נפתּלי שרגא'ס הַגוֹמֵל חֲסָדִים טוֹבִים איז שוין געקומען און געגאַנגען. שמואל דוד זיצט און גאַפט פון פישל'ס ערשטהאַנטיגע מעשיוֹת.
זייט 53
טעקסט
האַרטנעקיגע קאָצקע־צוקער קראַכן פונאַנדער הינטער די קוליסן פון פישל'ס שמאַלציגע וואָנצן — ער שילדערט די לעצטע סומאַטאָכע פון א שטומפּיגן זונטאָג־פאַרטאָגס אין אַניפּולי:
אין געטליכן אוֹהל פון מעזריטשער מגיד און ר' זושא'ן שוועבט א לויטער השתּפּכות־הנפש — יאָ, ר' יהודה לייב הכּהן ליגט געוויס אויך אינעם ענגן אוֹהל, אָבער נישט צו אים איז אָפּגעקראָכן אַהין א באָס מיט געקליבענע יראים ושלמים צונויפגעקראַצט פון ניו־יאָרק, מאָנטרעאַל, לאָנדאָן, אַנטווערפּן, און ארץ־ישראל.
מ'האָט דעם שבת פאַרבראַכט אין מעזשביזש, סמוך ונראה צום הייליגן ציוֹן פונעם אוֹר־ שבעת־הימים. מ'האָט ביים טאַטן פון חסידוֹת אַרויסגעריסן רענצלעך אָנגעשטאָפּט מיט ישוּעוֹת, אין צוגאָב צו עטליכע פלעשער רפואה־וואַסער וואָס מ'האָט געקויפט "מעיין הבעל שם טוֹב." באַלד נאָך הבדלה האָט מען זיך אַריבערגעפּעקלט קיין באַרדיטשוב, אָפּצוזינגען גָאט פוּן אַבְרָהָם ביים
טיטאַן אין הימלישער יוריספּרודענץ — "קיינער האָט מיך נישט געמאַכט פיינט האָבן מיין דזשאַב מער ווי ר' לוי יצחק," האָט אַן אַנומלטיגער מַה־ טֹבוּ מאָמענט פון שׂטן געשיקט שאָק־כוואַליעס איבער דער גאָרער פּמליא של מטה.
אין א פּרעצעדענטלאָזן שריט — עקספּערטן: "באַשיינפּערליך עקבתא־דמשיחא" — ברעכט דער קאַריערע־לאַנגער פּראָקוראָר זיין שטילקייט איבערן לעגענדאַרן אידישן אַדוואָקאַט און גיסט אויס די בעבלעך אין ערשטן עפּיזאָד פון "תֵּבֵל וּמְלֹאָה מיטן טייוול וּמְלֹאו," דער שפּאָגל־נייערֹ פּאָדקאַסט זיינער וואָס פאַרשפּרעכט צו זיין א טעל־אָל — אומגעפילטערט און נישט מבושל: "קאָמפּאָזיטאָרן האָב איך געקענט גרעסערע און בעסערע פון שׂרה סאָשע'ס ילד־הפּלא," זשליאָקעט דער באָמבאַסטישער זקן וכסיל פון א רויטן בעכער איינגראַווירט מיט א מאַקאַברישן נָחָשׁ הַקַּדְמוֹנִי 360° — "די פעיק־ניוז לעגאַסי־ מידיא פּראָפּאַגאַנדע־מאַשין וויל דאָך נישט אַז
זייט 54
טעקסט
איר זאָלט וויסן אַז גָאט פוּן אַבְרָהָם טרעפט מען שוין געדרוקט אין קראָקע אַזש צוריק אין יאָר שנ"ז, 1597 למספּרם … 'אָבער שׂטן, זיי צעמישן דיך' — יאָ־יאָ־יאָ־יאָ, דער איינציגער שוֹפר וואָס צעמישט איז דער אומאָפּהענגיגער שוֹפר פון דער טייוולאָנישער רעזיסטאַנץ וואָס צעמישט דעם צענזור־אינדוסטריעל־קאָמפּלעקס, דעמן רייט פון אָחוֹת קְטַנָה ביז אָחוֹת קְטַנָה, נישט דער זעלבער אויסגעדראָשענער פאָרטל וועלכן טאָג פון יאָר נאָר?
"פאַרגעסט נישט א פּאַטש צו געבן די לייק און סובסקרייב קנעפּלעך אַריינצוטרייבן דאָס קדחת אינערהאַלב דעם טיראַנישן קאַבאַל פון הַס־קטיגוֹר עליטן און גלאָבאַליסט דעגענעראַטן — א לינק צו ספּעציעלער פּרקמטיא אין דער דעסקריפּציע. האָט איר שוין בוֹדק־חמץ געווען אייער שטריימל? פאַרוואָס זאָלט איר גיין צום היסטאָרישן זשי־ענד־ זשי סעיל ווען דער היסטאָרישער זשי־ענד־זשי סעיל קומט צו אייך! גאַראַנטירט אייך א זיס יאָר און באַשטעלט זאָפאָרט פון א באַגרעניצטער צאָל מאָנאָפלאָראַל אולטראַ־האָניג — 'סמאל' בעטש, אומפּאַסטעריזירט, קאַלט־עקסטראַקטעט, און רעאינפאָרסירט מיט א ביאָאַקטיוון קלעב־ רעטענשאָן מעכאַניזם צו מאַקסימיזירן אַדהעזיע אויף רונדיגע חלוֹת, פינף מאָל שטערקער אין פאַרגלייך צו לענגליכע חלוֹת, און דרייצן מאָל שטערקער פונעם אינזשענירטן, טאָקסישן, בין־פלעיוואָרט קאָרן־סיראָפּ וואָס ביג־האָניג שטופּט אַראָפּ אייער פּוֹצֶה־וּמְצַפְצֵפ'לאָזן פֶּה — פאַרגעסט נישט פּראָמאָקאָוד טייוול, און אויב זענט איר א חרות־פּאַטריאָט ווי איך בין, דאַן זענט איר געוויס מלא־שׂמחה אַז דער פּלאַסטיק־שטרוי איז צוריק פּונקט אין צייט פאַר מהדרינ'ס נייעם באַנאַנע־ראַספּבערי לעבען — שכּח פּרעזידענט טראָמפ.ּ
"כ'זאָג אָבער הלוואי וואָלט דער פּאַראַגאָן פון פאָרענסישער געניאַליטעט זיך יאָ מער
באַשעפטיגט מיט קאָמפּאָזיציעס צי מיט סיי וואָס אינדרויסן פון די הימלישע טריבונאַלן — אוֹי האָט ער מיך געפּייניגט! דער איקאָנישער אַרכיטעקט פון א ברוטאַלער און עפעקטיווער אַנטי־דעפאַמאַציע ליגע; רעספּעקט, נישט מיסטזאַפט, פלעגט אַרויסרינען פון די שווערע עבירה־זעק ביים שלעפּן זיי אויף גלייכע ווענט צו דער וואָגשאָל. כ'האָב לאָו־קי א סך געלערנט פונעם אָנדיספּיוטעט העוויוועיט טשאַמפּיאָן אָף אָל טיים, כאָטש כ'גיי נאָך היינט פאַר טעראַפּי צוליב זיינע פאַרפלאָכטנקייטן. 'אָבער שׂטן, האָט ער געפּעסט דעם באַר מיט זיין חסידישן עדוקעישאָן?' שוטים! ער איז דער באַר — באַר איז באַר־דיטשובער!"
