כוואליעס נומער 8 — חנוכה תשפ"ו
יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ענגליש) קען עס זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער.
- א ווארט פון דער רעדאקציע
- שירה אין אידישער ליטעראטור — דורך: פעדער
- ווי וויכטיג איז אמונה? — דורך: שניאור ריבנר
- א געשעפט — דורך: עקיבא הארטמאן
- אין קומענדיגן גלגול — דורך: חבקוק
- רבי יצחק עבאדי שליט"א ביאגראפיע
- הַּסוד הָאָפֵל — דורך: מיימון
- מיין גט — דורך: פרידא וויזעל איבערגעזעצט דורך: שושני
- שטריימל, שפיצל, און שווערע שטותים — דורך: הבל וריק
- מיין צווייטע כפירה: צי זענען אלע מענטשן אייניג? — דורך: איזי פאזען
- חכמות חיצוניות — דורך: מיימון
- א ווייסער סוויטש — דורך: עובדיה
- פרעג דעם רב
- היסח הדעת — דורך: לעא XVI
- א נאכט אין הילבערט'ס האטעל — דורך: אלפא
- גלאָסאַר
- די מעץ קמיעות: א היסטארישער אנאליז — דורך: אפענער
- זשאַריכאַ — דורך: יונָה מָצְאָהׂJonahMatzׂ@:
זייט 1
טעקסט
כוואליעס
אריגינעלער אידישער אינהאלט
גליון ח' - חנוכה תשפ"ו
צום צוואנציגסטן יארטאג: אצ ושם מצועווס אמניצטי גדיס אטרןו ייסאגערבטערא גפ: ון א שמועס מיט די ארויסגעבער פון
א געשעפט
זשאַריכאַ | יונה מצאה זשאַריכא ַ| יונה מצאה דער ערשטער פילם פראדוצירט און דער ערשטער פילם פראדוצירט און געשפילט דורך היימישע יונגעלייט געשפילט דורך היימישע יונגעלייט מיין צווייטע כפירה | איזי פאזען מיין צווייטע כפירה | איזי פאזען א נאכט אין הילבערט'ס האטעל | אלפא א נאכט אין הילבערט'ס האטעל | אלפא א ווייסער סוויטש | עובדיה א ווייסער סוויטש | עובדיה חכמות חיצוניות 5# | מיימון חכמות חיצוניות 5# | מיימון ווי וויכטיג איז אמונה? | שניאור ריבנר ווי וויכטיג איז אמונה? | שניאור ריבנר אין קומענדיגן גלגול | חבקוק אין קומענדיגן גלגול | חבקוק
דאעמרת האליכבהע'רדיגער
כאןש קריויןת
דער הלכה'דיגער אמת איבער
כשרות
מיין | פרגידא וויטזעל
אן קיין סימבאל
מייפןרידא וויזעל | שושני
סימבאל גט
| הרב אהרן עבאדי אן איבערזעצונג | הרב אהרן עבאדי
זייט 2
טעקסט
א ווארט פון דער רעדאקציע
שמן זית זך
אבער דער אמת איז אז פון עפל'ס שטאנדפונקט זענען זיי בכלל נישט אין דער קאטעגאריע פון די אלע אנדערע. אין דער צייט וואס אלע אנדערע מאכן ווען "עפל" אנאנסירט א נייעם פראדוקט, וועלן "סמארטפאונס" און "לעפטאפס", טענה'ט עפל אז זיי אלעמאל זאגן אז דער נייער טעלעפאן, לעפטאפ, זיי מאכן "אייפאונס" און "מעקבוקס". און אז מען אדער עירפאד איז די "מערסט פארגעשריטענע" און קוקט זיך אן אלס אן אנדער קאטעגאריע פון יעדן "בעסטע" וואס מיר האבן נאר אמאל געמאכט; עס אנדערש, איז בכלל נישט רעלעוואנט זיך צו מעסטן קומט מיט טשיפס און פיטשעווקעס מיט אנדערע. מען קוקט אויף דער וואס זענען די בעסטע, שטערקסטע, קאטעגאריע אין וואס מען איז אליין און גרעסטע וואס מיר האט נאר
מיר האפן אז
עוסק און מען דעקלארירט: "דאס איז אמאל פראדוצירט. אזוי זאגן זיי אין
איר און אייער
דער בעסטער אייפאון פון סיי ווען!" די דרשות, פאר סאציאלע מידיע
פאמיליע וועלן
"כוואליעס" איז אזא סארט באאיינפלוסער, אויפ'ן וועבסייט -
הנאה האבן פון
קאטעגאריע. מיר פארגלייכן זיך נישט יעדער וואס האט נאר די מינדעסטע
די הערליכע
מיט קיין שום אנדערע היימישע אינטערעסע אין "עפל" ווייסט אז
ארטיקלען
אידישע אויסגאבעס; דאס איז שמן זייער נייער פראדוקט איז אזוינס
אין אט דער
זית זך, אויסדערוועלט און לויטער וואס האט נאכנישט עקזיסטירט,
"כוואליע",
פונעם שפיץ בוים. מיר פובליצירן נישט אמווייניגסטנס אין דער "עפל"
וואס אין יעדן
אן "אויסגאבע" - מיר פובליצירן א וועלט.
"כוואליע", און די דאזיגע "כוואליע"
פון זיי איז
אבער וואספארא מעסטער איז וואס איר האלט אין האנט איז דער
אריינגעגאנגען
דאס דען בכלל: "די בעסטע וואס מיר בעסטער, גרעסטער, און שענסטער
גאר אסאך
האבן נאר אמאל געמאכט"? פארוואס נומער וואס מיר האבן פובליצירט ביז
כוחות, צייט, און
זאל דאס איינעם משכנע זיין צו קויפן היינט.
דעם נייעם "עפל" פראדוקט? עס איז
געלט עס זאל
מיר האפן אז איר און אייער טאקע דיין בעסטע, אבער אפשר
ארויסקומען א
פאמיליע וועלן הנאה האבן פון די האט סעמסאנג אדער גוגעל עפעס
דבר השלם
הערליכע ארטיקלען אין אט דער בעסערס?
זייט 3
טעקסט
"כוואליע", וואס אין יעדן פון זיי איז די קומענדיגע אויסגאבע וועט
יא! איר קענט
אי"ה ערשיינען לכבוד דעם יום טוב אריינגעגאנגען גאר אסאך כוחות,
אויך זען אייער
פסח; א פארגרעסערטע אויסגאבע צייט, און געלט עס זאל ארויסקומען
אייגענעם
מיט הערליכן חומר וואס איר וועט א דבר השלם.
נישט טרעפן ערגעץ אנדערש. דער
ארטיקל
"כוואליעס" איז דא אייך מהנה דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען איז
געדרוקט אין
צו זיין מיט הויכער קוואליטעט ליין זונטאג ויקהל-פקודי, מערץ 8.
דעם הערליכן
מאטעריאל, אבער מיר זענען אויך פאר שמועסן איבער ארטיקלען
"כוואליעס"
דא אייך צו העלפן פובליצירן. יא!
אין דער יעצטיגער און פריערדיגע איר קענט אויך זען אייער אייגענעם
פארמאט
אויסגאבעס באזוכט די דעזיגינירטע ארטיקל געדרוקט אין דעם הערליכן אויפ'ן אפטיילונג "כוואליעס"
"כוואליעס" פארמאט. אויב שפירט "קרעמל" וועבזייטל:
איר אז איר האט עפעס וואס קען -https://kraimel.community.forum/search מהנה זיין די ליינער, ביטע שיקט עס אריין צו דער forums/chvalyes רעדאקציע. מיר זענען דא אייך צו העלפן מיט פידבעק האט א פרייליכן חנוכה און ליינט מיט הנאה! און מיר וועלן העלפן רעדאגירן פאסיגע ארטיקלען
די רעדאקציע
אויף א העכסט פראפעסיאנעלן פארנעם. עס וועט אונז זיין א כבוד צו פובליצירן אייערע ווערק.
רעדאקציע אינפארמאציע
סקען דעם QR קאוד פאר אלע אויבנדערמאנטע לינקס:
צו באקומען די קומענדיגע אויסגאבעס אין אימעיל ביטע שרייבט אייך איין אויף דעם פאלגנדן לינק:
https://lp.constantcontactpages.com/sl/832nQLo איר קענט אונז נאכפאלגן אויף טעלעגראם און X מיט דעם הענטל @chvalyes זיך צו פארבינדן מיט דער רעדאקציע ביטע שיקט אן אימעיל צו m chvalyes1@gmail.co אדער שיקט א הודעה צו אונזער "כוואליעס" ניק אויף "קרעמל"
זייט 4
טעקסט
שירה אין אידישער
ליטעראטור
דורך: פעדער
פארווארט
געזאנג פארנעמט גאר א פראמינענט ארט אין אידישן לעבן. מיר באניצן זיך מיט געזאנג ארויסצוברענגען אונזערע פאראייניגטע געפילן און קאלעקטיווע בענקענישן. מיר וויינען דערמיט און מיר נוצן איר אין צייט פון פרייד.
געזאנג איז א מיטל וואס מיר ניצן שוין פאר גאר א לאנגער צייט, און זי האט אונז באגלייט אין אלע אומשטענדן וואו מיר - אלס א פאלק - האבן זיך געפונען דורכאויס אונזער לאנגער רייזע אין לויף פון היסטאריע.
ליד איז די שפראך פון דער נשמה. אנדערש ווי אן אינפארמאטיוו בוך וועלכע רעדט צו דער לאגיק, טוט ליד-שפראך רעדן דירעקט צום הארץ. עס ברענגט צו דער אויבערפלאך די אינערליכע געפילן און גערוישן וואס בלויז דאס הארץ רעדט און נאר דער גייסט פארשטייט.
געזאנג קען ווערן אויסגעדריקט דורך פארשידענע וועגן. עס קען ווערן לעבעדיג געזונגען מיט קלינגענדיגע תנועות וועלכע דערווארעמען דאס הארץ, און עס קען פאראייביגט ווערן אויף פאפיר אלס קינצליך ליד וועלכע טראגט דאס געוויכט פון די געפילן און געדאנקען וואס דער דיכטער האט אין איר אריינגעלייגט.
געשריבענע לידער קענען זיין שווערער צו
אנטשיידן און זיי זענען נישט אלעמאל קלאר צו די אויערן, אבער אנדערש פון וואקאליש געזאנג, ווערן געשריבענע לידער פרעזערווירט פאר טויזנטער יארן מיט זייער פולסטער פראכט און גלאנץ.
וואס איז שירה?
אלזא, וואס איז דאס געזאנג? און מיט וואס איז ליד אנדערש פון איינפאכער פראזע?
שירה איז א קונסט וועלכע באגייסטערט די אויערן פון די צוהערער. פונקט ווי יעדע קונסט, האט זיך געזאנג שטענדיג אנטוויקלט און געטוישט מיט דער צייט, אין איינקלאנג מיט דער קולטור און לעבנסשטייגער וועלכע עס האט געדינט. יעדער דור האט זיך געהאט זיין אייגנארטיגן וועג וויאזוי שירה איז געווארן געשריבן אין זיין צייט.
די קונסט פון שירה, און די אייגנשאפטן וועלכע מאכן איר שיין און ציענד, זענען געוואנדן אין עטליכע טיילן. אזויווי סיי וועלכער עסטעטישער געגנשטאנד, איז סימעטריע און איינגעהאלטנקייט איינער פון די הויפט באשטאנדטיילן וואס שאפן איר שיינקייט. ווי מער סימעטריש און איינגעהאלטן די שירה איז, אלס שענער וועט זיך דאס אנגעבן. סימעטריע קלאפט בדרך כלל אויס אין די זאצן - וויפיל ווערטער זיי אנטהאלטן, און וויאזוי דער ריטעם לויפט אויף ביידע זייטן.
זייט 5
טעקסט
שירה פארמאגט אן אייגנארטיגן גאנג וויאזוי די זאצן לויפן. אנדערש ווי א געווענליכע שילדערונג געשריבן אין פראזע, וועלכע ווערט אראפגעלייגט גרינג און איינפאך, באניצט זיך שירה מיט פארשידענע מיטלען פארצולייגן די ווערטער אין א פאעטישן אויסשטעל.
די מעטאדן וואס דיכטער ניצן צו שרייבן שירה זענען פילפאכיג. היינט ווען מען רעדט פון פאעזיע קומט "גראמען" גלייך ארויף אויפ'ן געדאנק, ווייל היינט צוטאגס איז גראמען דער הויפט צייכן און וויכטיגסטער באשטאנדנטייל צו קענען אנגעבן א שטיקל טעקסט אלס פיוט. אנדערש איז אבער געווען אין די פריערדיגע צייטן פון שירה, וואס דאן איז גראם בכלל נישט געווען דער הויפט דיקטירער. עס איז גאר געווען פארקערט, משוררים האבן זיך צוריקגעהאלטן פון שרייבן אין גראם צוליב דעם וואס עס פארצוימט דעם ווערטער אויסוואל.
צוויי פעלער אין שירה
די הויפט אייגנשאפט אין א ליד איז אז עס ווערט געשריבן אין ּפָארן, דאס הייסט אז זיי ווערן געשריבן אין עטליכע קליינע שורות וואס יעדע פון זיי באשטייט פון צוויי פעלער, און דער צווייטער פאל באציט זיך אויף א געוויסן וועג צום ערשטן פאל אין יענער שורה. עס קען צומאל ווערן געשריבן אין מער ווי צוויי פעלער ּפער שורה, אבער די טיפישע שירה ווערט געשריבן אין ּפָארן וואו יעדע שורה פארמאגט צוויי פעלער.
עס ווערט אין אלגעמיין אויך געשריבן אויף א געוויסן ריטעם. דאס הייסט שורות וועלכע לויפן אויף א געוויסן שניט איין נאך דער צווייטער, ווען יעדע שורה פארמאגט בערך די זעלבע צאל קלאנגען און איז צעטיילט אויף דעם זעלבן צאל פעלער: ובְרֹב גְּאֹונְָך | תַּהֲרֹס קָמֶיָך,ּ תְּשַׁלַּח חֲרֹנְָך | יֹאכְלֵמֹו כַּקַּׁש.
)שירת הים(
פאראלעליזם
די צווייטע אייגנשאפט אין שירה וואס כמעט אלע האלטן זיך צו דערצו איז ּפַארַאלעליזם. דאס הייסט אז די שורה ווערט געשריבן אין צוויי פעלער אויף אן אופן אז דער צווייטער פאל קומט ערגענצן דעם ערשטן פאל. אין פאראלעליזם זענען פארהאן עטליכע סארטן מעטאדן.
סינאנים פאראלעליזם: דער צווייטער פאל זאגט איבער וואס דער ערשטער פאל זאגט נאר אין אנדערע ווערטער. ווי למשל:
יַעֲרֹף כַּמָּטָר לִקְחִי, תִּזַּל כַּטַּל אִמְרָתִי, כִּשְׂעִירִם עֲלֵי דֶשֶׁא, וְכִרְבִיבִים עֲלֵי עֵשֶׂב.
)שירת האזינו(
ביי מיר ביסטו שיין, ביי מיר האסטו חן. קעגנזייטיגער פאראלעליזם: דער צווייטער פאל פארציילט די אנדערע זייט מטבע. א ביישפיל דערצו איז:
הֶחָכָם עֵינָיו בְּרֹאׁשֹו, וְהַכְּסִיל בַּחֹשְֶׁך הֹולֵך.
)קהלת ב:יד(
אהין גייט א פערד, און צוריק גייט א קאזע. ערגענצליכער פאראלעליזם: דער צווייטער פאל ערגענצט דעם ערשטן פאל און לייגט צו נאך אינפארמאציע. ווי למשל:
ורְחֹבֹות הָעִיר יִמָּלְאּו, יְלָדִים וִילָדֹות מְשַׂחֲקִים ּ בִּרְחֹבֹתֶיה.ָ
)זכריה ח:ה(
דאס קינד וויינט, ער זוכט זיין טאטן. קרייץ פאראלעליזם: דער משורר לייגט זיינער ווערטער ווי אן עיקס - דער פאראלעל צו דעם ווארט פון אנהייב פון דער ערשטער דער שורה איז צום סוף פון דער צווייטער שורה, און דער פאראלעל צום צווייטן טייל איז אנהייב פון דער צווייטער שורה:
זייט 6
טעקסט
הַשָּׁמַיִם מְסַפְּרִים כְּבֹוד אֵל, ּומַעֲשֵׂה יָדָיו מַגִּיד הָרָקִיע.ַ
)תהילים יט:ב(
הֹוי חֲכָמִים בְּעֵינֵיהֶם, וְנֶגֶד פְּנֵיהֶם נְבֹנִים.
)ישעיה ה:כא(
אנדערע אייגנשאפטן
די דריטע אייגנשאפט אין שירה איז וואקאבולאר. אנדערש ווי געווענליכער שילדערונג פארמאגט שירה א הויכן ַארכַאאישן וואקאבולאר און ווערטער וועלכע ווערן נישט געווענליך געניצט. א ביישפיל: אֹסְרִי לַגֶּפֶן עִירֹה, וְלַשֹּרֵקָה בְּנִי אֲתֹנֹו.
)שירת יעקב, בראשית מט:יא(
נאך אן אייגנשאפט וועלכער ווערט אנגעמערקט אין געוויסע ספרים, איז "ווערטער-שפיל". דאס איז א שטארקע קונסט וועלכע ווערט אריינגעוועבט אין שירה און ווערט צומאל קאמופלירט אין דעם טעקסט.
וַיְקַו לְמִשְׁפָּט וְהִנֵּה מִשְׂפָּח, לִצְדָקָה וְהִנֵּה צְעָקָה.
)ישעיהו ה:ז(
אין דעם פסוק באניצט זיך ישעיה מיט די ווערטער "משפט" )גערעכטיגקייט( און "משפח"
)ווארשיינליך מלשון ספחת: א שעדליך געוויקס(, צוזאמען
מיט די ווערטער "צדקה" און "צעקה" - משפט איז דער פאראלעל פון צדקה, און משפח איז דער פאראלעל פון צעקה. דאס טאט-ווארט "ויקו" דינט פאר ביידע פעלער.
זייער אסאך מאל באניצט זיך דער משורר מיט א טאט-ווארט פון דעם ערשטן פאל אויך פאר דעם צווייטן פאל. נאך א משל:
אמַרְתִּי לַהֹולְלִים ַאל תָּהֹּלּו, וְלָרְשָׁעִים ַאל תָּרִימּו ָ קָרֶן.
)תהילים עה:ה(
דאס טאט-ווארט "אמרתי" גייט ארויף אויף
ביידע פעלער, כאילו עס וואלט געשטאנען: אמרתי להוללים אל תהולו, ולרשעים אמרתי אל תרימו קרן. ער האט געגעבן פאר זיין פריינט א געשאנק, און פאר זיין פיינט - א שטויס.
די ווערטער "ער האט געגעבן" גייען ארויף אויף ביידע פעלער.
אינהאלט און סטיל
דערנאך קומט דער אייגנטליכער אינהאלט פון דער שירה; וואס די שירה וויל ארויסברענגען און אויסדריקן. שירה שרייבט נישט קלאר וואס זי וויל זאגן אדער איבער וועמען זי רעדט, זי לאזט איבער א גרויסן טייל פון איר באדייט פאר דער פאנטאזיע פון דעם ליינער, דאס טוט אייגנטליך אויפוועקן געפילן אין דעם מענטש און גיבן אים דעם געשמאק פון כאפן וואס די ווערטער פרובירן צו טראגן, ענליך צו א "פאנטש-ליין" פון א ווערטל וואס איבערראשט דעם צוהערער ארויפצווינגענדיג א שמייכל אויף זיין פנים.
מיר זעען דאס זייער אסאך אין די לידער פון די נביאים, איבערהויפט ווען זיי זאגן פָאר מוסר און שטראף רייד. א שטארקער ביישפיל דערצו איז אין יחזקאל פרק ט"ז, וואו דער נביא באזינגט א קליין קינד וועלכע איז געפונען געווארן עלנד און פארלאזט הארט נאכ'ן געבורט. דער משורר האט איר גענומען צו זיך און איר געצערטלט ביז זי איז אויפגעוואקסן, אבער זי האט אים דערנאך פארלאזט און פארגעסן פון אים.
עס זענען פארהאן געוויסע סטילן פון שירה וועלכע ווערן באמערקט אין געוויסע פלעצער מער ווי אין אנדערע. למשל אין תהילים, בעיקר אין די קאפיטלען פון צ"ב ביז צ"ד, געפינען מיר א געוויסן שניט אין וועלכן דער געדאנק פונעם ליד ווערט געבויט אין שטאפלען: דער ערשטער פאל זאגט בלויז איין טייל דערפון מיט'ן נאמען ה' - צו וועמען
זייט 7
טעקסט
דער זינגער רעדט, און דער צווייטער פאל זאגט איבער די זעלבע ווערטער צוענדיגנדיג דעם זאץ: כִּי הִנֵּה אֹיְבֶיָך ה', כִּי הִנֵּה אֹיְבֶיָך יֹאבֵדּו.
נָשְׂאּו נְהָרֹות ה', נָשְׂאּו נְהָרֹות קֹולָם.
אֵל נְקָמֹות ה', אֵל נְקָמֹות הֹופִיע.ַ עַד מָתַי רְשָׁעִים ה', עַד מָתַי רְשָׁעִים יַעֲֹלזּו. דעם זעלבן שניט טרעפט מען אויך אין קאפיטל כ"ט:
הָבּו לַה' בְּנֵי אֵלִים, הָבּו לַה' כָּבֹוד וָעֹז.
דער זינגער רעדט צו די בני אלים און זאגט זיי "הבו לה'".
שירת למך
דאס ערשטע ליד וואס מיר טרעפן אין דער
תורה איז שירת למך - דאס ליד וואס למך, דער אייניקל פון קין, האט געזונגען צו זיינע ווייבער:
עָדָה וְצִלָּה שְׁמַעַן קֹולִי, נְשֵׁי לֶמְֶך הַאְזֵנָּה אִמְרָתִי,
כִּי אִיׁש הָרַגְתִּי לְפִצְעִי, וְיֶלֶד לְחַבֻּרָתִי.
כִּי שִׁבְעָתַיִם יֻקַּם קָיִן, וְלֶמְֶך שִׁבְעִים וְשִׁבְעָה.
)בראשית ד:כג-כד(
דאס ליד איז געבויט פון דריי שורות, און יעדע שורה פארמאגט צוויי פעלער.
די ערשטע שורה איז געבויט פון צוויי פעלער, פיר ווערטער אין יעדן פאל. אין די ערשטע צוויי שורות איז דער פאראלעל סינאנים, ס'איז א בלויזע חזרה אין אנדערע ווערטער. די לעצטער צוויי שורות ניצן דאס טאט-ווארט פונעם ערשטן פאל פאר דעם צווייטן.
זייט 8
טעקסט
די אוגאַריטישע שריפטן
אין די יארן צווישן 1929 און 1970 האבן פראנצויזישע ארכעאלאגן אנטדעקט אומצאליגע אוצרות פון שריפטן און לידער געשריבן אין
"קיילשריפט" )Cuneiform; אן אור-אלטער שרייבן מעטאד וואס באשטייט פון צייכנס וואס ענדלען אין נעגל איינגעקריצט אין ערדענע טאבלעטן(, אין דער אור-אלטער
שטאט אוגַאריט וועלכע געפינט זיך אין צפון סיריע, נעבן טערקיי. די ערדערנע טאבלעטן זענען געלעגן פארבארגן אונטער גאר אלטן ברוכווארג פאר טויזנטער יארן. די געפינסן פון אוגאריט זענען פון די ווערדפולסטע געפינסן אין די לעצטערע יארן. און די לידער, נאכ'ן זיי אנטשיידן, ווארפן א נייע ליכט אויף די לידער וועלכע מיר געפינען אין תנ"ך. אוגאריטיש, זייענדיג א סעמיטישע שפראך, דאס הייסט א שפראך פון דער משפחה פון לשון-קודש, פארמאגט פיל ווערטער וועלכע ווערן אויך געניצט אין תנ"ך. כאטש וואס אוגאריטיש ווערט פאררעכנט צו זיין א צפון אפצווייג פון די סעמיטישע שפראכן און עס ענדלט מער אין אראמיש, זענען פארט פארהאן אומצאליגע ווערטער וואס זי טיילט מיט לשון-קודש.
צווישן די פיל פארבארגענע אוצרות זענען אפגעפונען געווארן די "אוגַאריטישע לידער", דאס זענען לידער וואס פארשער שאצן אז זיי זענען געשריבן געווארן צווישן 500,1 און 400,1 יאר איידער דעם חורבן פון דעם צווייטן בית המקדש. דאס קומט אויס נאך איידער רוב ספרי התנ"ך זענען אפגעשריבן געווארן.
די לידער באזינגען די אוגאריטישע געטער, בעל און ענת, מיט זייערע קאלעגעס און קעגנער. זיי זענען געשריבן אין א פארעם וועלכע ענדלט זייער שטארק צו דעם שניט פון פיל פון די ספרי קודש, און זיי באניצן זיך פיל מאל מיט די זעלבע צוויי ווערטער אלס פאראלעלן, ווי למשל לעולם/ דור ודור, ארץ/עפר, און ידים/אצבעות.
אויך ווערן דארט דערמאנט באגריפן וועלכע ווערן אויך געברענגט אין תנ"ך וואו זיי האבן נישט קיין קלארן אנדייטליכן באדייט אין זייער קאנטעקסט. ווי למשל רוכב ערבות )אין אוגאריטיש: רכב ערפת(, נחש )פתן( עקלתון, לוויתן, תהום רבה, און שאול.
פאלגנד איז א חלק פון א ליד געשריבן אין אוגאריטיש מיט א לשון-קודש'דיגער איבערזעצונג דורך משה דוד קאסוטו:
מן אִב יפ]ע[ לבעל - אֵיזֶה אֹויֵב הֹופִיעַ לְבָעַל צרת לרכב ערפת - אֵיזֹו צָרָה לְרֹכֵב עֲרָבֹות למחֿשת מדד אִל ים - הֵן הִּכֵיתִי מֵידַד אֵל, יָם לכלת נהר אִל רבם - ּכִלִיתִי נַהֲרֵי אֵל רַּבִים לאִשתבם תנן אִשבמנה - חָסַמְּתִי תַּנִין, חָסַמְתִּיו - הִּכֵיתִי נָחָׁש עֲקַּלָתֹון מחֿשת בתֿן עקלת ן )עס איז שווער צו פארזען די ענליכקייט פון דעם ליד מיט דעם פסוק אין ישעיהו )כז:א(: בַּּיֹום הַהּוא יִפְקֹד יְהוָה בְּחַרְבֹו הַקָּשָׁה וְהַגְּדֹולָה וְהַחֲזָקָה עַל לִוְיָתָן נָחָׁש בָּרִחַ וְעַל לִוְיָתָן נָחָׁש עֲקַלָּתֹון וְהָרַג אֶת הַתַּנִּין אֲשֶׁר בַּיָּם.(
גראמען
אין די ערשטע צייטן פון שירה איז גראמען נישט געווען אן איינגעפירטע אייגנשאפט אין לידער. דאס איז אריינגעקומען פיל שפעטער. עס קען גאר זיין אז די משוררים האבן זיך באוואוסטזיניג געהאלטן ווייט פון שרייבן אין גראמען, דאס איז ווייל טראץ דעם וואס גראמען לייגט צו זייער אסאך צו דער איינגעהאלטנקייט און סימעטריע פון א ליד, טוט דאס אבער שטארק באגרעניצן דעם דיכטער, און עס האלט אים צוריק פון קענען שרייבן מיט א ברייטער שפראך.
די שיינקייט פון גראמען, בפרט ווען עס ווערט געזונגען מינדליך, האט עווענטועל איבערגעשטיגן אלע אנדערע אייגנשאפטן אין לידער, אזש אז היינט, אפילו אויב א ליד האט כמעט נישט קיין
זייט 9
טעקסט
לידערליכע שטריכן, ווילאנג עס איז געשריבן אין גראם וועט עס האבן א אידישן טעם…
פיוטים
אין די לידער וועלכע זענען פארפאסט געווארן נישט לאנג נאכ'ן חורבן, זעען זיך אן שטארקע ענליכקייטן צו די לידער אין תנ"ך; זיי זענען נישט געשריבן אין גראם און זענען געשריבן אין פאראלעלע שורות. א ביישפיל צו אזא ליד איז די סליחה "אנשי אמונה אבדו" וואס מען זאגט דאנערשטאג בה"ב. די סליחה איז ווארשיינליך גאר אלט, כאטש וואס דער מחבר דערפון איז נישט באקאנט. עס איז איינגעטיילט אין צוויי: די ערשטע זעקס שורות רעדן וועגן דעם נוצן וואס די פריערדיגע ריזן האבן געברענגט, און די אנדערע זעקס רעדן וועגן דעם פארלוסט וואס מיר שפירן אין זייער אפוועזנהייט.
פיוטים זענען מיט דער צייט געווארן מער און מער סאפיסטיקירט, און דיכטער האבן אנגעהויבן ניצן נייע קונסטן צו באשיינען דעם פיוט. איינעם פון די עלעמענטן וואס די פייטנים האבן געניצט זייער אסאך ווערט גערופן "ַאקרָאסטיכָאן".
אקראסטיכאן
איינער פון די עלעמענטן אין שירה איז ניצן אותיות אויף א קינצליכן וועג. איינער פון די ערשטע אזוינע סארט קונסט איז ווען דער ערשטער אות פון יעדער שורה פארמירן א געוויסן סארט סדר אדער פראזע.
אין תנ"ך געפינען מיר בלויז איין סארט אקראסטיכאן, דאס איז אלף-בית. דאס הייסט אז דער ערשטער אות אין יעדער שורה גייט לויט'ן סדר פון די אלף-בית. מיר טרעפן דאס אין תהילים עטליכע מאל, אין איכה, און אין משלי )"אשת חיל"(. אין פיוטים איז אקראסטיכאן געווארן פיל מער איינגעווארצלט און סאפיסטיקירט. די עלטערע פיוטים זענען נישט געבויט אויף גראמען און זייערע אקראסטיכאן איז אלף-בית. א ביישפיל דערצו איז "אהללה אלוקי אשירה עוזו" וואס מ'זאגט ביי מלכיות זכרונות שופרות. דער פיוט איז פארפאסט געווארן דורך יוסי בן יוסי, איינער פון די ערשטע פייטנים וואס
זייט 10
טעקסט
זיין נאמען איז אונז באקאנט. ער האט געלעבט אין ארץ ישראל נאנט צו חתימת התלמוד. די פיוטים פון יענער צייט זענען געשריבן מיט א לייכטער שפראך, מיט ווייניג זעלטענע ווערטער, און מיט אויסגעהאלטענעם דקדוק.
כאטש וואס דאס דאווענען איז נישט פארפאסט אין פארעם פון שירה, עס איז הויפטזעכליך באזירט אויף פסוקים אין נ"ך, ניצנדיג פראזן און זאצן גענומען דירעקט פון פסוקים אין ישעיה און ירמיה צווישן אנדערע, דאך האט זיך שירה שפעטער איינגעגלידערט אינעם טעגליכן דאווענען. צווישן אנדערע טרעפן מיר דאס שטיקל "קל ארך אפים אתה" אין תחנון, וועלכע איז געבויט אויף גראמען. דאס שטיקל פון "אשמנו" איז נישט געבויט אויף גראם, אבער עס איז געבויט פון פיר ווערטער ּפער זאץ, מיט אן אלף-בית אקראסטיכאן, און דערפאר ענדיגט זיך עס מיט נאך דריי ווערטער וועלכע ענדיגן זיך מיט א ת' צו ערגענצן די לעצטע שורה. די לידער אין די שפעטערע יארן זענען געווארן פיל מער סאפיסטיקירט און קינצליך, און די פארפאסער האבן אנגעהויבן ניצן כל מיני שפיצלעך צו פארשענערן זייערע ווערק. אזוי אויך זענען די שורות געשריבן געווארן מיט אן איינגעהאלטנקייט מיט דעם וואס זיי האלטן זיך צו א פינקטליכער סיסטעם פון ווערטער אדער קלאנגען ּפער פאל. איינער פון די פיאנערן אין דעם פעלד איז געווען דער באקאנטער מייסטער משורר דונש בן לברט פון שפאניע, וועלכער איז געווען א תלמיד פון ר' סעדיה גאון. צווישן זיינע לידער ציילט זיך דאס ליד "דרור יקרא", וועלכע ניצט אראבישע מעטאדן פון שירה. ער האט אויך געשריבן א רייע פון שירי חול, א זאך וואס איז נישט געווען אנגענומען ביז זיין צייט.
פיוטים, זייערע פארפאסער, זייער אינהאלט, און וויאזוי זיי זענען געבויט, זענען ווערד א באזונדערן שמועס פאר זיך.
ווען שירה ווערט געניצט
שירה ווערט געניצט אין תנ"ך אין עטליכע פעלער: הויפטזעכליך איז שירה געמאכט ארויסצוברענגען געפילן פון דאנקבארקייט, בענקעניש אדער א געבעט, א שטייגער ווי שירת הים, שירת דבורה, שירת חנה און פיל פון ספר תהילים. אזוי אויך ווערט שירה געניצט דורך די נביאים איבערצוגעבן דעם דבר ה'. שירה ווערט אויך געניצט אין די ספרי חכמה, א שטייגער ווי איוב, משלי, קהלת, און געוויסע קאפיטלען אין תהילים וועלכע רעדן וועגן דעם אידיאלן מענטש, און וויאזוי א מענטש זאל זיך אויפפירן.
צומאל ווערט דער סטיל פון שירה אויך געניצט אינמיטן א שילדערונג, ווען דער שרייבער וויל ארויסברענגען אז איינער האט געזאגט עפעס באדייטפול. א שטייגער ווי ווען רבקה איז געגאנגען פארשן ביים אייבערשטן נאכדעם וואס די קינדער האבן זיך געשטויסן אין איר, זאגט איר דער אייבערשטער, וַיֹּאמֶר ה' לָּה:
שְׁנֵי גֹויִם בְּבִטְנְֵך, ּושְׁנֵי לְאֻמִּים מִמֵּעַיְִך יִפָּרֵדּו, ולְאֹם מִלְאֹם יֶאֱמָץ, וְרַב יַעֲבֹד צָעִיר.ּ אדער ווען יהודה זאגט צו יעקב:
אנֹכִי אֶעֶרְבֶּנּו, מִיָּדִי תְּבַקְשֶּׁנּו,ָ אִם ֹלא הֲבִיאֹתִיו אֵלֶיָך, וְהִצַּגְתִּיו לְפָנֶיָך, וְחָטָאתִי לְָך כָּל הַיָּמִים.
עפילאג
די לידער וואס מיר באגעגענען אין תנ"ך טוען פאראייביגן פיל מער פון וואס דאס אויג קען זען און דער שכל קען פארשטיין. זיי באהאלטן צווישן די שורות אן אור-אלטע טראדיציע פון הויכער שרייבעריי און שריפטליכן קונסטווערק וועלכע גייען צוריק לאנגע יארן. זיי רעפלעקטירן געשיכטעס און פאלקס-לידער וועלכע זענען גענצליך פארגעסן געווארן מיט דער צייט, לאזנדיג בלויז אן אנדענק אין די פארבארגענע ווערטער וואס די לידער באזיצן.
זייט 11
טעקסט
ווי וויכטיג איז אמונה?
דורך: שניאור ריבנר
מן הסתם קען מען אננעמען אז די באציאונג צו אמונה איז דער הויפט אונטערשייד צווישן די ארטאדאקסישע און ליבעראלע דענָאמינַאציעס פון אידישקייט. לדידן, איז די גלויבונג אין גאט, אין תורת משה, אין די י"ג עיקרים דער פונדאמענט וואס אונטערשטיצט אונזער קאנסעפציע פון רעליגיע. דער מאראלישער פארלאנג צו היטן די משפטי ה' וללכת בדרכיו איז באזירט אויף דאס וואס עס איז דער ציווי פון גאט. אז דער מענטש וואס לעבט על פי תורה באקומט דערפון א סיפוק אין לעבן, אז ער שפירט דעם "טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף", איז דאס צוליב וואס ער איז נהנה מזיו השכינה, און דאס איז טאקע אוממעגליך אן קיין גלויבונג אין גאט. אבער לדידהו איז דער פארשטאנד אנדערש. לשיטתם, איז דאס וואס דער מענטש געפינט פאר זיך א סיפוק אין לעבן נישט באזירט אויף דעם מענטש'ס אמונה, נאר פארקערט - אז ער וויל פארשטיין וויאזוי איז עס אז דורך היטן די תורה קומט ער אן צו אן עקספעריענס פון "דרכיה דרכי נועם", קען ער געבן אן ערקלערונג אז ס'איז צוליב וואס ער איז נהנה מזיו השכינה. אבער נישט דאס איז די סיבה פארוואס ער טוט עס.
אלזא, לויט זיי זענען די פראגעס פון אמונה בכלל נישט גילטיג. עס מאכט נישט קיין חילוק אויב אין דער ווירקליכקייט איז פארהאן א גאט אדער נישט; צי די תורה איז געשריבן געווארן על פי דבר ה'. אויב די תורה איז טאקע אן "עץ חיים היא למחזיקים בה" וואס ברענגט צו צום "תומכיה מאושר", זאל מען היטן אפילו אן גאט, און אויב נישט, אויב עס ברענגט
נישט צו צום "תומכיה מאושר", דאן איז כלל נישטא קיין סיבה צו גלייבן אז ס'איז דער באפעל פון גאט. באלד וועלן מיר גיין זוכן אין מאמרי חז"ל ארויסצוהאבן א באשטעטיגונג בנוגע זייער פארשטאנד, אבער פריער א קלארשטעלונג: דער "כוואליעס" ליינער וועלכער איז א "צדיק באמונתו יחיה" זאל נישט זארגן אז איך קום אנרירן זיין אמונה. דער סאביעקט פון אונזער דיסקוסיע דא האט נישט מיט פראגעס אין אמונה. מיר וועלן זיך נישט באנעמען מיט טענות פאר אדער אנטקעגן די י"ג עיקרים, נאר מיט דער באציאונג צווישן אמונה אין די י"ג עיקרים מיט שמירת המצוות.
* איין זאך איז כולי עלמא לא פליגי: חז"ל האבן געגלייבט אין גאט. כאטש די נקודה איז מן הסתם א זעלבסט-פארשטענדליכע, איז עס וויכטיג אנצוצייכענען איידער מיר וועלן גיין זוכן צו פארשטיין די באציאונג צווישן הלכה און אמונה בכתבי חז"ל, ווייל מ'וועט נישט טרעפן קיין ווארט אין חז"ל אנטקעגן גלויבונג. אז מ'קוקט פון דעם שטאנדפונקט פון חז"ל, אינעם קאנטעקסט פון זייער וויסנשאפט און לעבנסשטייגער, איז די הנחה אז ס'איז פארהאן א גאט וואס איז א בורא ומנהיג געבונדן און איינגעוויקלט אין זייער פארשטעלונג פון אידישקייט. אלזא, כדי צו פארשטיין דעם פארשטאנד פון חז"ל אין דעם, דארף מען קודם כל פארשטיין די קאנסעקווענצן פון די צוויי מהלכים, און דאן קען מען גיין זוכן רמזים אין חז"ל וועגן די קאנסעקווענצן.
זייט 12
טעקסט
איינס פון די גרעסטע פראבלעמען אין רעליגיעזער מחשבה און טעאלאגיע איז א פאראדאקס באקאנט אלס "די יוטיפרָא-דילעמע" )Euthyphro(. די אלגעמיינע פראגע גייט צוריק ביז פלאטאן וועלכע דערציילט בשם רבו, סאקראטעס, אזוי: אויב מען זאגט אז עפעס איז "גוט", אדער "גערעכט", צוליב וואס גאט האט אזוי געהייסן, איז דער פארשטאנד אז דורך דעם וואס גאט האט אזוי געהייסן ווערט עס גערעכט, אדער איז דער פשט אז גאט האט אזוי געהייסן וויבאלד עס איז שוין גערעכט?
אויב מיר ווילן טענה'ן אז גאט האט עפעס געהייסן צוליב וואס עס איז שוין א ריכטיגע טעטיגקייט, דאן קומט אויס אז ס'איז פארהאן אן אויסערליכער מָאסשטַאב פון "גערעכטיגקייט", צו וואס גאט אליין דארף זיך צושטעלן. אלזא, אז מ'וויל וויסן וואס איז גערעכט צו טון, איז נישט גענוג דאס אז גאט האט געהייסן, נאר דער אויסערליכער סטאנדארט, צו וועלכן סיי דער מענטש און סיי גאט דארפן זיך צושטעלן.
און פון דער אנדערער זייט, אויב עס ווערט גוט דורכדעם וואס גאט האט אזוי באפוילן, וואלט אונז אויך נישט געהאלפן. ווייל אויב די באגריפן פון "גוטס" און "גערעכטיגקייט" זענען באדייטלאז און מיינען בלויז אז גאט האט אזוי געהייסן, קומט אויס אז דער מאראלישער פארלאנג צו פאלגן דעם דבר ה' וועט אונטערפאלן. און אז מ'לויבט און מ'דאנקט דעם באשעפער, אז מ'זינגט "הודו לה' כי טוב", אז מ'דאוונט "הטוב כי לא כלו רחמיך", זענען זיי דאך ליידיגע ווערטער אזוי לאנג ווי "גוטס" איז א סטאנדארט וואס מעסט זיך בלויז אין גאט אליין. איצט האבן מיר אן עפענונג מיט וועלכער מיר וועלן קענען דערגרייכן צו פארשטיין דעם ליבעראלן פערספעקטיוו. וויבאלד עס קען נישט זיין אז א זאך ווערט גערעכט צוליב וואס גאט האט אזוי באפוילן, מוז זיין אז גאט אליין שטעלט זיך צו צו אן אויסערליכן מאסשטאב, און דעריבער, מאכט שוין מער נישט אויס צי מ'האט אמונה צי נישט, דער עיקר איז אז מ'פירט זיך ריכטיג.
אט די טענה טרעפן מיר ביי ר' משה מענדלסאן אין זיין באקאנטער דעבאטע מיט'ן פילאזאף אימאנועל קאנט. קאנט טענה'ט - לויט דעם קריסטליכן פארשטאנד - אז כאטש מ'קען נישט באשטעטיגן ע"פ שכל אז א גאט עקזיסטירט, פונדעסטוועגן איז פארהאן א "רגליים לדבר", וויבאלד מאראליטעט קען מען יא וויסן ע"פ שכל. און אויב דער מענטש האט א פליכט זיך צו פירן מאראליש, מוז זיין אז ער איז פריי, און פרייהייט איז אוממעגליך אן א גאט וואס איז נישט געבונדן צו די כללים פון נאטור. דעריבער זאגט קאנט אז מ'דארף האבן דאס התגלות פון ישו הנוצרי, ווייל אן התגלות קען מען נישט אנהאלטן קיין גלויבונג אין גאט.
ר' משה מענדלסאן, פארשטייט זיך, האט זיך געדונגען דערויף. ער האט געהאלטן אז סיי די עקזיסטענץ פון גאט און סיי מאראליטעט קען מען יא וויסן ע"פ שכל. און דעריבער דארף מען נישט האבן קיין התגלות פון מעמד הר סיני אויף דעם. דאס התגלות פון מעמד הר סיני באציט זיך בלויז צו דעם ספעציפישן אידישן אויסדרוק פון מאראליטעט, דאס הייסט די מצוות.
קומט אויס, אז לויט ר' משה מענדלסאן - און די פארשידענע ליבעראלע אינטערּפרעטאציעס וועלכע שטאמען פון זיין פארשטאנד, איז דער צווייטער צד פון דער דילעמע פון יוטיפרא גערעכט: ס'איז פארהאן אן אויסערליכער סטאנדארט פון "גערעכטיגקייט" צו וואס גאט אליין שטעלט זיך צו. דעריבער האלטן זיי אז גלויבונג אין גאט אליין איז א זייטיגער ענין - דער עיקר איז אז מען פירט זיך לויט ווי מאראליטעט פאדערט.
וואס דען האלט די טראדיציאנעלע שיטה? לכאורה וואלט אויסגעזען אז זיי האלטן ווי דער אנדערער צד פון יוטיפרא, אז דער סטאנדארט אליין קומט פון גאט, און א טעטיגקייט ווערט "גערעכט" דורכדעם וואס גאט האט אזוי געהייסן. איצט דארף מען פארענטפערן די אנדערע פראבלעם, וויאזוי קען מען זאגן אז גאט איז גוט.
זייט 13
טעקסט
אבער דער אמת איז אז ס'איז נישט אזוי פשוט אז אידישקייט טראדיציאנעלע האלט אזוי. לאמיר נעמען איין ביישפיל: דער מאמר על האמונה פון ר' אלחנן וואסערמאן. דארט פרעגט ר' אלחנן, וויאזוי קען די תורה פארלאנגען אז מ'זאל עפעס גלייבן? וויאזוי קען די תורה פאדערן פון א דרייצן-יעריג בר מצווה אינגל אז ער זאל גלייבן אין גאט, טראץ דעם וואס ס'זענען פארהאן גאוני עולם, געלערנטע מענטשן, וויסנשאפטלער און פילאזאפן וועלכע זענען אטעאיסטן? ענטפערט ר' אלחנן אז אין דער ווירקליכקייט איז גלויבונג אין גאט זעלבסט פארשטענדליך; א זאך וואס יעדער איינער ווייסט ע"פ שכל. נאר די וועלכע ס'פעלט זיי אמונה, איז דאס ווייל זייערע רצונות און אינטערעסן פארפירן זיי; זיי ווילן נישט גלייבן, "ובדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו". קומט אויס אז דער פליכט צו האבן אמונה איז בבחינת "לא תתורו אחרי לבבכם".
די וועלכע ראנגלען זיך מיט שאלות על האמונה וועלן זיך זיכער דינגען מיט דער טענה פון ר' אלחנן, און אפשר טאקע מאכט ער אביסל צו לייכט די פראגעס. אבער וואס אינטערעסירט אונז דא איז נישט די טענה אליין. איך ברענג אראפ ר' אלחנן כדי אנצומערקן אויף דער ענליכקייט צווישן זיין הבנה
מיט ר' משה מענדלסאנ'ס: ביידע טענה'ן אז גאט איז קענטליך ע"פ שכל. און אויב די סיבה פארוואס דער מענטש זאל זיך צושטעלן צו גאט איז אויסער פון וואס ס'איז גאט'ס באפעל, קומט אויס אז דער שורש פון "גערעכטיגקייט" מוז זיין אויסערליך פון גאט. אלזא, פרעגט זיך לויט ר' אלחנן, וואס עפעס איז אמונה אזוי נויטיג בכלל? האט ער טאקע געקענט ענטפערן אז אין הכי נמי, ס'מאכט נישט אויס צי מ'גלייבט, דער עיקר איז וואס מען טוט. * דער הויפט צייכן אז די באציאונג פון חז"ל צו אמונה פאדערט אן ערקלערונג, איז דאס וואס מיר טרעפן אז חז"ל דינגען זיך מיט גאט. איין באוואוסטער ביישפיל איז דאס מחלוקת וועגן "תנור של עכנאי" אין בבא מציעא )נט ע"ב(, וואו אפילו נאך אלע סימנים מן השמים האט מען גע'פסק'נט דלא כרבי אליעזר. און די גמרא פירט אויס:
"תנן התם, חתכו חוליות ונתן חול בין חוליא לחוליא, ר"א מטהר וחכמים מטמאין, וזה הוא תנור של עכנאי … תנא, באותו היום השיב רבי אליעזר כל תשובות שבעולם ולא קיבלו הימנו: אמר להם אם הלכה כמותי חרוב זה יוכיח, נעקר חרוב ממקומו מאה אמה ואמרי לה ארבע מאות אמה, אמרו לו אין
זייט 14
טעקסט
מביאין ראיה מן החרוב … חזר ואמר להם אם הלכה כמותי מן השמים יוכיחו, יצאתה בת קול ואמרה: מה לכם אצל ר"א שהלכה כמותו בכל מקום! עמד רבי יהושע על רגליו ואמר )דברים ל:יב( לא בַשָּׁמַיִם הִוא … אשכחיה ֹ רבי נתן לאליהו, אמר ליה, מאי עביד קודשא בריך הוא בההיא שעתא? אמר ליה, קא חייך ואמר: נצחוני בני, נצחוני בני."
לאמיר אנאליזירן וואס האט פאסירט אין דער מעשה. יעדעס מאל וואס צוויי מענטשן דינגען זיך, אז "שנים אוחזין בטלית, זה אומר אני מצאתיה וזה אומר אני מצאתיה", איז פארהאן א פאקט וואס האט באמת פאסירט, נאר מיר ווייסן נישט וואס. יעדער טענה'ט אז די מעשה איז געווען אנדערש.
די זעלבע זאך וואלט געווען ביי תנור של עכנאי. ס'איז פארהאן א פאקט וואס מ'דארף אויסקלארן, צי דער תנור איז טמא אדער טהור. אז דער אייבערשטער וואס איז א יודע-כל קומט און פסק'נט ווי רבי אליעזר, פון וואנעט האבן חז"ל גענומען דאס ערלויבעניש זיך צו דינגען דערויף? כאטש אוודאי די גמרא אליין גיבט אונז אן ענטפער, "תורה לא בשמים היא," אבער הא גופא קשיא: וואס מיינט דאס "לא בשמים היא" אויב דער דבר המוטל בספק געפינט זיך דווקא בשמים? אבער אין דעם קאנטעקסט פון
דער יוטיפרא-דילעמע קען די קשיא באקומען אן אנדער באדייט. עס איז פארשטענדליך אז אויב מ'וויל גיין מיט'ן ערשטן צד, אז ס'ווערט גערעכט דורכדעם וואס גאט האט אזוי געהייסן, איז נישט מעגליך זיך צו דינגען מיט גאט. וואס איז אבער מיט'ן צווייטן צד - אז גאט האט אזוי געהייסן וויבאלד ס'איז גערעכט? אין אזא פארשטאנד, כאטש מ'דארף נאך פארשטיין וויאזוי א מענטש קען דאס וויסן בעסער ווי גאט, איז אבער פארשטענדליך וויאזוי עס קען אוסקומען א מחלוקת צווישן דעם מענטש און גאט, ווייל סיי דער מענטש און סיי דער אייבערשטער באציען זיך צום זעלבן אויסערליכן באגריף פון "גערעכטיגקייט".
כדי מ'זאל קענען געבן א הסבר דערצו, דארף מען אריינקוקן אין דער גמרא גיטין ו' ע"ב. דארט שטייט:
"אמר רב יוסף מאן לימא לן דר' אביתר בר סמכא הוא … אמר ליה אביי … הא ר' אביתר הוא דאסכים מריה על ידיה. דכתיב )שופטים יט:ב( וַתִּזְנֶה עָלָיו פִּילַגְׁשֹו - רבי אביתר אמר זבוב מצא לה, ר' יונתן אמר נימא מצא לה. ואשכחיה ר' אביתר לאליהו, אמר ליה, מאי קא עביד הקב"ה? אמר ליה, עסיק בפילגש בגבעה. ומאי קאמר? אמר ליה, אביתר בני כך הוא אומר, יונתן בני כך הוא אומר. אמר ליה, ח"ו, ומי איכא ספיקא קמי שמיא? אמר ליה, אלו ואלו דברי אלקים חיים הן - זבוב מצא ולא הקפיד, נימא מצא והקפיד."
זייט 15
טעקסט
די גמרא איז גאר א שווערער טעקסט. אויבנאויף, ווען אליהו הנביא זאגט פאר ר' אביתר אז "אלו ואלו דברי אלוקים חיים", וואלט דאס לכאורה געמיינט אז - כאטש מיר קענען נישט פארשטיין וויאזוי - ביידע שיטות זענען גערעכט. דערנאך אבער ערקלערט די גמרא אנדערש: "זבוב מצא ולא הקפיד, נימא מצא והקפיד." דהיינו: ביידע שיטות האבן פאסירט אין דער מעשה, און דעריבער זענען זיי ביידע "דברי אלוקים חיים". אבער למעשה, וויבאלד זבוב מצא ולא הקפיד, קומט אויס אז די שיטה פון ר' אביתר בלייבט נאכאלץ אומגערעכט. איז דארפן מיר פארשטיין, וואס איז פשט אז "אלו ואלו דברי אלוקים חיים"?
דער ענטפער, דאכט זיך, ליגט אין די גמרא'ס אריינפיר צו דער מעשה. די גמרא פרעגט: "מאן לימא לן דר' אביתר בר סמכא הוא?" כדי צו ענטפערן אזא פראגע דארף מען וויסן וואס מאכט א מענטש פאר א "בר סמכא". לכאורה וואלט מען געזאגט אז א מענטש ווערט א בר סמכא דורכדעם וואס ער איז באקאנט אין יענעם ענין, ער איז א מומחה דערין. די גמרא אבער ענטפערט עפעס אנדערש: "ר' אביתר הוא דאסכים מריה על ידיה." דהיינו: דער וואס גאט ציטירט זיין מיינונג, איז א סימן אז זיינע רייד זענען "דברי אלוקים חיים", צי עס איז גערעכט אדער נישט. און וואס מאכט עס פאר "דברי אלוקים חיים"? גאט ציטירט דאך עס נאר ווייל רבי אביתר האט עס געזאגט! מוז זיין עפעס אן אויסערליכער סטאנדארט צו וועלכן סיי גאט און סיי דער מענטש דארפן זיך צושטעלן.
און וואס איז אט דער סטאנדארט? אויך אויף דעם ליגט אן ענטפער אינעם זעלבן אריינפיר. וואס האט דא פאסירט? אין אנפאנג האלט די גמרא אז ר' אביתר איז קיין בר סמכא נישט, ווייל ער ווייסט נישט. כדי צו זיין א בר סמכא דארף מען זיין א מומחה. ס'האט נישט קיין פשט מ'זאל פרעגן א דאקטער וואס ווייסט נישט גענוג וועגן מעדיצין. דערצו ענטפערט אביי אקוראט פארקערט: "בשלמא מילתא דתליא בסברא, לחיי; הא גמרא היא, וגמרא
לא שמיע ליה." דאס וואס ער ווייסט נישט אלעס איז בכלל נישט קיין ריעותא; בלויז א חיסרון אין סברא איז א ריעותא אין דעם ענין. קומט אויס, אז דאס איז נישט קיין סטאנדארט פון גערעכטיגקייט, נאר פון "גלייכקייט"; "אלו ואלו דברי אלוקים חיים" מעסט זיך אין סברא ישרה, נישט אין ידיעה נכונה. * יעצט קומען מיר צוריק צו דער "יוטיפרא-דילעמע" מיט א פארשטאנד פון א חז"ל'ישן ענטפער. ווי מיר האבן שוין געזען לויט ר' משה מענדלסאן און ר' אלחנן וואסערמאן, קען מען טאקע אננעמען אז ס'איז פארהאן אן אויסערליכער סטאנדארט וואס איז קענטליך ע"פ שכל. ס'איז נישט דער פשט אז ס'איז גערעכט צוליב וואס גאט האט אזוי געהייסן, נאר פארקערט, גאט האט אזוי געהייסן וויבאלד ס'איז גערעכט.
נאר וואס דען איז אונז אמונה נויטיג? אין אט דעם בילד פון רעליגיע איז די ראלע פון גאט נישט צו באשטעטיגן אז מיר זענען גערעכט, נאר פארקערט, אונז אפצוהיטן אז דער שכל זאל אונז נישט פארפירן, און מ'זאל בלייבן בסברא ישרה.
איצט קען מען פארשטיין פארוואס, לויט ר' אלחנן וואסערמאן, איז די מצווה פון אמונה א לא תעשה, בבחינת "ולא תתורו אחרי לבבכם". מיר האבן געפרעגט, וואס דארף מען אמונה אויב מ'איז סייווי מודה אז די עקזיסטענץ פון גאט איז זעלבסט פארשטענדליך ע"פ שכל? אבער מיט אונזער יעצטיגן ברייטערן פארשטאנד איז דאס שוין מער קיין קשיא נישט. ווי אביי גיבט אונז צו פארשטיין, "בשלמא מילתא דתליא בסברא, לחיי": כדי צו וויסן וואס צו טון, כדי צו זיין א בר סמכא, מעסט זיך נישט אין וואס מען ווייסט - דער מענטש איז נישט קיין גאט, און ער קען נישט וויסן אלעס, "אין לדיין אלא מה שעיניו רואות". וואס איז וויכטיג איז "שכל הישר", און אט דער שכל הישר, האלט ר' אלחנן, איז מעגליך בלויז דורך גלויבונג.
זייט 16
טעקסט
צום צוואנציגסטן יארטאג פון
א געשעפט
דער ערשטער פילם אין אידיש פראדוצירט און געשפילט דורך היימישע יונגעלייט
דורך: עקיבא הארטמאן
אריינפיר
זעלבסט זענען געווענליך יא געווען ארטיסטן מיט א פּעשאָן, איז עס אבער אנגעקוקט געווארן ווי פון נאך די צייטן פון יידישן טעאטער, אין פשוט'ע קינדער אונטערהאלטונג, און נישט קיין אנהייב פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט, האט זיך סאך מער פון דעם.
