כוואליעסאן אויסגאבע פון אריגינעלן אידישן אינהאלט · ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון

כוואליעס אנטאלאגיע — סוכות / תשרי תשפ"ו

"כוואליעס" אנטאלאגיע · 3טן אקטאבער 2025 · 26 זייטן

⬇ PDF אראפלאדן (5.8 MB)

יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ענגליש) קען עס זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער.

אינהאלט
זייטן: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26

זייט 1

זייט 1
טעקסט

כוואליעס

אריגינעלער אידישער אינהאלט

גליון ח' - סוכות תשפ"ו

אנטאלאגיע

א געמיש פון אלטע און נייע ארטיקלען און פאעמעס לכבוד סוכות תשפ"ו

אינהאלט

א ווארט פון דער רעדאקציע עקדת יצחק מיט מאראלישע גלעזער אֲרִי שֶׁבַחֲבּורָה הלל'ס טרוים וְכֻּלָן נִפְּדִי ן זושא איז זושא רבי'שע תאוות מוזיק פון דער נשמה מיין נבואה מיינע נייע ברוינע שיך

זייט 2

זייט 2
טעקסט

א ווארט

פון דער רעדאקציע

דער צווייטער באנד

מיט דער יעצטיגער "כוואליע", די סוכות אנטאלאגיע, טרעטן מיר אריין אין דעם צווייטן יאר פון די אויסגאבע'ס עקזיסטענץ, "דער צווייטער באנד" ווי עס ווערט גערופן - א געוואלדיגע דערגרייכונג פאר אן אונטערנעמונג וואס איז נישטא צו מאכן געלט, בלויז צו פארשפרייטן תורה, מדע און קולטור.

אריגינעל האבן מיר געהאפט ארויסצוגעבן לכבוד תשרי א שיינע פארגרעסערטע אויסגאבע, ווי מיר האבן געהאט געמאלדן, אבער רבות מחשבות בלב איש, עס זענען אונטערגעקומען פארשידענע שטרויכלונגען וועלכע האבן אונז געצוואונגען אפצושטופן די אויסגאבע אויפ'ן קומענדיגן ווינטער הבעל"ט.

אבער פטור בלא כלום אי אפשר, די אנטוישונג פון די פיל ליינער האט אונז באוואויגן זיך איבערצוקלערן און מיר האבן זיך דעריבער אונטערגעגארטלט ארויסצוגעבן די דאזיגע אנטאלאגיע וועלכע אנטהאלט א געמיש פון אלטע אריגינעלע "כוואליעס" ארטיקלען, בעיקר אזוינע וואס זענען נאכנישט געווען אין דעם שיינעם פארמאט, און אזוי אויך עטליכע פרישע ארטיקלען און פאעמעס. מיר האפן איז איר וועט הנאה האבן פון דער אויסגאבע דורכאויס די יום טוב טעג. מיר ווילן דערמאנען די ליינער איבער דער

הערליכער זיבעטער "כוואליע" ערשינען סוף זומער תשפ"ה, וועלכע אנטהאלט צווישן אנדערע אן אריגינעלע ארומנעמענדע אפהאנדלונג איבער דער "השתלת שחלות" שערורייה וועלכע האט אויפגערודערט די היימישע רבנ'ישע גאס דורכאויס דעם פארגאנגענעם יאר תשפ"ה.

דעם פי-די-עף פון דער זומער "כוואליע" - און אלע אנדערע "כוואליעס" - איז דא צו באקומען בחינם אויף אונזער לינק-ביימל:

.https://linktr.ee/chvalyes אויך איז עס דא צו באקומען אין א הערליכןגעדרוקטן פארמאט אויף אמאזאן. קויפט דאס ביכל אדער דרוקט עס ארויס און טיילט מיט מיט אייערע קרובים און פריינט.

* אין די יעצטיגע טעג, ווען דאס אלטע יאר גייט ארויס און א ניי קומט אריין, איז א צייט פון חשבון הנפש און כאפן אן אויפריכטיגן בליק אויפ'ן פארלאפענעם יאר. מיר דא אין דער "כוואליעס" רעדאקציע ווילן נעמען די געלעגנהייט אויסצודריקן אונזער אויסטערלישע דאנקבארקייט פאר אלע וואלונטירן וואס ערמעגליכן דעם "כוואליעס" פראיעקט, וואס מיר האבן נישט גענוג באטאנט דורכאויס'ן יאר:

„ א דאנק פאר די טאלאנטפולע שרייבער וואס גיבן אוועק שעות ע"ג שעות מהנה צו זיין די ליינער מיט זייערע שרייבווערק!

זייט 3

זייט 3
טעקסט

„ א דאנק פאר די נדיבים בעם וואס זענען טרייבקראפט ווייטער אנצוגיין ביתר שאת. אונז אנטקעגנגעקומען מיט שיינע סכומים מיר ווילן אייך אלע אנווינטשן פון טיפן הארץ צו דעקן די הוצאות!

א גוט געבענטשט יאר, א גוט קוויטל מיט א פיינעם פדיון. און מיר קוקן ארויס צו דרוקן אייער „ א דאנק פאר אונזער געטרייען גראפיקער ארטיקל אין דער קומענדיגער "כוואליע" וואס וועט וועלכער האט אוועקגעגעבן בחינם פיל האפנטליך ערשיינען אנהייב ווינטער הבעל"ט. דער שעות, מיט הארץ און געפיל, ביי יעדער דעדליין אריינצוגעבן ארטיקלען איז זונטאג וירא, אויסגאבע באזונדער!

2 November.

„ א דאנק פאר אלע וואס האבן ברייטהארציג פאר שמועסן איבער ארטיקלען אין דער מיטגעטיילט "כוואליעס" מיט קרובים, יעצטיגער אדער פריערדיגע אויסגאבעס באזוכט די פריינט, און אויף סאציאלע מידיע קאנאלן!

דעזיגינירטע "כוואליעס" אפטיילונג אויפ'ן "קרעמל" „ און צום לעצט: א דאנק פאר אייך חשוב'ע וועבזייטל:

ליינער, פאר'ן קויפן און ארויסדרוקן יעדע /https://kraimel.community.forum "כוואליע", פאר'ן ליינען און קאמענטירן. א search-forums/chvalyes ספעציעלן דאנק פאר יעדן קאמפלימענט האט א פרייליכן יום טוב און ליינט מיט הנאה! און יעדן חיזוק ווארט, סיי פאר דער

די רעדאקציע

רעדאקציע און סיי פאר די שרייבער - עס מיינט גאר אסאך, און דאס גיבט אונז די

רעדאקציע אינפארמאציע

סקען דעם QR קאוד פאר אלע אויבנדערמאנטע לינקס:

צו באקומען די קומענדיגע אויסגאבעס אין אימעיל ביטע שרייבט אייך איין אויף דעם פאלגנדן לינק:

https://lp.constantcontactpages.com/sl/832nQLo איר קענט אונז נאכפאלגן אויף טעלעגראם און X מיט דעם הענטל @chvalyes זיך צו פארבינדן מיט דער רעדאקציע ביטע שיקט אן אימעיל צו m chvalyes1@gmail.co אדער שיקט א הודעה צו אונזער "כוואליעס" ניק אויף "קרעמל"

זייט 4

זייט 4
טעקסט

עקדת יצחק מיט מאראלישע גלעזער

דורך: רבי איד

דער אנגענומענער נאראטיוו דער קולטורעלער קאנטעקסט און זיין פראבלעם פון דער תקופה

אין דער מעשה פון דער עקידה וואס מיר כדי צו פארענטפערן די פראגע, מוזן מיר לערנען אין חומש, און וועלכע מיר האבן אקארשט ארײנגיין אין אברהמ'ס וועלטל.

געליינט ראש השנה, טוט גאט אויספרואוון אין יענע צײטן, זענען די קולטורעלע נארמעס אברהם מיט א ניסיון צו זען אויב ער איז וויליג געווען ראדיקאל אנדערש. קינדער זענען געווארן מקריב צו זיין זיין באליבטן זון, יצחק.

באטראכט ווי זייערע עלטערנ'ס פארמעגן, די דערציילונג ברענגט אבער ארויף א און ברענגען א קינד פאר א קרבן איז געווען א שטארקע פראגע: אויף וואספארא אופן איז נארמאלע פראקטיצירונג צווישן די פעלקער וואו אברהם באמת בייגעשטאנען דעם ניסיון?

אברהם האט געוואוינט.

אויבנאויף זענען פארהאן צוויי אופנים פאר די תורה האט דאס שפעטער פארבאטן, אברהם בייצושטיין דעם ניסיון: א( אויב ער פאלגט ווי עס שטייט: ּומִזַּרְעֲָך ֹלא תִתֵּן לְהַעֲבִיר לַמֹּלְֶך גאט'ס באפעל און ברענגט זיין זון פאר א קרבן, אן )ויקרא יח:כא( - א קלארער פארבאט אויף אן געשטערט ווערן פון סיי וואס, אפילו פון א מלאך עקזיסטירנדן פענאמען צווישן די פעלקער מקריב פון הימל. ב( אויב גאט אליין באווייזט זיך ווידער צו זיין קינדער צו די עבודה זרה, און ווי דער רמב"ן צו אברהם און קערט איבער זיין ערשטן באפעל, איז דארט מסביר אז עס מיינט פארברענען צום אויפ'ן זעלבן אופן ווי עס איז געגעבן געווארן.