דאָס געבעט ביים הייליגן באַרדיטשובער האָט זיך קולמינירט אין א פרעסישער מלוה־מלכּה. עטליכע אידן זענען נאָך געגאַנגען אויפקלעבן די פיס אין מקווה; אַנדערע האָבן זיך אַרויסגעלאָזט אויפן סטערעאָטיפּישן יאַגד נאָך הכנוֹת־שטולן — אִישׁ יָצָא לִמְצֹא לְנַפְשׁוֹ נַחַת. "נוּ, נוּ," האָט דער ראש־הנסיעה געהאַלטן א טאַשן־זייגער נעבן אויג, געקנאַקט אין דער לופטן מיט די פינגער, און פּראָבירט אונטערצויאָגן דעם עוֹלם — "גיט אייך א שאָקל, רבוֹתי! ס'שפּעט!" מ'האָט זיך צוריק אַרויפגעדרעפּטשעט אויפן באָס — באַהאָנגען מיט פאַרצייטישע מחיצוֹת אויסן לוקסוס, מחמת וואָס די נסיעוֹת זענען דאָך סיי ווי בלויז פאַר מענער — היידאַ! מ'פאָרט קיין אַניפּולי.
דריי שעה ברציפוֹת האָבן די שבת'דיגע בייכער אַרומגעצאַפּלט אויף א ווילדער ערד צעלעכערט ווי א זיפּל. די צעביילטע שטעגן האָבן געשמיסן אויפן באָס גאַנצע גריבער, שטיינער, זאַלץ, שליאַכאָטע, און פאַרבלוטיגטע פּגרים פון באַשעפענישן; דער אָפּגעהאָרעוועטער קאַקאָפאָנישער מאָטאָר האָט אַרומגעגראַגערט מעכאַנישע רענדיציעס פון רַבֵּנוּ שָׁאַג, עוֹד יוֹתֵר טוֹב, און אַנדערע אַנטי־יִאוּשׁ מעלאָדיעס פון זיין
זייט 55
טעקסט
צערודערטן רעפּערטואַר — פּראָוואָקאַציעס און מניעוֹת. נאָר די פּושקע־געלטער וואָס אידן האָבן פאַרשפּראָכן, ווער אין זכות פון ר' מאיר'ן און ווער אין זכות פון ר' שייעלע'ן, האָבן זיך געשטעלט אין דער לענג און ברייט זיכערצומאַכן אַז מ'מאָנט נישט אויך די לופט פון רעדער און שויבן פון פענצטער.
פּאַוולאָו האָט שאָפירט די שייקע מיט לעבעדיגע ציגאַרעטלעך צווישן די וואָנצן. זיין זיץ ביים רעדל האָט זיך געהוידעט אויף שווערע גרילצנדיגע ספּרינגס וועלכע האָבן דערמאַנט אינעם וויגפערדל אין הויף פון חדר וואָס פלעגט אויסשיסן ציין דורכאויס אומגעראָטענע פיזיק־ עקספּערימענטן — נאָר מעלה־מטה, און מיט א זאָטל וואָס סאַרכעט פון ביר און טאַבאַק.
די ראַפינירטע געאָגראַפן מיט צעקנאָדערטע "אהלי־צדיקים" מאַפּעס אין בוזעם האָבן דורכאויס דער וואָך זיך נישט אָפּגעהאַלטן פון טעראָריזירן פּאַוולאָו'ן מיט באַפעלן צו מאַכן א רעכטס,
לינקס, זיך אָפּשטעלן, משחד זיין פּאָליציאַנטן, אָדער אָנהייבן טאָפּשען אויפן גראָז, כאָטש וואָס מ'האָט געוואוסט שוין פון פריערדיגע נסיעוֹת אַז כּדאי הוא פּאַוולאָו לסמוֹך עליו בשעת הדחק — א אידישע נשמה … נעבעך … ער געדענקט נאָך זיין באַבע צינדן ליכט פרייטאָג־צונאַכטס — נאָר איצט, לכּבוֹד מוֹצאי־שבת, האָט זיך נישט געטראָפן קיין וואָלונטיר אים צו שטיין אויף די געהירן אפילו צווישן די געאָגראַפן.
די וועלכע האָבן נישט געכראָפּעט האָבן געציילט די מינוטן ביז בָּרוּךְ הַמַבְדִיל שפּרייט אויס זיינע טונקעלע לאַפּעס איבערן ברייטן אַטלאַנטיק. דער טעלעפאָן האָט זיך דאַן צוגעשמידט צום אויער אויף א וְנָתְנוּ־באַריכט מיט דער שטוב: א גוטע וואָך! וויאַזוי איז געווען דער שבת דאָ, וויאַזוי איז געווען דער שבת דאָרט, וויאַזוי האָבן די אַראַנזשירונגען זיך למעשׂה אויסגעאַרבעט, ווער האָט געמאַכט קידוש און געטיילט מוֹציא, וויאַזוי האָבן די קינדער געהאָרכט אינדערהיים, געדאַוונט
זייט 56
טעקסט
אין שול, און צי ברענגט ער זיי אַהיים מתּנוֹת אָדער מכּוֹת; וועטער, זכר, קידוש, ברית, באַוואַרפן, שבע־ ברכוֹת, נסיעה פּלענער, סתם רכילוֹת, און אַנדערע נומערן צו רופן איינמאָל די שיירא הויערט אַראָפ ּ אין פּוילן — אַלץ אויף פאַרטויבנדיגע טענער, צוליב'ן גראַגעריי פון מאָטאָר, גערויש פון ווינט, זעצעריי פון די טינטערלעך, פּלאַפּלעריי פון שכן, און די טיפּישע יעלוֹת צווישן א כאַאָטיש געזינדל אינדערהיים ווי נאָר דער ליבער שבת־קוֹדש גאָפּלט אָפ.ּ
די טיר פון באָס פּראַלט אויף אין אַניפּולי מיט א פּנעוומאַטישן האַפּטשו — אסססותתתתא! אינדרויסן פון אוֹהל איז נאָך שטאָק פינצטער ... ניטאַמאָל קיין לבנה ... א נידערטרעכטיגער פראָסט לאָקערט אין דער אַטמאָספער און בייסט א רויך צווישן נאָזלעכער און אַנדערע נקבים וחלולים. מ'הערט דעם פרעכן ווינט אַריינפייפן אינעם פריצייטיגן קוקעריקו פון א שֶׂכְוִי ביי וועלכן מ'דאַרף רעקאַליברירן די בִינָה — הייזעריגע הינט בילן אָפּ מיט געמישטע רעאַקציעס.
דער צירקאַדיאַן־ריטעם איז קענטליך צעפראַסקעט ביי א שפּאָר ביסל באַשעפענישן אין אַניפּולי, נאָר נישט צווישן דער מענטשליכער באַפעלקערונג וואו אַלץ איז שאַ־שטיל און איינגעהילט אין שלאָף. ס'קען זיך דאַכטן אַז פאַר די לאָקאַלן אַרט גאָרנישט איבערצושלאָפן די דערהויבענע אַקטיוויטעטן פון א הייפל זשידן אינעווייניג, אין ליכטיגן אוֹהל, וואו ס'ברעטשעוועט א יאָמערליך שטיקעניש פון ליכט, קוויטלעך, ליטורגיע, און כעמישע אַטאַקעס פון דער אַנטלאָפענער נשמה־יתירה.
טייל טראָגן שטריימל־בעקיטשע, זיי האַלטן ווי ר' גמליאל אַז ס'איז נאָך מוֹצאי־שבת; אַנדערע טראָגן הוט־רעקל, זיי האַלטן ווי ר' אליעזר אַז ס'איז שוין זונטאָג־פאַרטאָגס. א דריטע קאַטעגאָריע לעזט די מחלוֹקת מיטן באַליבטן קאָמפּראָמיס פון די חכמים: הוט־בעקיטשע. מחמירים גייען
אויך ווייסע זאָקן און וואַרטן אַז דער שוואַרצער הימל זאָל לאָזן פונאַנדערשיידן בין תכלת ללבן. וועטעראַן קברים־פּילגרימען טראָגן קוטשמע־ כאַלאַטל זיך צו באַשיצן קעגן קעלט און היץ, רעספּעקטיוולי. א כאָפּטע בחורים און יונגעלייט דערקוויקט זיך מיט בעל־עגלה דאַשיקלעך — א געוואַגטער פּראָטעסט קעגן קוֹשי־השעבוד פון היימישן קאָנפאָרמיזם.