צוביסלעך אפגעשטעלט דאס פראדוצירן יידישע און אפילו אויב איינער וואלט יא געטראכט פילמען. די סיבה איז פארשטענדליך, וויבאלד פון מאכן א אידישן פילם וואס אפעלירט צו דער עולם וואס איז אינטערעסירט אין פילם און ערוואקסענע, וואלט ער נישט געהאט די טעאטער האט מער נישט גערעדט "יידיש", און די מעגליכקייט, וויבאלד ער וואלט דאס נישט געהאט וואס זענען יא געבליבן רעדן "אידיש", זענען נישט וואו צו פארקויפן. טעלעוויזיע האט דאך קיין איין געווען פון דעם סארט וואס איז אינטערעסירט איד נישט אינדערהיים, און אין טעאטער איז דאך אין אַרט און פילמען. זיי זענען גאר געווען שטארק אסור צו גיין.
דערקעגן. פונקט ווי דאס רעדן אידיש זעלבסט, מיט'ן אויפקום פון DVD, דעם פערזענליכן האט דאס נישט גיין אין טעאטער געמיינט זיין קאמפיוטער, און דערנאך דעם לעפּטאַפּ, האט זיך אפגעשיידט פון דער גוי'אישער גאס און איר אבער אלעס געטוישט. אנגעהויבן פון די ניינציגער קולטור.
יארן איז דאס מציאות געווען אז קיינער האט נישט אז ס'האט זיך אינגאנצן אפגעשטעלט.
קיינעם נישט געקענט צוריקהאלטן פון גיין קויפן שפילן - אדער "פלעיס" ווי מען רופט עס אין אדער דינגען א DVD און דאס אויפשפילן ביי זיך היינטיגער אידיש - איז ווייטער געבליבן א גאנגבארע אינדערהיים אויפ'ן קאמפיוטער.
פארוויילונג, סיי פאר א פורים שפיל, און שפעטער דאס איז אלעס אויף דעם טעכנאלאגישן פראנט. אין גרויסע טעאטערס אום חול המועד, אבער דאס איז בעיקר געווען געווידמעט פאר קינדער זיי צו אין דער זעלבער צייט האט מען געהאלטן ביים האלטן פארנומען. און טראץ דעם וואס די שפילער דריטן דור פון דעם היימישן אידיש-רעדנדן עולם,
זייט 17
טעקסט
און נאטירליך וועלן זיין אסאך וואס זענען מער אפן צו אקצעפטירן די דרויסנדיגע קולטור למחצה לשליש ולרביע. ממילא, איז אין די פריע 2000 יארן געווען דאס ערשטע מאל וואס דער געדאנק צו מאכן א אידישן פילם האט געקענט קומען אין באטראכט אלס עפעס וואס וועט מעגליך האבן א גענוג ברייטע אוידיענץ אז ס'זאל זיך לוינען אלס א ביזנעס אונטערנעמונג.
עס האט גענומען ביז ארום 2004 אז א גרופע יונגעלייט פון מאנסי זאלן אנהייבן ארבעטן אויף א פילם וואס איז געשפילט אין א היימישער אידיש, דורך היימישע יונגעלייט, און אפעלירט צום היימישן ציבור. אפגעכאפט אויף די מאנסי גאסן
"א געשעפט"
און אויסגעשטעלט ווי אן עקשאן טרילער, איז עס דער ערשטער און דערווייל - שוין צוואנציג יאר שפעטער - דער איינציגער פרואוו אהערצושטעלן א היימישע אלטערנאטיוו צו האליוואוד.
דער פילם "א געשעפט" איז אייביג געבליבן "טאבו", עפעס וואס א יונגער בחור וועט וואטשן בשתיקה אויף זיין ערשטן כלי, אן דעם טאטנ'ס רשות. פארוואס דאס האט זיך אזוי אויסגעשטעלט קען מען שפעקולירן. ס'קען זיין אז די סיבה איז וויבאלד ס'איז געמאכט בלויז פאר אונטערהאלטונג, און טראץ וואס דער פילם, ווי אלע פילמען, האט געוויסע טיפערע מעסעדזשעס, איז עס אבער נאר דרך אגב. דער עיקר ציל איז דאס האבן היימישע אונטערהאלטונג.
נאך א שטארקע סיבה איז זיי האבן זיך ערלויבט צו ניצן דעם מושג פון א טראגעדיגער פרוי אלס א חלק פונעם פּלאַט, עפעס וואס ווערט באטראכט זייער קאנטראווערסיאל ביי א גרויסן חלק פונעם היימישן ציבור. אין איין ווארט האט זיך דער פילם אפיציעל נישט צוגעשטעלט צו די תקנות וואס אזא פילם וואלט געדארפט נאכקומען צו זיין גענוג כשר פאר דעם היימישן סטאטוס-קווא.
"א געשעפט," דיסטריביוטעד דורך Mostly Music, איז ערשינען אויף די פאליצעס מיט גענוי צוואנציג יאר צוריק, דעצעמבער 2005. אין פעברואר 2006 האט שוין דער פארווערטס און JP געשריבן איבער דעם פילם מיט עקסטאז, דערציילנדיג איבער דעם ערשטן אידישן פילם געמאכט דורך אולטרא-ארטאדאקסן, און פון די איינציגע פילמען אין אידיש צו ערשיינען אין איבער 50 יאר. פון דעם אז די נישט-טראדיציאנעלע צייטונגען האבן דאס געפילט פאר וויכטיג צו באריכטן זעט מען וואספארא חידוש דאס איז געווען אין זיין צייט, און ווי דאס האט לויט זיי געצייגט אויף אן אינערליכן טויש אין קולטורעלע נארמעס ביים אידיש רעדנדיגן עולם.
צו דעם צוואנציגסטן יארטאג פונעם ערשיינען פון "א געשעפט" האבן מיר זיך ארויסגעלאזט
זייט 18
טעקסט
פארשן און אנגעקומען צו כאפן א שמועס מיט דעם דירעקטאר, די פראדוצירער, און אקטיארן פונעם פילם, איבער וויאזוי דער פילם איז צושטאנד געקומען, וואס די מאטיוואציע און אינספיראציע הינטער דער אונטערנעמונג איז געווען, און איבער די שטרויכלונגען וואס געוויסע האבן פרובירט צו לייגן דורכאויס דעם וועג, און אויך נאכ'ן ארויסקומען. געוויסע פון די פערזענליכקייטן צו וועם מיר האבן גערעדט, אריינגערעכנט די וואס זייער נאמען ערשיינט נישט דא צוליב זייער ווילן צו פארבלייבן אנאנים, זענען ווערד אן ארטיקל פאר זיך, אריינצוגיין און באשרייבן זייער אינטערעסאנטע לעבנס-געשיכטעס. אבער מיר האבן זיך פרובירט צו האלטן מער ווייניגער צו וואס איז נוגע "א געשעפט", הגם פאר פיל פון זיי איז עס ווי אן אלט פארגעסענע געשיכטע פון א פריערדיגן גלגול.
"א געשעפט"
יענקי קירש איז אויפגעוואקסן אין וויזשניץ מאנסי. פון די פופצן ביז די ניינצן בערך האט ער נישט באלאנגט אין קיין היימישן מסגרת, אבער דערנאך איז ער צוריקגעקומען און אויפגעשטעלט א היימישע שטוב, הגם ער וואלט זיך היינט נישט פאררופן צו באלאנגען צו וויזשניץ.
אין די פריע תש"ס יארן, ווען ער האט געוואוינט אין מאנסי און שוין געהאט א משפחה מיט דריי קינדער, האט ער זיך ערנסט גענומען ארבעטן אויף דעם ערשטן אידישן פילם געשפילט דורך היימישע יונגעלייט אין אידיש. וואס האט אים אינספירירט? "ווען איך בין געווען אינדרויסן פונעם סיסטעם, האב איך געקוקט די גוי'אישע פילמען וואס זענען דעמאלט געווען צו זען. און ווען איך בין שוין געווען חתונה געהאט, מיט קינדער אין שטוב, האב איך געזען פאר מיר א גרויסן חלל אין היימישער ענטערטעינמענט. פארוואס דארפן בחורים און יונגעלייט וואטשן גוי'אישע מאוויס און ס'זאל נישט
מענדי קירש
יענקי קירש
זיין צו באקומען היימישע פילמען געמאכט פאר היימישע אידן?"
די ערשטע זאך האט ער זיך געוואנדן צו זיין ברודער מענדי, א טיכטיגער יונגערמאן וואס האט געטון אין ריעל עסטעיט און געקענט אסאך מענטשן, און פארגעלייגט דעם פלאן: ער וועט שרייבן דעם סקריפט און זיין דער אפיציעלער
זייט 19
טעקסט
מענדי קירש אין דעם פילם
יענקי קירש אלס "מלמד" אין דעם פילם
דירעקטאר, און מענדי וועט זיין דער פראדוצירער און אינוועסטירער.
יענקי האט שוין געהאט אביסל עקספעריענס מיט דער וועלט פון דירעקטן און שפילן אויף מאוויס, וויבאלד אין די ניינציגער יארן, וויילנדיג אין ארץ ישראל, איז ער געווען דער מעין אקטיאר )יאסעלע( אין א קליינער אידישער פראדוקציע גערופן
"פארלוירן דעם זיכרון". )דער פילם איז איבער א בחור,
יאסעלע, וואס האט זיך צעקריגט מיט זיין טאטן, און שפעטער האט זיין טאטע אים אראפגעקלאפט אין אן עקסידענט און דורכדעם האט ער פארלוירן זיין זיכרון.(
געזאגט און געטון. זיי האבן זיך ארויסגעלאזט זוכן יונגעלייט וואס זענען גרייט צו שפילן אויפ'ן פילם. רוב שפילער אינעם פילם זענען ערשטמאליגע אקטיארן, אויסער אהרן מינץ וועלכער שפילט דעם דעטעקטיוו און יואל דאנציגער וואס שפילט דעם טאטן פון פרץ גראסבערג.
אן אינטערעסאנטן עפיזאד וויאזוי זיי האבן געטראפן איינעם פון די מעין אקטיארן האבן מיר געהערט פונעם אקטיאר זעלבסט. מענדי האט געהערט פון חברים אז יענער קען זיין גוט פאר א געוויסער ראלע אינעם פילם, און ער האט אים אנגערופן און אפגעשמועסט זיך צו טרעפן ביים
תומכי שבת פארקינג לאט )דער דעמאלטיגער "הענגאוט" פלאץ אין מאנסי(.
ווען זיי האבן זיך געטראפן האט דער יונגערמאן געזאגט, איך האב נישט קיין פראבלעם אבער איך האב נאך קיינמאל נישט געשפילט אויף א פילם. "נישט געזארגט," האט אים יענקי בארואיגט, "שטעל דיך פאר אז דו ביסט יעצט אויף אן עראפלאן, דו קוקסט ארויס פון פענסטער און זעסט א הערליכע סצענע. שיינע וואלקענעס, בערג, קליינע הייזער אין קליינע שטעט, און אזוי ווייטער. יעצט שטעל דיך פאר ווי דו דרייסט זיך אויס צו דיין שכן אויפ'ן עראפלאן און דו דערציילסט אים מיט התפעלות וואס דו האסט געזען. געגאנגען…" דער יונגערמאן האט גלייך אנגעהויבן שפילן די ראלע פון איינעם וואס איז אין אזא מצב, און יענקי און מענדי האבן גלייך געזען אז ער איז א נאטירליכער אקטיאר און אים אויפגענומען אויפ'ן פלאץ.
דער אפיציר ביי דער פאליציי סצענע איז געווען אן עכטער אפיציר, וועלכער האט מעגליך געגלייבט אז ער הייבט דא אן א קאריערע אלס גרויסער מאווי שטערן...
זייט 20
טעקסט
יענקי און מענדי אליין האבן אויך גענומען ראלעס אין דעם עצם שפיל. מענדי האט גענומען די וויכטיגע ראלע פון שמואל בערנארד, דער געהילף פון ר' וואלף זיכלער, און יענקי האט געשפילט דעם מלמד ביים אנהייב פונעם פילם.
ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז פאר עדיטינג האט מענדי געמוזט ניצן א פרייען איד, א יידישיסט מיט'ן נאמען ראלענד מילמאן, וועלכער האט געהאט געעדיט געוויסע קליינע פראיעקטן
פאר'ן היימישן עולם )א שטייגער ווי "שוויץ" - א
קליין איבונגען ווידעא(, ווייל דעמאלט איז נאכנישט געווען קיין היימישע פירמע צו טרעפן וואס טוט פראפעסיאנעלע עדיטינג פאר אזא פראיעקט. )דער
מילמאן האט דעמאלט געזאגט אין אן אינטערוויו פאר "דער פָארווערטס" אז ער פון זיין זייט האפט שטארק אז דער פילם וועט ברענגען אן אויפלעבונג פון יידישן פילם ביים אידיש-רעדנדן ציבור, אבער ער האט מורא אז זיי האבן נישט וואס צו זארגן, ס'וועט נישט געשען אזוי שנעל…(
איך פרעג יענקי צו דער פילם מעסעדזש און מאטיוו איז אז ארויסווארפן פון חדר אדער ישיבה איז נישט קיין גוטע זאך, אזא סארט פאלעמיק קעגן מנהלים וואס ווארפן קינדער און בחורים. "לאו דווקא," זאגט ער מיר, "פארקערט, ס'איז געשפילט אויף א וועג אפילו מצדיק צו זיין דעם מנהל. צומאל האט מען באמת נישט קיין ברירה און מ'דארף ווארפן א קינד/בחור; דער מנהל האט געטון אלעס וואס ער האט געקענט."
איסורים און חרמות
אזוי ווי יעדער נייער דערהער וואס קומט אריינברענגען עפעס פריש, האט זיך אויך די אונטערנעמונג אנגעשטויסן אין היפש קעגנערשאפט פון דעם מער עקסטרעמען חלק אין אונזער לאגער. איין מערקווירדיגע פאסירונג האבן מיר געהערט פון מערערע וואס זענען געווען אינוואלווד, אז צום ערשט האט מען אפגעכאפט די סצענע מיט'ן אמבולאנס ניצנדיג א הצלה אמבולאנס, פארשטייט
זיך מיט רשות און אין צוזאמענארבעט מיט די וואלונטירן. אבער ווען קליפס פון דער סצענע זענען ארומגעפארן אויף אימעיל נאך איידער דער פילם איז ארויסגעקומען*, האבן זיי אנגעהויבן באקומען
שטארקע היץ. )דעמאלט איז נאכנישט געווען קיין סאושעל מידיע אדער וואטסעפ, ניטאמאל איז געװען סמארטפאונס. דעריבער האט מען ארומגעשיקט שטיקלעך פונעם פילם אויף אימעיל פאר מארקעטינג, פונקט ווי היינט שיקט מען ארום אויף וואטסעפ און יוטוב.(
רבי ישראל האגער, דער היינטיגער וויזשניצער רבי אין מאנסי און דעמאלטיגער זון פון וויזשניצער רבי'ן רבי מאטעלע, האט געסטראשעט געוויסע מיט'ן נישט באקומען א חלקה אין זייער בית החיים, ווי אויך האט הצלה - ווארשיינליך זייענדיג אונטער דרוק - געשיקט פאר מענדי, דער פראדוסער, א ווארענונג נאטיץ פון זייער לויער אז זיי גייען קלאגן אין געריכט אויב גייט מען ניצן די סצענע אינעם פילם.
די פראדוצירער האבן זיך נישט געזוכט איבריגן קאפוויי, דעריבער איז מען בלית ברירה געגאנגען איבערמאכן די אמבולאנס סצענע ניצנדיג די אלגעמיינע קאמיוניטי אמבולאנס סערוויס אין ספרינג היל.
בערך א חודש נאך וואס דער פילם איז ערשינען האט איינער געהאנגען גרויסע פלאקאטן אין בארא פארק און אין מאנסי מיט א קול קורא וואס שרייט מיט גרויסע שרעקעדיגע ווערטער, אז אויב לאזן מיר צו אזוינס וועלן זיך אלע אידן טרעפן צוזאמען אין טעאטער. דער זעלבער קול קורא איז אויך געדרוקט געווארן אין "דער בלאט" און "דער איד", אויפנעמענדיג א גאנצן בלאט. דאס ווארט "טעאטער" ווערט געניצט מערערע מאל אינעם פאשקעוויל, מיינענדיג דערמיט צו דערמאנען די איינגעקריצטע שנאה וואס היימישע אידן דארפן צו האבן צום אמאליגן יידיש טעאטער וואס האט אזוי געצויגן די מאסן אין זייער צייט און איז געווען א סימבאל פון דער השכלה קולטור פון דער יוגנט. א וואך שפעטער האט זיך געזען אין די צייטונגען
זייט 21
טעקסט
דער פאשקעוויל אנטקעגן דעם פילם וואס איז געווען אויסגעשפרייט אין די גאסן און איז שפעטער אויך געדרוקט געווארן אין "דער בלאט" און אין "דער איד".
דאס צעטל פון "התאחדות הרבנים" אנטקעגן דעם פילם ערשינען אין "דער איד"
א פרישער קול קורא, דאסמאל מיט אן אפיציעלן התאחדות הרבנים לאגא. ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז דער צווייטער קול קורא איז מיט א מער רואיגן נוסח און נישט קיין פאשקעוויל סטיל. ווי אויך איז עס אריינגעקוועטשט ערגעץ אין דעם אונטערשטן חלק פונעם בלאט. ס'איז מעגליך אז געוויסע האבן געהאט טענות אויף די ערשטע פארוואס מ'ניצט אזעלכע שרייעדיגע ווערטער און נאכדערצו אז ס'איז ניטאמאל אונטערגעשריבן ביי קיין רב אדער דיין, דעריבער זענען זיי געגאנגען בעטן אז התאחדות זאל אריינלייגן איינס מיט זייער אפיציעלן נאמען.
אינטערעסאנט אז די מודעה רעכנט אויס צוויי איסורים וואס דער "ווידעא" איז עובר: איינס אז דאס עצם ווידעא איז אסור על פי די רבנים, און דער צווייטער איז ווייל דער תוכן אנטהאלט "ליצנות פון כל הקדוש לנו". ס'איז אבער שווער צו גלייבן אז דאס זענען באמת די סיבות. התאחדות הרבנים האט נישט אריינגעלייגט א קול קורא פאר יעדן "ווידעא" וואס איז ארויסגעקומען, ווי אויך קוקנדיג דעם ווידעא איז שווער צו זען וואו מען מאכט ליצנות פון אידישקייט. פארקערט, ס'זענען דא אפאר פלעצער ווי א שיינע פאר מינוט פון דיאלאג איז אוועקגעגעבן אויף אמונה און בטחון. איז געבליבן צו שפעקולירן צווישן די שורות, אז די סצענע מיט דער טראגעדיגער פרוי וואס מען פירט אריין אין שפיטאל, איז דאס וואס האט ארויסגערופן אזא צעקה, א סצענע וואס איז פארשטייט זיך געשפילט געווארן דורך א מאן מיט'ן פנים צוגעדעקט. דאס צעטל האט דאס נאר נישט געקענט ארויסשרייבן משום כבוד וצניעות וכו'. ווי אויך איז א שטארקע פראבלעם געווען דער פאקט אז ס'איז אין אידיש, וואס ווייזט קלאר ווער די אוידיעץ איז און פאר וועמען מען צילט. דער אויבנדערמאנטער רבי ישראל האט דאס טאקע געזאגט פאר איינעם פון די יונגעלייט וואס זענען געווען פארמישט, אז דא איז ערגער ווייל ס'איז אין
זייט 22
טעקסט
אידיש. )דער יונגערמאן האט אים געענטפערט אז ער האט זיך נישט וואס צו זארגן, קיין איין וויזשניצער יונגערמאן איז נישט חס ושלום אין אזא שוואכער מדרגה צו עפענען א קאמפיוטער און קוקן א מאווי…(
די צוקונפט
ווי ס'איז דער שטייגער, האב איך געפרעגט מענדי און יענקי פארוואס זיי האבן קיינמאל נישט געמאכט נאך א פילם. דער תירוץ פון ביידע: "איך וואלט גערן געארבעט אויף נאך איינס ווען מ'קען ווען מאכן פרנסה דערפון. בחינם זענען מיר נישט גרייט צו ארבעטן…"
אנדערש ווי איך האב אין אנהייב געטראכט, טענה'ט יענקי אז נישט אידישקייט אדער פרומקייט איז די סיבה פארוואס ס'זענען ממש נישט דא קיין פילמען וואס זענען געקומען נאך "א געשעפט", נאר די סיבה איז געלט. א געשעפט האט געהאט א בוזשעט פון 30 אלפים, און צוריקגעמאכט 15 אין דער ערשטער שטיק צייט און אין די נעקסטע צען-פופצן יאר קוים געדעקט די איבריגע 15. אזוי קען מען קיין ביזנעס נישט מאכן.
ווי ס'זעט אויס איז ער גערעכט, ווייל אז מ'קוקט איבער די לעצטע צוואנציג יאר זעט מען אז ס'זענען יא געמאכט געווארן א היפש ּפאר אינטערעסאנטע פילמען, אבער נאר פאר גרויסע ארגאניזאציעס ווי הצלה און חברים. און די סיבה איז, סיי ווייל ס'הערט זיך מער כשר און פאר א גוטן צוועק, און ווי אויך - און דאס איז דער עיקר סיבה - אז פון יענע פילמען פלאנט מען סייווי נישט צו מאכן געלט דירעקט. דער ריכטיגער איינפלוס וואס דער פילם "א געשעפט" האט געמאכט אויף דעם היימישן אונטערהאלטונג מארקעט איז שווער צו שאצן. אלס א קליינע דוגמא, די אלעמען באקאנטע סטודיָא "אָ
ן טיים" )היינט גערופן "טשיפ טשאַפ"(, אנגעפירט דורך
מענדי לענעראוויטש, איז געווען פון די היימישע פיאנערן אין ווידעא מארקעטינג, אינטערעסאנטע קליינע סקיטס, ווי אויך די ווידעא פראדוקציע
באריכט איבער דעם פילם אין "פֿאָרווערטס"
פון געוויסע היימישע שפילן און פראמאשען סקיטס פאר פארשידענע ארגאניזאציעס. מענדי לענעראוויטש איז געווען אסיסטענט דירעקטאר פאר "א געשעפט", און ס'איז צו גלייבן אז ער האט אסאך זיך געלערנט דערפון.
ס'לאזט זיך גרינג זאגן, אז אנדערש ווי אין 2005 ווען מענדי האט געדארפט אנקומען צו עפעס א יידישיסט פאר פראפעסיאנעלער עדיטינג, אויב וואלט ער דאס היינט געוואלט מאכן וואלט ער געטראפן א שיינע ּפאר היימישע סטודיָאס וואס קענען עס אים אהערשטעלן, און אפשר נאך אפילו שענער.
צוריקקוקנדיג אויפ'ן טויש אין היימישער מידיע דורכאויס די לעצטע צוואנציג יאר, בלייבט נאר איבער צו שפעקולירן וואס די קומענדיגע צוואנציג יאר וועלן ברענגען פאר היימישע ווידעאס און פילמען.
ר' יעקב קירש וואוינט היינט אין ארץ ישראל און איז עוסק און מעדיטאציע און breathe work על פי קבלה, בעיקר זאגט ער ניצט ער דעם זוהר, ספר יצירה, און נאך. זיין יוטוב קאנאל, "conscious Judaism," איז אן אינטערעסאנטע דעסטינאציע פאר איינעם וואס איז אינטערעסירט צו לערנען מער איבער די עניינים. רבי מענדי קירש וואוינט היינט אין דעם מאנסי אומגעגנט און איז עוסק אין מסחר.
זייט 23
טעקסט
אין קומענדיגן גלגול
דורך: חבקוק
יוסי בראך, טיילט געלט אסאך
פאר מיין חבר דער דיין, כ'בין נישט קיין צר עין
און דער רבי מיט זיין קעיק, דזשאסט גימי א ברעיק
שטעלט צו דירות, די קינדער קאסירן שכירות
און איך מיט מיין פאנגוס, וואס מיט מיר ראנג איז?
ווי א לוזער אין סירקלס, כ'דאוון נאך אין מוירטל
א גאב"ד מיט א ראב"ד, און יעדער וויל זיין מרן
און מיין קאמפעני סקריפּעט, און ס'לויפן די יארן
ס'כאפט מיר א שוידער, כ'וויל שמעקן די פּוידער!
אבער וואו איז די פוידער? וואו איז מיין פלאן?
מיין רבי פון כתה ו', פראסקעט מיך נאך צאם!
אז מארגן וועט זיין בעסער, האב איך פאריגע וואך געטראכט
דערמאן איך מיך יעצט, אין שויער ביינאכט
שבשתא כיוון דעל, א קאַקער בלייבט א קאַקער
גאט'ס מיסטעיק, כ'בין שוין אויף דעם אויך מוותר
נאר געמיר שוין די קולעיד אדער געמיר די טיי
בעל כרחך אתה נוצר וברצונך אתה חי
לאמיך גיין משוגע, לאמיך אויף וואלאבאוט טאנצן,
אמת מארץ תצמח, און איינער ברויך עס פלאנצן
סוקסעס איז רעלאטיוו, און חיימאו איז א סטאַר
גל-פז נאך פארמאכט, אדאנק הערשל קלאר
כ'בין געווען אמאל א
אינגל, מ'זאגט גאנץ בא'חנ'ט
כ'האב געדארפט זיין א נגיד, אבער נעווער מיינד
כ'האב שוין גערעדט צו שלמה'ן פון דער חברא קדישא
וועגן א קרקע אין בית עולם, נעבן זיידן ר' אלישע
באקן דארט בייגעלעך און א פיינעם קויליטש
מיט אלע נגידים און דער רבי ר' יואליש
די לופט דארט אזוי לויטער, די גראז אזוי גרין
ס'שטיל ווי גרויס דאס יאר, און מיין לעכט באקס איז קלין
די ווערים ציפן, אבער דער קאפ איז נישט מבולבל
כ'וועל געבן נאך א טריי, אפשר אין קומענדיגן גלגול
זייט 24
טעקסט
דער הלכה'דיגער און היסטארישער אמת וועגן כשרות אן א סימבאל
דורך: הרב אהרן עבאדי
אריינפיר
קיין הכשר. עס איז נישט געווען קיין OU, נישט קיין Kof-K, און זיכער נישט קיין פעקלעך מיט סטיקערס. און דאך האט מען געהיטן כשרות. ביי רוב פרומע אידן היינט מיינט כשרות: זוכן א הכשר. אויב איז דא א כשרות סימבאל איז עס ווי אזוי? דורך פאלגן די הלכה. זיי האבן געוואוסט כשר, און אויב נישט - טרייף. אבער דער געדאנק מיט וואס ברויט איז געמאכט. זיי האבן געלערנט איז א נייער מאדערנער מושג, עס איז נישט הלכה.
צו דערקענען פיש מיט סְנַּפִיר וְקַׂשְקֶׂשֶת. זיי האבן פאר טויזנטער יארן האבן אידן נישט אזוי געלעבט.
געקויפט ביי מענטשן וואס מ’האט געהאלטן פאר און בכלל איז דער געדאנק אז געפאקטע עסן זענען ערליכע. און ווען מ’האט געהאט א ספק, האט מען אויטאמאטיש פארבאטן אן א הכשר, נישט געבויט געפרעגט.
אויף תורה – נאר אויף פחד.
אפילו ווען געּפַאקטע עסן איז אנגעקומען אויף אונזערע אנווייזונגען וויאזוי צו ליינען דעם מארקעט, האבן אידן נישט געּפאניקט. זיי באשטאנדטיילן איז דא כדי אויפצואוועקן מענטשן.
האבן געליינט די באשטאנדטיילן, פארשטאנען עס איז צייט צוריקצוקומען צו אמת’דיגער הלכה - וואס עס מיינט, און געמאכט א מסקנא לויט הלכה. אן קיין אומבאזירטע קלאנגען, אן קיין סלאגאנען, אין מאראקא האט מען געקויפט זיתים, פיטא, אן קיין כשרות-אינדוסטריע ּפַארַאנָאיע.
און כומוס אין אראבישן מארקעט, און יעדער האט ווען א מענטש לערנט די דינים, פארשטייט די געוואוסט וואס עס איז פארהאן אין דעם; אין קאטעגאריעס, און ניצט אביסל שכל, קען ער עסן איטאליע האט יעדער געוואוסט וואס איז פארהאן רואיג און ריכטיג. די תורה באפעלט נישט צו זיין אין איטאליעניש ברויט; אין טערקיי האט מען דערשראקן פון עסן, זי באפעלט צו פארשטיין וואס געוואוסט וויאזוי מען מאכט קעז. יעדע קהילה האט איז מותר און וואס איז אסור.
געהאט אירע ידיעות און איר רב.
היינט האבן מיר דאס אלץ ערזעצט מיט א
היסטארישער קאנטעקסט:
סטיקער. אבער כשרות איז קיינמאל נישט געווען
כשרות בעפאר הכשרים
איבער סטיקערס, עס איז געווען איבער וויסן וואס איז מותר און וואס איז אסור. און עס איז צייט מיר מיט הונדערט יאר צוריק האט גארנישט געהאט זאלן דאס צוריק אויסלערנען פאר אונזער דור.
זייט 25
טעקסט
דער אויפקום פון כשרות-סערטיפיקאציעס
נישט זענען כשרות-סערטיפיקאציעס אפירגעקומען וויבאלד עס איז געווען א הלכה’דיגער געברויך, עס איז געבוירן געווארן צוליב היינטצייטיגער באקוועמליכקייט, מאסן-פראדוקציע, און מארקעטינג.
יא. עס איז באקוועם און ניצליך, אבער עס איז נישט תורה.
מיט פופציג יאר צוריק האבן רוב ליטווישע קהילות זיך נישט געקימערט איבער הכשרים. ביי די חסיד'ישע קהילות האט זיך עס אנגעפאנגען אלס א קהילה’דיגע שמירה, און שפעטער איז עס געווארן א ביזנעס. נאך שפעטער - א ביליאן-דאלארדיגע אינדוסטריע. היינט זענען מענטשן דערשראקן צו קויפן א פשוט ברויט אן א קליינעם סימבאל אויפ'ן פַאק-ּפאפיר.
דאס איז נישט קיין הלכה, דאס איז ברעינווַאשינג. און די ראיה איז פשוט: פרעגט יעדע גרויסע הכשר-ארגאניזאציע צי זיי פארלאזן זיך אויף ליינען באשטאנדטיילן ווען נויטיג. דער ענטפער איז יא, אינעווייניג טוען זיי דאס בקביעות. יעדע פון זיי קוקט אריין אין באשטאנדטיילן-ליסטעס און פאבריק-דאטא. זיי קענען ליינען, און דו זאלסט אויך.
ביישפיל: אָריאו קיכלעך
לאמיר נעמען א ביישפיל פון דער אמת'ער וועלט: ָאריאו קיכלעך. פארגעסט וועגן דעם הכשר סימבאל, נעמט אן אז ס'איז נישטא. קען מען דאס עסן? ליינט די באשטאנדטיילן-ליסטע:
:Ingredients Wheat) Unbleached Enriched Flour ,Sugar
Thiamine Mononitrate ,Reduced Iron ,Niacin ,Flour ,(Folic Acid ,[Vitamin B2] Riboflavin ,[Vitamin B1]
,Soybean and/or Canola Oil ,Palm Oil
High Fructose ,(Processed with Alkali) Cocoa
Soy ,Salt ,Baking Soda ,Corn Syrup Artificial Flavor ,Chocolate ,Lecithin לאמיר איצט דורכגיין די באשטאנדטיילן איינס ביי איינס.
• Sugar – קומט פון צוקער-רָארן אדער פון צוקער-צוויקל )sugar beet(. עס איז קיינמאל נישט טרייף.
• Flour – דאס איז מעל מיט צוגעלייגטע וויטאמינען. אלע זענען כשר, און זענען ניטאמאל עסּבַאר פאר זיך, אומאויסגעמישט. • Oils – פאלם אויל, סוי-בינע אויל, אדער קאנאלא אויל קומען אלע פון געוויקסן. אויב עס וואלט געווען דארט חיה פעטנס, וואלט מען עס געדארפט אויסדריקליך שרייבן. • Cocoa Processed with Alkali – דאס איז פשוט פראצעסירטער טשאקאלאד. כשר. • High Fructose Corn Syrup – נאך א סארט צוקער, געמאכט פון קארן. כשר. • Baking Soda און Salt – קיינער פון זיי איז נישט קיין פראבלעם.
• Soy Lecithin – א סוי-באזירטער
עמולסיפייער )געמאכט צו האלטן די באשטאנדטיילן סטאביליזירט און גוט אויסגעמישט(. כשר.
• Artificial Flavor – דאס איז קיינמאל נישט קיין שאלה, עס האט נישט קיין אמת'ן פליישיגן אדער מילכיגן אינהאלט.
קיין איין באשטאנדטייל איז נישט טרייף. גארנישט דא דַארף ַא סטיקער כדי צו זיין כשר. ליינט די באשטאנדטיילן, פארשטייט וואס זיי מיינען, און איר ווייסט פינקטליך וואס איר עסט.
וויכטיגע הלכה'דיגע מושגים
איינער פון די שטערקסטע - און ווייניגסטע פארשטאנענע - כללים אין כשרות איז נֹותֵן
זייט 26
טעקסט
טַעַם לִפְגָם. דאס מיינט: אויב א טרייפענער באשטאנדטייל לייגט ארײן א שלעכטן טעם אינעם עסן איז עס נישט אסור.
דאס איז נישט קיין נייע מאדערנע קולא, עס איז א קלארע הלכה פסוקה אין גמרא און שולחן ערוך. פארוואס? ווייל די תורה פארבאט נישט סתם "טרייפענע סובסטאנצן"; זי פארבאט א טעם וואס מאכט בעסער.
א ביישפיל: אויב עס פאלט אריין א לעפל טשיקען-זוּפ אין א שיסל אייז-קרים, דאן ווערט דער טעם ערגער, עס איז נישט מער געשמאק, אלזא הלכה'דיג מעג מען דאס עסן. עס איז נותן טעם לפגם.
נאך א וויכטיגע הלכה איז אז א דבר איסור וואס האט בכלל נישט קיין טעם, איז "כעץ בעלמא" און קען נישט אסר'ן דעם מאכל אין וועלכן מ'האט עס אריינגעלייגט.
יעצט לאמיר דאס אויסברייטערן מיט ביישפילן פון דער היינטיגער מאדערנער וועלט:
• אויב טרייפענער דזשעלַאטין אדער ענזיימס אין קענדיס פארמאגן נישט קיין טעם - מותר.
• אויב שפורן פון עפעס וואס קומט פון א חיה ווערט אריינגעלייגט אין דער באזע פון טשואינג-גָאם, אבער עס גיבט נישט קיין טעם דערין - מותר.
• אויב א ביטערער כעמישער באשטאנדטייל ווערט געניצט אין דער פראצעדור אבער מען שפירט נישט איר טעם דאן איז עס אויך לִפְגָם, און דעריבער מותר.
מענטשן האבן מורא און טראכטן: "וואס איז אויב ס'איז דא א משהו פון עפעס טרייף?" אבער דער שולחן ערוך האט שוין עוסק געווען אין דער שאלה מיט הונדערטער יאר צוריק אין גע'פסק'נט אז אויב עס איז נישט עסבאר אדער עס מאכט
דאס עסן ערגער, דאן איז עס נישט קיין כשרות פראבלעם. פינטל.
דו דארפסט נישט קיין הכשר אויף קארטאן, און דו דארפסט נישט קיין הכשר אויף דער טשואינג-גָאם באזע וואס האט נישט קיין טעם און איז נישט קיין עסן בכלל. ביידע זענען פונקציאנעל די זעלבע. דער דאזיגער כלל איז די סיבה פארוואס רוב סאדעס, קענדיס, טשואינג-גָאם, און פראצעסירטע פראדוקטן זענען נישט בלויז אפשר כשר - זיי זענען הלכה'דיג מותר, אפילו אויב זיי פארמאגן שפורן פון עפעס טרייף וואס ביישטייערט גארנישט צום טעם. מען דארף ניטאמאל קוקן אויף יענע באשטאנדטיילן. די אינדוסטריע רעדט נישט דערפון ווייל עס ברענגט נישט קיין געלט, אבער דאס איז די תורה. און עס איז וויכטיג.
מילכיגע פראדוקטן – די יסודות
איידער מיר זענען מסביר מילכיגע פראדוקטן, דארף מען קודם פארשטיין א יסודות'דיגן חילוק אין הלכה: מילך איז א ספק, קעז איז א גזירה.
ביי מילך איז די שאלה וואס די גמרא ברענגט ארויף דערויף: צי די מילך קומט פון א כשר'ער בהמה אדער נישט. דאס הייסט א ספק. ווען מען האט א קראנטן וועג אויסצוקלארן דעם ספק, איז עס מותר. און אזוי פסק’נט טאקע רבי משה פיינשטיין זצ"ל: אין אמעריקע זענען די רעגולאציעס זייער שטרענג, און עס איז זיכער אז די מילך קומט פון קוען. נישט פון קיין אומ'כשר'ע חיה. עס לוינט זיך נישט פאר א פירמע אפצונארן; אויב מען טרעפט אז איינער האט ארומגעפאפט דערמיט דאן קען מען פארלירן די לייסענס אדער ווערן אנגעקלאגט. אזוי ארום איז דער ספק געלייזט, און די מילך איז כשר. דאס רופט מען חלב סתם.
אבער קעז איז אנדערש. קעז איז נישט סתם א ספק, דאס איז א גזירת חכמים. ווען עס איז א
זייט 27
טעקסט
גזירה, העלפט נישט סתם אויסצוקלארן אז ס'איז אלזא, איז דאס נישט קיין היתר אויף דער גזירה - מיר זעען פשוט אז רוב קעזן זענען בכלל נישט אריין כשר. די גזירה בלייבט אין קראפט אפילו אויב דער אין דער גזירה.
קעז איז טעכניש כשר, חוץ אויב מ’קען צייגן אז דער פאל איז נישט אין כלל פון דער גזירה.
און דעריבער זענען רוב פוסקים מסכים אז מ’קען עס עסן; הרב בעלסקי זצ"ל, הרב הערשל שעכטער און דא קומט דער וויכטיגער שליסל: רוב קעזן שליט"א, און אנדערע, האבן ארויסגעגעבן פסקי היינט זענען טאקע בכלל נישט אין דער גזירה.
הלכה וואס ערלויבן אסאך קעזן.
פארוואס נישט? ווייל די אריגינעלע גזירה פון גבינת אויף אונזער וועבזייטל איז דא א קלארע ליסטע עכו"ם איז געווען אויף שווערע, רענעט-באזירטע פון וואס יא און וואס נישט. אמת, פארשידענע קעזן - וואס קענען נאר ווערן פארקעזט דורך השגחות קענען האבן פארשידענע ליסטעס, אבער
ענזיימס פון בעלי חיים )אין ענגליש איז דאס rennet,
דער יסוד איז איינער: ס'איז נישט קיין קולא קעגן
וואס איז קומט נאטירליך פון דער בויך פון בעלי חיים(. אבער
דער גזירה - ס'איז א קלארער פטור אז ס'איז נישט רוב קעזן ווערן היינט געמאכט אן רענעט. זיי ווערן בכלל דער גזירה.
געמאכט מיט מיקרָאבישע אדער געוויקס-באזירטע מילך: געווענליכע מילך פון די געשעפטן איז כשר. ענזיימס, זיי ברויכן גאר נישט קיין רענעט.
הרב אהרן עבאדי מיט זיין פאטער רבי יצחק ביי א משפחה שמחה
זייט 28
טעקסט
דאס רופט מען היינט חלב סתם, און רוב פוסקים אין אמעריקע האבן דאס מקבל געווען לויט רבי משה פיינשטיין זצ"ל. ווי ערקלערט אויבן: עס איז נישטא דערביי קיין הלכה'דיגער פחד וויבאלד עס איז א רעגולירטער פראדוקט. די מילך איז פון קוען. קעז: דאס איז שוין מער קאמפליצירט אבער עס איז נישט קיין אומגעלייזטע מיסטעריע ווי שוין אויבן געשריבן:
• אויב עס שטייט אויפ'ן לעבל "animal rennet", דאן דארף מען זיין פארזיכטיג. • אויב ס'שטייט בלויז "rennet" אדער "enzymes", דאן קוקט אויב דער קעז איז "vegetarian". אויב יא, איז עס כשר. • אויב איר ווייסט נישט, גוגעלט עס אדער שרייבט צו דער פירמע.
און ווי שוין געשריבן ניצן רוב היינטיגע קעז פאבריצירער מיקרָאבישע אדער געוויקס-באזירטע ענזיימס, און דעריבער זענען רוב היינטיגע קעזן - ווי מָאצערעלע, טשעדער, פעטא, קרעם-קעז, יאגורט, סמייטע - נישט בכלל דער גזירה פון גבינת עכו"ם. די גזירה איז נאר אויף הארטע קעזן וואס ווערט געמאכט מיט רענעט פון א חיה, און דאס איז נישט וואס אונזערע מאדערנע ווייכע קעזן זענען.
אייער
די אייער וואס מען קויפט היינט אין די געשעפטן זענען כשר. זארגן וועגן בלוטס-טראּפן זענען נישט רעלעוואנט. אמאל פלעגן די אייער זיין פרוכטבאר און מען האט מורא געהאט אז מען קען טרעפן אן עכט עופה'לע אינעווייניג. אבער די היינטיגע קאמערציעלע אייער זענען אומפרוכטבאר, זיי קענען קיינמאל נישט ווערן געבארן און די בלוט-פינטלעך וואס מ’זעט אמאל זענען פשוט א פיגמענט. נישט קיין עובר, נישט קיין שאלה.
איר דארפט נישט קיין הכשר אויף אייער, איר
דארפט זיי נישט באקוקן, און זיכער נישט קויפן "כשר'ע אייער" פון א ספעציעלער פראדוקציע-ליניע.
פלייש
דאס איז גאנץ פשוט: ווען מ'רעדט פון פלייש, דארף עס זיין גע'שחט'ן און פראצעסירט לויט די
די פיר קינדער פון רבי יצחק עבאדי, הרב אהרן איז דער צווייטער פון רעכטס
זייט 29
טעקסט
הלכות פון כשרות. אלזא קען מען זיך נישט פארלאזן בלויז אויף די באשטאנדטיילן, און אזוי לאנג ווי עס שטייט נישט אויפ'ן פעקל "כשר", און ס'קומט נישט פון א באוואוסטן כשר'ן ברענד, טאר מען עס נישט קויפן. אויף דעם קען מען נישט שאצן און שפעקולירן; עס איז אדער כשר אדער נישט. אפילו פראצעסירטע פלייש-פראדוקטן - ווי "וואורשטלעך" אדער "דזשערקי" - מוזן קומען פון א כשר'ן מקור. ווערטער ווי "natural","beef", אדער "halal" טויגן גארנישט און איז נישט כשר.
פיש
אויך פיש איז פשוט, אבער מענטשן מאכן עס אומנויטיג קאמפליצירט.
די תורה זאגט קלאר: א פיש איז כשר אויב עס האט פלוספעדערן און שוּפן )fins and scales(. עס דארף נישט קיין שחיטה, מליחה, אדער השגחה. אויב מען זעט דעם פיש און עס האט פלוספעדערן און שוּפן - איז עס כשר.
אפילו פילעטס זענען אין ארדענונג אויב זיי זענען קלאר אנגעצייכנט אויפ'ן פעקל און מען קען באשטעטיגן דעם סארט.
ביישפילן:
• סאלמאן )לאקס( - אלעמאל כשר )האט שוּפן
און איז גרינג צו דערקענען(
טילאפיא - כשר • קאד - כשר • טונא - כשר •
פיש טוישעריי
אסאך מענטשן האבן א פחד, אז אפילו ווען אויפ'ן פעקל שטייט "סאלמאן" אדער "טונא", קען זיין אז
דאס איז באמת עּפעס אן אנדער סארט פיש. אפשר זאגט די פירמע ליגנט? אפשר האט זיך דאס בטעות איבערגעטוישט? דאס זענען פארשטענדליכע זארגן, אבער הלכה איז נישט מבוסס אויף שרעק. לאמיר שוין זאגן אז די פירמע האט טאקע ארומגעטוישט, מיט וואס קען דאס ווערן פארטוישט? וואס וועלן זיי ניצן אנשטאט סאלמאן? עס קען זיך אמאל מאכן אז מען זאל דארפן טוישן סאלמאן פיש מיט פיש ווי שטאלקאפ פָארעל
)steelhead trout(, ַארקטישע טשַאר )arctic char(,
אקעַאן פָארעל ָ)ocean trout(, ָאדער מַאקרעל )mackerel(, וואס די אלע פישן זענען כשר!
איר קענט דאס אליין אונטערזוכן. נעמט אײער טעלעפאן און פרעגט אין אייער עי-איי עפפ אדער בראוזער: "וועלכן פיש ניצט מען אפט אלס אן ערזאץ פאר סאלמאן?" די תוצאות וועלן כמעט אלעמאל זײן כשר'ע פיש. דאס זעלביגע איז אויך אמת פאר טונא אדער ווייספיש.
נישט-כשר'ע פיש ווערן כמעט קיינמאל נישט געניצט אין גרויסע פאבריקן צו פארבייטן כשר'ע פיש. עס איז נישט ווערד די ריזיקע. דער קליינער חילוק אין פרייז איז נישט ווערד דעם סקאנדאל. מען רעדט נישט דא פון א קליינעם רעסטאראן, איר קויפט פון א מאסיווער פירמע מיט לעגאלן אחריות. און אפילו אויב עס מאכט זיך אמאל א טעות איינס פון טויזנט מאל, טוישט דאס נישט די הלכה. הלכה איז נישט געבויט אויף שרעק. די הלכה ערלויבט צו געטרויען די פירמעס מיט דער סברא אז זיי וועלן נישט פארניכטן זייער ביזנעס דורך פאלש אפצייכענונג פון פיש.
אוודאי, אויב איר זעט עפעס פארדעכטיגט, ווארפט עס אוועק און רופט אן די פירמע. אבער לעבן אין שרעק איז נישט קיין הלכה'דיגער סטאנדארט.
דָאס זעלביגע איז ריכטיג מיט פרישע פיש אין די געשעפטן. מענטשן זָאגן: "מען מעג נאר קויפן פון א
זייט 30
טעקסט
כשר'ן פיש געשעפט." וואספארא נארישקייט! אויב ּ דער פיש הָאט פלוספעדערן און שוּפן און עס איז באקַאנט אלס א כשר'ער פיש, מעג מען דאס קויפן. געשניטן אדער גאנץ - פרעג וואספארא פיש דאס איז, אדער זוך מיט'ן טעלעפאן.
די תורה זאגט: סנפיר וקשקשת. נישט הכשרים און פאניק.
כשר'ן כלים - דאס איז נישט דיין פראבלעם!
אײנס פון די גרעסטע איינרעדענישן אין אונזער מאדערנער כשרות-פחד קולטור איז: "אבער וואס איז אויב די פאבריק האט נישט גע'כשר'ט די כלים?" אבער די דאזיגע שאלה איז באזירט אויף א גענצליכער מיספארשטענדעניש פון הלכה.
עס איז וויכטיג צו פארשטיין צוויי יסודות'דיגע קאטעגאריעס:
1. כשר'ן די אײגענע כלים אויב דו פארמאגסט א טָאּפ וואס מען האט געקאכט דערמיט טריפה, ביסטו מחויב דאס צו כשר'ן איידער דו ניצסט עס פאר כשר'ע עסן. דאס איז דײן אחריות! פארוואס? ווייל דו קאנטראלירסט עס.
2. כשר'ן אין א פאבריק אבער ווען דו קויפסט בלויז א פארטיגן פראדוקט, האסטו גארנישט צו טון מיט די כלים; דו ביסט נישט מחויב צו כשר'ן גארנישט.
די איינציגע הלכה'דיגע שאלה איז: איז פארהאן א מעגליכע תערובת פון טריפה אין דעם פראדוקט ווָאס גיבט אריין א טעם?
אויב דער ענטֿפער איז "ניין", דאן איז דאס דער סוף פון דער שאלה. אויב עס איז נישטא דערין קיין טעם פון טריפה, איז דער מאכל כשר. דו דארפסט דיך נישט זארגן אויב די מאשין איז געווארן גע'כשר'ט אדער נישט, הלכה'דיג איז דאס נישט דיין דאגה.
אפילו אויב עס איז יא געווען עפעס טריפה אין א פריערדיגער פראדוקציע פון דער מאשין וואס לאזט איבער א טעם, דאן איז די שאלה:
• ווערט עס בטל?
• איז עס נותן טעם לפגם?
שאלות איבער א מאכל דרייט זיך אלץ ארום "טעם" - נישט איבער דער געשיכטע פון דער מאשין און נישט וועגן דער לעצטער זאך וואס מען האט דערין געקאכט. אויב דער איצטיגער פראדוקט האט נישט קיין טריפה טעם, אדער דער טעם איז בטל ברוב אדער נותן טעם לפגם - דאן איז עס כשר. משל: דו ווילסט קויפן א שטיקל קוכן אין סופערמארקעט. דו ליינסט די באשטאנדטיילן און דו זעסט נישט דערין קיין חזיר-פעטנס )lard(. אלזא, קענסטו זיכער זיין אז עס פארמאגט נישט קיין טעם פון חזיר-פעטנס. און אפילו אויב די פריערדיגע פראדוקציע האט יא געניצט חזיר-פעטנס, איז עס זיכער בטל.
נאך א משל: א פאבריק ניצט א ריזיגן אויוון צו באקן קרעקערס. בעפאר דעם האבן זיי געמאכט עפעס מיט פוטער. נו, איז וואס? אויב איז נישטא קיין פוטער אין די קרעקערס און זייער טעם איז נישט מילכיג, דאן מעג מען דאס עסן.
די הלכות פון תערובת איסור זענען נישט קיין מיסטישע "קָאנטַאמינַאציע טעאריעס", עס האט גארנישט מיט'ן עמאציאנעלן עקל געפיל אדער רוחניות'דיגן טראמא. עס האט מיט דעם טעם פונעם מאכל.
דעריבער, הער אויף זיך צו זארגן וועגן כשר'ן כלים, אויסער אויב דו ביסט דער באזיצער פון די כלים. דאס איז פשוט'ע הלכה.
בישול עכו"ם און פת עכו"ם
עס זענען פארהאן הלכות וואס פארבאטן צו עסן מאכלים וואס זענען געווארן צוגעגרייט דורך
זייט 31
טעקסט
א גוי אין געוויסע אומשטענדן. די דאזיגע הלכות באשטייען פון צוויי גזירות:
א( בישול עכו"ם – עסן וואס איז געקאכט געווארן דורך א גוי.
ב( פת עכו"ם – ברויט וואס איז געבאקן געווארן דורך א גוי.
אבער די גזירות זענען נאר שייך אין באשטימטע אומשטענדן, און אין פאבריקן איז דאס בכלל נישט שייך.
פארוואס נישט? ווייל דער גאנצער יסוד פון די גזירות איז געזעלשאפטליך. די חכמים האבן מורא געהאט אז אידן זאלן זיך זעצן עסן צוזאמען און זיך נאנט מאכן מיט גוים - וואס קען צוברענגען צו ווערן חברים, חתונה האבן, זיך אויסמישן אין זייערע רעליגיעס און קולטורן. די גזירה איז געמאכט געווארן נישט ווייל א גוי קען נישט קאכן כשר, נאר כדי צו שאפן א גרעניץ צווישן אידן און גוים און אפהאלטן צו נאנטע באציאונגען.
דערפאר איז די הלכה קלאר: אויב איז נישט דא קיין געזעלשאפטליכע באציאונג צווישן דיר און דעם גוי וואס קאכט, און אוודאי אויב דו ווייסט ניטאמאל ווער עס האט געקאכט, דאן איז די גזירה נישט שייך.
יעצט, די ארבעטער אין די פאבריקן זענען דאך גענצליך אנאנים. זיי זענען נישט דיינע שכנים, פריינט, אדער גאסטגעבער. דו האסט זיי קיינמאל נישט געזען אדער גערעדט צו זיי און דו וועסט אים מסתמא קיינמאל נישט טרעפן. עס איז נישט דא קיין סכנה פון חתונה האבן מיט איינעם וואס אפערירט די מאשין אין איידעהא. עס איז נישט דא קיין קירבה בכלל, און דערפאר איז די גזירה נישט שייך.
און דאס איז נישט קיין נייער תירוץ. דאס איז שוין א פסק הלכה פאר דורות. אלע אנגענומענע פוסקים האבן אזוי געזאגט.
און דאס איז אויך פארוואס אלע גרעסערע הכשרים געבן א הכשר אויף אלע סארטן קָאנזערווירטע פראדוקטן )canned goods( - לאקשן, זופ, בונדלעך, און נאך סארטן געקאכטע עסן - אפילו א גוי איז דער וואס האט אנגעצונדן דעם פייער, ווייל די גזירה איז פשוט נישט שייך.
אויב איינער וויל מחמיר זיין און עסן נאר "בישול ישראל" - שיין און גוט. אבער מען טאר דאס נישט אויסמישן מיט הלכה. די גזירה איז נישט געמאכט געווארן אויף פאבריקן וואס פאבריצירן פארטיגע מאכלים פאר אנאנימע קליענטן.
דאס זעלבע איז מיט פת עכו"ם. אויב קויפסטו נישט פרישע ברויט פונעם לאקאלן נישט-אידישן בעקער, נאר א געפאקט פעקל ברויט פון א פאבריק, דאן איז די גזירה נישט שייך. אסאך פוסקים דערמאנען דאס בפירוש.
דאס איז די ריכטיגע הלכה, און דאס איז וויאזוי ערנסטע פוסקים זענען אלץ צוגעגאנגען דערצו ביז היינט. מיר דערמאנען נאר און חזר'ן איבער דברים פשוטים וואס מען האט אלץ געוואוסט.
אויספיר
כשרות מיינט נישט לעבן אין שרעק אדער זיין אנגעוויזן אויף שטעמפלען. כשרות מיינט לערנען הלכה, טראכטן מיט קלארקייט, און זיך פארלאזן אויף דער סיסטעם וואס די תורה האט אונז געגעבן. אונזער ציל איז נישט נאכצוגיין די מאדע - עס איז נאכצוגיין דעם אמת. וואס מער מען לערנט אלץ מער איז מען באקוועם און זיכער, און אט דער מדריך איז בלויז דער אנהייב.
איך לאדן אייך איין צו באזוכן אונזער וועבזייטל, וואו מיר האבן א לעבעדיגן פראגע-און-ענטפער פארום און מיר קענען אייך העלפן פארשטיין כשרות אליין. איר קענט פרעגן אין ענגליש, אידיש, אדער עברית.
זייט 32
טעקסט
א מדריך פאר'ן סופערמארקעט
ריכטיגע כשרות לויט קאטעגאריעס
פאלגנד איז א ליסטע פון געווענליכע פראדוקטן קאטעגאריעס, מיט קלארער הלכה'דיגער הדרכה.
איר דארפט נישט קענען פון אויסנװייניג יעדן ברענד - נאר פשוט פארשטיין ווי אזוי צוצוגיין דערצו:
פרוכט
בײשפילן: עפל, באנאנעס, טרויבן, מאראנצן, אוואקאדאס.
הלכה: שטענדיג כשר. די איינציגע זאך וואס מען דארף זיין פארזיכטיג איז וועגן ווערים. אויף אונזער וועבזײטל האבן מיר ארויפגעלייגט הוראות וויאזוי צו רייניגן יאגדעס, גרינס, וכדומה.
גרינסן
בײשפילן: קארטאפל, צוויבל, שַאלַאט, איגערקעס, טאמאטעס, פאפריקא.
הלכה: פונקט ווי פרוכטן פארמאגן זיי נישט קיין כשרות-זארגן אויסער ווערים אינפעסטירונג. מען דארף דורכקוקן און רייניגן ווען נויטיג.
קאָנזערווירטע-פראדוקטן
בײשפילן: בונדלעך, פרוכט, זופ, טונא.
הלכה: ליינט די באשטאנדטיילן. רוב קאנזערווירטע פראדוקטן )canned goods( זענען כשר. אמאל קען מען אבער זען באשטאנדטיילן ווי פלייש-זאפט )meat broth( אדער קעז-צוגאבן
)cheese additives(.
מילכיגע פראדוקטן און אייער
בײשפילן: מילך, פוטער, יאגורט, קעז, אייער. הלכה: זעט אונזער אפטיילונג איבער מילכיגע
זאכן. היינטיגע אייער זענען כמעט אלעמאל כשר. מען דארף זיך נישט זארגן וועגן בלוטס-טראּפן - היינטיגע אייער זענען נישט פרוכטבאר.