טויט.

אבער, די געשעענישן אנטוויקלען זיך מיר געפינען אויך א זכר פון דעם מנהג אין אנדערש. אברהם איז נישט מקריב זיין זון אלס אנדערע ערטער אין תנ"ך, ווי צום ביישפיל אין א קרבן, און גאט באווייזט זיך נישט נאכאמאל דער טראגישער געשיכטע פון יפתח, וועלכער צוריקצוציען פון זיין באפעל. וואס פירט אונז צו האט געמאכט א נדר צו אּפפערן דאס וואס וועט דער פראגע: פארוואס ווערט דאס באטראכט ערשט ארויסגעקומען פון דער טיר פון זײן הויז ווי אברהם איז בייגעשטאנען דעם ניסיון ווען אין ווען ער קערט זיך צוריק פון דער מלחמה, און האט פאקט איז ער לכאורה דורכגעפאלן און געהאנדלט צום סוף מקריב געווען ​​ זײן איינציגע טאכטער קעגן דעם באפעל פון גאט?

)שופטים יא:ל-לט(. מיר טרעפן עס אויך אין צענדליגער אנדערע פלעצער אין תנ"ך, און אין

זייט 5

זייט 5
טעקסט

דער וועלטליכער היסטאריע איז עס אויך פארצייכנט.

די אלע ביישפילן צייגן אונז אז קינדער-קרבנות זענען געווען א חלק פון דעם קולטורעלן צייט-גייסט פון אברהמ'ס צײט, דעריבער איז א דירעקטער באפעל פון גאט צו ברענגען זײן זון אלס א קרבן נישט באטראכט געווארן ווי אזא שרעקליכע פראבע, נעמענדיג אין באטראכט די געזעלשאפטלעכע נארמען פון זײן צײט.

אלטערנאטיווער פערספעקטיוו אויף דעם ניסיון

יעצט לאמיר באטראכטן אן אנדער צוגאנג צו דער געשיכטע.

אין א וועלט ווי בלינדע געטריישאפט צו די געטער האט איבערגעוואויגן די נאטירליכער אינערליכער מאראל, איז דער נסיון געווען טאקע דאס: צי וועט אברהם איגנארירן זיינע מאראלן און פאלגן דאס ווארט פון גאט, אדער וועט ער פארשטיין אז ריכטיגע יראת השם מיינט נישט טון וואס גאט הייסט, נאר וואס גאט וויל באמת, וואס געטליכקייט פארלאנגט, און דאס איז דער אינערליכער מאראלישער קאמפוס פונעם מענטש.

דעריבער האט גאט אים אונטערגעשטעלט א ניסיון, א טעסט, באפעלנדיג אים מקריב צו זיין זיין זון. אבער גאט'ס עכטע כוונה איז אז אברהם זאל זיך אנטקעגנשטעלן אפילו א באפעל פון גאט אליין, און נישט פארראטן זיינע געטליכע מאראלן. ווייל פאלגן די רייד פון גאט איז נישט איבער ווערטער אדער באפעלן עס פארלאנגט זיך צו "וויסן" וואס גאט וויל, און אט די אייגנשאפט האט געדארפט ווערן אײנגעווארצלט אין אברהם.

זייט 6

זייט 6
טעקסט

קומט אויס אז גאט'ס רצון איז קיינמאל נישט געווען אז אברהם זאל ח"ו שעכטן יצחק, דער איינציגער נסיון איז געווען איינצוזען אז "דאס קען נישט זיין ריכטיג". יראת השם איז נישט בלינד טון וואס מען הייסט. זי איז העכער, געבויט אויף וויסן וואס איז גוט און גערעכט, אפילו קעגן אן אויבנאויפיגן קלארן באפעל.

אברהם, צוליב זיין אומבויגזאמער אמונה, האט זיך טאקע געגרייט דורכצופירן גאט'ס באפעל, אבער, ווען דער מלאך קומט צו אים און רופט זיין נאמען צוויי מאל, שטעלט ער זיך אפ און ענטפערט מיט א גרייטקייט "הנני" - איך בין גרייט אוועקצונעמען מיין אויפמערקזאמקייט פון גאט'ס באפעל און קוקן טיפער. ער פארשטייט דעם מאראלישן געוויכט פון הרג'ענען אן אומשולדיגן מענטש, אפילו פאר גאט. און אזוי ווערט ער פארמיטן פון דורכפאלן גאט'ס עכטן ניסיון און חלילה שעכטן זיין זון צוליב א געטליכן באפעל. און אין יענעם מאמענט באקומט ער דעם העכסטן שטאפל פון מאראלישן באוואוסטזיין, וואס דאס איז די אולטימאטיווע "יראת השם".

און אט דאס איז די סיבה פארוואס א מלאך איז געקומען איבערקערן דעם באפעל און נישט גאט אליין, ווייל אויב נישט וואלט דאס צעשטערט די גאנצע מטרה פון דעם ניסיון, טאקע יא עובר צו זיין אויף גאט'ס באפעל.

דערנאך זאגט טאקע דער מלאך פאר אברהם אז זיין זיך אנטזאגן פון

זייט 7

זייט 7
טעקסט

פאלגן גאט צייגט אויף זיין "יראת השם" און מאראליש געוויסן, וואס לויט דער בחינה איז יראת השם אן אינסטיקטיווע אייגנשאפט, א פנימיות'דיגע מידה, וואס ארבעט האנט ביי האנט מיט מאראל; איינער מיט ריכטיגער יראת שמים קען נישט האנדלען קעגן מאראל, ווייל זיי זענען באמת איין און די זעלבע זאך.

אין די פסוקים

לאמיר דאס קלאר מאכן דורך די פסוקים אין בראשית קאפיטל כ"ב:

• א: וַיְהִי ַאחַר הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה וְהָאֱֹלקִים נִסָּה אֶת ַאבְרָהָם וַיֹּאמֶר אֵלָיו ַאבְרָהָם וַיֹּאמֶר הִנֵּנִי.

דער פסוק שמועסט נישט אויס דעם ניסיון.

• יא: וַיִּקְרָא אֵלָיו מַלְַאְך יְהוָה מִן הַשָּׁמַיִם וַיֹּאמֶר ַאבְרָהָם ַאבְרָהָם וַיֹּאמֶר הִנֵּנִי. דער מלאך רעדט, נישט גאט. און אברהם שרייט "הנני".

• יב: וַיֹּאמֶר ַאל תִּשְׁלַח יָדְָך אֶל הַנַּעַר וְַאל תַּעַׂש לֹו מְאּומָּה כִּי עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי יְרֵא אֱֹלקִים ַאתָּה … לויט דעם פשט זאגט אים דער מלאך אז ער זאל נישט שעכטן יצחק און זאגאר דורכדעם וועט מען זען אז "יְרֵא אֱֹלקִים ַאתָּה", אז דו ביסט א ריכטיגער ירא אלוקים.

• … וְֹלא חָשַׂכְתָּ אֶת בִּנְָך אֶת יְחִידְָך מִמֶּנִּי.

דו האסט נישט אוועקגענומען יצחק'ס אויטאנאמיע און לעבן צוליב אוממאראלישע חשבונות.

דער אוניווערסאלער מוסר השכל

צום לעצט איז מערקווירדיג ווי דער מלאך באציט זיך צו יצחק מיט'ן טיטל "הנער", דער יונג, און נישט מיט זײן נאמען, יצחק. דער אויסוואל ווײזט אן אז דער מוסר השכל פון דער עקדה טראגט אן אוניווערסאלן באדײט. עס איז נישט נאר וועגן אויסמיידן שאדן צו יצחק ספעציפיש, נאר עס טראגט א ברייטערע לערע: עס עקזיסטירט נישט קיין בארעכטיגונג וויי צו טון אן אומשולדיגן מענטש, אפילו אין נאמען פון גאט.

סוף דבר, די עקדה איז נישט וועגן בלינדער פאלגזאמקייט נאר וועגן מאראלישן קוראזש. אברהמ'ס באשלוס צו דערהערן דעם מלאכ'ס רוף דעמאנסטרירט זיין אנערקענונג אין מאראל, און האט געלייגט דעם יסוד פאר דער מדה פון חמלה אין עם ישראל און איר מאראלישע שטארקייט.