דער זייגער רוקט זיך, פרישע זאַפּאַסן טרערן קומען און גייען, מ'האָט שוין אַריבערגעשפּרייזט קאַפּיטל קי"ט און אַלץ פון דער אומפריינטליכער רעכטער זייט תּהילימ'ל, מ'האַלדזט זיך שוין מיט די קורצע שיר־המעלוֹת'לעך וואָס מ'געדענקט נאָך פון די קינדישע יאָרן מיט נאַש, גוֹרלוֹת, סלינקיס, און קוגעלעך; שאַרפע נעזער שמעקן שוין א האָצגעפּוילטאַלעסגיץ — וואַכיגע אויערן כאַפּן גאָר אויף סיגנאַלן פון א דראַמאַטישן רעש אויבן אין הימל.
פּלוצלינג הייבט א בייזער האַרמידער אָן טאַראַראַמעווען אינדרויסן — א ביבלישער דָא לְדָא נָקְשָָׁן באַטראַסקעט די פאַרהויקערטע חסידישע עצמוֹת: אַנטיסעמיטישע כוליגאַנעס באַוואָפנט מיט העק, הייגאָפּלען, סערפּן, פלאָקן, בולאַוועס, און כלערליי פּאָגראָמיש געצייג פון די "מחנים" ביכער יאַווען זיך מיט האַסטיגע טריט אין ריכטונג פון אוֹהל.
"טאַק דאָ קריזשאַנאָ וואַני!" פּילדערן די צעיושטע פּויערן, אין שפּיץ פון גלח, אויפן טראַדיציאָנעלן חזן־וקהל סדר. מ'פאַרשטייט נישט די היציגע לאָזונגען זייערע … די היימישע דאָלמעטשער פאַרענטפערן זיך אַז זיי קענען לעוֹלם איבערזעצן בלויז אונגאַריש … אָבער עפּעס, להבדיל, אַזאַ קוֹל מְבַשֵּׂר מְבַשֵּׂר וְאוֹמֵר — מ'זעט באַשיינפּערליך ווי זיי גרייטן זיך אָט צו שמייסן.
אין אוֹהל לאָזט מען א מעמד צאתכם־לשׁלוֹם אין שוואונג — קידוש־השם בטעם של פּעם. דער
זייט 57
טעקסט
רעש אין הימל, שפּירן זיך מאַנכע פאַרראָטן, איז וואַרשיינליך געווען די כּף־חוֹבה פון וואָגשאָל וואָס האָט אַראָפּגעקראַכט מיט א הילכיגן זעץ צווישן קאָסוב און קיטוב, נאָכן אונטערברעכן איר גלייכגעוויכט צו די לעצטע מאַכינאַציעס פונעם אויבנדערמאַנטן פּאָדקאַסטער.
זושא זושא, דער צעלולאַרער דוֹפק אין אַניפּולי האָט אויסגעהויכט פון די כּשר'ע טעלעפאָנען שוין צוריק ביי רָחוֹק מִישׁוּעָתִי דִּבְרֵי שַׁאֲגָתִי — מ'קען שוין ליידער אפילו נישט אַהיימרופן זיך געזעגענען פון ווייב און קינדער. דער שטרענגער הכשר האָט באַזונדער אויסגעריסן די מעגליכקייט אָפּצושרייבן א טעקסט־מעסעזש וואָס וואָלט זיך כאָטש געקענט אַרויסשלאָגן אַחֲרֵי־מוֹת, אין א גוטער מינוט, ספּעציעל באשמוֹרת הבוֹקר, אַן עת רחמים ורצוֹן.
פּנחס מענדל בערגער, א טעכנאָ־קוטשמע פון א געניטער אַלצווייסערישער בריגאַדע, פאַרמאָגט דעם איינציגן טעלעפאָן אין אוֹהל
וואָס צאַנקעוועט נאָך מיט פּנחס פאַרבינדונג־סיגנאַלן.
מענדל איז וואויל אויסגעקנאָטן אין נוֹשׂאים פון סים־קאַרדס, קאָלינג־קאַרדס, לאָנג־דיסטאַנץ, ראָומינג, פּריפּעיד, פּאָוסטפּעיד, מעמבערשיפּ בענעפיטן, און לאָיאַליטעט פּראָגראַמען — אַן אינטעגראַלע ראָלע אין זיין סיפּוק־רוֹחני שפּילט אויך די מוניציפּאַלע גאַרבעזש־פּיקאָפ ּ רוטין, תַּחֲנוּן קאַלענדאַר, מזל־ טוֹב רעגיסטער, און שבת־הגדוֹל אַקאָמאָדירונגען.
פּנחס מענדל איז צו פרום און אַנאַלאָג פאַר סאָפטווער קאָודס, אָבער ער איז גאָר געשליפן אין עריע־קאָודס, זיפּקאָודס, דייל־ אין קאָודס, קאָלעקט־קאָל קאָודס, טראָנק קאָודס, פּראָמאָ קאָודס, ריבעיט קאָודס, ראַוטינג קאָודס, פּאָסטמאַרק קאָודס, שיפּיניג קאָודס, און גרעיפּ־ דזשוס קאָודס ... בשתיקה קען ער אויך הצלה דיספּעטש טען־קאָודס ... ער איז באַהאַוונט אין יעדער צייט־פאַרשווענדונג וואָס קען פאַרשפּאָרן א ניקל אָדער איבערקליגלען די סיסטעם. נאָר זיין טעלעפאָן איז פּונקט אַזוי ווערטלאָז ווען ס'גראַטשקעוועט א פּאַנדעמאָניום מבית ומחוץ און צעשמעטערט סיי וועלכע האָפענונג פאַר טעלעקאָמוניקאַציע.
עטליכע אידן זענען מנדב זייער וועזן צו הערמעטיש באַפעסטיגן די טיר — צופיל אַלטערנאַטיוון וואו צו שטיין אָדער גיין פאַרמאָגן זיי ממילא נישט. אַנדערע לייגן זיך פּאַראַלעל מיטן מגיד און ר' זושא'ן, כאָטש וואָס מ'שלאָגט זיך אַביסל אויף פּאָזיציעס און צוטריט. די מצבוֹת גופא זענען שוין אָקופּירט נאָך פון אפילו פּרע־ סומאַטאָכע, מחמת וואָס פּרעכטיגע קערפּער
זייט 58
טעקסט
פּראַקן זיך אָפט אויס דערויף ראָמאַנטיש, בויך צו דר'ערד, מחילה צום הימל, און סוֹדוֹת'ן זיך מיט די נשמוֹת פון הייליגע לייט — הַאֲזִינוּ הַשָּׁמַיִם וַאֲדַבֵּרָה וְתִשְׁמַע הָאָרֶץ אִמְרֵי פִי.
בְּמוֹצָאֵי יוֹם מְנוּחָה, אַן אלול'דיגער פּיוט אימפּאָרטירט קיין אַניפּולי מיט עקזאָטישער גנאָד, סאַמע ווינטער, פאַרקירעוועט זיך איצט אָן קיין וואָרענונגען גראָד צו יוֹם־כּיפּור קטן אַריין. נאָר דער פּיצינקער יוֹם כּיפּור גופא ווערט אויפסניי רעדוצירט בלויז צו קבלת עוֹל מלכות שמים. רבינו ניסים האָט פאַרפאַסט א וידוי? א וידוי הגדוֹל גאָר? ר' איד, אוֹי לִי וַוי לִי אֲהָהּ עָלַי אוֹיָה עַל נַפְשִׁי, ס'איז ליידער נישטאָ קיין צייט אפילו פאַר תְּפִלָה לְעָנִי — מעידעי! מעידעי! מ'יאָגט אַראָפּ ווערטיקאַל צום ריזיגן, פאָרכטיגן, אומצוויידייטיגן, פּעך־ שוואַרצן שְׁמַע!