פלייש
בײשפילן: הינדל, רינדער-פלייש, שוויין, וואורשטן. הלכה: קויפט בלויז כשר'ע פלייש. שוויין און נישט-כשר'ע וואורשטן זענען קלאר פארבאטן.
פיש און ים-עסן
בײשפילן: טונא, סאלמאן, קאד, שרימפס.
הלכה: מוזן האבן סנפיר וקשקשת )fins and scales(. שרימפס און קרַאּב זענען קיינמאל נישט כשר. טונא און סאלמאן זענען כשר ווען מען ווייסט קלאר דעם מין.
דעלי
בײשפילן: געשניטענע פלייש, קעז.
הלכה: קעז מוז זײן קלאר באשטעטיגט אלס וועגעטַאריש )vegetarian/צמחוני(. אויף אונזער וועבזייטל פארמאגן מיר א ליסטע פון קעזן וואס זענען אין דער קאטעגאריע. אויסער דעם איז דעלי-פלייש און קעזן בלויז כשר אויב עס איז קלאר אנגעצייכנט.
געווירצן, זויערס, און אויל
בײשפילן: קעטשאּפ, זענעפט )mustard(, אויל, צימרינג.
זייט 33
טעקסט
הלכה: בדרך כלל כשר, ליינט די באשטאנדטיילן. רוב האבן נישט קיין פליישיגע אדער מילכיגע באשטאנדטיילן.
נאשעריי
בײשפילן: טשיּפס, ּפרעצלס, קרעקערס.
הלכה: כמעט אלע זענען כשר. מען דארף ליינען די באשטאנדטיילן זיכער צו מאכן אז עס פארמאגט נישט קיין לַארד )lard( אדער פלייש-
זופ )meat broth(.
ברויט און בעקעריי
בײשפילן: ברויט, טָארטילַאס, קיכלעך, מָאפינס. הלכה: ליינט די באשטאנדטיילן. אויב עס פארמאגט מילכיגע באשטאנדטיילן דארף מען זיין פארזיכטיג וועגן בשר בחלב, אבער אין אלגעמיין זענען רוב ברויט און מזונות אין די געשעפטן כשר.
געטראנקען
בײשפילן: סָאדע, דזשוס, קאווע, ביר, אלקאהאלישע געטראנקען.
הלכה: וויין איז א סוגיא פאר זיך, די אנדערע זענען בדרך כלל כשר.
לאקשן, רייז און סיריעלס
בײשפילן: לאקשן, הָאבערגריץ )oatmeal(, רײז, גרַאנָאלַא.
הלכה: ליינט די באשטאנדטיילן, אבער כמעט אלע זענען כשר.
באקן צוגעהער
בײשפילן: מעל, צוקער, קַאקַאָא, בעיקינג-פאודער.ּ הלכה: שטענדיג כשר.
פארפרוינע-פראדוקטן
בײשפילן: פיצא, פיש-סטיקס, גרינסן, גרייטע מאלצייטן.
הלכה: ליינט באשטאנדטיילן, עס איז אפט מאל כשר.
פערזענליכע-געברויכן
בײשפילן: שאמּפו, ציין-פוץ, דעָאדָארַאנט.ּ
הלכה: נישט קיין עסנווארג, נישט קיין פראבלעם.
געזונטהייט-פראדוקטן
בײשפילן: אלקאהאל, ווייטאגשטילער )painkillers(, וויטאמינען.
הלכה: נישט קיין עסנווארג, נישט קיין פראבלעם.
הויזגעזינד-זאכן
רייניגונגס-מאטעריאלן, זייף, בײשפילן:
אלומינום-פאפיר, רייניגונגס-פאפיר.
הלכה: נישט קיין עסנווארג, נישט קיין פראבלעם.
בעיבי-פראדוקטן
בײשפילן: בעיבי-עסן, ווינדלען, ווישטיכער. הלכה: ליינט בעיבי-עסן באשטאנדטיילן. מײדט אויס פלייש אדער הינדל בעיבי-עסן. אנדערע פראדוקטן וואס זענען נישט קיין עסנווארג זענען נישט קיין פראבלעם.
שטוב-חיות פראדוקטן
בײשפילן: חיות-עסן און נאש.
הלכה: נישט קיין שום פראבלעם.
זייט 34
טעקסט
רבי יצחק עבאדי שליט"א ביאגראפיע
רבי יצחק עבאדי איז געבוירן געווארן אין 1933 אין ווענעזועלע, דורכאויס א צען-יאריגער תקופה וואס זיין משפחה האט דארט געוואוינט. ווען ער איז געווען ארום 2 יאר אלט האט זיך די משפחה צוריקגעצויגן קיין טבריה אין ארץ ישראל, וואו די משפחה האט געוואוינט פאר דורות לאנג.
זיין פאטער, מכלוף עבאדי, האט פארמאגט א פיש רעסטאראן אויפ'ן כינרת, וועלכער איז שפעטער איבערגענומען געווארן דורך זיין ברודער אלי. די פאמיליע איז נישט געווען אינגאנצן פרום, אבער זיין זיידע - וועלכער איז יא געווען פרום - האט אויסגעקליבן יצחק צו שיקן לערנען אין ישיבה פון א יונגן עלטער.
אין ישיבה
רבי יצחק איז דאן געגאנגען לערנען אין ישוב החדש אין תל אביב וואו ער איז נאנט געווארן מיט הרב אליעזר גאלדשמידט. הרב גאלדשמידט, וועלכער איז געווען נאנט מיט'ן חזון איש, פלעגט מיטברענגען דעם יונגן יצחק צום חזון איש, וועלכער האט זיך פאראינטערעסירט אין אים און מדריך געווען וואו ער זאל ממשיך זיין זיינע לימודים.
קודם האט ער געלערנט אין ישיבת חברון אין ירושלים, דערנאך אין ישיבת היכל אליהו אין שווייץ, און עווענטועל אין בית מדרש גבוה אין לעיקוואד וואו ער איז אנגעקומען אין 1953.
אין לעיקוואד איז ער געווארן זייער נאנט מיט רבי אהרן קאטלער און זיין זון רבי שניאור. צוליב וואס זיין משפחה איז געווען אין ארץ ישראל איז ער פארבליבן דארט אויך דורכאויס די בין הזמנים טעג, פארוויילנדיג אסאך צייט מיט דער קאטלער פאמיליע.
ביי די 25 האט ער חתונה געהאט מיט חיה לייזער, אין א שידוך אראנזשירט דורך רבי שמואל שעכטער פון דער "בית יעקב" שולע. רבי אהרן קאטלער איז געווען מסדר קידושין, רבי שניאור האט אים אונטערגעפירט צו דער חופה, און רעביצין רישל קאטלער, רבי שניאור'ס ווייב, האט אונטערגעפירט די כלה.
זיין קאריערע אין לעיקוואד ישיבה
נאך וואס רבי אהרן קאטלער איז נפטר געווארן אין 1962, איז ר' שניאור קאטלער געווארן ראש ישיבה, א ראלע וואס האט פארלאנגט פון אים צו זיין אפוועזנד רוב צייט לטובת הישיבה. אין זיין אפוועזנהייט, איז ר' יצחק געווארן די ישיבה'ס גרעסטער פוסק און הלכה אויטאריטעט. ער איז געווען דער איינציגער רב אין ישיבה וואס איז דארט געווען יעדן איינציגן טאג און איז דעריבער אויטאמאטיש געווארן דער מנהיג.
טראץ דעם וואס ער איז געווען פון ספרד'ישן אפשטאם, האט ער געדינט ביידע קהילות, די ספרד'ישע און אשכנז'ישע. ער האט גערעדט א
זייט 35
טעקסט
פליסיגן ענגליש, אידיש, עברית, און אראביש. נאכ'ן דאווענען אין ישיבה פלעגן צענדליגער יונגעלייט און בחורים שטיין אין דער רייע צו פרעגן א שאלה אדער באקומען הדרכה.
דאס האט געפירט צו אן אנגעצויגנקייט מיט דער ישיבה פירערשאפט וועלכע האט געפילט אז ר' יצחק באקומט צופיל אויפמערקזאמקייט. מ'האט אים צוגעשטופט צו פארן אננעמען רבנות פאזיציעס אין אנדערע שטעט, ווי אין מעקסיקא סיטי אדער כפר חסידים אין ארץ ישראל, אבער די פלענער זענען דורכגעפאלן. אין יענער תקופה, דורכאויס א באזוך אין ארץ ישראל, האט הרב שך אים געפרעגט פארוואס ער וויל פארלאזן לעיקוואד ישיבה, אויף וואס רבי יצחק האט מסביר געווען דעם דרוק און פאליטיק. הרב שך האם אים דאן געזאגט אז ער האט באקומען א פעטיציע פון יונגעלייט פון לעיקוואד וועלכע בעטן אז רבי יצחק זאל זיי נישט פארלאזן, און האט אים
רבי יצחק עבאדי שליט"א
דעריבער גע'עצה'ט אז ער זאל אראפפירן די שורות פון שואלים צו זיין פריוואטן אפיס, כדי ס'זאל נישט זיין פובליק אין בית מדרש. רבי יצחק האט טאקע אנגענומען די עצה און פארבליבן אין לעיקוואד פאר נאך עטליכע יאר.
אנגעצויגנקייטן
טראץ דעם וואס ער האט פרובירט עס צו מאכן ארבעטן, איז ער געווען אונטער כסדר'דיגן דרוק און עווענטועל פארלאזט די ישיבה אינגאנצן. ארום 1980 האט ער געעפנט זיין אייגענעם הלכה כולל אין לעיקוואד, וואו ער האט פארגעלערנט פאר ארום 20 מצויינים ווייט אוועק פון דער ישיבה פאליטיק. )אינטערעסאנט
צו באטאנען, אז ר' שניאור קאטלער איז אים דאן געקומען באזוכן און אים ווינטשן הצלחה, און אפילו אנגעבאטן פארצוזעצן צו באצאלן די כולל טשעקס פאר די יונגעלייט וואס זענען אריבער צו אים אין כולל כדי גרינגער צו מאכן פאר רבי יצחק.(
זייט 36
טעקסט
הרב עבאדי מיט ר' דוד שוסטאל פון די ראשי ישיבה אין BMG און איידעם פון רבי שניאור קאטלער
ער האט געליטן נאך פארשידענע רדיפות. צום ביישפיל, מ'האט פרובירט ארויסצואווארפן זיין זון, אברהם, פון "לעיקוואד חדר". די הנהלה האט געזאגט פאר אברהם נישט צוריקצוקומען, אבער רבי יצחק האט אים געזאגט ער זאל צוריקגיין. די סיטואציע האט זיך שנעל פארערגערט, מיט קינדער שרייען אז ער זאל ארויסגיין, אבער צום סוף איז אברהם פארבליבן אין חדר.
אן אנדער זון, אהרן, דער שרייבער פונעם כשרות ארטיקל, איז נישט אריינגעלאזט געווארן אין חדר ביז אינמיטן כיתה ד'. ער איז געגאנגען צו א היברו דעי סקול ביז דער מלמד פון כיתה ד' האט זיי איבערגערעדט אים אריינצונעמען אינמיטן דעם יאר-קלאס. די גאנצע "פראבלעם" איז באשטאנען פונעם פאקט איז אז ער איז רבי יצחק'ס זון.
די זענען בלויז ביישפילן פון דער אנגעצויגענער פליטיק און פיינטשאפט קעגן
רבי יצחק, וואס האט אים געברענגט צו וועלן פארלאזן לעיקוואד.
שלום בית און הלכות נדה
זייענדיג א באקאנטער פוסק און מנהיג אין א שנעל-וואקסנדן לעיקוואד, איז רבי יצחק געווארן כמעט דער אויסשליסליכער אויטאריטעט אין הלכות נדה און שלום בית פון א הלכה'דיגן פערספעקטיוו. יארן שפעטער האט א פרוי פארציילט: "דאס זענען געווען די בעסטע יארן אין לעיקוואד. ווען א פרוי האט געהאט א פראבלעם מיט איר מאן האט זי בלויז געדארפט זאגן, 'דו ווילסט כ'זאל רופן ר' יצחק?' דאס אליין האט געלייזט אסאך קאנפליקטן…" ער איז געווארן ספעציעל באקאנט מיט העלפן פארפעלקער וואס האבן זיך געמוטשעט מיט "הלכה אינפערטיליטי", מיט'ן זיי מדריך זיין מיט קאמפליצירטע "נדה קאלענדאר" פראבלעמען און אוועקנעמען אומנויטיגע
זייט 37
טעקסט
רבי יצחק עבאדי מיט הרב עובדיה יוסף ז"ל און הרב דניאל ביטון
חומרות וואס זענען געשטאנען אין וועג פון זיין צוזאמען דורכאויס אוויולעישאן.
ער איז געווען א פארשטענדליכער מיקל וואו אימער הלכה האט ערלויבט, און פארגעלערנט הלכות נדה פאר צענדליגער יארן. ער האט אויפגעשטעלט א גאנצן דור פון תלמידים וואס זענען שפעטער אליין געווארן חתן מדריכים און דיינים. ער איז באטראכט געווארן אלס דער גרעסטער מבין אין הלכות נדה אין לעיקוואד, א שטאט וואס האט געהאט פון די גרעסטע נומערן פון פריש חתונה געהאטע פארפעלקער אין אמעריקע.
אינאוואציע:
סילק-סקרין פרינטינג
רבי יצחק האט אויך ּפיָאנירט דעם געדאנק פון סילק-סקרין פרינטינג )silkscreen
printing( פאר ספרי תורה, מזוזות, און תפילין, דורך וועלכן ער האט פראדוצירט הערליכע געדרוקטע ספרי תורה און מגילות.
ער האט געהאלטן אז דאס איז גענצליך הלכה'דיג אויסגעהאלטן, און אז דאס האט נישט די הלכה'דיגע פראבלעמען וואס ווערן דערמאנט אין די ספרי האחרונים. אבער פאלטיק און קעגנערשאפט פון גרופעס ווי "משמרת סת"ם" האט עס געמאכט אוממעגליך צו ווערן אקצעפטירט ביים היימישן ציבור. רבי יצחק האט געהאלטן אז צוליב וואס א ספר תורה קען זיין פסול מיט'ן פארפעלן אפילו איין אות, איז סילק-סקרין סאך מער מהודר. ער האט גע'טענה'ט אז איבער פופציג פראצענט ספרי תורה זענען פסול צוליב אזוינע פראבלעמען, ווען מיט סילק-סקרין זענען איבער ניינציג פראצענט כשר.
טראץ דעם וואס ער האט פרובירט פאראויסצושטופן די אינאוואציע האט ער עס
זייט 38
טעקסט
עווענטועל אויפגעגעבן צוליב דער שטארקער קעגנערשאפט.
אין כשרות
אין לעיקוואד פלעגן זיין געשעפטן וואס האבן פארקויפט כשר'ע עסן, אבער אן קיין הכשר. רבי יצחק האט גענומען אונטער זיין פערזענליכער אויפזיכט געשעפטן ווי געלבשטיינ'ס בעקעריי און א פיש סטאר - פריי פון אפצאל - כדי צו פארגרינגערן פאר די לעיקוואד איינוואוינער. ער פלעגט פארציילן אז ווען ר' אהרן קאטלער האט געלעבט פלעגט מען געהעריג קויפן דארט "פת פלטר", וואס איז הלכה'דיג ערלויבט. ער האט פארציילט ווי ביי א שבת אין ישיבה האט ר' אהרן געגעסן פת פלטר פון געלבשטיינ'ס, אינדערצייט וואס פרומע בחורימ'לעך האבן פרובירט צו שאפן פת ישראל פון מאנהעטן… ער פלעגט דאס ניצן אלס ביישפיל פון אומנויטיגע חומרות וואס מ'צווינגט ארויף אויפ'ן ציבור.
זיינע שפעטערע יארן
ארום 1993 האט רבי יצחק זיך צוריקגעצויגן קיין ארץ ישראל נאכ'ן פארוויילן גענוי 40 יאר אין אמעריקע. ער האט זיך געצויגן קיין הר נוף אין ירושלים וואו ער האט געעפנט א הלכה כולל וואו ער האט מרביץ תורה געווען פאר צוואנציג יאר.
שפעטער האט ער זיך צוריקגעצויגן קיין אמעריקע צו זיין נעבן דער משפחה. אין 2019 האט ער אנגעהויבן ליידן פון אלצהיימער'ס ל"ע.
תלמידים
דורכאויס זיין לאנגיעריגער קאריערע האט רבי יצחק אויפגעשטעלט א גרויסן דור פון תלמידים, צווישן זיי ציילן זיך ר' שלמה גיזינגער ז"ל פון לעיקוואד, ר' גרשון בעס פון לאס אנדזשעלעס, ר' יהושע קאליש פון פאראקעוועי, און ר' העשי בראדי פון בארא פארק.
Kashrut.org
דאס וועבזייטל Kashrut.org איז אויפגעשטעלט געווארן דורך זיין זון הרב אהרן, מיט’ן ציל צו פארגרינגערן איינצוהאלטן ארטאדאקסישער אידישקייט, אין גייסט פון זיין פאטער’ס פסקים. רבי יצחק איז געווען זייער שטאלץ מיט דעם פראיעקט און עס געזען אלס א מיטל ארויסצוהעלפן טויזנטער מענטשן צו זיין טריי צו הלכה אן קיין אומנויטיגע חומרות און פחדים.
רבי יצחק עבאדי מיט זיין תלמיד מובהק הרב שלמה גיזינגער ע"ה
זייט 39
טעקסט
(קיין טעקסט אויף דעם זייט)
זייט 40
טעקסט
הַּסוד הָאָפֵל
דורך: מיימון
אוֹמְרִים יֶשְׁנוֹ פַּרְדֵּס, נֶעֱלָמִים בּוֹ בְּנֵי אָדָם לְאֹרֶךְ אַלְפֵי שָׁנִים. נוֹדְדִים דָּרְכוּ בּוֹ בִּשְׁגָגָה, בְּדַרְכָּם לְחַפֵּשׂ אֶת גַּן הָעֵדֶן, וּלְעוֹלָם לֹא נִרְאוּ עוֹד.
אוֹמְרִים יֵשׁ שָׂדֶה, נוֹצֶצֶת בִּצְבָעֶיהָ וּבְמַרְאֶיה ָ הַיָּפִים. פְּרָחֶיהָ מְשׁוֹבְבִים אֶת הַלֵּב, רֵחֶיה ָ מְשַׁכְּרִים אֶת הַחוּשִׁים, נִרְאִים כַּאֲחִיזַת עֵינַיִם לִמְיֹאָשִׁים בַּמִּדְבָּר, קוֹרְאִים מֵרָחוֹק, רוֹקְדִים וּמְבַלְבְּלִים, קוֹרְצִים וְרוֹמְזִים, מַזְמִינִים אֶת עַיְפֵי הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר חוֹשְׁבִים שֶׁמָּצְאוּ אֶת הַמַּטָּרָה.
אַף אֶחָד לֹא יוֹדֵעַ מָה יֵשׁ בְּתוֹךְ הַפַּרְדֵּס. אַף אֶחָד בַּחַיִּים לְפָחוֹת. אוֹ שֶׁיֶּשְׁנָם כָּאֵלּוּ אֲבָל הֵם לֹא מְדַבְּרִים. אוּלַי מִשְׁתַּנִּים וּמִתְחַפְּשִׂים וְיוֹצְאִים לְהָפִיץ אֶת הָרַע. אוּלַי הֵם עַכְשָׁו מִתַּחַת לְמִטָּתְךָ. אַף אֶחָד לֹא יוֹדֵעַ. אִי אֶפְשָׁר לָדַעַת.
הוּא סוֹד. סוֹד מְעוֹרֵר רְתִיעָה. אֲנַחְנו ּ מְפַחֲדִים מִמָּה שֶׁאֵינֶנּוּ יוֹדְעִים. מָה הוּא כְּבָר יָכוֹל לִהְיוֹת - מִן הַסְּתָם רַע. הַעֲמֵד הָעוֹלָם עַל חֶזְקָתוֹ. שׁוּם דָּבָר טוֹב אַף פַּעַם לֹא יוֹצֵא מִזֶּה. תָּמִיד כְּשֶׁמַּשֶּׁהוּ קָרָה זֶה לֹא נִגְמַר טוֹב. יֶשְׁנוֹ רֹעַ אֵינְסוֹפִי, תָּמִיד מְחַכֶּה, תָּמִיד אוֹרֵב וּמְצַפֶּה לִטְרֹף.
וְאוּלַי הוּא טוֹב. אוּלַי אַף אֶחָד לֹא רוֹצֶה לַחֲזֹר אַחֲרֵי שֶׁטָּעֲמוּ מִן הַטּוֹב הָאֲמִתִּי; הַטּוֹב שֶׁהוֹפֵךְ אֶת כָּל מָה שֶׁאֲנַחְנוּ חוֹוִים לְרֹעַ מֻחְלָט. זִיו הַשְּׁכִינָה שֶׁהוֹפֵךְ מִינִיּוּת לְמַגְעִיל; שֶׁעוֹלֶה בִּנְעִימוּתוֹ עַל כָּל מָה שֶׁהַשֵּׂכֶל יָכוֹל לְדַמְיֵן. לֹא רוֹצִים לַחְזֹר. שׁוֹמְרִים אֶת הַטּוֹב לְעַצְמָם וְשׁוֹכְחִים אֶת כָּל מִי שֶׁעָזְבוּ מֵאָחוֹר.
וְאוּלַי הָרֹעַ בְּעַצְמוֹ הוּא טוֹב. אוּלַי רוֹאִים אֶת הַדְּבָרִים בְּרוּרִים יוֹתֵר אַחֲרֵי תְּקוּפַת הִסְתַּגְּלוּת. הַסִּגּוּף מַנְעִים, הַנֻּקְשׁוּת מַרְגִּיעָה, הַסֵּבֶל מְחַזֵּק. אוּלַי יֶשְׁנוֹ עוֹלָם שֶׁבּוֹ הָרָעִים בֶּאֱמֶת טוֹבִים. שֶׁבּוֹ מְבִינִים אֶת הָאֱלוֹקִים. שֶׁבּוֹ דַּרְכֵי הָאֵל לֹא נִסְתָּרִים. אוּלַי זֶהוּ הַסּוֹד.
כָּל הַנְּבִיאִים צָעֲקוּ מַדּוּעַ, הֵטִיחוּ דְּבָרִים כְּלַפֵּי מַעְלָה, אַף אֶחָד לֹא קִבֵּל מַעֲנֶה. רַק יְחִידִים הֻרְשׁוּ לְהָצִיץ וְנִרְתְּעוּ. מִי שֶׁרָאָה לֹא צָעַק יוֹתֵר אַף פַּעַם. שָׁמַר פִּיו חָסוּם, וְלֹא רָצָה לְדַבֵּר עוֹד עַל הָעִנְיָן. מֹשֶׁה רַבֵּנוּ נַעֲשָׂה פְּרַגְמָטִי וּקְצָת כָּבוּי, אִיּוֹב קִבֵּל תַּחְלִיף לְהוֹנוֹ וּלְמִשְׁפַּחְתּוֹ, הָאַרְבָּעָה שֶׁנִּכְנְסו ּ לַפַּרְדֵּס יָצְאוּ כָּל אֶחָד בְּדַרְכּוֹ שֶׁלּו.ֹ
מִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֶת הַסּוֹד לֹא מְדַבֵּר עָלָיו - הוּא
זייט 41
טעקסט
עַצְמוֹ הוֹפֵךְ לְסוֹד. חַיָּיו נִגְמָרִים בָּרֶגַע הַהוּא, וּמִשָּׁם מַתְחִיל קִיּוּם אַחֵר. פָּחוֹת רֵיאָלִי, קְצָת יוֹתֵר שַׁבְרִירִי, קְצָת יוֹתֵר מֵלַנְכּוֹלִי, פִּיּוּטִי. לִפְעָמִים הוּא נִרְתַּע בְּאֶמְצַע הַיּוֹם, פָּנָיו נִתְחַוְּרִים, וּמִיָּד מַסְתִּיר אֶת זֶה בְּחִיּוּך ְ מְזֻיָּף וּמַמְשִׁיךְ לוֹ בְּשֶׁקֶט בְּחַיָּיו הַיּוֹמְיוֹמִיִּים.
סָרוּמָן הַלָּבָן הִצְטָרֵף אֶל סָאוּרוֹן, גַּנְדָלְף מְנַסֶּה לְהֵאָחֵז בְּתִקְוָה בִּשְׁאֵרִית כּוֹחו.ֹ יִרְמְיָהוּ מְסָרֵב לִרְאוֹת אֶת אֲשֶׁר לִפְנֵי עֵינָיו. בְּיֵאוּשׁ צוֹעֵק אֶת הָאֱמֶת שֶׁלּוֹ בַּדֶּרֶךְ לַאֲבַדּוֹן. הוּא בּוֹעֵט בֶּאֱלוֹקִים, אוֹמֵר לוֹ לֹא רוֹצֶה אֶת הָאֱמֶת הַזֹּאת, רוֹצֶה אֱמֶת יוֹתֵר רַחְמָנִית, יוֹתֵר צוֹדֶקֶת, אֲבָל הוּא יוֹדֵעַ שֶׁזֶּה לֹא קַיָּם.
הַקּוֹצְקֶר מְכַבֶּה אֶת הַנֵּרוֹת וְצוֹעֵק לֵית דִּין וְלֵית דַּיָּן. סוֹגֵר אֶת עַצְמוֹ בְּחַדְרוֹ, מְוַתֵּר עַל הַפְּרוֹיֵקְט שֶׁלּוֹ לִמְצֹא אֶת הָאֱמֶת. הָאֱמֶת שֶׁהוּא גִּלָּה מַפְחִידָה וּמַרְתִּיעָה. הוּא קְצָת מְאַחֵל שֶׁלֹּא הָיָה מְחַפֵּשׂ כָּל כָּךְ; מְאַחֵל שֶׁהָיָה נוֹלַד יוֹתֵר תָּמִים. יוֹתֵר פָּשׁוּט. שֶׁלֹּא הָיָה יוֹדֵעַ. שֶׁלֹּא הָיָה רוֹצֶה לָדַעַת.
אֵלּוּ שֶׁצּוֹעֲקִים הֵם אֵלּוּ שֶׁלֹּא יוֹדְעִים. מִי שֶׁבֶּאֱמֶת יוֹדֵעַ לֹא מְדַבֵּר. לֹא רוֹצִים לְדַבֵּר. מִתְחָרְטִים עַל שֶׁרָצוּ לָדַעַת. מִתְגַּעְגְּעִים לַיָּמִים הַיּוֹתֵר פְּשׁוּטִים שֶׁרַק רָצוּ לָדַעַת; שֶׁהַקָּשֶׁה בְּיוֹתֵר הָיְתָה הַשְּׁאֵלָה. שֶׁלֹּא הָיו ּ חַיָּבִים לְהִתְמוֹדֵד עִם הַתְּשׁוּבָה הָאַף יוֹתֵר מַטְרִידָה מִן הַשְּׁאֵלָה; הַמְּטַלְטֶלֶת עוֹד יוֹתֵר מִן הָאִי-יְדִיעָה. וְאֵין מָנוֹס אַחֲרֵי שֶׁיּוֹדְעִים. אֵין תִּקְוָה לַיּוֹם שֶׁהַשְּׁאֵלוֹת יֵעָנוּ. אֵין צִפּוּי לִתְחוּשָׁה שֶׁל הֲסָרַת הַמְּצוּקָה הַפְּנִימִית. הַכֹּל כְּבָר נִפְתַּח - הוּא רָאָה, הוּא יוֹדֵעַ, וְאֵין לְאָן לִבְרֹח.ַ
אָדָם חַי לוֹ בְּאֹשֶׁר בַּיַּעַר הַקַּדְמוֹנִי. לֹא יָדַע טוֹב וְרַע, לֹא בִּקֵּשׁ, לֹא רָצָה, לֹא חִפֵּשׂ. אֲבָל הַנָּחָשׁ טִפְטֵף לוֹ אֶת הַשְּׁאֵלָה. אֶת הַחֹלִי שֶׁבַּלֵּב. עֵינָיו נִפְקְחוּ, הוּא בִּקֵּשׁ לְהָבִין,
לִהְיוֹת כֶּאֱלֹקִים. אֲבָל הָאֱמֶת שֶׁיֵּשׁ עוֹד מִמָּה לְפַחֵד, וְעַתָּה פֶּן יִשְׁלַח יָדוֹ וְלָקַח גַּם מֵעֵץ הַחַיִּים וְיִטָּרֵף דַּעְתּוֹ, וְלֹא יַאֲמִין יוֹתֵר בַּקִּיּוּם.
וַיַּשְׁכֵּן מִקֶּדֶם אֶת הַכְּרֻבִים וְאֵת לַהַט הַחֶרֶב הַמִּתְהַפֶּכֶת לִשְׁמֹר אֶת הַסּוֹד, שֶׁלֹּא יֵצֵא וְיַשְׁחִית אֶת הָעוֹלָם.
*
הַאִם תִּהְיֶה מְסֻגָּל לְהָכִיל אֶת הָאֱמֶת? הַאִם תּוּכַל לְהִסְתַּכֵּל לַמְּצִיאוּת בָּעֵינַיִם וְלַעֲשׂוֹת מָה שֶׁמִּתְחַיֵּב? הַאִם אַתָּה יָכוֹל לְקַבֵּל עָלֶיך ָ תַּפְקִיד הָאֵל, הָרוֹאֶה כֹּל, הַיּוֹדֵעַ לָמָּה אִי אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת אַחֶרֶת? הַאִם תּוּכַל לַעֲזֹר לְהִיטְלֶר, לְגֶבֶּלְס, לַעֲשׂוֹת אֶת שְׁלִיחוּתָם? הַאִם אַתָּה מַסְפִּיק חָזָק לִהְיוֹת תַאנוֹס?
הַאִם הַנָּחָשׁ בְּעֶצֶם עוֹבֵד לְמַעַן הַמִּשְׂרָד הַיּוֹתֵר גָּבוֹהַּ, מְקַבֵּל הַנְחָיוֹת יְשִׁירוֹת מֵהָרֹאשׁ, מְדַלֵּג עַל כָּל הַפִּקּוּד וּמְתַקְשֵׁר עִם הָעֶלְיוֹן אִישִׁית? הַאִם דֶמִיוּרְגּוֹס מְמַלֵּא בַּסֵּתֶר תַּפְקִיד חָשׁוּב בַּתָּכְנִית? הַאִם סְנֶיְיפ ּ הוּא שְׁלוּחוֹ הַסּוֹדִי שֶׁל דָּמְבֶּלְדּוֹר? הַאִם הַשָּׂטָן בֶּאֱמֶת בְּנוֹ הֶחָבִיב שֶׁל הָאֵל, עוֹשֶׂה עֲבוֹדָה לֹא מוּעֲרֶכֶת, שְׁלִיחוּת שֶׁלֹּא מְבִיאָה כָּבוֹד, חֲשׁוּבָה וְלֹא מוּבֶנֶת?
הַאִם אַשּׁוּר שֵׁבֶט אַפּוֹ, אֲטִילָה הַהוּנִי מַכַּת יָדוֹ, וְגִ'ינְגִּיס חַאן חֶרֶב הָאֵל? הַאִם הַמַּגֵּפָה וְהָרָעָב, הָאַרְבֶּה וְהַחֹלִי, הַכְּאֵב וְהַיִּסּוּרִים, הָרֹעַ וְהַחֹשֶׁךְ, הֵם בְּעֶצֶם שְׁלוּחָיו שֶׁל הָאֱלוֹקִים, שֶׁרַק מִשָּׁם יְכוֹלִים לִרְאוֹת וּלְהָבִין לָמָּה קַיָּמִים?
אוּלַי זֶהוּ סוֹד הַקֵּץ שֶׁנִּשְׁבְּעוּ שֶׁלֹּא לְגַלּוֹת. סוֹד הַקֵּץ שֶׁהַלֵּב לַפֶּה לֹא מְגַלֶּה, שֶׁאַף אֶחָד לֹא רָאָה, עַיִן לֹא רָאָתָה אֱלֹקִים זוּלָתְךָ, וְאַף אֶחָד לְעוֹלָם לֹא יִרְאֶה.
זייט 42
טעקסט
מיין גט
דורך: פרידא וויזעל איבערגעזעצט דורך: שושני
אמר המתרגם:
ס'איז מיר א גרויסער כבוד און ערע אז פרידא האט מיר ערלויבט איבערצוזעצן איר מערסט פערזענליכע עסעי, און אז זי האט מיך אנפארטרויעט ארויסצוברענגען אויף אידיש די זעלבע געפילן וואס זי האט אינזין געהאט ארויסצוגעבן אין דער אריגינעלער ענגלישער ווערסיע.
איך מוז איבערגעבן א דאנק פאר דער אלעמען באקאנטן שריפטשטעלער @קטלא קניא פאר'ן דאס איבערזעצן בשעתו אין 2011 אויף זיין בלאג. איך האב גענאשט אביסל פון אים, טראץ דעם וואס אנדערש ווי זיין "כמו איבערזעצונג" )כלשונו( וואס הערט זיך מער טראציג און בייסיג, האב איך מיך פרובירט צו האלטן - ווי ווייט מעגליך - צום אריגינעלן באדייט און מעסעדזש פון ליבע און טרויער.
אויך א גרויסן דאנק פאר דער רעדאקציע פאר'ן זיין צוהילף מיט'ן צופיצן די לשונות ווען מיין אייגענעם ווערטער-אוצר איז נישט גענוג רייך געווען.
- שושני
אריינפיר
איך געדענק נאך ווי איך האב געשריבן "מיין גט", ס'איז געווען זייער באדייטנפול פאר מיר. איך בין געזעסן אין מיין בעיסמענט אפארטמענט, פארנט פון מיין לעפטאפ - געוויינט און געשריבן, געכליפעט און געשריבן, געיאמערט און געשריבן. איך האב נארוואס ערהאלטן מיין גט און איך בין געווען אזוי איינזאם. פארשעמט. צעבראכן.
איך בין געווען א פרישע "גרושה". זיך ארומדרייענדיג אין די קרית יואל'ער גאסן האב איך באקומען בליקן; מענטשן האבן גערעדט צו מיר מיט א מינע וואס דערציילט אז עפעס מאדנע הענגט אין דער לופטן און קיינער וויל עס נישט אדרעסירן. איך האב געקענט פילן די רחמנות בליקן און די מורמלערייען הינטער מיין רוקן. איך בין געווען די אפגע'גט'ע ווייב און א "נעבעך". איך געדענק ווי א נאנטער האט מיך דעמאלט געפרעגט, "כ'האב געהערט אז דו האסט געוויינט ביי דיין גט; איז דען נישט די גאנצע זאך געווען א טעות?"
"מיין גט" איז אן עסעי איבער מיין דורכגאנג אין בית-דין שטיבל, געשריבן אדרעסירט צו מיין מאן. איך האב עס געשריבן אין א צייט ווען כ'האב נישט פארמאגט קיין שטימע. טיף אינעווייניג האב איך נישט געהאט קיין שום קווענקלענישן איבער דעם גט אדער איבער מיין רייזע צו טרעפן מיין אייגענעם וועג אין לעבן, אבער כ'האב עס נישט געקענט ארויסזאגן פאר קיינעם. ניטאמאל פאר מיר אליין.
זייט 43
טעקסט
ווען כ'בין דארט געזעסן און געשריבן, איז מיין שטימע ארויסגעקומען. זאכן זענען מיר קלאר געווארן. ס'איז געווארן מיין מעשה. יא, איך האב נאכאלץ געוויינט און געווען די זעלבע "נעבעך", אבער ס'איז געווען אנדערש. מיין ווייטאג האט יעצט געפילט מענטשליך. איידל. טיף. עכט. נישט קיין גאסיפ, נישט קיין שפעקולאציעס איבער וועמענ'ס שולד ס'איז - בלויז וויאזוי ס'איז.
נאכדעם האב איך געפילט ווי א שטיין איז מיר אראפ פון הארץ.
* איך מיין אז איך האב א טיפן דראנג צו מאכן געשיכטעס פון מיין לעבן. ס'איז איינער פון מיינע פונדאמענטאלע צרכים. כ'שטעל מיך פאר אז אזוי ארבעט א מענטש, אבער פאר מיר איז דאס אויסטערליש וויכטיג. דאס איז מיין מיטל איבערצוגעבן איבערלעבענישן און אבזערוואציעס אין א וועג וואס שילדערט די איידעלע קנייטשן פון לעבן. די טיפע נויאנסן. נישט אויבערפלעכליך - די קישקעס, ווי מ'זאגט. קוקט אויס ווי דאס איז דער נאטירליכער שרייבער אין מיר.
ס'איז אויך אז האבן אויפגעצויגן געווארן חסיד'יש, מיין איך אז איך בין אויפגעוואקסן מיט אויסשארפן דעם טאלאנט פון "סטָארי-טעלינג". חסיד'ישע מעשיות זענען נישט איבער קאמפליצירטע געשיכטעס, נאר ליבערשט וועגן מוסר-השכל'ס און מעסעדזשעס, און דער חוש פון ריכטיג איבערגעבן א מעשה איז שטארק ארויפגעקוקט. איך מיין אז דאס - צוזאמען מיט מיין נאטור פון פרעגן און וועלן פארשטיין - האט אין מיר אויפגעוועקט דעם דראנג פון שילדערן איבערלעבענישן פאר אנדערע. איך האלט זייער פון עמאציאנעלע פארבינדונגען וואס ווערן געשאפן דורך איינזען אונזערע עמאציאנעלע ענליכקייטן; אלעס וואס איך טו - אריינגערעכנט מיינע מערסט-פאפולערע ווידעאס - איז בעיקר איבער דעם: שילדערן א מעשה.
און "מיין גט" איז אן קיין צווייפל מיין מערסט פערזענליכע און אפעקטיווע מעשה.
* אזויווי מיט אלעס וואס מיר ווילן זייער שטארק, גייט עס נישט אלעמאל מיט כוח. איך מוטשע מיך אפט צו טרעפן דעם ריכטיגן וועג וויאזוי זיך ארויסצוברענגען, און ס'באדערט מיך זייער ווען איך פיל ווי כ'האב עפעס נישט ריכטיג אראפגעלייגט )"ריכטיג" דא מיינט וואס פילט ריכטיג פאר מיר(. אראפצוגעבן די "נשמה" פון א מעשה איז בכלל נישט אזוי פשוט. ס'איז נישט בלויז איבער ריכטיג אראפשרייבן די געשיכטע; ס'איז די מעגליכקייט צו באזייטיגן אלע נאראטיוון און געשיכטעס וואס דו פארציילסט פאר דיר אליין און אנקומען צום אמת אין דיין הארץ. און דערנאך עס ארויסברענגען אין ווערטער אויף א וועג אז אנדערע זאלן עס קענען פארשטיין. ס'קען אויסקוקן גרינגער ווי ס'איז, אבער ס'פארלאנגט זיך ברוטאלע אויפריכטיגקייט.
ווען איך האב געשריבן "מיין גט" האב איך געהאט איינע פון די זעלטענע מינוטן אין לעבן ווען כ'האב געפילט אז כ'רעד גענצליך פון מיין הארץ, פון ליבע, פון אמת, און דאס האט געמיינט פאר מיר אסאך. ס'איז געווען א מתנה. א מתנה אין א צייט וואס כ'האב עס עכט געקענט ניצן. ווערטער האבן מיר געגעבן מוט. ס'האט מיר געגעבן דעם כוח צו שפירן ליבשאפט ווען כ'בין אנגעזאגט געווארן עס נישט צו שפירן; צו פילן טרויער ווען יעדער האט געהייסן פילן כעס; צו פילן שטאלץ מיט מיר
זייט 44
טעקסט
אליין פאר'ן זיין שטארק ווען כ'האב אויסגעקוקט אזוי נעבעכדיג און שוואך; צו פילן ווי כ'מאך אויס
אפילו ווען כ'בין געווען אזוי נידריג און אראפגעקוקט; צו פילן פארשטאנען ווען קיינער האט מיך נישט
פארשטאנען.
שילדערן אן איבערלעבעניש איז א מאכטפול געצייג. וואס זאל איך זאגן? חסידים זענען גערעכט
געווען מיט'ן לייגן אזא דגוש אויף מעשה'ס; ווען געטון ריכטיג, מאכט עס אותות און מופתים…
ווערטער גייען זייער ווייט.
*
איך האב צום ערשט פובליצירט "מיין גט" אויף "Unpious", א קורץ-יאריג וועבזייטל געעפנט
דורך שלום דין. איך בין נאך דאן געווען מיט דער "האלט דיין קאפ אראפ" מענטאליטעט, און כ'האב
עס דעריבער פובליצירט אונטער א פסעוודאנים "שפיצל שטרימפ-קינד".
עס האט געשיקט ריזיגע כוואליעס. כ'האב קיינמאל בעפאר אדער נאכדעם נישט געפילט אז כ'האב
געמאכט אזא אימפאקט, טראץ דעם וואס רעלאטיוו צו מיין יעצטיגער אוידיענץ זענען זיי געווען א
באנדע אויסווָארפן… נאר א ווערטל. כ'געדענק ווי א חבר מיינער איז דאן צוגעקומען צו מיר און
געוויזן, "דו מוזט דאס ליינען. ס'איז מורא'דיג!" ווען כ'האב אים געזאגט אז "איך האב עס געשריבן" איז
ער געווען אין שאק. שפעטער, ווען דאס וועבזייטל האט אויפגעהערט ארבעטן און די ארכיוון זענען
מער נישט געווען צוטריטליך, האב איך עס ארויפגעלייגט אויף מיין בלאג.
ס'זענען אריבער עטליכע יאר, און איך בין א יוטיוּבער. איך האב געהאט א ווידעא שוטינג ביי מיר
אינדערהיים, און ס'איז געווען דאס ערשטע מאל וואס כ'האב געניצט א טעלעפראמפטער. בלויז זיך
ארומצושפילן און טעסטן די געצייג האב איך איינמאל אויפגעליינט "מיין גט". איך האב עכט געהאט
אן אנדער טעקסט צו רעקארדירן, "מיין גט" איז בלויז געווען א טעסט. איך האב געזאגט פאר'ן
פילמער אז כ'וויל עס נישט פובליצירן ווייל דאס איז אן עסעי געשריבן דורך א -25יעריגער פרוי, נישט
קיין -40יעריגע. אבער מיין רעדאקטאר, א גוי פון מאנטשעסטער, האט עס זייער געגליכן און ער האט
עס געעדיט. די גאנצע זאך האט מיך געמאכט פילן זייער אומבאקוועם און כ'האב עס געלייגט אין א
זייט. ס'האט גענומען א גאנץ יאר ביז כ'האב ענדגילטיג געדרוקט דאס "פובליציר" קנעפל.
איך מוז זאגן אז איך בין געווען זייער איבערראשט ווי שטארק דער ווידעא האט אויסגענומען.
ס'איז געווען בלויז פארגעליינט, בכלל נישט פערפעקט, גאנצע פופצן יאר נאך וואס ס'איז אריגינעל
געשריבן געווארן. קיין שום אינטערעסאנטע בילדער אדער גראנדיעזע עדיטס, בלויז ווי איך ליין עס
פאר. און דאך האט עס גערירט אזויפיל מענטשן פון אלע סארטן - פון היימישע אידן ביז מענטשן פון
כל מיני רעליגיעס און יארגענג.
איך מיין אז דער שליסל איז דאס אז ס'איז נישט קיין מעשה איבער ווי מאדנע חסידים זענען אא"וו;
ס'איז א מעשה איבער וויאזוי ס'שפירט אויפצוגעבן אויף ליבע. דער קאנטעקסט איז א חסיד'יש בית-
דין שטיבל, אבער דאס איז נישט דער נושא. ס'איז די אוניווערסאליטעט פון דעם נושא וואס גרייכט
אזוי ווייט. איך מיין אז ס'איז איינע פון מיינע בעסטע ווערק. "מיין גט" צייגט די חסיד'ישע וועלט אין
איר הומאנישקייט - נישט גוט, נישט שלעכט, בלויז מענטשליך. דאס איז צו וואס איך שטרעב אין
מיין ארבעט אלס "סטָארי-טעלער".
- פרידא וויזעל
זייט 45
טעקסט
איך געדענק האסט מיר אמאל געזאגט אז דו האסט ליב צו באטראכטן ווי איך טו אויס מיינע רינגלעך. דו האסט געזאגט אז מיין גאנץ עקשנות קומט ארויס ווען איך פרוביר זיי אראפצורייסן פון מיינע פינגער. האסט עס געזאגט שפאסיג, מיט א ליבליכן שמייכל, בשעת דו צעשפרייטסט מיינע הענט און דו גליטשטסט אראפ מיין קידושין רינגל פון מיין פינגער.
צי געדענקסטו עס יעצט אין בית-דין שטיבל ווען איך גליטש אראפ מיין רינגל און שטעל עס אויפ'ן רב'ס טיש, נעבן מיין מאנטל און זעקל, מיין פנים בלאס ווי ביי אונזער חופה? צי זעסטו מיין אינערליך ציטערניש, מיין עקשנות וואס האלט זיך אן אין לעצטן שטריקל; ווי מיין שטארקייט וויל מיך פארלאזן מיט דער ענדע פון אונזער צוזאמענלעבן? איך וואונדער מיך צי דו וועסט קוקן אויף מיר יעצט, מיט מיינע פינגער נאקעט פון דיין גאלד,
טרייסלענדיג, לעכצנדיג אז אונזער ליבליכן קשר זאל צוריקקומען.
אבער דיין באבערדלט געזיכט איז אויסגעדרייט צו דיין טאטע און ברידער. דו שעפשעסט זיך מיט זיי. דיין גארטל איבער דיין לאנג רעקל. דאס האסטו אויף דיר ביי ספעציעלע זמנים, אזעלכע צייטן ווי יעצט, ווען דו גייסט מיך מאכן - יא מיך, איך וואס פלעגט אריינקריכן אין דיינע ארעמעס, איך וואס האב פארלוירן א קינד מיט דיר, איך וואס בין די מאמע פון דיין זיס אוצר'ל - א פרעמדער.
עס שפירט זיך ווי נעכטן ווען דו האסט מיט אט דעם גארטל געצונדן די חנוכה ליכט. דו ביסט געזעסן ביים פענסטער צו דער צאנקענדיגער שיין פון דער מנורה. דו האסט געשאקלט אונזער בעבי אויף דיין שויס צום טאקט פון מעוז צור, שמייכלענדיג צו מיר מיט שטאלץ. אבער יעצט קוקסטו מיר נישט אן. איך בין א פרעמדע. איך בין ווייט אוועק פון דיין היימליכן גלעט, א מיליאן הארץ-קלאפן אוועק,
פרידא וויזעל ביי איר ארבעט אלס טורגייד אין היימישער וויליאמסבורג, פארנט פון מיטאלאגישן "גאטליב'ס" רעסטוראן
זייט 46
טעקסט
מיילן אריין אין מיין עקשנות'דיגן גיהנום - א תהום פון רעליגיעזע דיפערענצן ברענגט אונז צו אן אומפארמיידליכער ענדע.
מיט א ווייכער שטימע הייסט מיך דער רב בודק זיין די הענט צו זיכער מאכן ס'איז נישט געבליבן קיין צירונג. עס איז א מנהג נישט צו האבן אויף זיך א קנין, ענליך צו וואס מיר האבן זיך געפירט אונטער דער חופה. דער רב ערקלערט מיר די פראצעדור. ער קוקט מיר דירעקט אין די אויגן. דו וועסט ניטאמאל דאס טאן. זיין פשוט'ע אנערקענונג שפירט גוט, עס דראעט צו פארפלייצן מיין שלייער פון שטארקייט. איך וויל אבער נישט ארויסווייזן מיינע אינערליכע געפילן פארנט פון זיי אלע אין דעם טרויעריגן טאג פון שיידונג.
איך בין דא אן איינציגע פרוי צווישן א גרופע חסיד'ישע מענער. די מערהייט פון זיי קען איך נישט, אבער זיי ווייסן אלע פון מיר. איך פיל א שרעקליכע שוואכקייט אין מיין קערפער. אלעס ארום איז פארנעפלט, ניטאמאל דיך זע איך קלאר. דער סופר ענדיגט שרייבן דעם גט. ער ניצט פארמעט און א פעדער; אלעס גייט דא צו מיט טרוקענע
פראצעדורן. איך קען הערן מיין הארץ קלאפן. איך שטעל מיינע אויגן אויף דיר, און דו שענקסט מיר א שנעלן בליק איידער דו קאנצענטרירסט דיך ווידער אויף דער גרופע מענער פון דיין משפחה.
איך ווייס דו הערסט מיין הארץ. איך לעב נאך; מיין הארץ קלאפט נאך מיט זיין עקשנות'דיגן קלאנג, דו ווייסט עס זייער גוט אפילו איך האב מיך געטראפן אויף א וועג וואו דו ביסט אומוויליג מיטצוקומען. איך בין טאקע נישט אזוי תמימות'דיג און בויגזאם ווי אמאל, מסכים, אבער איך בין נאכאלץ דאס זעלבע סאטמארער מיידל. און איך האב דיר נאכאלץ ליב. אפילו איך ליין ביכער, אפילו איך האב געטראפן מיין שטימע, אפילו איך פארלאנג א לעבן פון מער רעכטן און פרייהייט - דאס זעלבע הארץ וואס דו האסט געקענט פון זיינע הייקעלע ערשטע טעג אלס דיין אכצן-יעריג ווייב, עס קלאפט נאך אין מיר. יעצט זעצט עס, עס שרייט, שטויסט מיט אימפעט. עס רופט צו דיר, דער איינציגער מאן וואס איך האב נאר אמאל געקענט.
יואליש.
דו הערסט אבער נישט די שטימע פון א פרעמדער. דו גייסט נענטער צום סופר אים צו שעפשען עפעס אין אויער. די לאנג פארצויגענע פראצעדורן נעמען נישט קיין עק און איך פיל קאלט, פארפרוירן. איך פארקוק מיך אויף מיין ווארעמען מאנטל וואס ליגט אויפ'ן טיש אבער איך קען גארנישט זען אויסער א שיכט פון טרערן. מיר זענען צוזאמען געגאנגען קויפן דעם מאנטל. עס איז ספעציעל לויז פון אונטן און דעריבער זיך געקענט אויסשפרייטן צוזאמען מיט מיר ווען מיר האבן געווארט אויף אונזער שלמה'לע. איך בין נישט אליין, יואליש. איך האב פריינט וואס האלטן מיך אונטער און וועלן מיך בארואיגן און שיצן אין דיין אפוועזנהייט. אבער זיי מוטשען זיך צו פארשטיין וויאזוי איך קען פילן ליבע אין א צייט פון צעטיילונג און פארראט. זיי ווייסן נישט וואו ווייט איך בין אנגעקומען מיט דיין שטיצע, נאר אויף אנצוקומען צו ווייט, ארויס פון די גרעניצן וואס
זייט 47
טעקסט
דו ביסט וויליג מיר נאכצוגיין. זיי קענען נישט משיג זיין אז אפילו איך האב דיך ליב, איז די ראלע פון א ווייב און מאמע וואס ווערט פארלאנגט פון אט דער ליבשאפט נישט עפעס וואס איך קען דיר געבן. זיי זענען נישט אומשטאנד צו פארשטיין אז צומאל טרעפט מען זיך מיט צעטיילטע איבערצייגונגען, און ווי שטארק מיר זאלן נאר וועלן אנהאלטן אונזער פארבינדונג, טוען אונזער גלויבונגען אריינשניידן א מעסער אין אונזער בונד. אונזער יונגע היים איז געווארן צו ענג פאר אונזערע וואקסנדע דיפערענצן, ס'איז צייט דאס צו לאזן גיין.
דער רב זאגט מיר אריבערצוקומען דארט וואו דו שטייסט. איך גיי פארזיכטיג, יואליש, אוי, איך קום צו דיר. איך קען שמעקן דיין אזוי קענטליכן שווייס. מיין קאפ שווימט אין זכרונות פון דיין נאכט-העמד און ציצית און אונזערע אינטימישע שמועסן אין בעט. מיין קערפער צעלאזט זיך מיט א ווארעמקייט וואס ווערט שנעל צוריק קאלט מיט דער אנערקענונג אז דאס שטיין אזוי נאנט וועט נאר ווערן נאכגעפאלגט מיט'ן שטיין צעטיילט, אויף אייביג. אויף אייביג! יואליש, צי קענסטו לעבן אן מיר פאר אייביג? אויף אייביג?! און אונזער שלמה'לע? איך שטיי פארנט פון דיר, גענוג נאנט זיך צו האלזן. איך וויין א שטיל געוויין. א קנויל פון טרערן וויל זיך ארויסרייסן בשעת איך שטיי דא אין דעם שרעקליכן צימער, מיט דיר, מיין מאן, אנטקעגן מיר. איך הער דיין זיפץ. איך פיל א רואיגקייט, דערלייכטערט מיט דיין אנוועזנהייט. איך בענק מיך שוין צו דיר.
מען גיבט דיר איבער דעם גט איינגעדרייט ווי א מגילה. דער רב הייסט מיך אויסשטרעקן די הענט און דאס כאפן ווייל דו מעגסט מיר דאס נישט איבערגעבן דירעקט אין האנט. איך קוק אראפ צו מיינע ווארטנדיגע הענט. דו לאזט דעם צעטל פאלן ווי די טרערן וואס איך קען שוין נישט אפשטעלן. איך באקום מיין ווייטאג און מיין האפענונג פאר פרייהייט אריין אין מיין האנט-פלאך. איך נעם עס,
לייג עס אונטער'ן ארעם, און שפאציר אפאר טריט צו דער טיר לויט די אנווייזונגען פונעם רב.
דאס איז עס. מזל טוב, זאגן זיי. איך בין א גרושה, גע'גט, די סטיגמאטיזירטע צוריקגעוויזענע פרוי - און אויך א פריש יונג מיידל און אסאך אנדערע זאכן וואס איך קען אליין אויסוועלן צו זיין. איך בין אליין געקומען דא כדי דאס זאל צו מיר געשען. און יעצט דארף איך אהיימגיין אליין.
לאמיר אהיימגיין צוזאמען, יואליש. די איינזאמקייט דערשטיקט מיך.
איך גלייך אויס מיין רוקן און פרוביר פארריכטן מיין פַאסַאד. איך קער מיך צוריק צו דעם עלטערן מאן ביים טיש און דערלאנג אים דעם גט וואס זאגט עדות אז מיר זענען יעצט פרעמדע.
דו בעטסט מיך שטיל מחילה, און מיט פייכטע אויגן שאקל איך מיט'ן קאפ. איך קוק אויף דיר צום לעצטן מאל. איך וויל דיר זאגן אז איך מאך היינט פלייש און פערפל פאר נאכטמאל, אז אפשר זאל מיר כאפן א שפאציר ארום דער קיעוו גאס ווען שלמה'לע שלאפט שוין, אבער דו גייסט נישט זיין אינדערהיים פאר נאכטמאל אדער פאר אונזער זונ'ס שלאפן-גיין.
דו און דיין גאנצע משפחה פארלאזן דעם פלאץ אן קוקן אויף מיר נאכאמאל. ס'איז דאס לעצטע מאל וואס איך וועל דיר זען פון דער נאנט. דו וועסט ווייטער גיין און צעשניידן מיין הארץ מיט'ן שנעל טרעפן א שיינעם שידוך און בויען א פיינע חסיד'ישע שטוב, מיט א ווייב וואס נעמט נישט בירט-קאנטראל מיט עקשנות און אנטזאגט זיך פון אפשערן די האר.
איך וועל בלייבן קלאגן אויף דיר, יואליש. דו לעבסט דאך ווייטער אין מיין זון, דו לעבסט אין דעם קליינעם חסיד'ישן קינד אין מיר. אבער אין דער ענדע וועל איך דאס אויך דורכטראגן. דו ווייסט דאך איך בין אן עקשן, צוביסלעך וועסטו אויך ביי מיר ווערן א פרעמדער.
זייט 48
טעקסט
שטריימל, שפיצל, און שווערע שטותים
דורך: הבל וריק
"וואס איז דיין סטאָרי?" שרייט שמילי איבער דורך זיין אינגערער פרומער שוועסטער וואס פלעגט דאס געפילדער פונעם פארנומענעם רעסטוראנט גוט זיין מיט איר אין שולע. פראדל איז די אינגסטע אין ברעקענרידזש, קאלאראדא, אריינבייסנדיג פון אלע ביים טיש, אבער איז קאנפידענט און אין דעם דיקן אמעריקאנער בורגער, אויף וועלכן ליסטיג, און טראגט זיך גוט. דער עולם גלייכט איר אוואנטוריסטן קומען זיך ערנערן נאכ'ן סקיען אויף דערפאר, און זי איז שוין אפילו מער אנערקענט פון די ברעק בערג.