צום שלוס פונעם ארטיקל איז פאסיג אראפצוברענגען א שטיקל פון הרב קוק זצ"ל וואס פאסט זיך גוט אריין צו דאס וואס מען לערנט ארויס פון דער עקידה:

דבר מוכרח הוא שיסגל האדם לעצמו את המוסר הטבעי הפשוט, בכל רחבו ועומקו, ואת יראת ד', ותמצית הטהור של האמונה הפשוטה, וכל מדותיה ברוחב ובעומק, ועל גבי שתי הסגולות הללו יבנה את כל מעלות רוחו העליונות. אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה. סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה. אבל אם תצוייר יראת שמים בתכונה כזאת שבלא השפעתה על החיים היו החיים נוטים לפעול טוב, ולהוציא אל הפועל דברים מועילים לפרט ולכלל, ועל פי השפעתה מתמעט כח הפועל ההוא, יראת שמים כזאת היא יראה פסולה. )אורות הקודש ג' א:א יא(

זייט 8

זייט 8
טעקסט

אֲרִי שֶׁבַחֲבּורָה

דורך: תוהו ובוהו

שוין די לעצט שטיקל צייט האב איך אן איידיע געהאט

דא אין אונזער לאקאלער שול האב איך מיר גענומען א ציל

איך האלט אן אויג אויף דיר און איך כאפ אויף יעדן ריר

ביים בענטשן אלול דיין פנים מוטלאז אין מקוה ער"ש געקומען הוטלאז

נישט אנגעקומען צו שאלעשידעס א מנחה האסטו געכאפט ביחידות

אבינו מלכנו פרום געזאגט סליחות נאר יעדן צווייטן טאג

דיך באמערקט טרינקען א קאווע פאר חצות און אויפשטיין ראש השנה נאכ'ן עלות

צום גדליה האסטו נישט אויסגעקוקט ווי אין א תענית מיין שארף אויג האט דיך נישט געטראפן ביי קרבנות

לעקאך האסטו מיט א ברייטער האנט גענומען אבער "פארגעסן" מיט א טיפ צוריקצוקומען

יו"כ געקומען באצייטנס טאקע אבער קיין ווארט תפילת זכה

האסט געשמייכלט ביי דער דרשה כיטרע און געמאכט הארמאני ביי כל נדרי

געשפילט האסטו באלעבאטיש ביים ליינען גע'שנדר'ט דראמאטיש

מיר קענסטו אבער נישט דעם קאפ פארדרייען ביי בספר פרנסה וכלכלה געהערט דיינע ברעטשערייען

בשמים האסטו געשמעקט אן איבער-דאזע און זיך העפטיג גע'טענה'ט ביי פּויזע

געכיפּערט מעריב אן כוונה

זייט 9

זייט 9
טעקסט

און אנטלאפן פאר קידוש לבנה

דיין אתרוג האב איך באוואונדערט דיר זיכער געקאסט א שיינע פאר הונדערט

אויך באמערקט ווי דו האסט צוגענומען וואג פון אזויפיל סעודות פּער טאג

בחג האַהאַהא-ַמצות האביך מיט דיר מיטגעברומט אויפ'ן ערבות פרייז מיט דיר מיטגעקרומטּ

ביי משנה תורה צווישן אלע קעפ דיך באמערקט שטופן אויף וואטסעפפ

געכאפט קלעפ פון דיינע הושענות סידאך א מנהג כ'האב נישט קיין טענות

שמחת תורה ווען האסטיך דערקלערט שיכור נאך א קנאפע צוויי בראנפן-גלעזלעך ליקער

אויך ווען דו האסט געטאנצן מיט אייפער ווען מ'האט דיר פיינעלי געאפפערט א ספר

דיינע בליקן אויפן חבר'ס ווייב ביים טיר און דיין שאק ביים זען זיין שנור

*

ניין, איך בין נישט פון וועד הצניעות אדער דיין שונא'ס נגיעות

דארפסט פון מיר נישט נעמען קיין עול

כ'בין נישט אויף דיינע מוסדות פעיראל

כ'האב דיך בלויז באאבאכט פאר א גאנצן חודש זינט מ'האט מיך אינסטאלירט אויפ'ן ארון קודש

בעסערס וואס צוטון האב איך נישט סייווי כ'זיץ דא אויף מיין אייביגער רו

דארט מיט די הענט אין דער הייך ווי די ספרדים ביי עלינו לשבח

טו איך דיר שטענדיג באגלייטן און האלט מיט דיינע שוואכקייטן

ווען דו פרובירסט מיטטאנצן מיט'ן טאקט און ווען דו ווערסט אביסל פארהאקט

בארואיג דיך אבער מיין פריינט איך בין דאך נישט דא פון היינט

איין זאך קען איך דיר זאגן קלאר דיין שכן איז נישט בעסער מיט קיין האר

*

אמר רבי אלעזר בן עזריה הדא הוא דכתיב הוֹשִׁיעֵנוּ מִפִּי אַרְיֵה

זייט 10

זייט 10
טעקסט

הלל'ס טרוים

דורך: הבל וריק

דער ארטיקל איז ערשינען אין כוואליעס 3#, ט"ו בשבט תשפ"ה

מיט ווייעדיגע גלידער זיצט הלל אויפ'ן בענקל וואו בחורים פלעגן קומען רייכערן און שפייען. דאס און פרובירט צוזאמקלייבן זיינע געדאנקען.

צווייטע יאר האט ער אביסל געטון אין פוינטס, ס'טייטשט געעפנט דריי קארטלעך אונטער זיין עס איז האלב עלף אויפדערנאכט. דאס ווייב און זיין ווייב'ס נאמען און עס דערנאך פארמאכט. איז אויף נעטפליקס, די קינדער שלאפן געמיטליך, די וואקיום קלינער ליגט אויסגעשטרעקט דאס דריטע יאר האט הילל געקלערט וואס אויף דער קיך פאדלאגע, און א האלבער באטל ער וויל טון דאס פערטע יאר. דערנאך האט ער אראנדזש דזשוס רוט אויפ'ן טיש.

פרובירט צו פארקויפן קיוטיּפס אויף אמאזאן, וואס האט זיך געענדיגט מיט'ן לאזן די באקסעס ווי מאכט מען א דאלאר? קלערט הילל. אדער ליגן ביי זיין מאמען אין קעלער. דאס פינפטע "וויאזוי קריעיט מען וועליו?" ווי זיין חבר מנשה, יאר האט הילל געלערנט מיט א בעל-הבתיש'ן דער ביזנעס מבין, רופט עס.

יונגערמאן אין די צופרי שטונדן, און דערנאך צען יאר, נישט מער געדאכט, איז הלל שוין געפארן קוקן בילדינגס אין דער אומגעגנט.

פארהייראט. דאס ערשטע יאר נאך דער חתונה האט ער פארברענגט אין א בעקיארד אויף ראס, דאס זעקסטע יאר האט הילל געקלערט פון

טרעפט זיך הלל שוין די דריטע נאכט ביים קיך טיש, אונטער'ן בלאסן לעקטער פונעם פעטצאו טשילאר מיט די פארהויכטע גלעזלעך, איבער א טעצל טרויבן און שוואכע משלוח-מנות טשאקאלאד, קלערנדיג איבער זיין מצב. די עקאנאמיע הינקעט, די קינדער וואקסן באלד אונטער, ווי מאכט מען א דאלאר?

זייט 11

זייט 11
טעקסט

גיין צו טורא קאלעדזש פאר א געהעריגן פאך אין די פיס, אבער האט זיך געטראפן ארבעטן ביי זיין טאטן אין געשעפט - א פרינטינג ביזנעס.

אלנפאלס, אין די איצטיגע טעג זיצט הלל מיט א פלייס איבער זיין סמארטפאון און קוקט דורך די טרענדינג נייעס אויף עקס איבער דער פארע פון א הייסער צופרי-קאווע. מיטאג פרובירט הלל צו פארלירן עפעס געלט אויפ'ן סטאק מארקעט, און ערשט אין די נאכט שטונדן שטאטעט ער אפ א באזוך אין די יוטוב קארידארן, נישטערנדיג פאר קליפס.

טרעפט זיך הלל שוין די דריטע נאכט ביים קיך טיש, אונטער'ן בלאסן לעקטער פונעם פעטצאו טשילאר מיט די פארהויכטע גלעזלעך, איבער א טעצל טרויבן און שוואכע משלוח-מנות טשאקאלאד, קלערנדיג איבער זיין מצב.

די עקאנאמיע הינקעט, די קינדער וואקסן באלד אונטער, ווי מאכט מען א דאלאר?

בליציגע געדאנקען לויפן פארביי זיין מידן קערפער.

צוביסלעך ווערן די מחשבות א דמיון. הלל זעט זיך פלוצים אין א גאלדענעם דיינינגרום, מיט ברוינע מעבל און א לאנגן טיש, און ער שטייט אויפ'ן אויבנאן מיט א ריזיגער קרוין אויפ'ן שטריימל. ארום אים טאנצן צענדליגער בחורים מיט דאטשיקס און פארשידענע קליידונג, צו זיין זייט שטייען גבאים און וואכן דעם אומגעגנט, ער שרייט מיט א ווילדן געלעכטער און שרייבט טשעקס, און א פארשטעלטע טאכטער ברענגט קרויט צום טיש.

אין זיין דמיון זעט זיך הלל זיצן ביי בארד מיטינגס געבן א מיינונג, ביי רבנים נאכזאגן א ווארט, ביים טיש הארט נעבן רבי'ן, און אין שול אויפרייסנדיג פעטע OJC ביכלעך.

הלל זעט זיך אריינשלייכן דאנערשטאג נאכט אינעם קאלאני - נאך א וואך פון פרעס און פארטי

זייט 12

זייט 12
טעקסט

- מיט זיין מאיעסטעטישן BMW, באגריסנדיג זיין באשיידענע אשת חיל, די מאמע פון זיינע קינדער, וועלכע זיצט אין א רינג צווישן די חבר'טעס, קייענדיג גאם אויף דעם נאסן גראז.