עוֹלם איז היפּש מזלזל אינעם בָּרוּךְ שֵׁם — מ'שלינגט איין דעם דריילינג בלחש און בכיפּערניש. די תּאווה אים צו פאַרהילכיגן דורכאויס יוֹם־כּיפּור, מילא; אַן אויפשטאַנד אין א גאַנציאָריג שעפּטשעריי וואָס עקספּלאָדירט מיטן גראַוויטאַס פון נוסח ימים־נוֹראים — דער איינטאָגיגער מעטאַמאָרפאָז פון כּלל־ישׂראל צו מלאכים, אונטערגעהעצט דורך לערער און מחזוֹרים פון אַלע שיכטן און קרייזן. אָבער נישט זונטאָג־פאַרטאָגס, אין אַניפּולי, ערב־פּאָגראָם, אַבי
אַריינגעקלעבט דריי שטיק, ווען ס'איז לכל הדעוֹת כּדאי אָנצואווענדן די כּוֹחוֹת און קאָנצענטראַציע אויף זיבן הייסע רונדעס ה' הוּא הָאֱלֹקִים.
מ'לאַנצירט ה' הוּא הָאֱלֹקִים צו די הויכע ספערן מיט דער נשמה אין די הויזן — אַחַת, אַחַת וָפַחַת, און ערגעצוואו פאָכעט די פּינקטליכע ספירה פונאַנדער אין א נעפּל, פילייכט צווישן פינף און זעקס, ביים זיך אַריבערקלייבן פון רעכטע צו לינקע פינגער. א טאַקטישע רעזאָלוציע אַרויפצושיסן גאָר אַכט שטיק, כאָטש קאָנטראָווערסיעל, קריגט א גרין־ליכט פון דריי לאַנגע בערד — בעסער שבע תּמימוֹת מיט א טאָפּלטן שם־לבטלה, ווי איידער זעקס מיט אַן אייביגער חרטה.
די רוֹצחים איזדיעקעווען זיך אויפן פראָסטיגן טייך מיט דער פולער עקספּלואַטאַציע און מאָנסטראָזיטעט פון וְעַל חַרְבְּךָ תִחְיֶה. זיי האַקן אים אָפּ דעם גראָבן קאָפּ, שינדן דאָס אייז מיט אכזריות, און אויפאַמאָל הייבט קאַלט וואַסער אָן פליסן ווי אידיש בלוט … וּנְשַׁלְמָה פָרִים, וואַגט זיך דער גלח א דבר־תוֹרה ... די באַנדיטן גאַרטלען זיך אונטער מיט גאָלע מסירת־נפש און שפּרינגען איינער נאָכן אַנדערן אינעם "זשאַריכא"ַ אַריין. די פּויערישע קערפּער סקרוכעווען פון די אייזיגע טבילוֹת און סאָפּעווען מיט יסורים באהבה — א נייער שיגעוֹן אָנצוהייבן די וואָך: מַיִם קָרִים עַל נֶפֶשׁ עֲיֵפָה.
זייט 59
טעקסט
פינפטער קאפיטל
מיסטעריעזע קמיעות
דורך: הרב פנחס אליעזר הלוי דונר איבערגעזעצט אויף אידיש דורך: אפענער
די געשיכטע ביז יעצט: טראץ דעם וואס דער פאלשער משיח שבתי צבי האט זיך געטויפט צו
איסלאם אין ה'תכ"ו )1666( און איז געשטארבן אין ה'תל"ו )1676(, האבן געהיימע געזעלשאפטן פון
שבתאים וואס האבן נאך געגלייבט אין זיין משיח'ישער מיסיע געבליט אין קהילות לענגאויס אייראפע.
זיי זענען געבליבן אקטיוו ביז טיף אין אכצנטן יארהונדערט, און רבנים האבן כסדר געזוכט זיי אויפצודעקן
און אויסרייניגן.
איינער פון די בארימטע רבנים וועלכער איז געפאלן אונטער חשד איז געווען ר' יונתן אייבשיץ,
אין ה'תפ"ה )1725(. כאטש ער האט דעמאלט באוויזן אפצושלאגן די באשולדיגונגען, זענען זיי צוריק
ארויפגעשוואומען ווען מען האט אים באשטימט אלס דער הויפט-רב פון דער בארימטער טריפל-קהילה
מיט פינף און צוואנציג יאר שפעטער. קבלה קמיעות וואס ער האט ארויסגעגעבן זענען געעפנט געווארן,
און ר' יעקב עמדין האט דערקלערט אז ער האט דארט געטראפן רמזים אויף שבתי צבי.
טראץ דעם וואס זיין מיינונג נישט שבתאי’ש, אזוי אז די איז געגעבן געווארן מיט א תנאי טעמע זאל קענען געשליכטעט אז עס פארבלייבט א סוד, איז ווערן.
זיין פסק שנעל אנגעקומען צו אין געציילטע שעות האט די אויערן פון די קהילה פירער, די גאנצע טריפל-קהילה געהערט וועלכע האבן אים גערופן צו אן וועגן דער דרשה, און אזוי אויך ר' עמערדזשענסי זיצונג דינסטאג, יונתן. איינער פון זיינע שטיצער ז' שבט ה'תקי"א )1751(. דעם וואס איז געווען אנוועזנד ווען ר' קומענדיגן טאג האט ר' יעקב יעקב האט גערעדט האט דאס געהערט שרעקעדיגע שמועות, באריכטעט צום הויפט-רב. ר' אז שטיצער פון ר' יונתן גרייטן יונתן האט נישט פארלוירן קיין זיך אים צו שעדיגן, און מעגליך מינוט. ער האט גלייך גערופן די הרג'נען. אין רעאקציע האט ער קהילה פארשטייער צו זיין הויז עפנטליך גערופן אז ר' יונתן זאל און זיי געלאזט וויסן אז ר' יעקב אויפווייזן אז די קמיעות זענען האט עפנטליך גערעדט וועגן די
קמיעות און אים באשולדיגט אין זיין א שבתאי. אן צו פרובירן הערן וואס ר' יעקב האט צו זאגן וועגן דעם ענין, האט די קהילה פירערשאפט תיכף באשלאסן אז זיי קענען נישט ערלויבן פאר קיינעם, און ספעציעל נישט פאר איינעם פון ר' יעקב'ס מדרגה, אונטערצוגראבן די קהילה אויף אזא אופן.
מען האט געלאזט וויסן ר' יעקב דורך א שליח אז זיין צווייט באגעגעניש מיט דעם עקזעקוטיוון קאמיטעט שפעטער אין טאג איז אפגעזאגט
זייט 60
טעקסט
געווארן, און אז פון יעצט און ווייטער וועט ער מער נישט מעגן אפהאלטן דאס טעגליכע דאווענען אין זיין הויז, אזוי ווי ער האט געטון די לעצטע אכצן יאר. מען האט אויף אים אויך ארויפגעלייגט א הויז-ארעסט; אים פארבאטן צו פארלאזן זיין הויז ביז א ווייטערדיגער מעלדונג. דעם קומענדיגן אינדערפרי איז געמאלדן געווארן אין דער גרויסער שול אז ר' יעקב איז געלייגט געווארן אין חרם, און אז קיין איין מיטגליד פון דער קהילה טאר נישט האבן קיין שייכות מיט אים, אדער וועלן זיי אליין ווערן ארויסגעווארפן פון דער קהילה. דאס זעלבע איז פארגעליינט געווארן פאר ר' יעקב ביי אים אין שטוב שפעטער אין טאג. זיין ענטפער איז געווען פשוט און שארף: "די וואס האבן מיך געלייגט אין חרם זענען זעלבסט אין חרם, ווייל זיי האבן נישט נאכגעפאלגט די הלכה'דיגע פראצעדור איידער מיך לייגן אין חרם. זיי האבן געהאנדלט קעגן דער תורה און געמאכט א חוזק פון אידישקייט".