אַבי - א לאנגיעריגער וועטעראן פון דעם סקיאינג קלען. אבי האט אָפטע אנשטויסונגען מיט אנדערע, שמילי גלייכט נישט איבריג דעם ספארט, און איז וועלכע גלייכן נישט זיין אומבא'טעמ'טע באנעמונג, א שטיקל פחדן אפילו פון סיי וועלכע אקטיוויטעטן א שטייגער ווי דאס אינטואיטיוולאזע אראפקייען וואס זענען אומשטאנד צו צעברעכן זיינע גלידער.
דאס אויער פון די ארומיגע שטענדיג וכדומה. אבער ער גלייכט דעם אויספלוג מיט זיין גרופע פריינט, וואס קומען זיך צוזאם יאר נאך יאר אין "ווי אזוי ביסטו ארויסגעפאלן פון די מעטריקס האלצערנע פעלד-שטיבער, פארוויילן די קורצע ביי די דריי-און-צוואנציג?" קלארט שמילי טעג אין נאטור און פארברענגען די לאנגע נעכט מיט הומאריסטיש אויס זיין פראגע צו פראדל, וועלכע סובסטאנצן, מוזיק און גרילן מארשמאלאו'ס אויף א זיצט קעגנאיבער אים אויפ'ן באקוועמען באנקוועט קעמפ פייער טיף אינמיטן ווינטער.
באנק, מיט אן איבערגעמאסטענעם בורגאַנדי הוּ די, הויכע לעדערנע שטיוול אויף די טונקל בלויע די גרופע איז א פליסיגע געמיינדע וואס טוישט דזשינס, און א שווארצע בּיני מיט א גרויסן אירע קאלירן שטענדיג. מענטשן קומען צו, און האריגן שפיץ, פון וואנעט עס רינט ארויס איר מענטשן פארלאזן. צומאל מאכט זיך א קריגעריי געקרייזעלטע, לייכט-רויטע, לאנגע האר.
אפילו וואס קען צעטיילן די פארצווייגטע געמיינדע אין פארשידענע מחנות. טראץ דעם אלעם איז פראדל: אוווּ, דאס איז א לאנגע געשיכטע. איך שוין דאס זעקסטע יאר וואס מען זיצט דא גלייב נישט אז דו ביסט אינטערעסירט צו הערן ווידעראמאל אינאיינעם, אינמיטן דעצעמבער, יעצט האלב-געשריגענע זאצן פון דער אנדערער איבער הויכע גלעזלעך, מיט א העכערער גייסט, אין זייט טיש.
אן אטמאספער וואס גליסט.
שמילי: כ'מוז זאגן, איך בין אייגנטליך זייער פראדל איז א ניי צוגעקומענע. זי איז לעצטנס אינטערעסירט יעצט אין דיין לאנגער געשיכטע. און פארגעשטעלט געווארן דורך מעני, וואס קען איר גראדע שמועסט מען אויס די וויכטיגסטע זאכן אזוי
זייט 49
טעקסט
איבערגעשריגענערהייט. ווען נישט וואלט מען זיך נישט אזוי אנגעשטרענגט, נישט אזוי?
פראדל: כ'בין נישט זיכער אויב איך בין מסכים מיט דער באהויפטונג, כ'מיין אז צומאל וויל מען פלעין זייער שטארק רעדן און מ'איז וויליג זיך איבערצושרייען… אבער אז דו בעטסט אזוי שיין… פראדל רוקט זיך נענטער, נעמט א שלונג פונעם קאקטעיל, און פארציילט:
מיין געשיכטע איז גאנץ קאמיש, אייגנטליך. אויב איז דא איין דירעקטע אורזאך וואס האט געפירט צו מיינע דראסטישע לעבנס-באשלוסן, איז עס גראדע א נארישקייט, אדער א קלייניגקייט ליבערשט, וואס האט אראפגערוקט די באן פון די שינעס.
צו ענטפערן דיין פראגע אין קורצן, איז עס דעם "מאראטאן" צום פארדאנקען פארוואס איך בין דא היינט, און נישט פילייכט אויף א סאפע ערגעצוואו אין ניי-וויליאמסבורג, זיך אפרעדנדיג מידערהייט איבער שוועריגקייטן פון מיין ניי-געבאָרן דריט קינד, אויף א פליפ פאון, שמילי'ס אויגן-ברעמען הייבן זיך מיט וואונדער, צוזאמען מיט זיין הארץ, מיט שטארקער אינטערעסע צו הערן מער.
ווען ער האט איר דאס ערשטע מאל באגעגנט, האט ער באלד געשפירט אן אינטערעסע זיך אנטוויקלען אין זיינע געדערים. זי איז נישט דווקא שיין אדער וואס ער האט געקלערט ער זוכט. זי איז זייער הויך און שטראם עטוואס, לייכט-הויטיג, מיט פרעקלס אויף די באקן וואס שטימען מיט דעם קאליר פון איר האָר. אבער איר אייגנארטיגער אויסזע ציט אים מיטאמאל. ווי אויך איר אינערליכע לעבעדיגקייט וואס מאכט איר שיינען.
שמילי זוכט זיך נישט קיין געשלעכטליכע באציאונגען מיט אנדערע פון דער גרופע, אויס מורא פאר דראמא, אזוי ווי עס האט פאסירט ווען
מאַלי האט זיך צעטיילט פון הערשי פאראיאר און פאראורזאכט א שטורעם.
ער קען אבער נישט לייקענען דעם נייגער וואס ער שפירט איר צו באטראכטן רעדנדיג מיט פלייס, קייענדיג פרייס, און ווישנדיג קעטשאפּ פון איר ציכטיגן טשין אין דעם מילד-באלויכטענעם פלאץ. "איך האב אייביג געהאט א זאך פאר דער מאראטאן," זעצט פראדל פאָר. "פון קליינווייז אן פלעג איך מיך שטעלן ביים פענסטער אין מיין מאמע'ס צימער, אויפ'ן פינפטן שטאק, און באטראכטן די לויפערס אראפ בעדפארד עוועניו." אין סקול האט מען אויסגערופן און אהיימגעשיקט צעטלעך זיך חלילה נישט צו דרייען אין דעם אומגעגנט פון די אויסגעלאסענע פארבייגייער, אויף דער גאס האבן געהאנגען פלאקאטן מיט גרויסע רויטע אותיות אפצוהאלטן די מאסן פון דעם מכשול, אבער צו מיר האט דאס אינגאנצן נישט גערעדט. נישט נאר האב איך מיך נישט געקימערט מיט דער פרומער פראבלעם, נאר איך האב געשטרעבט גאר מיטצולויפן.
פארשטייט זיך אז נישט נאר די איין זאך האב איך אנדערש אנגעקוקט ווי אנדערע, נאר אויף נאך אסאך אזוינע סארט אנגעלעגנהייטן, וועלכע זענען פסול געווען ביי אנדערע, האב איך "קרום" געקוקט. אזוי ווי דרייוון אדער רייכערן, צום ביישפיל. איך האב נישט געזוכט צו רייכערן, אבער איך נישט געזען פארוואס דאס איז ענדערש אקצעפטירבאר ביי מענער ווי ביי פרויען. אפגעזען די לערערינ'ס שטרענגסטן מוסר אויף דעם "כל כבודה" און זייער אומגעהויערן אפשיי צו א ברעקעלע פריצות, האב איך נישט פארשטאנען פארוואס א ציגארעטל פאר א פרוי איז "אומאיידל". און אזוי אויך נאך פילצאליגע סטאנדארטן וואס האבן מיך נערוועז געמאכט.
אבער עס האט נישט צופיל געשטערט מיין לעבן אויף למעשה.
זייט 50
טעקסט
אין קלאס בין איך געווען פאפולער, אינדערהיים האב איך געהאט א ווארט - זייענדיג די בת יחידה, אין א שטוב פיל מיט אינגלעך, און א שפעט-געבוירענע אויף דער עלטער.
שטילערהייט האב איך אייביג געטון וואס איך האב געוואלט, אן זיך פארהאנקענען מיט אויטאריטעט.
ביי די אכצן האב איך דערקלערט פאר מיינע עלטערן אז איך זוך נישט צו חתונה האבן מיט קיין שוואנץ. "וואס מיינט א שוואנץ?" האט מיך מיין טאטע געפרעגט, אויף וואס איך האב געענטפערט, "איינער וואס האט ליב רעבעס."
א לאנגע טענה'ריי האט זיך דערויף אנטוויקלט. ס'איז געגאנגען קולות און קללות. מיין טאטע האט געשריגן אז איך בין א קליינקעפיגע בהמה, און מיין מאמע האט פרובירט צו זיין דער פארמיטלער. "זי מיינט צו זאגן איינער וואס וועט גיין ארבעטן און זיין א נארמאלער מענטש," האט זי פרובירט פארצושלאגן עפעס וואס מיר קענען זיך פארשטענדיגן אויף. אבער איך בין געווען יונג, הארטנעקיג און אנטשלאסן.
איך האב נישט געוואלט קיין איבערשפיל פון מיין טאטנ'ס אידישקייט. איך גלייך נישט זיינע פרומקייטן. אנגעהויבן פון זיינע ווייסע שבת שטרימפ, און געענדיגט ביי זיין טעמ'לאזן סדר נאכט. און ניטאמאל זיין חנוכה-ליכט צינדן - מיט'ן שטאָפענעם קאפעליטש און פרומער בעקיטשע, וואס נעמט א לאנגווייליגע שעה, און דרייט זיך מיינסטנס ארום זיינע אומגעלונגענע קנויטן, קלאגעדיגע זמירות, און שוואכע מאַרשן פון דעם סאטמארער קינדער כאר אין די כ' יארן.
שמילי: בקיצור, די גלייכסט נישט דיין טאטע… פראדל: ניין, גראדע יא. אלס א מענטש האלט איך פון אים. ער איז זייער געריבן און פארשטענדליך, און איך זעלבסט האב זייער אסאך פון זיינע נאטורן. זיין אידישקייט האב איך נאר נישט ליב.
שמילי: אדער אידישקייט בכלל… פראדל: הממ… אונז העמיר אנקומען דארט. געב מיך א מינוט. אנטשולדיגט, אייגנטליך, איך קיי דיר אראפ דיין אויער דא… איך האב דיך געווארנט בעפאר!
שמילי: כ'גיי דיך אפילו נישט ערמוטיגן צו רעדן ווייטער, דו ווייסט איך שלינג מיט דארשט.
פראדל: טענקס. דו מאכסט מיך רעדן באקוועם פון אומבאקוועמע זאכן, וועלכע איך באזוך נישט צו אפט.
אלנפאלס, מיינע עלטערן האבן שנעל איינגעזען אז זיי דארפן דא טרעפן עפעס וואס וועט ארבעטן. און איך געב זיי קרעדיט דערפאר.
זיי האבן אויסגעהערט שידוכים וואס האט זיי נישט געשמעקט, און אפילו געשטונקען, אבער א שידוך האט זיך נאכאלץ נישט געמאכט, און איך ווער שוין צוואנציג.
איך געדענק נאך דעם גורל'דיגן טאג ווען ס'איז מיר בייגעפאלן דעם געדאנק זיך אנצושליסן אינעם מאראטאן. איך בין געזעסן ביי מיין קאמפיוטער, אין ארבעט, און ס'איז ארויפגעקומען אן עד פאר עפעס א פארברייטונג פראגראם צום קומענדיג-יאריגן מאראטאן, און דער בליץ איז מיר אריין אין קאפ, נעמליך, אפשר איז עס פאר מיר אויך.
איך האב פונלאנג שוין סתם אזוי געוואלט אנהייבן לויפן, סיי צו זיך האלטן פיט און סיי פאר מיין מענטעל סטאביליטעט, אבער פאקטיש האב איך מיך נישט געקענט אראפבינדן דערצו.
אבער פון א טיפערן פלאץ האב איך געגליכן דעם געדאנק וויבאלד איך האב ביז דאן קיינמאל נאכנישט געטראפן א גענויע אונטערנעמונג אדער ציל וואס זאל מיך פערזענליכן פאראינטערעסירן. ס'זענען דא מענטשן וואס זענען אינוועסטירט אין ספארטס, ה אַבּיס, פאליטיק וכדומה; איך שפיר מיך אסאך מאל צוריקגעבליבן מיט דעם וואס מיך אינטערעסירט גארנישט און בין נישט גוט אין גארנישט ספעציעל.
זייט 51
טעקסט
דער מאראטאן איז פלוצים געווען דער ענטפער צו אלעם: נעמען א ציל, מיך צווינגען צו טון עפעס שווער אבער מיט אינטערעסע, און אויפהערן קלאגן אויף די אכט פונט וואס איך וויל פארלירן. ווי נאר דער געדאנק איז מיר אריין אין קאפ, האב איך נישט געקענט לויז ווערן דערפון, טראץ די קלארע און שווערע שטרויכלונגען וואס איך האב געדארפט בייקומען דאס אויסצופירן.
מיין ערשטע דאגה איז געוו-שמילי: איך קען דיר אליין זאגן דיין ערשטע דאגה - לויפן אויף בעדפארד עוועניו… פראדל: ממש אזוי. ס'איז נישט דאס לויפן אין דעם מאראטאן צווישן אויסגעלאסענע גויטעס וואס איז ביהרג ואל יעבור, אזוי ווייט ווי דאס אז ס'לויפט אדורך בעדפארד. און דאס האט זיך טאקע אויסגעשטעלט צו זיין דער עיקר אפהאלט.
צוערשט האב איך נאר פאר א ברודער העכער מיר מיינע פלענער אנטפלעקט, צו זען ווי אזוי ער רעאגירט צו דעם געדאנק.
ער האט עס מיט א מכלומר'שטער גלייכגילטיגקייט אוועקגעמאכט אלס א נארישקייט. "קענסט דאך לויפן אליין וויפיל דו באגערסט," האט ער מיך פרובירט איידעלערהייט אפרעדן. איך האב אים פרובירט צו ערקלערן דעם געדאנק פון טון עפעס באדייטנד, צוזאמען מיט אנדערע. אבער ער האט עס נישט פארשטאנען, אדער נישט געוואלט פארשטיין, צוליב די קאנסעקווענצן דערפון.
עס האט געווירקט אויף אזויפיל, אז ער איז שטילערהייט געלאפן פארציילן מיין מאמע וועגן מיינע ווילדע פלענער.
"אוי, ווי אזוי האט יענע סצענע זיך
זייט 52
טעקסט
אויסגעשפילט?" פרעגט שמילי - לייגנדיג איין האנט איבער'ן שטערן, צודעקנדיג אן אויג דערביי, ווי איינער וואס הערט שווערע נייעס.
"עקשולי, נישט אזוי שלעכט ווי דו טראכסט." די באלדיגע רעאקציע איז געווען איינגעהאלטן. די מוטער האט - קענענדיג איר אנטשלאסענע טאכטער - הייקעלערהייט אויפגעברענגט די טעמע און געזוכט צו רעדן דערוועגן, האפנדיג אז מיט די ריכטיגע רייד קען מען איר גרינג אפרעדן.
אינצווישן איז דער פאטער אנגעקומען א גע'מעריב'טער און א הונגעריגער, און אריין אין א שרעקליכן כעס הערנדיג דעם געדאנק.
צוערשט האט ער פרובירט דעם זלזול צוגאנג. "זי קומט אויף מיט דעי משוגענע געדאנקען איין טאג מער ווי דער צווייטער," האט ער גערעדט צו דער מוטער איבער איר ווי א דריטער פערזאן שלא בפניו.
"זי פארשטייט נישט וואס דאס לעבן איז. זי האלט זי איז די קליגסטע, פארשטייט די בעסטע, איך האב שוין געזען גרעסערע אויבער חכמים פון איר וואס האבן פרובירט צו טון וואס מ'וויל - קוק וואו ס'האט זיי געטראגן…"
דערנאך האט ער פארשארפט דעם טאן און מיט קולות געשריגן: "דו ווילסט בלייבן אן אלטע מויד?! ווילסט גיין מיט גרויע האָר אין קבר חלילה?! זאל זיין! ס'איז נישט מיין פראבלעם. מאך דיר אליין חרוב דאס לעבן - דו ביסט דער וואס וועט ליידן." "די פראבלעם," בה"א הידיעה, איז געווען א שידוך.
אז זי לויפט אינעם מאראטאן, וועט זי דאך געוויס באמערקט ווערן אדער אפגעכאפט ווערן אפילו. און דאס מיינט אז יעדער וועט וויסן אז פראדל איז געלאפן אינעם מאראטאן. די עוולה איז אומבאשרייבליך און אומאקצעפטירבאר, און זי וועט דערנאך געוויס קיין נארמאלן שידוך נישט טרעפן.
"וועלכער נארמאלער מענטש וועט נעמען א מיידל וואס איז געלאפן אין דעם מאראטאן?" - דאס איז געווען דער סך הכל אויף וואס יעדער איז געווען איינשטימיג. סיי איר עלטערן און סיי די חתונה-געהאטע געשוויסטער, וואס נעמט אויך אריין איר ברודער מרדכי.
מרדכי איז שוין יא אן אויפגעקלערטער, א ברייטער מענטש, אבער דא האט ער געהאלטן ווי זיי. "געוויסע זאכן לוינט זיך פשוט נישט," האט איר מרדכי ערקלערט. ס'האט גארנישט מיט דעם צי ס'איז ריכטיג אדער נישט. דאהי וואו דו וואוינסט, דיין היים ארט, אין דער קולטור, איז דאס אפגעפרעגט. אין אנדערע פלעצער איז אנדערע זאכן אפגעפרעגט. אויב טוט מען זאכן וואס זענען אפגעפרעגט, ליידט מען דערפון.
שמילי: כ'דינג מיך גראדע נישט מיט דיין מרדכי אויף דעם פונקט. ס'איז ריכטיג אז איבעראל דארף מען זיך צושטעלן. די פראגע איז אבער פארוואס ער איז איבערצייגט אז מען מוז אויסקלייבן פונקט דעם איינעם שמאָלן וועג אויף וואס מען איז ערצויגן געווארן, ווען עס איז פארהאן אזא ברייטע וועלט פון אפציעס. און איך רעד פון אידישע אפציעס דירעקט, וואס קענען ווירקליך זיין בעסער צוגעפאסט. נאכדערצו ווען א ספעציפישע סובּ-קולטור ארבעט נישט פאר איינעם. כ'בין זיכער אז דיין אויפגעקלערטער מרדכי וואלט געהאט א פראבלעם צו וואוינען אין סקווירא שטעטל, נאכדערצו אויב מען דארף ווען גיין יעדע וואך צום טיש למשל. אלע דורות, און אלע זיידעס אונזערע, האבן זיך געטראפן נייע וועגן און פלעצער וואס האט געמאכט דאס לעבן און רעליגיע ארבעטן פאר זיי.
פראדל: עקזעטלי. דאס איז געווען די דילעמע אין וואס איך האב מיך געטראפן. פון איין זייט האב איך זייער גוט פארשטאנען אז לויפן דעם מאראטאן איז די רויטע ליניע און אז מיט דעם דערקלער איך מיך אפיציעל אן אויסוואָרף, און איך קען פארגעסן
זייט 53
טעקסט
פון מצליח זיין דא. סיי מיט א שידוך פאר מיר, און סיי מיט א שידוך פאר מיינע קינדער, און דאס ווערן אנגענומען און אקצעפטירט אין די מוסדות בכלל. אבער פון דער אנדערער זייט האב איך מיך געפרעגט: וויל איך טאקע בלייבן אין א פלאץ ווי מיין אידישקייט ווענדט זיך אין א מאראטאן? שמילי: און? וואס האט פאסירט?
"וואס קוקט אויס האט פאסירט?" ענטפערט פראדל מיט א גינסטיגן לייכטן קרעכץ מיט פלאמיגע באקן, רויט פונעם אנגעשטערנגטן שמועס און אלקאהאל ביינעזאם.
איך בין למעשה געלאפן, באקומען א נאמען אין שטאט אלס "נישט נארמאל", און דערנאך שווער געארבעט צו טרעפן נייע מענטשן ארום מיר וואס זאלן מיך אנקוקן נארמאל.
שמילי: וואס איז מיט רעליגיע? דו גלייבסט אין גאט?
פראדל: אוווּ, דאס איז זייער אן אָנגעלאָדנטע פראגע. ערשט דארף איך הערן דיין געשיכטע, דערנאך קען מען ווייטער רעדן וועגן מיינע גלויבונגען.
שמילי: גערעכט, ס'איז דאך נאר פאסיג אזוי. לאמיר זיך ערשט ארויסרוקן פון דא, און איך נעם איבער דעם מייק נאכדעם.
פראדל: אבער צו ענטפערן דיין פראגע אין קורצן: איך האב קיינמאל קיין פראבלעם מיט גאט נישט געהאט, נאר מיט דעם מאראטאן און דאס גלייכן. אבער איינמאל מ'פאלט ארויס איז שווער צו פירן אן אייגענע רעליגיע… "איך פארשטיי, ווייל איך זיץ אין דעם זעלבן בענקל ווי דיר," שמייכלט שמילי צו איר מיט דער פארשטענדליכקייט און עקסטאז פון א ניי-אנטדעקטער פריינטשאפט, וואו עס דארשטן ביידע מיטצוטיילן די ערפארונגען פאר פאראינטערעסירטע אויערן.
זייט 54
טעקסט
פראדל און שמילי וואקן ביידע ארויס צום קאלטן שטילן געסל פונעם בא'חנ'טן ווינטער שטעטל וואס לעבט נאך עטוואס מיט א קאלירפולן לעקטער און ווירבלעריי פון סעזאנישע טוריסטן נאך משקה. פראדל לאכט צו שמילי מיט פארגעניגן. די ווארעמע רויך וואס בלאזט ארויס פון אירע רויטע ליפן און קאלט-פּינקע נאזלעכער, זענען זעבאר אין דער ראמאנטישער געלער שיין פונעם הויכן שווארצן נאכטלאמפ וואס באלייכט דירעקט דאס ארט ארום זיי און די פארשנייטע גאס וואס מאכט צייטנווייז א שטיל נאס גערודער פון פארבייפארנדיגע אויטאמאבילן.
שמילי וויל זיך צובייגן נענטער צו איר און טון וואס זיין הארץ באגערט. אבער ער טראכט פון מרדכי'ס ווערטער און קלערט צו זיך: אין אונזער וועלט דארף מען זיך אויך צושטעלן. ער איז א מאן, אים איז גרינגער צו ווילן זיך פאראייניגן נאך איין גוטן שמועס, אדער אפילו בעפאר. זי איז ווארשיינליך נאכנישט גענוג באקוועם. עס וואלט געווען בעסער ווען ער לייגט איר נישט אין דער פאזיציע.
"איז אזוי… מיין געשיכטע…" שפאצירט שמילי מיט איר אראפ די גאס.
"יאוֹ, גייז! אונז נעם מיר אן אובּער, עטס ווילטס קומען?" האקט מען זיי מיטאמאל איבער מיט א געשריי פון דעם אנדערן עק גאס.
שמילי: יוּ נאוֹ וואַט, מיין געשיכטע איז אקוראט די זעלבע ווי דיינס בעצם… נאר אנשטאט מאראטאן, לייג אריין שטריימל. ביי מיר איז עס געווען א שטריימל. איך האב מיך געשטעלט אויף דעם גראבן הויכן נוצלאזן לבוש, און נישט געוואלט הערן דערפון. פאר מיר איז דאס געווען דער סימבאל פון אונטערטעניגונג צו אבערגלויבנס און פאנאטישקייט, און דער צייכן פון קולטורעלער דיקטאטור איבער די ריכטיגע רעליגיעזע ווירדן. מ'האט מיך אראפגעריסן, צונאר געלייגט, גערופן רבנים, טעראפיסטן, עסקנים. יעדער האט געשריגן:
"ס'איז נאר א קאפ צודעק, גיי דערמיט צו דער חופה, טראג עס צום שבת דאווענען, און דערנאך טו וואס דו ווילסט." אבער וואס מער מ'האט זיך דערויף געשטעלט און וואס מער מ'האט איר וויכטיגקייט אונטערגעשטרייכט, אלס מער האב איך איינגעזעהן דעם "אם כן, למה זה אנכי?"
"האהאהא, פאר סאָם ריזען קוק איך עס אן קאמיש עז פ** אז דער שטריימל האט דיך אראפגעפירט פון וועג." פראדל'ען כאפט א געלעכטער זיך אריינזעצנדיג אינעם אובער, וואו ס'קומט פאר א העפטיגע דעבאטע איבער מאמדאני, צי ער איז יא אן אנטיסעמיט אדער נישט.
"נאך איינער דא האט עפעס איין קלייניגקייט וואס האט אים געמאכט אפפארן פון גלייכן וועג?" שרייט זי אריין אינעם שמועס א לאכעדיגע און צעווילדעוועטע, "שטעלט זיך אויס אז איך מיט שמילי וואלטן נאך געווען פולי חסיד'יש ווען מען מעג ווען לויפן דעם מאראטאן און גיין אין שול אן א שטריימל."
"וועל, סארי, איך קום נישט פון וויליאמסבורג. ביי אונז - און איך מיין אז ביי %99 אנדערע געמיינדעס - לאזט מען עקשולי האבן א יוגנט, על-או-על, סאו ניין, איך בין א לעגיטימער חוזר בשאלה," ענטפערט בּען א צינישער.
פראדל: אקעי. יעדער זאל קלאַטשן פאר אונזער פרייען טראכטער דא, בּען. וואס טוט זיך מיט דיר, אסתר? דו האסט אויך עפעס א נארישקייט, דיין פרייהייט צו פארדאנקען, אדער איז עס א ריין טעאלאגישע איבערצייגונג?
"יוּ בּעט איך האב איין זאך. איין מינדערוויכטיגע, אפגעהיטענע, נישטיגקייט פון א זאך, וואס איז דער שטעמפל פון די פרומע מאסן און די אידענטיטעט פאר דער אידישער פרוי. איך הייס טייטלבוים און איך האב נישט געקענט אויסטון מיין פ***** שפיצל."
האהאהא, האבן זיך די פרייע צעלאכט.
זייט 55
טעקסט
מיין צווייטע כפירה:
צי זענען אלע מענטשן אייניג?
דורך: איזי פאזען
היי יאר, דעם זעקסטן אין נאוועמבער, איז אין אלע אויסגאבעס און צייטונגען לכבוד זיין טויט, וועט איר זען אז אן אנדער געביט פון זיין געשטארבן דער בארימטער וויסנשאפטלער לעבן נעמט אויף גאר אסאך אויפמערקזאמקייט און דזשעימס וואטסאן. צוזאמען מיט פראנסיס קריק דיסקוסיע. פאקטיש, איז וואטסאן געווען ווי אין האט ער אין 1953 פארעפנטליכט צום ערשטן מאל חרם אין די לעצטע צוויי-צענדליג יאר פון זיין לעבן. די סטרוקטור פונעם DNA מאלעקול, וואס דאס נאכפאלגנדיג געוויסע קאנטראווערסיאלע דעות האט רעוואלוציאנירט די תחומים פון מאלעקולאר-וואס ער האט געלאזט הערן, איז זיין סייענטיפישע ביאלאגיע, גענעטיק און פיל מער. די אנטדעקונג קאריערע געקומען צו אן ענדע; ער איז אפגעזאגט האט ערמעגליכט פאר וויסנשאפטלער צו פארשטיין געווארן פון אלע זיינע אקאדעמישע שטעלעס און די מעכאניזמען פון אפהיטן און קאפירן גענעטישע פיל פון זיינע אויסצייכענונגען און אנערקענונגען אינפארמאציע אין די צעלן און פון דאס איבערגעבן זענען צוריקגעצויגן געווארן.
בירושה פון איין דור צום צווייטן, וואס דאס, ווייטער, האט געהאלפן קלאר מאכן די פראצעדורן וואס האט ער געזאגט אזוי קאנטראווערסיאל אז עס האט פארוואנדלט א וויסנשאפטליכער פון מוטאציע און סעלעקציע אין דער טעאריע פון "סעלעבריטי" אין א מנודה און געזעלשאפטליכן עוואלוציע. אין אנערקענונג פון דער אנטדעקונג אויסווארף?
האבן וואטסאן און אנדערע געוואונען דעם נאבעל פרייז פאר פיזיאלאגיע און מעדיצין אין יאר 1962.
* וואטסאן האט ממשיך געווען צו שטייגן אין א אין דער מאדערנער תקופה, ווען אייראפעער גלענצנדער סייענטיפישער קאריערע, גרייכנדיג האבן אנגעהויבן פארשן די וועלט און זענען געקומען הויכע אקאדעמישע פאזיציעס און אויסצייכנונגען אין נאנטער באציאונג מיט פארשידנארטיגע אין אנערקענונג פאר זיין וויכטיגער ארבעט.
ציוויליזאציעס, פעלקער און שבטים, האבן באמת, וואלטן מיר אים געדארפט געדענקען און וויסנשאפטלער באמערקט אז די פארשידענע פאראייביגן אלס איינער פון די וויסנשאפטליכע מענטשליכע גרופעס געפינען זיך אין באזונדערע ריזן פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט. אבער, אז שטאפלען און מדרגות פון אנטוויקלונג בנוגע איר וועט ליינען די הספדים וואס זענען ערשינען ציוויליזאציע, טעכנאלאגיע און וויסנשאפט. עס איז
זייט 56
טעקסט
דזשעימס וואטסאן
געווען באשיינפערליך אז בעת וואס די אייראפעער האבן שוין לאנג געהאט געבויט גלאררייכע קאטעדראלן, אנטוויקלט דקות'דיגע פילאזאפיעס, אוועקגעשטעלט מאכטפולע אימפעריעס, און געהאלטן טיף אינמיטן אנטוויקלען מאדערנע וויסנשאפט און אינדוסטריע, האבן נאך פיל גרופעס מענטשן געלעבט אין גאר פרימיטיווע אומשטענדן, אן קיין רעוואלוציאנערישער טעכנאלאגיע, פערמאנענטע שטעט, און אפילו אן קיין שרייב-סיסטעמען. אין אמעריקע זענען די שווארצע אפריקאנער געווען פארשקלאפט ביי די ווייסע אייראפעער, און עס האט זיך אנגעוויזן אז זיי זענען פיל ווייניגער אנטוויקלט אינטעלעקטועל ווי זייערע "ציוויליזירטע" אויבערהארן.
עס איז דאן אנטשטאנען א וויכוח צווישן די אייראפעאישע געלערנטע איבער די סיבות פאר אט די אונטערשיידן אין אנטוויקלונג. טייל - די "עסענציַאליסטן" - האבן גע'טענה'ט אז מ'זעט
בחוש אז נישט אלע מענטשן זענען אייניג און אז טייל זענען במהותם מער אנטוויקלט און פארגעשריטן ווי אנדערע. געוויסע זענען געגאנגען אזוי ווייט אז זיי האבן פארגעלייגט אז די שווארצע אפריקאנער זענען ניטאמאל קיין מענטשן, נאר אן אנדער סארט באשעפעניש, צווישן מענטשן און מאלפעס. אנדערע - די "ענוויירָאנמענטַאליסטן" - האבן אבער גע'טענה'ט אז מען קען נישט ארויסלערנען פון זייער צוריקגעשטאנענקייט אז זיי זענען במהותם אנדערש, נאר אז זיי האבן בסך-הכל נישט געהאט די בילדונג און ערציאונג וואס אייראפעער האבן געהאט. ווען מען זאל זיי נאר געבן די מיטלען זיך צו אנטוויקלען, זיך צו לערנען, און זיך צוגעוואוינען צו א ציוויליזירטן וועג פון לעבן, וועלן זיי אוודאי קענען צוקומען צו די זעלבע מדרגות צו וועלכע די אייראפעער האבן דערגרייכט.
דער וויכוח איז פארגעקומען אין די צייטן פון דער סייענטיפישער רעוואלוציע און דעם
זייט 57
טעקסט
אייראפעאישן רענעסאנס. וויסנשאפטלער האבן שטודירט, קלאסיפיצירט און קאטעגאריזירט אלע סארטן נאטירליכע ערשיינונגען, און טייל האבן זיך אויך גענומען צו דער שטודיע פון די מענטשליכע ראסעס. זיי האבן קאטעגאריזירט די פארשידנארטיגע גרופעס מענטשן, זייער אויסזען, אייגנשאפטן, וועגן פון לעבן, און אויך די באציאונגען צווישן איין גרופע און א צווייטער. זיי האבן אנגעמערקט וועלכע גרופעס האבן מער נאנטשאפט מיט אנדערע און האבן שפעקולירט איבער די היסטאריעס און אומשטענדן פון זייערע אנטוויקלונגען אלס באזונדערע גרופעס.
זייענדיג אין די בראשית-יארן פון די סארט סייענטיפישע חקירות, האבן זיי נישט אלעמאל צוגעטראפן צום אמת. אבער אסאך פון די יסודות וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט האבן צוגעהאלפן צו אונזער היינטיגן פארשטאנד איבער וויאזוי דער מענטשליכער מין האט זיך אנטוויקלט איבער מיליאנען יארן. היינט איז אנגענומען אז דער מענטשליכער מין, הָאמָא-סַאּפיענס, האט זיך אנטוויקלט ארום 000,300 יאר צוריק אין אפריקע. מיט ארום 000,60 יאר צוריק האבן גרופעס מענטשן פארלאזט אפריקע און פון זיי האבן זיך אנטוויקלט אלע גרופעס מענטשן וואס זענען נישט "שווארץ-
אפריקאנער" )דאס זענען די איינוואוינער פון אפריקע, דרום פונעם סאהארא מדבר; צפון-אפריקע איז שוין גענעטיש א טייל פון דער אייראפעאיש-אזיאטישער וועלט(.
אינעם ניינצנטן יארהונדערט האט זיך אנטוויקלט דער מאדערנער ראסיזם. פיינטשאפט צווישן פארשידענע פעלקער און גרופעס איז אזוי אלט ווי די מענטשהייט אליין, אבער יעצט האט זיך דאס אוועקגעשטעלט אויף א "סייענטיפישער" באזע. געלערנטע אייראפעאישע ראסיסטן האבן גע'טענה'ט אז דער ווייסער מענטש איז העכער ווי אנדערע, און אז דערפאר איז דאס זיין רעכט אונטערצודריקן די "נידריגערע" ראסעס. אזעלכע ארגומענטן זענען געמאכט געווארן צו פארטיידיגן די שענדליכע הנהגה פון שקלאפעריי אין אמעריקע;
און אין אייראפע האבן אנטיסעמיטן זיך גענומען אנווענדן די ראסיסטישע טעאריעס און נייגונגען כלפי אידן.
דאס איז געווען א נייער סארט אנטיסעמיטיזם. דאס איז שוין נישט געווען קעגן דעם איד צוליב זיין רעליגיע אדער התנהגות, נאר קעגן זיין כלומר'שטער ראסע, וואס איז אין זיין בלוט, זיין מהות. דער נייער אנטיסעמיטיזם האט גע'טענה'ט אז עס וועט שוין נישט העלפן אויב דער איד אסימילירט זיך און מאדערניזירט זיך; זיין קללה איז אין זיין מהות און אסימילאציע מיינט בסך-הכל אז ער באהאלט זיין אידישן מהות אויסערליך, אבער עס לויפט נאך אין זיין בלוט.
עס איז איבריג מאריך צו זיין איבער וואספארא חורבן און הריגה-של-כליון דאס אידישע פאלק האט געהאט אויסצושטיין ווען די נאציס ימח-שמם האבן אנגעוואנדן אט די ראסיסטיש-אנטיסעמיטישע טעאריעס קעגן אידן, נישט נאר להלכה נאר טאקע למעשה. עס איז קלאר געווארן אז געבן האס א סייענטיפישן לבוש איז גאר מסוכן.
* אין מערערע הינזיכטן קען מען זאגן אז די נאך-מלחמה'דיגע מאראל אין אייראפע איז אין גרויסן טייל דעפינירט געווארן אלס אן אנטווארט צו, און מוסר-השכל פון, היטלער'ס חורבן אויפ'ן אייראפעאישן אידנטום. די וועלט איז געווארן אזוי אויפגעשוידערט ווען זי האט אויסגעפונען איבער דער גרויזאמקייט פון דער נאצישער שואה, אז דאס האט באמת פונדאמענטאל געטוישט די מערב'דיגע מאראל. בעיקר האט דאס גורם געווען אז ראסיזם איז באטראכט געווארן ווי נישט סתם נאך א שלעכטע מידה, נאר טאקע ווי אן אבי-אבות פון שלעכטס. אין דער היינטיגער מערב'דיגער וועלט איז "ראסיסט" איינע פון די ערגסטע באשולדיגונגען וואס מען קען נאר מאכן קעגן א מענטש. אפילו אן אנטדעקונג פון א שמץ ראסיזם
זייט 58
טעקסט
קען ענדיגן קאריערעס און געזעלשאפטליכע אנגעהעריגקייט.
אין א סעריע דעקלַארַאציעס נאך דער קריג, האט אונעסקָא - די יונייטעד נעישאנס )UN( אגענטור פאר בילדונג, וויסנשאפט און קולטור - אוועקגעשטעלט איר פאזיציע בנוגע ראסע און ראסיזם אין אנטווארט צום נאצישן חורבן. די ערשטע דעקלאראציעס האבן זיך קאנצענטרירט אויף דער מאראלישער באציאונג צו מענטשן פון אלע ראסעס און האבן פראקלאמירט די שלעכטיגקייט פון ראסיזם. צווישן אנדערע, דעקלארירט זי, "מענטשליכע ערע פאדערט אז אלע בירגער זאלן זיין אייניג אין די אויגן פונעם געזעץ ]...[ אפגעזען פון זייערע פיזישע אדער אינטעלעקטועלע דיפערענצן. דאס געזעץ זעט אין יעדן פערזאן בלויז א בן-אדם וועלכער האט דאס רעכט צו דער זעלבער אינאכטנעמונג און גלייכן רעספעקט. דאס געוויסן
פון דער גאנצער מענטשהייט פאדערט אז דאס זאל זיין וואר פאר אלע פעלקער פון דער וועלט. דערפאר מאכט ווייניג אויס צי די פארשידנארטיגקייטן פונעם מענטש'ס כשרונות זאלן זיין א תוצאה פון ביאלאגישע אדער קולטורעלע גורמים."
אין אט דער לעצטער שורה באציט זיך די דעקלאראציע צום אלטן וויכוח איבער די סיבות פון די מערקבארע דיפערענצן צווישן גרופעס. לויט דער דעקלאראציע, אפגעזען צי די עסענציאליסטן אדער די ענווייראנמענטאליסטן זאלן זיין גערעכט, איז דאס נישט רעלעוואנט צום מאראלישן התחייבות צו באהאנדלען אלע גלייך אלס בני-אדם. אין שפעטערדיגע דעקלאראציעס האט אבער אונעסקא זיך יא אנגעהויבן אריינמישן דירעקט אין דער סייענטיפישער פראגע. אין א דעקלאראציע פון 1978 פראקלאמירט זי, "אלע פעלקער פון דער וועלט פארמאגן די זעלבע פעאיגקייטן אויף צו עררייכן די העכסטע
זייט 59
טעקסט
מדרגה פון אינטעלעקטועלער, טעכנישער, געזעלשאפטליכער, עקאנאמישער, קולטורעלער און פאליטישער אנטוויקלונג. ]...[ די דיפערענצן אין די דערגרייכונגען פון די פארשידענע פעלקער זענען לגמרי צוליב געאגראפישע, היסטארישע, פאליטישע, עקאנאמישע, געזעלשאפטליכע און קולטורעלע גורמים."
גלייך האבן גאר אנגעזעענע ביאלאגן און גענעטיקער זיך אפגערופן מיט זארג אז א פאליטישע קערפערשאפט זאל זיך אזוי אריינמישן צו אנטשיידן אן אפענע און אומגעלייזטע וויסנשאפטליכע שאלה. בעת וואס אינעם מאראלישן און לעגאלן געביט קען מען אוודאי אוועקשטעלן אז אלע מענטשליכע גרופעס זאלן באהאנדלט ווערן מיט גלייכע רעכטן, זאגט דאס נאך אבער גארנישט איבער דער פאקטיש-עמפירישער פראגע איבער די גורמים פון די אבזערווירטע דיפערענצן צווישן גרופעס. אט די פאקטישע שאלה קעwן נאר געענטפערט ווערן דורך סייענטיפישער פארש-ארבעט, נישט דורך מאראלישע דעקלאראציעס.
ווייטער, האבן זיי גע'טענה'ט, ליגט א סכנה אין צוזאמענשטעלן די מאראלישע און פאקטישע שאלות. די פארבינדונג צווישן די צוויי גיבט אנצוהערן אז די סיבה פארוואס אלע מענטשן זענען מאראליש גלייך איז וויבאלד זיי זענען ביאלאגיש גלייך. אבער שטעלט אייך פאר אויב איין טאג אין דער צוקונפט וועט סייענס קלאר אוועקשטעלן אז די פארשידענע ראסעס זענען באמת נישט אינגאנצן אייניג ביאלאגיש, דאן וועלן מענטשן אוועקווארפן מאראלישע גלייכבארעכטיגקייט אויך, מיינענדיג אז אן ביאלאגישער אייניגקייט איז נישטא קיין באזיס ָ פאר מאראלישער אייניגקייט. ליבערשט, האבן די וויסנשאפטלער פארגעשלאגן, זאל אונעסקא זיך האלטן צו אירע פריערדיגע דעקלאראציעס, וואו זי האט אוועקגעשטעלט אז הגם אז ביאלאגישע גלייכהייט איז נאך טאקע אן אפענע סייענטיפישע
שאלה, איז דאס נישט רעלעוואנט צום התחייבות פון מאראלישער און לעגאלער גלייכבארעכטיגונג. למעשה, אבער, איז די ווארענונג נישט דערהערט געווארן, און אונטער'ן טונקעלן שאטן פונעם נידערטרעכטיגן נאצישן קרום-באניץ פון "ראסע סייענס", איז געווארן אזוי אנגענומען אין די געזעלשאפטן פון דער געבילדעטער, אקאדעמישער און פאליטישער וועלט אז אלע ראסעס זענען פאקטיש גלייך, הגם די פראגע איז קיינמאל נישט אנטשידן געווארן סייענטיפיש.
אין די נאך-מלחמה יארן האט די אמעריקאנער רעגירונג געשפענדעט ביליאנען דאלארן צו "פארמאכן דעם שפאלט" צווישן די אקאדעמישע, געזעלשאפטליכע און עקאנאמישע דערגרייכונגען פון ווייסע און שווארצע - אן קיין גרויסע ערפאלגן. ווייטגרייכנדע ציווילע רעכטן געזעצן און "אפירמאטיוו עקשאן" פאליסיס זענען איינגעפירט געווארן, אבער די גרויסע דיפערענצן אין געמאסטענער אינטעליגענץ )IQ(, אקאדעמישן ערפאלג, עקאנאמישע רעזולטאטן, און אין קרימינאליטעט זענען מער-ווייניגער געבליבן. ענווייראנמענטאליסטן טענה'ן אז דאס ווייזט אז ראסיזם איז נאך רייף אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט און אז די פאליסיס זענען נישט געגאנגען גענוג ווייט; עסענציאליסטן טענה'ן אז דאס באשטעטיגט אז די דיפערענצן צווישן גרופעס זענען טאקע מער ווי בלויז קולטור און סביבה, נאר טאקע אין טייל ביאלאגיש און גענעטיש.
אין אייראפע ווייטער, האט די אמונה אז אלע גרופעס מענטשן זענען במהותם גלייך צוגעברענגט אז מען זאל ארייננעמען גאר הויכע מַאסן-אימיגראציע פון קולטורן וואס זענען גאנץ אנדערש, אונטער דער הנחה אז ווי נאר זיי וועלן האבן א בעסער לעבן אין אנטוויקלטע לענדער וועלן זיי ווערן אסימילירט צום אייראפעאישן לעבנסשטייגער. דער אנגייענדיגער עקספערימענט האט באוויזן געמישטע תוצאות. טייל גרופעס אימיגראנטן האבן
זייט 60
טעקסט
זיך טאקע שיין צוגעפאסט צום אייראפעישן לעבן און גיבן טאקע פיל צו צו זייער נייער געזעלשאפט, אנדערע אבער זענען ממשיך צו שטעלן ערנסטע פראבלעמען פון עקסטרעמיזם, קרימינאליטעט און אומּפרָאּפָארציָאנעלער אפהענגיגקייט אין דער ברייטהארציגער אייראפעאישער בענעפיט-סיסטעם.
* מיר קערן זיך יעצט אום צו דזשעימס וואטסאן און זיינע קאנטראווערסיאלע הערות וואס האבן אים פארענדיגט אזא גלענצנדע קאריערע.
אין 2007 האט זיך וואטסאן אויסגעדריקט אז ער איז "טיף פעסימיסטיש איבער אפריקע'ס אויסזיכטן", וויבאלד "אלע אונזערע סאציאלע פאליסיס זענען באזירט אויפ'ן פאקט אז זייער אינטעליגענץ איז די זעלבע ווי אונזערע, אין דער צייט וואס אלע טעסטן זאגן אנדערש". וואטסאן
האט קלאר געמאכט אז ער פארווייכט ראסן-דיסקרימינאציע, אבער ער האט אויסגעדריקט זארג אז אין נאמען פון "גלייכע רעזולטאטן" ַאווַאנסירט מען אקאדעמיקער מיט שוואכערע טאלאנטן צו העכערע פאזיציעס ווי זיי וואלטן געווען פעאיג באזירט אויף זייערע כשרונות אליין.
אין די לעצטע פאר-צענדליג יאר איז אט די פאזיציע געווארן אזוי טאבו און אזוי געזעלשאפטליך אפגעפרעגט אז מען הערט שוין נישט אז אנגעזעענע אקאדעמיקער זאלן זיך אזוי אויסדריקן
בפרהסיא )צווישן פיר אויגן קען מען נאך יא הערן(. הגם, ווי
באטאנט, איז די שאלה נאכנישט אנטשידן געווארן סייענטיפיש, איז זיך ארויסדריקן לטובת דעם גענעטישן צד פונעם ארגומענט א פארזיכערטער וועג צו דער'הרג'ענען די אייגענע קאריערע און אנגעהעריגקייט אין דער אנגעזעענער, געלערנטער געזעלשאפט, ווי וואטסאנ'ס ביישפיל צייגט.
זייט 61
טעקסט
* איך, און מן הסתם פיל "כוואליעס" ליינער, זענען גוט און אינטים באקאנט מיט דער סאציאלאגישער ערשיינונג פון טאבו און דעם געזעלשאפטליכן פרייז וואס מען באצאלט ווען מען וואגט זיך אויסצודריקן עפעס אין קאנטראסט צו אן אנגענומענער דאגמע. איך האב דאס געשפירט אויף דער אייגענער הויט ווען איך האב אין ישיבה עקספערימענטירט מיט פריי-דענקעריי און מטיל-ספק געווען אין פארשידענע אנגענומענע אמונות אין מיין געזעלשאפט, וואס דאס האט צוגעברענגט אז מען זאל צו מיר צוטשעפען כלערליי צונעמען, פון "אויפגעקלערטער" ביז "אפיקורס". איך האב פארלוירן נאנטע חברים און טייל האבן גאר פרובירט מיך אריינצולייגן אין א סארט געזעלשאפטליכן חרם, אפרעדנדיג נאנטע פון האבן מגע-ומשא מיט מיר. ווען איך האב שפעטער פארלאזט די חרדי'שע קהילה, האב איך מיך ממש געשפירט ווי איך בין ארויס מעבדות לחירות, ווי א באפרייטער מענטש. אין דער ברייטער, פרייער וועלט קען איך פריי טראכטן און זיך פריי ארויסדריקן; דא זאגט מען מיר נישט וואס איך מוז טראכטן, גלייבן און זאגן; איך קען צוקומען צו מיינע אייגענע מסקנות דורך מיינע אייגענע פרייע פארשונגען און חקירות. און דאס איז טאקע מער-ווייניגער אזוי געווען, ביז איך האב מיך אנגעטראפן אין אט דער פראגע פון ראסע-דיפערענצן.
איך האב מיך אנגעהויבן פאראינטערעסירן אין דער שאלה ארום דער צייט פונעם הויכפונקט פון דער "בלעק לייווס מעטער" באוועגונג און דעם טויט פון דזשארדזש פלויד. איך בין דאן געווען אין אוניווערסיטעט, און עס איז דאן פארגעקומען אזא מין דאגמאטיש-בלינד התעוררות וואס האט מיטגעכאפט די מערהייט פון די סטודענטן אין א פאניק און היסטעריע אז אונזער געזעלשאפט איז כלומר'שט דורכגעגעסן מיט סיסטעמישן ראסיזם
אין אלע שטאפלען פון געזעלשאפט, וואס דאס אונטערדריקט די שווארצע און שטעלט זיי אויס צו דיסקרימינאציע און אפילו טויט. אלס באווייז האט מען מיטגעטיילט סטאטיסטיקס וועלכע ווייזן אז שווארצע-אמעריקאנער ווערן מער ארעסטירט ווי ווייסע, גראדואירן ווייניגער, און מאכן ווייניגער געלט. נו, וועלכע נאך ראיות דארפט איר אז זיי זענען אונטערדריקט און דיסקרימינירט?
ווי א גוטער סקעפטיקער האב איך גלייך באמערקט אז עס איז פארשטייט זיך פארהאן אן אלטערנאטיווער הסבר אויף די אלע ערשיינונגען וואס האט קנאפ וואס צו טון מיט ראסיזם. מיט א נאאיוו תמימות האב איך מיטגעטיילט מיינע הרהורים מיט מיינע חברים, אבער איך האב מיך לגמרי נישט געראכטן אויף דער מאכט פון זייער רעאקציע. מען האט מיך גערופן מיט צונעמען, איך האב פארלוירן חברים, און טייל האבן פרובירט מיך אריינצולייגן אין א געזעלשאפטליכן נידוי. מען האט מיר קלארגעמאכט אז אין דעם געביט הערשט נישט קיין פריי-דענקעריי; אויף אט דער שאלה איז נישט גילטיג דער זעלבער סקעפטיציזם וואס איז אנגענומען אין דער אקאדעמישער געזעלשאפט ווען עס קומט צו אנדערע שאלות, אריינגערעכנט רעליגיע.
פאר א תקופה בין איך אריין אין א קריזיס און א דיסאילוזיע. איך האב באקומען פלעשבעקס פון מיינע צייטן אין ישיבה; איך האב געשפירט ווי מען נעמט מיר ווידער צו מיין פרייהייט פון מחשבה און אויסדרוק פאר וועלכער איך האב געקעמפט מיט אזויפיל מי און מסירת-נפש. מיט דער צייט, אבער, און נאך פיל ארבעט אין טעראפי, האב איך זיך געלערנט צו לעבן דערמיט. איך האב געלערנט אז עס איז נישטא קיין געזעלשאפט וואס האט נישט אירע דאגמעס און טאבוען. אמת, א שטיק תמימות און פשטות האב איך פארלוירן אויף אייביג; מיין בליק איז געווארן אביסל מער ציניש; אבער מיין פארשטאנד איבער געזעלשאפטליכע רעאליטעטן
זייט 62
טעקסט
און מענטשליכער פסיכאלאגיע האט זיך פארטיפט. היינט לעב איך מיט א צווייטער כפירה, אבער פונקט ווי מיין ערשטער, ווייס איך אז נישט אלץ וואס מען טראכט דארף מען זאגן און נישט צו סיי וועמען. * אין די לעצטע יארן איז געמאכט געווארן גרויסן פארשריט אין דער שטודיע פון גענעטיק. מען האלט שוין ביי דעם אז מען אנטדעקט גרופעס גענעס וואס האבן א שייכות מיט פסיכאלאגישע און געזעלשאפטליכע אייגנשאפטן, ווי אינטעליגענץ, קרימינאליטעט אא"וו. אבער די דאגמע אנטקעגן אנערקענען גענעטישע גורמים פאר גרופע-דיפערענצן ווערט נאר שטערקער. אונטער'ן פחד אז מען וועט עפעס אנטדעקן, האבן געוויסע אנגעזעענע וויסנשאפטליכע זשורנאלן אין די רעלעוואנטע תחומים פראקלאמירט אז זיי וועלן נישט פובליקירן וויסנשאפטליכע שטודיעס וואס זאלן אנרירן די פראגעס לטובת דעם עסענציאליסטישן צד. גרויסע דאטא-באזעס וואס ווערן געניצט דורך פארשער פאר כלערליי שטודיעס, פארבאטן בפירוש צו ניצן זייער דאטא אויף אזעלכע סארט שטודיעס.
אבער, מיט די גרויסע פארשריטן אין גענעטיק און
אינעם אנאליז פון מאס-דאטא, איז אומפארמיידליך אז אין די קומענדיגע יארן וועט מען זיך אנשטויסן אין געפינסן וועלכע וועלן אנרירן די פראגע. אלס געזעלשאפט דארף מען זיך גרייטן אז די שאלה וועט אנטשידן ווערן אויף אן אויפן וואס וועט אויפרודערן אונזערע יעצטיגע אנגענומענע אמונות. אויב האלט מען אין איין טענה'ן אז מען דארף באהאנדלען אלע גלייך וויבאלד מיר זענען אלע פאקטיש אייניג, ליגט א גרויסע סכנה אז ווי נאר עס וועט קלאר ווערן אז די צווייטע פראפאזיציע איז פאלש, וועט מען אפלאזן דאס ערשטע מאראלישע התחייבות אויך. מען דארף צוגרייטן דעם באדן קלאר צו מאכן - ווי די ערשטע דעקלאראציעס פון אונעסקא פראקלאמירן - אז די מאראלישע גלייכבארעכטיגקייט פון אלע פעלקער איז אפגעזען צי זיי זענען פאקטיש, ביאלאגיש און גענעטיש, טאקע אייניג. אלע מענטשן האבן דאס יכולת פון פארשטאנד און צו שפירן צער און פרייד, און דערפאר קומט זיך אז מען זאל זיי באהאנדלען הומאניטאריש. צי זענען אלע גרופעס מענטשן אייניג אין זייערע אינטעלעקטועלע און גייסטיגע פעאיגקייטן? דאס קען נאר ווייטערדיגע וויסנשאפטליכע פארש-ארבעט אנטשיידן.
זייט 63
טעקסט
חכמות חיצוניות
5#
אין אידישער היסטאריע
דורך: מיימון
צפון-מערב אייראפע
ביים אנהייב פון דער מאדערנער עפאכע האבן ליבעראלע האלאנדישע רעפובליק האט געוואונען זעלבסטשטענדיגקייט פון שפאניע אין יאר אנגעהויבן ערשיינען אין צפון-מערב אייראפע שמ"א, ביי דער 80-יעריגער קריג )שכח-תח(, און די וויכטיגע האנדלס-שטעט ווי אמסטערדאם, האט דערקלערט פרייהייט פון רעליגיע פאר די אנטווערפן, האמבורג און לאנדאן, וועלכע זענען פארשידענע קריסטליכע שטרעמונגען וואס האבן גאר שנעל אויסגעשטיגן אלס וועלטליכע צענטערן, דאן געווירבלט אין אייראפע. דאס האט אנגעצונדן מיט א קאסמא-פאליטישער קולטור, וועלכע האבן א האפענונג ביי די אנוסים, וועלכע האבן הונדערט געצויגן צו זיך מענטשן פון אלע עקן אייראפע.
אן אייגנארטיגע קהילה פון יוצאי ספרד און פארטוגאל האט זיך דארט געשאפן, ווען פיל רייכע אנוסים האבן אויסגעניצט דעם פאקט אז די ליבעראל-געשטימטע שטעט האבן געגעבן געוויסע רעכטן פאר אידן, און האבן עמיגרירט צו די נייע ביזנעס צענטערן פון וואו זיי האבן געקענט פארברייטערן זייערע פארצווייגטע געשעפטן.
דער רייכער אריסטאקראטישער לעבנסשטייגער פון די דאזיגע אידן, אינאיינעם מיט די יארן פון לעבן אונטער א קריסטליכער אידענטיטעט, האט געהאלפן פארמירן א גאר רייכע און קאלירפולע קולטור אין די דאזיגע שטעט וואס מיר געפינען נישט ערגעץ אנדערש.
דער גרעסטער און בארימטסטער צענטער בארימטע פארטוגעזישע שול אין אמסטערדאם איז געווען די גרויסע שטאט אמסטערדאם. די
1( ש. פ. רבינוביץ, מוצאי גולה. קייזרלינג, הספרדים, בתוך: האסיף תרנ"ד. נחום סוקולוב, ברוך שפינוזה וזמנו. יוסף קפלן במאמריו וספריו. Portuguese and Dutch ,Hebrew ,Wikipedia in English ,Encyclopedia.com .Jewish virtual library .Jewish encyclopedia.
זייט 64
טעקסט
יאר נאכ'ן גירוש זיך נאכאלץ געקלאמערט אין באהעלטעניש צו זייער פאלק, און גאר שנעל האט זיך אנגעהויבן א שטראם פון אידישע אימיגראנטן וואס האבן זיך דארט באזעצט און עווענטועל באקומען רשות צו פראקטיצירן זייער גלויבן אומגעשטערט.