הלל זעט זיך טאנצן ביי זיין זונ'ס חתונה אין די זאלן פון קאנטינענטאל, ווען די ארומיגע צושויער קוקן זיך צו מיט נייגער ארום און ארום אין א רינג. פון א געפאקטן זאל חלומ'ט הלל. פון א סטעידזש פול מיט מוזיקאנטן און א רייכן כאר. פון א טאנץ אינדערמיט - די קדשי קדשים פון לעבן, די אבן שתיה פון טרוימען - און די טוּפענדע פיס פון די צאללאזע קרובים וועלכע טאנצן פאר אים הין און צוריק.

הלל חלומ'ט פון נתקבל'ס, פון פאלגזאמע סטעף, פון לומד'ישע איידעמער, פון די "ריעל דיעל", פון די ּפלעּפלעריי אין קראלי, פון נזר אב השנה, פון אן אדרעס אין וויליאמסבורג, א נאמען אויף דער גאס, א דענקמאל אין היסטאריע.

ערוועקט זיך הלל א נאסער, אויפ'ן שמוציגן גלאזערנעם טיש אין זיין קליין פארמארגעדזשט דירה'לע אין ניי וויליאמסבורג, אויפ'ן פערטן שטאק.

איז ארטיקל "כוואליעס"

דער אויסגעקליבן געווארן דורך דער רעדאקציע פון דער ייִדישער צייטשריפט "די גָאלדענע פַאווע" וועלכע ערשיינט אין אמסטערדאם,ּ האלאנד, אלס א טייל פון א זאמלונג פון "היינטיקער ייִדישער ּפרָאזע".

אט איז א באריכט אין דער "פָארווערטס" איבער דער צייטשריפט:

הלל לעכצט. הלל איז א גארנישט - הלל וויל געלט, הלל וויל שעצונג.

הייבט זיך הלל פון בענקל מיט א קרעכץ, שאקלט אפ זיין פארוועלקטן שמוציגן טלית-קטן,ַ שלינגט אראפ א גלעזל סעלצער, און גרעּפסט דערויף א פארמידעטער. "גיימער שלאפן?" פרעגט ער דאס פארטיפטע ווייב, און אויפ'ן געלעגער, מיט פארמאכטע אויגן, פרעגט הלל זיין זעל: "ווי מאכט מען א דאלאר?"

זייט 13

זייט 13
טעקסט

וְכֻּלָן נִפְּדִין

דורך: מיימון

מָכַרְתִּי לְךָ אֶת הֶחָמֵץ וְקָנִיתִי מִמְּךָ אֶת הַבְּכוֹרָה מָכַרְתִּי לְךָ אֶת נִשְׁמָתִי וְקָנִיתִי לִי בַּיִת גָּדוֹל

אֵין בֵּין עוֹלָם הַזֶּה לָעוֹלָם הַבָּא אֶלָּא מַקְהֵלָה חַיָּה בְּמָסָאז' אֵין דָּבָר שֶׁלֹּא נִקְנֶה בְּכֶסֶף אֶלָּא הַכֶּסֶף בִּלְבַד

וְאִם גָּנַבְתִּי אֶת הַכֶּסֶף בְּמִרְמָה הֲרֵי אֶקְנֶה כַּפָּרָתוֹ בְּדָמִים וְאֵין לְךָ עֲבֵרָה שֶׁאֵין לוֹ מְחִיר וְאֵין אֵל שֶׁאֵין לוֹ נְקֻדַּת חֻלְשָׁה

עַל שָׁלוֹשׁ עֲבֵרוֹת נֶהֱרָגִים וְכֻלָּן נִפְדִּין בְּכֶסֶף וּלְכָל אִסּוּר יֵשׁ הֶתֵּר אִם אַתָּה הַבְּעָלִים שֶׁל הָרַב

כָּל הַגּוֹיִם טִפְּשִׁים הֵם רָצִים לָמוּת בְּעַד אַדְמָתָם אֲנַחְנוּ מָמוֹנֵנוּ אַדְמָתֵנוּ ּ שׁוֹלְחִים אוֹתָם לַעֲבֹד בִּמְקוֹמֵנו

הָאֵל שֶׁלָּנוּ נִסְחָר בַּשּׁוּק תָּמִיד אֶפְשָׁר לִקְנוֹתוֹ בַּחֲזָרָה כְּשֶׁהַמְּחִיר יוֹרֵד מָה שֶׁחָשׁוּב זֶה לִהְיוֹת יַזָּם לִמְצֹא אֶת הַנֻּסְחָה לִפְנֵי מִישֶׁהוּ אַחֵר

זייט 14

זייט 14
טעקסט

זושא איז זושא

דורך: קדשים קלים

דער ארטיקל איז ערשינען אין כוואליעס 3#, ט"ו בשבט תשפ"ה

זושא איז דאך פון אונזערע עובדים. ער איז גוט אויסגעקאכט אין דער סוגיא פון עליות וירידות. מקושר בחיי החיים און דוקא דאס הייסט געלעבט. והחיות רצוא ושוב, זאגט דער נביא. זושא איז אויפגעשטאנען אין א בעד מוד? מ'האט שוין געהערט אזוינס, ס'שטייט דאך והחיות רצוא ושוב. זושא האט געהאט א גוטן טאג? געוואלדיג, והחיות רצוא ושוב. ער זעט נישט גאט? והחיות רצוא ושוב. ער זעט יא גאט? והחיות רצוא ושוב. דער עיר קאנדישאן צעבראכן אינמיטן זומער? והחיות רצוא ושוב. די מקוה גוט הייס אינמיטן ווינטער? אויך והחיות רצוא ושוב. אבער החיות רצוא ושוב האט דאך אויך א שיעור, ס'גריצלט שוין ווי דער גריזשעדיגער וועקער זייגער מאנטאג פארטאגס. זושא'ס דינער שטריק ווערט מער און מער אויסגעצויגן, די ָאּפס ענד דאונס נעמען נישט קיין עק, און די והחיות וגו' קומען זיך שוין ווייטער מסביר'ן.

מיט'ן לעצטן טראפ עזות מאנט זושא פון גאט, ווען הערן שוין די חיות אויף לויפן הין און צוריק? זאלן זיך רצוא ושוב גיין רייסן אינדרויסן. קום אריין קלאר דערבארעמדיגער, זאגט ער שטייף. והחיות רצוא ושוב, ברימט צוריק דער געטליכער תירוץ.

יעצט, זושא איז נישט אזא תמים. אז ס'גייט נישט מיט תמימות וועט עס דארפן גיין בערמימות. ער איז שוין א מבין מיום עמדו על דעתו, ער האט

ארויס זאכן, ווער ווייסט דען בעסער פון אים וויאזוי גוט אויסצושפילן דעם שטן? ער נעמט אפיר ר' צדוק, באהאלט זיך אונטער ר' נחמן, און ווארפט אריין אביסל סופיאיזם און בודהיזם פאר עקסטרע קרעדיט.

אבער דער ספיריטועלער קאקטעיל קומט נישט אריין קלאר, דער והחיות רצוא ושוב האלט שוין האסטעדזש די מחשבה אויך. צוביסלעך געפינט זושא אויס אז דער והחיות איז שולט אויף גאנץ פרד"ס — קודם טאנצט ער פשוט פשט, מארגן ווערט ער א בעל דרוש, דערנאך האקט ער רמזים, און ווערט נעלם אין סוד. זושא האט בלויז פארדינט אז זיבעציג פנימ'ער זענען זיך יעצט מנגח אין פשט פון והחיות רצוא ושוב.

אויב אזוי דארף מען צוגיסן ספייסעס צום געקעכטס, דערמאנט זיך זושא. צייט צו גיין שניידן גראז. ער פרובירט שלעפן אביסעלע וויד. ער כאפט דעם עסק, ער האט עס ארויס, דער והחיות פארלירט אביסל קראפט. און אז ס'שטייט ונתתי עשב בשדך, ענדיגט זיך עס ואכלת ושבעת — וואו ס'איז דא גראז איז דא מָאנטש. וואס דארף מען מער? ושלום על זושא.

ווער רעדט נאך ווען מ'איז מצרף דעם עולם הנגינה. און מיין נישט די צוה-צוה נגינה, דא רעדט מען פון קומזיצן עד אור הבוקר. מ'לייגט צו א שפאציר ביים וואסער, א טיפע מעדיטאציע ביי א הויכגעשפיצטן ווארק-שאפ, און זושא פארשטייט שוין צו זיינע דמיונות, ער האט עס אויסגעפיגערט.

זייט 15

זייט 15
טעקסט

מיט א שמייכל. שלי ושלך — שלך. ער דארף מסודר? א נעכטיגן טאג. דער גנב איז אייביג א טריט פאראויס פון דער פאליציי. לפתח חטאת גארנישט פאר זיך, זושא בני די לו בקב חרובין. רובץ, ס'רצוא ושוב'ט זיך כאילו ס'איז נישטא קיין איז ער דען הונגעריג? וואס איז דאס כשם שמברך מארגן. ווי קליגער זושא ווערט, טאנץ דער והחיות על הרעה בכלל? אין זושא'ס יוניווערס עקזיסטירט מיט ווילדער און ווילדער. ער לאזט נישט אפ.

דאס נישט.

לאז דיך נישט זושא, זאגט זושא פאר זושא. דו דארף איך ענק דערציילן? פון תענית אסתר ווייסט יא ווי שטארק דו ביסט זושא, שטארקט ביז פורים האט עס אנגעהאלטן.