די טראציגע רעאקציע האט נאר געמאכט די קהילה פירער נאך מער אין כעס, און זיי האבן רעאגירט מיט'ן אראנזשירן אז די לאקאלע אויטאריטעטן זאלן אנולירן ר' יעקב'ס רעכט צו וואוינען אין אלטאנא. דעם קומענדיגן זונטאג האט מען אים באפוילן צו פארלאזן אלטאנא ביז זעקס חדשים, און קיינמאל מער
נישט צוריקצוקומען. מאנטאג זענען שוין געשטאנען וועכטער ביי ר' יעקב'ס הויז צו זיכער מאכן אז ער גייט נישט ארויס, און אז קיינער גייט נישט אריין. עס האט אויסגעזען ווי ר' יונתנ'ס שטיצער האבן געוואונען יענעם טאג, מיט ר' יעקב אינגאנצן נייטראליזירט און די סכנה צו דעם הויפט-רב'ס אויטאריטעט פאריבער.
אבער ווער עס וואלט געקומען צום דאזיגן אויספיר יענעם קאלטן שבט וואך, וואלט געווען אינגאנצן פארפירט. מען האט נישט געקענט אזוי גרינג אוועקמאכן ר' יעקב עמדין. פון זיין שטאנדפונקט האט די שארפקייט
שבתי צבי
פון דער רעאקציע צו זיין דרשה נאר באשטעטיגט דאס וואס ער האט שוין לאנג פארדעכטיגט: ר' יונתן אייבשיץ איז א געהיימער שבתאי וואס וואלט קיינמאל נישט געקענט דורכמאכן אן אביעקטיווע אויספארשונג אויף זיינע קמיעות. דעריבער, טראץ די אומגלויבליכע כוחות וואס זענען געשטאנען קעגן ר' יעקב, און מעגליך טאקע צוליב זיי, האט זיין פולשטענדיגע איבערצייגונג אז ער איז גערעכט אים געטריבן פאראויס, ווי אויך זיין איבערצייגטקייט אז דער אמת וועט סוף כל סוף טריאומפירן. ווען קיינער פון די קהילה
זייט 61
טעקסט
מיטגלידער האט אים נישט געוואלט פארטיידיגן אדער זיך אננעמען פאר אים צוליב דער סכנה פונעם חרם, האט ר’ יעקב באשלאסן זיך צו ווענדן צו דריי רבנ'ישע חברים מיט א בקשה פאר הילף. אין א דעטאלירטן בריוו האט ער פארזיכטיג באשריבן די לעצטע געשעענישן, און געשילדערט ווי זיין איינגעהאלטענע רעאקציע פון אנהייב האט געפירט צו די שטרענגע מיטלען קעגן אים. די דריי אדרעסירטע זענען געווען: ר’ שמואל הילמאן, ר’ יונתנ'ס נאכפאלגער אלס הויפט-רב אין מעץ; ר’ אריה לייב פון אמסטערדאם, פארהייראט צו ר’ יעקב'ס שוועסטער; און ר’ יעקב יהושע פאלק, דער הויפט-רב פון פראנקפורט, בארימטער מחבר פון "פני יהושע", און אן קיין ספק דער מערסט-געשעצטער רב אין דייטשלאנד, און מעגליך איבער גאנץ אייראפע.
ר’ יעקב האט נישט געשוויגן. ער האט באצייכנט די מערכה ווי א "מלחמת קודש", און האט באשולדיגט ר’ יונתן - וועמען ער האט מיט פאראכטונג גערופן "אייבשיץ" - אין "סקאנדאליעזער אויפפפירונג" און "גאטלאזע איבערצייגונגען". ר’ יעקב האט באהויפטעט אז ער האט שוין לאנג געוואוסט וועגן ר’ יונתנ'ס שבתאי'שע נייגונגען, כאטש ער האט זיך נישט קעגנגעשטעלט ר’ יונתנ'ס באשטימונג פאר הויפט-רב כדי צו פארמיידן
די קהל'ישע מחלוקת וואס דאס וואלט פאראורזאכט. זיין טאלעראנץ פאר ר’ יונתן האט זיך אבער דראמאטיש געענדערט ווען די שבתאי'שע קמיעות און ארויסגעקומען, זענען ספעציעל ווען ר’ יונתן איז געווען אומפעאיג אדער אומווילנדיג צו געבן סיי וועלכע ערקלערונג זיך ריינצואוואשן.
אלע דריי בריוו האבן זיך געענדיגט מיט דעם זעלבן קלארן סיכום וואס האט ערקלערט פארוואס ר’ יעקב רופט זיינע חברים צו האנדלען שנעל און אנטשלאסן: "אויב, חס ושלום, וועלן מיר בלייבן שטיל, וואס וועלן מיר ענטפערן פאר די קומענדיגע דורות ווען זיי וועלן פרעגן, 'פארוואס האט איר געלאזט דעם מכשול בלייבן, און פארנאכלעסיגט אייער פליכט עס אויסצוראטן?' מיר מוזן זיין מוטיג! מיר מוזן זיין שטארק פאר אונזער פאלק און פאר השי"ת! מיר מוזן מפרסם זיין די תועבה ווייט און ברייט, כדי די קרענק זאל זיך נישט פארשפרייטן! און אויב וועלן מיר דאס טון, בין איך זיכער אז דער אייבערשטער אליין וועט אונז באצאלן פאר אט דעם ריכטיגן אקט."
די בריוו זענען געשיקט געווארן אין געהיים, און האבן זיך לאנגזאם דורכגעוויקלט איבער אייראפע. אינצווישן איז ר’ יעקב ווייטער געווען אונטער הויז-ארעסט, מיט דער לאקאלער פאליציי ביי זיין טיר צו פארמיידן
סיי וועלכע פארבינדונג מיט דער דרויסנדיגער וועלט.
אין אנהייב האט אויסגעזען אז דער פלאן אפצוזונדערן ר’ יעקב און זיינע שטיצער און ארויפצווינגען דעם ווילן פון דער קהילה פירערשאפט אויף דער גאנצער קהילה, איז ערפאלגרייך. אבער מיט דער צייט איז געווארן קלאר אז עס איז נאך פארבליבן א וויכטיגע פראבלעם. כאטש די שריט קעגן ר’ יעקב האבן אפגעשטעלט די קעגנערשאפט, האט דאס גארנישט געטון צו באהאנדלען דעם פאקט אז ר’ יונתן איז אפן באשולדיגט געווארן אין אפיקורסות דורך א חשוב'ן, געשעצטן קהילה מיטגליד. ר' יונתן האט גארנישט געטון אפצואווארפן די באשולדיגונגען, און אפילו צווישן דער קהילה פירערשאפט זענען געווען אזעלכע וואס האבן געשפירט אז די ספקות דארפן זיך ענדיגן. און עס איז געווען בלויז איין מענטש וואס האט דאס געקענט טון: ר’ יונתן אליין.
א דעלעגאציע פון קהל'ישע נכבדים האט זיך געטראפן מיט ר’ יונתן און געבעטן אז ער זאל רעדן ביי א פובליק פארזאמלונג ווי שנעלער. ער וועט דאן דארפן קלאר אפווארפן ר’ יעקב'ס באשולדיגונגען, ערקלערן פאר דער קהילה ווי אזוי ר’ יעקב האט בכלל געקענט קומען צו אזא שרעקליכער מסקנא, און דאס וויכטיגסטע פון אלעם, ר’ יונתן וועט דארפן ניצן זיין אויפטריט
זייט 62
טעקסט
עפנטליך אפצולייקענען שבתי צבי און שבתאות. ביז יעצט האט זיך ר’ יונתן צוריקגעהאלטן פון רעאגירן עפנטליך צו די באשולדיגונגען, גלייבנדיג אז דאס וואלט געווען אונטער דער ווירדע פון זיין פאזיציע, אבער נאכ'ן הערן פון פריינט און שטיצער ווי וויכטיג עס איז, האט ער מסכים געווען צו געבן די רעדע אום זונטאג, כ"ו שבט תקי"א.