די ספרד'ישע קהילה אין אמסטערדאם איז אויסגעשטיגן אלס איינס פון די שענסטע קהילות איבער דער אידישער וועלט, ווען די טויזנטער אידן וואס האבן דארט געלעבט האבן אויפגעשטעלט בתי כנסת, ישיבות, דרוקערייען, און צדקה ארגאניזאציעס וועלכע האבן באאיינפלוסט די גאנצע אידישע אייראפע. שפעטער האט זיך דארט אויך געעפנט א הערליכע אשכנז'ישע קהילה. די ספרד'ישע "תלמוד תורה" און ישיבה "עץ חיים" זענען געווען פון די ערשטע איינצופירן א סיסטעמאטישן סדר הלימוד פון כיתות און א קוריקולום פאר די קינדער, וואס איז געווען א שם דבר אין דער אידישער וועלט. דאס האט אריינגענומען, חוץ פון תלמוד און הלכה, אויך מקרא, דקדוק און שירה, און פאר די מצויינים אויך אביסל פילאזאפיע2. אזוי אויך האבן זיי פארמאגט
א רייכע קהל'ישע ביבליאטעק וועלכע עקזיסטירט נאך ביז היינט3.
שטאמענדיג פון די אנוסים, וועלכע זענען געווען פון דעם העכערן עלעמענט פון יהודי ספרד און פארטוגאל, זענען צווישן די בני הקהילה געווען גאר אסאך געלערנטע לייט, דאקטוירים און משוררים, סוחרים און דיפלאמאטן, וועלכע האבן זיך פעסט אריינגעדרייט אין דעם קאפיטאליסטישן מארק וואס האט זיך געשאפן אין האלאנד, און פארמאגט אומגעהויערע רייכקייט און איינפלוס איבער אייראפע. צווישן זיי זענען באקאנט די אריסטאקראטישע משפחות בילמונטי, טיקסיירה, דע-קוסטא, פינטו, סואסא4, פעריירה און פיל אנדערע, וואס האבן פארמאגט אומגעהויערע רייכטום און איינפלוס איבער אייראפע.
די אידן האבן פיל אנטיילגענומען אין דער דארטיגער "בערזע" )Exchange Stock(, פארמאגנדיג סטאקס אין דער ערשטער פובליק פירמע, די "Dutch East Indian Company". זיי האבן פארמאגט א מאנאפאל אין דער דיאמאנט אינדוסטריע פאר הונדערטער יארן, און האבן צווישן אנדערע געהאט קאנטראקטן מיט דעם מיליטער, געהאנדלט מיט קנעכט פון אפריקע, און
2( ר' שבתי באס, בעל שפתי חכמים, דריקט אויס זיין התפעלות פון דער סיסטעם פון כיתות, מיט א באזונדערן לימוד פאר יעדן חדר אין א
סדר. ער דריקט אויך אויס זיין קנאה איבער זייער באהאוונקייט אין דקדוק ושירה. אויך ר' שעפטיל בן השל"ה דערמאנט די חדרים און זייער
מייסטערהאפטיגן סדר, אין קעגנזאץ צו די נאכגעלאזטע מלמדים אין די אשכנז'ישע לענדער )אסף, מקורות לתולדות החינוך(.
3( אין דער ביבליאטעק האבן זיך געפונען אביסל פילאזאפישע ספרים, אבער ווייט נישט ווי אין די פריוואטע ביבליאטעקן פון די בני הקהילה,
וועלכע האבן גענומען אן אקטיווע ראלע אין דער ליטעראטור פון דער צייט און האבן פארמאגט אלע מיני ספרים און ביכער זייענדיג גוט
שטודירטע מענטשן וועלכע האבן אנטיילגענומען אין דער פריער מאדערניזם וואס האט זיך דאן אנטוויקלט )קפלן, ספריותיהם של ג' רבנים(.
פון יאר תל"ב פלעגט ארויסקומען א "גאזעט" אין שפאניש, מיט נייעס איבער שיפן-האנדל - די ערשטע אידישע צייטונג אין היסטאריע.
עטליכע יאר איז עס אויך ערשינען אין אידיש.
4( דער באנקיר יצחק )אנטוניא( לופעז סואסא, פרנס פון דער קהילה אין האג, איז געווען דער רייכסטער איד אין האלאנד. ער איז באערט
געווארן אלס "באראן" דורכ'ן שפאנישן קעניג פאר זיין ארבעט צו ברענגען א האלאנדישע פלאטע ארויסצוהעלפן אין דער מלחמה קעגן די
פראנצויזן.
זיין זון אברהם )פראנציסקא( האט פארבארגט 2 מיליאן גולדן פאר'ן פרינץ פון אראנדזש, וויליאם, ווען ער האט איינגענומען די ענגלישע קרוין,
אינאיינעם מיט דיפלאמאטישער הילף דורכ'ן איבעררעדן דעם שוועדישן קעניג צו שיקן אן ארמיי. ווען דער קעניג האט אים געפרעגט וואס
ער וועט נעמען אלס משכון האט ער געענטפערט: "אויב וועסטו מצליח זיין ווייס איך אז דו וועסט באצאלן, און אויב נישט, בין איך מסכים
דאס צו דערלייגן".
די משפחה האט ווייטער געצויגן פיל דורות פון באראנען און גבירים אין האג.
זייט 65
טעקסט
אפילו מיט ּפיראטעריי!5 טייל האבן אפילו געהאט ביזנעס אין די נייע קאלאניעס פון אמעריקע6, וואו
5( אין יענער צייט, ווען די ימ'ען האבן געווירבלט מיט שיפן וועלכע זענען געפארן האנדלען און אויסטרעפן נייע לענדער, האבן זיך אויך געדרייט פיל "ּפיראטן", וועלכע האבן געמאכט א גוט לעבן פון באפאלן די אנגעלאדנטע שיפן פון די פארשידענע קעניגן. געוויסע לענדער האבן דאס אפילו אנערקענט אלס לעגיטים און זיי געגעבן רשות צו אטאקירן שיפן פון פיינטליכע לענדער.
שמואל פלאג'י איז געווען א סוחר פון א רייכער משפחה פון מגורשי ספרד אין מאראקא, וועלכער איז געשיקט געווארן דורכ'ן סולטאן אלס זיין אגענט קיין האלאנד צו פירן דיפלאמאטישע געשפרעכן און העלפן גרינדן אן אליאנץ צווישן די צוויי לענדער. אויך האט ער אנגעפירט א קליינע פלאטע פון ים-רויבער שיפן וועלכע האבן פארכאפט פארטוגעזישע און שפאנישע שיפן אין נאמען פון סולטאן, זעענדיג דערמיט א נקמה אין די קריסטליכע לענדער וועלכע האבן פארטריבן די אידן. עס ווערט פארציילט אז ער האט פארמאגט א קליינע שול אויף זיין הויפט-שיף, וואו ער האט געדינט אלס רב.
די פלאג'י משפחה האט פארמאגט פיל רבנים. זיין פעטער איז געווען ר' יהודה עוזיאל, רב אין פאס, מאראקא, טאטע פון ר' יצחק עוזיאל, דער רב אין אמסטרדם. שפעטער האבן זיינע קינדער און אייניקלעך געדינט אלס דיפלאמאטישע אגענטן פונעם סולטאן אין מאראקא צו פיל לענדער איבער אייראפע. )די אידישע אינטערנאציאנאלע קשרים פון מסחר האבן געברענגט פארשידענע לענדער זיך צו באניצן מיט זיי פאר דיפלאמאטישע שליחות'ן; אנדערע אידישע אגענטן פאר מאראקא זענען געווען משפחת טולידאנו און נאך.( סינאן ראיס איז געווען א איד פון די מגורשי ספרד וועלכער האט געדינט אין דער פלאטע פונעם בארימטן טערקישן ים-רויבער "בארבאראסא", און האט אנגעווארפן א שרעק איבער די ימ'ען. אין שצ"ח האט ער געהאלפן די טערקן געווינען א קריטישע שלאכט אנטקעגן די קריסטן. יעקב קוריאל )דע-קוסטא( איז געווען פון א משפחה פון אנוסים וואס זענען געווען קעניגליכע דאקטוירים, ארכיבישאפן און אינקוויזיטארן. ער האט געדינט אלס קאפיטאן אין דער שפאנישער ים-ארמיי, און ווען ער איז ארויסגעווארפן געווארן צוליב זיין אידישן אפשטאם האט ער אנגעפירט א פלאטע פון 3 ים-רויבער שיפן. שפעטער האט ער זיך צוריקגעקערט צו אידישקייט און איז ארויף קיין ארץ ישראל וואו ער איז געווארן א תלמיד פון אריז"ל און ליגט באערדיגט נעבן אים אין צפת. זיין זון אברהם איז געווען פון די גרעסטע דאקטוירים אין זיין צייט. אנדערע פון דער משפחה האבן זיך צוריקגעקערט צו אידישקייט אין אמסטערדאם, וואו זיי זענען געווען פון די גרעסטע סוחרים אין דער תקופה און האבן געדינט אלס דיפלאמאטן פאר'ן קעניג פון פארטוגאל וועלכער האט זיי באלוינט מיט'ן "אדל-לייט" טיטל.
משה כהן הענריקעז )שנה-( פון אמסטערדאם האט אנגעפירט א אידישע גרופע אין דער האלאנדישער ארמיי ביים אייננעמען בראזיל, און געהאלפן אויפשטעלן א אידישע קהילה דארט. ווען די שפאניער האבן זיי שפעטער באזיגט און פארטריבן איז ער געווארן א פיראט און פארמאגט זיין אייגענעם אינזל פון וואו ער האט אויסגעפירט אטאקעס קעגן די שפאנישע שיפן, זיין רויב ווערט געשאצט אויף איבער א ביליאן היינטיגער דאלאר. שפעטער האט ער אויפגעשטעלט די אידישע קהילה אין דזשאמעיקא. דער פיראט און פארשער אברהם בלאוועלט האט בלויז פארכאפט שפאנישע שיפן אלס נקמה, און פארקויפט די סחורה אין ניו-אמסטערדאם )היינט ניו-יארק(. די שטעט בלופיעלדס, אין ניקאראגוא און דזשאמעיקא, הייסן נאך אים.
שמעון קאסעריס איז געווען א סוחר מיט אינטערנאציאנאלע קשרים. ער האט אנגעקניפט פארבינדונגען מיט קעניגליכע הויפן און האט דיסקוטירט מיליטערישע סטראטעגיע אינעם אטלאנטיק מיט אליווער קראמוועל פון ענגלאנד. זיין טאטע, יוסף קאסעריס, א געוועזענער אנוס, האט פארפאסט א קאמעדיע און איבערגעזעצט א באקאנטע פראנצויזישע פאעמע איבער די 7 טעג פון דער בריאה. אויך האט ער איבערגעזעצט פון איטאליעניש אן ענציקלאפעדיע איבער חכמות העולם און מוסר. )דאס בוך, געשריבן אריגינעל אויף שפאניש, איז פארפאסט געווארן נאך פאר'ן גירוש דורך אן אנוס, אלפונסו דע לא טארע, פאר'ן קרוינפרינץ פון נאווארע, און ציטירט אסאך פון רמב"ם און קבלה. עס איז געווען גאר פאפולער ביי אידן און קריסטן ביינעזאם(. א שפעטערדיגער מיטגלידער פון דער משפחה, אברהם קאסעריס, איז געווען דער מוזיקאלישער קאמפאזירער פאר דער קהילה אין אמסטערדאם.
6( א גרופע אידן האבן געגרינדעט א קאלאניע אין סורינאם, דרום אמעריקע, וואו זיי האבן באקומען פולע בירגערשאפט און פולשטענדיגע אויטאנאמיע פון די בריטישע אויטאריטעטן פאר דער "יודן-סאוואנא" וואס זיי האבן אויפגעשטעלט. זיי האבן פארמאגט אן אייגענע באוואפנטע מיליציע וואס האט באשיצט זייערע רייכע צוקער ּפלאנטאציעס און פיל קנעכט )וועמען זיי האבן גע'מל'עט כדין!( פון אנדערע אטאקירנדע ארמייען. דוד כהן-נשיא )שעב-תמה(, פון די גרינדער פון דער קאלאניע, איז געשטאנען אין פארבינדונג מיט פיל געלערנטע און האט קאלאבארירט מיט דעם קארטאגראף יאן בלאו ביים איבערזעצן בלאו'ס באקאנטן וועלט-אטלאס צו שפאניש. זיין אייניקל, דוד כהן-נשיא, איז געווען א גרויסער דאקטער אין פילאדעלפיע נאך דער אמעריקאנער רעוואלוציע.
יעקב לומברוזו )-תכה( איז געווען א דאקטער און דער ערשטער אידישער איינוואוינער אין מערילאנד. ער איז באשולדיגט געווארן אין דעם בריטישן קאלאניאלן געריכט פאר'ן פארשעמען קריסטנטום, אבער איז געווארן פרייגעלאזט ביי אן אמנעסטיע לכבוד א נייעם הערשער. שמואל נונעז )תכח-תקד( איז געווען פון די ערשטע אידן אין די היינטיגע פאראייניגטע שטאטן. אין פארטוגאל האט ער געדינט אלס דאקטער פונעם קעניג און פונעם הויפט אינקוויזיטאר, ביז די אינקוויזיציע האט אים אליין געכאפט און ער איז אנטלאפן קיין סאוואנא, דזשארדזשיע, וואו ער האט אויפגעשטעלט "קהל מקוה ישראל". אלס א דאקטער האט ער זיך אפגעגעבן מיט די באטראפענע פון א מגפה אין דזשארדזשיע. זיין אייניקל איז געווען דער באקאנטער שתדלן מרדכי עמנואל נח, וועלכער האט געוואלט מאכן א אידיש לאנד אין אמעריקע. פיל פון די אידן יוצאי ספרד האבן ארויסגעהאלפן די אמעריקאנער רעוואלוציע מיט'ן פינאנצירן און דינען אין דער ארמיי.
זייט 66
טעקסט
די ערשטע קהילות זענען טאקע געווען פון די רייכע פארגעזעצט דאס גלאררייכע לעבן פון די אידן יוצאי ספרד.
אין שפאניע פאר'ן גירוש. זיי האבן פארגעזעצט צו רעדן פארטוגעזיש און שרייבן שפאניש, און אקטיוו
ליטעראטור און שירה
אנטיילגענומען אין דער קולטור און ליטעראטור פון די העכערע קלאסן אין אייראפע בכלל און פונעם כאטש די מגורשי ספרד האבן געטראגן א טיפן איבערישן האלב-אינזל בפרט7.
ווייטאג קעגן דער קאטוילישער קירכע און דער אפילו אזא בארימטער גאון ווי ר' יעקב שפאנישער מאנארכיע וואס האט זיי אזוי ביטער ששפורטש )שע-תנח(, דער רב פון דער קהילה, גע'רודפ'ט און געפייניגט דורכאויס הונדערטער יארן האט געשריבן קינצליכע "שירי זהב כפולים" אדער מיט די גירושים און אינקוויזיציע, און האבן זיך געזען סָאנעטן8, אבער אסאך מער פארשפרייט זענען אלס אנטלאפענע פונעם לאנד פון עבודה זרה און געווען די שפאנישע ווערק וואס זענען געשריבן "מצרים", דאך האבן זיי זיך במשך א לאנגער תקופה באטראכט אלס אמת'ע שפאנישע אריסטאקראטן און פארשפרייט געווארן דורך די בני הקהילה. פאר און נאבל-לייט, וועלכע האבן אין א געוויסן זין א קורצער צייט האבן זיך דארט אפילו געגרינדעט
ר' יעקב ששפורטש
7( .93-95.p ,Hebrews of the Portuguese nation ,Miriam Bodian 8( דאס איז א מאדערנער סטיל פון פאעזיע וואס איז פארשפרייט געווארן אין איטאליע אין דער רענעסאנס תקופה. זע דבורה ברגמן, שירי זהב כפולים לר' יעקב ששפורטש.
די משפחה ששפורטש האט געשטאמט פון אלדזשיריע, וואס איז אין יענע יארן געווען אונטער שפאנישער הערשאפט, און א גרויס טייל פון די בני המשפחה זענען געווען מקורבים למלכות, צווישן זיי עטליכע אפיציעלע איבערזעצער וועלכע האבן איבערגעטייטשט פאר'ן קעניג אויסלענדישע קארעספאנדענץ.
אן אנדער משפחה וואס האט זיך פארמאסטן אויף דעם פאסטן איז געווען די משפחת המשוררים קאנסינו, וועלכע האט געדינט אלס איבערזעצער און אמבאסאדארן פאר'ן קעניג פאר פיל דורות. ר' יעקב קאנסינו )-תכו( האט איבערצייגט זיין ווערד אלס איבערזעצער דורכ'ן איבערטייטשן ר' משה אלמושנינו'ס בוך איבער קאנסטאנטינאפאל אויף שפאניש.
די קהילה אין אלדזשיריע האט געהאט נאנטע קאנטאקטן מיט די קהילות פון די געוועזענע אנוסים, און ביי די דארטיגע רבנים זעען מיר אויך א פאזיטיוון בליק אויף וועלטליכע חכמות. ר' סעדיה שוראקי )שסג-תסד( האט גוט געקענט די חכמות הטבע ופילוסופיה און פארפאסט א ספר "מונה מספר" אויף מאטעמאטיק און שירים. אין זיין פירוש אויף תהלים איז ער מברר אז מען מעג לערנען חכמות חיצוניות, און פארענטפערט די אלע מקורות וואס רעדן דערקעגן.
אויך דער חכם ר' שאול שמואל סירירו )שכו-תטו( פון פאס, מאראקא ברענגט אסאך די ספרי החכמות און שרייבט אז עס איז א מצוה חוקר צו זיין בענייני פילוסופיה. )זע מיכל אוחנה, פולמוס החוכמות החיצוניות והחקירה השכלית בפזורה הספרדית בצפון אפריקה בדורות
זייט 67
טעקסט
פארשידענע "אקאדעמיעס" )א סארט ליטערארישער
און אינטעלעקטועלער קלוב ווי דער דעמאלטיגער שטייגער אין שפאניע און אנדערע העכערע קרייזן אין אייראפע( געווידמעט
פאר שירה און פאעזיע.
די "אקאדעמיע פאר די דארשטיגע" )Academia be los sitibundos( איז געגרינדעט געווארן דורך דעם שטאטסמאן און קעניגליכן דיפלאמאט באראן
יצחק נונעז בילמונטי9 )Manuel de Belmonte;
-תסה( און האט געזאלט האבן ריכטער וואס זאלן יוסף פינסו דע לא וועגא באטראכטן די ווערק פון די באטייליגטע. יצחק רוקאמורה )שס-תמד( איז געווען איינער פון די שופטים אין דער אקאדעמיע, א געוועזענער גלח און דער פערזענליכער וידוי-פאטער פון דער שפאנישער קעניגין. ער האט זיך שפעטער אליין גע'מל'עט און זיך אומגעקערט צום אידישן פאלק, און געדינט אלס דאקטער אינעם אידישן שפיטאל אין אמסטערדאם10.
צווישן די באטייליגטע איז אויך געווען יוסף דע די בערזע אין אמסטערדאם לא וועגא )תי-תנב(, א גרויסער סוחר און פילאנטראפ
פרדס שושנים
שלאחר הגירוש, זע אויך אין א פריערדיג קאפיטל(. ר' וידאל הצרפתי השני פון פאס )ש-שפ( ברענגט גאר אסאך אריסטו און די חכמי הטבע
אין זיין ספר צוף דבש. זיין אייניקל דוד צרפתי די פינה איז געווען א דאקטער און פילאזאף אין אמסטערדאם, און א וואונדערליכער דרשן און
משורר "ווי סיסערא אין זיין צייט" )האסיף(.
9( פון די רייכסטע אידן אין האלאנד און פרנס הקהילה. ער האט באקומען דעם "באראן" טיטל פון שפאנישן קעניג צוליב זיינע פיל לייסטונגען
פאר דער מלוכה. דער דייטשער קייזער האט אים באקרוינט אלס "פאלאץ-גראף", אבער האט צוריקגעצויגן נאכ'ן הערן אז ער איז א איד. אין
זיין הערליך הויז אין אמסטערדאם האט ער אויפגענומען פיל קעניגליכע און אדעליגע געסט. ער האט פארמאגט ביזנעס אינטערעסן אין די
אמעריקאנער קאלאניעס, וואו ער האט אנטיילגענומען אין דעם קנעכט האנדל פון אפריקע.
דער באראן האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, און זיין נעפיו פראנציסקו האט גע'ירשנ'ט דעם טיטל. יצחק'ס טאטע, יעקב ישראל בילמונטי,
איז געווען איינער פון די ערשטע מייסדים פון דער קהילה, און האט פארפאסט א פאעטישע סאטירע אין שפאניש איבער דער אינקוויזיציע
מיט'ן נאמען "איוב", די יצירה האט הונדערט אקטאוון. זיין זון משה איז געווען א פאעט און מעלער.
פון אן אנדער צווייג אין דער משפחה איז געווען פראנציסקו דער "מארקיז" פאן-שאנענבערג )יעקב בילמונטי(, וועלכער האט געשטאמט פון
אן אדעליגער משפחה פון אנוסים אין פארטוגאל. ער האט געדינט אלס האלאנד'ס דיפלאמאט ביי די פארהאנדלונגען מיט דייטשלאנד, שפאניע
און ענגלאנד זיך אנצושליסן אין אן אליאנץ קעגן פראנקרייך אין יאר תס"ג.
10( נאך א שופט איז געווען דער משורר יצחק גאמעז די סוזא, וועלכער האט פארפאסט שירים אויפ'ן סטיל פונעם רוימישן פאעט ווירגיל. זיין
טאטע איז געווען דער פערזענליכער דאקטער פונעם פרינץ פון שפאניע וואס האט דאן געהערשט איבער האלאנד.
אויך האבן געהערט צו דער אקאדעמיע די וויכטיגע לייט משה קוריאל - דער פארטוגעזישער שליח קיין האלאנד; יוסף ישורון לובו - שפאנישער
קאנסול; יוסף ישראל אלווארעז - היסטאריקער; משה מאטשאדו - צושטעלער פאר דעם מיליטער, אויף וועמען דער קעניג וויליאם פון
ענגלאנד און האלאנד האט געזאגט אז "ער האט געראטעוועט דאס לאנד".
אן אנדערער באטייליגטער איז געווען אברהם גאמעז סילוויירא )תיא-תק(, א געוועזענער אנוס. נאכ'ן ווערן אן אלמן האט ער געלעבט זיינע
איבריגע יארן אליין, פארנעמענדיג זיין צייט מיט שרייבן סאטירישע ווערק איבער רעליגיע און אויך א בוך פון 8 בענדער מיט טענות קעגן
קריסטנטום. ער אדרעסירט דארט די נייסטע טענות קעגן רעליגיע, ווי סימאנ'ס ביבל-קריטיק, די דעאיסטן, פרי-מעיסאנס און סקעפטיקער,
מאנטעסקיו'ס חוזק פון דער קירכע, און נאך.
זייט 68
טעקסט
וועלכער האט געשריבן דאס ערשטע בוך איבער דראמעס און פאעטישע ווערק וועלכע זענען געווען דער בערזע וואס האט זיך דאן געגרינדעט אין גאר בארימט איבער אייראפע. עווענטועל האט ער אמסטערדאם. ער האט געשריבן פארשידענע זיך צוריקגעקערט צו אידישקייט און פארגעזעצט
דראמעס אין לשה"ק )צווישן זיי פרדס שושנים און אסירי
זיין ליטערארישע קאריערע אין אמסטערדאם, התקוה(, און האט געהאלפן גרינדן די "אקאדעמיע פון שרייבנדיג פיל רייכע ווערק וועלכע גיבן אונז א שטארקן איינבליק אין דעם קהילה לעבן11.
די דערוועלטע" אין יאר תמ"ה.
דער משורר רעואל ישורון )Paul de Pina; מער באקאנט איז דער גרויסער פאעט און היסטאריקער דניאל לוי די באריוס )Miguel de שמ-שצד(, אן אנוס און געוועזענער מאנאך, האט Barius; שפה-תסא(, וועלכער איז אויפגעוואקסן אלס פארפאסט א שפיל "דער דיאלאג פון די בערג" אנוס אין שפאניע. זיין לעבן האט אים געטראגן אויף וועלכע איז פארגעשטעלט געווארן אין בית פיל רייזעס ארום דער וועלט דינענדיג אלס קאפיטאן הכנסת "בית יעקב" אין שבועות שפ"ח. דארט אין דער שפאנישער ארמיי. ער האט געשריבן פיל איז אויפגעשפילט געווארן דער מדרש איבער דעם
דניאל לוי די באריוס
11( אין דעם קרייז פון משוררים האט אויך אנגעהערט דניאל יהודה )ניקאלאס פולאנא(, וועלכער איז געווען א גלענצנדער מיליטערמאן און קאסמאגראף פאר'ן שפאנישן קעניג, שרייבנדיג וויכטיגע וועלט מאפעס. נאכ'ן ווערן אויסגעפארשט דורך דער אינקוויזיציע צוליב זיינע אינטערעסן אין אסטראלאגיע און כישוף, האט ער זיך צוריקגעקערט צו אידישקייט און זיך געצויגן קיין בריסל. ער האט דערנאך געדינט אין דער האלאנדישער ארמיי אין די שלאכטן קעגן שפאניע. אין אמסטערדאם האט ער זיך באטייליגט אין דעם ליטערארישן קרייז און געשריבן פיל שירים אינאיינעם מיט זיין ווייב די הערליכע איזאבעלא )רבקה( קוריאה. זי האט זיך באטייליגט אין דער אויבנדערמאנטער אקאדעמיע, און איר איבערזעצונג פון דער שפיל "געטרייער פאסטוך" איז עטליכע מאל איבעגעדרוקט געווארן. אן אנדער פרוי אין זייער קרייז איז געווען איזאבעלא הענריקעז, וואס פון איר איז פארבליבן א שיר לכבוד דעם רב ר' יצחק אבוהב.
יוסף צמח אריאס האט געדינט אין מיליטער אלס קאפיטאן אונטער דניאל, און האט זיך אויך צוריקגעקערט צו אידישקייט אין בריסל וואו ער האט געשריבן שירים און איבערגעזעצט יוסיפונ'ס בוך קעגן אפיון.
משה פינטו דעלגאדו איז אויפגעוואקסן אלס אנוס ביי א משפחה פון קעניגליכע באאמטע און האט אויסגעוואנדערט קיין אמסטערדאם נאכ'ן ווערן פאר'מסר'ט דורך אנדערע אנוסים. ער האט געדינט אלס איינער פון די זיבן פרנסים פון דער תלמוד תורה און האט געשריבן פיל ליטערארישע ווערק, צווישן זיי אטאקעס אויף דער אינקוויזיציע.
לעאנארא דוארטע )שע-תלח( מיט איר משפחה זענען אנטלאפן פון דער אינקוויזיציע קיין אנטווערפן, וואו זייער שטוב איז געווארן א צענטער פאר די גרעסטע מוזיקאלישע מוחות פון איבער אייראפע. זי האט פארפאסט זיבן פידל סימפאניעס און געשפילט עטליכע אינסטרומענטן. איר שוועסטער פראנציסקא איז געווארן באטיטלט "דער אנטווערפענער זינגפויגל" צוליב איר שיינער שטימע.
זייט 69
טעקסט
פארברענט געווארן אין שפאניע אויפ'ן אויטא-דא-פע15. אויך ביי די פארשידענע פייערונגען אין שול דורכ'ן יאר האבן שירה, מוזיק און חזנות פארנומען א גאר וויכטיג ארט.
רבנים
אויך די רבני הקהילה זענען געווען געלערנטע מענטשן וואס האבן געקענט חכמות און שפראכן, און זייערע דרשות האבן געקענט אויסנעמען אויך ר' יצחק אבוהב די אנגעבליך בילד פון ר' שאול ביי דעם מאדערנעם עלעמענט. די "נוה שלום" פונסיקה הלוי מורטירא קהילה פאר יוצאי פארטוגאל איז געגרינדעט געווארן אין יאר שס"ו דורך דעם חכם ר' יצחק וויכוח פון די בערג בעפאר מתן תורה. די שפילער עוזיאל )-שפב( פון מאראקא, וועלכער איז געווען זענען געווען די משוררים אברהם די פונסיקה12 א גרויסער פייטן, משורר און מאטעמאטיקער און )הר סיני(, יצחק כהן לובאטו )ציון(, יוסף דה פארו )הר געשפילט אויפ'ן הארפ. ער האט פארפאסט א ספר ההר(, משה גדעון-אבודיינטי13 )נבו(, דוד דה פונסיקה אויף דקדוק און איבערגעזעצט די "משלי אריסטו" )גריזים(, דוד דה חארו14 )הכרמל(, דוד דה בלמונטי אויף לשון הקודש.
)הזיתים(, און יהושע אלוא )דער ריכטער יהושפט(.
אין יאר שצ"ח האבן אלע קהילות זיך פאראייניגט די קהילה האט דערנאך פארבאטן צו מאכן און געגרינדעט א בית דין אין וועלכן עס האט געדינט פארשטעלונגען אין שול, אבער אינדרויסן זענען די אלס רב דער חכם ר' שאול הלוי מורטירא )שנו-תכ(, שפילן געבליבן שטארק פארשפרייט, מיט אייגענע וועלכער האט געגרינדעט די ישיבה "עץ חיים" און אידישע טעמעס אדער געבארגט פון די קריסטן.
איז געווען א געלערנטער מענטש און האט צווישן פיל משוררים האבן פארפאסט פאעטישע ווערק אנדערע געשריבן ביכער אין פארטוגעזיש קעגן די קריסטן16. אן אנדערער פון דעם בי"ד איז געווען צו באוויינען זייערע ברידער, די אנוסים וואס זענען
12( ער האט פארפאסט אן ארטאגראפיע אויף דעם קאסטילישן דיאלעקט פון שפאניש. אברהם רודריגו פונסקה פון ליסבאן איז געווען א פראפעסאר אין אוניווערזיטעט אין פיזא און פאדובה, און שפעטער אין פלאנדערס. ער האט פארפאסט א מעדיציניש בוך איבער א מגיפה אין שפ"ג.
13( Abudiente. שע-תמח. איידעם פון רעואל ישורון. זיינע שירים אויפ'ן סטיל פון "אקטאווע" זענען געדרוקט אין אבני שוהם. אויך האט ער געשריבן א ספר אויף דקדוק אין פארטוגעזיש. ער איז געווען א ראש ישיבה און פרנס אין האמבורג און פאר א שטיק צייט אן אנהענגער פון שבתאי צבי )צבי מלאכי, משה גדעון אבודינטי ויצירתו הספרותית(.
14( ער איז געווען דער ערשטער איד צו גראדואירן פון דער מעדיצינישער אקאדעמיע אין ליידן, האלאנד )Hidden ,Edward Reichman Treasures in Jewish Medical History at the British Library(.
15( אין יאר תט"ו האט די אינקוויזיציע פארברענט אברהם בערנאל אויפ'ן שייטער-הויפן. די קהילה אין אמסטערדאם האט דאן ארויסגעגעבן א חיבור מיט פאעמעס אלס אנדענק, וועלכער אנטהאלט א מאמר אין שפאניש פונעם רב הקהילה, הרב יצחק אבוהב, אינאיינעם מיט ווערק פון פיל חשוב'ע משוררים ווי דער באראן בילמונטי, דער דאקטער יוסף בואנו, און נאך צענדליגער חשוב'ע בני הקהילה.
איינער פון זיי, יעקב מאנועל די-פינא, האט ארויסגערופן דעם צארן פון דעם "מעמד" )אזא סארט קהילה קאמיטעט( ווען ער האט פארפאסט א קאמעדיע "די נארישקייטן און ווערטלעך פון די מוזעס" )מוזעס זענען די נקבה-געטער פון די קונסט, ווי שירה און מוזיק, אין דער גריכישער מיטאלאגיע(, און דאס ביכל איז גע'אסר'ט געווארן צו דרוקן.
16( ר' שאול איז געקומען פון איטאליע, וואו ער האט געלערנט ביי ר' יהודה אריה די מודינה. ער איז געקומען קיין אמסטערדאם באגלייטנדיג
זייט 70
טעקסט
דער חכם און פוסק ר' יצחק אבוהב די פונסיקה17, וועלכער האט פאר א צייט אויך געוואוינט אין בראזיל זייענדיג דער ערשטער רב אין דער "נייער וועלט". ער איז געווען א משורר און הארפ-שפילער, ער האט געשריבן ספרים אין פארטוגעזיש, און האט איבערגעזעצט אויף לשה"ק די פילאזאפישע קבלה ספרים פון ר' אברהם הירירא.
דער באקאנטסטער פון די חכמי הבי"ד איז דער גרויסער חכם ר' מנשה בן ישראל )שסד-תטז(, וועלכער איז געבוירן צו א משפחה פון אנוסים וואס האט אויסגעוואנדערט קיין אמסטערדאם. ער האט גערעדט צען שפראכן און געשריבן ספרים אין פינף פון זיי, אויף אלע סארטן מקצועות, תורה'דיגע און פילאזאפישע, אין וועלכע ער ברענגט פון צענדליגער חכמי אוה"ע און זייערע ספרים18 מיט א געוואלדיג בקיאות אויפצואווייזן די אמת'דיגקייט און ערליכקייט פון די אידן און זייער תורה. ער האט זיך באפריינדעט מיט פיל געלערנטע מענטשן
פון זיין דור )אריינגערעכנט דעם וועלט-בארימטן מעלער רעמבראנדט, וועלכער האט געוואוינט אין אמסטערדאם, און די שוועדישע קעניגין קריסטינא(, און האט גע'שתדל'ט ביי
מלכים און שרים פאר זיין פאלק. צווישן זיי האט
ר' מנשה בן ישראל
ער גע'שתדל'ט ביי אליווער קראמוועל אריינצולאזן אידן אין ענגלאנד.
ר' משה רפאל ד'אגילאר )-תמ( איז אויפגענומען געווארן פארצולערנען גמרא און דקדוק אין דער ישיבה "כתר תורה", און האט צוגעלייגט צום קוריקולום לאגיק און רעטאריק19, וואס אינאיינעם מיט דקדוק פארמירן זיי די דריי קלענערע פון די שבע חכמות. ער האט אויך געשריבן פיל חיבורים אין שפאניש און פארטוגעזיש אויף די דערמאנטע חכמות, און פארשידענע פאלעמיקס קעגן די קריסטן און דעאיסטן20.
לקבורה דעם גרויסן דאקטער אליהו מונטאלטו )זע אין קאפיטל איבער איטאליע מער איבער אים(, און איז דארט פארבליבן. זיינע דרשות
אין ספר "גבעת שאול" זענען פול מיט ענייני מחשבה וחקירה, און ער האט פארפאסט א ספר אין שפאניש קעגן נצרות.
זיין באקאנטסטער תלמיד איז געווען דער חכם ברוך שפינוזה, און געוויסע זאגן אז טייל פון זיינע געדאנקען האט ער געהערט פון זיין רבי'ן
ר' שאול. אנדערע תלמידים זענען געווען ר' משה זכות )זע קאפיטל איבער איטאליע( און ר' יצחק נהר, א דאקטער מיט א דעגרי פון ליידן
אוניווערזיטעט און קינצליכער משורר, און שפעטער רב אין ליוורנו. ר' יעקב ששפורטש שרייבט זיך מיט אים ביי דער פרשה פון שבתאי צבי
וועם ר' יצחק האט געשטיצט.
אויך דער גאון ר' אברהם הכהן פימינטיל, מחבר פונעם לומד'ישן "מנחת כהן" אויף זמן בין השמשות, איז געווען א תלמיד פון ר' שאול. ער האט
געשריבן דרשות און פסקים אויף פארטוגעזיש און געגעבן זיין הסכמה אויף יוסף ויגה'ס שפיל. אויך ער האט אין אנפאנג געשטיצט שבתאי צבי.
17( ער האט פארגעלערנט גמרא און דקדוק אין דער "תלמוד תורה". אין בראזיל האט ער געדינט אלס הויפט-רב, און ער האט געשטיצט
שבתאי צבי. אין זיין אוצר הספרים געפינען מיר פיל ספרי דקדוק און היסטאריע, פאלעמיקס איבער קריסטנטום, רוימישע שירים, שפילן און
מוזיקאלישע אינסטרומענטן.
18( אריינגערעכנט די קריסטליכע גרינדער און שפעטערדיגע קריסטליכע טעאלאגן, אפילו פון זיין צייט. צווישן די ספרים וואס ער ברענגט
געפינען זיך די קלאסישע גריכישע און רוימישע ספרים.
19( די תלמידים האבן זיך געדארפט טרענירן דורכ'ן זאגן דרשות אין בית המדרש. Classical Oratory and the Sephardim of ,Berger .S
Amsterdam
20( זע יוסף קפלן, מקומו של הרב משה רפאל ד'אגילר, הקונגרס העולמי למדעי היהדות 6,ב. אין זיין ריזיגן אוצר הספרים האבן זיך געפונען
ספרים פון די קלאסישע רוימישע און גריכישע פילאזאפן, און אפילו פון דעם קריסטליכן טעאלאג אוגוסטינוס, און ער ציטירט זיי אין זיינע
זייט 71
טעקסט
ר' שלמה די אוליוירה )Oliveyra( איז געווען רב ער ארויסגעגעבן פיל מעדיצינישע ווערק אונטער אין די יארן תנח-תסח. ער האט פארפאסט ספרים זיין לאטיינישן נאמען "זאקוטוס לוזיטאנוס", אין אויף דקדוק פון לשון הקודש און ארמ'יש, שרשי וועלכע ער באריכט אויספירליך די סימפטאמען פון לשה"ק און שירים, און האט אויך פארטייטשט דעם פיל מחלות און די היסטאריע פון מעדיצין.
"קאנון" פון דעם פילאזאף אבן סינא.
גאר בארימט איז דער דאקטער יצחק אורוביו די קאסטרו21 )שעז-תמח(, וועלכער האט אלס אנוס
רופאים וחכמים שונים
געדינט אלס פראפעסאר אין סאלאמאנקע און הויף-דאקטער אין פאלאץ. נאכ'ן פארטריבן ווערן דורך צווישן די אידן אין אמסטערדאם זענען געווען דער אינקוויזיציע האט ער געדינט אלס פראפעסאר פיל דאקטוירים און אנדערע געלערנטע לייט.
אין פראנקרייך, און עווענטועל זיך באזעצט אין אברהם זכותא )שלה-תב( איז געווען אן אייניקל אמסטערדאם וואו ער איז געווען א דאקטער און פונעם באקאנטן ר' אברהם זכותא מחבר פון פון די ראשי הקהילה. ער האט געשריבן וויכוחים "יוחסין". אלס אנוס האט ער שטודירט אין שפאניע קעגן די פארשידענע קריסטליכע סעקטעס און און געווען א דאקטער אין פארטוגאל. נאכ'ן זיך איז באקאנט מיט זיין פילאזאפישן אפענטפער צו צוריקקערן צו אידישקייט אין אמסטערדאם האט די כפירה'דיגע שיטות פון שפינאזא וואס ער האט געשריבן בחייו.
די משפחה בואנו )Bueno( האט ארויסגעגעבן פיל דאקטוירים, אנגעהויבן פון דעם ראש המשפחה, יוסף בואנו, וועלכער איז גערופן געווארן צו היילן דעם פרינץ פון אראנזש22. זיין זון, אפרים בואנו )שנט-תיז(, איז געווען א בארימטער דאקטער און איז געווען באפריינדעט מיט דעם מעלער רעמבראנדט וועלכער רופט אים "דער צווייטער אבן-זוהר"23. ער האט ארויסגעגעבן א שפאנישע איבערזעצונג יצחק ארוביו די קאסטרו ר' אברהם זכותא אויף תהלים אינאיינעם מיט דעם רופא ומשורר
ספרים. א קאטאלאג פון זיין ביבליאטעק וואס האט אויפגענומען 48 בלעטער איז היינט פארלוירן.
21( זיין זון משה אורוביו און איידעם משה די פינה האבן אינאיינעם גראדואירט פון ליידן אוניווערזיטעט; זייערע דאקטאראט ווערק זענען נאך אוועקגעלייגט אין די ארכיוון.
אינעם אוניווערזיטעט אין ליידן אין האלאנד האבן שטודירט הונדערטער אידישע תלמידים, אין די ארכיוון זענען נאך פארהאן צענדליגער דאקטאראט ווערק וואס די אידישע גראדואנטן האבן פרעזענטירט פאר דער אקאדעמיע צו עררייכן זייער דאקטאר טיטל. צווישן זיי זענען יוסף אברבנאל, און שמואל, זון פון מנשה בן ישראל, וואס האט אבער נישט גראדואירט דארט )עס איז פארהאן א דיפלאמע פון אקספארד אוניווערזיטעט פאר אים, אבער די אויטענטישקייט דערפון איז אומזיכער(.
יוסף אברבנאל איז שפעטער געלייגט געווארן אין חרם צוליב א פארלעצונג פון די תקנות הקהילה. ווען ער האט אריינגעמישט די רעגירונג איז ער געווארן ארויסגעווארפן פון דער קהילה, וואס האט געברענגט אנדערע אליין ארויסצוגיין אין פראטעסט.
22( דער פרינץ פון אראנזש, אויך באקאנט אלס "וויליאם, דער שטילער", איז געווען דער פירער פון דעם רעוואלט קעגן דער שפאנישער רעגירונג אין די נידערלאנדן. דעם טיטל "פרינץ פון אראנזש" )א קליינער געגנט אין היינטיגן פראנקרייך( האט ער גע'ירשנ'ט דורך משפחה פארבינדונגען.
23( Ibn Zohr איז געווען א בארימטער אראבישער דאקטער אין שפאניע )ד’תתנד-תתקכב(.
זייט 72
טעקסט
בית המקדש אין קליין, עפעס וואס האט אים בארימט געמאכט צווישן די וויסנשאפטליכע קרייזן און קעניגליכע הויפן אין אייראפע וואו ביבלישע שטודיעס זענען געווען פארשפרייט. ער האט אויך געשריבן שירה און פאלעמיק קעגן די נוצרים, און ארויסגעהאלפן דעם קריסטליכן געלערנטן בוריל צו איבערטייטשן די משנה אויף לאטייניש, צושטעלנדיג די שניצונגען פאר די בילדער און די ערקלערונג פון דער משנה.
אפרים בואנו ר' יהודה ליאון טעמפלא יעקב צדיק )ז'וסטו( האט געשריבן די ערשטע געדרוקטע מאפע פון ארץ ישראל אין יאר שפ.
יונה אברבנאל24, און געהאלפן גרינדן די ישיבה
וויכוחים און כופרים
"תורה אור" אינאיינעם מיט דעם בארימטן מאגנאט די לאנגע יארן פון לעבן אונטער קאטוילישן אברהם פעריירה.
איינפלוס האט גאר שטארק משפיע געווען אויף די נאך אסאך אידן האבן זיך באשעפטיגט אלס אנוסים, וועמענ'ס צוטריט צו אינפארמאציע איבער דאקטוירים און עס איז אוממעגליך אויסצורעכענען אידישקייט איז געווען גאר געצוימט, אוו אפילו די דא אלע, צווישן זיי געפינען זיך טייל פון די בארימטע וואס האבן מצליח געווען צוריקצוקומען האבן זיך דרוקער פון די אמסטערדאמער דרוקערייען25.
שווער געקענט אפרייסן פון אלטע באגריפן און דער חכם ר' יהודה ליאון טעמפלו )שסג-תלה( האט גלויבונגען. טייל האבן אריינגעברענגט קריסטליכע באגריפן אין אידישקייט26, צב"ש דער געדאנק געשריבן ספרים איבער דער צורת בית המקדש, און אויפגעשטעלט א נאכגעמאכטן מאדעל פונעם אז גלייבן אין תורת משה פירט צו "ישועת הנפש"
24( דער שוואגער פון מנשה בן ישראל.
25( אויף דעם דרוקער יוסף אטיאס ווערט פארציילט, אז יוסט וואן-דער-וואנדל, דער גרעסטער האלאנדישער שרייבער, האט זיך דורכגערעדט מיט אים פאר'ן דרוקן זיין שפיל.
אטיאס, וועלכער איז געבוירן אן אנוס און זיין טאטע איז פארברענט געווארן אויפ'ן שייטערהויפן, האט ארויסגעגעבן דעם בארימטן הערליכן אמסטערדאם תנ"ך, מיט דער הילף פון קריסטליכע געלערנטע, וועלכער האט צום ערשטן מאל אנטהאלטן די קאפיטלעך און פסוקים. ער האט אויף דעם באקומען א מעדאל פון דעם "שטַאט-גענעראל". אין תמ"ז האט ער געמאלדן אז ער האט געדרוקט א מיליאן ענגלישע בייבלס אין ענגלאנד.
26( דאס דערקענט זיך אויך פון דער שטארקער שטיצע צו דעם משיח שקר שבתאי צבי צווישן די קהילות פון די מגורשי ספרד אין מערב אייראפע, וואס איז מעגליך באאיינפלוסט געווארן פון די קריסטליכע משיח'יסטישע געדאנקען. אויך אין זיין היימשטאט איזמיר זענען אנגעקומען פיל אנוסים אין יענער צייט )Christian messianism and the Portuguese Marranos ,Jacob Barnal(. די תלמידים פון שבתאי צבי, ווי קארדוזו און אנדערע, האבן פארשפרייט אן אויסטייטשונג אין קבלה וואס האט ענליכקייטן צום שילוש פון נצרות. נחמיה חיון האט זאגאר באקומען א הסכמה אויף זיינע צווייפלהאפטיגע ספרים פון די ספרד'ישע רבנים אין אמסטערדאם, וועלכע האבן זיך אנטזאגט צוריקצוציען דערפון אפילו נאך א העפטיגער מערכה פונעם חכם צבי, דער אשכנז'ישער רב אין אמסטערדאם.
דאס שטארקע קאכעניש איבער א נאנטער גאולה איז אויך געווען מערקבאר ביי פארשידענע קריסטליכע שפלינטער-גרופעס וואס האבן זיך באזעצט אין אמסטערדאם. מנשה בן ישראל האט ווי באקאנט געזוכט די עשרת השבטים צווישן די אינדיאנער אין אמעריקע. אין אפילו אין פוילן האבן אסאך געזען די חבלי משיח אין כמעלניצקי'ס אויפשטאנד און די גזירות ת"ח ות"ט.
גאר טראגיש איז די געשיכטע פון אינעז עסטאבאן, אן 11-יעריגע יתומה פון די אנוסים, וועלכע האט אנגעהויבן צו באקומען "נבואות"
זייט 73
טעקסט
)Salvation( איז געווען גאר פארשפרייט, און רבנים האבן געמוזט ארבעטן שווער אויסצולערנען ערוואקסענע אידן די יסודות פון אידישקייט. פיל ספרים און סידורים זענען געדרוקט געווארן אין פארטוגעזיש אויסצולערנען די אנוסים דאס דאווענען און הלכות.
טייל פון די וואס זענען "צוריקגעקומען" זענען געווען אזוי ווייט אפגעריסן פון אידן אז זייער איינציגער באגריף איבער אידישקייט איז געקומען בלויז פון דעם תנ"ך און זייערע אייגענע אויסטייטשונגען. אזעלכע זענען געווארן גאר אנטוישט ביים זיך ענדליך באגעגענען מיט א אמת'דיגער פונקציאנירנדער אידישער קהילה וואס האט בכלל נישט געענדלט צו דער פרימיטיווער אידישקייט וואס זיי האבן לאנגע יארן פראקטיצירט, און תורה שבעל פה האט זיי אויסגעזען מאדנע. אנדערע זענען סתם אזוי געווארן סקעפטיש צו יעדער אמונה27, נאכ'ן אזוי לאנג לעבן אונטער א טאפלטער אידענטיטעט און צוזען די גרויזאמקייט פון דער קירכע28. אזעלכע יוצאים מן הכלל האבן זיך
נישט געוואלט צושטעלן צום קהילה לעבן און האבן אנגעמאכט קאנטראווערסיעס אין דער געמיינדע. עס איז באקאנט די טראגישע געשיכטע פון דעם אנוס אוריאל די אקוסטא )שמה-ת(, וועלכער האט נאכ'ן זיך צוריקקערן צו אידישקייט אנגעהויבן פרעגן קשיות דערויף און אפגעשריבן שארפע מאמרים קעגן תורה שבעל פה. דאס האט געפירט אז מען זאל אים עטליכע מאל לייגן אין חרם ביז ער האט געצוואונגענערהייט תשובה געטון און צוריקגעצויגן פון זיינע ווערטער ברבים, און שפעטער זיך גענומען דאס לעבן29.
די פרשה האט משפיע שטארק געווען אויף דעם יונגן עילוי ברוך שפינאזא )שצב-תלז(, וועלכער האט אלס מצויין באקומען א אוריאל די אקוסטא
איבער א נאנטער גאולה און ביאת המשיח, וואס האט געהויבן די האפענונג ביי די אונטערדרוקטע אידן. זי איז פארברענט געווארן אויפ'ן
שייטער-הויפן אין יאר ר"ס.
27( לויט געוויסע האבן די דאזיגע בני אנוסים געהאט א שטארקע האנט אין דער ראדיקאלער השכלה וואס האט זיך דאן אנטוויקלט צווישן
די געלערנטע לייט איבער אייראפע, וואס האט עווענטועל געפירט צו מאדערניזם און דער תקופת ההשכלה און שפעטער רעוואלוציע. פיל
אידן זענען געווען צווישן די ערשטע מבקרי המקרא, דעאיסטן, אטעאיסטן, סייענטיסטן און ראדיקאלע רעוואלוציאנערן ),Jonathan Israel
Revolutionary Jews from Spinoza to Marx, ירמיהו יובל, שפינוזה וכופרים אחרים(.
28( פיל קריסטליכע געלערנטע אין אמסטערדאם האבן געזוכט צו האבן וויכוחים מיט אידן איבער די פראגעס פון אמונה ביז די קהילה האט
דאס פארבאטן אין יאר תל"ז נישט וועלנדיג ברענגען קיין בייז אויג )יוסף קפלן, מנצרות ליהדות(.
יעקב בן עמרם, א געוועזענער אנוס, האט געשריבן אין אמסטערדאם א ביכל "טויערן פון אמת" אין לאטייניש, מיט שטארקע טענות קעגן
קריסטנטום. דאס האט געצויגן אויפמערקזאמקייט פון פיל קריסטליכע טעאלאגן וועלכע האבן געשריבן ענטפערס דערקעגן.
דעמאלט האבן פיל גרים געוואוינט אין אמסטערדאם, און איינער פון זיי, ר' אברהם הגר, האט געשריבן א ספר "צריח בית אל" קעגן די קריסטן.
זע אויך דעם ספר "כור מצרף האמונות ומראה האמת" פון ר' יצחק לופיס, פון די יוצאי ספרד אין סיריע, וואס איז א וויכוח קעגן קריסטנטום.
ביים סוף ספר איז אריין א דרוש וועגן דעם שילוש על פי קבלה. יצחק לופרסיו, פון די בני אנוסים אין טערקיי, האט געשריבן אויף שפאניש
מסביר צו זיין דעם חשבון פון ספר דניאל אנדערש ווי דאס נוצרי'שע גלויבן אז עס איז מרמז אויף ישו.
29( דער דאקטער שמואל די סילוה האט געשריבן א שארפע קריטיק אין פארטוגעזיש קעגן אקוסטא און זיינע טענות איבער השארת הנפש.
ר' יהודה אריה די מודינה האט אפגעשריבן עטליכע מאמרים צו פארענטפערן די טענות קעגן תורה שבעל פה און חז"ל אויסגעדריקט דורך
אקוסטא.
ארום דער זעלבער צייט, אין יאר שע"ח, האט אויסגעבראכן א מחלוקה אין דער קהילה "בית יעקב" צוליב וואס דער פרנס דוד פעראר הרופא
האט גערעדט קעגן אגדות חז"ל און קבלה. דער ב"ח אין קראקא שרייבט שארף אנטקעגן אים, אבער די חכמי ויניציא האבן זיך אנגענומען פאר
אים. נאך א לענגערער מחלוקה האבן די קעגנער זיך אפגעטיילט און געעפנט אן אייגענע קהילה "בית ישראל". זע אויך אין ספר "שפת אמת"
פון ר' משה חגיז וואו ער שלאגט זיך מיט די סקעפטישע געדאנקען פון געוויסע אין אמסטערדאם.
זייט 74
טעקסט
ברייטן חינוך אין אידישער פילאזאפיע און מחשבה. נאכ'ן זיך גרינטליך אריינלייגן אין די פילאזאפיעס פונעם רמב"ם און ר' חסדאי קרשקש און די ספרי הקבלה, האט ער אנגעהויבן בויען א נייע ראדיקאלע פילאזאפיע וואס זאגט אז די גאנצע בריאה איז א חלק פון גאט און גאט איז בעצם איינס מיט דער וועלט, און פרעגט שטארק אפ דעם יסוד פון רעליגיע.
זיינע פיל ספרים אין וועלכע ער לייקנט די היסטארישקייט פון דער תורה און בויט אויף זיין ראדיקאלע פילאזאפיע זענען שטרענג פארבאטן געווארן דורך דער רעגירונג, און ער איז געלייגט געווארן אין חרם דורך דער קהילה. אבער שפעטער זענען זיי געווארן וועלט בארימט און האבן געהאט אן אומגעהויערע השפעה אויף דער פילאזאפישער וועלט וועלכע זעט אין אים איינס פון די וויכטיגסטע מאדערנע פילאזאפן, און אינאיינעם מיט דעקארט און לייבניץ ווערן זיי באטראכט ווי די גרינדער פון ראציאנאליזם.
שפינאזא האט זיך אוועקגעצויגן פון דער אידישער קהילה און געלעבט א שטיל פילאזאפיש לעבן, אנדערש אבער איז געווען דער גורל פון זיין חבר דניאל די פראדו, וועלכער איז געבוירן אן אנוס און האט שטודירט מעדיצין און קונסט אין שפאניע, וואו ער האט אנטדעקט אידישקייט פון ליינען ביכער.
דניאל האט זיך פון געראטעוועט אינקוויזיציע דער א ווערן דורכ'ן בישאפ'ס דאקטער און אים באגלייט קיין רוים. פון דארט איז ער געגאנגען קיין אמסטערדאם וואו ער האט געלעבט עפנטליך ווי א איד, ברוך שפינאזא
אבער האט אנגעהויבן רעדן ברבים פון זיינע ספקות אין דער תורה, גאט און השארת הנפש. ער איז געלייגט געווארן אין חרם דורך דער קהילה נאכדעם וואס ער האט גערעדט כפירה מיט זיינע תלמידים, און זיינע לאנגיעריגע באמיאונגען אראפצונעמען דעם חרם זענען שטרענג אפגעווארפן געווארן. ער האט געענדיגט זיינע יארן אנטוישט און לעבנדיג אין הפקרות.
זיי זענען ביידע מעגליך באאיינפלוסט געווארן פון יצחק פערעיר, א פראנצויזישער ראדיקאלער דענקער און אפשטאמיגער פון אנוסים, וועלכער האט אויסגעדריקט צווייפל אין דער היסטארישקייט פון דער תורה, אנווייזנדיג אויף די כינעזער און זייער צען טויזנט יעריגער היסטאריע. זיינע טעאריעס איבער מענטשן פאר אדם הראשון זענען באניצט געווארן דורך ראסע שטיצער און האבן אויסגערופן א גרויסן שטורעם. ער האט אויך באאיינפלוסט די ערשטע ביבל-קריטיקירער ווי ריטשארד סימאן און דער אידיש-אפשטאמיגער פראנצויזישער דאקטער זשאן אסטרוק )תמד-תקכב(, וועלכער האט צום ערשט פארגעשלאגן די טעאריע פון עטליכע מחברים פון דער תורה.
אנוסים
די אידן אין אמסטערדאם האבן זיך געזען אלס טייל פון א גרעסערער "אומה" וואס האט אריינגענומען אלע אפשטאמיגע פון אנוסים איבער דער וועלט, אריינגערעכנט די וואס זענען נאך פארבליבן אויפ'ן איבערישן האלב-אינזל און געלעבט אונטער'ן שלייער פון "נייע קריסטן". זיי האבן פארמאגט פארצווייגטע קאנטאקטן מיט די דאזיגע אנוסים וועלכע זענען אין טייל געווען משפחה און פארבינדעטע מיט די בני הקהילה, און האבן טיף באוויינט ווען איינער איז געכאפט און פארברענט געווארן אויפ'ן שייטער-הויפן.