זיך זושא. אבער, איך פיל מיך זייער באקוועם דא ויהי היום, איין שיינעם טאג האט דאס ענטפערט והחיות צו זושא. א'ני ל'זושא ו'זושא ל'י, אומגלויבליכע פאסירט. ווי פון דער זון-שיין האט שמייכלט ער צוריק.

זיך זושא פונעם חלום ערוועקט. איך זע קיינעם נישט צו בלייבן הינטערשטעליג, איז זושא נישט דא, וואונדערט זיך זושא. נישטא רצוא, מחליט אז אויב דאס ספיריטועלע געקעכטס נישטא שוב, אלץ איז נאר והחיות און דער חיה איז נישט געווען גענוג געפעפערט ביז יעצט, בין איך. איך טו וואס איך וויל, און טאקע ווייל איך דארף מען דא צוגיסן געווירצן מיט א ר' ישעי'לע וויל וואס איך טו.

מעסטער. פארוואס בלויזע גראזן?

זאל שוין זיין א מסע המלכות אויף שוועמלעך אויך. און אז מ'דרייט זיך

זושא איז נישט אזא תמים. אז ס'גייט נישט

אין גוטע פלעצער קומט מען צום

מיט תמימות וועט עס דארפן גיין בערמימות.

טעם, פון דא און דארט טרעפט

ער איז שוין א מבין מיום עמדו על דעתו, ער

ער זיך גאנץ שנעל אונטער מאמע

האט ארויס זאכן, ווער ווייסט דען בעסער פון

אייאוואסקא'ס פארטוך.

אים וויאזוי גוט אויסצושפילן דעם שטן? ער

איך בין שוין היינט נישט סתם

נעמט אפיר ר' צדוק, באהאלט זיך אונטער ר'

א טריפער, באגליקט זיך זושא,

נחמן, און ווארפט אריין אביסל סופיאיזם און

איך בין שוין גרויס. ער ניצט הויכן

בודהיזם פאר עקסטרע קרעדיט.

וואקאבולאר ווי ּפעין און טראומא, הילינג און דזשורניס, און אוודאי אזעלכע הארציגע ווערטער ווי ווילסט מענטשליכע דראמע? גיי שטאפ דיך פיעס און לאוו.ּ מיט גראז. ווילסט זען אשמדאי בהקיץ? טרינק דיך פיעס און לאוו זאגסטע? זושא איז גאר ּ אן מיט טיי וויפיל ס'גייט.

געווארן א הָאגער! ער ליבט אלעס, פון קוען ביז נישטא קיין גוד ענדינג זושא. זושא זאל נאר משולחים, זיין קאמפליצירטע פאמיליע און דעם זיין זושא, שרייבט דער הייליגער תולדות. זושא רוישיגן עובד. דער אויפגעיורענער איגאו זיינער דרימלט צוריק איין. על שלשה דברים זושא עומד, הייבט שוין נישט דעם קאפ מער, אלעס איז הארץ.

על זושא, זושא, און ווידעראמאל זושא, און דער דאס פילט אזוי מין גוט, אז זושא איז גאר חלום הייבט ערשט אן צו ווערן זיסער.

געווארן אן אינספירעישאן. ער האט שוין פארגעסן וְהִּנֵה קֹול רַעַׁש ּגָדֹול יֹוׁשֵב ּבַּׁשָמַיִם מְׂשַחֵק פון ָאּפס ענד דאונס. א פראבלעם מיט והחיות רצוא ושוב? ער עקסעפט אלעס. ער נעמט אלעס וְאֹומֵר וְהַחַּיֹות רָצֹוא וָׁשֹוב מֵעַּתָה וְעַד עֹולָם:

זייט 16

זייט 16
טעקסט

רבי'שע תאוות

דורך: אביגדור אונגאר

דער ארטיקל איז ערשינען אין כוואליעס 1#, חנוכה תשפ"ה

איין מאל א וואך פלעגט דער רבי ר' סנדר זיך אויסטון דעם רבי'שן קאלפיק, די ברייטע בעקישע און דעם גראבן גארטל. ער האט אראפגעלייגט די לולקע און די טאבאק-פושקע, פארמאכט דעם תיקוני זהר און צוגעשפארט די ּפראווען שטוב. זיין הייליגן אויסגעמאגערטן קערפער האט ער איינגעוויקלט אין א פויערישן רוי-פעלץ מאנטל און אנבאשוכט מיט דיקן שטיוול, גענומען א פשוט'ן שטעקן פון בוים, און זיך גענומען דרייען צווישן דעם עולם צו הערן וואס דריקט זיי, צו וואס שטרעבן זיי.

טאג און נאכט פלעגט ער הערן אידישע צרות. דאס וויינעריי פון פשוט'ע פארלעך וואס קרעכצן וועגן זייער פערד'ס מחלות, דעם שוואכן וואוקס פון קארטאפל אין גארטן, און קינדער וואס ווילן נישט גיין אין חדר. אין יעדן קוויטל האט איינער געמוטשעט וועגן זיין געלט צושטאנד; פון יעדער בקשה האט ער געהערט א מין אומצופרידנקייט וואס ער האט עפעס קיינמאל נישט געקענט דערהערן. וואס ווילן זיי? וואס וויינט מען אזוי וועגן געלט? דער רבי האט אין זיין לעבן קיין האנדלונג נישט געמאכט, קיין פריץ נישט אפגענארט, קיין פערד נישט געמעקלט, און ער איז געווען העכסט צופרידן פון זיין לעבן. טא וואס לויפן זיי נאך דאס געלט אזוי? וואס קאסט שוין אזויפיל? זיין קאפ וואס האט אלץ געשוועבט אין העכערס, אלץ געקלערט פון געטליכקייט און זעלבסט

פארבעסערונג, האט קיין אנונג נישט געהאט אין די ענינים.

זיין פלאנטער האט אים גענאגט און געצופט. ווי קען ער דען זיין דער מליץ פאר'ן אייבערשטנ'ס פאלק ווען ער ווייסט ניטאמאל וואס טוט זיך ביי זיי? ביז ער האט מחליט געווען אז ער גייט איינמאל פאר אלעמאל דערגיין דעם סוד. ער וועט נאך אמאל פארשטיין וואס זיי ווילן פון אים און וואס זיי האבן דערפון. פאר דעם האט ער קיינעם געטרויעט - ער האט געמוזט גיין אליין און ארבעטן אליין; ער האט געמוזט פילן אויף דעם אייגענעם לייב וואס דאס מיינט עוה"ז, וואס מ'זוכט ווען מ'לויפט נאך די פארכמארעטע וועלט - די וועלט וואס האט קיין גלאנץ פאר ר' סנדר קיינמאל נישט געוויזן דורכאויס זיין לעבן.

* מיט זיין קאפ פארטיפט אין הימל-באדעקטע וועלדער צווישן פארבארגענע באשעפענישן און דערהויבענע געדאנקען, האבן זיינע פיס אים גענומען צו דער שענק, די קרעטשמע, דער מארק אין שטאט, דער פאליש אין ביהמ"ד, אדער גלאט אזוי צו גאסן פול מיט פאריאגטע מענער, פארסאפעטע ווייבער, פאר'חלומ'טע שמייכלדיגע יונגעלייט און לאכעדיגע קינדער. ער פלעגט באקוקן די פנימ'ער, באטראכטן די גרימאסן און אפלערנען די פונקען אין די אויגן פון די פארבייגייער - אט די גרימאס איז א האפנונג צו שליסן א בעסערן

זייט 17

זייט 17
טעקסט

אפמאך קומענדיגע מאל מ'האנדלט מיט א פויער אין מארק, דער פונק אין די אויגן איז פון יאוש אז קיין האפנונג איז שוין מער נישט דא. דער ווינקט אין א וועג וואס יעדער קען דערקענען אז ער גייט יעצט אפטון א שפיצל, און אן אנדערער האט זיינע בייזוויליגע מחשבות ברייט אויסגעצויגן איבער זיין רויט פליישיג געזיכט.

ער הערט אונטער א שמועס נאכ'ן דאווענען - איבער א טיי מיט א קאצקע צוקער וואס האט זיך באקוועם געמאכט צווישן דעם רעדנער'ס ציינער און משום מה נישט געשטערט די כוואליע פון ווערטער פון זיין מויל - ווי יענער קלערט וואס דער רבי האט געמיינט מיט זיין לעצטער גזירה; ער לייגט צו אן אויער אין מקוה, ווען נאקעטע לייבן שטעלן אוועק יסודות אין אלץ און יעדן, און טריבע וואסער מישט זיך אויס מיט טיפזיניגע לעזונגען פאר יעדן וועלט'ס פראבלעם. דארט וויל מען וויסן הלמאי דער רבי לאזט זיך אזוי פון דעם ווייב זיינעם, דער איינדרוק פון די וואס פוסטעווען אין שענק איז אז דער רבי קען קיין גרייז נישט מאכן, און ביי די ווייבער אין מארק איז אנגענומען אז דער רבי מיט גאט זענען גאר איינס און דאס זעלבע; ער איז קוואליפיצירט צו שעלטן, בענטשן, צוזאגן און צונעמען - אלץ פאר דעם ריכטיגן פרייז. דאס איז אבער נישט גענוג. אן צו ריכטיג פארשטיין פון וואס זיי רעדן און קווענקלען, איז אלעס נאר ווערטער, א מין רמז'ל וואס הינטער דעם ליגן געשמאקן און געפילן, בארירונגען און ערוועקונגען. ס'איז ווי די קבלה ווערטער אין די ספרים וואס זיין זיידע האט געטראפן אין א גרוב טיף אין וואלד - אויף וואס זיין רבי'סטעווע איז באזירט. די זאכן כאפן זיך נישט אן אין קיין מציאות נישט, זיי פליען צווישן הימל און לופט אן קיין לאנדונגס פלאץ אויף דער ערד. אז ער האט געוואלט פארשטיין וואס טוט זיך, האט ער געמוזט טועם זיין פון דער וועלט, ווי פאסקודנע עס וועט נאר זיין.