האבן וואס מודעות אנגעזאגט די רעדע זענען אויפגעהאנגען געווארן איבער דער גאנצער שטאט. דער אוונט איז אנגעקומען, און די שול איז געווען איבערגעפולט ביז'ן לעצטן זיץ. דער הויפט-רב איז געזעסן אויבנאן, ארומגענומען מיט די שטאטישע דיינים און דעם עקזעקוטיוון קאמיטעט. נאך מנחה האט ר’ יונתן זיך לאנגזאם דערנענטערט צום עמוד. וואו ער האט נאר געקוקט זענען געווען ערווארטנדע פנימ'ער. אפילו די עזרת נשים איז געווען פול, אינדרויסן, אין דעם פארצימער פון שול, האבן זיך פארזאמלט נאך הונדערטער מענטשן, האפנדיג צו הערן, ווי שוואך עס זאל נאר זיין, וואס ר’ יונתן גייט זאגן.
די רעדע איז געווען אויסערגעווענליך. ר' יונתן האט שטענדיג גוט גערעדט, אבער דאסמאל האט ער זיך אליין איבערגעשטיגן און געגעבן די רעדע פון זיין לעבן. ער האט אנגעהויבן מיט באמערקונגען וועגן דוד המלך און זיין רעבעלישן
זון אבשלום וועלכער האט צוזאמען א רייע מקורות און פרובירט איבערצונעמען זיין געדאנקען, אלע פארשטארקט פאטער'ס פלאץ אלס קעניג פון אראטארישער זיין מיט די אידן - כאטש וואס זיין פאטער פעאיגקייט מיט וועלכער ער איז איז געווען דער מענטש וואס געווען אזוי בארימט, האט ר' איז באשטימט געווארן פון גאט יונתן געמאלן א לעבעדיג בילד צו פירן דאס פאלק. פלעכטנדיג וואס האט אים פארגעשטעלט
ר’ יעקב עמדין האט פארעפנטליכט פיל ספרים און קונטרסים וועלכע האבן באשריבן ר’ יונתן אייבשיצ'ס געהיימע שבתאי'שע זייט, און אויך געגעבן זיין זייט פון דעם קאמפיין קעגן ר’ יונתן. איינע פון די ערשטע אזעלכע פארעפנטליכונגען איז געווען "עקיצת עקרב", פובליצירט אין 1752. דער שער בלאט צייגט אן אז עס איז געדרוקט געווארן אין אמסטערדאם, אין דער ווירקליכקייט איז עס אבער געדרוקט געווארן אין אלטאנא.
זייט 63
טעקסט
ווי דער ליידנדער מלך דוד פון זיין דור, וועלכער איז אויסגעשטעלט צו דער ברוטאלער אטאקע פון א רחמנות'לאזן אבשלום.
נאכדעם וואס ער האט איינגעפלאנצט די סימעטריע פעסט אין די מוחות פון די צוהערער, האט ר' יונתן זיך געוואנדן צו דער צענטראלער טעמע פון זיין דרשה, און צום ערשטן מאל אין מער ווי פינף-און-צוואנציג יאר זיך דירעקט באצויגן צו דער קאכעדיגער טעמע איבער זיין אנגעבליכער פארבינדונג מיט שבתאות: "מיינע פריינט, איך בין נישט געקומען היינט אייך צו געבן א דרשה. איך בין געקומען היינט ווייל מען האט מיך פארשווארצט; עס דרייען זיך ארום קלאנגען אז איך בין א מיטגליד פון דער סעקטע פון שבתי צבי, ימח שמו.
"ווען עס וואלט נאר געווען וועגן מיין כבוד, וואלט איך אפשר גארנישט געזאגט. אבער דער ענין רירט אן דעם כבוד פון מיינע הייליגע עלטערן, און עס רירט אויך אן דעם כבוד פון מיינע תלמידים, פון וועלכע פיל זענען אליין געווארן גרויסע רבנים און תלמידי חכמים. ווי קען איך דערלאזן אז מען זאל זאגן אז זייער רבי איז א שארלאטאן, אז דער קוואל פון וועלכן זיי האבן געטרונקען איז געווען פאר'סמ'ט? אבער וויכטיגער פון אלעם, איז דער כבוד פון דער תורה אליין. ווי קען איך לאזן די תורה ווערן פארשוועכט? וואלט
דאס נישט געווען דער גרעסטער חילול השם ווען איך זאל אזא זאך צולאזן?
"איך מוז דעריבער נעמען דעם אייבערשטן אליין אלס מיין עדות, און דערקלערן קלאר און איינדייטיג: איך בין אינגאנצן ריין פון אלע באשולדיגונגען קעגן מיר! סיי יעצט און סיי אין דער פארגאנגענהייט בין איך קיינמאל נישט געווען פארמישט מיט דער סעקטע וואס גלייבט אין שבתי צבי!"
א קאלעקטיווער אטעם-כאפ האט זיך געהערט פון די צוהערער. דעם הויפט-רב'ס דערקלערונג איז געווען אומצוויידייטיג. עס איז געווען א פולשטענדיגע אפלייקענונג. און דאך, עפעס האט דא נישט געשטימט. וואס איז מיט ר’ יעקב'ס באשולדיגונגען? האט דען נישט ר’ יעקב באמערקט קלארע שבתאי'שע רמזים אין דער קמיע וואס ער האט אונטערזוכט? פארוואס זאלן די רמזים דארט זיין אויב - ווי זיי האבן יעצט געהערט - איז ר’ יונתן נישט קיין שבתאי?
ר’ יונתן האט אויסגעזען גרייט פאר דער פראגע, און האט איר באלד אדרעסירט: "עס קענען זיין צווישן אייך אזעלכע וואס וואונדערן זיך ווי אזוי מען קען מיך באשולדיגן אין אפיקורסות אויב איך בין ריין דערפון. דער ענטפער איז פשוט: מיינע באשולדיגער האבן נישט קיין אנונג וואס זיי רעדן!
איך וואלט געווען באזארגט ווען זיי וואלטן געהאט די וויסנשאפט וואס מען דארף האבן מיך צו באשולדיגן, אבער זיי האבן עס נישט. לאזט אייך נישט נארן בלויז ווייל זיי זענען תלמידי חכמים, זיי האבן אינגאנצן נישט קיין הינטערגרונט אין קבלה, און האבן נישט קיין באגריף ווי אזוי א קמיע דארף געשריבן ווערן. נאר אן אמת'ער מומחה אין קבלה ווייסט ווי אזוי די ווערטער און די אותיות אין א קמיע זענען פארבונדן איינס מיט'ן צווייטן. "דער צוזאמענשטעל פון א קמיע איז א קאמפליצירטער סוד, באקאנט פאר זייער ווייניג מענטשן, איבערגעגעבן דורך די מייסטער פון קבלה צו אן ענגן צאל פון זייערע תלמידים. נאר א נאר קען זיך איינרעדן אז ער פארשטייט דעם באדייט פון קמיעות אויב ער איז קיינמאל נישט געלערנט געווארן אין זייער צוזאמענשטעל. אותיות און ווערטער וואס זעען אויס צו זאגן איין זאך, קענען מיינען אינגאנצן עפעס אנדערש - און זיי וואלטן דאס קיינמאל נישט געוואוסט. אפשר מיינען מיינע שונאים גוט, און איך האב נישט קיין קפידא אויף זיי אויב איז עס אזוי. אבער איין זאך ווייס איך: זיי זענען זיך טועה, און איך בין אומשולדיג. פשוט און גראד."