טייל פון די אנוסים זענען פאר לאנגע יארן פארבליבן אין שפאניע וואו זיי האבן זיך אריינגעדרייט
זייט 75
טעקסט
אין די העכסטע ראנגען פון געזעלשאפט, ווערנדיג און שרייבער, און אפילו בארימטע בישאפן און בארימטע דאקטוירים און הויף-לייט30, דענקער טעאלאגן אין דער קאטוילישער קירכע!31 זיי
30( דער פארטוגעזישער פרינץ אנטאניו איז באטראכט געווארן אלס קעניג פאר עטליכע וואכן נאכדעם וואס די קעניגליכע משפחה איז געבליבן אן קיין יורש, זייענדיג אן אומלעגיטים אייניקל פונעם קעניג דורך א פרוי מעגליך פון אידישן אפשטאם. צום סוף האט ער פארלוירן צום שפאנישן קעניג וועלכער האט פאראייניגט ביידע לענדער אונטער זיין הערשאפט.
צווישן די מאכטפולע אידישע פאליטיקאנטן קען ווערן פאררעכנט לואיס דע קארוואחאל )רצז-שנא(, דער שפאנישער גאווערנאר פון "ניו ליאון" וועלכער האט איינגענומען גרויסע טיילן פון דער היינטיגער אמעריקע. פאר פיל יארן האט ער זיך געשלאגן מיט דער אינקוויזיציע און געגעבן שוץ פאר אנוסים אין זיינע טעריטאריעס, ביז ער איז געפאלן פון זיין מאכט און געשטארבן אין תפיסה.
ח'ואן דע אניאטע )שי-שפו( איז געווען דער קעניגליכער וויצע אין דעם היינטיגן אמעריקאנער שטַאט "ניו מעקסיקא", און איז א קאנטראווערסיעלע פיגור צוליב זיינע שחיטות אויף אינדיאנער אין די היינטיגע פאראייניגטע שטאטן. זיין מאמע האט געשטאמט פון אידן. די אינזלען "פערנאנדא דע נאראנהא" אין בראזיל האבן געהערט פאר א אידישן פארשער מיט דעם זעלבן נאמען, וועלכער האט דאס אנטדעקט אין זיינע רייזעס מיט דעם פארשער אמעריגא וועספוטשי. דער נאמען "בראזיל" האט ער געגעבן נאך דעם האלץ וואס וואקסט אינעם געגנט. )איינס פון זיינע שיפן האט געהייסן "די אידענע" אין שפאניש, און אן אינזל ווערט גערופן נאך איר.( 31( ח'ואן דע לא קרוז )שב-שנא( ווערט באטראכט אלס א "הייליגער" אין דער קאטוילישער קירכע צוליב זיינע מיסטישע שריפטן און פאעזיע. ער האט געגרינדעט די "בָארוועסע כרמל'יטן" נזירים גרופע אינאיינעם מיט דער "הייליגער טערעזא" פון אווילא )רעה-שמב(. אויך ח'ואן דע אווילא איז געווען א גרויסער מיסטיקער אין יענער תקופה. די דריי, אלע אפשטאמיגע פון אנוסים, ווערן פאררעכנט אלס "לערער פון דער קירכע" - א הויכער טיטל וואס בלויז 37 מענטשן טראגן.
פריי לואי דע ליאון )רפז-שנא( איז געווען א בארימטער טעאלאג און משורר פון די בני אנוסים, וועמענ'ס השפעה האט אנגעהאלטן פאר הונדערטער יארן. זיין שטיצע איינצופירן שטודיעס אין לשה"ק און פשט המקרא האט געפירט צו זיין ארעסט, נאכ'ן ווערן פארדעכטיגט אלס א באהאלטענער איד. די לעגענדע פארציילט אז נאכ'ן ריינגעוואשן ווערן דורך דער אינקוויזיציע, האט ער זיך צוריקגעקערט צו זיין שטעלע אלס לערער אין אקאדעמיע און אנגעהויבן זיין דרשה: "איז ווי איך האב געזאגט נעכטן…" און ווייטער ממשיך געווען וואו ער האט געהאלטן מיט פיר יאר פריער אן קיין איבעררייס.
די משפחה פון שלמה הלוי מבורגוס, א רב וואס איז געווארן א בישאף, זענען געווארן גאר טרייע קריסטן און הויכע אדל-לייט. זיין אייניקל, טערעזא דע קארטאהענא, א נזירה, האט געשריבן א מיסטישן ווערק נאכ'ן טויב ווערן אין מאנאסטיר, און אן אנדער בוך קעגן די וואס האבן געצווייפלט אין דער מעגליכקייט פון פרויען צו שרייבן ביכער, א חידוש אין יענער צייט. עס זענען אפילו פארהאן שמועות אז דער גרויס-אינקוויזיטאר טארקוועמאדא, וועלכער איז פאראנטווארטליך אויפ'ן גירוש שפאניע, איז געווען פון אידישן אפשטאם!
דיעגא לאינעז )רעב-שכה( איז געווען א גרויסער קריסטליכער טעאלאג, פון די גרינדער און צווייטער פירער פון די יעזואיטן, און איינפלוסרייך אין קאטוילישער דאגמע.
בכלל זענען צווישן די ערשטע יעזואיטן געווען מערערע אידיש-אפשטאמיגע דענקער, ביז זיי האבן עווענטועל אנגענומען די "ריינע בלוט" געזעצן און אנגעהויבן רודפ'ן די אידן און אנוסים:
ח'אזע דע אקוסטא )ש-שס( איז געווען א יעזואיטישער מיסיאנער אין פערו, וואו ער האט דאקומענטירט אויף די אנדעס בערג די "הויכקייט קראנקייט" )גערופן אויף זיין נאמען(. זיינע באשרייבונגען איבער דער נאטור און די פעלקער פון אמעריקע אנטהאלטן עוואלוציאנערישע געדאנקען און האבן באאיינפלוסט דארווין.
פראנציסקא וויטאריא )רמג-שו( איז געווען א גרויסער יעזואיטישער טעאלאג און פילאזאף וועלכער האט אוועקגעשטעלט די "שיטת סאלאמאנקע" צו פארטיידיגן די קירכע קעגן דער רעפארמאציע און רענעסאנס, וואס זייערע געדאנקען איבער עקאנאמיע האבן באאיינפלוסט די אינדיווידואליסטישע )עסטרייכישע( שיטה פון עקאנאמיע און פרייער מארקעט. אויך ווערט ער גערופן דער טאטע פון אינטערנאציאנאלע געזעץ צוליב זיין ארבעט אין דעם פעלד.
פון די באטייליגער אין דער שיטה איז אויך געווען ח'ואן די מאריאנא )רצו-שפה(, א יעזואיט, וואס האט אין זיין היסטאריש ווערק קריטקירט דאס קעניגליכע רעכט אויף דעם פארמעגן פון זיינע בירגער און אויסגעדריקט שטיצע צו הרג'נען א טיראן. דאס האט געפירט צו זיין ארעסט דורך דער אינקוויזיציע, זייענדיג אין דער תקופה וואס דער פראנצויזישער קעניג איז אומגעברענגט געווארן דורך קאטוילישע פאנאטיקער. אוגוסטין דע קאזאלא )רע-שיט( איז געווען א הומאניסט און פערזענליכער גלח צום קעניג און קייזער טשארלס דער 5'טער. ער האט געגרינדעט א גרופע וועלכע איז באשולדיגט געווארן אין טון געמיינע זאכן אין באהעלטעניש. ער איז אומגעברענגט געווארן דורך דער אינקוויזיציע, און ווערט פאררעכנט אלס מארטירער ביי די ּפראטעסטאנטישע קריסטן.
אן אנדער גרופע פון אנוסים, אונטער דער פירערשאפט פון איזאבעלא דע-לא קרוז, האבן זיך גערופן "די באלויכטענע", און געלערנט אז מען קען דערגרייכן געטליכקייט אן דער קירכע. זיי זענען דערקלערט געווארן כופרים דורך דער אינקוויזיציע. אויך ח'ואן דע וואלדעז )רנ-שא( ווערט פאררעכנט אלס א פריער ּפראטעסטאנטישער טעאלאג, כאטש דער פויפסט האט אים באשיצט פון די נעגל פון דער אינקוויזיציע.
זייט 76
טעקסט
האבן כסדר געהאט אויסצושטיין רדיפות ווען נייע געזעצן האבן אנגעהויבן פארלאנגען "ריין שפאניש בלוט" פאר פארשידענע אמטן, נאכדעם וואס רוב אריסטאקראטישע משפחות האבן געהאט אין זיך אידיש בלוט. פון צייט צו צייט זענען זיי געצילט געווארן דורך דער אינקוויזיציע וועלכע האט זיי באשולדיגט - טיילמאל פאלשערהייט - אין זיין באהאלטענע אידן. געוויסע האבן נאך אזא ערפארונג זיך באמת צוריקגעקערט צו אידישקייט. צווישן די טראגישע פעלער זענען געווען אנטוניו הענריקעז גאמעז )שסא-תכא(, א גלענצנדער מיליטערמאן און פאליטיקאנט, און בארימטער שרייבער, פאעט, און שפיל-שרייבער וועמענ'ס שפילן זענען געווען גאר בארימט אין שפאניע. ער האט זיך צוריקגעקערט צו אידישקייט און די אינקוויזיציע האט פארברענט זיין בילד. זיין פריינט, מאנועל פערנאנדעז ווילא-ריאל )שסח-תיב(, איז געווען א קאפיטאן אין דער פארטוגעזישער ארמיי און א הויכראנגיגער פאליטיקאנט און דיפלאמאט וועלכער האט שווער געארבעט אויף פארטוגעזישער אומאפהענגיגקייט פון שפאניע,
און האט פרובירט אפצושוואכן דעם כח פון דער אינקוויזיציע און די רדיפות אויף אידן. צום סוף האט אים די אינקוויזיציע פארכאפט און גע'הרג'עט אויפ'ן באשולדיגונג פון זיין א איד.
די בארימטע שפיל "לא סעלעסטינא" ווערט פאררעכנט אלס איינס פון די בעסטע ווערק פון "דער גאלדענער תקופה" פון אלגעמיינער שפאנישער פאעזיע32, און איז פארפאסט געווארן דורך פערנאנדא רוחאס )-שא(, אן אפשטאמיגער פון אנוסים33. אפילו מיגועל דע סערוואנטעס )שז-שעו(, דער מחבר פון דעם וויכטיגסטן ווערק אין דער שפאנישער שפראך, דער וועלט בארימטער ראמאן "דון קיחוטא", איז גאנץ מעגליך געווען א אידיש אפשטאמיגער.
דער פאעט מיגועל די סילוויירה )שמ-תד( איז געווען א קעניגליכער דאקטער און פראפעסאר אויף סייענס און אסטראנאמיע, און האט פארפאסט צווישן אנדערע א באקאנטע שפיל איבער דער מכבי'שער רעוואלוציע. ער איז פארדעכטיגט געווארן דורך דער אינקוויזיציע אין זיין א איד אבער איז באפרייט געווארן. זיין קרוב34,
עס איז אויך אינטערעסאנט צו דערמאנען דעם מיסטיקער און אסטראלאג נוסטערדאמוס )רסג-שכב(, וועמענ'ס אומקלארע "נבואות" טוען
נאך ביז היינט פאראינטערעסירן אבערגלויביגע. ער איז געווען פון די בני אנוסים אין פראנקרייך וואו ער איז געווען א געלונגענער דאקטער.
אלפאנסא דע זאמורא )רלד-שד(, אן אנוס און געוועזענער תלמיד ישיבה, האט געדינט אלס פראפעסאר אויף עברית און אראמיש אין דעם
אוניווערזיטעט אין סאלאמאנקא, און האט אינאיינעם מיט אנדערע אנוסים ארויסגעגעבן דעם ערשטן ּפָאליגלַאט ביבל אין עטליכע שפראכן
און איבערגעזעצט אמווייניגסטנס 66 אידישע ספרים צו שפאניש. כאטש ער האט געשריבן קעגן אידישקייט גלייבן פיל אז ער איז געבליבן א
באהאלטענער איד ווי עס ווייזט זיך אויס אין זיינע שריפטן.
32( אפילו ח'ואן דע מינא )קעא-רטו(, דער בארימטסטער פאעט פון יענער תקופה, איז לויט געוויסע געווען אפשטאמיג פון אנוסים. ח'ואן דע
ענסינא )רכח-של(, פון די בני אנוסים, ווערט פאררעכנט אלס דער טאטע פון שפאנישער דראמע און מייסטער קאמפאזירער, דינענדיג אין די
גרעסטע קירכעס אין לאנד. ח'ואן אלפונסו דע ביענא )-קצג(, אן אנוס, האט געדינט אלס פאעט ביים קעניג און האט צוזאמגעשטעלט דאס
"זינגבוך פון ביענא" פון ווערק פון 55 פאעטן פון דער תקופה.
דער בארימטער מאלער דיעגא וואלאסקועז )שנט-תכ( פון סעווילא, וועלכער ווערט פאררעכנט אלס איינער פון די גרעסטע קינסטלער אין
מערב-וועלט היסטאריע, האט מעגליך געשטאמט פון אנוסים.
33( לויט ירמיהו יובל, שפינוזה וכופרים אחרים, טוט די שפיל איבער דער זונה סעלעסטינא און אירע נידריגע מעשים אפשפיגלען דאס
ווידערווילן צום טאפלט לעבן וואס די אנוסים האבן געפירט. רוחאס און זיינע ארומיגע זענען כסדר געווען אונטער פארדאכט פון דער
אינקוויזיציע. דער ערשטער חלק פון דער שפיל איז פארפאסט געווארן דורך רודריגו קוטה )קצד-רנח(, וועמענ'ס משפחה האט זיך שוין
גע'שמד'ט נאך פאר'ן גירוש. זיינע שירים זענען געווען גאר איינפלוסרייך אין דער שפאנישער קולטור.
34( אן אנדער קרוב, טאמאס )יצחק( דה פינעדו )שעד-תלט(, איז אויפגעוואקסן אין מאדריד און געלערנט אין א יעזואיטישער שולע. ער
איז אנטלאפן פון דער אינקוויזיציע קיין אמסטערדאם וואן ער האט זיך צוריקגעקערט צו אידישקייט און געשריבן אן איבערזעצונג פון דער
ענציקלאפעדיע פון סטעפאנוס פון ביזאנטיום.
זייט 77
טעקסט
דער היסטאריקער ראדריגעז מענדעז די סילווא לודוויקוס נוניוס )שיג-תד( איז געווען א רענעסאנס )שסו-תל(, האט זיך יא צוריקגעקערט צו אידישקייט הומאניסט אין אנטווערפן וואס האט געשריבן נאכ'ן געפייניגט ווערן דורך דער אינקוויזיציע.
ביכער איבער געאגראפיע און היסטאריע. זיין בוך "דאיעטעטיקאן", אין פיר בענדער, איז געווען די אנטאניא ח'אזע דע סילווא )תסו-תצט( איז ערשטע סיסטעמאטישע אפהאנדלוג איבער דיעטע געווארן באטראכט דורכאויס זיין קורץ לעבן פון א מעדיצינישן-היגיענישן שטאנדפונקט, און ער אלס דער בארימטסטער שפיל שרייבער אין ווערט באטראכט ווי דער גרינגער פון מעדיצינישער פארטוגעזיש. זיינע גאר-פאפולערע דראמעס דיעטעטיק. זיין טאטע, אלווארעז נונעס, איז געווען וועלכע האבן אנטהאלטן קריטיק אויף דער אן אנוס און לאנגיעריגער דאקטער און פראפעסאר באהערדע האבן געפירט צו זיין ארעסט און אין לוביין אוניווערזיטעט אין בעלגיע. ער האט פארברענונג דורך דער אינקוויזיציע אזוי שפעט ווי געהאלפן גרינדן די ערשטע דאקטוירים פאראיין אין אין יאר תצ"ט.
דער היינטיגער בעלגיע.
גראסיא די אורטא )רסא-שכח( האט געלעבט אלע לואיס מערקאדו )רפה-שעא( איז געווען דער זיינע יארן ווי אן אנוס. ער איז געפארן קיין אינדיע קעניגליכער דאקטער36 און פראפעסאר אויף צו פארשן די דארטיגע גראזן און עקספערימענטירן מעדיצין באאויפטראגט צו מאכן די סטאנדארטן מעדיצינען, און האט געשריבן וויכטיגע ווערק אין פאר אלע דאקטוירים אין לאנד. ער האט פארפאסט דעם פעלד. נאך זיין טויט האט די אינקוויזיציע א סעריע ביכער איבער קינדער מעדיצין און נאך. פארברענט זיין בילד. פעדרא נונעז35 )רסב-שלח( איז געווען דער וויכטיגסטער מאטעמאטיקער אין מישל דע מונטעין )רצג-שנב( איז געווען א גרויסער שטאטסמאן37 און דער בארימטסטער פילאזאף זיין צייט, ער האט ערפונדן וויכטיגע חידושים אין נעוויגאציע און ערצייגט מעסטן-געצייג.
אין פראנקרייך דורכאויס די רענעסאנס תקופה,
35( זשאו באפטיסטא לאוואנהא )שי-שפד(, אן אפשטאמיגער פון אנוסים, איז געווען דער ערשטער לערער אין דער אקאדעמיע אויף מאטעמאטיק און ארכיטעקטור אין מאדריד, זייענדיג פון די בארימטסטע פארשער אין שפאניע, דעם קעניג'ס קאסמאגראף און היסטאריקער, און מייסטער אינזשעניר אין לאנד. עס זענען פארבליבן פון אים פיל ביכער.
אנדרע לאגונא )רנט-שיט( איז געווען א "רענעסאנס מאן" וואס האט געשריבן אויף היסטאריע, פאליטיק, ליטעראטור און מעדיצין. ער האט אויפגעשטעלט דעם בארימטן באטאנישן גארטן אין מאדריד און געדינט אלס דאקטער פאר קעניגן און א פויפסט. זיין איבערזעצונג פון א גריכישער ענציקלאפעדיע איז איבערגעדרוקט געווארן 22 מאל.
מיגועל סערוועט )רעט-שיג(, וועמענ'ס מאמע איז געווען פון די אנוסים, איז געווען א פאלימאט וואס האט געשריבן אויף פילצאליגע חכמות ווי חשבון, אסטראנאמיע, וועטער, געאגראפיע, רפואה און אנאטאמיע, געזעץ, שירה, און תנ"ך. ער איז דער ערשטער אייראפעער צו באשרייבן די פונקציע פון בלוט אין די לונגען. ער האט באגלייט דעם קייזער אין דייטשלאנד וואו ער האט זיך באגעגנט מיט די פירער פון דער רעפארמאציע. אבער ווען ער האט ארויסגעגעבן א בוך וואס טוט אינגאנצן אפלייקענען דעם "שילוש" פון נצרות איז ער פארדאמט געווארן אויך דורך דזשאן קאלווין, און פארברענט געווארן אלס כופר. ער איז פאררעכנט אלס מארטירער אין דער אוניטארישער קירכע וועלכע גלייבט נישט אין שילוש, און געהאט א גרויסע השפעה אויף דער רעליגיעזער טאלעראנץ וואס האט זיך אנטוויקלט אין דער פריער מאדערנער אייראפע.
36( דיעגא מאטעא זאפאטא )תכד-תקה( איז געווען א גרויסער פילאזאף און קעניגליכער דאקטער וועלכער האט געשריבן ווערק צו פארטיידיגן אריסטא. ער איז געכאפט געווארן אלס געהיימער איד אין יאר תפא און געפייניגט און באשטראפט געווארן דורך דער אינקוויזיציע וועלכע האט פארבאטן זיינע ביכער, כאטש ער איז געבליבן ביים לעבן.
37( ער האט געדינט ביים קעניג און אינעם פראצויזישן פארלאמענט זייענדיג פון די הויכראנגיגע אדל-לייט. ער איז אויך געווען פארמישט אין דעם פארגלייך צווישן די קריסטליכע גרופעס ביי די "רעליגיעזע מלחמות" אין פראנקרייך. זיינע "עסייען" זענען געווען די ערשטע געשריבן צו ווערן אויף דעם וועג.
פראנציסקו סאנטשעז )שי-שפג( איז אויך געווען א סקעפטישער פילאזאף אין דער תקופה, אפפרעגנדיג אריסטא'ס ראיות, און טענה'נדיג אז עס איז אוממעגליך אויפצואווייזן עפעס. זיין משפחה, זייענדיג אנוסים, איז אנטלאפן פון דער אינקוויזיציע קיין פראנקרייך וואו ער האט געדינט אויף הויכע פאזיציעס אין די אוניווערזיטעטן אין מונטפלעיר און טולוז.
זייט 78
טעקסט
ווערק וועמענ'ס האבן באאיינפלוסט דעקארט, פאסקאל, רוסו און ניטשע. זיין מאמע האט פון געשטאמט אנוסים.
ח'ואן לואי וויוועס )רנג-ש( איז געווען פון די גרויסע הומאניסטן און נאנטער פריינט מיט דעם האלאנדישן רענעסאנס דענקער עראסמוס. נאכדעם וואס זיין טאטע איז ח'ואן לואי וויוועס פארברענט געווארן אויפ'ן שייטערהויפן ווען די אינקוויזיציע האט אנטדעקט א שול, באהאלטענע איז ער אוועק קיין האלאנד, דערנאך קיין ענגלאנד וואו ער איז געווען איינגעשטעלט אין פאלאץ. זיינע שריפטן זענען געווען מישל דע מונטעין שטארק איינפלוסרייך אויף דער מאדערנער עפאכע, און געוויסע רופן אים "דער טאטע פון מאדערנער פסיכאלאגיע". גאר אסאך פון די בני האנוסים האבן זיך עווענטועל גענצליך איינגעגלידערט אין דער ארומיגער קולטור,
און פיל באקאנטע פערזענליכקייטן, פארשער, און פאליטיקאנטן אין די שפאניש-אמעריקאנער לענדער - נאך ביז היינט - ציען זייער אפשטאם פון אידישן פאלק.
***
האמבורג
אין דער דייטשער פריי-שטאט האמבורג און איר צווילינג שטאט אלטאנא האט זיך אויך אנטוויקלט א שיינע קהילה פון יוצאי ספרד און פארטוגאל מיט פיל רבנים און דאקטוירים. דער בארימטסטער רב פון דער קהילה איז געווען דער קאלירפולער חכם ר' יוסף שלמה דילמדיגו, באקאנט אלס יש"ר מקנדיא )שנא-תטו(. יש"ר איז געבוירן אין קאנדיא, גריכלאנד, וואו ער האט זיך ערגענצט אין די לימודים פון תלמוד און הלכה און זיך באקענט מיט די שפראכן פון גריכיש, איטאליעניש, שפאניש און לאטייניש. ביי די 15 יאר איז ער געפארן שטודירן אין פאדובה, איטאליע, וואו ער האט זוכה געווען צו לערנען פון דעם וועלט בארימטן חכם גאלילעא, דער "טאטע פון מאדערנער וויסנשאפט". ער האט זיך אויך באקענט מיט די אידישע חכמי ויניציא, ר' יהודה אריה די מודינא און נאך.
פון די 25 יאר האט ער אנגעהויבן א לעבן פון וואנדערונגען וואס האט אים געפירט קיין מצרים און טערקיי, וואו ער האט געפירט נאנטע געשפרעכן מיט די חכמי הקראים און מוסולמענער. פון דארט38 איז ער געגאנגען קיין ליטא וואו איז ער געווען דער דאקטער פונעם פירשט ראדזיוויל אין ווילנא, און האט דורך דער צייט באזוכט אין קראקא און נאך פוילישע שטעט39. דערנאך האט ער געדינט אלס
38( אינצווישן איז ער גאר געווען אין רומעניע וואו ער האט באגעגנט אין יאסי א געוויסן מקובל ורופא ר' שלמה בן אראואי )ערבי?(, אזוי
פארציילט זיין תלמיד ר' שמואל אשכנזי )מצרף לחכמה(. געוויסע זעען אין אים דעם ערשטן באקאנטן רב אין רומעניע, אנדערע זאגן אז ער
איז בלויז דורכגעפארן דארט.
39( אין קראקא האט ער געפירט געשפרעכן און קארעספאנדענץ מיט יאן בראז'עק ,Broscius דער בארימטסטער פוילישער געלערנטער
זייט 79
טעקסט
רב אין האמבורג און אמסטערדאם בעפאר ער פון משנה און תלמוד דורך זיין בקיאות אין לאטיין און גריכיש41.
האט זיך באזעצט אין פראנקפורט וואו ער האט געדינט אלס רופא הקהילה און זיך משדך געווען ר' דוד די לארא )שע-תלד( איז געווען רב אין מיט ארטיגע דאקטוירים. אין די לעצטע יארן האמבורג, ער האט אויך פארפאסט ספרים אויף האט ער געוואוינט אין פראג וואו ער איז אוועק די שווערע ווערטער אין חז"ל וואו ער ווייזט און באגראבן געווארן40.
ארויס בקיאות אין גאר אסאך שפראכן און ספרי פילוסופיה. ער האט זיך געהאלטן נאנט מיט פיל דער ערשטער רב אין דער האמבורגער קהילה, חכמי הנוצרים.42 הרב יצחק אטיאס, האט פארטייטשט א ספר דער בארימטער דאקטער ראדריגא די פון א קראי'שן חכם קעגן נצרות פון לשה"ק צו קאסטרו43 )דוד נחמיאש; שי-שפז( איז געבוירן אין פארטוגעזיש. חכם יצחק ישורון, א רב אין דער פארטוגאל וואו ער האט שטודירט מעדיצין און קהילה, האט געשריבן ספרי הלכה און א ספר אויף פילאזאפיע. נאכ'ן אנטלויפן פון דער אינקוויזיציע פארטוגעזיש בענייני חקירה והשגחה.
האט ער זיך בארימט געמאכט אין אנטווערפן ר' בנימין מוספיא )שסו-תלה( איז געבוירן אלס און אין האמבורג וואו ער האט געטריי געהיילט אנוס און האט אויסגעוואנדערט קיין האמבורג.
די קראנקע ביי א מגיפה אין יאר שנ"ד. ער איז פאר עטליכע יאר איז ער געווען דער פערזענליכער גערופן געווארן צו היילן קעניגן און פירשטן דאקטער פון דעם קעניג פון דענמארק כריסטיאן און האט געשריבן פיל ביכער אויף מעדיצין און גינעקאלאגיע )gynecology(.
דער 4'טער. שפעטער האט ער געוואוינט אין אמסטערדאם וואו ער האט פארפאסט ספרים זיין זון ברוך )בענעדיקט; שנז-תמד( איז געווען דער אויף רפואה און אלכעמיע און דעם ים-פלייץ ערשטער אידישער סטודענט אין דעם בארימטן )Tide(, א ספר "זכר רב" - א קינצליכער שיר אוניווערזיטעט אין ליידן, האלאנד, און האט אויף לשון הקודש, און זיין באקאנטן ספר "מוסף געדינט אלס לייב-דאקטער פון דער שוועדישער קעניגין קריסטינא44. ער האט פארפאסט הערוך" אין וועלכן ער איז מפרש שווערע ווערטער
אין דער צייט, מיט וועם ער האט זיך נאך געקענט פון ווען זיי האבן אינאיינעם שטודירט אין איטאליע.
40( ער האט פארפאסט פיל ספרים, צווישן זיי "אילים" און "נובלות חכמה" אויף מאטעמאטיק, אסטראנאמיע און אפטיק, וואו ער דערמאנט דעם טעלעסקאפ פון זיין רבי'ן גאלילעא אינאיינעם מיט אנדערע סייענטיפישע חידושים פון דער דעמאלטיגער צייט. אויך האט ער געשריבן ספרים אויף קבלה וועלכע ער פארטיידיגט אין זיין ספר "מצרף לחכמה", כאטש אין זיין בריוו צו ר' זרח הקראי איז ער מרמז אז ער גלייבט נישט דערין.
41( ער בויט אסאך אויף דעם לשה"ק לעקסיקאן פונעם באקאנטן העברעאיסט יאהאן בוקסטארף. אין דער הקדמה שרייבט ער אז צומאל האבן די אמוראים נישט גוט מפרש געווען די משנה וויבאלד זיי האבן נישט פארשטאנען דעם באדייט פון די גריכישע ווערטער. דאס האט געברענגט טייל אים צו פארדאמען, און אויך צוליב זיין שטיצע פאר שבתאי צבי.
זיין איידעם איז געווען גבריאל מילאן )שצא-תמט(, פון א מאכטפולער משפחה פון אנוסים. ער האט געדינט אויף הויכראנגיגע פאזיציעס אינעם שפאנישן מיליטער און האט אנטיילגענומען אין דער 30-יעריגער קריג. שפעטער האט ער געדינט אלס גאווערנאר איבער די דענישע קאלאניעס אין אמעריקע פאר א קורצער צייט, בעפאר ער איז צוריקגערופן און פאר'משפט געווארן צום טויט איבער זיין טיראנישער אויפפירונג.
42( א געוויסער יצחק די לארא האט אויך געשריבן א קאמעדיע אויף מגילת אסתר )תנט( מיט רעטענישן אין שפאניש און האלאנדיש. 43( זיין פעטער האט באדינט פיר פארטוגעזישע קעניגן. ראדריגא איז געווען דער דאקטער פון פיל פירשטן, קעניגן און בישאפן, און האט געמאכט דעם ערשטן דעפאזיט אין דער "האמבורגער באנק". אין יאר שע"ד האט ער געפירט א מערכה מיט די רבנים ובפרט ר' יהודה אריה די מודינא וועלכער האט אים געדראעט מיט א חרם צוליב א חליצה פרשה.
44( זי איז געווען א גאר קאנטראווערסיעלע פיגור אין אייראפע צוליב איר אומשטייגערליכער אויפפירונג אלס א פרוי און אירע אויפגעקלערטע
זייט 80
טעקסט
לאנדאן
מעדיצינישע ווערק און א בוך צו פארטיידיגן דאס רעכט פון אידן צו ווערן דאקטוירים, און איז אויך פאר עטליכע הונדערט יאר זענען אידן געווען געווען פון די ראשי הקהילה אין האמבורג און אן פארבאטן פון וואוינען אויף די בריטישע אינזלען, אנהענגער פון שבתאי צבי. זיין ברודער דניאל איז ביז אין יאר תי"ז ווען די רעגירונג האט צוריק געווען דער דאקטער פונעם דענישן קעניג.
אריינגעלאזט אידן אין לאנד נאך לאנגע וויכוחים
יעקב רוזאלעס )Immanuel Bocarro; שמח-תכח(
און שתדלנות, און א שיינע ספרד'ישע קהילה האט איז געווען א גאר געלונגענער מאטעמאטיקער, זיך דארט אנטוויקלט. צווישן די רבנים זענען געווען פאעט, און דאקטער פון פיל קעניגן און פירשטן.
דער חכם ר' יעקב אבנדנה )שצ-תנה(, און זיין ברודער אויפ'ן פארלאנג פון דעם גרויסן חכם גאלילעא הרופא ר' יצחק אבנדנה )ת-תנט( וועלכער האט מיט וועם ער איז געווען באפריינדעט האט ער שטודירט מעדיצין אין אוניווערזיטעט אין ליידן. זיך אריינגעלייגט אין אסטראלאגיע, און ער האט די צוויי ברידער האבן געדרוקט פארשידענע ספרי געשריבן פיל ביכער אויף פארשידענע פעלדער פון דקדוק און זענען געשטאנען אין נאנטער פארבינדונג וויסנשאפט. ער האט געלעבט אין אמסטערדאם מיט די קריסטליכע העברעאיסטן פון אייראפע. און האמבורג ווי א איד.
דער באקאנטסטער פון די רבנים אין לאנדאן איז דא איז אויך דער פלאץ צו דערמאנען דעם געווען דער גרויסער חכם ר' דוד ניטו פון איטאליע פילאזאף, משורר, און דאקטער יצחק קארדוזו )תיד-תפח(, וועלכער איז געווען בארימט ביי אידן און )שסג-תמד(, פון די אנוסי פארטוגאל, וועלכער האט גוים צוגלייך צוליב זיין אויסטערליש בקיאות אין געדינט אלס הויפט דאקטער אין מאדריד. ער פילאזאפיע, רפואה, אסטראנאמיע, מאטעמאטיק האט שפעטער געלעבט ווי א איד אין איטאליע און געשריבן פיל סייענטיפישע ווערק און ביכער אויף אלע חכמות, און א ספר צו פארטיידיגן דאס אידישע פאלק. זיין ברודער איז געווען אברהם מיכאל קרדוזו, פון די נאנטע אנהענגער פון שבתאי צבי, וועלכער איז אויך געווען א באקאנטער דאקטער און האט געדינט ביים הערשער פון ליביע און דעם פאשא אין מצרים.
*** ר' דוד ניטו זיין קבר
מיינונגען. זי האט שפעטער געמוזט אפטרעטן פונעם טראן. דער גרויסער שר און שתדלן יצחק טיקסיירה איז געווען א נאנטער מענטש ביי איר און זי פלעגט איינשטיין ביי אים אין האמבורג. זי האט זיך געהאלטן נאנט מיט פיל אידן.
דער נגיד טיקסיירה האט געפירט פארצווייגטע אינטערנאציאנאלע געשעפטן. ער האט אויסגעהאלטן א ישיבה אין האמבורג וואו ר' יעקב ששפורטש האט געלערנט, און ווען ער איז אוועק פון האמבורג צוליב די רדיפות אויף אים האט דאס געברענגט א קראך אינעם סטאק מארקעט צוליב זיין גרויסן רייכטום. ער האט גע'ירש'נט דעם ביזנעס פון זיין רייכן טאטן אברהם וואס האט זיך עפנטליך צוריקגעקערט צו אידישקייט טראץ די פראטעסטן פון קעניגן און בישאפן. זיי האבן ביידע גע'שתדל'ט לטובת אידן אין פיל לענדער.
זייט 81
טעקסט
און נאך45. זיין וויכטיג ווערק איז "כוזרי שני", געבויט אויפ'ן סטיל פון ספר הכוזרי אויפצואווייזן דעם אמת פון תורה שבעל פה דורך פיל ראיות פון די ספרי החכמה און היסטאריע. אויך האט ער געשריבן א וויכוח קעגן קריסטנטום אין שפאניש.
דניאל ישראל לופז לאגונה )תיג-תצ( האט זיך צוריקגעקערט צו אידישקייט אין דזשעמעיקא וואו ער איז אנטלאפן פון די נעגל פון דער אינקוויזיציע. אין לאנדאן האט ער געדרוקט זיין שפאנישע איבערזעצונג פון ספר תהלים באגלייט מיט א גרויסער צאל פון שירים דורך פיל משוררים46, אריינגערעכנט דעם רב ר' דוד ניטו, און אזוי אויך עטליכע פרויען משוררות, וועמענ'ס שירה איז א זעלטנהייט אין דער אידישער וועלט.
יצחק די סעקווירא-סאמודא )תמא-תפט(, א
דאקטער, משורר, און סייענטיסט, וועלכער איז אנטלאפן פון דער אינקוויזיציע אין פארטוגאל, איז געווען דער ערשטער איד צו ווערן אנגענומען אין דער בארימטער "ראיעל סאסייעטי" אקאדעמיע אין לאנדאן. העקטער נונעס )רפא-שנא(, פירער פון אן אנוסים קהילה אין לאנדאן און דאקטער און סוחר אין ענגלאנד, איז שוין מיט יארן פריער געווען א מיטגליד פון דער אקאדעמיע, אבער נישט אלס עפנטליכער איד.
מיט די יארן איז זיך די קהילה שיין צעוואקסן און פיל בארימטע רייכע משפחות האט באקומען גרויס איינפלוס. זיי וועלן מיר דערמאנען ווען מיר וועלן באזוכן די מאדערנע עפאכע, אבער דערווייל וועלן מיר זיך אפשטעלן און צוריקגיין באטראכטן די היסטאריע פון יהדות אשכנז און פוילן.
45( ער האט - ווי פיל חכמי איטליה - שטודירט אינעם בארימטן אוניווערזיטעט אין פאדובה, איטאליע. אין יאר תס"ד האט אויסגעבראכן
א קאנטראווערסיע איבער א דרשה וואו ר' דוד האט געזאגט אז די טבע איז דער אייבערשטער, אין וואס געוויסע האבן געזען א מסוכנ'דיגע
נאנטשאפט צו דער ּפאנטעאיסטישער שיטה פון שפינאזא. ר' דוד האט אפגעשריבן א מאמר אין פארטוגעזיש צו ערקלערן זיין מיינונג. די
שאלה איז אנגעקומען צום חכם צבי וועלכער האט אים ריינגעוואשן פון האבן שלעכטע כוונות )שו"ת חכם צבי, י"ח(, און אויך דער חיד"א
לויבט אים שטארק אויס.
46( צווישן זיי דער חכם מרדכי נונעז-אלמיידא וועלכער האט אים אויסגעהאלטן, זיין מאמע מאנועלא נונעז-אלמיידא, זיינע שוועסטער
בענווענידא כהן-בילמונטי, און שרה די פונסיקה פינה פימנטל מיט איר מאן מאנועל און זייער זון משה, צווישן פיל אנדערע. דארט זענען אויך
פארהאן רעטענישן און אנדערע קינצליכע שירים אין שפאניש, פארטוגעזיש, לאטייניש, און ענגליש. בענווענידא האט אויך געשריבן שירים
לכבוד די אידישע קאפיטאנען פון סורינאם פאר זייער העלדישקייט ביים קעמפן קעגן די פראנצויזן )זע אויבן(.
זייט 82
טעקסט
א ווייסער סוויטש
דורך: עובדיה
א ווייסער סוויטש. אזוי ווי אלע סוויטשעס. די לינקע. די וואס צינדט אין די לייט אין ביה"כ. איך רוק מיין האנט, דער פינגער איז אויסגעשטרעקט, מיט חשש, מיט פארלוירנקייט. א פשוט'ע טאט, א טריוויאלע, באקומט מיטאמאל אזויפיל באדייט. ביי דער זייט שטייט זי. זי באטראכט, אירע אויגן אויפגעפראלט, זיי קוקן, זעען ווייט, זיי פארשטייען, זיי גלייבן. זי איז אנוועזנד אינעם יעצט און האלט א וויזיע. זי קוקט ארויס פון דער געגנווארט צו דער צוקונפט. זי זייט איין א קערנדל פון צוזאמען, פון צוטרוי, פון א באגעגעניש מיט שרעק אליין.
א קוראזשפולער מאמענט. א מאמענט פון דורכגיין די טייך, פון איין זייט צו דער אנדערער, פון ברעג צו ברעג. די טייך איז ווילד צווישן די ברעגן, א שטראם פון רוישיגע וואסער, נישטא אין וואס זיך אנצוהאלטן, אויסער איינער אין אנדערן. צו דורכשווימען צוזאמען.
דער פינגער רירט אן דעם קאלטן פלאסטיק, דעם באדייטלאזן סוויטש, וואס אלעס וואס ער קען איז אנצינדן די לייט אין ביה"כ. און מיטאמאל, פלוצלינג, האט ער זוכה געווען צו כבוד און שטאנד, עולה געווען לגדולה, פארוואנדלט געווארן אין דער שמאלער ליניע פון אן אומזעבארן גרעניץ.
בעפאר אים איז דא סעקיוריטי. באאמטע מיט ערנסטע פנימ'ער, מיט דורכדרינגליכע אויגן, קוקן איבער אלע פרטים. לאזן נישט איבער גארנישט. יעדן דעטאל. אפילו ווען זיי געבן שוין צוריק די
פאפירן, די ביטע אריינצוגיין אין נייער טעריטאריע, א ניי לאנד, די ספעציעלע אומשטענדן מיט וועלכע מ'דארף זיך רעכענען - גיבן זיי עס מיט כעס, מיט אומגעדולד, מיט דער שטומער פראגע, פארוואס? פארוואס זאלסטו ארויסגיין פון אונזער לאנד? וואס איז דיר נישט גוט דא? מיינסט דארט וועט דיר זיין בעסער? האסט נאכאלץ נישט פארשטאנען אז די פראבלעם איז מיט דיר?
אבער זיי זעען אז איך גיב נישט אויף, איך וויל אימיגרירן. זיי פירן מיך ארום דעם גרעניץ, צום טישל פונעם לאנד צו וואו איך ווענד מיך. אויך זיי נעמען מיך נישט אויף מיט ענטוזיאזם, זיי זאגן מיר נישט צו קיין גליקן. גארנישט איז נישט אנדערש דא. ס'איז בלויז אנדערש ווי דו ביסט צוגעוואוינט. אבער נאך ווי אנדערש.
אזוי מאך איך מיין וועג אויפ'ן גרעניץ. דער פינגער רוקט זיך אויפ'ן סוויטש. פון ווינקל פון אויג זע איך איר; אירע אויגן וואס באטראכטן, וואס ווארטן, וואס זענען נייגעריג. איך זע איר אינטערעסע אין מיר, די אנוועזנהייט ביי מיין זייט. איך גיי טאקע אליין אריבער די טישלעך, אבער אירע אויגן זענען דא. מיט מיר. און דאן הער איך איר שטימע: צינד אן.
און איך דרוק שטערקער. און די לייט צינדט זיך אן. איך קער מיין בליק צו איר. אירע הענט זענען אויסגעשפרייט, אויסגעשטרעקט פאר א ווארעמען הָאג. אירע אויגן באגעגענען מיינע. די בלויע און ברוינע אויגן ווערן צוזאמגעשמאלצן אין איין טרער
זייט 83
טעקסט
פון איבערגענומענקייט, וואס פארמאגט אין זיך פארלוירנקייט און קוראזש ביינאזאם.
און דאן הערט זיך איר שטימע נאכאמאל. ווייך, ליבליך, מיט צוטרוי: יעצט לעש אויס.
דער פינגער ווערט ווידער געשיקט צום לינקן ווייסן פלאסטיק. די לייט אין ביה"כ ווערט אויסגעלאשן. און ווידער זענען אירע הענט ברייט אויסגעשפרייט,
און ווידער
נעמען מיך ארום. זעען מיך. אן
זענען אירע
אנגענעמע שווייגעניש, סענסיטיוו און פארזיכערט. א מאמענט אן
הענט ברייט
קיין ווארט, בלויזע עקזיסטענץ. א
אויסגעשפרייט,
שטילקייט פון שריט, פון נישטערן,
נעמען מיך
פון זוכן און פארשן - קעגן די רוישיגע וואלן פונעם נפש. פארשוועמנדע.
ארום. זעען מיך.
דערטרענקענדע.
אן אנגענעמע
ס'איז ליל שבת, פרייטאג
שווייגעניש,
צונאכטס, פרילינג, אין א דריי
סענסיטיוו און
צימער'דיגער דירה - איינפאך אבער ריין און צוזאמגענומען.
פארזיכערט. א
די בלומען וואס כ'האב איר
מאמענט אן קיין
געקויפט זענען געלייגט געווארן
ווארט, בלויזע
אין א הויכער וואזע. זי האט עס
עקזיסטענץ.
אנגעפילט מיט סינק וואסער און געמורמלט, מ'האט מיר נאך קיינמאל נישט געקויפט בלומען אויף שבת. אויך פאר דיין עקס פלעגסטו קויפן בלומען? און איך ענטפער יא. איך פלעג איר קויפן. אבער די לעצטע האלבע יאר האב איך אויפגעהערט. ס'האט מיך זייער וויי געטון אז דער שריט טוט נישט שפראצן, בויען, פרוכטבארן אונזער צוזאמען. איך האב אויפגעגעבן.
און איך פארטראכט מיך אויף די פורפל בלומען, אויף די העל ווייסע רויזן, און אין מיין הארץ רוישט א תפילה. פאר ליבשאפט. פאר נאנטקייט. פאר א בויענדן רילעישאנשיפ וואס היילט און פארריכט.
זייט 84
טעקסט
כִּי שִׂפְתֵי כֹהֵן יִשְׁמְרוּ דַעַת וְתוֹרָה יְבַקְשׁוּ מִפִּיהו
פרעג דעם רב
א רעגולערע קאלום פון שו”ת בעניני הלכה מיט הרה”ג רּ’ יששכר כ"ץ ראש מחלקת התלמוד בישיבת חובבי תורה
צו פרעגן א שאלה פון הרב כ"ץ שיקט אן אימעיל צו: chvalyes1+asktherav@gmail.com
שאלה
אין שולחן-ערוך ווערט געברענגט, אז בנוסף צום חיוב הדלקה אין יעדער שטוב - "נר איש לכבוד הרב שליט"א, וביתו" - איז דער מנהג אויך צו צינדן חנוכה-ליכט איך פיר א פירמע מיט בערך דרייסיג אין שול יעדע נאכט מיט די ברכות פון להדליק ארבעטער, טייל אידן און טייל נישט-אידן, און שעשה ניסים. דער זמן צו צינדן איז סיי ווען און יעדעס יאר חנוכה האבן מיר א "חנוכה-נאך פלג המנחה, ווען דער עולם פארזאמלט זיך פַארטי" פאר דער גאנצער פירמע. די מסיבה ּ פאר מנחה-מעריב.
איז געווענליך אין די שפעטע נאכמיטאג-שעות.
אויבנאויף איז דער מנהג אביסל מאדנע. די מיין שאלה איז: מעג איך צינדן חנוכה-ליכט מיט מצווה איז דאך א חובת הבית, נר איש וביתו, די ברכות בשעת דער מסיבה? מצד אחד וואלט איז פארוואס צינדט מען אויך אין שול, א מקום עס געמיינט אסאך פאר מיר, פאר די ארבעטער, ציבורי?
און פאר דער כלליות'דיגער אטמאספער אין מאנכע מפרשים זענען מסביר אז די סיבה איז דער פירמע - אריינצוברענגען א שטריך פון "זכר למקדש". אונזערע שולן ווערן אנגערופן רוחניות און קדושה אין דער פארטי. מאידך, מקדשי מעט, און וויבאלד דער יום טוב איז דאכט זיך מיר אז מאכן די ברכות קען זיין נקבע געווארן על שם א נס וואס האט פאסירט פראבלעמאטיש מחמת צוויי סיבות: ווייל ס'איז אין בית המקדש, צינדט מען לזכר דעם אויך אין נישט אינדערהיים, און אויך הייבט זיך די פארטי דעם היינטיגן בית מקדש מעט.
אן בעפאר דער שקיעה.
דאס איז איין צוגאנג.
אבער לי הצעיר איז אסאך מער מתקבל
תשובה
על הדעת דער הסבר פונעם ריב"ש און נאך ראשונים. לויט זיי איז די סיבה פארוואס מ'צינדט לענ"ד איז קלאר אז דו מעגסט - און זאלסט אין שול ווייל מעיקרא דדינא איז געווען די מצווה - צינדן חנוכה-ליכט ביי דער פארטי מיט די צו צינדן חנוכה-ליכט על פתח ביתו מבחוץ, אין ברכות.
דעם public sphere, דארט וואו עס געפינען און איך וועל מסביר זיין.
זיך אסאך מענטשן. מחמת גזירות און סיבות
זייט 85
טעקסט
שונות האט זיך דאס געטוישט, און היינטיגע פולקאמער קיום פונעם מנהג צו צינדן אין שול
צײטן ווערט דער עיקר מצווה מקויים אין שטוב מיט א ברכה )נעמליך להדליק און שעשה נסים; שהחיינו
- נר איש וביתו. מכל מקום, אפילו דער עיקר די ערשטע נאכט איז אביסל מער קאמפליצירט, ואכמ"ל(.
מצווה האט זיך געטוישט, איז פונדעסטוועגן דא אן ענין צו ערגענצן די פריוואטע הדלקה מיט א הדלקה בציבור, אין שול.
צו דעם קען מען אויך מצרף זיין דעם געוואלדיגן חידוש פונעם יעב"ץ, ר' יעקב עמדין זצ"ל. ער טענה'ט אז די ברכות פון הדלקת נר
לויט זייער צוגאנג איז דער מנהג צו צינדן חנוכה זענען נישט סתם "ברכות המצוות", נאר
אין שול נישט דווקא געבונדן צו דער שול גופא, זיי זענען א חלק פונעם פירסום הנס גופא. די
צום בית המדרש אדער בית הכנסת, נאר צום ציבור וואס געפינט זיך דארט. די שול איז פשוט א פלאץ וואו עס געפינט זיך א גרויסער ציבור, דער היינטיגער public sphere, און אין א פלאץ וואו מענטשן קומען זיך צוזאמען צינדט מען חנוכה ליכט כדי מפרסם צו זיין דעם נס.
לויט דעם, סיי וואו עס געפינט זיך א ציבור
ברכות זענען מסביר וואס די ליכט זענען און פארוואס מ'צינדט זיי; זיי זענען מפרסם דעם נס. לויט דעם איז א לכתחילה צו זאגן די ברכות סיי ווען מ'צינדט פאר א ציבור.
____________ נ.ב. דא איז נישט דער פלאץ דערפאר,
- אין שול, ביי א פובליק הדלקה ווי עס פירן זיך אבער אויב א ליינער איז אינטערעסירט אין די
די ליובאוויטשער שלוחים איבער דער גאנצער מראי-מקומות און מקורות אויף וועלכע דער
וועלט, אדער ביי א חנוכה מסיבה - קען מען און פסק איז באזירט, שיקט מיר אן אימעיל צו:
מען זאל צינדן מיט א ברכה, ווייל דאס איז א [אימעיל]
זייט 86
טעקסט
היסח הדעת
דורך: לעא XVI
שוין א שטיק צייט וואס משה יוסף מוטשעט זיך. ער מוטשעט זיך זייער.
אמאל פלעגט ער זיך נישט מוטשען אזוי, אבער לעצטנס מוטשעט ער זיך.
זייער.
צו פארשטיין משה יוספ'ס מוטשענישן ברויך מען צוריקגיין ַאּפָאר יאר.
משה יוסף פלעגט פירן א גרויסע קריג מיט'ן יצה"ר פון קדושה. די קריג האט אומאפיציעל אויסגעבראכן ביי זיין בר מצווה; ווען משה יוסף איז געווען 16 יאר אלט איז שוין די קריג געווען אין פולן שוואונג, און עס האט אנגעהאלטן ביז ארום משה יוספ'ס חתן ווערן.
די פינקטליכע היסטאריע פון דער קריג פון א מיליטערישן שטאנדפונקט איז אומקלאר, מיט משה יוסף האבנדיג שמאל געוואונען געציילטע שלאכטן, אינדערצייט וואס דער יצה"ר פון קדושה האט שטארק געוואונען מערערע שלאכטן. אבער משה יוסף האט קיינמאל נישט אויפגעגעבן. אפילו ווען ער האט געהאלטן גלייך נאך אן ערנסטן פארלוסט, האט ער זיך אפגעשאקלט און זיך גענומען ווייטער שלאגן ווי כאילו נישט אים מיינט מען דא.
אזוי האט עס אנגעהאלטן ביז משה יוסף האט דערגרייכט זיין פרק. משה יוסף האט געפונען א שיינעם שידוך. אדער בעסער געזאגט: זיינע עלטערן בשותפות מיט'ן מזווג זיווגים האבן געפונען א שטארק צוגעפאסטן שידוך ווי עס פאסט פאר
א בחור וואס איז אזוי שטארק געשטיגן בין כותלי הישיבה. די מדוברת איז געווען אן אמת'דיגע כלה נאה במעשיה, אויף אזוי ווייט אז ווי נאר משה יוסף האט מקיים געווען די מצוה פון אסור לאדם שיקדש את האשה עד שיראנה, איז אים דער יצרא דקדושה אפגעשטארבן אויף אייביג.
אין דער זעלבער צייט וואס משה יוספ'ס יצרא איז געשטארבן, האט משה יוסף אנגעהויבן טראכטן פונעם עתיד; דהיינו, דער יצה"ר איננו, און קיין עומד קען מען דאך נישט זיין. א בר נש אדער שטייגט ער אדער פאלט ער, און אז מען פאלט, פאלט מען דאך. איז משה יוסף געקומען צום באשלוס אז ער גייט זיך אונטערנעמען א נייע קריג. וואס אן אמת איז דאס שוין אן אלטע קריג, אבער פאר משה יוסף איז דאס ניי. נעמליך, משה יוסף האט באשלאסן צו ברענגען משיח'ן. אויב נישט מיט גוטן, דאן מיט געוואלד. משה יוסף איז נישט קיין פאנטאזירער. ער האט גאנץ גוט געוואוסט אז אזעלכע גרויסע מענטשן ווי אים, און פילייכט נאך גרעסערע, האבן שוין פרובירט צו ברענגען משיח'ן. פון חזקיהו המלך ביז'ן ברך משה - און פיל אינדערמיט - איז שוין אלעס פרובירט געווארן אבער אן ערפאלג; טייל גאר מיט שוידערליכע קאנסעקווענצן. אבער משה יוסף האט געהאט איין מעלה איבער די אלע אנדערע וואס האבן אומערפאלגרייך פרובירט צו ברענגען משיח'ן, נעמליך, דער שטן האט זיך אין ווילדסטן חלום נישט פארגעשטעלט אז משה יוסף קריגט אויף אים. אין
זייט 87
טעקסט
קריג זשארגאן ווערט דאס אנגערופן "the element of surprise".
ווי נאר משה יוסף האט אידענטיפיצירט דעם גרויסן תפקיד, האט ער נישט אראפגענומען זיינע אויגן דערפון.
אין אנפאנג האט ער פרובירט אביסל אויפמערקזאם צו מאכן חתנים אינזין צו האבן אונטער דער חופה, צומאל האט ער אפילו אונטערגעשיקט צעטלעך צו דער כלה. ווען עס איז נישט געווען פיל חתונות אין איין נאכט האט משה יוסף אפילו געקענט בלייבן ביי דער חופה, און בשעת דער חתן האט איבערגעגעבן דאס רינגל קונה צו זיין די כלה האט משה יוסף איידעלערהייט אים אריינגעמורמלט אין אויער צו געדענקען וואס זיין תפקיד איז און פארוואס עס קומט יעצט פאר אזא קנין.
שפעטער האט משה יוסף אביסל געטוישט טאקטיקן, מחמת כמה טעמים.
כדי לערבב השטן איז דאך א פשיטא, אבער אויך משום מעשה שהיה ווען דער צעטומלטער חתן איז אויפגעשפרונגען נאכ'ן הערן איינעם פלוצלינג אריינשרייען אין זיין אויער. ער האט אראפגעלאזט דאס רינגל נאכ'ן זאגן דעם הרי את, און א טומל האט זיך אנטשטאנען צי די מדוברת איז מקודשת צי נישט.
פאר משה יוסף איז עכ"פ קלאר געווארן אז אזוי קען מען קיין משיח נישט ברענגען. נישט מיט אזעלכע חתנים וואס דער קאפ פליט זיי ערגעץ אנדערש אין די וויכטיגע מאמענטן אונטער דער חופה. הכלל, משה יוסף האט זיך אנגעהויבן צו באניצן מיט מער אגרעסיווע מיטלען. דער שטן האט דאך שוין ממילא דערשמעקט צו וואס משה יוסף is up to, האט ער שוין נישט געהאט וואס צו פארלירן מיט'ן ארויסגעקומען פון קלאזעט און אננעמען א דירעקטן צוגאנג צו דעם נושא.
משה יוסף האט געלאזט דרוקן הונדערטער
בלעטלעך מיט פינקטליכע אנווייזונגען וואס, וואו, און ווען צו זאגן ביי דער חופה. נאטירליך האט ער עס צוערשט פרובירט צו פארשפרייטן צווישן די מענער וואס זענען געשטאנען ביי דער חופה. טייל האבן געוויזן מיט דער האנט "כ'האב נישט", טייל האבן געזאגט קום צו מיר נאך דער חופה, און ס'רוב האט אים פשוט איגנארירט.
משה יוסף, האבנדיג געליטן ערגערע דורכפעלער אינעם עבר, האט זיך גאנץ ווייניג צוטון געמאכט. ער האט גלייך געלייגט זיינע אויגן אויף זיין קומענדיגן ציל, א פיל בעסערער קלייענטעל: די בית יעקב אלו הנשים.
אין דער פארגאנגענהייט האט משה יוסף נישט געהאט די בעסטע ערפארונג מיט דער ווייבער שול, מחמת כמה סיבות וואס קענען נישט באשריבן ווערן בקיצור, אבער אין די לעצטע ּפאר יאר האט זיך אנגעזען א היבשע פארבעסערונג אין דעם הינזיכט. אויף אזוי ווייט אז משה יוסף האט זיך שוין געשפירט גענוג זיכער צו פארטיילן די בלעטער פאר די נשים ווען זיי זענען ארויסגעקומען צו דער חופה.
דא האט שוין משה יוסף געזען סאך א שטערקערן ערפאלג ווי בעפאר, איבערהויפט ביי די כלה'ס פריינדינעס וואו עס איז געווארן ווי א מסורה'דיגער מנהג. נאך א שטיק צייט האט מען געקענט טרעפן ביי אידישע חופה'ס איבעראל מיידלעך וואס פארגיסן טרערן איבער א לשה"ק'דיגן תחינה צעטל.
משה יוסף האט זייער הנאה געהאט פון דעם פארשריט פון זיין קאמפיין, אבער קיין צייכן פון משיח האט ער נאכאלץ נישט געזען.