דער גראבן וואורשט אין שענק האט אים געמאכט גרעפסן, הוסן און שטינקען פון אלע עקן פון זיין גוף, א בליק אין פנים פון איינעם פון די אנדערע פראסטע פרעסער האט אים פארדרייט דאס געוויסן מער ווי ער האט געקענט דערהייבן, ווען ער האט נאר פרובירט צו שמועסן אין מקוה מיט די ארומיגע, האט ער גלייך געכאפט אז ער האט דאך ניטאמאל וואס זיי צו זאגן.

* וואך איין וואך אויס האט ער זיך פארשטעלט און זיך ארומגעדרייט. אמאל האט ער זיך זאגאר פארשטעלט ווי אן אלטע מארק פרוי מיט א שאל אויפ'ן געזיכט, אמאל האט ער אריבערשפאצירט צום דערנעבנדיגן שטעטל, זיך אנגעטון רייכע באלעבאטישע קליידער, זיך געזעצט אויף מזרח, געקויפט עליות, געפאדערט דאס ברעטל און זיך געפירט מעשה-פריץ אויף יעדן. אלץ האט ער דערלעבט - לפחות דורך די אויגן. טועם געווען האט ער קיינמאל נישט געקענט, זיין ערציאונג האט פון אים דעם גאנצן ענין פארהוילט.

ער פלעגט צוריקקומען צו זיין רבי'שער שטול, זיך אנגעטון דאס רבי'שע געצייג, א שמעק טון פון דער טאבאק-פושקע, און זיך ווידער אריינלאזן אין דער אייביגקייט פון אין-סוף. זיין באליבטער פרי עץ חיים און דער גוט אויסגעניצטער תהלים, זיין מקוה געגייעכץ מיט זיין קוויטל פראווען - צו די זאכן האט ער פארשטאנען, אין די זאכן האט ער געזען א טעם. אבער אין דער לופט פון דער גאס? - וואס זוכן זיי דארט? וואס האבן זיי דערפון? פארוואס בלייבן זיי דארט? דאס האט אים געעגבערט ביז גאר, ער האט קיין לייזונג נישט געקענט טרעפן. ביים ארויפשלעפן די זיידענע הויזן זיינע נאך אזא שפאציר, האט ער געשפירט ווי ער ווערט צוריק א לייט. ער טוט זיך אן א מענטשליך געשטעל און זאכן שטימען נאכאמאל.

ביים לחיים געבן ביי א געפאקטן שבת שקלים טיש, פלעגט זיך אריינכאפן א מחשבה'לע ביי

זייט 18

זייט 18
טעקסט

אים: וואס פארע איך מיך מיט די אלע אקסן, מיט באשעפענישן וואס ווייסן נישט וואס זיי זוכן אין לעבן? ער האט געקלערט אז די גאנצע זאך איז גאר א בלאף, ער ווייסט נישט וואס זיי טוען און זיי ווייסן נישט וואס ער טוט. ער האט ווייטער לחיימ'ט און געשאקלט מיט די הענט, ווייטער געקוקט יעדן אין די אויגן רינגס ארום דעם גרויסן טיש, אבער זיין קאפ איז געווען ערגעץ אנדערש. ווי איז מען פון דער וועלט טועם? ווי אזוי שיידט מען דעם רעטעניש?

איינמאל ביים זיך דרייען אין מארק, האט ער געהערט ווי מענטשן סודות'ן און שושקען זיך. יעדער זאגט זיין שכן עפעס אין אויער מיט א האלבן שמייכל, און מ'ווערט נאר מער און מער אנטציקט. דער רבי ר' סנדר זעט אז ער מוז זיך דערוויסן פון וואס ס'האנדלט זיך דא. ער גייט צו צו די שמועסער און לייגט צו אן אויער. ער הערט עפעס וואס מאכט זיין בלוט קאלט און הייס אויפאמאל, זיינע אדערן פארגליווערט און זיין אטעם זיך אפשטעלן: זיין ברודער, ר' ליפא'לע, קומט באזוכן אין שטאט.

ביים רבי׳ן איז שוין געווארן גאר אן אנדער זארג. א סעקונדע צוריק האט ער זיך נאך מתבונן געווען אינעם אונטערשייד צווישן דעם מעון הימל און דעם היכל הימל, ער האט, אין זיינע געדאנקען, געפירט מלאכים פון חג"ת אויף נה"י און גע'מקיפ׳ט און גע'ניקפ׳ט פון אלע זייטן - און יעצט קומט ר' ליפא'לע צו פארן.

* ר׳ ליפא׳לע איז גאר געווען דער אינגערער ברודער פאר ר׳ סנדר, אבער ער איז געגאנגען אויף אן אנדער וועג. ער האט זיך פארטיפט אין גראבע נגלה טאג און נאכט, געשריבן תשובות און זיך געדרייט אין רבנ'ישע קרייזן. ער האט געהאט א יד אין פיל נושאים, און אלטע חסידים האבן זיך בארימט אז ער איז דעם רבי'ן ז"ל'ס א זון. זיין

זייט 19

זייט 19
טעקסט

גלאנץ אלס דעם אלטן רבינ'ס זון צוזאמען מיט זיין קענטעניס אין פסק הלכה איז זיי געווען א געשמאקער שילוב, און ער איז געווען א שטאלץ אין דער גזע.

נו, אז ר׳ ליפא׳לע קומט אין שטאט, דארף מען דאך אפריכטן א קבלת פנים. די ברידער וואס לעבן אזוי לאנג בשלום ובשלווה האבן גע'שמ׳ט אין דער גאנצער אומגעגנט, און ר׳ סנדר האט זיך מיט דעם זכות השלום פיל באניצט ביים איינרייסן ביים אין-סוף פאר איינעם פון זיין סטאדע וואס האט דרינגענד געדארפט א ישועה.

צעטלען, שילדן און טאראראם האבן געבוזשעוועט אין שטאט. א קלייניגקייט? נאך אזא לאנגער צייט קומט ר' ליפא'לע באזוכן. מ'האט זיך געגרייט אויף א גרויסער סעודה צו מקבל-פנים זיין דעם גרויסן גאסט לתפארת בית אבותם.

* די צוויי ברידער האבן זיך פריינטליך געקושט, ליבליך שפאצירט צוזאמען, און זיך איידל אראפגעזעצט צו דער גרויסארטיגער סעודת קבלת פנים. זיצן זיי דארט מיט די מוחות פארכאפט אין עליונות, ר' ליפא'לע באטראכט א שווערן רמב"ם און ר' סנדר קלערט איבער דעם אמת'ן מיין אין א שטיקל ברית ומנוחה וואס איז עפעס יעצט פארהוילן געווארן פון אים, ווען פלוצלונג הערט זיך א טומל ביי דער טיר. א פרוי רייסט זיך אריינצוקומען אין צימער, "איך מוז גיין צום רבי'ן!" שרייט זי מיט אלע כוחות. די צוויי ברידער קוקן אן איינער דעם אנדערן, און בבת אחת שאקלען זיי ביידע מיט'ן קאפ, ווי צו זאגן 'נו, זאל מען איר אריינלאזן'.

זי איז צוגעלאפן צו די אחים הקדושים, זיי געשטערט פון זייער וויכטיגער עבודה עליונה, און אויסגעשטרעקט א האנט מיט א קוויטל. "העלפט מיין טאכטער, א מקשה לילד! זיבן קינדערלעך און איין מאן זענען אנגעוויזן אין איר, זי מוז געהאלפן ווערן!"

צוויי הענט האבן זיך ארויסגעשטעקט צו כאפן דאס קוויטל. צוויי צדיקים האבן זיך געוואלט מוסר נפש זיין צו העלפן א אידישע פרוי אין אן עת-צרה, צוויי צדיקים האבן געוואלט איינשטעלן זייער גוטן נאמען אויף א הצלחה אין דעם קוויטל. ר' סנדר האט באמערקט ר' ליפא'לע'ס האנט אין דער זעלבער סעקונדע וואס יענער האט באמערקט זיין האנט. זיי האבן געבליקט איינער אויפ'ן צווייטן, ווארטנדיג אז דער אנדערער זאל צוריקציען זיין האנט.

* יאסל דער בעל עגלה שטייט צווישן דעם ציבור ביים קבלת פנים. ער פריידט זיך צו זען די צוויי ברידער, קינדער פון דעם רבי'ן ז"ל, אינאיינעם. ער שפירט ביי זיך דאס גליק פון א חסיד פון א רואיגן הויף; א פרייליכע סטאדע פון חסידים וואס דארפן נישט זארגן וועגן דעם פעטער צי יענעם ברודער. ער דארף זיך נישט שעמען ווי די וואס זייער הויף איז פארוויקלט געווארן אין מחלוקת, דין תורה'ס, געריכטן, שלעגעריי, גנב'עריי, קונטרס שרייבעריי און פאשקעוויל ווארפעריי - "ביי אונז איז ריין און איידל," פלעגט ער זיך אויפטון צו די פאסאזשירן אויף זיין פור.