דערנאך, מיט א שטימע וואס האט אנגעפולט די שול און האט זיך קלאר געהערט אויך צו די וואס זענען געשטאנען
זייט 64
טעקסט
אינדרויסן, האט ר’ יונתן פארענדיגט זיין רעדע מיט די פאלגנדע מאכטפולע ווערטער: "זאל דער אייבערשטער מיך שטרענג משפט'ן אויב איך בין אמאל געווען א טייל פון דער שבתאי'שער סעקטע. זאלן פייער און פלאמען אראפקומען פון הימל און מיך פארניכטן אויב איך האב אמאל אריינגעשטעלט שבתי צבי'ס פארשאלטענעם נאמען אין סיי וועלכער פון מיינע קמיעות. זאלן אלע קללות וואס זענען רעזערווירט פאר אפיקורסים מיך טרעפן אויב איך האב אמאל פרובירט צו פארפירן מענטשן צו אפיקורסות אדער צו אמונות וואס גייען קעגן אונזער הייליגער תורה. ווייל די וואס פאלגן שבתי צבי זענען שלעכטע מענטשן, און זייער אנוועזנהייט צווישן אונז איז א גרויסע סכנה. איך שליס מיך אן מיט'ן גאנצן הארץ מיט אונזערע גרעסטע רבנים וואס זאגן אז די רשעים
צוריקגעקערט צו זיין פלאץ. צענדליגער מענטשן האבן זיך געשטופט ארום אים, גארנדיג אים צו געבן די האנט און גראטולירן פאר זיין געלונגענער
די געמיטער, האט ר’ יונתנ'ס רעדע געשאפן א נייעם שטאפל פון שפאנונג אין דער קהילה. ר’ יונתן האט באהויפטעט - אן דערמאנען ביים נאמען - אז ר’
שבתי צבי כמלך מלכי המלכים שמתחתיו יושבים עשרת השבטים בספר תפילות של נתן
דארפן עפנטליך אידענטיפיצירט ווערן און געלייגט אין חרם. זיי זענען שווינדלער און מהרסים פון אונזער אמונה וואס קענען נישט האבן קיין חלק אין אונזער גאולה. לאמיר בלייבן שטאנדהאפטיג אין אונזער אמונה, און אין אונזער הייסער האפענונג פאר דער אמת'ער גאולה, אזוי אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין א טייל דערפון, במהרה בימינו, אמן!"
די גאנצע קהילה האט געענטפערט אינאיינעם "אמן!" און ר’ יונתן האט פאמעליך זיך
העזתי מהולנד 1666
רעדע. נאך שפעט אין דער נאכט האט די שול ווייטער געברומט מיט דער ענערגיע וואס זיינע ווערטער האבן באשאפן. ענדליך האט אויסגעזען ווי די פרשה איז פאריבער און די לופט איז ריין געווארן פון די שמועות און דראמא וואס האבן געפלאגט די קהילה פאר אזויפיל חדשים. אבער אנשטאט צו בארואיגן
יעקב עמדין ווייסט גארנישט וועגן קבלה אדער דעם צוזאמענשטעל פון קמיעות. בעת די וואס האבן אים נישט געקענט האבן זיך מעגליך פארגעשטעלט אז דאס איז אמת, האבן אבער ר’ יעקב'ס נאנטע פריינט און באקאנטע אים געקענט אלס א באהאוונטער מקובל. די טענה אז ר' יעקב איז נישט קוואליפיצירט אונטערצוזוכן א
זייט 65
טעקסט
קמיע, אדער אז ער האט נישט קיין "הינטערגרונט" אין קבלה, איז געווען פאר זיי אבסורד און אויסגעזען זייער פארדעכטיגט. דעריבער, טראץ ר’ יונתנ'ס איינדרוקספולער, רעטארישער פרעזענטאציע, איז עס פאר ר’ יעקב'ס שטיצער געווען נישט מער ווי א נישט איבערצייגנדיגער פרואוו זיך פארצושטעלן אלס דער איינציגער קוואליפיצירט צו פארשטיין דעם אינהאלט פון קמיעות, אזוי אז סיי וועלכע ערקלערונג אלטערנאטיווע איבער די קמיעות קען מען תיכף אפווארפן.
די צעטיילונג אין דער קהילה האט זיך אנגעהויבן פארשטארקן ווען די זארגן זענען ארויסגעברענגט געווארן. פאר ר’ יונתנ'ס שטיצער איז נישט געווען וואס ווייטער צו דיסקוטירן. ר’ יונתן האט זיך עפנטליך ערקלערט, ער האט אפגעווארפן צופרידנשטעלנד זיינע באשולדיגער, און ער האט קלאר פארדאמט שבתאות. אבער פאר די אין דער קהילה וואס זענען געווען סקעפטיש, האבן זיך זייערע זארגן וועגן ר’ יונתן נאר פארמערט נאך זיין רעדע. זיי זענען אויך געווען ברוגז אויף ר’ יעקב'ס אנגייענדן הויז-ארעסט, און די פולשטענדיגע אפשטעלונג פון סיי וועלכן שמועס איבער די קמיעות. אן אויפרייס האט אויסגעזען אומפארמיידליך. די געמיטער זענען געווען צעהיצט, און דער כעס האט זיך געקאכט
אונטער דער אויבערפלאך. דער אויפרייס איז געקומען כ"ב אייר תקי"א, בשעת'ן דאווענען שבת אין גרויסן שול. דער חזן, משה קאסוויץ, א באקאנטער שטיצער פון ר’ יעקב, האט זיך געלאזט צום חזנ'ס שטענדער אנצוהייבן פירן דאס דאווענען. אבער ווען ער איז אנגעקומען צום פארנט פון שול, האבן דריי פון ר’ יונתנ'ס שטיצער אים בלאקירט זיין וועג.
"אנטשולדיגט," האט ער געזאגט, און פרובירט דורכצוגיין. "דו גייסט נישט אין ערגעץ, יונגערמאן," האט איינער פון זיי געזאגט, "דו ביסט אן עקלדיגער מענטש, און עקלדיגע מענטשן קענען נישט פירן אונזער קהילה דאווענען." "וואס רעדסטו?" האט ער געפרעגט. ער האט זיי שארף אנגעקוקט, און זיי האבן צוריקגעקוקט. "ווי וואגסטו זיך צו שטיצן דעם שונא פון אונזער הויפט-רב, דעם מחרחר ריב יעקב עמדין? קלערסט טאקע אז מיר ווילן איינעם ווי דיר אלס חזן פון אונזער קהילה? מיר ווילן דיך נישט! גיי צוריק צו דיין פלאץ! אדער נאך בעסער - פארלאז די שול און קום קיינמאל נישט צוריק!"
ביי דעם פונקט האבן זיך שוין אנדערע אריינגעמישט. זיי האבן אנגעהויבן זיך קריגן מיט די דריי שטיצער, און פרובירט העלפן דעם חזן זיך דורכשטופן צום עמוד. מענטשן האבן געשריגן איבער דער שול איינער צום
צווייטן, און צו דער סצענע פון דעם אינצידענט. פלוצלונג האט איינער פון די דריי מענער געגעבן דעם חזן א פאטש אין פנים. קאסוויץ איז געפאלן צו דער ערד, זיין מויל פארבלוטיגט. "דאס איז וואס פאסירט מיט איינעם וואס באליידיגט דעם גרעסטן תלמיד חכם אין אונזער דור!" דער אטאקירער האט געשמייכלט מיאוס, און דערנאך געשפיגן אויפ'ן פארטומלטן חזן. זיך האט קאסוויץ געמוטשעט אויפצושטיין, ווען בלוט טריפט פון זיין מויל. אין יענעם מאמענט האט איינער פון דעם חזנ'ס פריינט, א גרויסער ברייטער מענטש, אנגעכאפט דעם אטאקירער ביים האלז און אנגעהויבן אים ארויסשלעפן פון שול, אים געבנדיג פעטש אויפ'ן פנים. אנדערע האבן זיך יעצט אויך אריינגעמישט, און פלוצלינג איז די שול אריינגעפאלן אין א היציגן טומל. מענטשן וואס האבן מינוטן פריער רואיג געדאוונט אויף זייערע פלעצער האבן יעצט געשריגן באליידיגנדיגע באמערקונגען איינער צום צווייטן, און זיך געשטויסן און געשלאגן. קליינע קינדער האבן געוויינט ווען זיי האבן געזען זייערע ווילד-אויגיגע טאטעס זיך אויפפירן ווי חיות. עלטערע מענטשן האבן זיך צוזאמענגעדרוקט אין די בענק, מורא האבנדיג זיך צו רירן. די סיטואציע איז געווען פולשטענדיגער כאאס.