אין אנהייב האט ער זיך נישט אזוי געקימערט דערמיט, נאך אלעם איז משיח שוין נישט געקומען פאר צוויי טויזנט יאר און משה יוסף איז נישט געווען אזוי נאריש צו טראכטן אז משיח גייט קומען
זייט 88
טעקסט
אונטער צוויי וואכן. אבער ווען מאנאטן האבן אנגעהויבן דורכצולויפן, און נאכדעם א יאר, זענען זיינע אנשטרענגונגען אנגעקומען אלץ שווערער און שווערער. ער האט אנגעהויבן שפירן ווי די אידן אין מצרים וואס האבן געארבעט עבודת הפרך א גאנצן טאג נאר צו זען ווי די מצריים צעשטערן די ארבעט אויפדערנאכט.
ספקות האבן אנגעהויבן עגבערן משה יוספ'ן. ער האט זיי אוודאי אוועקגעשטופט מיט ביידע הענט, אבער ער האט אנגעהויבן מורא האבן ווילאנג נאך ער וועט קענען אפהאלטן די מחשבות פון אריינדרינגען אין זיין מוח און חרוב מאכן אלעס אויף וואס ער האט אזוי לאנג געארבעט.
אזוי איז עס אנגעגאנגען ביז יענער גורל'דיגער נאכט.
עס איז געווען א געווענליכע חתונה נאכט, משה יוסף האט ערליך פארטיילט די צעטלעך ווי געווענליך. די עלטערע פרויען וואס פירן זיך צו גיין נאך געלט ביים קבלת פנים האבן שוין געוואוסט אים אפצואווארטן און נעמען א צעטל פאר דער חופה, און נאך איינס פאר ליכט צינדן עש"ק.
ווען די חופה האט זיך געענדיגט, און משה יוסף האט עספיעט צוזאמצונעמען די צעטלעך וואס טייל פרויען האבן איבערגעלאזט, האט משה יוסף רעאליזירט אז ער איז זייער הונגעריג. ער איז אריין אין חתונה זאל, ער האט זיך צוגעזעצט צום געסט טישל, און געגעסן א פולן נאכטמאל.
ווען משה יוסף האט געענדיגט עסן האט ער באשלאסן נישט צו זיין א כפוי טובה און אנטלויפן פון דער חתונה, נאר ער איז געבליבן צו מצות שמחת חתן וכלה ביים טאנצן.
טישן האבן מיטאמאל אנגעהויבן ווערן גערוקט, באטייליגער ווערן אויפגעשטעלט - דער ערשטער
סיגנאל אז דאס נארוואס פארהייראטע פּאָרל גייען אריינקומען צו באשיינען די שמחה.
גרופעס און קופקעלעך האבן זיך אנגעהויבן פארמירן, און א שיינע צאל איינצלנע מענטשן האבן געוואנדערט ציללאז ווי א בלעזל אויף א קאמפיוטער סקרין.
צום מזל פון משה יוסף האט יענע נאכט חתונה געהאט א גאר פאפולערער חתן.
צוערשט האבן די לעקטער פלוצלינג אויפגעלויכטן מיט אן אויגפארבלענדענער שיין, אזש די שמחה באטייליגער האבן געשפירט ווי די מלאכים ווען גאט האט דערקלערט יהי אור! אבער נאך איידער דער חוש הראיה האט געקענט צו זיך קומען פון דער גרויסער השפעה, איז דער חוש השמיעה באפאלן געווארן מיט א פלוצלינגדיגן אויער-פארטייבנדן זעץ, וואס האט זיך געהערט ווי א גרויסער פליגער האט אריינגעקראכט אין א טאָפּ געשעפט.
די געמיטער זענען צוביסלעך געווארן אויפגעהייטערט.
די אומקענטליכע מוזיק טעמע, וואס איז באשיינפערליך געקומען פון א מ' יארן פילם, איז געווארן העכער און העכער, שטערקער און שטערקער. און אט באווייזט זיך דער חתן אליין, א בלאסער שמייכל אויסגעצויגן אויף זיין בחור'יש געזיכט. זיינע חברים מיט זיין נייעם יונגן שוואגער האבן אים א כאפ געטאן, ארויפגעלייגט אויפ'ן בענקל, געהויבן אין דער לופטן, אין מיט עקסטאז זיך גענומען לויפן פון איין עק זאל ביז'ן אנדערן. משה יוסף שטייט און קוקט זיך צו, ער קען זיך נישט צוריקהאלטן פון שמייכלען. עפעס זאגט אים אז דא, אין די רגעים פון עילוי נשמות און שוועבנדיגע חתנים, ליגט א העכערקייט.
די מוזיק האט זיך געגעבן א טויש, דער ריטעם איז געווארן שנעלער. דער עולם האט זיך גענומען
זייט 89
טעקסט
הָארעווען אויף א הָארַא. בחורים מיט פארשוויצטע פאות האבן געשאפן אן ענגן רונג ארום דעם חתן, און דער טעמפא איז געשטיגן פון מינוט צו מינוט. משה יוסף האט זיך געפילט געהויבן. ער האט מיטגעקלאפט מיט'ן פוס. "אט אזוי," האט ער געטראכט, "מתוך שמחה! אזוי ברענגט מען השראת השכינה!"
און דאן האט עס פאסירט.
דער זינגער, וועלנדיג ברענגען דעם עולם צו א קלימאקס פון רוחניות, האט אפגעשטילט די מוזיק פאר א סעקונדע, און מיט א קרעכץ וואס האט געשפאלטן די לופט האט ער אנגעהויבן דעם באקאנטן ניגון:
"אין... אין... אין בן דוד בא!"
די מוזיק האט אריינגעזעצט מיט א ווילדן אימפעט, און דער גאנצער עולם האט מיטגעשריגן די ווערטער ווי איין מענטש:
"אין בן דוד בא... אין בן דוד בא...
אלא בהיסח הדעת!
"אלא, אלא, אלא... בהיסח הדעת!"
משה יוסף האט מיטגעזונגען: "בהיסח הדעת! יא, בהיסח הדעת!"
ער האט איבערגע'חזר'ט די ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל. און פלוצלינג, ווי א בליץ-באטראפענער הויפן פון שפענדלעך, האבן די ווערטער אויפגעריסן אין זיין מוח.
זיין שמייכל איז פארגליווערט געווארן. די הענט זענען אים געפאלן צו די זייטן.
די ווערטער האבן געהאמערט אין זיין קאפ ווי א טויזנט-פונטיגער וועק-זייגער, איבערשרייענדיג די מוזיק:
ה י ס ח ה ד ע ת.
אפלאזן דעם דעת. נישט טראכטן.
נישט. טראכטן.
א קאלטער שווייס האט אים באגאסן. דער חשבון איז געווען א פשוט'ער, א קאלטער, און א שרעקליכער:
חז"ל זאגן דאך קלאר "ג' באין בהיסח הדעת" וכו' - משיח קומט נאר ווען מען טראכט נישט פון אים. און ווער אין דער וועלט טראכט מער פון משיח'ן ווי משה יוסף? ווער האט אנגעדרייט א גאנצע שטאט מען זאל טראכטן פון אים?
ער האט געקוקט אויף זיין רעקל טאש, וואו עס זענען נאך געלעגן עטליכע צעטלעך וואס שרייען: "געדענק! טראכט פון דער גאולה!"
ער האט געקוקט אויפ'ן עולם וואס טאנצט, און ער האט פארשטאנען די שרעקליכע טראגעדיע: ער, משה יוסף, איז דער גרעסטער שונא פון משיח! ער איז דער מחריב! מיט איין קלאפ איז משה יוסף פון דעם גרעסטן "מביא גואל" פארוואנדלט געווארן אין זיינע אייגענע אויגן אינעם גרעסטן "מעכב הגאולה". "אוי וויי!" האט זיך משה יוסף צעשריגן. קיינער האט אים נישט געהערט אין דעם געפילדער, אבער פאר משה יוספ'ן איז שווארץ געווארן.
ער האט זיך געגעבן א כאפ ביים קאפ און אנטלאפן פון זאל כאילו דער יצר אליין יאגט אים נאך. ער איז ארומגעלאפן אין די גאסן ווי א משוגענער, מורמלענדיג צו זיך אליין: "נישט טראכטן. הער אויף טראכטן. טראכט פון די וועטער, פון דעם פרייז פון אייער, נאר נישט פון... יענעם..."
אבער דא האט זיך משה יוסף געטראפן אין א שרעקליכן פלאנטער. וואס מער ער האט פרובירט נישט צו טראכטן, אלץ מער האט ער געטראכט פארוואס ער טאר נישט טראכטן, וואס דאס האט אים דערמאנט פון וועמען ער טאר נישט טראכטן, וואס דאס האט אים צוריקגעפירט צו דער מחשבה אז ער מוז ברענגען משיח'ן דורך נישט טראכטן פון משיח'ן.
זייט 90
טעקסט
די נעקסטע ּפָאר וואכן זענען געווען א גיהנום אויף דער ערד פאר משה יוסף'ן.
ער האט פרובירט אלעס. ער האט אנגעהויבן ליינען אלטע צייטונגען כדי צו פארשטאפן דעם מוח מיט שטותים, אבער צווישן די שורות האט ער געזען דעם תפקיד. ער האט פרובירט זיך צו לייגן שלאפן, אבער אין חלום איז דער יצר טוב געקומען און אויף אים געשריגן: "משה יוסף! דו טראכטסט שוין ווייטער?! וועגן דיר ליגן מיר נאך אין גלות!" משה יוסף איז ארומגעגאנגען אנע קאפ, די אויגן רויט און איינגעפאלן. מענטשן האבן אים אפגעשטעלט אין גאס און געפרעגט: "משה יוסף, וואס גייט פאר?" אבער ער האט נאר געשאקלט מיט'ן קאפ ווילד. ער האט נישט געקענט ענטפערן, ווייל אויב ענטפערט ער די אמת'ע סיבה דערמאנט ער זיך דאך ווייטער אינעם ענין, און דער גלות-זייגער רוקט זיך ווייטער.
עס איז נישט געווען קיין אויסוועג.
ער האט געמוזט אויפקומען מיט א פלאן, אן ענדגילטיגע לעזונג. ער וועט מוזן שאפן דעם גרעסטן היסח הדעת וואס איז שייך, א רגע וואס דער מוח הערט אויף עקזיסטירן אלס א טראכטנדער כלי.
דעם באשלוס האט ער געמאכט אין א רעגנדיגן דינסטאג.
ער וועט טון א מעשה פון מסירת נפש. ער וועט אריבערלויפן דעם סאמע געפארפולסטן הייוועי, און ער וועט זיך צווינגען צו טראכטן נאר פון איין זאך: דאס גערויש פונעם פארקער. נישט פון קיין מצוה, נישט קיין עבירה, און אוודאי נישט פון דער גאולה. ער וועט מאכן דעם מוח ליידיג. און אין יענעם ברָאכטייל פון א סעקונדע, ווען משה יוסף'ס כוח המחשבה וועט זיין אויסגעשאלטערט, דעמאלט וועט ער זיך קענען אריינכאפן.
מיט עקסטאז איז משה יוסף צוגעלאפן צום
עק גאס. עס איז געווען פינסטער, קארס זענען געפלויגן.
"יעצט!" האט ער געשריגן אין הארצן.
ער האט פארמאכט די אויגן, פארמאכט דעם מח, און געמאכט דעם גורל'דיגן שפרונג אריין אין דעם שווארצן חלל פון היסח הדעת.
א באמפער קלאפ האט זיך געהערט, נאכגעפאלגט מיט גריזשענדע ברעיקס פון א לאסט-אויטא. פאר איין קליינער רגע איז טאקע געווען שטיל. משה יוסף האט מער נישט געטראכט.
עס איז ענדליך געווען א היסח הדעת.
* געציילטע קרובים האבן זיך צוזאמגענומען אויפ'ן פעלד אפגעבן דעם לעצטן פארדינטן כבוד. צווישן די פארזאמלטע האט זיך אויך געפונען אן עלטערע איינזאמע פרוי וואס האט אוועקגעגעבן יארן פון איר לעבן צוזאמצונעמען צדקה ביי חתונות. זי איז ארויסגעקומען מיט די בני משפחה, צוצוזען מיט אירע אייגענע אויגן ווי מען שטעלט אויף די מצבה וועלכע איז טיילווייז פארגעשריבן געווארן דורך איר.
אן ארבעטער פון ביה"ח, מיט א ציגארעטל אין מויל, איז געווען פארטון צו ענדיגן דעם ליים וואס האט צוזאמגעהאלטן די מצבה צו דעם פונדאמענט. ווי נאר ער האט פארענדיגט די ארבעט האט זיך באוויזן די פולע מציבה מיט אירע איינגעקריצטע ווערטער:
פ"נ האברך היקר טמיר ונעלם משה יוסף בן עזריאל שרגא נ"י סבל יסורים הרבה ולא הסיח דעתו מביאת משיח צדקנו אף לרגע שם אמו מרים
זייט 91
טעקסט
א נאכט אין הילבערט'ס האטעל
דורך: אלפא
פון בערמודא האט איר אוודאי געהערט - ער פארמאגט דאך אין זיין באזיץ דעם סאמע גרעסטן דרייעק אין דער וועלט - בערמודַא'ס דרייעק - דארט אויפ'ן אטלאנטיק צווישן פלארידע און פארטא ריקא וואו אלע שיפן ווערן מיסטעריעז פארשוואונדן. מאנכע אומפארגינער לייקענען אז ס'איז זיינס, אבער מיר וועלן זיך דא נישט צוטון מאכן פון די עליטע מאדערנע עקספערטן, נאר אייך נעמען אויף א שפאציר טיף דערין צו א פלאץ וואו מיר באגעגענען גאר מאדנע און אינטערעסאנטע וואונדער. דארט געפינען מיר ספעציעלע חפצים וואס פארמאגן אויסשליסליכע בעלי בתים, א שטייגער ווי אקַאמ'ס רעיזָאר, ניוטָאנ'ס געזעצן,ָ גָאדעל'ס טעָארעמען, ר' ישעי'לעס קאך, קרח'ס לאך, און יואלי לאנדא'ס קרעדיט קארד, אנצוכאפן געציילטע.
אויך ווערן דארטן אקטואליזירט די אלע מאדנע פאראדאקסן און געדאנקען-עקספערימענטן וואס האלטן פילאזאפן פארנומען פאר דורות. איר וועט האבן די געלעגנהייט צו באגעגענען עטליכע פון זיי אין דעם פאלגנדן געשיכטעלע.
אגב, אן אינטערעסאנטע סטרוקטור וואס געפינט זיך אויך דארט, אין צענטער פונעם דרייעק, איז א גרויסער פיראמיד. נישט סתם א פיראמיד, נאר זאגאר מַאסלאו'ס פיראמיד בכבודו ובעצמו, געבויט פון מענטשליכע באדערפענישן אנשטאט קאנווענציאנעלע ציגל און ליים - גאר אן אטראקטיווער פלאץ פאר באזוכער. די פאלגנדע געשיכטע האט זיך אבער אפגעשפילט אין אן איינפאכן האטעל דערנעבן, גערופן הילבערט'ס האטעל.
ליינט און האט הנאה.
הילבערט'ס האטעל איז געווען איבערגעפולט ארעמער גאסט ווארט שוין אין דער רייע זינט דער יענעם אוונט, ווי געווענליך. נישט אז דאס מאכט רענאסאנס עפאכע נישט מער געדאכט, אבער א אסאך אויס פאר די צוקומענדיגע געסט, סיי שטאב מיטגליד פארזיכערט אים, "נישט געזארגט, ווי געפינען די איינגעשטעלטע שטענדיג פלאץ מיר וועלן אראפרוקן יעדן נאר איין צימער און א פאר יעדן מיט די האטעל'ס אומצאליגע צימערן.
צימער וועט ווערן ליידיג פאר אייך." קענט איר זיך אריינטשעקן איז ליבערשט די ערגערע דאגה: די נאר פארשטעלן וואספארא נחמה דאס איז, צו זיין שורה שלענגלט זיך ביז וואו די אויגן טראגן. איין 50'טסן יארצייט וועט ער נאך געוויס שלאפן אינעם
זייט 92
טעקסט
קארידאר אויסווארטנדיג די אויסליידיגונג פון צימער נאך צימער.
דער קארידאר זעלבסט איז אבער בכלל נישט קיין קטלא-קניא אין אזא פאפולערן האטעל. אין זיין צענטער שוועבט ארום - האלב פליעדיג, האלב פארגליווערט - די אור-אלטע זענָא'ס פייל. ס'איז נישט אינגאנצן קלאר אויב זענא אליין האט דאס ארויסגעשאסן אדער א געהילף זיינער, וואס איז זיכער איז אז דער קומט נישט אן אין ערגעץ. האלבע-נאך-האלבע שוועבט ער אזוי אינעם לאנגן קארידאר. די רוימערינס האבן שוין ארומגעשטעלט שיינע לאמפן ארום דעם באצייכענענדיג עס ווי "מאדערנער ַארט", הגם די באגאזש־טראגנדע געסט זעען עס מער ווי א מאדערנער קלאץ אין וועג. אויף דער רעכטער זייט אין ווינקל שטייען אויסגעלייגט א רייע ווענדינג מאשינען - א טרונק ביז דער קרעטשמע כמשמעו. וועמען באגעגנט מען אבער דארט? נישט קיין צווייטן ווי בורידַאנ'ס אייזל. ווי א פארגליווערטע סקולפטור שטייט ער דארט, אן קיין מלאך און אן קיין שווערד, פשוט די דילעמע צווישן פעפסי און קאוק איז אים גדול מנשוא, ער קען נישט מחליט זיין. פארשוואלן פון דארשט, פאראליזירט פון טראכטן, אבער "בעסער אויסגיין פון הונגער ווי זיין איינמאל פאלש" איז זיין אומגעזאגטע הנחה לויט אייזל פארשער. יעדער זאל כמובן אנפרעגן זיין לאקאלן פילאזאף דערויף. * ארט, פארגעקומען אין לַאּבי נומער ∞+1. איין דאס גרויסע געשעעניש פונעם אוונט איז אבער געוויס די גרויסארטיגע ליציטאטיע אויפ'ן
שלימזל'דיגער גאסט, נישט האבנדיג קיין טיקעט אריין צו דער ליציטאציע, האט ּפרָאּפָאנירט צוריקצוגיין אין צייט און הרג'ענען הילבערט'ן, און אזוי ארום אויסמיידן דאס גאנצע עגמת נפש. יענעמ'ס זיידע האט אים אבער שטארק אפגערעדט דערפון צוליב פארשטענדליכע סיבות.
והנה, דער ערשטער אביעקט שטייט גרייט צום
פאדיום. פארזיגלט אין זיין דאק-טעפ קעסטל ליגט די בארימטע שרוידינגער'ס קאץ. דער פארקויפער - מיט א קלארער שטימע און נישט אזא קלארן תוכן - רופט אויס הויך: "דער אביעקט איז גאראנטירט צו זיין לעבעדיג. אדער טויט. אדער ביידע. רעטורן פאליסי? אומזיכער!"
הכלל, אויסער אפאר סייענטיסטן האט זיך די מערהייט עולם ארויסגעשלייכט פון זאל. אנדערע האבן זאגאר געהאט טענות פארוואס א נאריש קעצל פארדינט דין קדימה אינעם גרויסארטיגן אוונט, אבער מר. שרוידינגער פארענטפערט זיך אז אין א פינפטער דימענסיע איז עס גאר פארגעקומען צום לעצט. גיי פארשטיי. קוואנטום מעכאניקס איז שוין געוויס גרינגער.
אביעקט נומער צוויי: די שיף פון טעזעוס. אויב וואונדערט איר זיך וויאזוי אזא מאנסטער איז אריינגעשוואומען אין זאל, איז דער ענטפער פשוט: אין כאן לא שיף ולא טעזעוס, נאר אן איינפאכער הויפן ברעטער, זעגלען, און נעגל באצייכנט מיט אן אויפשריפט: "אויטענטישע חלקים"... דער קאפיטאן שווערט זיך אז דאס איז די ארגינעלע שיף, אבער א גאסט דארט מורמלט זיך אונטער, "אינטערעסאנט, איך האב א טיקעט אויף דער זעלבער שיף געסקעדזשולט פאר א וואך ארום…" באלד דערנאך: רָאסעל'ס טשייניק. "טיי וועט איר קויפן אין ווענדינג מאשין!" שרייט דער ליציטאטאר. "וואס איז זיכער איז אז דער טשייניק דרייט זיך באשטימט אין ָארּביט צווישן ערד און מארס. איר קענט עס נישט זען מאמענטאל, אבער גלייבט מיר אויפ'ן ווארט!" פארענדיגט ער מיט עקסטאז. עמיצער א חכם האקט איבער: "ווי אזוי ווייסן מיר אז עס עקזיסטירט בכלל?" דער פארקויפער, זיכער מיט זיין שטאנד, קלאפט מיט'ן האמערל, "איר זעט עס טאקע נישט, אבער געוויס זעט איר אויך נישט אז עס עקזיסטירט נישט. אויסער דעם, צי ווייסט איר וויפיל קלוגע מענטשן האבן געמאכט טיי דערינען?! און וויסן זאלט איר, דאס גיהנום איז גענוג גרויס פאר אלע לייקענער…"
זייט 93
טעקסט
* צוריק אין האטעל זעלבסט. געוויסע לאנגווייליגע באזוכער האבן דערשנאפט איין זייטיגן צימער מיט א טאוול דערויף "כינעזער צימער" - פילייכט איידער דער טאריף עפאכע… נאכ'ן זיין אומסוקסעספול מיט'ן אנקלאפן איידעלערהייט האט א גאסט פרובירט מיט א פיתקא אונטער דער טיר, און פיין האט עס געארבעט. איינער נאכ'ן צווייטן האבן געסט אנגעהויבן אריינשטופן צעטלען מיט טיפע פראגעס איבער דעם אוניווערס, איבער מעטאפיזיק, און געוויס איבער כינע זעלבסט. די ענטפערס זענען אבער צוריקגעקומען נאך א וויילע: "פארמאכט מאנטאג, קיין פרענטש-פרייס נישטא סיי ווי" … אפגעטון אויף כינעזיש הייסט עס.
אדערווייל אונטן אין קעלער - נישט קיין טיטאניק ראמאנס, נישט קיין טויטע צווישן די פעסער, אבער יא א לעבעדיגע אויסשטעלונג פון פלַאטָאנ'ס הייל.ּ געקייטלטע סקעלעטן אין זייערע זיצן באוואכן אויף שאטנס פון קעניגליכע פארוועלקטע שקלאפן. אינצווישן נעמט זיך איין שיכור'ער מאן יללה'ן, "די שאטן-זופ איז קאלט!" די פארוואלטונג, אין א פרואוו צו בארואיגן די פארשאטנטע געמיטער, האט זאפארט פארשפראכן ווידערגוטמאכונג. קיין געריכטליכע קלאגעס האט זיי נישט געשמעקט אין דער פארשטיקטער הייל.
אינמיטן דעם גאנצן געשעעניש האט א טראגעדיע זיך געשאפן אינדרויסן אין בלומען-גארטן. דער רייניגער איז נארוואס אריינגעפאלן לעבעדיג אין טעיליס' ברונעם, זיך פאר'חלומ'נדיג אין די שטערנס דארט אויבן בשעת זיין רוטינער שפין-געוועב רייניגונג. רעאליטעט האט אים אבער דערלערנט אז נישט אלץ דרייט זיך ארום אבסטראקטיווע קאנסטעלאציעס.
טאקע טראגיש, אבער יודעי דבר ווייסן צו זאגן אז ער איז אומגעקומען בסוף ימיו, כאטש ליידער בחייו.
*
זייט 94
טעקסט
דער געשאפענער כאאס האט זיך באלד אפגעשפיגלט אינערהאלב דעם באל-זאל. שרוידינגער'ס קעצל האט זיך שטארק דערשראקן און אן קיין ווארענונג איז זי ארויסגעשפרונגען פון איר אומדעפינירט קעסטל - איבערקערנדיג ראסעל'ס אנגעבליכן טייערן טשייניק, שיסנדיג ברוכווארג ביז זענא'ס שוועבנדער פייל - און איז ארויפגעלאפן אויף טעזעוס' שיף, וואו זי האט גלייכצייטיג צעבראכן אלע זעגלען. דער אייזל, אינגאנצן צע'חוש'ט, האט זיך אנגעטרונקען אזוי ידי-שניהם'דיג מיט ביידע אין איין שלונג - שיער נישט דערשטיקט.
אין זיין פרואוו צו לינדערן דאס צומישעניש האט דער האטעל אויפזעער אויסגערופן הויך: "אויפמערקזאמקייט, געסט! שרעקט אייך נישט. געדענקט, דאס איז הילבערט'ס האטעל; וויפיל קאטאסטראפעס מיר זאלן נאר האבן, איז שטענדיג דא פלאץ פאר נאך איינס!"
צו שפעט סיי ווי. שאטנס פון פלאטאנ'ס הייל זענען אריינגעפאלן אין גרויסן ווארט-זאל, דער כינעזער צימער האט אנגעהויבן ארויסשפייען גראסערי ליסטעס, און פון הינטערגרונט הערט מען טעיליס ארויסשרייען פון ברונעם, "איך האב אייך געזאגט!"
און פונקט דעמאלט, צו קיינעמ'ס איבערראשונג, האט דער אויפנעמער געמאלדן: "נעקסטער אנקום. א בָאלצמאן הער, דארף א קעניג-גרויס בעט, מארמארענע ווענט און ווייכע מאטראצן, זאפארט רוקט אייך אלע ארויפצו נאך איין מאל."
און די מאסע האט געקרעכצט-אן ענדלאזע קרעכץ.
________________________________ באמערקונג: אויב ווילט איר וויסן פון וואנעט איך ווייס דאס אלעס, ס'איז א לאנגע מעשה, אבער אין קורצן: איך האב מיט א וויילע צוריק זיך אנגעקלאפט אין פַאנדָארַא'ס קעסטל, און איגנארירנדיג אלע ּ ווארענונגען האב איך עס געעפנט…
זייט 95
טעקסט
גלאָסאַר
אקַאמ'ס רעיזאר ָ)s razor'Occam(: דער פרינציפ אז פשוט'ערע הסברים זענען בדרך כלל ריכטיגער ווי קאמפליצירטע.
https://en.wikipedia.org/wiki/Occam%27s_razor
בורידַאנ'ס אייזל )s ass'Buridan(: דער געדאנקען-עקספערימענט אין וועלכן אן אייזל שטארבט פאר הונגער נאכ'ן האבן צוויי הויפנס פון עסן אין פארנט פון זיך און ער האט נישט קיין סיבה אויסצואוועלן איינס מער ווי דעם אנדערן.
https://en.wikipedia.org/wiki/Buridan%27s_ass
בערמודַא'ס דרייעק )Bermuda Triangle(: א געגנט אינעם אטלאנטיק אקעאן )אין פארעם פון א דרייעק( באקאנט דורך לעגענדעס איבער שיפן און עראפלאנען וועלכע ווערן דארט מיסטעריעז פארשוואונדן - א טענה וואס ווערט אוועקגעמאכט דורך וויסנשאפטלער.
https://en.wikipedia.org/wiki/Bermuda_Triangl גָאדעל'ס טעָארעמען )s Incompleteness Theorem’Gödel(: דער געדאנק אז יעדע )לאגישע און
מאטעמאטישע ( סיסטעם האט חלקים וואס זענען נישט זעלבסט בארעכטיגט.
https://en.wikipedia.org/wiki/G%C3%B6del%27s_incompleteness_theorems
הילבערט'ס האטעל )s Hotel'Hilbert(: א געדאנקען עקספערימענט דורך David Hilbert איבער א האטעל מיט אן ענדלאזער צאל פון צימערן, וואו אפילו ווען אלעס איז אנגעפולט איז אייביג דא פלאץ פאר פרישע געסט. עס איז דא ארויסצושטרייכן די קאנטער-אינטואיטיווע נאטור פון אינפיניטי.
https://www.youtube.com/watch?v=OxGsU8oIWjY
זענָא'ס פייל )s Arrow'Zeno(: א פאראדאקס דורך Zeno of Elea איבער וויאזוי באוועגונג )Motion( איז מעגליך, נאך וואס יעדע זאך, כדי אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן, מוז בהכרח אריבערגיין ערשט האלב פון דעם שטח, דאן האלב פון דעם קומענדיגן שטח, און אזוי ווייטער און ווייטער, מאכנדיג עס אוממעגליך אין טעאריע אנצוקומען צום ציל. )פשוט'ער גערעדט פרעגט עס וויאזוי זאכן רוקן
זיך אויב אין יעדער ספעציפישער סעקונדע געפינט זיך עס אויף א באשטימטן פלאץ. (
זע א שנירל אין "קרעמל" דערוועגן: https://kraimel.community.forum/threads/z-ns-prdqs.569/ טעיליס' ברונעם: א לעגענדע איבער דעם גריכישן פילאזאף Thales of Miletus וועלכער איז אנגעבליך אריינגעפאלן אין א ברונעם בשעת'ן אבזערווירן די שטערנס, נישט קוקנדיג וואו ער גייט. כינעזער צימער )Chinese room(: דער געדאנקען-עקספערימענט אז קאמפיוטערס )AI אד"ג( פארשטייען נישט באמת וואס זיי זאגן; ס'איז בלויז ווי איינער פארשפארט אין א צימער זאל
זייט 96
טעקסט
נאכשרייבן כינעזיש לויט פינקטליכע אינסטרוקציעס וואס ער האט פאר זיך.
לַאּבי נומער ∞+1: אן אילוסטראציע פון א צימער וואס איז איינס מער ווי אינפיניטי.
https://en.wikipedia.org/wiki/Chinese_room
מַאסלאו'ס פיראמיד )s’Maslow pyramid(: א פסיכאלאגישע היערארכיע טעאריזירט דורך Abraham Maslow, וועלכע שטעלט אויס אלע באדערפענישן פונעם מענטש לויט זייער וויכטיגקייט.
ניוטָאנ'ס געזעצן: די "געזעצן פון נאטור" )Laws of nature( וועלכע אייזיק ניוטאן האט אנטדעקט און פארמולירט.
https://en.wikipedia.org/wiki/Newton%27s_laws_of_motion
פַאנדָארַא'ס קעסטל ּ)s box'Pandora(: דער גריכישער מיטאס איבער דאס קעסטל וואס פאנדארא
האט געעפנט און דערפון איז ארויסגעקומען אלע שלעכטס אויף דער וועלט.
פלַאטָאנ'ס הייל ּ)Allegory of the cave(: א משל פון Plato וואו מענטשן זענען בלויז ווי ארעסטאנטן
אין א הייל וועלכע פארטוישן שאטנס אלס רעאליטעט.
https://en.wikipedia.org/wiki/Allegory_of_the_cave
ראסעל'ס טשייניק )s teapot'Russell(: אן אנאלאגיע פון Bertrand Russell צו קריטיקירן אומבאזירטע
גלויבונגען. ער טענה'ט אז אן אומזעבארער טשייניק שוועבט ארום אין ספעיס צווישן דער וועלט
אין מארס - גיי פרעג עס אפ.
https://en.wikipedia.org/wiki/Russell%27s_teapot
ר' ישעי'לעס קאך, קרח'ס לאך, און יואלי לאנדא'ס קרעדיט קארד זענען האפנטליך זעלבסט
פארשטענדליך פאר די ליינער.
שיף פון טעזעוס )Ship of Theseus(: א פילאזאפישער פאראדאקס. די שיף איז געווארן
איבערגעמאכט ברעט נאך ברעט און פאסאזשיר נאך פאסאזשיר, איז עס נאכאלץ די זעלבע שיף?
https://en.wikipedia.org/wiki/Ship_of_Theseus
שרוידינגער'ס קאץ )s cat'Schrödinger(: א געדאנקען-עקספערימענט אין קוואנטום מעכאניקס וואו
א קאץ איז פארמאכט אין א קעסטל און זי איז פאטענציעל סיי לעבעדיג און סיי טויט כל זמן מען
אבזערווירט איר נישט.
https://en.wikipedia.org/wiki/Schr%C3%B6dinger%27s_cat
זייט 97
טעקסט
די מעץ קמיעות:
א היסטארישער אנאליז
דורך: אפענער
נאכ'ן איבערטייטשן די סעריע ארטיקלען פון הרב דונער איבער דעם מחלוקת ארום ר' יונתן אייבשיץ )מיסטעריעזע קמיעות, "כוואליעס" 1-7(, בלייבט איין גרויסע שאלה הענגען אין דער לופטן: זענען די חשדות געווען אמת? האט ר' יונתן אייבשיץ טאקע געגלייבט אין שבתי צבי אלס משיח?
דאס איז קלאר אז דער עיקר פאקטאר וועלכער האט אויפגעפלאקערט דאס מחלוקת איז געווען די קמיעות פון ר' יונתן, וואס לויט ווי ר' יעקב עמדין האט גע'טענה'ט, זענען דארט פארהאן קלארע רמזים צו שבתי צבי. אסאך פון די קמיעות זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "שפת אמת ולשון זהורית", אבער אייביג קומט ארויף דער ספק אז אפשר זענען די קמיעות פאלש. דעריבער דארף מען צום ערשט טרעפן קראנטע קמיעות, און דערנאך קען מען דן זיין אויף זייער אינהאלט.
אז מ'רעדט פון קראנטע קמיעות, שווימען צום ערשט ארויף די "מעץ קמיעות", דאס זענען פינף קמיעות וואס ר' שמואל הילמאן - ר' יונתנ'ס פארגייער אלס רב אין שטאט מעץ - האט צוזאמגענומען און געלאזט נָאטַאריזירן ביי די אפיציעלע נָאטַארן מטעם דער קהילה, ווי הרב דונער האט אונז פארציילט אין זעקסטן טייל. אבער פאר מיר גייען אנאליזירן די קמיעות זעלבסט, וועלן מיר איבערגעבן דאס ווארט פאר שניאור זלמן לעהמאן, פראפעסאר אין "ברוקלין קאלעדזש" און לעקטאר אין "ישיבה אוניווערסיטעט", וועלכער האט אנטדעקט דעם אריגינעלן נאטאריזירטן דאקומענט פון מעץ און לייגט קלאר אראפ דאס השתלשלות הדברים ארום זיי:
פון מעץ, איז ער ברייט באקאנט געווארן אלס א
דאס מחלוקת
בעל שם, ד.ה. א מייסטער אין די סודות פון קבלה ר' יונתן אייבשיץ, א בארימטער מקובל, האט וועלכער שרייבט קמיעות. ר' יונתן האט געשריבן געשריבן קמיעות צו העלפן אפהיטן פון בייזע רוחות, קמיעות סיי אין מעץ און סיי אין ארומיגע אידישע קהילות.
באשיצן די וואס זענען אין געפאר - ספעציעל טראגעדיגע פרויען - און היילן קראנקע. שוין אין ווען ער האט פארלאזט מעץ אין 1750 )תק"י( 1743 )תק"ג(, בשעת ער האט געדינט אלס הויפט-רב און זיך געלאזט קיין צפון, האט ער געשריבן און
זייט 98
טעקסט
פארשפרייט קמיעות אין פארשידענע אידישע קהילות, אריינגערעכנט עטליכע אין פראנקפורט. ווען ער איז אנגעקומען קיין אלטאנא )וואס האט
דעמאלט געהערט צום קעניגרייך פון דענמארק( און האמבורג )א פרייע שטאט אין דייטשלאנד( אין סעפטעמבער 1750,
האט ער קוים אויסגעפאקט זיינע זעק ווען קלאנגען האבן זיך שוין פארשפרייט וועגן דעם נייעם הויפט-רב'ס שבתאי'שע נייגונגען. ווי עס שיינט, זענען עטליכע פון די קמיעות געשריבן אין פראנקפורט געוויזן געווארן צו פירנדע רבני'שע געלערנטע אין יענער שטאט, וועלכע האבן זיי באלד באצייכנט אלס שבתאי'ש אין כאראקטער. בריוו פון פראנקפורט זענען געשיקט געווארן צו פריוואטע מענטשן אין אלטאנא און האמבורג, ווארענענדיג זיי וועגן די אפיקורס'ישע נייגונגען פון זייער נייעם הויפט-רב.
ווען די קלאנגען זענען געקומען צו ר' יונתנ'ס אויפמערקזאמקייט, האט ער אפגעווארפן די באשולדיגונגען אלס א ווידער-באנוץ דורך זיינע שונאים פון ענליכע באשולדיגונגען וועלכע זענען געמאכט געווארן קעגן אים אין די 1720'ער יארן )תק"פ-צ(. ר' יונתן האט באהויפטעט אז זיי זענען געווען פאלשע באשולדיגונגען דעמאלט, אזוי ווי זיי זענען יעצט. פונדעסטוועגן, זענען עטליכע מיטגלידער פון דער טריפל-קהילה געווארן אויפמערקזאם איבער א מעגליכער פראבלעם, און זיי האבן באשלאסן צו באאבאכטן ר' יונתנ'ס קמיעות ווי ווייט מעגליך.
עס האט נישט גענומען לאנג ביז א קמיע געשריבן דורך ר' יונתן אין האמבורג איז געפאלן אין זייערע הענט. עס האט זיי אויסגעזען צו זיין שבתאי'ש אין כאראקטער, און זיי האבן זיך סוף-כל-סוף באראטן מיט ר' יעקב עמדין, וועלכער האט צוגעשטימט. די טריפל-קהילה איז נאכאמאל געווארן פול מיט קלאנגען. דער הויפט-רב, ווען מען האט אים געפרעגט, האט דערקלערט אז דאס ווארט וואס האט אויסגעזען פארצושטעלן
ברמז דעם נאמען שבתי, איז באמת געווען א ראשי תיבות פאר א סעריע פון נאכאנאנדיגע ווערטער פון א פסוק. ווען מען האט אים ווייטער געדריקט, האט ער באהויפטעט אז ער האט געשריבן דעם טעקסט אזוי ווי ער האט עס געלערנט פון א בעל שם, אן פארשטיין זיין אמת'ן באדייט. צום סוף האט ער געלייקנט אז ער האט בכלל געשריבן די באטרעפנדע קמיע.
דער אויסברוך פון דעם מחלוקת
זאכן זענען געקומען צו א קלימאקס ווען ר' יעקב איז גערופן געווארן צו א זיצונג מיט פארשטייער פון דעם אידישן ראט פון דער טריפל-קהילה אין אלטאנא אום דינסטאג, דעם 2'טן אין פעברואר, 1751 )ז' שבט תקי"א(. א צווייטע זיצונג איז באשטימט געווארן פאר דאנערשטאג, דעם 4'טן אין פעברואר )ט' שבט(, די זיצונג האט אבער קיינמאל נישט פאסירט. ר' יעקב האט פארשטאנען אז ער גייט קעגן א פאראויס-באשטימטער שפיל; די טריפל-קהילה האט געצילט ריינצואוואשן איר הויפט-רב. דעריבער האט ר' יעקב באשלאסן צו גיין עפנטליך אין יענעם גורל'דיגן דאנערשטאג אינדערפרי. די געפלאנטע זיצונג איז פארשטייט זיך אפגערופן געווארן.
דעם נעקסטן טאג, פרייטאג, דעם 5'טן אין פעברואר )י' שבט(, האט דער אידישער ראט אפיציעל אויפגעלעזט דעם פריוואטן מנין וואס פלעגט פארקומען אין ר' יעקב'ס היים פאר כמעט צוואנציג יאר. קורץ דערנאך, איז ר' יעקב געשטעלט געווארן אונטער הויז ארעסט; אלע פארבינדונגען מיט ר' יעקב איז פארבאטן געווארן. מען האט אים מודיע געווען אז אין זעקס חדשים וועט ער מוזן פארלאזן אלטאנא ּפערמאנענט. נאך יענעם פרייטאג האט ר' יעקב באוויזן ארויסצושיקן בריוו צו עטליכע פון די פירנדע רבני'שע אויטאריטעטן פון יענער צייט: ר' יעקב יהושע פאלק )דער פני יהושע( פון פראנקפורט,
זייט 99
טעקסט
ר' שמואל הילמאן פון מעץ, און ר' אריה לייב פון אמסטערדאם. יעדער פון זיי האט באקומען א סך הכל פון די פאסירונגען וואס זענען פארגעקומען, און א דרינגנדע בקשה פאר הילף. ר' יעקב'ס בקשה איז נישט געפאלן אויף טויבע אויערן.
דער ערשטער וואס האט רעאגירט איז געווען ר' שמואל. נאך איידער דאס עמדין-אייבשיץ מחלוקת האט אויסגעבראכן, איז ר' שמואל געווען פארנומען זאמלען קמיעות געשריבן דורך ר' יונתן. ר' שמואל האט שוין לאנג פארדעכטיגט ר' יונתן אין זיין א שבתאי, און האט געטראפן א באשטעטיגונג צו זיינע חשדות אין די קמיעות. אין ר' שמואל'ס ענטפער צו ר' יעקב'ס בקשה פאר הילף, דאטירט דעם 21'סטן אין פעברואר, 1751 )כ"ו שבט תקי"א(,
שרייבט ער )עדות ביעקב, בלאט 31(:
קודם לאזט מיר זאגן אז ר' יונתנ'ס קמיעות זענען עפנטליך באקאנט דא אין מעץ. נאך פאר מיין אוועקפארן פון מאנהיים, האב איך אנטדעקט אין זיינע קמיעות די זעלבע מיאוס'ע שפראך. ווען איך בין אנגעקומען קיין מעץ, האב איך פארעפנטליכט די זאך דא. מיר האבן אונטערזוכט פיל פון זיינע קמיעות; אלע זענען שבתאי'ש אין כאראקטער. דער אידישער ראט פון מעץ האט דורכגעפירט א רעזאלוציע, מיט מיין אונטערשריפט, פארלאנגענדיג אז אלע אזעלכע קמיעות זאלן איבערגעגעבן ווערן צו די קהילה אויטאריטעטן. די רעזאלוציע איז דורכגעפירט געווארן ... איך וואלט געראטן אז דער אידישער ראט פון מעץ זאל שיקן קאפיעס פון צען פון די מעץ קמיעות - אלס ביישפילן - צום אידישן ראט פון אלטאנא. באמת האבן מיר פיל מער. זאלן זיי בעטן ר' יונתן זיי צו ערקלערן גלייך ווען מען ווייזט זיי אים, אן אים געבן צייט צו געבן אן אויסגעטראכטן ענטפער.
פון דעם בריוו איז קלאר אז די מעץ קמיעות זענען שוין געזאמלט געווארן אין פעברואר 1751 )שבט תקי"א(. די איניציאטיוו איז געקומען פון ר'
שמואל אליין, וועלכער האט געוואלט אויסרייניגן מעץ פון די קמיעות. עס איז אויך ווארשיינליך אז ר' שמואל האט געצילט צו זאמלען באווייזן מיט וועלכע ער האט געהאפט אראפצוברענגען ר' יונתן.
די נאטאריזירטע קמיעות
אין דעם 24'סטן פעברואר, 1751 )כ"ט שבט תקי"א(, האט ר' שמואל געשיקט א בקשה צו ר' אריה לייב פון אמסטערדאם, בעטנדיג אים אריינצוגיין אין דעם קאמף. צוגעלייגט צום בריוו זענען געווען קאפיעס פון די מעץ קמיעות. דאס שיינען צו זיין די ערשטע קאפיעס פון די מעץ קמיעות געשיקט אין דער פרעמד. מען קען פארדעכטיגן אז ארום דער צייט, אפשר פרי אין מערץ, האט ר' שמואל
פארשטאנען )אדער: איז געראטן געווארן( אז עס וואלט
געווען קלוג צו נאטאריזירן אלע קאפיעס פון די מעץ קמיעות וואס ווערן געשיקט אין דער פרעמד. סיידן נאטאריזירט, וואלט ר' יונתן שטענדיג געקענט טענה'ן אז די מעץ קמיעות זענען פעלשונגען. ר' יעקב האט שוין טאקע אנגעוויזן אז ר' יונתן האט געהאט די געוואוינהייט צו ניצן די סטראטעגיע ווען עס האט אים געלוינט. ר' שמואל האט קלוגערהייט נאטאריזירט פינף פון די מעץ קמיעות דורך די צוויי אפיציעלע נאטארן פון דעם אידישן ראט פון מעץ, יצחק איציק קאבלענץ און מרדכי גומפריך ביריע. ביידע זענען געווען פארערער און הייסע שטיצער פון ר' יונתן בשעת זיין טערמין אין מעץ. ר' יונתן וואלט נישט געקענט טענה'ן אז ער איז אריינגעפאלן דורך זיינע שונאים.
דער אקט פון נאטאריזאציע האט פאסירט מיטוואך, דעם 17'טן אין מערץ, 1751 )כ' אדר תקי"א(. אין דער אנוועזנהייט פון די נאטארן, האט א שרייבער קאפירט אויף אן איינציגן בלאט די טעקסטן פון פינף קמיעות געשריבן דורך ר' יונתן, און אנגעצייכנט א קרייז ארום די טעקסטן פון די באזונדערע קמיעות, כדי זיי אפצוטיילן און אפהיטן פון סיי וועלכער מאניפולאציע פון די טעקסטן.
זייט 100
טעקסט
דריי קמיעות זענען אפגעשריבן געווארן, איינע אונטער דער אנדערער, אויף דער רעכטער זייט פון דעם בלאט. די אנדערע צוויי קמיעות זענען געשריבן געווארן, איינע אונטער דער אנדערער, אויף דער לינקער זייט פון דעם בלאט. די נאטארן האבן צוגעלייגט עטליכע צייכענונגען, נומערירנדיג די קמיעות, און אנווייזנדיג צווייפלהאפטע ליינונגען. אונטער די צוויי קמיעות אויף דער לינקער זייט פון דעם בלאט האבן זיי געשריבן אין לשון קודש:
די דאזיגע פינף קמיעות, דריי אויף רעכטס פון אויבן ביז אונטן און צוויי איבער דעם טעקסט, זענען קאפירט געווארן אות ביי אות און שורה ביי שורה פונקט ווי זיי זענען ערשינען אין די אריגינעלע קמיעות וואס זענען געווען אין דעם באזיץ פון פינף באזונדערע מיטגלידער פון אונזער קהילה. זיי האבן זיי
באקומען פון דעם הויפט-רב די אריגינעלע נאטאריזאציע פון די מעץ קמיעות, נאטאריזירט דורך די נאטארן פון מעץ אום
וואס דינט יעצט אין האמבורג. כ' אדר תקי"א. אן איבערזעץ פון די קמיעות געפינט זיך אנהייב פונעם ספר שפת אמת.
מיר האבן אריינגעשטעלט צייכענונגען אין די אויבנדערמאנטע קאפיעס פון די טעקסטן. אלס באווייז, טוען מיר, די אפיציעלע נאטארן פון דער אידישער קהילה פון מעץ, אונטערשרייבן אונזערע נעמען אויף דעם מיטוואך, דעם צוואנציגסטן טאג פון אדר, תקי"א.
יצחק איציק קאבלענץ פון זיא, שמש ונאמן דק"ק מיץ מרדכי גומפריך ביריע, שמש ונאמן דק"ק מיץ
ארום דער זעלבער צייט וואס ר' שמואל האט איינגעארדנט די נאטאריזירטע קאפיעס פון די פינף מעץ קמיעות, האבן ר' אריה לייב פון אמסטערדאם און ר' יעקב יהושע פאלק געשריבן בריוו צו ר' שמואל, באטאנענדיג די נויטווענדיגקייט פאר נאטאריזירטע קאפיעס פון די מעץ קמיעות. אין א בריוו פון י"א אדר תקי"א האט ר' אריה לייב
געשריבן )שפת אמת, דף 42(:
איך בעט מחילה, אבער איין בקשה מוז איך
זייט 101
טעקסט
בעטן פון אייך: שיקט מיר קאפיעס פון די האט געוואוסט וואס ער דארף טון נאך איידער ער קמיעות וואס זענען באשטעטיגט דורך די האט באקומען די בריוו. מיר האבן איצט פאר אונז די אפיציעלע נאטארן פון דער ]מעץ[ קהילה, ווייל אריגינעלע קאפיע פון די מעץ קמיעות, באשטעטיגט די מכשפים וואלטן אפגעלייקנט דאס עדות דורך די אפיציעלע נאטארן פון דער אידישער קהילה פון די מלאכים אויבן, על אחת כמה וכמה דאס אינעם 17'טן פון מערץ, 1751. ווען עס איז קלאר עדות פון די מענטשן דא אונטן!
געווארן אז דאס עמדין-אייבשיץ מחלוקת וועט זיך נישט שנעל אויסלייזן, און אז איר סוף וועט מסתמא ענליך, אין א בריוו פון ה' ניסן תקי"א, האט דער פארקומען אין ציווילן געריכט )אריינציענדיג מעגליך די פני יהושע אנגעוויזן ר' שמואל ווי
פאלגנד )שפת אמת, דף 43(:
כאטש איך האב קיין שום ספק נישט וועגן דער זאך ]פון ר' יונתנ'ס שולד[ - עס איז מיר געווען באקאנט פריער און איצט נאך מער - דאך, וויבאלד אלע מיטגלידער פון זיין קהילה פאלגן אים און זענען אים איבערגעגעבן, טענה'נדיג אז זיינע שונאים זוכן נאר אן אויסרייד צוליב קנאה אים צו שעדיגן, וועט איר פארשטיין ווי וויכטיג עס איז אז וואס איר שיקט זאל זיין אומצווייפלהאפטיג באשטעטיגט. עס מאכט נישט אויס צי עס איז דורך עדות געזאמלט דורך א בית דין, אדער דורך דעם אידישן ראט, אדער דורך די אפיציעלע נאטארן פון דער קהילה. דער טעקסט ]וואס באגלייט די קמיעות[ מוז זאגן: די קמיעות זענען פינקטליכע קאפיעס פון די האנטגעשריבענע אריגינאלן פון ר' יונתן. גארנישט איז געטוישט געווארן.
עס זעט אויס אז ר' שמואל די לעגאלע נאטאריזאציע פונעם דאקומענט אין פראנצויזיש, גע'חתמ'ט כ"ט חשון תקי"ב
זייט 102
טעקסט
רעגירונגען פון דענמארק, דייטשלאנד, אדער פראנקרייך(, איז
געווארן נויטיג צו נאטאריזירן די מעץ קמיעות פאר א מעגליכן ציווילן געריכט פראצעס. דאס איז געטון געווארן מיטוואך אינדערפרי, כ"ט חשון תקי"ב. די צוויי אפיציעלע נאטארן פון דער אידישער קהילה אין מעץ האבן נאכאמאל באשטעטיגט די אויטענטישקייט און פינקטליכקייט פון דעם 17'טן מערץ דאקומענט, ווי אויך פון א צווייטער קאפיע "אויף געשטעמפלטן פאפיר" וואס האט, ווי עס שיינט, נישט איבערגעלעבט.
קאפיעס פון די נאטאריזירטע קמיעות זענען ברייט פארשפרייט געווארן דורך ר' שמואל. א קאפיע איז אנגעקומען צו ר' אריה לייב פון אמסטערדאם ביים אנהייב פון אפריל 1751 )ניסן תקי"א(. אנדערע קאפיעס זענען געשיקט געווארן קיין האמבורג, פראנקפורט, און אנדערע ערטער. די ווירקונג איז געווען א באלדיגע און אן עפעקטיווע; ר' יעקב'ס באשולדיגונגען האט מען מער נישט געקענט אפלייקענען.
נאך מער איינפלוסרייך איז געווען די ערשיינונג אין דרוק פון די נאטאריזירטע מעץ קמיעות אינעם ספר "שפת אמת ולשון זהורית", געדרוקט ווארשיינליך אין אמסטערדאם אין 1752. דער גאנצער אריגינעלער דאקומענט איז געדרוקט געווארן אויף א צוזאמענגעלייגטן בלאט צווישן די ערשטע בלעטער פון דעם באנד. דערנאך איז געקומען א דעשיפרירטע טראנסקריפציע פון דעם טעקסט פון יעדער קמיע, מיט פירושים. דער אנגעבליכער שבתאי'שער כאראקטער פון די קמיעות איז איצט געווארן אנטפלעקט פאר
אלעמען צו זען. )כאטש דער ספר ווערט אפט צוגעשריבן צו ר' יעקב עמדין, איז דער נאמען פון דעם מחבר/רעדאקטאר פון "שפת אמת" אומבאקאנט. לעצטנס פארעפנטליכע מאטעריאלן טוען פארשלאגן אז דער מחבר איז געווען נחמיה ריישער, אן אנטוישטער אייבשיץ אנהענגער וואס איז געווארן א פארערער פון ר' יעקב עמדין.(
די נאטארן
אין זיין פרואוו אונטערצוגראבן דעם צוטרוי פון די קעגנער פון ר' יונתן )און נייטראלע אבזערווירער( אין די נאטאריזירטע מעץ קמיעות, האט ר' יונתן באהויפטעט אז די צוויי אידישע באאמטע וואס האבן נאטאריזירט די קמיעות האבן דאס געטון קעגן זייער ווילן. באמת זענען זיי טאקע געצוואונגען געווארן דאס צו טון קעגן זייער ווילן א צווייט מאל, אין דער אנוועזנהייט פון דעם פראקוראר du Roy. עטליכע בריוו ווערן געברענגט אין "לוחות עדות" וואס זאגן אז מרדכי גומפריך איז "געצוואונגען געווארן" צו נאטאריזירן די מעץ קמיעות )לוחות עדות דף 3, 5, 15-16(. אין דער טענה איז געווען באהאלטן א רמז אז גומפריך האט נאטאריזירט א טעקסט וואס ער האט געוואוסט איז פאלש אדער געפעלשט. ר' יעקב, אין זיין קריטיק אויף "לוחות עדות", האט ריכטיג באמערקט אז די נאטארן זענען געווען פארערער פון ר' יונתן וואס האבן אים זיכער נישט געוואלט שעדיגן. זיי האבן פולקאם פארשטאנען דעם באדייט פון די מעץ קמיעות און האבן זיי טאקע נאטאריזירט קעגן זייער ווילן. זיי האבן נישט מאניפולירט די טעקסטן פון די קמיעות; זיי האבן אויך נישט געמיינט אז עמיצער אנדערש האט דאס געטון. זיי האבן פשוט געפאלגט די באפעלן פון דעם הויפט-רב און די באאמטע פון דעם אידישן ראט פון מעץ, און האבן נאטאריזירט די קמיעות. זיי האבן דאס געטון ערליך און פינקטליך.
אז ר' יעקב האט ריכטיג פארשטאנען דעם "געצוואונגענעם" כאראקטער פון די אידישע נאטארן איז קלאר פון א פריער אומפארעפנטליכן
בריוו פון גומפריך )גחלי אש ח"ב, דף 117-118(. אין
איבערזעצונג ליינט זיך דאס אזוי:
דאס איז צו לאזן וויסן אלעמען וועגן מיין אונטערשריפט, און דער פון מיין קאלעגע ר' איציק שמש, אויף די קמיעות וואס די באאמטע פון דעם אידישן ראט פון מעץ האבן קאפירט
זייט 103
טעקסט
דורך זייער שרייבער. איך האב נאר וואס געזען א בריוו פון דעם גאון ר' יעקב יהושע, הויפט-רב פון פראנקפורט דמיין. ער האט געזען א בריוו פון האמבורג וואס זאגט אז ר' גומפריך שמש פון מיץ האט געשריבן צו זיי אז ער איז געצוואונגען געווארן אונטערצושרייבן זיין נאמען אויף די דערמאנטע קמיעות. וויל איך דעריבער מודיע זיין אז מיין זכרון איז אז איך האב געשריבן צו א תלמיד אין האמבורג מיט'ן נאמען ליב פרעשבורג ווי פאלגנד: "איך האב געהערט אז מיין רבי און לערער ]ר' יונתן אייבשיץ[ איז געווען ברוגז אויף מיר פאר'ן אונטערשרייבן די קמיעות. איך קען נישט גלייבן אז דאס איז אמת, ווייל ער ווייסט דאך אז איך בין דער נאטאר פון דער אידישער קהילה ]פון מעץ[. וואס זיי באפעלן מיר צו טון, מוז איך טון." איך האב זיכער קיינמאל נישט געשריבן אז איך בין געצוואונגען געווארן אונטערצושרייבן. פונדעסטוועגן, וויבאלד מענטשן קענען פארגעסן, אויב האב איך טאקע געשריבן אז איך בין געצוואונגען געווארן אונטערצושרייבן, איז מיין כוונה געווען ווי באשריבן אויבן. אבער מיין הארץ זאגט מיר אז איך האב קיינמאל נישט געשריבן דאס ווארט "געצוואונגען". אויסער דעם, האב איך נישט דערמאנט קיין שום זאך וואס האט א שייכות מיט די קמיעות.