זעענדיג די צוויי הענט אויסגעשטרעקט, אויסשרייענדיג פאר יעדן צוקוקער וואס טוט זיך ביי זיי אין געדאנק, איז אים דער קאפ געווארן צעמישט אין פארדרייט.

וואס ווילן זיי? וואס מוטשעט מען אזוי וועגן רבי'סטעווע? יאסל האט אין זיין לעבן קיין קוויטל נישט געליינט, קיין שיריים נישט פארטיילט, קיין עמוד נישט געבירגערט, און ער איז געווען העכסט צופרידן פון זיין לעבן. טא וואס לויפן זיי נאך די מאכט אזוי? וואס האט מען דערפון? זיין קאפ וואס האט אלץ געשוועבט איבער וועגן אין שטעגן, בערג און טאלן, אלץ געקלערט פון ציען א חיונה, העלפן אנדערע און ערציען זיין משפחה, האט קיין אנונג נישט געהאט אין די ענינים.

זייט 20

זייט 20
טעקסט

מוזיק פון דער נשמה

און די שטילקייט איבער איר

דורך: יוסף

דאס ווארט נשמה.

וויאזוי האב איך עס?

דער באגריף נשמה.

אין וועלכן זין איז עס מײנס?

דער פענאמען נשמה.

דאס וואס נשמה באציט זיך צו, קען נישט ווערן "געהאט"; פון נאטור אויס קען מען אויף איר פונקטן אין אונזער דירעקטער קיין בעלות נישט דערקלערן.

ערפארונג, וואס ווען אויסגעדריקט ווי נשמה - שפירן זיך אקוראט.

בין איך א נשמה?

בליצן פון אונזער עקזיסטענץ וואס רעזאנירן מיט'ן טערמין נשמה.

די איידעלע, לויטערע מורמלערייען אויב איך בין באוואוסטזיניג פון איר, פון רעאליטעט, קען איך נישט זיין זי.

באצייכנט דורך פאעטן און מיסטיקער אויב כאפ איך עס אויף, קען עס אלס "די שפראך פון דער נשמה".

נישט זיין וואס איך בין.

הימליש און מיסטעריעז.

דאס וואס ווייסט קען נישט זיין אן אביעקט פון זײן וויסן.

נשמה אז דו זעסט עס - איז עס נישט דײן אויג.

האב איך

אז דו הערסט עס - איז עס נישט

א נשמה?

דײן אויער.

אז דו שמעקסט עס - איז עס נישט איז מעגליך בכלל צו "האבן" א נשמה?

דײן נאז.

זייט 21

זייט 21
טעקסט

איך בין

דאס וואס ווייסט, דאס וואס איז באוואוסטזיניג, דער חלל אין וועלכן נשמה באווייזט זיך, דאס גרעניצלאזע פעלד אין וועלכן זי ערשיינט -

איז וואס איך בין.

וואס דו ביסט.

וואס מיר זענען.

וואס איז.

פון נאטור אויס, איז עס

אומבאשרײבליך און נאמען-לאז. מיר קענען רוען אלס עס, מיר קענען זיך אויסדריקן זייענדיג פאראנקערט אין עס, וואס דאס וועקט און ברענגט עס אויף ביי אנדערע.

באמת איז עס אומדיפערענצירט, ווי א ברעגלאזער ים, אן ענדלאזער האריזאנט.

העכער נשמה.

איבער נשמה.

פאר אייביג אנוועזנד.

א ליכטיגע, באוואוסטזיניגע ליידיגקייט, שטראלנדיג און פול מיט איז-שאפט.

זייט 22

זייט 22
טעקסט

מיין נבואה

דורך: יוסף גאלד

דער ארטיקל איז ערשינען אין כוואליעס 1#, חנוכה תשפ"ה

עס איז שבת קודש באשמורת הבוקר, צווישן דעם חקל תפוחין קדישין און עתיקא קדישא. איך ליג מיר בניחותא אויף מיין געלעגער און איך קען נישט צוריק איינשלאפן. ס'איז שוין שעות נאך וואס כ'האב איינגענומען א פיינעם זיסן אינדיקא דזשעלי, איך שפיר ווי אלע סטרעס און שלעכטע ענערגיע לאזן זיך אויף. א שטילשווייגעניש הערשט אינעם הויז. דאס גאנצע געזינדל איז פארזונקען אין א טיפן פרימארגן שלאף, עס הערן זיך נאר די טיפע ריטעמישע אטעמס פון מיין בעסערן האלב געמישט מיט דעם גערודער פון די ווינטן פון צווישן די שּפאלטענעס פון דער טיר.

איך שפיר ווי מיין נפש רעדט צו מיר, האסט שוין לאנג נישט געמאכט קיין Breathwork session, איצטערט איז די ריכטיגע צייט. אום שבת קודש, ווען ס'הערשט אזא רואיגקייט, נישטא קיין ּבילס, קיין באנק, קיין "דרייוו מיך דא, דרייוו מיך דארט", נאר רואיגקייט און סירעניטי - א ּפערפעקט צייט אז די נבואה זאל חל זיין.

כ'סעט מיך אויף, כ'מאך א טעסט ּפיילאט אויף מיינע חושים, אברים און גידים, כ'לייג מיך פרקדן, און כ'מאך זיכער אז כ'ליג באקוועם, מיט די אויגן צוגעמאכט, גרייט פאר א גוטער השראה; פאר א נבואה וואס זאל זיין א טופח ע"מ להטפיח, ס'זאל זיין עּפעס וואס זאל מיך און אנדערע טראגן אויף א גוטן ּפלאץ, א טריּפ פון וועלכן מ'זאל קענען רעדן און געדענקען פאר א לאנגער צייט.

אט נעם איך מיך צו דער עבודה. כ'הייב אן אריין אטעמען דורך מיינע נאז לעכער צוויי מאל נאכאנאנד, איינס אריין אין דעם טשעסט און ס'אנדערע טיף אין דעם דייאפרעם, און כ'לאז עס רואיגערהייט ארויס דורך דער נאז. נאך צען אזעלכע אטעמס אריין און ארויס, צי איך אריין איינס דאס טיפסטע וואס איך קען און כ'לאז עס ליגן דארט פאר בערך זעקס און צוואנציג סעקונדעס, כמנין שם הוי"ה, און דערנאך לאז איך עס ארויס דורך מיין מויל. מיטאמאל הייב איך אן שּפירן מיינע הענט און פוס שלעפעדיג, מיינע געפילן זענען אין אן אנדער וועלט.

איך שלאף נישט, איך בין וואך, אבער איך זע און שפיר וואס א וואכער מענטש זעט נישט און שפירט נישט. א רוח נבואה האט מיך באנומען. נישט אין חלום, נאר טאקע בהקיץ ממש, זע איך מיין טאטן און מאמע, ביידע שוין נישט אויף אונזער וועלטל, זיצן נעבן מיר. מיין טאטע איז אנגעטון אין א שיינעם גרעי געוואנט און מיין מאמע אין שיינע קליידער. מיין טאטע בעט מיין מאמע זאל מיך אביסל מאסאזשירן, ווי זי פלעגט טאקע טון ווען זי האט געלעבט, און ער הייבט אן רעדן צו מיר. והנה דבריו לאמר:

וויסן זאלסטו, כ'האב דיך טאקע אסאך געשלאגן און געשריגן אויף דיר אלס קינד און אלס בחור, אבער כ'האב עס עכט נישט געטון בכוונה - כ'האב פשוט נישט געוואוסט בעסערס. מיין

זייט 23

זייט 23
טעקסט

טאטע האט מיט מיר געטון דאס זעלבע, האב איך עס ווייטער געטון מיט דיר. אבער באמת האב איך דיך פון אייביג אן שטארק ליב געהאט. און כ'גיי דיך אויסלערנען עפעס וואס דו זאלסט שטענדיג געדענקען: ווען דו האסט פלעזשור, ווען דו האסט הנאה און תענוג, האב איך און מאמי אויך הנאה; ווען דו האסט צער, האב איך און מאמי אויך צער. ווילסט אונז מהנה זיין? האב פלעזשור! האב תענוג! האב הנאה! געדענק אז דיינע געפילן זענען אונזערע. סוכ"ס ביסטו אונז. דיין קאפ, דיין מוח, דיינע הענט, פיס, לונגען, לעבער, נירן, אדערן, האר, הויט - דיין גאנצער פיזישער געבוי איז פון אונז. דו ביסט נישט נאר אן עקסטענשאן פון אונז, נאר אונז ממש. מיר זענען ווי איין מענטש.

און מיין נישט אז הנאה מיינט נאר פון זאכן וואס

מיר האבן דיך געלערנט, ווי כאילו נאר געוויסע זאכן קענען ברענגען הנאה פאר'ן מענטש אבער אנדערע זאכן, וועלכע מיר האבן דיך גע'מוסר'ט זאלסט נישט טון, יענע זאכן ברענגען נישט קיין הנאה. וויסן זאלסטו, אז הנאה איז הנאה נישט קיין נפק"מ וואס. אפילו ווען דו טוסט זאכן וואס דו שפירסט גוט דערמיט ווייל דורך דעם טוסטו פארקערט פון וואס דו ביסט אזוי שטרענגערהייט אויפגעצויגן געווארן, דאס איז אויך הנאה.