אין עטליכע מינוטן איז די
זייט 66
טעקסט
לאקאלע פאליציי אנגעקומען גיין קיין אמסטערדאם, וואו ער זייער טרויעריג. ווי אזוי האט ער אפצושטעלן די געוואלדטאטן.
וועט וויילן ביי זיין שוועסטער זיך דערקייקלט צו אזא נידריגן זיי האבן אויסגעליידיגט די שול און שוואגער ביז די סיטואציע פונקט? ער האט א צי געטון מיט פון מענטשן און פארלאנגט אז וועט זיך בארואיגן. ער האט די פלייצעס און געשאקלט מיט'ן זי זאל בלייבן פארשלאסן ביז די אינפארמירט דערויף די לאקאלע קאפ ווען ער האט גענומען זיין קהילה פירערשאפט וועט קענען אויטאריטעטן, אבער זיי האבן פלאץ אין דער קארעטע וואס גאראנטירן שלום. אבער עס איז אים געווארנט אז פארלאזן די וועט אים ארויספירן פון שטאט. נישט געווען קיין גאראנטיע.
שטאט וועט נישט זיין פשוט.
ער האט געכאפט א לעצטן בליק די שטימונג אין דער קהילה איז אין זיין היים איז ער כאטש אויף זיין ווייב און קינדער וואס געווען צו אומסטאביל. דערווייל געווען עטוואס פארזיכערט, שטייען פארלוירן אויף דער גאס האבן די שולן געדארפט בלייבן באשיצט דורך דער לאקאלער אונטער דער בלאסער לבנה-ליידיג בעת יעדע פראקציע פאליציי מאכט. איינמאל ער ליכט. ווי אזוי וועט דער קאשמאר האט אנגעהויבן דאווענען אין וועט זיך ארויסלאזן אינדרויסן זיך אמאל ענדיגן?
קליינע גרופעס אין מענטשנ'ס איז דא אן אמת'ע געפאר אז אין קומענדיגן קאפיטל: די היימען. אבער אפילו די ער קען אטאקירט אדער אפילו קאנטראווערסיע פארשפרייט פונאנדערטיילונג איז נישט געווען גע'הרג'עט ווערן. דעריבער איז זיך ווען דער הויפט-רב פון מעץ גענוג צו פארמיידן אויסברוכן פון באשלאסן געווארן אז ער וועט שטעלט צו באווייזן צו שטיצן געוואלדטאטן. נאכאמאל און אוועקפארן מוצאי שבת ביי ר’ יעקב'ס באשולדיגונגען, נאכאמאל האבן באליידיגנדיגע חצות, ווען די ווייניגסטע מענטשן בעת ר’ יעקב יהושע פאלק פון באמערקונגען געזאגט אין פובליק זענען אנוועזנד אויף די גאסן, פראנקפורט ווערט פארמישט געפירט צו היציגע גאסן געשלעגן.
און כדי נאך מער צו מינימיזירן און נעמט איבער די פירערשאפט די קהילה איז ממש ווי צעפאלן.
סיי וועלכע מעגליכקייט פון אין דעם קאמפיין קעגן ר’ יונתן. אנטדעקונג, וועלן זיין ווייב און ווען דער קריזיס האט זיך גאנץ שנעל ווערט דער קעניג קינדער פארבלייבן אויפ'ן ארט.
פארשטארקט, האבן ר’ יונתנ'ס פון דענמארק אריינגעצויגן שטיצער אנגעהויבן עפנטליך דאס געזעגענען זיך מיט אין דעם געפעכט, אזוי אויך סטראשען ר’ יעקב, ווער זיי זיינע פריינט און משפחה איז אן אפגעפארענער אידישער האבן געגלייבט שטייט אקטיוו געווען זייער עמאציאנעל. ר’ פארטיידיגער פאר ר’ יונתן. דאס הינטער די אומרוען. ווען ר’ יעקב יעקב האט געבענטשט זיינע וואס האט זיך אנגעהויבן אלס א האט דאס געהערט האט ער וויינענדיגע קינדער און דערנאך לאקאלע קהילה מחלוקת האט מיט ווידערווילן באשלאסן אז ארויפגעקוקט אויף זיין הויז.
זיך געגרייט צו אנטוויקלען אין ער האט נישט קיין ברירה נאר וועט ער עס נאך אמאל זען?
אן אינטערנאציאנאלן סקאנדאל. באלד צו פארלאזן אלטאנא און די סיטואציע האט אויסגעזען
דער ארטיקל איז געשריבן געווארן אריגינעל אין ענגליש דורך הרב פנחס אליעזר הלוי דונר און איז געווארן איבערגעזעצט אויף אידיש דורך "אפענער" אויף "קרעמל". הרב דונר איז דער רב אין קהל יאנג איזראעל אין נארט בעווערלי הילס קאליפארניע, און איז א באקאנטער היסטאריקער און באגאבטער רעדנער.
הרב דונר'ס וועבסייט: https://rabbidunner.com מען קען זיך פארבינדן מיט'ן רב אויף דעם פאלגנדן אימעיל אדרעס: [אימעיל] אויך קען מען אים נאכפאלגן אויף אלע סאציאלע מידיא.
זייט 67
טעקסט
(קיין טעקסט אויף דעם זייט)
זייט 68
טעקסט
געספאנסערט דורך:
לזכות ולאות ידידות לכבוד רבי, אלופי ומיודעי,
דער גבאי צדקה אליין
אוצר בלום ומעיין הנובע תורה וחכמה, אשר בענוותנותו מתעטף באדרת ההסתרה בשם
ווארפט אריין א נדבה'לע אז "כוואליעס" זאל קענען ווייטער
"מי אני" שליט"א
אנגיין. די הוצאות פון דער יעצטיגער פארגרעסערטער פסח אויסגאבע איז
בברכת יפוצו מעיינותיך חוצה,
עלו למעלה מראש, ווארפט אריין וואס איר קענט אויף:
ידידך הלו"י
s https://ko-fi.com/chvalye
אזוי אויך קענט איר שטיצן "כוואליעס" דורכ'ן איינקויפן די הערליך
אייער הנצחה
קאלירטע אויסגאבע אויף אמאזאן.
קען זיין דא
"כוואליעס" נעמט אויך אן
פאר 125$
אדווערטייזמענטס וואס וועלן געזען ווערן דורך טויזנטער אויגן, שיקט אן שיקט אריין אייער ווארעמע נדבה אויף אימעיל צו chvalyes1@gmail.com https://ko-fi.com/chvalyes פאר מער פרטים.
מען קען קויפן הנצחות, אויב איר ווילט בלייבן אנאנים ביים הנצחה פרייזן:
אדווערטייזמענטס, שענקען א נדבה, ביטע ניצט די קרעדיט גאנצע אויסגאבע מיט פולן הנצחה בלאט: 500$ קארד אפציע און לייגט אריין אן אנאנימען און באשטייערן קלענערע נדבות אויף נאמען און אימעיל אדרעס )אויב ניצט איר האלבע אויסגאבע מיט האלבן הנצחה בלאט: 250$ דעם פאלגנדן לינק:
די PayPal אפציע וועלן מיר קענען זען דעם פערטל אויסגאבע מיט פערטל הנצחה בלאט: 125$ https://ko-fi.com/chvalyes נאמען פון דעם PayPal אקאונט(.
כוואליעס
אריגינעלער אידישער אינהאלט
סקען דעם QR קאוד פאר אלע "כוואליעס" לינקס, אריינגערעכנט דעם קא-פי נדבות לינק:



































