געשריבן מיטוואך, ג' תשרי תקי"ב לפ"ק, מרדכי גומפריך ביריע, שמש ונאמן דק"ק מיץ יע"א גומפריכ'ס זכרון איז טאקע געווען אומפעלערהאפטיג. זיין אריגינעלער בריוו צו לייב פרעסבורג איז פארעפנטליכט געווארן אין 1755 דורך ר' יונתן אליין! )לוחות עדות, דף י"ו( עס פארמאגט נישט קיין דערמאנונג פון זיין "געצוואונגען" צו נאטאריזירן די קמיעות.
די טראנסקריפציע פון די קמיעות
וויבאלד, ווי מיר וועלן זען, האט ר' יונתן
מערער געווען אויף דער פינקטליכקייט פון דער טראנסקריפציע פון די נאטאריזירטע מעץ קמיעות ווי פארשפרייט דורך ר' שמואל און ווי געדרוקט אין "שפת אמת", איז אונזער באלדיגע אויפגאבע צו פארגלייכן דעם אנטדעקטן אריגינעלן טעקסט פון די נאטאריזירטע מעץ קמיעות מיט דער געדרוקטער ווערסיע. די געדרוקטע ווערסיע אנטהאלט אסאך דרוקער-טעותים, און כמעט אלע פון זיי זענען פארראכטן געווארן אין דער רשימה פון פארריכטונגען געדרוקט אין סוף פון דעם באנד. ווען די פארריכטונגען ווערן אריינגעשטעלט - און די פארריכטונגען געפינען זיך אין יעדער קאפיע פון דעם געדרוקטן באנד - זענען די חילוקים צווישן דעם אנטדעקטן אריגינעלן טעקסט און דער געדרוקטער ווערסיע אומבאדייטנד.
די אנטדעקונג פון דעם אריגינעלן טעקסט ערלויבט אונז צו זאגן קלאר און דייטליך אז די רעפראדוקציע פון די נאטאריזירטע מעץ קמיעות אין "שפת אמת" איז - פאר אלע פראקטישע צוועקן - א פולקאמע קאפיע פון דעם אריגינעלן דאקומענט. די איינציגע זאך וואס מען קען נאך צווייפלען - ווי ר' יונתן וועט טאקע טענה'ן - איז איבער דער אריגינעלער טראנסקריפציע דורך דעם שרייבער וואס האט קאפירט די אלע קמיעות אויף איין בלאט אינעם 17'טן אין מערץ, 1751. ליידער עקזיסטירן שוין מער נישט די אריגינעלע קמיעות, און אט די באזונדערע טענה פון ר' יונתן קען נישט אויפגעוויזן אדער אפגעווארפן ווערן. אלעס וואס מיר ווייסן איז אז די אידישע באאמטע וועלכע האבן נאטאריזירט דעם דאקומענט זענען איבערצייגט געווארן אז עס איז א פינקטליכע טראנסקריפציע פון די אריגינעלע קמיעות.
ר' יונתנ'ס רעאקציע
דער מערסט אנגעזעענער מיטגליד צווישן די קעגנער פון ר' יונתן איז נישט געווען ר' יעקב עמדין פון אלטאנא, נישט ר' שמואל הילמאן פון מעץ, און
זייט 104
טעקסט
נישט ר' אריה לייב פון אמסטערדאם. כאטש זיי האבן געפירט דעם קאמף קעגן ר' יונתן אין זיינע ערשטע שטאפלען, האבן זיי עווענטועל אפגעטראטן פאר ר' יעקב יהושע פאלק פון פראנקפורט, באקאנט אלס דער "פני יהושע". פון אפריל 1751 )ניסן תקי"א( ביז זיין פטירה אין דעם 16'טן פון יאנואר 1756 )י"ד שבט תקט"ז(, האט דער פני יהושע געפירט דעם קאמף קעגן ר' יונתן.
זייענדיג א קלוגער סטראטעגיסט, האט ער אנגעהויבן דורך שאפן א קאאליציע פון דייטשע רבנים קעגן ר' יונתן. דער ציל איז געווען צו אפזונדערן ר' יונתן, און דאן אים צווינגען צו ערשיינען פאר א אידישן בית דין. דארט וואלט ער אדער ריינגעוואשן געווארן אדער געפונען געווארן שולדיג. אויב געפונען שולדיג, וואלט ער געקענט "רעהאביליטירט" ווערן, און מיט דעם האט דער פני יהושע געמיינט אז ר' יונתן וואלט באקומען די געלעגנהייט תשובה צו טון; אויסצודריקן אמת'ע חרטה פאר די זינד פון זיין פארגאנגענהייט און אננעמען אויף זיך די תשובה וואס דער בית דין וואלט פארגעשריבן.
אבער ר' יונתן האט זיך נישט געאיילט צו ערשיינען פאר'ן בי"ד. אנשטאט דעם האט ער זיך אריינגעלאזט אין א שארפזיניגן קאמף קעגן דעם פני יהושע און זיין רבני'שער קאאליציע. צום סוף האט דער פני יהושע פארעפנטליכט א סעריע פון בריוו און צעטלען קעגן ר' יונתן, דראענדיג "אראפצונעמען זיין סמיכה" אויב וועט ער זיך ווייטער אנטזאגן פון ערשיינען פאר א רבני'שן בית דין. אין יענע בריוו דערמאנט דער פני יהושע קלאר די נאטאריזירטע מעץ קמיעות, זאגנדיג קלאר אז זיי ווייזן אויף ר' יונתנ'ס שולד. נאכמער, האט דער פני יהושע דארט גע'טענה'ט, אויב די קמיעות קענען ערקלערט ווערן אויף אן אנדער אופן, פארוואס האט ר' יונתן דאס נישט געטון אין דרוק? אין 1755, נאכדעם וואס ר' יונתנ'ס סמיכה איז "אראפגענומען געווארן" דורך דעם פני יהושע,
האט ער ענדליך באשלאסן אנצונעמען דעם פני יהושע'ס אויפפאדערונג. ער האט פארעפנטליכט זיין ספר "לוחות עדות" אין אלטאנא, וואס דאס איז דאס איינציגע בוך אדער פאמפלעט וואס ר' יונתן האט פארעפנטליכט וועגן דעם מחלוקת. אונזער אינטערעס דא וועט זיין אויסשליסליך איבער זיינע באמערקונגען וועגן די פינף נאטאריזירטע קמיעות פון מעץ.
ר' יונתן האט מודה געווען אז ער האט זיי געשריבן, אבער האט שארף געלייקנט זייער שבתאי'שן כאראקטער. וועגן דעם טעקסט פון די קמיעות, האט ר' יונתן אנגעמערקט אז אין דער צייט וואס ער האט זיי געשריבן האט ער געליטן פון אן אויגן-קראנקייט, און האט קוים געקענט זען וואס ער שרייבט. אויך זענען די קמיעות געשריבן געווארן אין אותיות מרובעות, א שריפט וואס ער איז נישט געווען געוואוינט צו ניצן. אויסער דעם האט דער אפניץ פון די קמיעות - וועלכע זענען אריבער פון האנט צו האנט און געטראגן געווארן אויף פארשידענע טיילן פונעם קערפער - אויך געהאט א ווירקונג אויף דעם געשריבענעם טעקסט. צוליב די אלע סיבות, האט ר' יונתן גע'טענה'ט, איז נישט קיין וואונדער אז דער שרייבער וועלכער האט קאפירט די קמיעות האט פאלש פארשטאנען געוויסע העברעאישע אותיות, ספעציעל די וואס זעען אויס ענליך, ווי ב' און כ', ד' און ר', און אזוי ווייטער. טייל פון די שינויים, האט ר' יונתן פארגעשלאגן, זענען מעגליך געמאכט געווארן מיט כוונה, און זיי האבן ערלויבט זיינע שונאים צו פאלש ליינען די קמיעות ווי שבתאי'שע תפילות.
אויב מען רעכנט צוזאמען אלע פארדרייאונגען וואס ר' יונתן האט ספעציפיש באמערקט אין "לוחות עדות", מאכן זיי אויס א האנטפול פון פאלש-קאפירטע אותיות. אין דער ווירקליכקייט טוט דאס אויפווייזן אז אין מערסטנס טייל שפיגלען די נאטאריזירטע מעץ קמיעות ריכטיג אפ וואס ר' יונתן האט געשריבן. לויט ר' יונתנ'ס אייגענער
זייט 105
טעקסט
הודאה האבן די נאטאריזירטע מעץ קמיעות נישט מומחים אין קבלה; עס האט נישט געדארפט זיין פארבונדן מיט דעם פריערדיגן אדער נאכפאלגנדן צוגעלייגט אדער אוועקגענומען פון די אריגינעלע ווארט. לויט ר' יונתן, זענען זיינע קעגנער וואס האבן טעקסטן געשריבן דורך ר' יונתן, נאר ענליך-געליינט יעדע קמיע ווי א פארבונדעטער טעקסט )און אויסזעענדע אותיות זענען פאלש פארשטאנען
דא ספעציפיש, ווי א תפילה געוואנדן צו גאט, מיט דערמאנונג
געווארן.
פון זיין משיח שבתי צבי( געווען פשוט אומוויסנד אין די טראץ דעם פני יהושע'ס פאדערונג אז אלע פינף סודות פון קבלה. עס איז גענוג דא צו באמערקן אז, מעץ קמיעות זאלן ערקלערט ווערן, האט ר' יונתן אין איינקלאנג מיט זיין אלגעמיינעם צוגאנג, האט אויסגעוועלט צו קאמענטירן פולשטענדיג נאר ר' יונתן נישט געזען קיין פארבונדענע ווערטער אין אויף איינער פון די קמיעות, די פינפטע קמיע. נאכ'ן דער קמיע אויף וועלכער ער האט אויסגעוועלט צו פארשטעלן א האנט-געצייכנטע קאפיע פון דער קאמענטירן, פונדעסטוועגן, איז עס ערשטוינענד אז קמיע, האט ר' יונתן צוגעשטעלט זעכצן זייטן פון ער דערמאנט נישט דעם פאקט אז אויב מען ליינט ערקלערונגען פאר די פערצן ווערטער פון דער קמיע.
זייגער-ווייז פון דעם אונטערשטן דרייעק פון דער פאר אונזערע צוועקן, איז וויכטיג צו באמערקן אז ר' קמיע, אנטדעקט מען די ערשטע זיבן ווערטער פון יונתנ'ס האנט-געצייכנטע קאפיע פון דער קמיע איז ישעיה ט:ה אין סדר, א משיח'ישער פסוק פון נישט כמעט אידענטיש מיט דער נאטאריזירטער קאפיע, קיין קליינער באדייטונג.
נאר צוויי אונטערשיידן באווייזן זיך, איינער פון נאך אלעם איז די פראגע פון פארבונדעטער וועלכע איז אומבאדייטנד.
טעקסט די הויפט פראגע בנוגע די מעץ קמיעות פיל מער באדייטנד איז געווען ר' יונתנ'ס טענה און דעם עמדין-אייבשיץ מחלוקת. טראץ וואס די איבער ווי אזוי די קמיעות דארפן געליינט ווערן. די געפונענע אריגינעלע קאפיע פון די נאטאריזירטע
מעץ קמיעות )און אלע אנדערע וואס ער האט געשריבן(
מעץ קמיעות קען נישט אליין לייזן די פראגע, טוט האבן לויט ר' יונתן נישט געזאלט געליינט ווערן ווי דער טעקסט וואס זי שטעלט פאר אונטערשטיצן פארבונדעטע טעקסטן. יעדעס ווארט איז א שם, עמדינ'ס טענה אז די קמיעות האבן געזאלט געליינט וואס זיין אמת'ער באדייט איז באקאנט נאר צו ווערן ווי פארבונדעטע טעקסטן.
ביז דא איז א פרייע איבערזעצונג פון די ווערטער פון פראפעסאר לעהמאן.
G
זייט 106
טעקסט
דער אינהאלט פון די קמיעות
יעצט אז מיר האבן א הודאת בעל דין פון ר' יונתן אז ער האט טאקע געשריבן די קמיעות מער ווייניגער
כמות שהם, בלייבט נאר איבער אריינצוקוקן אין די העתקות און זען וואס דארט שטייט. מיר וועלן מעתיק
זיין דעם נוסח הקמיע וויאזוי עס געפינט זיך אין דעם פריש-אנדעקטן דאקומענט, און דערנאך אנגעבן וויאזוי
עס ווערט אפגעליינט אינעם ספר שפת אמת. מ'דארף בכלל נישט זיין א גרויסער בקי און קבלה צו קענען
אפליינען די קמיעות, מ'דארף בלויז וויסן וויאזוי מטוישט אויף אותיות אין א"ת ב"ש. כדי צו פארגרינגערן לייג
איך דא א טבלא פאר רעפערענס:
די ערשטע קמיע:
די קמיע האט ר' יונתן געגעבן פאר דער ערשטער ווייב פון הקצין ר' יזובל בן פו"מ ]=פרנס ומנהיג[ ר' פייבש הכהן פון מיץ. דער גוף הקמיע ליינט זיך ווי פאלגנד:
בשם יצוה אכהי יבראל הבוכנ בתפארת עוזף יחיד ממציא כך מציתות אהלי מביחף גאונו קבבתיקא הביק אשג ברוח פיף ימיא גשעל אכהי כל עולמימ נאהלים ברפאימ יהורים בר ברו עשוים וכל יתדות המשכן נחשת ברזל אני גוזג ופוקק על כך רוחין נגעי ופגעי בנמ תדמ וכל ס סטרא מסתבת נחשימ שלא יזידו בשומ נזק וכאב וצער ונחש וקסמ להאשה נובאא קמיע זף למעט יתגדל ויתדדש שמ אכהמיבראך ושמ הבית בבתיק בעולמ כל נבובכי לומפאי אחיקיע איל העל שעס שת מעי לקר רק שברא בר אל אל מלת כאח שי פהה
זייט 107
טעקסט
די קמיע איז געשריבן געווארן אויף אן אופן אז טייל אותיות זענען אויפגעטוישט געווארן אויף א"ת ב"ש, און נאכ'ן דעשיפרירן ליינט זיך עס ווי פאלגנד:
בשם ידו"ד אלהי ישראל השוכן בתפארת עוזו יחיד ממציא כל מציאות אלהי משיחו נאמנו )ק( שבתי )קא( צבי )ק( אשר ברוח פיו ימית רשע )ל( אלהי כל עולמים נאצלים ברואים יצורים בדברו1 עשוים וכל יתדות המשכן נחשת ברזל אני גוזר ופוקד על כל רוחין נגעי ופגעי בני אדם וכל )ם( סטרא מסאבא נחשים שלא יזיקו בשום נזק וכאב וצער ונחש וקסם להאשה נושאת קמיע זו למען יתגדל ויתקדש שם אלהי ישראל ושם צבי )ת( שבתי )ק( בעולם אינעם המשך פונעם קמיע שטייט דער פסוק כִּי ֹלא נַחַׁש בְּיַעֲקֹב וְֹלא קֶסֶם בְּיִשְׂרָאֵל כָּעֵת יֵָאמֵר לְיַעֲקֹב ולְיִשְׂרָאֵל מַה פָּעַל אֵל ּ)במדבר כג:כג(, אבער די אותיות זענען צעמישט; קודם דער ערשטער אות פון יעדן ווארט, נאכדעם דער צווייטער אות, און אזוי ווייטער ביז צום סוף, חוץ איינצלנע אותיות וואס זענען בטעות ארויסגעפאלן. נאכדעם האט ער געטון די זעלבע זאך מיט'ן פסוק מְכַשֵּׁפָה ֹלא תְחַיֶּה )שמות כב:יז(.
)דער שפת אמת טענה'ט אז די אותיות אריינגעווארפן דא-דארט וואס האבן נישט קיין הסבר, זענען דירעקט אריינגעלייגט געווארן צו צעמישן דעם ליינער אז מ'זאל נישט קענען אויסליינען די קמיע. דאס איז עפעס וואס חזר'ט זיך איבער אויך אין די אנדערע קמיעות, בפרט ארום דעם נאמען פון שבתי צבי. נאך שרייבט ער אז דאס וואס אין דעם אויספיר שטייט 'צבי' פאר שבתי איז בכוונה: "כי כך מקובל מליבלי פרוסטיץ ימ"ש, נביא שקר של אותו הכת, וכן נמצא בכתבים שלו שהביאו ליד הגאונים וז"ל, 'שכשיתגדל שמו יהיה שם צבי עיקר ושבתי טפל'. יעקר משורש גזעם וימח זכרם מהארץ."(
די צווייטע קמיע:
די קמיע האט ר' יונתן געגעבן פאר ר' משה בן פו"מ ר' פייבש שפייאר פון מיץ. דער גוף הקמיע ליינט זיך ווי פאלגנד:
בשם יהפה אכהם יבראך הבוכט בתפאגת עוזף יחיד מיוחד ביחפד עכיונ ובשרב הנעלם אכהם מבמחף זבבתי הבםי אשר בחברתו נרפת לנף וברוח פמף ימית רבע אני גוזג על כך רוחיט מזידיט נגעם ופגעם בני אדי שלת יזיקפ בשומ נזד צער פחק בהלה וכובד לבב שבעולם לנושת קמיע זף מבצ בן מרמם וכה כשינעו מרל אים הקלי מארורירך וצה או
אויך די קמיע איז געשריבן טיילווייז אין א"ת ב"ש און ווערט דעשיפרירט ווי פאלגנד:
בשם ידו"ד אלהי ישראל השוכן בתפארת עוזו יחיד מיוחד ביחוד עליון ובשורש הנעלם אלהי משיחו
1( אין דעם העתק הקמיע שטייט "ברברו", מיט א ר', אבער דאס איז כמעט ברור א ד' וואס אדער ר' יונתן אדער די מעתיקי הקמיע האבן בטעות פארטוישט.
זייט 108
טעקסט
)ז( שבתי צבי )י( אשר בחברתו נרפא לנו וברוח פיו ימית רשע אני גוזר על כל רוחין מזיקין נגעי ופגעי בני אדם
שלא יזיקו בשום נזק צער פחד בהלה וכובד לבב שבעולם לנושא קמיע זו משה בן מרים
נאכדעם איז געשריבן דער פסוק וְרָאּו כָּל עַמֵּי הָָארֶץ כִּי שֵׁם ה' נִקְרָא עָלֶיָך וְיָרְאּו מִמֶָּך ּ)דברים כח:י(, אויפ'ן
זעלבן מהלך ווי די פאריגע קמיע. אויך דא פעלן איינצלנע אותיות.
אינמיטן דעם מגן דוד שטייט: חותם מבד זשב אמל הן ם בם, וואס דער שפת אמת איז מפענח אלס "חותם
מ'שיח ב'ן ד'וד )ז( שבתי )ל( צ)ןם(בי".
די דריטע קמיע:
די קמיע האט ר' יונתן געגעבן פאר ר' אברהם בן אורי ווייבש חלפון פון מיץ. דער גוף הקמיע ליינט זיך ווי פאלגנד:
בשם יצוה אכהם יבראל הבוכט בתפתרא עוזף יחיד ומיוחד בברב העליפן ונעלם לעולם אכהימ משמחף ק בתי ל הבי ן הקדוש אני גוזר עך כל ממונים על הפחד ושהכה שלא יבהילף ושלת יעשו ויגרמו פחק בשום זמנ הן ביום וצנ בלילה לנושא קממע זף אבגצמ בט אורמ פויישב למען יתקדש שי אכהי ישרתל אכהם יק בבתי ן ל הבי ג לתמלויי אי פי מעו רחל חומ אדה צפם
אויך די קמיע איז געשריבן געווארן אין א"ת ב"ש און ווערט דעשיפרירט ווי פאלגנד:
בשם ידו"ד אלהי ישראל השוכן בתפארת עוזו יחיד ומיוחד בשרש העליון ונעלם לעולם אלהי )מ( משיחו )ק(
שבתי )ל( צבי )ן( הקדוש אני גוזר על כל ממונים על הפחד ובהלה שלא יבהילו ושלא יעשו ויגרמו פחד בשום
זמן הן ביום והן בלילה לנושא קמיע זו אברהם בן אורי ווייבש למען יתקדש שם אלהי ישראל אלהי )יק( שבתי
)ן( )ל( צבי )ג(
נאכדעם שטייט דער פסוק ֹלא תִירָא מִפַּחַד לָיְלָה מֵחֵץ יָעּוף יֹומָם )תהלים צא:ה( אינעם אויבדערמאנטן סדר.
אין דעם מגן דוד שטייט חותם אכהמי ישראל, וואס מיינט חותם אלהי)י( ישראל. ביי די צוויי זייטיגע
אונטערשטע שפיצן שטייט הבין בבתיל, וואס מיינט צבי )ן( שבתי )ל( און אונטן שטייט מביד, וואס מיינט
מ'שיח ב'ן ד'וד מיט אן איבריגן י'.
זייט 109
טעקסט
די פערטע קמיע:
די קמיע האט ר' יונתן געגעבן פאר הילד אברהם בן מאיר טרעני פון מיץ. דער גוף הקמיע ליינט זיך ווי פאלגנד:
בשם יצוה אכהי יבראך אכהם מבמחף ה בבתמ ל הבמ יל אשר ברוח פיף ימית רשע ע אני גוזר עך כך ממונימ ורוחיט ופגעים ונגעים בישין ויתדות המשכן נחשת אל יזידו בשום נזק ועיט הרע לילד הזה נושא דמיע זף למעט יתגדל שמף שך אבהי יבראך ומביחף בבתמ י הבמ י בעולם
אויך די קמיע איז געשריבן געווארן אין א"ת ב"ש און ווערט דעשיפרירט ווי פאלגנד:
בשם ידו"ד אלהי ישראל אלהי משיחו )ה( שבתי )ל( צבי )יל( אשר ברוח פיו ימית רשע )ע( אני גוזר על כל ממונים ורוחין ופגעים ונגעים בישין ויתדות המשכן נחשת אל יזיקו בשום נזק ועין הרע לילד הזה נושא קמיע זו למען יתגדל שמו של אלהי ישראל ומשיחו שבתי )י( צבי )י( בעולם אינעם מגן דוד שטייט בבתי הבבתמה, וואס מיינט שבתי צב)בת(י)ה(.
די פינפטע קמיע:
די קמיע האט ר' יונתן געגעבן פאר'ן קינד פון ר' מרדכי לוי, דער שמש פון די גובים פון מיץ. די קמיע האט נישט קיין לענגערן נוסח, בלויז א מגן דוד מיט ווערטער אינדערמיט.
אנדערש ווי די אנדערע קמיעות, האט דער שפת אמת דא פרובירט
זייט 110
טעקסט
אריינצולערנען פשט אויך אין די איבערגעבליבענע אותיות, אזוי אז יעדער אות פון דעם קמיע זאל ווערן
פארטייטשט.
• דער פסוק יֶלֶד יֻלַּד לָנּו בֵּן נִתַּן לָנּו )ישעיה ט:ה(, א פסוק וואס האט צוטון מיט משיח, איז צעווארפן
ארום דער קמיע.
• אינעם צענטער פונעם מגן דוד שטייט חותם מבד, וואס מיינט משיח בן דוד, בבתמים, וואס מיינט
שבתי)ים(, די צוויי איבריגע אותיות זענען די ר"ת פון מ'לך מ'שיח )י' איז אין א"ת ב"ש(.
• אין דעם רעכטן אונטערשטן שפיץ שטייט הבמן, וואס מיינט צבי מיט אן איבריגן נ'.
• אט דער איבערגעבליבענער נ' איז א ג' אין א"ת ב"ש, וואס איז זיך מצרף צום נדיכש פון אויבן, וואס
איז צוזאמען "נגדיכש", די ר"ת פון נָא גִּבֹור דֹורְשֵׁי יִחּודְָך כְּבָבַת שָׁמְרֵם. • דער שם יבק איז דא דריי מאל אין דער קמיע.
גלייך מיט'ן ערשטן בליק איז קלאר אז די איינצענע ווערטער אין און ארום דעם מגן דוד פון די
אויבנדערמאנטע קמיעות זענען די שוואכערע זייט פון דער הוכחה, טאקע וויבאלד זיי זענען איינצלנע
ווערטער און ס'איז גרינג זיך צו דינגען איבער זייער ריכטיגן באדייט. אבער די לענגערע נוסחאות ליינט זיך
ווי איין המשך און עס איז נישט שייך מסופק צו זיין וואס די כוונת הכותב איז געווען. און דערפאר איז נישט
קיין וואונדער אז ווען ר' יונתן האט זיך געוואלט פארענטפערן האט ער דייקא אויסגעוועלט די פינפטע קמיע,
ווייל דארט וועלן זיינע ווערטער די גרינגסטע נתקבל ווערן.
גאנצע זיבעצן בלעטער האט ער אוועקגעגעבן מסביר צו זיין די קמיע, און איך בין נישט די מומחה אין
קבלה צו קענען זאגן אויב די שמות וואס ער דערמאנט זענען אמת אדער אייגן פאבריצירט )ווי דער פארשער
גרשם שלום האט גע'טענה'ט(. אבער אפילו ביי דער קמיע איז זיין הסבר אומפארשטענדליך, ווייל לויט ווי ער
שרייבט האט ער בכלל נישט מכוון געווען צום אויבנדערמאנטן פסוק אין ישעיה, נאר די אלע ווערטער
זענען שמות וכדו', איז וואס זענען די שאנסן אז צווישן די פארשטופטע שמות זאל פערצופאל ארויסקומען
א גלאטער פסוק?
מסקנא
די נאטאריזירטע מעץ קמיעות, באשטעטיגט דורך צוויי נאמנים וואס זענען געווען שטיצער פון ר'
יונתן, ווייזן קלאר אז די טעקסטן אנטהאלטן רעפערענצן צו שבתי צבי. ר' יונתנ'ס הודאה אז ער האט
זיי געשריבן, צוזאמען מיט דעם דעשיפרירטן אינהאלט, מאכן שווער צו לייקענען די באשולדיגונגען.
די פראגע פון פארבונדעטער טעקסט פארבלייבט די הויפט פראגע בנוגע די מעץ קמיעות און
דעם גאנצן מחלוקת. די געטראפענע קאפיע פון די נאטאריזירטע מעץ קמיעות שטיצט די טענה
אז די קמיעות דארפן געליינט ווערן ווי פארבונדענע טעקסטן מיט קלארע שבתאי'שע רעפערענצן.
אט די היסטארישע דאקומענטן און אנאליז פון די קמיעות געבן א קלארערן בילד איבער איינס
פון די גרעסטע מחלוקת'ן אין דער אידישער געשיכטע, א מחלוקת וועלכע האט צעטיילט קהילות
און געלערנטע לענגאויס אייראפע פאר לאנגע יארן.
זייט 111
טעקסט
זשאַריכאַ
א קאַלטער פּלאָנדזש לכּבוׂד י"ט כּסלו
דורך: יונָה מָצְאָהׂJonahMatzׂ@:
ס'איז זונטאָג און שטומפּיג אין אַניפּאָלי. דער אונטערשמירן די קעשענעס מיט הבדלה־ הימל איז נאָך אויסגעלאָשן, די ערד שמעקט נאָך וויין, האָט מען זיך אַריבערגעפּעקלט קיין פון מוֹצאי־שבת, אָבער דער געטליכער אוֹהל באַרדיטשוב אָפּצוזינגען גָאט פוּן אַבְרָהָם ביים פון מעזריטשער מגיד און רבי ר' זושא'ן פיבערט לעגענדאַרן אידישן אַדוואָקאַט און טיטאַן אין שוין מיט א יאָמערליך שטיקעניש פון ליכט און הימלישער יוריספּרודענץ.
השתּפּכות־הנפש - "אוי טאַטע!"
"ר' לוי יצחק איז דער ערשטער וואָס האָט מיך ר' דוד סוֹפר און ר' יהודה לייב הכּהן ליגן באמת געמאַכט פיינט האָבן מיין דזשאַב," האָט אויך אינעם ענגן אוֹהל - שׂרפי מעלה - אָבער אַן אַנומלטיגע באָמבע־הוֹדאה פון שׂטן געשיקט נישט צו זיי איז אָפּגעקראָכן אַהין א באָס מיט מאַכטפולע שאָק־כוואַליעס איבער דער גאָרער פּמליא של מטה - א מאַגניטוט וואָס מ'האָט שוין געקליבענע יראים ושלמים צונויפגעקראַצט פון ניו־יאָרק, מאָנטרעאַל, לאָנדאָן, אַנטווערפּן, נישט געשפּירט זינט בן־בעוֹר אויפן שפּיץ־פּעוֹר און ארץ־ישראל. יאָ, מ'שטופּט זיי געוויס אַריין האָט אַרויסגעשלאָגן דעם איקאָנישן "מַה טֹבו ּ קוויטלעך און מ'כליפּעט אפילו אַריין א נפילת אֹהָלֶיךָ יַעֲקֹב."
אפּים - אָבער דעם גאַנצן גראָבן גוף פּראַקט "קאָמפּאָזיטאָרן, גלייבטסט מיר, האָב איך מען זיך אויס פלאַך בלויז אויף די מצבוֹת פון געקענט גרעסערע און בעסערע פון שׂרה מעזריטשער מגיד און רבי ר' זושא'ן.
סאָשע'ס ילד־הפּלא," ברעכט דער קאַריערע־ מ'האָט דעם דערהויבענעם שבת פאַרבראַכט לאַנגער פּראָקוראָר זיין שטילקייט איבער די אין מעזשביזש, סמוך ונראה צום הייליגן ציוֹן בלוטיגע "צעלעבריטי מלחמוֹת" צווישן אים און פונעם אוֹר־שבעת־הימים. מ'האָט ביים טאַטן פון דעם לעגאַלן העוויוועיט פון באַרדיטשוב; ער חסידוֹת אַרויסגעריסן רענצלעך אָנגעשטאָפּט גיסט אויס די בעבלעך אינעם ערשטן עפּיזאָד פון "תֵּבֵל וּמְלֹאָה מיטן טייוול וּמְלֹאו"ֹ - דער שפּאָגל־ מיט ישועוֹת, אין צוגאָב צו עטליכע פלעשער רפואה־וואַסער וואָס מ'האָט געקויפט ביי זיין נייער פּאָדקאַסט זיינער וואָס פאַרשפּרעכט צו וואונדערליכן קוואַל. באַלד מוֹצאי־שבת, נאָכן זיין א טעל־אָל:
זייט 112
טעקסט
"די לעגאַסי־מידיא וויל דאָך נישט אַז איר זאָלט וויסן אַז א פריערדיגע ווערסיע פון גָאט פוּן אַבְרָהָם טרעפט מען שוין געדרוקט אין קראָקע אַזש צוריק אין שנ"ז - הונדערט דריי־ און־פערציג יאָר בעפאָר דער געבורט פונעם אָנגעבליכן מחבר … פאַרגעסט נאָר נישט א פּאַטש צו געבן די לייק און סובסקרייב קנעפּלעך אַריינצוטרייבן דאָס קדחת אינערהאַלב דעם טיראַנישן קאַבאַל פון הַס־קטיגוֹר עליטן און גלאָבאַליסט דעגענעראַטן; א לינק צו ספּעציעלער פּרקמטיא פונעם טייוול־געשעפט אינעם דעסקריפּשאָן ...
" 'אָבער שׂטן,' באַוואַרפט מען מיך שטענדיג מיט שאלוֹת, 'וויאַזוי ספּראַוועט איר זיך מיטן מאָנומענטאַלן שוֹפר־צעמישעניש? וואָס גיט אייך כּוֹח און קוראַזש ווייטער אַרומצובונטעווען פון אָחוֹת ביז אָחוֹת? דער תּירוץ איז מאָנאָפלאָראַל אולטראַ־האָניג! גאַראַנטירט אייך א זיס יאָר פריי פון יעדער ערבוביא און באַשטעלט זאָפאָרט פון א באַגרעניצטער צאָל - 'סמאל' בעטש, קאַלט־עקסטראַקטעט, אומפּאַסטעריזירט, און רעאינפאָרסירט מיט א ביאָאַקטיוון קלעב־רעטענשאָן מעכאַניזם צו מאַקסימיזירן אַדהעזיע אויף רונדיגע חלוֹת, פינף מאָל שטערקער פון לענגליכע חלוֹת, און דרייצן מאָל שטערקער פונעם טאָקסישן בין־פלעיוואָרט קאָרן־סיראָפּ וואָס 'ביג־האָניג' שטופּט אַראָפּ אייער פּוֹצֶה־וּמְצַפְצֵפ'לאָזן פּיסק, פּראָמאָקאָד 'טייוול' ...
"נאָר כ'זאָג הלוואי וואָלט ר' לוי יצחק זיך דווקא יאָ מער באַשעפטיגט מיט קאָמפּאָזיציעס צי מיט סיי וואָס אינדרויסן פון די הימלישע טריבונאַלן," זשליאָקעט דער באָמבאַסטישער זקן וכסיל "אָלד וויליאַמסבורג בערבאָן" פון א שוואַרצן בעכער איינגראַווירט מיט א
מאַקאַברישן נָחָשׁ הַקַּדְמוֹנִי, "כ'גיי נאָך היינט פאַר טעראַפּי צוליב זיינע פאַרפלאָכטנקייטן, כאָטש וואָס כ'האָב לאָו־קי פון אים א סך געלערנט ... 'אָבער שׂטן, האָט ער געפּעסט דעם באַר מיט זיין חסידישן עדוקעישאָן?' שוטים! ער איז דער באַר - באַר איז באַר־דיטשובער! דער פּאַראַגאָן פון פאָרענסישער געניאַליטעט ..."
דאָס געבעט ביים הייליגן באַרדיטשובער האָט זיך קולמינירט אין א ברייטער מלוה־ מלכּה - האַרטנעקיגע קאָצקע־צוקער האָבן געקראַכט מיט פרומער פּאַרע הינטער די קוליסן פון שמאַלציגע וואָנצן געווייקט אין אויסגעדראָשענע געלט־מעשׂיות, כאָטש וואָס מ'האָט וואויל געוואוסט אַז זעק מיט פרישער וואַרע, מוֹפתים פאַר וואָכן, חדשים, און יאָרן האַלטן זיך סאַמע אינמיטן שאַפן ביים זיך דרייען אויף אַזוינע הייליגע מקוֹמוֹת מיטן תּהילימ'ל און א בינטל ליכט.
"נוּ, נוּ," האָט העסקן ר' פישל שטערנפעלד זיך געאַמפּערט מיט א גאָלדענעם טאַשן־זייגער נעבן אויג, פאַרטשעפּעט מיט א חוט־המשולש צום בלאַסן שבת־וועסטל שמוציג פון טשולענט און היימישער מאָסט - "גיט אייך א שאָקל, רבוֹתי! ס'שפּעט, געפערליך שפּעט!" נאָר אִיש ׁ יָצָא לִמְצֹא לְנַפְשׁוֹ נַחַת, שוין באַלד א שעה נאָכן בענטשן. מאַנכע זענען געגאַנגען זיך אויפקלעבן די פיס אין מקווה, אַריינצוכאַפּן טבילוֹת ווילאַנג מ'האָט זיכערן צוטריט צו א כּשר'ער מקווה; אַנדערע האָבן זיך אַרויסגעלאָזט אויפן סטערעאָטיפּישן יאַגד נאָך הכנוֹת־שטולן, כאָטש וואָס זיי האָבן זיך כּסדר באַקלאָגט און נאָכגעפרעגט אויף לאָקאַלע כּשר'ע סגולוֹת צו שליכטן ראַנגלענישן מיט קאָנסטיפּאַציע. מ'האָט אחרי כּכלוֹת הכּל זיך צוריק אַרויפגעדרעפּטשעט אויפן אָפּגעהאָרעוועטן
זייט 113
טעקסט
באָס באַהאָנגען ביי די פענצטער מיט פאַרצייטישע מחיצוֹת, אויסן לוקסוס, נישט פרומקייט, מחמת וואָס די נסיעוֹת זענען דאָך סיי ווי בלויז פאַר מענער - היידאַ! מ'פאָרט קיין אַניפּאָלי.
דריי שעה ברציפוֹת האָבן די שבת'דיגע בייכער אַרומגעצאַפּלט אויף א ווילדער ערד צעלעכערט ווי א זיפּל. די צעביילטע שטעגן האָבן געשמיסן אויפן באָס שטיינער, זאַלץ, שליאַכאָטע, און פאַרבלוטיגטע פּגרים פון באַשעפענישן; דער אַלטער קאַקאָפאָנישער מאָטאָר האָט אַרומגעגראַגערט מעכאַנישע רענדיציעס פון רַבֵּנוּ שָׁאַג, וְעוֹד יוֹתֵר טוֹב, און אַנדערע אַנטי־יִאוּשׁ מעלאָדיעס פון זיין
צערודערטן רעפּערטואַר - פּראָוואָקאַציעס און מניעוֹת. נאָר די פּושקע־געלטער וואָס אידן האָבן פאַרשפּראָכן, ווער אין זכות פון ר' מאיר'ן און ווער אין זכות פון ר' שייעלע'ן, האָבן זיך געשטעלט אין דער לענג און ברייט זיכערצומאַכן אַז מ'מאָנט נישט פון הימל אויך די לופט פון רעדער און שויבן פון פענצטער.
פּאַוולאָו האָט שאָפירט די שייקע מיט לעבעדיגע ציגאַרעטלעך צווישן די וואָנצן. זיין זיץ ביים רעדל האָט זיך געהוידעט אויף שווערע גרילצנדיגע ספּרינגס וועלכע האָבן דערמאַנט אינעם וויגפערדל אין הויף פון חדר וואָס פלעגט אויסשיסן ציין דורכאויס אומגעראָטענע פיזיק־
זייט 114
טעקסט
עקספּערימענטן - נאָר מעלה־מטה, און מיט א זאָטל וואָס סאַרכעט פון ביר און טאַבאַק. די ראַפינירטע געאָגראַפן מיט צעקנאָדערטע "אהלי־צדיקים" מאַפּעס אין בוזעם האָבן זיך דורכאויס דער וואָך נישט אָפּגעהאַלטן פון טעראָריזירן דעם פּאַוולאָו'ן מיט באַפעלן צו מאַכן א רעכטס, לינקס, בלייבן שטיין, טאָפּשען אויפן גראָז, אָדער משחד זיין פּאָליציאַנטן, כאָטש וואָס אַלע האָבן געוואוסט שוין פון פריערדיגע נסיעוֹת אַז כּדאי הוא פּאַוולאָו לסמוֹך עליו בשעת הדחק - א אידישע נשמה … נעבעך … ער געדענקט נאָך זיין באַבע צינדן ליכט פרייטאָג־צונאַכטס - נאָר איצט, לכּבוֹד מוֹצאי־ שבת, האָבן זיך נישט געטראָפן קיין וואָלונטירן אים צו שטיין אויף די געהירן.
די וועלכע האָבן נאָך נישט געכראָפּעט האָבן געציילט די מינוטן ביז "בָּרוּךְ הַמַבְדִיל" שפּרייט אויס זיינע טונקעלע לאַפּעס איבערן ברייטן אַטלאַנטיק. דער טעלעפאָן האָט זיך דאַן צוגעשמידט צום אויער אויף א וְנָתְנוּ־באַריכט מיט דער שטוב: א גוטע וואָך! וויאַזוי איז געווען דער שבת דאָ, וויאַזוי איז געווען דער שבת דאָרט, וויאַזוי האָבן די אַראַנזשירונגען זיך למעשׂה אויסגעאַרבעט, ווער האָט געמאַכט קידוש און געטיילט מוֹציא, וויאַזוי האָבן די קינדער געהאָרכט אינדערהיים, געדאַוונט אין שול, און צי ברענגט ער זיי אַהיים מתּנוֹת אָדער שלעק; וועטער, זכר, קידוש, ברית, באַוואַרפן, שבע־ ברכוֹת, נסיעה פּלענער, רכילוֹת, און אַנדערע נומערן צו רופן איינמאָל די שיירא הויערט אַראָפ ּ אין פּוילן - אַלץ אויף פאַרטויבנדיגע טענער, צוליב'ן גראַגעריי פון מאָטאָר, גערויש פון ווינט, זעצעריי פון די טינטערלעך, פּלאַפּלעריי פון שכן, און די טיפּישע יעלוֹת צווישן א כאַאָטיש געזינדל אינדערהיים ווי נאָר דער ליבער שבת־ קוֹדש גאָפּלט אָפ.ּ
די טעלעפאָנען און געשפּרעכן זענען שוין אַלע אַנדרימלט געוואָרן אינעם פינצטערניש; די נשמה־יתירה, אויף איר וועג אַרויס, זויגט דאָך ביי יעדן דעם מאַרך. עוֹלם פּאָפט און שנאָרכצט, ווען אויפאַמאָל בליצן אויף די לעקטערלעך העכער די קעפּ און נעמען זיך מנקר זיין אויגן; די טיר פון באָס פּראַלט אין זעלבער צייט אויף מיט א פּנעוומאַטישן האַפּטשו - "אסססותתתתא!" "יאָ, מ'זעמיר דאָ!" גראָבט פישל אַריין דעם גרילצנדיגן מיקראָפאָן צו זיך אין גאָרגל - "עיר הקוֹדש אַניפּאָלי! הייליגער רבי ר' זושא! מ'וועלמיר זיך נישט אַוועקרירן פון דיין קליאַמקע," סטראַשעט ער דעם צדיק מיט א חוֹני־המעגל, "מ'גיימיר נישט אַרויס פון דא ָ מיט ליידיגע הענט - בין איך גערעכט, ר' משה וואָלף? אידן דאַרפן ישועוֹת, רפואוֹת, פּרנסה, און נוּ? רבוֹתי, עוּרוּ יְשֵׁנִים מִשְׁנַתְכֶם! שלאָפן וועט מען אין קבר. ס'איז שטאָק טונקל אינדרויסן, רבוֹתי, ברענגטס מיט די פלעשלייטס. נוּ? ווער איז דער בחור'ל דאָרט, האַ? וועק זיי ביידן אויף. סתּם צו שלאָפן האָבן זיי דאָך געקענט בלייבן אינדערהיים. אוי וויי, העלף אים דאָרט טרעפן זיין קאַפּל ..."
א צעפליקטע לבנה מיט בלויז פיר פּראָצענט באַטעריע קריכט אַרום פאַרכמורעט אינעם געדיכטן נעפּל וואָס שוויצט אַרויס פונעם טייך "זשאַריכא"ַ - חוֹשך וערפל. א נידערטרעכטיגער פראָסט לאָקערט אין דער אַטמאָספער און שניידט א בייסיגן רויך צווישן נאָזלעכער און אַנדערע נקבים וחלולים. מ'הערט דעם פרעכן ווינט אַריינפייפן אינעם פריצייטיגן קוקעריקו פון א שֶׂכְוִי ביי וועלכן מ'דאַרף רעקאַליברירן די בִינָה - הייזעריגע הינט בילן אָפּ מיט געמישטע רעאַקציעס.
דער צירקאַדיאַן־ריטעם איז קענטליך
זייט 115
טעקסט
צעפראַסקעט ביי א שפּאָר ביסל באַשעפענישן אין אַניפּאָלי, נאָר נישט צווישן דער מענטשליכער באַפעלקערונג וואו אַלץ איז שאַ־שטיל און איינגעהילט אין שלאָף. ס'קען זיך אַזש דאַכטן אַז פאַר די לאָקאַלן אַרט גאָרנישט גענצליך איבערצוהיפּן די ברעטשעוואַניע און דערהויבענע אַקטיוויטעטן פון א הייפל זשידן אינעם ליכטיגן אוֹהל.
טייל זשידן טראָגן שטריימל־בעקיטשע, זיי האַלטן ווי ר' גמליאל אַז ס'איז נאָך מוֹצאי־ שבת; אַנדערע טראָגן הוט־רעקל, זיי האַלטן ווי ר' אליעזר אַז ס'איז שוין זונטאָג־פאַרטאָגס. א דריטע קאַטעגאָריע לעזט די מחלוֹקת מיטן באַליבטן קאָמפּראָמיס פון די חכמים: הוט־ בעקיטשע. מחמירים גייען אויך ווייסע זאָקן
און וואַרטן אַז דער שוואַרצער הימל זאָל לאָזן פונאַנדערשיידן בין תכלת ללבן. וועטעראַן קברים־פּילגרימען טראָגן קוטשמע־כאַלאַטל זיך צו באַשיצן קעגן קעלט און היץ, רעספּעקטיוולי. א כאָפּטע בחורים און יונגעלייט דערקוויקט זיך מיט בעל־עגלה דאַשיקלעך - א געוואַגטער פּראָטעסט קעגן דעם קוֹשי־השעבוד פונעם היימישן קאָנפאָרמיזם.
דער זייגער רוקט זיך, פרישע זאַפּאַסן טרערן קומען און גייען, מ'האָט שוין אַריבערגעשפּרייזט קאַפּיטל קי"ט און אַלץ פון דער אומפריינטליכער רעכטער זייט תּהילימ'ל, מ'האַלדזט זיך שוין מיט די קורצע שיר־המעלוֹת'לעך וואָס מ'געדענקט נאָך פון די קינדישע יאָרן מיט נאַש, גוֹרלוֹת, סלינקיס, און קוגעלעך; שאַרפע נעזער
זייט 116
טעקסט
שמעקן שוין א האָצגעפּוילטאַלעסגיץ, און וואַכיגע אויערן כאַפּן גאָר אויף סיגנאַלן פון א דראַמאַטישן רעש אויבן אין הימל.
א בייזער האַרמידער הייבט פּלוצלינג אָן טאַראַראַמעווען אינדרויסן - א ביבלישער דָא לְדָא נָקְשָׁן באַטראַסקעט די פאַרהויקערטע חסידישע עצמוֹת. אַנטיסעמיטישע כוליגאַנעס באַוואָפנט מיט העק, הייגאָפּלען, סערפּן, פלאָקן, בולאַוועס, און כלערליי פּאָגראָמיש געצייג גראָד אַרויס פון די "מחנים" ביכער יאַווען זיך מיט האַסטיגע טריט אין ריכטונג פון אוֹהל.
"טאַק דאָ קריזשאַנאָ וואַני!" פּילדערן די צעיושטע פּויערן, אין שפּיץ פון גלח, אויפן טראַדיציאָנעלן חזן־וקהל סדר. מ'פאַרשטייט נישט די היציגע לאָזונגען זייערע … די היימישע דאָלמעטשער פאַרענטפערן זיך אַז זיי קענען לעוֹלם איבערזעצן בלויז אונגאַריש … אָבער עפּעס, להבדיל, אַזאַ קוֹל מְבַשֵּׂר מְבַשֵּׂר וְאוֹמֵר - מ'זעט באַשיינפּערליך ווי זיי וואַרטן בלויז אויפן געזאַנג פון תִּתְקַבֵּל אָנצוהייבן שמייסן.
אין אוֹהל לאָזט מען א מעמד צאתכם־ לשׁלוֹם אין שוואונג - קידוש־השם בטעם של פּעם. דער רעש אין הימל, שפּירן זיך הערצער פאַרראָטן, איז וואַרשיינליך געווען די כּף־חוֹבה פון וואָגשאָל וואָס האָט אַראָפּגעקראַכט מיט א הילכיגן זעץ ערגעצוואו צווישן קאָסוב און קיטוב, נאָכן אונטערברעכן איר גלייכגעוויכט צו די לעצטע מאַכינאַציעס פונעם אויבנדערמאַנטן פּאָדקאַסטער.
אוֹי זושא זושא, צי מיינסטו דען אַז אפילו אַהיימרופן זיך געזעגענען פון ווייב און קינדער קענסטו נאָך יאָ? דער צעלולאַרער דוֹפק אין אַניפּאָלי האָט דאָך אויסגעהויכט פון די כּשר'ע טעלעפאָנען שוין צוריק ביי רָחוֹק מִישׁוּעָתִי דִּבְרֵי שַׁאֲגָתִי. דער שטרענגער הכשר האָט באַזונדער
אויסגעריסן די מעגליכקייט אָפּצושרייבן א טעקסט־מעסעזש וואָס וואָלט זיך כאָטש געקענט אַרויסשלאָגן אַחֲרֵי־מוֹת, אין א גוטער מינוט, ספּעציעל באשמוֹרת הבוֹקר, באַקאַנט אַלס אַן עת רחמים ורצוֹן.
פּנחס מענדל בערגער, א טעכנאָ־קוטשמע פון א געניטער אַלצווייסערישער בריגאַדע, פאַרמאָגט דעם איינציגן טעלעפאָן אין אוֹהל וואָס צאַנקעוועט נאָך מיט פאַרבינדונג־ סיגנאַלן. פּנחס מענדל איז וואויל אויסגעקנאָטן אין נוֹשׂאים פון סים־קאַרדס, קאָלינג־קאַרדס, לאָנג־דיסטאַנץ, ראָומינג, פּריפּעיד, פּאָוסטפּעיד, מעמבערשיפּ בענעפיטן, און לאָיאַליטעט פּראָגראַמען - אַן אינטעגראַלע ראָלע אין זיין סיפּוק־רוֹחני שפּילט אויך די מוניציפּאַלע גאַרבעזש־פּיקאָפּ רוטין, תַּחֲנוּן קאַלענדאַר, שבת־הגדוֹל און רעגיסטער, מזל־טוֹב אַקאָמאָדירונגען.
פּנחס מענדל איז צו פרום און אַנאַלאָג פאַר סאָפטווער קאָודס, אָבער ער איז גאָר געשליפן אין עריע־קאָודס, זיפּקאָודס, און דייל־אין קאָודס; קאָלעקט־קאָל, טראָנק, פּראָמא,ָ ריבעיט, ראַוטינג, פּאָסטמאַרק, שיפּיניג, און גרעיפּ־דזשוס קאָודס ... בשתּיקה קען ער אויך הצלה דיספּעטש טען־קאָודס ... ער איז באַהאַוונט אין יעדער צייט־פאַרשווענדונג וואָס קען פאַרשפּאָרן א ניקל מיטן איבערקליגלען די סיסטעם. נאָר זיין טעלעפאָן איז פּונקט אַזוי ווערטלאָז ווען ס'גראַטשקעוועט א פּאַנדעמאָניום מבית ומחוץ און צעשמעטערט סיי וועלכע האָפענונג פאַר טעלעקאָמוניקאַציע. עטליכע אידן זענען מנדב זייער וועזן צו הערמעטיש באַפעסטיגן די טיר - צופיל אַלטערנאַטיוון וואו צו שטיין אָדער גיין פאַרמאָגן זיי ממילא נישט. אַנדערע לייגן זיך
זייט 117
טעקסט
פּאַראַלעל מיטן מגיד און ר' זושא'ן, כאָטש וואָס מ'שלאָגט זיך אַביסל אויף פּאָזיציעס און צוטריט. די מצבוֹת זענען שוין אָקופּירט נאָך פון אפילו פּרע־סומאַטאָכע, מחמת וואָס פּרעכטיגע קערפּער פּראַקן זיך אָפט אויס דערויף ראָמאַנטיש, בויך צו דר'ערד, מחילה צום הימל, און סוֹדוֹת'ן זיך מיט די נשמוֹת פון הייליגע לייט - הַאֲזִינוּ הַשָּׁמַיִם וַאֲדַבֵּרָה וְתִשְׁמַע הָאָרֶץ אִמְרֵי פִי - איצט שטרעקט מען זיך אויס אויך ביי ר' דוד'ן און ר' יהודה לייב'ן.
בְּמוֹצָאֵי יוֹם מְנוּחָה, אַן אלול'דיגער פּיוט אימפּאָרטירט קיין אַניפּאָלי מיט עקזאָטישער גנאָד, סאַמע ווינטער, פאַרקירעוועט זיך איצט אָן קיין וואָרענונגען גראָד צום יוֹם־כּיפּור קטן אַריין. נאָר דער שיטערער יוֹם־כּיפּור קטן גופא ווערט אויפסניי רעדוצירט בלויז צו קבלת עוֹל מלכות שמים. רבינו ניסים האָט פאַרפאַסט א וידוי? וידוי הגדוֹל גאָר? ר' איד, אוֹי לִי וַוי לִי אֲהָה ּ עָלַי אוֹיָה עַל נַפְשִׁי, ס'איז ליידער נישטאָ קיין צייט אפילו פאַר תְּפִלָה לְעָנִי - מעידעי! מעידעי! מ'יאָגט אַראָפּ ווערטיקאַל צום ריזיגן, פאָרכטיגן, אומצוויידייטיגן, פּעך־שוואַרצן שְׁמַע!
עוֹלם איז היפּש מזלזל אינעם בָּרוּךְ שֵׁם - מ'שלינגט איין דעם דריילינג בלחש און בכיפּערניש. די תּאווה אים צו פאַרהילכיגן דורכאויס יוֹם־כּיפּור, מילא; אַן אויפשטאַנד אין א גאַנציאָריג שעפּטשעריי וואָס עקספּלאָדירט מיטן גראַוויטאַס פון נוסח ימים־נוֹראים - דער איינטאָגיגער מעטאַמאָרפאָז פון כּלל־ישׂראל צו מלאכים, אונטערגעהעצט דורך לערער און
מחזוֹרים פון אַלע שיכטן און קרייזן. אָבער נישט זונטאָג־פאַרטאָגס, אין אַניפּאָלי, ערב־פּאָגראָם, אַבי אַריינגעקלעבט דריי שטיק, ווען ס'איז לכל הדעוֹת כּדאי אָנצואווענדן די כּוֹחוֹת און קאָנצענטראַציע אויף זיבן הייסע רונדעס ה' הוּא הָאֱלֹקִים.
מ'לאַנצירט ה' הוּא הָאֱלֹקִים צו די הויכע ספערן מיט דער נשמה אין די זאָקן. אַחַת, אַחַת וָפַחַת, אַחַת וְתַּחַת, און ערגעצוואו פאָכעט די פּינקטליכע ספירה פונאַנדער אינעם נעפּל, פילייכט צווישן פינף און זעקס, ביים זיך אַריבערקלייבן פון רעכטע צו לינקע פינגער. א טאַקטישע רעזאָלוציע אַרויפצושיסן גאָר אַכט שטיק, כאָטש קאָנטראָווערסיעל, קריגט א גרין־ ליכט פון דריי קאָלטענעוואַטע בערד - בעסער שבע תּמימוֹת מיט א טאָפּלטן שם־לבטלה, ווי איידער זעקס מיט אַן אייביגער חרטה.
די רוֹצחים איזדיעקעווען זיך אויפן פראָסטיגן טייך מיט דער פולער עקספּלואַטאַציע און מאָנסטראָזיטעט פון וְעַל חַרְבְּךָ תִחְיֶה. זיי האַקן אים אָפּ דעם גראָבן קאָפּ, שינדן דאָס אייז מיט אכזריות, און אויפאַמאָל הייבט קאַלט וואַסער אָן פליסן ווי אידיש בלוט … וּנְשַׁלְמָה פָרִים, וואַגט זיך דער גלח א דבר־תּוֹרה ... די באַנדיטן גאַרטלען זיך אונטער מיט גאָלע מסירת־נפש און שפּרינגען איינער נאָכן אַנדערן אינעם "זשאַריכא"ַ אַריין. די פּויערישע קערפּער סקרוכעווען פון די אייזיגע טבילוֹת און סאָפּעווען מיט יסורים באהבה - א נייער שיגעוֹן אָנצוהייבן די וואָך: מַיִם קָרִים עַל נֶפֶשׁ עֲיֵפָה.
באַמערקונג: א פריערדיגע ווערסיע פון דער דערציילונג האָט דער שרייבער ערשט אַריינגעפלאָכטן אין צווייטער האַלב פון "פחת
ופח" - "כוואַליעס #5"
זייט 118
טעקסט
די "כוואליע" איז ערמעגליכט געווארן דורך הרבני הנגיד
הרוצה בעילום שמו
מיט'ן ציל מרבה צו זיין תורה און חכמה צווישן אידן
בשם אלע ליינער און שרייבער ווינטשן מיר אים און די משפחה אלעם גוטן און אז ער זאל שטענדיג קענען געבן אויף גוטע פלעצער.
מען קען קויפן הנצחות, אויב איר ווילט בלייבן אנאנים ביים הנצחה פרייזן:
אדווערטייזמענטס, שענקען א נדבה, ביטע ניצט די קרעדיט גאנצע אויסגאבע מיט פולן הנצחה בלאט: 500$ קארד אפציע און לייגט אריין אן אנאנימען און באשטייערן קלענערע נדבות אויף נאמען און אימעיל אדרעס )אויב ניצט איר האלבע אויסגאבע מיט האלבן הנצחה בלאט: 250$ דעם פאלגנדן לינק:
די PayPal אפציע וועלן מיר קענען זען דעם פערטל אויסגאבע מיט פערטל הנצחה בלאט: 125$ https://ko-fi.com/chvalyes נאמען פון דעם PayPal אקאונט(.
כוואליעס
אריגינעלער אידישער אינהאלט
סקען דעם QR קאוד פאר אלע "כוואליעס" לינקס, אריינגערעכנט דעם קא-פי נדבות לינק:





















































































