און ווען מיר וואלטן ווען געקענט טון די זעלבע זאכן אויף צו הנאה האבן, וואלטן מיר עס ווען אויך געטון. איי, מיר האבן עס נישט געטון? דאס איז פשוט ווייל מיר האבן געלעבט אונטער געוויסער פרעשור און בלאקעדזשעס ווי צייט און סּפעיס, פיער פרעשור, קולטורעלער און רעליגיעזער דרוק,ּ

זייט 24

זייט 24
טעקסט

צי סיי וועלכער דרויסנדיגער דרוק. אבער וויסן זאלסטו, אויב וואלטן מיר ווען געקענט דורכזען וואס דו קענסט דורכזען, עטליכע מחיצות אפילו, וואלטן מיר עס ווען אויך געטון. 'לאקי יו' אז דו קענסט יא דורכזען דעם אמת און נישט לעבן אונטער דרויסנדיגע איינרעדענישן.

און וויסן זאלסטו, אז ווען דו טוסט עפעס און דו האסט הנאה, טוען מיר אויך דאס זעלבע. ווייל דו ביסט אונז. נאר מיר טוען עס נישט אין דער זעלבער dimension ווי דיר. און מיר קענען עס נישט טון נאר דורך דיר; דו ביסט אונזער פארשטייער אויף דער וועלט. מיר ווילן אויך הנאה האבן, נאר מיר קענען נישט. נאר אויב דו טוסט עס, דאן האבן מיר הנאה. דערפאר בעט איך דיר: ביטע האב הנאה, וועסטו אונז אויך מהנה זיין. און ס'קען זיין סיי וואס, אויב האסטו הנאה פון לערנען א משנה, א בלאט גמרא, פון שרייבן א שיינעם ארטיקל, פון עסן א געשמאק עסן, פון סאציאליזירן - פון סיי וואספארא זאך וואס גיבט דיך פלעזשור און ס'שעדיגט נישט דיך אדער אנדערע, דאן טו עס און ענדזשוי עס!

און ווארט נישט ביז לאחר מאה ועשרים צו שפירן דיינע קינדער'ס הנאה… נאר שפיר עס שוין!

נאכ'ן איבערגעבן דעם דבר חידוש האט מיר מיין טאטע אנגעזאגט דאס גוט און אייביג צו געדענקען, און ער איז עס נאכאמאל איבערגעגאנגען בקיצור. דערנאך האט ער מיר

געזאגט אז זיי ברויכן שוין גיין, האב איך געבעטן מיין טאטן אז זיי זאלן נאך דא בלייבן, ס'איז זייער געשמאק זיי צו האבן נעבן מיר, האט מיין טאטע מיר געזאגט: "דאס וואס איך גיי יעצט אין מיין וועג מיינט בכלל נישט אז כ'בין אוועק געגאנגען פון דיר, קיינמאל! איך בין מיט דיר, מיר זענען דיר! ווען עלטערן פארן אוועק קיין פלארידא און דאס קינד בלייבט אין ניו יארק, מיינט דאס דען אז די עלטערן זענען נישט מיט'ן קינד?! קוק, דו קענסט דאך נישט אייביג פארבלייבן אינעם Breathwork session - מ'ברויך אויפשטיין, מ'ברויך טון צו דער זאך, מ'ברויך פיזיש אנגיין, מ'ברויך הנאה האבן פונעם לעבן."

קוים האב איך מיך געזעגנט פון מיין טאטן און מאמען, כ'עפן מיר אויף מיינע אויגן, כ'הייב אן צו שאקלען מיינע פינגער פון די פיס, פון די הענט, שוין טאג אינדרויסן. מיינע גלידער הייבן זיך אן אויפצואוועקן, איך שוויץ, מיינע פידזשאמעס זענען נאס פון שווייס, אויף אזא הייליגן רוח הקודש האב איך מיך בכלל נישט גערישט. איך קוק אויפ'ן זייגער און כ'טראכט צו מיר, אן אנדערטהאלבן שעה טריפ! וואו! אזא לאנגער טריפ, ס'האט ממש געשפירט ווי צען מינוט. א רואיגקייט איז אויסגעגאסן אויף מיין קערפער, כ'שפיר דעם עתיקא קדישא אין אלע מיינע ביינער, כ'וויל נאר זינגען "והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם" - מיר פארשטייען זיך שוין, מיר פארשטייען זיך אויפ'ן וואונק.

זייט 25

זייט 25
טעקסט

מיינע נייע ברוינע שיך

דורך: שעפטאל

שעפטאל האט געהאט אפאר פארכמארעטע טעג. קוים זיך דערשלעפט צו דער ארבעט, געוואוינט אסאך אין בעט.

מיסיס הערנאר פרעגט אים: וואס גייט פאר מיט דיר?

"כ'ווייס נישט. מה אני? וואס בין איך ווערד? וואספארא חילוק מאך איך אויס אין דער וועלט? ווייבן מיט חברים נאך א נאכט? כ'ווייס נישט, כ'פיל מיך עפעס ווי א גארנישט. כ'בין נישט אינטערעסירט צו זען מענטשן, כ'האב מורא מ'וועט מיך דזשאדזשן."

* אבער מיט אפאר שעה צוריק איז אנגעקומען אן עמעזאן קעסטל. מיסיס הערנאר וואטסעפפט: "שעפטאל, ס'איז א מתנה פאר דיר! פרוביר עס אויס צו זען אויב ס'פיט דיר און שיק מיר א בילד." יא, טאקע נאר שיך, אבער אזוינס און אזעלכס. קלאסיש, וועלוועט, ס'קומט אביסל ארויף מיט די פיס ווי אזוינע חצי בוטס, דין און איידל אבער שטארק.

שטיימער שוין אפאר שעה שפעטער. שעפטאל שפאצירט ]מארשירט[ אויף די גאסן מיט א געהויבענעם קאפ. די לופט איז מיינס, די גאס איז מיינס, איך בין מעכטיג. ער באגריסט יעדן מיט א ברייטן קול, לייגט סטאטוס פון זיך און מאכט זיכער אז די שיך זענען אינעם בילד.

ער קען קוים ווארטן אריינצוגיין אין ּבאר היינט נאכט מיט רעביצין הערנאר, און זינגען שירות ותשבחות מיט חברים מיט א שמחה רבה און קאנפידענס.

* יא, איך ווייס אז דו האסט ניטאמאל באמערקט מיינע שיך, ס'איז אלעס הוילע פאנטאזיעס. די שיך מאכט מיך מער חשוב? אבער אזוי איז עס - "רַּבִי יֹוחָנָן קָרֵי לְמָאנֵיּה 'מְכַּבְדֹותַי'". ס'העלפט מיך שפירן שטארק און מעכטיג כגברא בגוברין.

ס'ארבעט נאר דורכ'ן פלאסיבאו אפעקט? קען זיין, אבער ס'ארבעט.

* כ'האב היינט געלייגט תפילין. דו לאכסט? איך לאך אויך! וועסט מיר איבערצייגן אז תפילין איז הויט פון א קו און גארנישט מער? כ'וועל עס נאכאלץ לייגן.

ווייל מיין רעליגיע איז דא מיר צו סערווירן מיט א גוט לעבן וואס גיבט מיר זיכערקייט און א פלאץ אין דער וועלט.

דער חילוק צווישן מיר און אנדערע איז: רוב בלייבן מיט די שוך-בענדלעך צוגעבונדן א גאנץ לעבן, אפילו ווען די פיס שטינקען שוין. אנדערע טוען עס אויס אינגאנצן. איך טו אויס די שיך ווען ס'העלפט מיך נישט, און כ'טו זיי צוריק אן ווען איך דארף זיי.

זייט 26

זייט 26
טעקסט

די "כוואליע" איז ערמעגליכט געווארן דורך הרבני הנגיד

הרוצה בעילום שמו

מיט'ן ציל מרבה צו זיין תורה און חכמה צווישן אידן

בשם אלע ליינער און שרייבער ווינטשן מיר אים און די משפחה אלעם גוטן און אז ער זאל שטענדיג קענען געבן אויף גוטע פלעצער.

מען קען קויפן הנצחות, אויב איר ווילט בלייבן אנאנים ביים הנצחה פרייזן:

אדווערטייזמענטס, שענקען א נדבה, ביטע ניצט די קרעדיט גאנצע אויסגאבע מיט פולן הנצחה בלאט: 500$ קארד אפציע און לייגט אריין אן אנאנימען און באשטייערן קלענערע נדבות אויף נאמען און אימעיל אדרעס )אויב ניצט איר האלבע אויסגאבע מיט האלבן הנצחה בלאט: 250$ דעם פאלגנדן לינק:

די PayPal אפציע וועלן מיר קענען זען דעם פערטל אויסגאבע מיט פערטל הנצחה בלאט: 125$ https://ko-fi.com/chvalyes נאמען פון דעם PayPal אקאונט(.

כוואליעס

אריגינעלער אידישער אינהאלט

סקען דעם QR קאוד פאר אלע "כוואליעס" לינקס, אריינגערעכנט דעם קא-פי נדבות לינק: